עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9256
עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה
עס איז אנגענומען ביי א סך ליבעראלע אידן צו שטיפן אן אגענדע, אז די תורה איז כאילו נאר נועם הליכות, אין די קנאות'דיגער מענטאליטעט איז א שפעטעריגע המצאה גענומען פון די קריסטן א.ד.ג.
עס פעלט אבער נישט אויס אויפצו ווייזן אז די ממשיכי מסורת היהדות במשך כל הדורות זענען פיל מיט קנאות בשם הדת. עס פעלט נישט אויס צו ברענגען קיין גמרות ומדרשים, וואו עס איז פול מיט אזעלעכע מעשים. מיר פארגעסן אדער נעמען נישט אין באטראכט אזעלעכע אפענע ווערטער ווי "מות יומת" "סקול יסקל" "באש ישרף" מיט די גאנצע ארבע מיתות כמבואר בחז"ל.
לאמיר נאר א בליק טאן אין פרשת ראה, און לאמיר זען וואס דארט טוט זיך.
ב אַבֵּד תְּאַבְּדוּן אֶת-כָּל-הַמְּקֹמוֹת אֲשֶׁר עָבְדוּ-שָׁם הַגּוֹיִם, אֲשֶׁר אַתֶּם יֹרְשִׁים אֹתָם--אֶת-אֱלֹהֵיהֶם: עַל-הֶהָרִים הָרָמִים וְעַל-הַגְּבָעוֹת, וְתַחַת כָּל-עֵץ רַעֲנָן. ג וְנִתַּצְתֶּם אֶת-מִזְבְּחֹתָם, וְשִׁבַּרְתֶּם אֶת-מַצֵּבֹתָם, וַאֲשֵׁרֵיהֶם תִּשְׂרְפוּן בָּאֵשׁ, וּפְסִילֵי אֱלֹהֵיהֶם תְּגַדֵּעוּן; וְאִבַּדְתֶּם אֶת-שְׁמָם, מִן-הַמָּקוֹם הַהוּא
פשוט, די תורה איז נועם הליכות איין איד צום צווייטן, ווי אויך צו ערליכע גויים. נישט צו קיין רשעים פוקרים וכופרים.
פרק י"ד: (מערקט אן אז אלע טעראר איז קעגן עבודה זרה).
ב כִּי יָקוּם בְּקִרְבְּךָ נָבִיא אוֹ חֹלֵם חֲלוֹם וְנָתַן אֵלֶיךָ אוֹת אוֹ מוֹפֵת. ג וּבָא הָאוֹת וְהַמּוֹפֵת אֲשֶׁר דִּבֶּר אֵלֶיךָ לֵאמֹר נֵלְכָה אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים אֲשֶׁר לֹא יְדַעְתָּם וְנָעָבְדֵם. ד לֹא תִשְׁמַע אֶל דִּבְרֵי הַנָּבִיא הַהוּא אוֹ אֶל חוֹלֵם הַחֲלוֹם הַהוּא כִּי מְנַסֶּה ה' אֱלֹקֵיכֶם אֶתְכֶם, לָדַעַת הֲיִשְׁכֶם אֹהֲבִים אֶת ה' אֱלֹקֵיכֶם בְּכָל לְבַבְכֶם וּבְכָל נַפְשְׁכֶם. ה אַחֲרֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם תֵּלֵכוּ וְאֹתוֹ תִירָאוּ וְאֶת מִצְוֹתָיו תִּשְׁמֹרוּ וּבְקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ וְאֹתוֹ תַעֲבֹדוּ וּבוֹ תִדְבָּקוּן. ו וְהַנָּבִיא הַהוּא אוֹ חֹלֵם הַחֲלוֹם הַהוּא יוּמָת, כִּי דִבֶּר סָרָה עַל ה' אֱלֹקֵיכֶם הַמּוֹצִיא אֶתְכֶם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם וְהַפֹּדְךָ מִבֵּית עֲבָדִים לְהַדִּיחֲךָ מִן הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר צִוְּךָ ה' אֱלֹקֶיךָ לָלֶכֶת בָּהּ וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ.
.......
ז כִּי יְסִיתְךָ אָחִיךָ בֶן אִמֶּךָ אוֹ בִנְךָ אוֹ בִתְּךָ אוֹ אֵשֶׁת חֵיקֶךָ אוֹ רֵעֲךָ אֲשֶׁר כְּנַפְשְׁךָ בַּסֵּתֶר לֵאמֹר נֵלְכָה וְנַעַבְדָה אֱלֹהִים אֲחֵרִים אֲשֶׁר לֹא יָדַעְתָּ אַתָּה וַאֲבֹתֶיךָ. ח מֵאֱלֹהֵי הָעַמִּים אֲשֶׁר סְבִיבֹתֵיכֶם הַקְּרֹבִים אֵלֶיךָ אוֹ הָרְחֹקִים מִמֶּךָּ מִקְצֵה הָאָרֶץ וְעַד קְצֵה הָאָרֶץ. ט לֹא תֹאבֶה לוֹ וְלֹא תִשְׁמַע אֵלָיו וְלֹא תָחוֹס עֵינְךָ עָלָיו וְלֹא תַחְמֹל וְלֹא תְכַסֶּה עָלָיו. י כִּי הָרֹג תַּהַרְגֶנּוּ יָדְךָ תִּהְיֶה בּוֹ בָרִאשׁוֹנָה לַהֲמִיתוֹ וְיַד כָּל הָעָם בָּאַחֲרֹנָה. יא וּסְקַלְתּוֹ בָאֲבָנִים וָמֵת כִּי בִקֵּשׁ לְהַדִּיחֲךָ מֵעַל ה' אֱלֹקֶיךָ הַמּוֹצִיאֲךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבֵּית עֲבָדִים. יב וְכָל יִשְׂרָאֵל יִשְׁמְעוּ וְיִרָאוּן וְלֹא יוֹסִפוּ לַעֲשׂוֹת כַּדָּבָר הָרָע הַזֶּה בְּקִרְבֶּךָ.
.......
יג כִּי תִשְׁמַע בְּאַחַת עָרֶיךָ אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ לָשֶׁבֶת שָׁם לֵאמֹר. יד יָצְאוּ אֲנָשִׁים בְּנֵי בְלִיַּעַל מִקִּרְבֶּךָ וַיַּדִּיחוּ אֶת ישְׁבֵי עִירָם לֵאמֹר נֵלְכָה וְנַעַבְדָה אֱלֹהִים אֲחֵרִים אֲשֶׁר לֹא יְדַעְתֶּם. טו וְדָרַשְׁתָּ וְחָקַרְתָּ וְשָׁאַלְתָּ הֵיטֵב וְהִנֵּה אֱמֶת נָכוֹן הַדָּבָר נֶעֶשְׂתָה הַתּוֹעֵבָה הַזֹּאת בְּקִרְבֶּךָ. טז הַכֵּה תַכֶּה אֶת ישְׁבֵי הָעִיר הַהִוא לְפִי חָרֶב, הַחֲרֵם אֹתָהּ וְאֶת כָּל אֲשֶׁר בָּהּ וְאֶת בְּהֶמְתָּהּ לְפִי חָרֶב. יז וְאֶת כָּל שְׁלָלָהּ תִּקְבֹּץ אֶל תּוֹךְ רְחֹבָהּ וְשָׂרַפְתָּ בָאֵשׁ אֶת הָעִיר וְאֶת כָּל שְׁלָלָהּ כָּלִיל לַה' אֱלֹקֶיךָ וְהָיְתָה תֵּל עוֹלָם לֹא תִבָּנֶה עוֹד. יח וְלֹא יִדְבַּק בְּיָדְךָ מְאוּמָה מִן הַחֵרֶם לְמַעַן יָשׁוּב ה' מֵחֲרוֹן אַפּוֹ וְנָתַן לְךָ רַחֲמִים וְרִחַמְךָ וְהִרְבֶּךָ כַּאֲשֶׁר נִשְׁבַּע לַאֲבֹתֶיךָ.
וואס דארפסטו לויפן צו פ׳ ראה האסטעך פ׳ השבוע פון פנחס א מעשה קנאות !!!
מזעט שוין קנאות אין די תורה !!!
נאך איינס קעגן עבודה זרה אין פרשת שופטים (פרק י"ז), אבער דא מאכט די תורה זיכער אז עס דארף זיין קלארע עדות דערויף. (שטעלט אייך פאר ווען א היינטיגע מנהיג, טאמער האט ער קלארע עדות אז פלוני האט אינטערנעט וועט ער זיך נעמען צו יענעם בכל חומר הדין, אבער נאר מיט פארלעסליכע עדות, ער איז א צדיק נאך אויך...)
ב כִּי יִמָּצֵא בְקִרְבְּךָ בְּאַחַד שְׁעָרֶיךָ אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לָךְ אִישׁ אוֹ אִשָּׁה אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה אֶת הָרַע בְּעֵינֵי ה' אֱלֹקֶיךָ לַעֲבֹר בְּרִיתוֹ. ג וַיֵּלֶךְ וַיַּעֲבֹד אֱלֹהִים אֲחֵרִים וַיִּשְׁתַּחוּ לָהֶם וְלַשֶּׁמֶשׁ אוֹ לַיָּרֵחַ אוֹ לְכָל צְבָא הַשָּׁמַיִם אֲשֶׁר לֹא צִוִּיתִי. ד וְהֻגַּד לְךָ וְשָׁמָעְתָּ וְדָרַשְׁתָּ הֵיטֵב וְהִנֵּה אֱמֶת נָכוֹן הַדָּבָר נֶעֶשְׂתָה הַתּוֹעֵבָה הַזֹּאת בְּיִשְׂרָאֵל. ה וְהוֹצֵאתָ אֶת הָאִישׁ הַהוּא אוֹ אֶת הָאִשָּׁה הַהִוא אֲשֶׁר עָשׂוּ אֶת הַדָּבָר הָרָע הַזֶּה אֶל שְׁעָרֶיךָ אֶת הָאִישׁ אוֹ אֶת הָאִשָּׁה וּסְקַלְתָּם בָּאֲבָנִים וָמֵתוּ. ו עַל פִּי שְׁנַיִם עֵדִים אוֹ שְׁלֹשָׁה עֵדִים יוּמַת הַמֵּת לֹא יוּמַת עַל פִּי עֵד אֶחָד. ז יַד הָעֵדִים תִּהְיֶה בּוֹ בָרִאשֹׁנָה לַהֲמִיתוֹ, וְיַד כָּל הָעָם בָּאַחֲרֹנָה, וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ.
ירא שמיםוואס דארפסטו לויפן צו פ׳ ראה האסטעך פ׳ השבוע פון פנחס א מעשה קנאות !!!
מזעט שוין קנאות אין די תורה !!!
גערעכט, טאקע אויכעט בעיקר וועגן עבודה זרה. איך האב אויסגעקליבן פרשת ראה, וויבאלד דארטן איז דא א שלל פון מצוות ממש אלץ קלארער דרך התורה לדורות, זיך אומצוגיין מיט קנאות.
Re: רעליגיעזע טעראר אין פרשת ראה
נו לאמיר הערן וואס ליגט דיר אויפן געדאנק ?
צו וואס ווילסטו צוקומען?
וואס עפעס נאר ע"ז? אויף טראגן א קליינע שליסל אום שבת ווערט ער פארשטיינערט און נעמען א טרונק יו"כ שטארבט ער פאר זעכצעק.
אינטערעסאנט אז ביי די תנאים (משנה מכות) איז דא גאנג צו ממעט זיין אין די סארט שטראף, און ס'גאנץ קלאר אז א חוץ די סיבה פון נתרבו הרוצחים איז דא א מאראלישער מאטיוו.
מ'ווארט הערן אייער בליק
moshav zekeinimעס איז אנגענומען ביי א סך ליבעראלע אידן צו שטיפן אן אגענדע, אז די תורה איז כאילו נאר נועם הליכות, אין די אלע פרומע טעראר איז א שפעטעריגע המצאה גענומען פון די קריסטן א.ד.ג.
ביי וועם איז אזוי אנגענומען?
רוסישערוואס עפעס נאר ע"ז? אויף טראגן א קליינע שליסל אום שבת ווערט ער פארשטיינערט און נעמען א טרונק יו"כ שטארבט ער פאר זעכצעק.
אויך אין פרשת קדושים און אין כי תצא זענען פארהאן א שלל פון טויט אירטיילן בידי אדם צוליב זנות און אנדערע רעליגיעזע פארלעצונגען (איך רעד נישט דא פון כרת אדער טויט אורטיילן על עוונות שבין אדם לחבירו) אבער און פרשת ראה וואו עס רעדט זיך פון ע"ז איז עס ממש ווילד, לא תחמול עליו וכדו' אזוי קנאות'דיג.
רוסישער
אינטערעסאנט אז ביי די תנאים (משנה מכות) איז דא גאנג צו ממעט זיין אין די סארט שטראף, און ס'גאנץ קלאר אז א חוץ די סיבה פון נתרבו הרוצחים איז דא א מאראלישער מאטיוו.
מ'ווארט הערן אייער בליק
די תנאים וועלעכע האבן אונז איבערגעגעבן איבערן ווירטשאפט בזמן הבית האבן בעיקר געלעבט בימי שושלות בית הורדוס ווען עס איז נישט געווען יד ישראל תקיפה פאר טעראר מעשים.
און עס יתכן אז דאס איז אויך די סיבה פון דער מאמר אז א ב"ד וואס פאראורטיילט צום טויט מער פון איינמאל אין זיבעציג יאר איז א ב"ד קטלנית
היינט איז עס בטל, מיר האבן עס געטוישט מיט גלות. די עמך הגוים טוהן סאך א בעסער דזאב
און ס'איז אומזיסט
שמעקעדיגפשוט, די תורה איז נועם הליכות איין איד צום צווייטן, ווי אויך צו ערליכע גויים. נישט צו קיין רשעים פוקרים וכופרים.
און רעליגיעזע ציונים, למשל מזרחי'סטן...?
ווי ציהלט דער אשכול? מסכים, די תורה באשטייט פון עשה'ס, לא תעשה'ס, שכר און עונש. אשר על כן...
מושב קוקט אויס צו זיין א באצאלטער אגענט פון אייוועלט צו פארשווארצן ק''ש אויך ביי יענע וואס האלטן נאך דערווייל אז בלויז פאר'ן חטא פון האקן אויפן סיסטעם קען מען נאך נישט אסר'ן ק''ש.
שאלה נאר דו באקומסט באצאלט אויפן שעה אדער פער אשכול?
ישמעאל הכהןמושב קוקט אויס צו זיין א באצאלטער אגענט פון אייוועלט צו פארשווארצן ק''ש אויך ביי יענע וואס האלטן נאך דערווייל אז בלויז פאר'ן חטא פון האקן אויפן סיסטעם קען מען נאך נישט אסר'ן ק''ש.
שאלה נאר דו באקומסט באצאלט אויפן שעה אדער פער אשכול?
די תורה איז געגעבן געווארן פאר די אידן אין א צייט ווען די וועלט איז געווען שרעקליך פרימיטיוו, הרג'נען מענטשן אז באטראכט געווארן אלס העכסט נארמאלע און זאגאר העכערע און הייליגע מיטל, אין די געזעצן פון די אנדערע פעלקער וואס מיר האבן פון יענע צייט ווי חוקי חמורבי טרעפן מיר פיל ערגערע זאכן און שטראפן ווי די תורה, די תורה איז געגעבן געווארן פאר די מענטשן זיך צו פירן מיט איר בדרכי חייהם כדי צוצוקומען צו א גליקליך לעבן, און אין יעדן דור דארפן די חכמי ישראל ברוח בינתם פארשטיין וואס עס איז דער צורך הדור און וויאזוי מיר דארפן זיך פירן, און זיי דארפן אריינקוקן אין די תורה און דורכדעם פארשטיין וויאזוי די תורה וואלט געהייסן זיך פירן אין אזא פאל, (צו דעם פעלט זיך אויס שימוש חכמים בנוסף צו בקיאות בתורה, צו פארשטיין וויאזוי די תורה'דיגע בליק ארבעט), אין די צייט ווען די וועלט איז געווארן מער ציוויליזירט האבן די חכמים צוביסלעך מער און מער אפגעשאפן די דיני מיתות און עונשים, דורך דרש'נען די תורה (ד. ה. פארשטיין וואס די תורה וואלט ווען געזאגט), און בימינו איז קלאר פאר יעדן אז מיר הרג'נען נישט און שמייסן נישט, די צדוקים וועלכע גייען מיט פשוטו של מקרא האבן טאקע געוואלט ווייטער אנהאלטן די עונשים כפשוטם, עין תחת עין, שריפה באש, אבער די אמת'ע חכמי ישראל האבן ריכטיג מכוון געווען לדעת התורה.
לגבי עובדי עבודה זרה איז דאך ידוע וואס דער רמב''ם איז מסביר אז די עובדי ע''ז זענען די וועלכע ווילן נישט אנערקענען דעם שכל'דיגן מציאות אז דער באשעפער איז מופשט מחומר און איז נישט תלוי אין קיין שום אנדערע כוחות, וואס אזעלכע מענטשן זענען נישט ווערט צו לעבן, און לפי די סטאנדארטן פון יענע צייט האט מען זיי גע'הרג'עט, אין זיינע צייטן וואלט דער רמב''ם זיכער נישט געהייסן הרג'נען קיינעם, ער איז נאר מסביר דעם דעת תורה לויט אירע אומשטענדן, און די אנגענומענע ווערדן טוישן זיך אין משך הזמן, ווי ר' חיים הירשנזאהן שרייבט שוין אז אונזערע אייניקלעך וועלן אונז באטראכטן פאר קאניבאלן פאר'ן עסן בעלי חיים.
וקצרתי מאוד.
און בדרך אגב לפע''ד איז דער מלחמה מיט איי וועלט שוין פאריבער, זייער עולם ווייסט בכלל נישט איבער קאווע שטיבל בלויז אז דאס איז פון די ערגסטע וועבסייטס, מיר דארפן זיך נישט אפהאלטן פון שרייבן וואס מיר האלטן פאר ריכטיג צוליב מה יאמרו הבריות, די איינציגע טערמינען זאלן בלויז זיין מה שיקבעו מנהלי השטיבל שיחיו
מושב איז סתם טיפש און א שוטה קומט איבערקייען אלעס וואס איינער האט אים געזאגט און האפט אז מען וועט מיינען אז ער איז א חכם. איך וויל מיך נישט אריינלאזן מיט אים אין א דיסקאשן ווייל איך פיר נישט קיין וויכוחים מיט קורץ קעפיגע מוחות קטנות. אבער איך וויל דיך דיירעקטן צו די יו עס פינעל קאוד און אזוי אויך יעדע סטעיט, די יו עס ארמי קאוד וכו זאלסט קענען טרעפן נאך טעראריסטן חוץ די תורה. איך וועל ציענדיגן דעס איז נישט פאר מושב, יעדע בי"ד וואס האט געהארגעט איינמאל אין 70 יאר האט גערופן בית דין קטלנית.
Re: עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה
מיימון דאס איז זיכער א פליטת הקולמוס געווען ביי אייך, די דיני התורה - דאורייתא - טוישן זיך נישט לויטן מאמענטאלן מצב רוח פון די וועלט. די צדוקים האבן נישט געוואלט "ווייטער אנהאלטן" עין תחת עין און שריפה, זיי האבן געוואלט טוישן צו פשוטו של מקרא אויפן חשבון פון די מסורה, לויט וועלכע דער רבוש"ע האט געזאגט לא תחיה כל נשמה כפשוטו אין די זעלבע צייט וואס ער האט געזאגט פאר משה רבינו אז עין תחת עין איז נישט כפשוטו.
דער אמת איז אז אלעס איז שוין שיין אויסגעשמועסט געווארן אין דעם אשכול, ומשם תדרשנו.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8234">viewtopic.php?f=13&t=8234</a><!-- l -->
yatzmachpמושב איז סתם טיפש און א שוטה קומט איבערקייען אלעס וואס איינער האט אים געזאגט און האפט אז מען וועט מיינען אז ער איז א חכם. איך וויל מיך נישט אריינלאזן מיט אים אין א דיסקאשן ווייל איך פיר נישט קיין וויכוחים מיט קורץ קעפיגע מוחות קטנות. אבער איך וויל דיך דיירעקטן צו די יו עס פינעל קאוד און אזוי אויך יעדע סטעיט, די יו עס ארמי קאוד וכו זאלסט קענען טרעפן נאך טעראריסטן חוץ די תורה. איך וועל ציענדיגן דעס איז נישט פאר מושב, יעדע בי"ד וואס האט געהארגעט איינמאל אין 70 יאר האט גערופן בית דין קטלנית.
ס'איז מיר נישט גוט, איך האב געמיינט אז איך וועל כאטש ענדיגן ווי אן מקורת'דיגער אפיקורוס נוסח שפינאזא, קאסוטא, אדער שלמה מימון, דערווייל ענדיג איך גאר ווי א וויסטער טיפש פון גאס וואס זאגט איבער אויבער חכמה'לעך וואס ער האט געהערט פון מענטשן.
איך גיב אויף...
א פרישע
רינגעלע צו די גאלדענע קייט.
פרייוויליגא פרישע
רינגעלע צו די גאלדענע קייט.
פארוואס איז דער אשכול נאריש? איך פארשטיי אז דער אשכול איז דיר נישט צום הארצן, אבער נאריש?
דו ווילסט מיך פאנישן דערמיט?
ירא שמיםנו לאמיר הערן וואס ליגט דיר אויפן געדאנק ?
צו וואס ווילסטו צוקומען?
עס איז בעצם נישט אזוי קאנטערוועשענל, איך האב געניצט אן עקסטרעמער לשון כדרכי כדי צו היילייטן דעם פראגע.
וואס עס ליגט מיר אויפן געדאנק איז אזוי:
א מחשבה זרה האט זיך לעצטנס אנגעהויבן אריינצו'גנב'ענען אין מיר, אז אולי איז דער סאטמארער קנאישער מהלך און ווי אויך דער מהלך פון די אלע פארפרומטע און הייסע לוחמי מלחמות ה', וואס איך האב אזוי פיינט, דער ריכטיגער מסורת'דיגער מהלך?!
אזוי ווי קנאים און פארפרומטע זענען לוחם קעגן די דרויסנדיגע השפעות, אזוי איז די תורה לוחם קעגן די דרויסנדיגע ע"ז גייסט בכל תוקף.
אזוי ווי די קנאים און די פארפרומטע זענען צו די זעלבע צייט די גרעסטע געלטגייערס לעניני צדקה, אזוי זעט מען אין פרשת ראה באלד נאך די קנאות דאס וויכטיגקייט פון אינזינען האבן אנדערע ארימע ברודער.
דאס איז פאר מיר א גרויסער טשעלענזש מודה צו זיין צו זיין אז די פארהאסטע פארפרומטקייט פון די יושבי חושך מיט זייער טעראר איז בעצם די תורה אליין'ס, דעריבער שריי איך געוואלד, איז טאקע אונזער באליבטע תורה דער קרוין פון יעדן איד דאס וואס די יושבי חושך און טעראריסטן שטעלן מיט זיך פאר?
און גראדע פון מימון'ס ענטפער אז די עיקר איז דער "רוח התורה" קומט טאקע אזוי אויס.
Re: עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה
איז וואס טוט מען יעצט מ׳ווערט א סאטמערע ?!
ר' אנאנים, איך קען אייך בלויז זאגן איין זאך:
איך האלט נישט ביים שרייבן אזוי ווי יידל, מאטי, און די אנדערע וועמען דו האסט אויסגערעכנט, איך וועל שרייבן אזוי ווי איך וויל און אז עס געפעלט דיר נישט האסטו א ברירה און פראבירן צו פועל'ן ביי די גבאים פון קאווע שטיבל מיר ארויס צו סיינען.
ירא שמיםאיז וואס טוט מען יעצט מ׳ווערט א סאטמערע ?!
איך בין אין א דילעמא. ווי קען איך אוועק מאכן זייער דרך בעת עס כמעט מפורש אין די תורה?!
שמעקעדיגדער אמת איז אז אלעס איז שוין שיין אויסגעשמועסט געווארן אין דעם אשכול, ומשם תדרשנו.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8234">viewtopic.php?f=13&t=8234</a><!-- l -->
איך באצי זיך נישט אין דעם אשכול כלפי דער עקסטרעמער פארעם פונעם שטראף אין די תורה, וואס איז דער נושא אין יענעם אשכול, נאר כלפי דער עקסטרעמער סיבה פונעם שטראף. און בעת יענער אשכול פרעגט אויף דעם "פארעם" פון שטראף צו עס איז געווען "עטיש" בימים ההם, פרעגט דער אשכול אויף די "סיבה" פון שטראף צו עס איז תורה'דיג בזמן הזה.
אבער למעשה איז דער אשכול פארפארן צו יענע דירעקציע.
גערעכט.
און למעשה, איז טאקע פרומע טעראר לפי רוח התורה?
Re: עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה
moshav zekeinimירא שמיםאיז וואס טוט מען יעצט מ׳ווערט א סאטמערע ?!
איך בין אין א דילעמא. ווי קען איך אוועק מאכן זייער דרך בעת עס כמעט מפורש אין די תורה?!
אלע זענען צום סוף מודה אז די רעבע איז געווען גערעכט[emoji23][emoji2][emoji16]
צום באמערקן אנפאנג אשכול, ווען ס'האט אויסגעקוקט אז
@moshav zekeinim וויל זאגן אז די תורה איז נישט מענטשליך און אדרבה לערנט אויס טעראר האט
@אנאנים אזוי רעאגירט
[ציטאט אראפגענומען]
אבער ווען
@moshav zekeinim האט געזאגט (ציניש..) אז ער וויל ארויסברענגען אז די עקסטרעמע וועג צו אפלערנען די תורה ווי סאטמאר און די קנאים איז די ריכטיגע
האט עם
@אנאנים באוואשן מיט אזאנס קיתון של שופכין:
[ציטאט אראפגענומען]
הערה בעלמאאיך ווייס נישט וועגן די תורה
אבער ווען עס קומט צו רציחה האבן אונז די ריינסטע היסטאריע.
אנגעהויבן פון ביידע גרויסער רעליגיעס האבן געראצח'ט אהן אויפהער סיי אונז און סיי אנדערע, ביז ממש לעצטנס, נאכדעם האסטו די קאמניסטן וואס זענען בכלל נישט גלויביג, און נאך אסאך נישט גלויביגער.
איי די מעשיות פון תנ"ך, דעס איז דעמאלסט געווען גארנישט קעגן אנדערע פעלקער.
בקיצור ווען עס קומט צו רציחה האבן אונז נישט זיך וואס צו שעמען.
במשך די צייט וואס אנדערע רעליגיעס האבן גע'רצח'נט זענען די אידן שוין נישט געווען בכח צו רצח'נען
גערעכט,
אבער אפילו ווען אונז זענען יא געווען בכח, איז ניטאמאל געווען א טיפה מן הים וואס אנדערע פעלקער האבן געטוהן, גלויביגע און אומגלויביגע צוגלייך.
סיי די ברוטאליטעט וויאזוי זיי האבן גע'רצח'נט און סיי די כמות פון מענטשן.