☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א בריוו פון א טאטע צו א OTD טאכטער

א בריוו פון א טאטע צו א OTD טאכטער

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9368

שטילע אינגערמאן » זונטאג יולי 26, 2015 11:01 pm

· #291894
א בריוו פון א טאטע צו א OTD טאכטער
דרייט זיך יעצט ארום א בריוו וואס א מיידל א OTD האט ארויפגעלייגט אויף פעיסבוק ווי די טאטע בעהט זיך איבער מיט איר אויף וואס ער פון איר פארלאנגט צו זיין ערליך, און זאגט אז ער האלט ס'איז נישט געווען ריכטיג פון זיין זייט,
כ'האב שיעור געלאזט א טרער ביים ליינען די בריוו, כ'האלט גראדע אז דער טאטע איז נישט ערנסט וואס ער שרייבט, נאר כנראה האט ער מורא אז די טאכטער וועט טוען וואס פייגי מאיער האט געטוען פראבירט ער צו ווייזן לאוו פאר די טאכטער

מיר וואלט געווען זייער אינטרעסאנט צו הערען די מיינונג פון די בני החבורה טאמער די טאטע האט גוט געטוען צו נישט,

דא האט איר די בריוו.


July 26, 2015 - Tisha B'Av


My father sent me this letter today... I just wanted to share it, I wish more people would do things like this.
I decided to post this publicly after I shared it with some people who really needed to see this and it was well received...


My dearest Suri,
As I fasted today, I sat and reflected on what our fast is all about. Why was our beautiful home in Yerushalayim destroyed? Why did the presence of Hashem leave us? What did we do to drive ourselves into this long bitter golus?
I always knew the answer, but I don't think I understood it as well as I do right now. It was destroyed because we were judgmental of those who did not ACT the way we wanted them to act. We were embarrassed of those who did not DRESS the way that we wanted them to dress. We looked down at those that did not TALK the way we wanted them to talk. And our misplaced ego caused us to think that we are better then they are. This is what caused us to destroy ourselves completely. Without having a ayin tovah, a favorable and understanding eye on those around us, we are not deserving of having the divine presence of Hashem live among us. We threw ourselves out with our self-righteous mindset.
Which group of us caused the destruction? The ones “on the derech” or the ones “off the derech”?
On this day I sit and cry... my eyes fill with tears... the epiphany just hit me like a ton of bricks: It was not the ones wearing the jeans (as an example) that caused the destruction, rather, it was the ones not wearing jeans who then looked down upon those who wore the jeans! WE are the ones who destroyed the beis Hamikdosh and we have not yet corrected our sin! In fact, with Torah and mitzvos being so strong... we have perhaps even strengthened our sin... we have taken it to a higher level.
I look at myself... am I not part of the group who uses our beautiful religion to look down at others? And if so, am I not the one responsible for our current exile? What good is my fasting and sitting on a floor if I cannot face the truth that “I” am currently responsible for this tragedy?!
I now fully realize that it is not you and your friends who are preventing Moshiach from coming... it is me and my friends!
I wrote my own kinniss: Woe is to me for I have repeated and repeated the original sin that caused the churban! Woe is to me for I have stabbed my own flesh and blood! Woe is to me for I took the holy Torah that is supposed to be sweet and peaceful "dirachehuh darchei NOAM vichal nesivosehuh SHALOM" and I used it to form a dagger which I then used to stab you - and others - over and over again!!
And so after a long day of fasting and contemplation, I look back at the way that I treated you and for this I now sit and cry. My dear sweet beloved Suri !! How can I ever take back the pain that I caused you? How can I ever repay you for the smiles and hugs that you so deserved... but didn’t get from me because I was too busy justifying to myself why it is OK for me to look down at you… to judge you harshly… and to actively destroy the Bais Hamikdosh? How can I give you back the lost years?
My dear Suri, a long long long time ago, I looked into the future and dreamed about the day that you would grow up, mature, learn right from wrong, wake up from your selfishness and finally come ask me for forgiveness… but after alot of inner searching... “I” grew up, and “I” matured, and “I” learned right from wrong, and now “I” finally finally woke up from MY selfish, haughty, egotistical, judgmental attitude! And now on this painful day I turn to you and I ask you – no, I BEG you - for forgiveness!!
I accept upon myself to shower you with love and affection, with hugs and kisses, and to do everything in my power to always be there for you through thick and thin! I pledge to work so so hard to make up for all of the pain that I caused you. I pledge to never look down at you, your friends, or on ANY JEW ever again. I am DONE with the negative attitude! I am DONE with being the judge and jury to another Yid! I am DONE with thinking that I am BETTER than ANY other Jew in Klal Yisrael. I am DONE being a part of the problem... and I pledge that as of right this moment... I will become a part of the SOLUTION!!
My Suri, please open your heart to me... please open your arms to me... hug me, hold my hand and let us build the beis Hamikdosh together…
What do you say?
Your loving Totty
For those of you who are fasting, have an easy fast and to all my friends who are still waiting for this moment, don't lose hope. LOVE YOU ALL!!

קאצקע ציקער » זונטאג יולי 26, 2015 11:27 pm

· #291913
דענקער האט עס שוין געלייגט

בן אדם » זונטאג יולי 26, 2015 11:34 pm

· #291917
אויב ס'איז אן אמת'ער בריון פון א טאטע צו אן OTD טאכטער איז זעט מיך נישט אויס אז דער טאטע זאל עס נישט מיינען ערענסט. נאר ענדערש אז פון דער מעשה איז ער געקומען צו די הכרה ווי אזוי איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען מיט אזא קינד.

בד"וו, ס'זעט מיך אויס אז ס'איז נישט קיין עכטע בריוו. האועווער, די געדאנק פון ארויס לאזן אזא בריוו איז זייער א גוטע.

ראוונע » זונטאג יולי 26, 2015 11:42 pm

· #291924
נישט קיין נפקא מינא צו ער מיינט עס יא ערענסט צו ער האט פשוט מורא פון פארלירען זיין טאכטער אזוי צו אזוי האט ער געטון די ריכטיגע זאך. אין סאיז צום האפען אז ממנו ילמדו וכן יעשו

diff » מאנטאג יולי 27, 2015 12:11 am

· #291938
אִישׁ חָכָם נִשְׁפָּט אֶת אִישׁ אֱוִיל וְרָגַז וְשָׂחַק וְאֵין נָחַת

ראוונע » מאנטאג יולי 27, 2015 12:37 am

· #291947
די אלע וואס ווארטען אז זייערע קינדער זאלען קומען צום שכל אין זיי קומען איבערבעטן. רבותי עפ״י רוב גייט עס נישט געשעהן
אין אויב די עלטערען אדער לכל הפחות אויב די עלטערען זענען נישט גענוג קלוג דעמאלטס כאטשיג די ארומיגע משפחה וועלן נישט ארויסווייזען ליבשאפט פאר די נשמות איז זייער מעגליך אז נישט נאר וועט דאס קינד נישט דיך קומען איבערבעטן נאר ווען די וועסט קומען צום שכל אין איינזעהן אז לא זו הדרך. וועט שוין ליידער נישט זיין פאר וועם (פייגא מאיער יוכיח) אין נאכדעם וועלן די פרומע קענען סעלעברעטן אז אלע וואס גייען אוועק פונעם אידישען דרך זעהן סוכ״ס איין אז זיי האבען נישט געטראפען קיין גאלדענע גליקען אין זיי נעמען זיך דאס לעבן
רבותי וויפיל רשעות ליגט אין דעם. דעס זענען צובראכענע אידישע נפשות וואס קוקען ארויס אויף אביסעל ליבשאפט. ווילסט דיין קינד זאל אמאל צוריקקומען צום דרך? ווייז אים ליבשאפט ווייז אים אז נישט קיין חילוק וואס ער טוט אדער וויאזוי ער גייט איז ער נאך אלץ דיין קינד אין די האסט אים ליב. דעמאלטס קענסטו האפען אז ווען ער וועט איינזעהן אז ער האט נישט געטראפען קיין גאלדענע גליקען ערגעץ אנדערש וועט ער נישט גיין טאנצען פון דאך נאר וועט וויסען אז ער האט א טאטע אדער מאמע אדער געשוויסטער וואס ווארטען אויף אים אינדערהיים אין זענען גרייט צו העלפען מיט וואס נאר מעגליך
דעמאלטס וועסטו זעהן ווי ער וועט צוריקלויפען צום דרך אין וועט טון אלעס אין דער וועלט דיך צו צופרידענשטעלן

נ.ב איך וואונטש נישט פאר קיין שום איד אזא דורכגאנג אבער אויב איז איינעם יא באשערט אזא קינד. האנדעלט מיט שכל וועסטו נאכדעם קענען שניידען די פירות

געוואלדיג » מאנטאג יולי 27, 2015 12:40 am

· #291950
ראוונע
דאס קינד נישט דיך קומען איבערבעטן נאר ווען די וועסט קומען צום שכל אין איינזעהן אז לא זו הדרך. וועט שוין ליידער נישט זיין פאר וועם (פייגא מאיער יוכיח)


[ציטאט אראפגענומען]


דיין הוכחה שטימט נישט לויט עזריאל.

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 12:53 am

· #291963
א בריוו פון א טאטע צו א OTD טאכטער
פון וועלכע דאקמענטערי רעדט מען דא ? פון נעשענאל געאגרעפיקס מיט יואלי לעבאוויטש? כהאב עס געזען און ס״ה ווערט זי דארט דערמאנט איינמאל בדרך אגב און זי רעדט בכלל נישט.

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 12:59 am

· #291967
Re: א בריוו פון א טאטע צו א OTD טאכטער
[ציטאט אראפגענומען]
לינק?

ראוונע » מאנטאג יולי 27, 2015 11:58 am

· #292043
געוואלדיג
ראוונע
דאס קינד נישט דיך קומען איבערבעטן נאר ווען די וועסט קומען צום שכל אין איינזעהן אז לא זו הדרך. וועט שוין ליידער נישט זיין פאר וועם (פייגא מאיער יוכיח)


[ציטאט אראפגענומען]


דיין הוכחה שטימט נישט לויט עזריאל.

לויט וויאזוי איך פארשטיי איז די באציאונג מיט אירע עלטערען געווען אין א on and off situation אין ווען זי איז די לעצטע מאל אוועק געגאנגען וואוינען פון זיי האט זי שוין נישט געשפירט אז זי האט ווי אהיימצוגיין

שעפטל » מאנטאג יולי 27, 2015 7:02 pm

· #292166
בארואיגטס ענק.. ס'איז א שיינע בריוו, אבער ס'וואלט ווען שענער געווען ווען עס קומט פון הארץ!

די גאנצע אינהאלט פון בריוו איז צוויי יאר אלט, נאדער די ארגינעלע
<a class="postlink" href="https://unclechaim.wordpress.com/2013/07/17/a-fathers-promise/">https://unclechaim.wordpress.com/2013/0 ... s-promise/</a>

כרם זית » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 10:28 am

· #455996
מענין לענין איז מיר געווען גאר הארציג און באלערענד א ברייו וואס הגאון ר''ש שקופ ז''ל האט געשריבן צו די חתונה פון זיין o. t. d. אייניקל די חברת הכנסת מרת פייגא אילנית.

"הנני גם אני למלא חפץ לב. ולב כל אוהבכם, להגיש אליכם ברכת אב זקן, אברך אתכם מקרב ולב שתהא אגודתכם שלמה, וכשמו "שלמה" כן ישפיע העליון על שלמה ופייגא שיהיו שלמים בריאים וקיימים בגופם וברוחם, לבנות בית בכרם ד' צבאות לברכה ולתפארת, ודור ישרים מהם יבורך. וכאשר נכדתי פייגא תחי' הביאה לי מנחת ביכורים מארץ הקדושה, לשמחני בנשואיה כן אזכה בחיי עוד לשמוח בנישואי יתר נכדי ולראותם מוצלחים בחייהם, ונושאי דגל היהדות ברוח ישראל סבא, כעתירת אוהבם מברכם בברכה משולשת, שמעון יהודא הכהן שקאפ".



אזא ראש ישיבה מאכט מיר שטאלץ צו זיין א איד!

(די בריוו ווערט צוטירט אויף ר' שמעון שקופ'ס ויקי דף.)

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 8:08 pm

· #456018
"הנני גם אני למלא חפץ לב. ולב כל אוהבכם, להגיש אליכם ברכת אב זקן, אברך אתכם מקרב ולב שתהא אגודתכם שלמה, וכשמו "שלמה" כן ישפיע העליון על שלמה ופייגא שיהיו שלמים בריאים וקיימים בגופם וברוחם, לבנות בית בכרם ד' צבאות לברכה ולתפארת, ודור ישרים מהם יבורך. וכאשר נכדתי פייגא תחי' הביאה לי מנחת ביכורים מארץ הקדושה, לשמחני בנשואיה כן אזכה בחיי עוד לשמוח בנישואי יתר נכדי ולראותם מוצלחים בחייהם, ונושאי דגל היהדות ברוח ישראל סבא, כעתירת אוהבם מברכם בברכה משולשת, שמעון יהודא הכהן שקאפ".

יואליש » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 11:04 am

· #456059
הקטן
"הנני גם אני למלא חפץ לב. ולב כל אוהבכם, להגיש אליכם ברכת אב זקן, אברך אתכם מקרב ולב שתהא אגודתכם שלמה, וכשמו "שלמה" כן ישפיע העליון על שלמה ופייגא שיהיו שלמים בריאים וקיימים בגופם וברוחם, לבנות בית בכרם ד' צבאות לברכה ולתפארת, ודור ישרים מהם יבורך. וכאשר נכדתי פייגא תחי' הביאה לי מנחת ביכורים מארץ הקדושה, לשמחני בנשואיה כן אזכה בחיי עוד לשמוח בנישואי יתר נכדי ולראותם מוצלחים בחייהם, ונושאי דגל היהדות ברוח ישראל סבא, כעתירת אוהבם מברכם בברכה משולשת, שמעון יהודא הכהן שקאפ".



אז מ'איז שוין יא מדייק אין א ר' שמעון שקופ איז טאקע ווערט צו באמערקן אז די האפענונג צו זעהן "נושאי דגל היהדות ברוח ישראל סבא" האט ער רעזעווירט פאר זיין אנדערע אייניקלעך. פאר די דאזיגע אייניקעל האט ער קינצלעריש געווינטשן "דור ישרים," וואס איז סוביעקטיוו און באדייט עפעס אנדערש פאר יעדן פערזענליך, און "לבנות בית בכרם ד' צבאות," וואס טראגט שוין יא א רעליגיעזע כאראקטער אבער, בדרך אפשר, באציט זיך צו די חלק אז די אייניקעל וועט בלייבן א חלק פון די משפחה און ממילא, אזוי צו אזוי, בכרם ד'.(ס'קען אויך זיין אז די אייניקעל האט זיך אידענטיפיצירט עטוואס רעליגיעיז אדער אידיש. דאן שטימט עס לגמרי.)

ס'איז שטארק משמע אז ער האט געזיכט אויסדריקן וואס קען זיין טעכניש אמת'דיג און רעספעקפול אבער פארט אויף א דיפלאמאטישע אופן קלארשטעלן ווי ער און זיינע פערזענליכע האפענונגן ליגן, ווי מ'זעהט אז ער האט אןיסגעמיטן אויסדריקן ווי יהדות און ישראל סבא פאר איר.

גאלד » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 11:23 am

· #456063
וואס וואלט דען געווען אויב ער וואונטשט איר יא זי זאל זיך אומקערן לתשובה? פארוואס זאל זי דען ווערן באליידיגט?

כרם זית » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 12:23 pm

· #456074
כזע יעצט אז אין בחדרי חדרים, איז געווען א שמועס וועגן די אייניקל. צווישן אנדערע ווערט דארט דערציילט אז ווען איר פרייע חברטע פון השומר הצעיר האט אים אויסגעשטרעקט איר האנט האט איר ר''ש צוריגעגעבן, ערקלערנדיג פאר זיין אייניקל: חברתך איננה יודעת את האיסור לתת יד, אבל אני יודע את האיסור של הלבנת פני חבר ברבים, על כן השבתי ללחיצת היד, וואס דאס קומט באמת אריין דא.

יואליש » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 12:41 pm

· #456078
.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 9, 2020 10:45 pm

· #456148
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז נישט קיין ראיה. ווייל מענטשן וועלכע זענען מתחילה נישט סטאביל עמאציאנעל (סופה יוכיח) האבן א געוואוינהייט צו ..."עקזעדזשערעיטן"... און דראמאטיזירן מצבים. טייל טוען עס פאר די וועלט. בבחינת ..."ירא הקהל וישפוט"... און אן אנדער טייל טוען עס ווייל זייער פערסעפשן און אויפפאסונג איז ..."עמפליפייעד" איבער די מציאות...!

ס'איז נישט עולה על הדעת אז א טאטע וועלכער האט נאר 2 אנסעס שכל זאלל נעמען און ארויסווארפן זיין טאכטער פאר סיי וואספארא סיבה. כש"כ פאר ..."נישט גיין אין שפאן"...!

ס'איז געווען פעלער, וואס די אלטע ירושלימ'ער אידישע ליכט האט געברענגט אז א טאטע האט ..."ארויסגעווארפן"... זיין זון פון שטוב. אבער ער האט פאראויס אנגעגרייט פאר איהם א פלאטץ וואו ער זאלל קענען איינשטיין. ביי זיין שוואגער. דאכטציך אז איינס פון די דראמאטישע סצענעס פון ..."שטיסל"... האט אויך אן ענליכע געשיכטע...!

הקטן » זונטאג אוגוסט 9, 2020 11:07 pm

· #456152
יואליש
הקטן
"הנני גם אני למלא חפץ לב. ולב כל אוהבכם, להגיש אליכם ברכת אב זקן, אברך אתכם מקרב ולב שתהא אגודתכם שלמה, וכשמו "שלמה" כן ישפיע העליון על שלמה ופייגא שיהיו שלמים בריאים וקיימים בגופם וברוחם, לבנות בית בכרם ד' צבאות לברכה ולתפארת, ודור ישרים מהם יבורך. וכאשר נכדתי פייגא תחי' הביאה לי מנחת ביכורים מארץ הקדושה, לשמחני בנשואיה כן אזכה בחיי עוד לשמוח בנישואי יתר נכדי ולראותם מוצלחים בחייהם, ונושאי דגל היהדות ברוח ישראל סבא, כעתירת אוהבם מברכם בברכה משולשת, שמעון יהודא הכהן שקאפ".



אז מ'איז שוין יא מדייק אין א ר' שמעון שקופ איז טאקע ווערט צו באמערקן אז די האפענונג צו זעהן "נושאי דגל היהדות ברוח ישראל סבא" האט ער רעזעווירט פאר זיין אנדערע אייניקלעך. פאר די דאזיגע אייניקעל האט ער קינצלעריש געווינטשן "דור ישרים," וואס איז סוביעקטיוו און באדייט עפעס אנדערש פאר יעדן פערזענליך, און "לבנות בית בכרם ד' צבאות," וואס טראגט שוין יא א רעליגיעזע כאראקטער אבער, בדרך אפשר, באציט זיך צו די חלק אז די אייניקעל וועט בלייבן א חלק פון די משפחה און ממילא, אזוי צו אזוי, בכרם ד'.(ס'קען אויך זיין אז די אייניקעל האט זיך אידענטיפיצירט עטוואס רעליגיעיז אדער אידיש. דאן שטימט עס לגמרי.)

ס'איז שטארק משמע אז ער האט געזיכט אויסדריקן וואס קען זיין טעכניש אמת'דיג און רעספעקפול אבער פארט אויף א דיפלאמאטישע אופן קלארשטעלן ווי ער און זיינע פערזענליכע האפענונגן ליגן, ווי מ'זעהט אז ער האט אןיסגעמיטן אויסדריקן ווי יהדות און ישראל סבא פאר איר.

דאס זעלבסט האב איך געוואלט באמערקען מיט די קאלערס, וואו ער האט געפלאכטען איינס אהער און איינס אהין
ולראותם מוצלחים בחייהם, ונושאי דגל היהדות ברוח ישראל סבא
ונושאי דגל היהדות ברוח ישראל סבא - לאזט זיך נישט טיישען צוויי וועגן

הקטן » זונטאג אוגוסט 9, 2020 11:12 pm

· #456153
גאלד
וואס וואלט דען געווען אויב ער וואונטשט איר יא זי זאל זיך אומקערן לתשובה? פארוואס זאל זי דען ווערן באליידיגט?

קען זיין זי וואלט ווען מער הנאה געהאט (ס'איז יא געלינגען!), ס'איז אויך נישט קיין שאלה ער האט זיך דאס געווינטשען
אבער דאס ארבעט בעסער

יואליש » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 10:39 am

· #456182
הקטן
גאלד
וואס וואלט דען געווען אויב ער וואונטשט איר יא זי זאל זיך אומקערן לתשובה? פארוואס זאל זי דען ווערן באליידיגט?

קען זיין זי וואלט ווען מער הנאה געהאט (ס'איז יא געלינגען!), ס'איז אויך נישט קיין שאלה ער האט זיך דאס געווינטשען
אבער דאס ארבעט בעסער


שטעל דיך פאר א סאטמאר בחור הערט אויס א שידוך מיט א בעלזא פרוי. דער סאטמארער זיידע עגבערט זיך אז די אייניקעלך וועלן ווארשיינליך אויפוואקסן סאלדאטן אין די בעלזא דינאסטיע. אונעם יום החופה ביים קבלת פנים ווינטשט די זיידע דעם חתן ער זאל נאך זוכה זיין זיך צוריקקערן קיין סאטמאר און שיקן די קינדער בייאונז אין די מוסדות און ברענגן נחת פאר די עלטערן בעולם העליון וועלכע האב זיך געוויקט ביים דברי יואל און וואלטן זיך מוסר נפש געווען קעגן בחירות וכו'. קענסט זעהן אז דאס זאל וויי טוהן דעם חתן בעת משוש? איז דאס נישט זעלבסטפארשטענדליך פאר מענטשן וואס שפירן א צווייטן'ס געפילן אויך?