☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #929

אשכול אן א טיטל #929

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #929

— » פרייטאג יוני 22, 2012 7:23 pm

· #19415

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

געפילטע פיש » זונטאג יוני 24, 2012 1:16 pm

· #19539
פארידגע וואך האב איך טאקע בייגעווינט אזא פירצה טאקע דא אויף אונזער היימישע גאסען, א פרוי, אן קיין טראפ בושה איז געשטאנען אויפן גאס און געקעדט אויף א סעלפאון! כ'האב געוואלט אריבערגיין צו איר און מעורר זיין אז זי זאל ענדערש רעדען אויפן פאבליק פאון ביים קארנער אין נישט מכשיל זיין די צענדליגע יונגערלייט וואס גייען אריבער און מוזן צוזעהן דאס פריצות.
אבער נאך פאר כ'האב עספיעט צוצוגיין איז דער בעל דבר אריין צו מיר אין קאפ, און כל מיני בייזע מחשבות האבן אנגעהויבן צו ווירבלען, אז מ'סתם רעדט זי צו אירע קינדער אז זיי זאלען עסען די פינאט באדער סענדוויטשעס וואס זי האט אנגעגרייט, ווילאנג זי קומט אהיים. דעי גלאנזעדיגע סעלפאון האט אזוי געבליטשקעט, אפשפיגעלענדיג זי זון שטראלען, טאנצענדיג אין מיינע אויגן, און איך קען מיך פארשטעלען ביי מיר אין קאפ ווי די קנעפלעך דרוקען זיך אזוי שיין, און די ווייערלעס סיגנאלן פליען פון פאון צום סעל טאוער און צוריק.
ווי איך קום נענטער באמערק איך אז ס'בכלל נישט א סעלפאון, נאר א גרויסע אויעררינגעל באצירט מיט דיאמאנט שטיינער, בין איך סתם געווארן עקסיידעד פאר גארנישט...

נפתלי » מאנטאג יולי 9, 2012 2:16 pm

· #22692
פשוט מתפלל געווען צום אויבערשטן האט זי אויך?

אלדד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:21 am

· #26032
היינטיגע דור קענסט מיט רעכט אנגערופען ווערן דור הסגולות

וכל המרבה מיט קוקו סגולות הרי זה משובח...

סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 6:50 pm

· #156961
@אנאנים עס איז דא א גאנצע אשכול דערוועגען,
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/125239">viewtopic.php?p=125239#p125239</a><!-- l -->

ישמעאל הכהן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 6:51 pm

· #156963
סאשי פיש
@אנאנים עס איז דא א גאנצע אשכול דערוועגען,
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/125239">viewtopic.php?p=125239#p125239</a><!-- l -->

אבער יענע איז נישט ''זיין'' אשכול....

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 6:52 pm

· #156964
ווילאנג עס עפנט זיך נישט אויף א ת.. לעקער סגולה אורגאניזאציע-ביזנעס וואס גייט עס מיך אן.

ישמעאל הכהן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:01 pm

· #156965
תפילין לעקער ? תפילין קישט מען נאר

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 5:07 pm

· #160733
פארוואס איז נעבעך. שמירת עינים איז א ענין... אזוי האט מען אונז געלערנט בגירסא דינקותא.

עוד מישהו » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:45 pm

· #160998
סגולה גדולה ונפלאה בדוק ומנוסה.
קיבלתי על עצמי לא להקשיב לאשתי למשך ארבעים יום ונושעתי, מאז אני לא שומע אותה.
הבטחתי לפרסם

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 4:05 pm

· #161005
[ציטאט אראפגענומען]

יש עוד הרבה סגולות מסוג זה. לדוגמא. אם הבעל עוזר לאשתו לנגב את הצלחות במשך ארבעים יום רצופים. זה סגולה נוראה לשלום בית. ולאכול אפיקומן ולומר היהי רצון במשך מאה ועשרים שנה. זה גם סגולה נפלאה לאריכת ימים. 😂

קליגער אינגערמאן » מאנטאג מאי 12, 2014 11:38 pm

· #200238
פון וועלכע מקובלים זאגט מען עס נאך פון?

משה געציל » מאנטאג מאי 12, 2014 11:47 pm

· #200240
מקבלי הכסף.

קליגער אינגערמאן » מאנטאג מאי 12, 2014 11:52 pm

· #200242
משה געציל
מקבלי הכסף.


👍 👍

sefish » דינסטאג מאי 13, 2014 12:44 am

· #200250
די מקובלים האבן געמיינט דוקא דאלארן? אפשר איז גוט אין זלאטעס אדער שקלים אדער אין פעניס. פאר פרנסה געבט 395 פעניס

נאך א פשט » דינסטאג מאי 13, 2014 1:04 am

· #200252
נפתלי
פשוט מתפלל געווען צום אויבערשטן האט זי אויך?


וואס פאר א מין סגולה איז דאס 😂

אפשר איז נשתנו הטבעים און היינט ארבעט דאס שוין נישט (עפרא לפימי)

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 13, 2014 3:01 pm

· #200324
מיין זיידע ע"ה האט מיר אמאהל געזאגט אז די בעסטע סגולה איז נישט צוטוהן די אלע סגולות

פישלע העררינג » דינסטאג מאי 13, 2014 4:55 pm

· #200340
"השפעות טובות" = 1248....

אגב, "ליצנות" = 586...

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 13, 2014 5:08 pm

· #200345
לקבל לייק = 312

בדוק ומנוסה

ונבנתה העיר » דינסטאג מאי 13, 2014 11:48 pm

· #200405

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 14, 2014 10:02 am

· #200435
אז מען קען קויפן און פועל'ן ישועות מיט שקל, קען איך שוין ענדערש קויפן מיט זימבאווע דאלארן...

sefish » מיטוואך מאי 14, 2014 10:02 am

· #200436
איר זעט, דארט איז טאקע אלעס אין ''שקל'', סך ביליגער

מ'האקט, יא שמעקעדיג דעיס איז מיין תורה, מעגסט געבן קרעדיט 😠

יין שרף » דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:05 pm

· #200732
ציטערסטו אז די גייסט שטארבען אינמיטן די נאכט???
זארג נישט! פאר א מינימאלע נדבה פון "הונדרעט אכציג" דאלער, וועט א זייער bored תלמיד חכם זיצן א גאנצן נאכט פארנט פון א פושקע, און אריינלייגן א פעני -פער- סעקונדע, מיט א הבטחה אז מ'גייט נישט שטארבן בעת ההוא *.


Offer valid while supplies last, not available in all areas, some restrictions may apply. Not responsible for sudden death, suicide, murder, or acts of God. Method has not been evaluated or approved by the FDA, consult your physician as this is not right for everyone. $180 fee does not include local and state taxes and fees. Talmid chuchom not included. Not refundable or transferable

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:08 pm

· #200733
דאס רוב פון מיין לייק גייט פאר די ''פיין פרינט''.... 😂

יין שרף » פרייטאג מאי 16, 2014 1:23 am

· #200779
יישר כח @שמעקעדיג פאר געבן מיין 400'סטן לייק!

למדן » זונטאג מאי 18, 2014 4:04 pm

· #200951
בן אליין איז גענוג אדער מען דארף צו געבן זכר ס' זאל נישט זיין א נקבה? נישט אז א נקבה איז שלעכט נאר בת קאסט פשוט מער געלט, די צייט לויפט אויס...

עוד מישהו » דינסטאג מאי 20, 2014 5:45 pm

· #201407
א איד רופט אן איינע פון די פראפעסיאנעלע שנאר ארגאניזאציעס, ער זאגט אז שוין אריבער אפאר יאר נאך זיין חתונה און ליידער האט ער דערווייל נישט זוכה געווען צו זש"ק.
די מענטש וואס האט גענומען די פאון קאלל איז געווען א חברה מאן, זאגט ער פארן רופער, "הער: איך זע אז דו וועסט קיין בן זכר נישט האבן, נישט באשערט, אבער א מיידל נאו פראבלעם מיטן אייבערשטענס הילף, אבער פאר דע רייט פרייס (פאר דע רייט גימטריא)."
רופט זיך אן אונזער רופער: "נו נו איך געב ענק $49 כמנין ילדה."
דער וואס האט גענומען דעם פאון קאלל, האט שוין געוואלט זאגן אז אויף אזא פאל וועט ער זיכער מאכן אז די סגולה ארבעט זיך נישט אויס, אבער וואס קען מען טוען.
א יאר שפעטער האט די מענטש געהאט א אינגל, די שנארער וואס האט געטייפט די קרעדיט קארט נומער האט בטעות געדרוקט $44 אנשטאט 49.

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 25, 2014 1:32 am

· #202175
מ'קען זאגן פשט אין פסוק, טוב לי תורת פיך, ס'איז מיר בעסער צו לערנען אליינס תורה מיט מיין אייגן מויל, מאלפי זהב וכסף, ווי צו צאלען געלט פאר די משניות, חצות, און תהלים כוללים.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 25, 2014 2:01 am

· #202181
עוד מישהו
א איד רופט אן איינע פון די פראפעסיאנעלע שנאר ארגאניזאציעס, ער זאגט אז שוין אריבער אפאר יאר נאך זיין חתונה און ליידער האט ער דערווייל נישט זוכה געווען צו זש"ק.
די מענטש וואס האט גענומען די פאון קאלל איז געווען א חברה מאן, זאגט ער פארן רופער, "הער: איך זע אז דו וועסט קיין בן זכר נישט האבן, נישט באשערט, אבער א מיידל נאו פראבלעם מיטן אייבערשטענס הילף, אבער פאר דע רייט פרייס (פאר דע רייט גימטריא)."
רופט זיך אן אונזער רופער: "נו נו איך געב ענק $49 כמנין ילדה."
דער וואס האט גענומען דעם פאון קאלל, האט שוין געוואלט זאגן אז אויף אזא פאל וועט ער זיכער מאכן אז די סגולה ארבעט זיך נישט אויס, אבער וואס קען מען טוען.
א יאר שפעטער האט די מענטש געהאט א אינגל, די שנארער וואס האט געטייפט די קרעדיט קארט נומער האט בטעות געדרוקט $44 אנשטאט 49.

עוד מישהוא: ייש"כ. איך ווייס נישט צו כ'האב עס שוין פארציילט דא אין קאווע שטיבל. אדער אפשר אן אנדערער. והנה. ס'אמאל געקומען א איד צו א רעבע (וועלכער איז זעיט אויס נישט געוועין קיין ווילנער גאון.) זיך מזכיר זיין. אז היות ער האט שוין זעקס יונגלעך וויל ער דער רבי זאל אנווינטשן אז זיין ווייב זאל געבוירן א מיידל. זאגט איהם די רעבע, געב $62 דאללער, כמנין "בס" וועסטו געהאלפן ווערן. אזוי ווי דער יוד שטייט און טראכט, רופט זיך אן דער גבאי. "ר' איד באצאלט שנעל די געלט פאר די רבי וועט זיך כאפן אז "בת" שרייבט מען מיט א "תיו"... 😕 😎 😂 😂 😂 😃 🙂 🙄 😠 😳 😉 😮

איך אויך » זונטאג מאי 25, 2014 7:15 am

· #202201
האט ער געקענט זאגן ''באס'' און פארדינן נאך א טאלער..

עוד מישהו » זונטאג מאי 25, 2014 7:24 pm

· #202391
א חוצפה, יעצט דערמאן איך מיר, אז פאר ל"ג בעומר האט איין ארגאניזאציע וואס שנארעט לעילוי נשמת הרשב"י מיך גערופן, ולזכותם ייאמר אז זיי שטעלן אויך צו אביסל וואסער מיט סירופ זכר למנהג אבותינו ווען ח"י ראטל איז נאך געווען משקה, האבן זיי מיר געפרעגט אויב איך וויל עפעס געבן, 395 פאר פרנסה, רפואה פאר 292 א.א.וו.
זאג איך אים, רבי איד, איך דארף א סגולה ווי אזוי פון ענק פטור צו ווערן, איך האב געמיינט ער וועט זאגן 295 כמספר פטור, און פטור אן עסק, א מכה! דער שנארער האט געוואלט פון מיר גאנצע 423 כמנין 'פעגער', מלשון פעגער זיך אפ פון מיר.
וואס מיינען ענק, די סגולה האט געהאלפן אבער פאר פרי, איך האב אראפגעהאקט די טעלעפאן אויף אים כמנהג הקטן באלפי ישראל.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 25, 2014 9:40 pm

· #202443
איך אויך
האט ער געקענט זאגן ''באס'' און פארדינן נאך א טאלער..

אזויפיל האט ער געוואוסט אז לאשן קוידעש שרייבט מען נישטו מיט קיין אליוו אדער אן אייען.. 🙄 🙄 🙄 😂 😂 😂 😮

ברסלבער » זונטאג אפריל 26, 2015 9:54 am

· #269656
איך בין מוחה בכל התוקף אויפן דבר יום ביומו פארן אריינלייגן אזא העצערישע מודעה וועלכע מאכט חוזק מכל הקדוש לנו. ואני את נפשי הצלתי.
📎 Capture.JPG

ציבעלע-קיגל » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:52 pm

· #270079
איך האב א מורא'דיגע סגולה פון א גרויסען ספרד'ישען בעל מקובל וואס איז בדוק ומנוסה

איך האב שוין פאר א לענגערע צייט נישט געהאט קיין פרנסה ביז איך האב באקומען א סגולה פון א גרויסען בעל מקובל.

איך האב געזוכט און האב ב"ה געטראפען א דז'אב און איך גיי ב"ה אריין ארבעטען איעדען טאג און פון יענעם טאג האב איך ב"ה "פרנסה בריווח"

בן אדם » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:23 pm

· #270092
ציבעלע-קיגל
איך האב א מורא'דיגע סגולה פון א גרויסען ספרד'ישען בעל מקובל וואס איז בדוק ומנוסה

איך האב שוין פאר א לענגערע צייט נישט געהאט קיין פרנסה ביז איך האב באקומען א סגולה פון א גרויסען בעל מקובל.

איך האב געזוכט און האב ב"ה געטראפען א דז'אב און איך גיי ב"ה אריין ארבעטען איעדען טאג און פון יענעם טאג האב איך ב"ה "פרנסה בריווח"

אזא מאדנע סגולה האב איך שוין לאנג נישט געהערט 😂

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 4:08 pm

· #270139
נשמת אדם האט געשריבן

אז מען דארף עפעס אויף טוהן אין אידישקייט, ווענד מען זיך צום מקור הישועות "קאווע שטיבל" און מען איז דארט מפרסם דעם רעיון לפרטיה ודיקדוקיה מיט אלע מפרשים בטוט"ד, און מען ווערט געהאלפן קודם ארבעים יום, ויהי לפלא.

נשמת אדם


שוין גארנישט אזוי מאדנע.