☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן

ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9295
בלאט: 1 2 3 4

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:10 pm

· #291301
@JewishPolitical: Dov Hikind Gets Arrested While Protesting Sen. Schumer on Iran Deal [Video] <a class="postlink" href="http://t.co/G2Muw8T5Sc/s/eLXP">http://t.co/G2Muw8T5Sc/s/eLXP</a> #irandeal

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:10 pm

· #291302
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
📎 uploadfromtaptalk1437671425551.jpg

יואליש » דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:21 pm

· #291306
דאס איז נקמה פאר הייקינד'ס שטיצע פאר ק"י אנעקסעשאן. כ'האב געוויסט די אנטיסעמיטן וועלן זיך נוקם אין דעם לוחם מלחמות השם.

😛

גאנצל » דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:41 pm

· #291310
יעצט גייט מען מאכן א דיל מיט דעם ראדיקאלען הייקינד

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:58 pm

· #291326
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
@IsraelHatzolah: URGENT - SHARE: Please sign this petition calling on @SenSchumer to stop #BadIranDeal. #WhereIsChuck
SIGN HERE > <a class="postlink" href="http://t.co/UFA7Cs9uOH/s/sjFy">http://t.co/UFA7Cs9uOH/s/sjFy</a>

Sent from my XT1056 using Tapatalk

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:54 pm

· #291346

ירח בן יומו » דאנערשטאג יולי 23, 2015 4:13 pm

· #291350
מער בילדער כאפער ווי פראטאסעטירער.
עס דערמאנט מיר פון די נטורי חרתא הפגנות

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 23, 2015 6:07 pm

· #291373
איינער פארשטייט וואס הייקינד זוכט דא צו אקאמפלישאן חוץ איזרעלי פראפאגאנדע און וואס האט ער זיך יעצט פארלייגט אויף שומער? ווייל ער האלט אנדערש ווי אים? ווייל שומער פאלגט נאך לאגיק אנשטאט ראדיקילע פאליטיק העצע און פראפעגאנדע וואס בענעפיט נישט קיינעם?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 23, 2015 6:18 pm

· #291378
ווייזט זיך קלאר ארויס, יעצט ווען ס'איז דא א דיעל, אז די ריטאריק פון נתניהו און דעם ישראלי רעכטע פליגל, האט קנאפ צו טוען מיט סעקיורעטי און פיל מער מיט פאליטיק און געלט.

יעצט אז ישראל וועט מער נישט זיין באדראעט - עכ"פ פאר 10-15 יאר ביז א פרישע קאץ און מויז געים, איז נתניהו א פארלוינערער. זיין דעמעגאגיע צו די מערב וועלט אז מ'ברויך אים שטיצן מיט געלט און וואפן - זיך צו באשיצן פון טעהראן, איז צובלאזן ווי א באבל גאם. מדינת ישראל איז מער נישט אין א שרעליכע סכנה, און זי איז מער נישט אנגעוויזן אויף הילף. ס'צרות פאר נתניהו, מארגן וועט נאך די מערב מאכן דיעלס מיט אלע שונאים פון ישראל, און זי וועט פארלירען אירע חשיבות פון זיין די איינציגסטע באזע פון פרא מערב אינעם מיטל מזרח.

סאבסיטוט » פרייטאג יולי 24, 2015 12:56 am

· #291485
וועל סעיד @רויטע וואנצעס.

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 24, 2015 2:08 am

· #291502
זע די דריטע און די לעצטע בילד.
😎

<a class="postlink" href="http://www.vice.com/read/photos-from-the-stop-iran-rally-in-times-square-723?utm_source=vicetwitterus">http://www.vice.com/read/photos-from-th ... etwitterus</a>

געוואלדיג » פרייטאג יולי 24, 2015 2:14 am

· #291503
פרייד די הארץ צו זעהן ווי אונזערע ברודער פארגעסן נישט זייער געטריישאפט צו אונזער אלטע באליבטע היים לאנד פרס וואס האט אין איר גלאררייכע היסטאריע אייביג געהאט פאר אונז אפענע טויערן און קיינמאל אונז געשטערט פון פראקטעצירן אידישקייט אפענערהייט,
לעבן זאל אונזער היימלאד פרס, נידער מיט די נידערטרעכטיגע ציונים וואס ווילן חרוב מאכן די וועלט.

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 24, 2015 1:10 pm

· #291563
@רויטע

דו נעמסט אן מיט א גלייכגילטיקייט אז דער דיעל וועט ברענגן זיכערקייט אז מדינת ישראל זאל נישט זיין באדראעט פאר 10-15 יאר, allow me to be skeptical, אבער קיין איינער פון די אפמאך אונטערשרייבער מיינען נישט דערמיט מדינת ישראלס טובה, איז לאמיר לייגן ביבי אין א זייט און פארשטיין אז דער דיעל אפפערט זייער א שוואכע אויסקוק פאר מדינת ישראלס זיכערקייט.

לאמיר אנהייבן מיט איראן גופא, איך דארף דיר נישט זאגן אז זיי האלטן באמת ביי גארנישט נאר זיצן דא ביים טיש געצווינגענערהייט צוליב די עקאנאמישע סאנקציעס. זיי זענען אבער געריבענע פערסישע סוחרים, זיי פארשטייען אז די אייראפעער, בעיקר רוסלאנד מיט כינע אבער אפילו דייטשלאנד און אנדערע, פייגערן אויך אז מען זאל אראפנעמען די סאנקציעס ווייל עס קאסט זיי אפ יערליך ביליאנען און זיי זוכן א וועג ארויס.

אין די היסטאריע פון פאשיסטן און טיראנען, פון היטלער ביז אסאד, האבן דיקטאטורן אויסגעוצט אזוי גערופענע דיעלס צו קויפן צייט און ערמעגליכן זיך צו פארשטארקן מיליטעריש. זיי ווייסן אז קיינער אין די מערב וועלט האט היינט נישט קיין אפעטיט פאר מלחמות און דאס זענען הוילע סטראשונגען, זענען זיי מסכים צו צו א דיעל וואס איז סך הכל געבויעט אויף אינספעקשאנס און זיי ווייסן מיט זיכערקייט אז זיי וועלן דאס קענן אויסשפילן. סאדאם כוסעין האט זיך ארום געשפילט מיט אינספעקטארס איבער צען יאר, נארט קארעא האט אויסגעשפילט די וועלט און צוריק געדרייט דאס רעדל לאחר המעשה ואין פוצה פה ומצפצף. איראן ווייסט וויאזוי צו שפילן דעם געים און זיי האבן דאס גוט אויסגערעכנט.

די פרטים וואס מען ווייסט וויאזוי די אינספעקשאנס וועלן צוגיין ווייזט אז עס זענען גענוג לעכער אינעם סיסטעם, לויט געוויסע עקספערטן וועט זיך איראן היפש קענען אן עצה געבן דערמיט. למשל די 24 טעג advance notice ערלויבט פאר א קאץ און מויז געים, און ערשט נעכטן איז ארויסגערינען אין סענאט אז אין Parchin וועלן די איראנער קיינעם נישט אריינלאזן נאר זיי וועלן אליין זיין די וואס וועלן מאכן די אינספעקציעס, ועוד.

איי וועסטו פרעגן איז אבאמא משוגע?

די תירוץ איז ניין אבער ער רעדט זיך שטארק איין אז דער אפמאך איז יא גענוג צו שווער מאכן דאס לעבן פאר די איראנער צו פארהוילן זייערע מעשים אשר לא יעשו און ער האלט בשיטה אז מען קען מער אויפטון דורך פרידליכע incentives.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין זיין פילאזאפיע, והיא הנותנת, אין זיין וועלט אויסקוק איז מדינת ישראל א שטער פאר זיין vision in foreign policy. יעצט אין די לעצטע פאר יאר פון זיין קאדענץ איז ער אויף א מיסיע איבערצולאזן א קאנטראסטפול legacy, א שטייגער ווי קארטער נאר ערגער, אויף וואס ער זאל קענען אנצייגן נאך זיין אמט און זאגן איך האב דורכגעבראכן און אויסגעפירט וויכטיגע ליבעראלע אגענדעס, סיי אינערליך און סיי אין foreign affairs. עס גייט אים אן מדינת ישראל long term security אין די לינקע פאה, דאס וועט שוין נישט זיין זיין פראבלעם.

ער האט זיך געטראפן א גוטן שותף אינעם נאאיווען קערי ודכוותו וועלכע גלייבן באמונה שלימה אין מאדערניזירן אמעריקאן פאליסי, פאר זיי איז זייער וויכטיג זיך מער אהערצושטעלן פאר די וועלט מיט מער ליבעראלע פרינציפן, עס גייט זיי אין לעבן צו געפעלן פאר די ארייאפעאישע פירער און זיי אנערקענען און אינדעטיפיצירן זיך מיט די אייראפעער הנחה אז דאס אז אמעריקא איז אלעמאל עומד בראש איז א פארגאנגענהייט.

דער אפמאך מיט איראן פאסט גוט אריין פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, ביז דערוויעל וועט איראן אבער ווייטער טון וואס זיי האלטן ביים טון מיט מער פארבארגענקייט, זיי וועלן קענען אינצווישן בליען עקאנאמיש און די קריטישע פאר יאר וועט זיי געבן גענוג צייט זיך צו פארוואנדלן אין א באפעסטיגטע נוקלערארע מאכט, א מציאות וואס וועט זיין צו שפעט אפצושטעלן.

ישראל איז שוין איינמאל באדראעט.

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 1:45 pm

· #291575
כלבוע
זעכציג לענדער זאגן אנדערש ווי דיר, ס׳נישט נאר אבאמא ס׳איז אלע אייראפישע לענדער, ביבי שרייט שוין מעהר ווי פופצן יאר אז איראן גייט מארגן האבן א אטאם באמבע, און ווי איז עס?

און איך וויל נוצן דיינע אייגענע ווערטער allow me to be skeptical, אבער ביבי מיינט דא זיינע אייגענע אינטערעסן !

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 24, 2015 1:49 pm

· #291577
@שבת

זעכציג שמעכציג, זיי מיינען זיך.
The munich agreement also included the major powers of Europe.

וועגן ביביס ווארענונגען זעה מיין פריערדיגע תגובה, מפי קערי בכבודו ובעצמו.

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 1:54 pm

· #291578
ס׳איז נישט די זעלבע ווי עס איז געוועהן פאר זיבעציג יאהר צוריק , רעד נישט קיין נערישקייטן , און ״איך״ גלייב נישט קיין ״איין״ ווארט וואס קומט ארויס פון ביבי׳ס מויל און יא איך בין אסאך מעהר באקוועם מיט די זעכציג שמעכציג לענדער ווי ביבי און הייקינד!

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 24, 2015 1:58 pm

· #291580
סאיז טאקע נישט די זעלבע, סאיז ערגער, און לאז שוין אפ ביבי, הער אויס קערי אליין.

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 2:01 pm

· #291582
וואס זאגט קערי ? לאמיר הערן

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 24, 2015 2:11 pm

· #291585
קערי: איראן האט געהאלטן צוויי דריי חדשים ביז א באמבע פאר צוויי יאר צוריק.

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 2:13 pm

· #291586
אבער וואס זאגט ער צו די אגרימענט?

און ווען און ווי האט ער עס געזאגט? האסט א לינק צו דעם אפשר?

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 24, 2015 2:15 pm

· #291587
כלבא, דו ברענגסט זייער שיין ארויס די אנדערע זייט מטבע, די אלטערניטיוו פון נישט האבן א דיעל איז אבער פיל ערגער פון א אומפערפעקט דיעל.

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 2:25 pm

· #291588
איך געדענק ווען כמעט יעדע חסיד האט זיך געשוויורען אז סאדאם כוסעין האט נוקלעיר וואפן, למעשה האט ער קוים געהאט קעמלעך און ס׳האט געקאסט אמעריקא טריליאנען און אפאר טויזענט לעבענס, 10 טויזענט געזונטע אמעריקאנער יונגלעך זענען אהיימגעקומען אן הענט און פיס און אונז לאדן נאך היינט וועגן די מלחמות,

הערטס אויף צו דימונען אזויפיל!

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 24, 2015 2:33 pm

· #291591
In his testimony, Kerry said that when the negotiations began, experts calculated that it would take Iran only two to three months to produce enough material for a bomb, the so-called breakout time.

קענסט הערן אליינס:
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=p9qa1e57Nns">https://www.youtube.com/watch?v=p9qa1e57Nns</a>
בערך 57 מינוט אין די וידיאו.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 24, 2015 2:36 pm

· #291593
דו מיינסט טאקע אז כומעני, דער סעלפיש פאער הינגעריגע פאנאטיקער וויל שטארבן? פארלירן זיין מלוכה? קאמיטן זעלבסטמארד? די מינוט ער שיסט א נוק, קומען 10 צוריק. און זאג מיר נישט היטלער'ס זעלבסטמארד יוכיח. היטלער האט געוואלט איינעמען די וועלט און ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט פאר אים. דא רעדט מיט פון זיכערע זעלבסטמארד דער כומעני וועט באגיין אויס שיסט ער א נוק.

באמת איז קיינער נישט משוגע צו טראכטן אז ס'וועט אמאל פאסירן, כומעני איז נישט משוגע צו הארגענען זיינע כאמאס ברודער אין די וועסט בענק מיט זיין ירושלימע באמבע, צו עזה מוסלעמענער מיט זיין תל אביב באמבע. דא רעדט מען פון power. איראן וויל ניצן די באמבע וואס ליגט טיף באהאלטן אין בונקער לעולם ועד צו קאנטראלירן די מיטל מזרח. ס'האט ווייניג צו טוען מיט סעקיורעטי און מער מיט דאמינענץ.

דאס נעמט נישט אוועק פון די פראבלעם. א שטארקע איראן איז גאר שלעכט פאר די וועלט אפילו אן ניצן א באמבע, אבער ס'פאלג מיר א גאנג ביז א רויטע ליניע און די פארניכטונג פון מדינת ישראל.

אדרבה, וואס איז די אלטערנעטיוו?

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 24, 2015 2:41 pm

· #291596
רויטע וואנצעס
כלבא, דו ברענגסט זייער שיין ארויס די אנדערע זייט מטבע, די אלטערניטיוו פון נישט האבן א דיעל איז אבער פיל ערגער פון א אומפערפעקט דיעל.


די פראבלעם מיט די טענה איז, אז אבאמא האט כסדר געזאגט אין די לעצטע פאר יאר אז מעןן וועט ענדערש אינגאנצן נישט מאכן קיין דיעל ווי איידער צו מאכן אן אומפערפעקטע דיעל, און דא למעשה האט ער עס יא געטון.

ער האט אויך נאכגעלאזט פון אסאך אנדערע תנאים וואס ער האט אליין געשטעלט, לייען דא: <a class="postlink" href="http://www.wsj.com/articles/the-calamity-of-obamas-iran-deal-1437608955">http://www.wsj.com/articles/the-calamit ... 1437608955</a>

סקוקט מער אויס אז די אלע צוזאגעכצער איז געווען א טריק נאכצולאזן פונעם פאליטישן דרוק ביז סווערט א מציאות כדי אויסצופירן זיין אגענדע.

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 2:45 pm

· #291599
[ציטאט אראפגענומען]


אויב ברענגסטו א ראי׳ פון קערי׳ס ווערטער פארוואס רעכענסטו זיך נישט מיט זיינע יעצטיגע ווערטער אז נאכן מאכן די דיעל וועט איראן נישט קענען פראדיצירן א באמבע ? איך האב נאכנישט געהאט קיין צייט צו זעהן די קליפ און הערן וואס ער האט צו זאגן אבער אפילו ער האט עס יא געזאגט וויאזוי קען זיין אז ער האט מסכים געוועהן צו די דיעל? ער וועט עס צולאזן אויף זיין זייגער? און ווען קען מען זיך רעכענען מיט קערי׳ס ווערטער נאר ווען עס שטימט מיט דיין אגענדע?

יא היסטערי ריפיטס איט סעלף! דארפסט נישט צוריקגיין זיבעציג יאר מיר איז גענוג 10 יאהר צוריק האבן די זעלבע מענטשען וואס זאגן יעצט אז איראן איז א סכנה פאר די וועלט האבן געזאגט אז איראק איז א סכנה פאר די וועלט!

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 24, 2015 2:49 pm

· #291600
[ציטאט אראפגענומען]


די איראנער וויזיע זאגט פאר אז ס'דארף זיין א מוסלעמענער דאמינענץ איבער די גאנצע וועלט. א פארברענטע טעהראן און א חרובע איראן איז אפגעהאקט די קאפ פון די וויזיע. די ציהל איז אז כופרים זאלן ווערן גלויביגע, נישט אז די גלויביגע דארפן שטארבן מיט די מורדים.

בנוגע שיסן אייגענע ברודער, דא רעדט מען נישט פון סתם ברודער, דא רעדט מען פון כאמאס וואס איז די פראקסי און איראנע פראנטעיר אין יענע ראיאן. ס'נישט זייער ברודער, ס'זיי אליינס. כאמאס מיט איראן זענען איין ארמיי מיט צוויי אפטיילונגען.

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 24, 2015 2:55 pm

· #291603
רויטע וואנצעס
דו מיינסט טאקע אז כומעני, דער סעלפיש פאער הינגעריגע פאנאטיקער וויל שטארבן? פארלירן זיין מלוכה? קאמיטן זעלבסטמארד? די מינוט ער שיסט א נוק, קומען 10 צוריק. און זאג מיר נישט היטלער'ס זעלבסטמארד יוכיח. היטלער האט געוואלט איינעמען די וועלט און ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט פאר אים. דא רעדט מיט פון זיכערע זעלבסטמארד דער כומעני וועט באגיין אויס שיסט ער א נוק.

באמת איז קיינער נישט משוגע צו טראכטן אז ס'וועט אמאל פאסירן, כומעני איז נישט משוגע צו הארגענען זיינע כאמאס ברודער אין די וועסט בענק מיט זיין ירושלימע באמבע, צו עזה מוסלעמענער מיט זיין תל אביב באמבע. דא רעדט מען פון power. איראן וויל ניצן די באמבע וואס ליגט טיף באהאלטן אין בונקער לעולם ועד צו קאנטראלירן די מיטל מזרח. ס'האט ווייניג צו טוען מיט סעקיורעטי און מער מיט דאמינענץ.

דאס נעמט נישט אוועק פון די פראבלעם. א שטארקע איראן איז גאר שלעכט פאר די וועלט אפילו אן ניצן א באמבע, אבער ס'פאלג מיר א גאנג ביז א רויטע ליניע און די פארניכטונג פון מדינת ישראל.

אדרבה, וואס איז די אלטערנעטיוו?


רויטע,

סשווער צו שפאקולירן ווי ווייט די אייאייטולעס פאנאטישקייט קען גרייכן און כבין גראדע מער נוטה צו דיין מיינונג לגבי דעם חלק פון דאס ניצן למעשה, אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל קאפיטולירן, איראן האלט דא אין א מצב ווי זיי זענען שיעור נישט דערווארגן געווארן פון די סאנקציעס, אנשטאט אויסצוניצן די געלעגנהייט און זיי נאך מער שטופן אין ווינקל, האט מען זיך געלאזט ווערן איבערגעקלוגט.

כזאג געלאזט, ווייל סקוקט מיר אויס אז די באטייליגטע האבן טאקע געקענט ביישטיין, יעדער צוליב זיינע אייגענע סיבות.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 24, 2015 2:58 pm

· #291604
ווי אזוי וואלט אויסגעזעהן דיין דיעל?

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 24, 2015 3:08 pm

· #291611
יא יא, נאכן דורכפאל האבן זיך די איזראעליס דערמאנט אז זיי האבן באמת נישט געוואלט קיין איראק קריג נאר און איראן קריג.

<a class="postlink" href="http://youtu.be/fpQdg4D78Jc">http://youtu.be/fpQdg4D78Jc</a>

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 24, 2015 3:18 pm

· #291615
רויטע וואנצעס
ווי אזוי וואלט אויסגעזעהן דיין דיעל?


א בעסערע דיעל וואלט גענצליך פארבאטן איראן פון לעגאל בארייכערן uranium, וואלט פארלאנגט אז איראן זאל דיסמענטלן אירע נוקלעארע facilities, וואלט צוריקגעהאלטן איראן פון קענען דעוועלאפן בעסערע centrifuges, באגלייט מיט אינספעקציעס Anywhere Anytime אויב נויטיג. אלץ באנוס וואלט עס אויך אריין געררעכנט א פארבאט צו בויען אינטער קאנטאנענטעל מיסלס, וואס קענען גענוצט ווערן צו דעליווערן נוקלעארע וואפן.

אבער נאך וויכטיגער פון אלעם, און דער עיקר העיקרים, וואלט אלעס געווען אנגעבינדן אין דעם אז איראן זאל זיך אנהייבן מער צוצושטעלן צו די אינטערנאציאנעלע קאמיוניטי און צו אירע פרינציפן פון פרידן. דאס איז די הויפט סיבה פארוואס די וועלט האט נישט געמאכט קיין גרויס עסק ווען אינדיע און פאקיסטאן האבן זיך ערווארבן נוקלעארע וואפן, ווייל זיי האבן נישט געשפילט קיין אקטיווע ראלע אין חרוב מאכן די וועלט און דעמאקראטיע דורך שטיצן טעראר אדער טעראר מאכטן.

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 3:21 pm

· #291618
יעצט איז מיר שוין אלעס פארענטפערט!, שש לאמיר גיין צו די אויסגעשפראכענע פרייע סעלף העיטינג איד טשוק שומר מוחה זיין ביי זיין טיר און שרייען קולות וברקים ווייל אבאמא איז א מוסלימעינער וואס איז א סכנה פאר די וועלט והא ראי׳ ער האלט אז ס׳איז דא אזא זאך ווי זיך אראפזעצן מיט אראבער און ״מאכן א דיעל״ דאס איז א געפערליכע זאך מאכן א דיעל מיט די ״אקס אף איוועל״! מ׳דארף די 75 מיליאן מענטשען אין איראן אלע אויסהארגענען ווייל כומעני איז א אנטיסימיט און פונקט ווי היטלער האט געהארגט אידן גייט ער טוען ממש די זעלבע זאך אט אט, ביבי האט בפירוש אזוי געזאגט פאר פופצען יאר צוריק אין קאנגרעס אז מארגן גייען זיי האבן א באמבע, און בכלל אמעריקא דארף שוין אנהייבן עפעס א מלחמה זיי האבן שוין לאנג נישט גענוצט זייערע טייערע מעכטיגע אלטיריטיס, ס׳איז שוין העכסט צייט!

ליפא » פרייטאג יולי 24, 2015 3:29 pm

· #291621
רויטע וואנצעס
ווי אזוי וואלט אויסגעזעהן דיין דיעל?

קודם וואלט אין מיין דיעל נישט געווען קיין 24 טאג צייט פאר איראן פון מעלדן אינספעקציעס ביז די אינספעקטארס מעגן אריינגיין. היש לך גדול בש ווי דאס?

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 24, 2015 3:36 pm

· #291623
א שטיקל טעות מיט די 24 טעג. איראן דארף אריינלאזן אינספעקטארס ביז 3 טעג פון א ריקוועסט. ס'נעמט נאך דריי וואכן פון פראצעדורן צוריק איינצושטעלן סאנקציעס = 24 טעג.

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 3:36 pm

· #291624
אנאנים
איך האב דיר שוין גענטפערט מעהר ווי איין מאל

1)זעכציג נארמאלע לענדער האלטן אנדערש ווי דיר, און די אלע לענדער ווילן נישט ״בשום פנים ואופן פאר זייער ״אייגענע אינטערסן״ אז איראן זאל גיין נוקעלאר
2)איך טראסט נישט ביבי און די רעכטע ווייל זיי הערן נישט אויף מיט זייערע ליגענט און פראפאגאנדעס קעגן איראן פאר די לעצטע 15 יאר
3)איך זעה נישט קיין שום אלטערניטיוו, מלחמות האב איך שוין געזעהן וואס זיי טוען אויף

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 24, 2015 3:45 pm

· #291627
רויטע וואנצעס
א שטיקל טעות מיט די 24 טעג. איראן דארף אריינלאזן אינספעקטארס ביז 3 טעג פון א ריקוועסט. ס'נעמט נאך דריי וואכן פון פראצעדורן צוריק איינצושטעלן סאנקציעס = 24 טעג.


במציאות קען דאס זיין נאך לענגער ווי 24 טעג, זעה דא:
<a class="postlink" href="http://www.wsj.com/articles/iran-inspections-in-24-days-not-even-close-1437521911">http://www.wsj.com/articles/iran-inspec ... 1437521911</a>
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2015/07/23/world/middleeast/provision-in-iran-accord-is-challenged-by-some-nuclear-experts.html">http://www.nytimes.com/2015/07/23/world ... perts.html</a>

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 24, 2015 3:49 pm

· #291628
טאקע א פראבלעם לויט געוויסע עקספערטן. נישט יעדער איז מסכים.

דער אמת איז לאמיר זיך נישט נארן, נאך צוויי יאר פון סאנקציעס וואלט לכאורה געקענט ברענגן א בעסערע דיעל, אבער אבאמא וועט שוין נישט זיין פרעזעדענט צו קענען נעמען קרעדיט און בויען זיין לעגעסי. פאלטיקיס ביופיה.

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 4:22 pm

· #291637
[ציטאט אראפגענומען]


ס׳געפעלט מיר ווי דו און ענק רעכטע (אויף אלע ענקערע טאלק-שויס)הערן נישט אויף צו ניצן די סליפי סלאופ ארגומענט וועגן טשעכיי און טשעמבערליין , וואס קומט בכלל נישט אריין אהער און ס׳איז קיין שום פארגלייך ווי אוועק געבן א גאנצע לאנד אן קיין איין שאס פאר היטלער, און ווייל די וועלט האט אמאל געמאכט פאר מעהר ווי זיבעציג יאהר צוריק א גראבען טעות טאר מען שוין ״קיינמאל״ נישט מאכן קיין דיעל מיט קיינעם אויף אייביג? און מ׳קען נישט טראסטן די היינטיגע אייראפישע לענדער ווייל טשעמבערליין איז געוועהן א coward? און זיי נוצן נישט די זעלבע משל פון ״היסטארי״ אויף איראק ווי ענק האבן געמאכט א ״גראבען טעות״ ענק האבן געמאכט אסאך predictions אין איראק אז ס׳וועט נאר זיין א שנעלע מלחמה און אז די איראקי בירגער וועלן אונז טריטען ווי ליבערעיטארס און אז סאדאם איז די גרעסטע צרה פאר די וועלט! אנטשולדיגט ענק האבן פארלוירן ענקערע credibilites ביי מיר!.

גר ותושב » פרייטאג יולי 24, 2015 4:28 pm

· #291639
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
איין זאך פארשטיי איך נישט ווער רעדט פון מלחמה קיינער ראדט נישט פון מלחמה מען רעדט פון military option דאס מיינט וואס מדינת ישראל האט געטוהן מיט איראק יארן צירוק מען באמבערדירט די facilities און געגאנגען ווייטער די כלל איז ווען אן אראבער כאפט א קלאפ שווייגט ער אזוי ווי איראק האט טאקע געשוויגן נאך וואס מען האט זיי אטאקירט און איך גלייב און די רגע מען באמבעדירט איראן וועלן זיי פארלירן זייער אפטיט פון מלחמה און אפילו אויב זיי גייען צירוק און מלחמה קען מען זיך אן עצה געבן מיט זיי אן ground troops עס איז אנדערש פון Isis וואס זענען צישפליטערט דא הייבסטו אן באמבערדירן זייער gas facilities און זיי געבן אויף און אויב נישט זעיסטו דאך אליינס ווי פאנאטיש און מסוכן זיי זענען אזא מלחמה דארף נישט קאסטן קיין איין קרבן פאר אמעריקע אפשר פאר מדינות ישראל יא און צו אן נעמען א no war פאליסי איז די ערגסטע זאך א ראיה דערצו איז Isis וואס ווערן שטערקער פון טאג צו טאג חוץ פון דעים די איינציגסטע אפהאלט וואס איז יעצט געווען פאר אנדערע אראבישע לענדער ווי סעודיה פון בוען א אטאם איז שוין נישט דא זיי האבן מער געלט ווי איראן און מער לענדער וואס שטיצען זיי און מיט אזא Obama (black and wick ) cofee ווי מאנכע דריקן זיך אויס ווער גייט זיי צירוק האלטן.

Sent from my XT1056 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג יולי 24, 2015 4:33 pm

· #291641
[ציטאט אראפגענומען]


זיי מסביר ?

ליפא » פרייטאג יולי 24, 2015 4:58 pm

· #291645
שבת אחים רעדסט היבש הוידל בוידל. קודם אז דו פארגלייכסט איראק מיט איראן און לגבי ווער עס האט געשטיצט יענע מלחמה. ווער איז ענק? הילערי קלינטאן? קערי? גיי הער אויס זייערע רעדעס אין שטיצע פאר די איראקע מלחמה פאר זיי האבן אין סענאט גשטימט דערפאר!!
קיינער כמעט אין אייראפע האט געשטיצט איראק מלחמה! חוץ ענגלאנד און פוילן איז יעדער דארט געווען אויסגעשפראכן דערקעגן, זאל אמעריקע וועלן דערקלערן היינט קריג אויף איראן קענען זיי רעכענען שטיצע פון יעדן לאנד אין אייראפע אין כמעט אלע אראבישע לענדער!
און די איראק מלחמה האט מען געווינען, ס'האט גענומען 3 וואכן. וואס איז געווען נאכדעם איז געווען אן אקופאציע מיסמענעדזשט. דאס מוז זיך נישט איבערחזרן נאכאמאל בפרט ווען קיינער רעדט נישט פון א שטיוול מלחמה מיט איראן

ליפא » פרייטאג יולי 24, 2015 5:01 pm

· #291646
און אויך טאר קיינער פארגעסן ווער עס איז שולדיג אין די שפעטערע דורכפאלן אין איראק. יא דיינע ליבעראלע פריינד אין די מידיע וואס האבן פיינט געהאט בוש מער ווי זיי האבן געוואלט זען אמעריקע'ס סוקסעס. מילא קוק דיר אין שפיגל. און איך בין ווייט פון א רעפובליקאנער איך האלט נישט פון יענע מלחמה. אבער די אלע פאקטן האב איך גוט מיטגעהאלטן.

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 24, 2015 5:43 pm

· #291655
איך ווייס נישט צי עס קומט דא, אדער אין די פאליטיק אשכול. אבער דאס איז צוקער זיס!

טעד קרוז דעבאטירט אן אנטי-מלחמה פראטעסטירער פון קאוד פינק, ביי זיינס א ראלי.

מוראדיג הנאה פון זיין סיוויליטי.
<a class="postlink" href="http://youtu.be/ZfWF6GH0BYw">http://youtu.be/ZfWF6GH0BYw</a>

שמערל » פרייטאג יולי 24, 2015 7:49 pm

· #291684
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
סתם א זייטיגע נקודה.
פארהאן א שטארקע מיינונג, אז אויב וואלט טשעמבערליין דעמאלטס נישט נאכגעגעבן פאר היטלער נאר גלייך דערקלערט קריג קעגן אים, וואלט דייטשלאנד גרינגערהייט געקענט צוברעקלען ענגלאנד און געוואונען די מלחמה.
דורך נאכגעבן פאר היטלער, האט ענגלאנד פארדינט א יאר וואס זי האט אנגעהויבן ערנסט זיך צוציגרייטן צום אומפארמיידליכן מלחמה מיט פראדוצירן געווער וכו', ביז זי האט ענדליך געמיזט דערקלערן קריג ביים פוילישן אינוואזיע.

היסטאריע חזר'ט זיך איבער, און צומאל איז א שוואכער דיעל בעסער ווי בכלל נישט קיין דיעל.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יולי 25, 2015 10:28 pm

· #291689
זייער אינטערעסאנט צו ליינען כומעני'ס ווילדע twitter feed ריטאריק.
ער מוז עס טוען צו בארואיגן די עקסטרעמע עלעמענטן אין איראן, נאכן דיעל מיט די מערב.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/khamenei_ir">https://twitter.com/khamenei_ir</a>

רוסישער » מאנטאג יולי 27, 2015 2:19 pm

· #292080
דער קאנדיטאט האקאבי האט שטראק בארעדט אבאמאס דיל מיט איראן, זאגענדיק אז דאס קען בריינגען נאך א האלעקאסט, (אפשר האט ער גאר געוואוסט אז ס'איז ת"ב אויף דער וועלט?). אבאמא ענטפערט זייער שארף.
דוקא א אידישער ארגעניזאציא (ADL) האבן געטענה'ט אז דער פארגלייך איז ניט געהעריג, אבער האקאבי לאזט ניט אפ.

הקטן » מאנטאג יולי 27, 2015 11:35 pm

· #292268
שמערל
סתם א זייטיגע נקודה.
פארהאן א שטארקע מיינונג, אז אויב וואלט טשעמבערליין דעמאלטס נישט נאכגעגעבן פאר היטלער נאר גלייך דערקלערט קריג קעגן אים, וואלט דייטשלאנד גרינגערהייט געקענט צוברעקלען ענגלאנד און געוואונען די מלחמה.
דורך נאכגעבן פאר היטלער, האט ענגלאנד פארדינט א יאר וואס זי האט אנגעהויבן ערנסט זיך צוציגרייטן צום אומפארמיידליכן מלחמה מיט פראדוצירן געווער וכו', ביז זי האט ענדליך געמיזט דערקלערן קריג ביים פוילישן אינוואזיע.

היסטאריע חזר'ט זיך איבער, און צומאל איז א שוואכער דיעל בעסער ווי בכלל נישט קיין דיעל.


דו זאגסט אז טשעמבערלין האט דאס אויסגערעכנט, און איז א העלד
אדער אז די נערישקייט איז געלונגען.

און די יעצטיגע פאל איז איראן וואס וועט האבן די מעגליכקייט זיך אויף צי בויען מיליטעריש.

שמערל » מאנטאג יולי 27, 2015 11:39 pm

· #292272
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
וואסערע נארישקייט איז צו פראבירן פארמיידן א קריג וואס מען האט נישט קיין שאנס צו געוואונען.
עס איז פשוט קאממען סענס.

chaims » מאנטאג יולי 27, 2015 11:39 pm

· #292273
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
הקטן
שמערל
סתם א זייטיגע נקודה.
פארהאן א שטארקע מיינונג, אז אויב וואלט טשעמבערליין דעמאלטס נישט נאכגעגעבן פאר היטלער נאר גלייך דערקלערט קריג קעגן אים, וואלט דייטשלאנד גרינגערהייט געקענט צוברעקלען ענגלאנד און געוואונען די מלחמה.
דורך נאכגעבן פאר היטלער, האט ענגלאנד פארדינט א יאר וואס זי האט אנגעהויבן ערנסט זיך צוציגרייטן צום אומפארמיידליכן מלחמה מיט פראדוצירן געווער וכו', ביז זי האט ענדליך געמיזט דערקלערן קריג ביים פוילישן אינוואזיע.

היסטאריע חזר'ט זיך איבער, און צומאל איז א שוואכער דיעל בעסער ווי בכלל נישט קיין דיעל.


דו זאגסט אז טשעמבערלין האט דאס אויסגערעכנט, און איז א העלד
אדער אז די נערישקייט איז געלונגען

נישט אויסגערעכענט. אבער ער האט געהאלטען אז אפשטיפען א מלחמה איז א גוטע זאך און מען קען פארדינען דערפון

נ.ב. איך בין לגמרי מחולק אויף די סברה איך בין עס נאר מסביר לשיטתו

I can't believe I just said that...

גר ותושב » מאנטאג יולי 27, 2015 11:40 pm

· #292275
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/opinions/obamas-secret-iran-deals-exposed/2015/07/27/26d14dbc-3460-11e5-8e66-07b4603ec92a_story.html?postshare=471438031639710">https://www.washingtonpost.com/opinions ... 8031639710</a>

Sent from my XT1056 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4