ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן 153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9295
ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
נאך יארן וואס אמעריקא וויל נישט רעדן מיט איראן דירעקט וועגן זייער נוקלעארע וואפן פראגראם, האט אמעריקא היינט דירעקטע געחתמת א נוקלעארע דיל מיט איראן, נא לאמיר הערין וואס איז די דיטעלס? וואס זאגט די עולם צי דעם?
יא איך מיין טאקע אז בוש איז געוועהן א קלוגערע פרעזידענט ווי אבאמא, איך בענק מיך ממש צוריק צו אים! איך miss די צייטן ווען אמעריקא האט געוועלטיגט אויף דער וועלט און איינגעטיילט און בעל בתעוועט אויף יעדע לאנד און זיי געזאגט פונקטליך וואס צו טוהן , ספעציעל בענק איך מיך צו אבו גרעיוו ווי די אמעריקאנער האבן געהאט אסאך fun מיט די third world country ווי זיי ארומשלעפן אויף די גאס נאקעט און זיך ארומשפילן מיט צענגליגער טויזענטער אומשולדיגע בירגער בכלל עס איז שוין לאנג נישט געוועהן קיין מלחמות, אמעריקא איז זייער שטיל לעצטענס, דעס איז זייער באורינג און ס׳שאדט פאר אונזער economy !!! טאקע א שוטה דער שחור אבאמא וואס מאכט ער שלום מיט די אראבער? אונז וועלן גארנישט האבן וואס צו שמועסן אין מקוה! דער באשעפער זאל האלטן די רעכטע הענט , השם ירחם!!!!
וואס קלאגסטו פאר דו האסט דורכגעטוהן דעם ענין. וויפיל איך פארשטיי די זאך פארדינט דא אמעריקע אסאך מער ווי איראן פון די גאנצע זאך, די דיעל איז גארנישט אזוי שלעכט פאר אונז. איראן האט שוין א פיין אויסגעבויטען סיסטעם צו בארייכערן איראניאם, און פריער אדער שפעטער וואלטן זיי געהאט דעם אטאם באמבע, צו מ'וויל יא צו נישט, מיט סאנקציעס אדער אן, און דאס האט קיינער נישט געוואלט. יעצט מיטן דיעל האבן זיי מסכים געווען אז אמעריקע זאל קאנטראלירן די איראניאם אז סזאל נאר זיין אויף נידריגערע שטאפלען, וואס איז נישט בכדי שיעשו צו מאכן א אטאם באמבע. אמעריקע פון די אנדערע זייט האט דא א געלענגנהייט אנצוקניפן גוטע באציאונגען מיט איראן, וואס קען זיי שטארק צוניץ קומען אין די יעצטיגע מיטל מזרח צושטאנד מיט אייסיס וכו'. איראן איז געווען דער וואס האט זיך געווארפן מיטן דיעל, און פאר יעדע קלייניגקייט וואס איז אונטערגעקומען האבן זיי געסטראשעט אז זיי געבן עס אויף, און אמעריקע האט זיך אסאך געבויגן, הגם וואס אמעריקע פרובירט עס לייקענען און אנשטעלן א פנים ווי זיי זענען נישט דיע וואס פייגערען פארן דיעל.
אבאמא איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט זינט די ענדע פון די קאלטע קריג וואס קיין שום לאנד וועט נישט "גיין נוקלעאר" אונטער זיין אדמיניסטראציע. טאטע בוש = אינדיע. קלינטאן = פאקיסטאן. בוש דזשוניער = צפון קארעא. אבאמא = 0
וכדומה , מאכט נישט קיין סענס ווייל אויב ס'וועט נאר ערגע מאכן פאר איראן פארוואס לוינט זיך זיי די דיעל? און אויב ס'טאקע אזוי גיט די דיעל פאר אמעריקא פארוואס איז נתניהו אזוי דערקעיגען?
פאר איראן לוינט עס ווייל מען נעמט אראפ די סאנקציעס, ביבי ברויזט ווייל אמעריקע און איראן גייען מער נישט זיין בלוט-שונאים.
קאצקע, איראן האט זיך דערשטיקט פון די סאנקציעס, איר גאנצע עקאנאמיע האט געהאלטן ביים אונטערגיין, און זיי האלטן דארט ביי די ברינק פון א טיעפע דיפרעסיע, זיי האבן קיין צוויי ברירות נישט געהאט. אבער מיט דעם אלעם האבן זיי זיך געווארפן מיטן דיעל, פשוט ווייל די דיעל איז בעצם קעגן זייער מאראל און גלויבינג צו מאכן שלום מיטן שטן אליין.
יעצט מיטן דיעל האבן זיי מסכים געווען אז אמעריקע זאל קאנטראלירן די איראניאם אז סזאל נאר זיין אויף נידריגערע שטאפלען, וואס איז נישט בכדי שיעשו צו מאכן א אטאם באמבע. דאס מאכט סענס?
מדינת ישראל? קען איך דיר זאגן איין ווארט... פאליטיק.
Re: ברעקינג היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או
ישראל קאפקע אבאמא איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט זינט די ענדע פון די קאלטע קריג וואס קיין שום לאנד וועט נישט "גיין נוקלעאר" אונטער זיין אדמיניסטראציע. טאטע בוש = אינדיע. קלינטאן = פאקיסטאן. בוש דזשוניער = צפון קארעא. אבאמא = 0
אלא מאי.. מיז זיין אז מדינת ישראל האט אנגעדרייט א קאשע.
איך פארשטיי אז עס זענען דא וואס זאגן אז די אפמאך גייט נישט גענוג ווייט, און איראן וועט קענען ערצייגן נוקלעארע וואפן טראץ דעם אפמאך. אבער איך קען נישט פארשטיין וויאזוי עס זענען דא וואס טענה'ן אז די דיעל מאכט גאר 'גרינגער' פאר איראן צו פראדוצירן אן אטאם באמבע? ווילסט זיך קלאר מאכן ביטע?
[ציטאט אראפגענומען]
לאמיר זאגן אז דאס פאסירט אין פינף יאר ארום.
וואס גייט אמעריקע שטיין ערגער ווי זיי שטייט יעצט? איראן גייט יעצט דארפן אויפגעבן איבער 95% פון זייער לאו-ענריטשד אוראניום, און 100% פון זייער מיטלגארטיגע (20%) אוראניום, 2/3 פון זייער בארייכערונג מעגליכקייט. אינספעקציעס גייט זיין פיל שטרענגער ווי ביז יעצט, און אלע בארייכערונג גייט זיין קאנציטרירט אין איין לאקאציע.
אויב ברעכט איראן דעם דיעל (אדער ציט זיך ארויס) גייען די אמעריקאנער און אייראפעער גלייך צוריקשטעלן די סאנקציעס, סאו וואס האט איראן פארדינט?
Re: ברעקינג היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או
ישראל קאפקע [ציטאט אראפגענומען]
לאמיר זאגן אז דאס פאסירט אין פינף יאר ארום.
וואס גייט אמעריקע שטיין ערגער ווי זיי שטייט יעצט? איראן גייט יעצט דארפן אויפגעבן איבער 95% פון זייער לאו-ענריטשד אוראניום, און 100% פון זייער מיטלגארטיגע (20%) אוראניום, 2/3 פון זייער בארייכערונג מעגליכקייט. אינספעקציעס גייט זיין פיל שטרענגער ווי ביז יעצט, און אלע בארייכערונג גייט זיין קאנציטרירט אין איין לאקאציע.
אויב ברעכט איראן דעם דיעל (אדער ציט זיך ארויס) גייען די אמעריקאנער און אייראפעער גלייך צוריקשטעלן די סאנקציעס, סאו וואס האט איראן פארדינט?
עס נעמט צייט בין מען שטעלט פעסט אז איראן האט פארלעצט די רעגולאציעס און עס איז דא 56 טעג בין מען שטעלט צוריק די סאנקציעס און דערווייל איז דער עקאנאמיא גוט און מען פראדאצירט נוקלעאר אן קיין שטער
איך זאת נישט אז דאס גייט זיין די מציאות אבער לכאורה איז דאס דער חשש פון די קאנבערוואטיווען
I can't believe I just said that...
Re: ברעקינג היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או
איין באמערקונג וויל איך צולייגען אז די אלע וואס שרייען יעצט אז מען טאר נישט אראפנעמען די סאנקציעס ווייל עס נעמט אראפ די דרוק פון איראן זענען די זעלבע וואס האבן געשריגען אפאר יאר צוריק ווען אבאמא האט געשטיפט די סאנקציעס אז די סאנקציעס זענען א געלעכטער און עס מאכט נישט אויס וכו' וד"ל I can't believe I just said that...
Oh my god, איך האב יעצט געוואטשט קארלי פיארינע רעדן איבער די איראן נוקלעארע אפמאך. און כ'מוז זאגן אז כאטש איך האלט אנדערש ווי איר, איז זי הונדערט מאל קלוגער און גרייט צו א פאליטישע אמט ווי סיי וועלכע אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאט. http://youtu.be/cEZfL0VMRJE (זי זאגט דארט עטליכע מאל, אז מען קען נישט געטרויען איראן, ווייל זיי האבן פארלעצט אמעריקאנער סאנקציעס, און פראבירט איינצוהאנדלען באליסטישע מיסיל טעכנאלאגיע אין 'פארלעצונג' פון אמעריקאנער סאנקציעס. כאילו איראן האט געהאט עפעס אן אפמאך מיט אמעריקע וויאזוי זיי גייען זיי 'געסאנקציעט' וואס זיי האבן פארלעצט. כאילו סאנקציעס פון אמעריקע אדער די אייראפעער זענען סאמהאו מחייב איראן).
די עיקר פראבלעם איז enforcement, די דיעל איז גארנישט ווערט אויב מען קען נישט אדער מען גייט נישט מקיים פסק זיין אויף א breach, עסקפיריענס האט געוויזן אז עס איז שווער צו האלטן איינעם וואס האלט נישט דערביי אין די ראמען (איראק, נארט קאריע) און אפילו אז מען וועט ענדערש פארוואסערן א פראבלעם ווי איידער אריין צוקריכן אין א פלאנטער און מודה זיין אז מען ווערט אויסגעפאפט. בפרט אזא איינער ווי אבאמא (סיריע). http://time.com/3815368/chertoff-iran-deal-compliance/ http://www.politico.com/magazine/story/ ... aVMTpNVhBc http://www.businessinsider.com/the-key- ... ork-2015-6
[ציטאט אראפגענומען]
נתניהו ביסט א געזונטער כופר באלוקי ישראל א אפיקורס און א מנאץ השם און מעכב הגאולה אבער דיינע פוינטס זענען הייליג גערעכט
אפיקורס און א מנאץ ומעכב הגאולה קען זיין, אבער א כופר באלקי ישראל דאכט זיך איז ער נישט.
די טענה אז איראן וועט פארלעצן דעם אפמאך איז גאנץ א שוואכע, ווייל איראן וואלט סייווי ערצייגט דעם אטעם באמבע, אפילו מיט די סאנקציעס אין קראפט, ממילא איז נישטא וואס צו דערלייגן מיטן דיעל, טאמער פאלגן זיי אויס איז גוט, און טאמער נישט האט מען כאטש אפגעשטיפט דעם פראבלעם און פארדינט צייט. אבער נישט מאכן דעם דיעל וואלט נישט געסאלווט דעם פראבלעם.
@ראש ישיבה זיינע ווערטער "אונז גיי מיר דעפענדן אוער סעלף" הערט מען נישט פון קיין מאמין ווער ביסטו ? ס'איז דא א באשעפער וואס ווט דעפענדן אוער סעלף
וכדומה.. די טענה אז איראן וועט פארלעצן דעם אפמאך איז גאנץ א שוואכע, ווייל איראן וואלט סייווי ערצייגט דעם אטעם באמבע, אפילו מיט די סאנקציעס אין קראפט, ממילא איז נישטא וואס צו דערלייגן מיטן דיעל, טאמער פאלגן זיי אויס איז גוט, און טאמער נישט האט מען כאטש אפגעשטיפט דעם פראבלעם און פארדינט צייט. אבער נישט מאכן דעם דיעל וואלט נישט געסאלווט דעם פראבלעם.
גיי צושמעטער זייערע פראגראמען און וויש עס אפ פון די וועלט און פערטיג
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
גאנצל @ראש ישיבה זיינע ווערטער "אונז גיי מיר דעפענדן אוער סעלף" הערט מען נישט פון קיין מאמין ווער ביסטו ? ס'איז דא א באשעפער וואס ווט דעפענדן אוער סעלף
יא מהאי טעמא זיינען טאקע די שומרים כופרים און אויך די אלע וואס לייגען ארויף שלעסער אויף די טירן רח"ל....
I can't believe I just said that...
ארויפלייגן שלעסער אויף די טיר און פירן מלחמות איז די זעלבע זאך אהא ביי די וועי דא איז די נייעס אשכול
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
גאנצל ארויפלייגן שלעסער אויף די טיר און פירן מלחמות איז די זעלבע זאך אהא ביי די וועי דא איז די נייעס אשכול
לגבי כפירה לכאורה יא
I can't believe I just said that...
לכוארה נישט איך מיין אז ס'איז דא א דיון אין תורה און מחשבה אין דעם ווער ס'קען ביטע אנווייזן זאל ביטעשעין צוווייזן
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
פון די אנדערע זייט האב איך אמאל געהערט פון א קלוגען יוד אז געוויסע מענטשן ווען זיי זאגן אויף איינעם כופר מיינען זיי צו זאגען איך גלייך איהם נישט אזוי שטארק.... I can't believe I just said that...
[ציטאט אראפגענומען]
זיין רעטאריק איז די זשאוק פון שטאט. ער איז יעצט פארנימען אז צען יאר ארום גייט איראן פראדוצירן נוקלארע באמבעס בשעת וואס אין די לעצטע צען יאר איז ער געקומען קיין ניו יארק יעדן שני וחמישי און געשריגן אז איראן גייט האבן א באמבע ביז א יאר. ער האט דראמאטיש געמאלן רויטע ליינס אז אט אט קומט א באמבע. עק איז א זשואק אין די אויגן פון נוקלארע עקספערטן אבער א ראפינירטע פאלאטישאן און אזוינע לעכערליכע דרשות ברענגן אים גינסטיגע אנטקעטס אין לאנד.
באמערק ווי ער רעדט כמעט נישט פון די באמבע. ער האט געהאט חשק אז די וועלט זאל ניצן די נוקלארע סאנקציעס פאר זיינע אנטי טעראריזים דאגות. ער ציטירט ראדיקאלע סטעיטמענטס פון ראדיקאלע פאליטישאנס ווען ער זעלבסט ווען זיין פאליטישע בענקל האט זיך געשאקעלט און כדי צו קויפן אפאר פונקטן אין די אנטקעטס האט ער אויפגעשאקעלט די וועלט מיט זיין פלוצומדיגע דערקלערונג אנטקעגן א פאליסטינע לאנד.
chaims פון די אנדערע זייט האב איך אמאל געהערט פון א קלוגען יוד אז געוויסע מענטשן ווען זיי זאגן אויף איינעם כופר מיינען זיי צו זאגען איך גלייך איהם נישט אזוי שטארק.... I can't believe I just said that...
גלייכן גלייך איך אים זייער נאר אזעלכע שטארקע פירער דארפן מיר ימ"ש.......
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
דער איראניע איז אז יעך גלייך איהם נישט... איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז אפשר איז נישט אויסגעהאלטען די שפראך וואס ער רעדט אבער מיט כפירה האט עס נישט I can't believe I just said that...
[ציטאט אראפגענומען]
Exactly the thoughtful response that this thread needed.
So well thought out, it's hard to dispute
יואליש זיין רעטאריק איז די זשאוק פון שטאט. ער איז יעצט פארנימען אז צען יאר ארום גייט איראן פראדוצירן נוקלארע באמבעס בשעת וואס אין די לעצטע צען יאר איז ער געקומען קיין ניו יארק יעדן שני וחמישי און געשריגן אז איראן גייט האבן א באמבע ביז א יאר. ער האט דראמאטיש געמאלן רויטע ליינס אז אט אט קומט א באמבע. עק איז א זשואק אין די אויגן פון נוקלארע עקספערטן אבער א ראפינירטע פאלאטישאן און אזוינע לעכערליכע דרשות ברענגן אים גינסטיגע אנטקעטס אין לאנד. באמערק ווי ער רעדט כמעט נישט פון די באמבע. ער האט געהאט חשק אז די וועלט זאל ניצן די נוקלארע סאנקציעס פאר זיינע אנטי טעראריזים דאגות. ער ציטירט ראדיקאלע סטעיטמענטס פון ראדיקאלע פאליטישאנס ווען ער זעלבסט ווען זיין פאליטישע בענקל האט זיך געשאקעלט און כדי צו קויפן אפאר פונקטן אין די אנטקעטס האט ער אויפגעשאקעלט די וועלט מיט זיין פלוצומדיגע דערקלערונג אנטקעגן א פאליסטינע לאנד.
איך גלייב אליינס נישט אז איך גיי זיך אננעמען פאר דעם פוקר אבער נעמען א שורה פון א רעדע און מאכן דערפון מטעמים און מיט דעם אוועקמאכן די גאנצע זאך איז אבסורד
וואס ער זאגט בס"ה לויט ווי אזוי איך פארשטיי טענה'ט ער אז מיט נאכגעבן פאר איראן האסטו די וועלט נישט געמאכט מער סעיף, דו טוסט בס"ה איבער די טעות וואס דו האסט געטון מיט נארט קאריע, און דעס איז א שטארקע טענה, ווי פריער דערמאנט. איראן גייט יעצט זיין וואויל פאר אפאר חדשים און נאכדעם גייט ער וויייטער טון וואס ער וויל אזוי ווי ביז יעצט און פאר די איינציגע סיבה פארוואס נישט, וואס זאל אים אפהאלטן, נאך סאנקציעס? ער האט דאס דורכגעלעבט ביז יעצט וועט ער עס ווייטער דורכלעבן, אינצווישן האט ער געמאכט אפאר הונדערט מיליאן דאס אלעס, איי ער האט נעכטן געזאגט אז ביז א יאר און יעצט ביז 10 יאר, וואו האסט געכאפט א פאליטישען ביי א צונג דריי, ווער טוט עס נישט? אבער זיין פוינט איז א שטארקע פוינט (ער דארף נאר געדענקען אז ער איז א איד און א איד פארלאזט זיך אויף גאט און נישט אויף כחי ועוצם ידי).
קענסט זיין כ'בין בייעסט און כ'קען נישט אגריען מיט א כופר פוקר.
הא הא לערן דיך אויס מ'דארף קענען עגריען מיט יעדן ...........
גאנצל הא הא לערן דיך אויס מ'דארף קענען עגריען מיט יעדן ...........
שאני מינות דמשכי.
אויך מיר א מין ....... ער טוט נאר וואס אלע מלכים האבן געטון ........
וויאזוי קען מען בכלל אננעמען איין ווארט וואס נתניהו זאגט? פארגעס מינות פאר א מאמענט, ער טענה׳ט שוין כמעט שני עישורים אז איראן גייט מאכען א נוקליארע באמבע. קוק דא: https://youtu.be/07rETBLslrk ער טוט עס צו געוואונען בחירות נאך בחירות אזויווי יעדער פאליטישאן וואלט געטוהן אין זיין פלאץ. איז עס די בעסטע דיעל וואס מען וואלט געקענט מאכען? ניין, אבער נתניהו וויל רשות צו באמבערדירען, און דאס קען מען נישט צולאזען.
ישראל קאפקע אבאמא איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט זינט די ענדע פון די קאלטע קריג וואס קיין שום לאנד וועט נישט "גיין נוקלעאר" אונטער זיין אדמיניסטראציע. טאטע בוש = אינדיע. קלינטאן = פאקיסטאן. בוש דזשוניער = צפון קארעא. אבאמא = 0
אויב צפון קארעא לייגסטו אן אויף בוש פארשטיי איך וואו אזוי דו זאגסט אבאמא = 0
ישראל קאפקע Oh my god, איך האב יעצט געוואטשט קארלי פיארינע רעדן איבער די איראן נוקלעארע אפמאך. און כ'מוז זאגן אז כאטש איך האלט אנדערש ווי איר, איז זי הונדערט מאל קלוגער און גרייט צו א פאליטישע אמט ווי סיי וועלכע אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאט. http://youtu.be/cEZfL0VMRJE (זי זאגט דארט עטליכע מאל, אז מען קען נישט געטרויען איראן, ווייל זיי האבן פארלעצט אמעריקאנער סאנקציעס, און פראבירט איינצוהאנדלען באליסטישע מיסיל טעכנאלאגיע אין 'פארלעצונג' פון אמעריקאנער סאנקציעס. כאילו איראן האט געהאט עפעס אן אפמאך מיט אמעריקע וויאזוי זיי גייען זיי 'געסאנקציעט' וואס זיי האבן פארלעצט. כאילו סאנקציעס פון אמעריקע אדער די אייראפעער זענען סאמהאו מחייב איראן).
זי זאגט אז רוסלאנד וואס איז געווען א חלק פין די סאנקציעס רעשים איז מיט געשטאנען אויף זייער זייט.
הקטן זי זאגט אז רוסלאנד וואס איז געווען א חלק פין די סאנקציעס רעשים איז מיט געשטאנען אויף זייער זייט.
איך כאפ נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען.
נתניהו האט געזאגט אפאר יאהר צירוק איו די UN אז אויב איראן גייט אריבער גיין די רויטע ליין דארף מען נעמען military action אירן האט אכטיג געגעבען נישט אריבערגיין...ער האט געזאגט אז מדארף מאכען שטערקערע סאנקשענס ביז דערוייל (אזויווי קאנגרעס האט שוין געהאלטען ביים טיהן)כדי אז אירן זאל זיך קימען בעטהן.... אין פארלאנגען א גיטע דיהל( אז זיי זאלען נישט האבען בכלל קיין centrifuges) -די מהלך דארף זיין פין איין זייט א ריכטיגע military threat (וואס זיי האבען אכטיג געגעבן ווי פריער דערמאנט) אין פין די אנדערע זייט שטערקערע סאנקשענס אהן אויפהער למשל די banking system וואס קאנגרעס האט געוואלט מאכען. -נישט אימזיסט איז אירן בכלל געקימען negotiation אבער אבאמה האט צו פרי זיך צוגעכאפט , אין ווי נתניהו האט געזאגט אין קאנגרעס Now, if Iran threatens to walk away from the table -- and this often happens in a Persian bazaar -- call their bluff. They'll be back, because they need the deal a lot more than you do "The alternative to this bad deal is a much better deal" אירן האט יעצט באקימען לעגיטימאציה וואס איז אימדעהערטבאר פאר אזא טעריריסטעשע רעשים
ישראל קאפקע הקטן זי זאגט אז רוסלאנד וואס איז געווען א חלק פין די סאנקציעס רעשים איז מיט געשטאנען אויף זייער זייט.
איך כאפ נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען.
זי ברענגט דאס געניג קלאר ארויס, הער איבער.
ראסלאנד און כינע און איראן זעלבסט גייען אויך האבן א ווארט אויב אן אינספעקציע אויף א געוויסער שטח זאל בכלל פארקימען.
אויב די 3 האלטן אז ניין ס'איז נישט וויכטיג און אמעריקע איז out voted גלייבסטו אז ס'וועט געלינגען אז סאנקציעס זאלן ציריק גיין?
דאס איז זייער א פיינער דיעל פאר ווער עס וויל זיך גיט פילען אויף דער מעניט.
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
אירן וואלט געדארפט זיין משוגע נישט צו נעמען דע דיל. -אירן האט אויפגעגעבען אויף זאכן וואס ער קען צריקדרייען אין זייער א קורצע זמן ממש אפאר חדשים -ביז דערווייל קען ער ווייטער בויען מער עדוואנסט centrifuges -די break out time ,אויב אירן ניצט נאר די centrifuges וואס בלייבען operational אינטער די אגרימענט(6100) איז בערך 7 חדשים! אין אויב זיי טשיטען קען עס זיין אסאך ווייניגער.... -ביז דערווייל גייט ער באקימען איבער 100 ביליאן דאלער. -אין אנדערע ווערטער אבמה איז משוגע פאר מסקים זיין צי דער דיל http://www.powerlineblog.com/archives/2 ... trayal.php http://www.businessinsider.com/how-long ... pon-2015-3

http://www.nationalreview.com/article/4 ... avad-zarif -ברעגט ארויס גיט אז אירן פארליט נישט קאן סאך אויב בהמשך הזמן violate די אגרימענט . -דאס וואס אבאמה זאגט אז אויב פארלעצט איראן די אגרימענט ,וועלען אלע סאנקשענס צירוק שפרינגען, איז הוילע ווערטער(חוץ דעם וואס איראן וועט שוין האבען צענדליגע ביליאנן אין טאש)
אבאמא׳ס ענטפער צו Major Garrett פון CBS ווייזט אויף זיין שוואכע logic אין negotiations, אויב אונז וועלן בעטן מער, וועלן זיי דאך בעטן מער, איז לאמיר נישט בעטן.
השם ירחם.
VIDEO
קענט איר טרעפן איראן אויף די מאפע? http://www.politico.com/magazine/story/ ... asho5_D-mt
יואליש זיין רעטאריק איז די זשאוק פון שטאט. ער איז יעצט פארנימען אז צען יאר ארום גייט איראן פראדוצירן נוקלארע באמבעס בשעת וואס אין די לעצטע צען יאר איז ער געקומען קיין ניו יארק יעדן שני וחמישי און געשריגן אז איראן גייט האבן א באמבע ביז א יאר. ער האט דראמאטיש געמאלן רויטע ליינס אז אט אט קומט א באמבע. עק איז א זשואק אין די אויגן פון נוקלארע עקספערטן אבער א ראפינירטע פאלאטישאן און אזוינע לעכערליכע דרשות ברענגן אים גינסטיגע אנטקעטס אין לאנד.
קענסט עס אנרופן א דזשאוק אדער בלויז רעטאריק, אבער קערי בכבודו ובעצמו האט כמה פעמים היינט ארויסגעברענגט אין סענאט אז פאר צוויי יאר צוריק האט איראן געהאלטן צוויי דריי חדשים ביז א באמבע.