☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל

די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8934

חקרן » מיטוואך מאי 20, 2015 1:09 am

· #277171
די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל
לאמיר אצינד אויסשמועסן וועלכע אשכולות זענען געווען די נארישסטע אין קאווע שטיבל, ווי אויך ווער עס האט זיי געעפנט.

איך וועל אנהויבן מיט איינס:
"האסט ליב דיין טאטע?" - @קאווע טרינקער

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 1:12 am

· #277173
די אשכול... @חקרן

חאצקעל שניידער » מיטוואך מאי 20, 2015 1:16 am

· #277175
Re: די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל
מדארף עפענען א עקסטערע קאטעגאריע נאריש וואו אלע נערישע אשכולות וועלן אריינגיין

moshav zekeinim » מיטוואך מאי 20, 2015 6:38 am

· #277204
חקרן
לאמיר אצינד אויסשמועסן וועלכע אשכולות זענען געווען די נארישסטע אין קאווע שטיבל, ווי אויך ווער עס האט זיי געעפנט.

איך וועל אנהויבן מיט איינס:
"האסט ליב דיין טאטע?" - @קאווע טרינקער

איך האב בטעות געלייקט, איך האלט נישט אז דער אשכול "האסטו ליב דיין טאטע" איז בכלל נאריש. ער האט געשריבן אין אנהייב אז ער קען זיך נישט ארויס ברענגען אבער ער מיינט עפעס דערמיט, און איך און דאכט זיך א סך אנדערע פארשטייען אויך אז דאס קען זיין א ערנסטע נושא. עס קען זיין פילאזאפיש, און עס קען זיין פראקטיש פסיכאלאגיש.

איך פארשטיי ממש נישט פארוואס אזוי פיל ניקים האבן זיך אנגעלייגט צו קריטיקירן דעם אשכול בעת עס פעלן נישט קיין נארישע און אנפראפאשענל אשכולות אין קאווע שטיבל וואס דער פותח האט לכתחילה עס נישט געעפנט מיט עפעס א פארשטענדליכע כוונה, עס קוקט אויס ווי ס'פשוט געווארן פאפולער צו קריטיקירן דעם אשכול, איך ווייס בכלל נישט צו עס אהרט בכלל דעם פותח האשכול די קריטיק, אבער מיר אהרט עס אז אין א פלאץ ווי עס דארפן מ'כלומר'שט זיך געפונען ברייטע קעפ און זעלבסשטענדיגע טראכטער, טוט מען באטראכטן א סך מאל זאכן מיט א שמאלקעפיקייט, און אנגעוואנדן לויטן ווינד.

קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 20, 2015 8:53 pm

· #277496
די אשכול איז בכלל נישט נאריש אבער נישט שרייבן אין אן אשכול נאר איין שורה האט איר ליב אייער טאטע אנטשטאט שרייבן א גאנצע ארטיקל וועגן דעם - דאס איז נאריש

moshav zekeinim » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:56 pm

· #277851
טויש דעם נאמען צו "ארימער אשכול" אדער" אשכול מיט א ארימע פתיחה".

כפתור » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:11 pm

· #277856
@מושב

איר קענט פארמעקן אייערע לייק דורך דרוקן די פארקערטע פינגער. אבער פארוואס זאלט איר זיך נאכאמאל באנארישן?

חקרן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:25 pm

· #277878
מושב, דו האסט אוועקגענומען א לייק פון מיר? - נו נו...

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:37 pm

· #277884
אז מ'רעדט שוין פון נארישע אשכולות... דער אשכול איבער דעם זיסן און גוטן טעם וואס די רעבעצינ'ס טשיעז קעיק האט געהאט איז נישט קיין נארישער אשכול....? הא...?...!

moshav zekeinim » פרייטאג מאי 22, 2015 1:31 am

· #277923
ווענד זיך ווי דער חמרא שטייט איין...

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 30, 2015 12:13 pm

· #286193
מושב זקנים: צו ערשט א יישר כח אז דו האסט מיך נישט אויסגערעכנט צווישן די משכילים דא אין קאווע שטיבל. הגם איך האב געהאט פון וואס חושש צו זיין ווייל איך בין ב"ה א ציוני (איך זאג דריי מאל א טאג ..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים"...קרעדיט הגה"צ בעל שפע חיים מצאנז זצ"ל.). אויך בין איך זייער שטארק אקעיגן די מעשים רעים פון די סאטמאר ווילי- טאון עסטאבלישמענט וכל (הרע) המסתעף.
נאר שמעקעדיג איז גערעכט אז ער האט דיין אשכול צו-געלינקט צו די אשכול וועלכע הייסט די נארישסטע אשכולות אויף קאווע שטיבל. הגם די שאלה אליינס איז נישט נאריש. ווייל א יעדער איינער פון די ניקס וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט אלס משכילים און אויפגעקלערטע זענען ח"ו נישט קיין אפיקורסים. זיי האבן אמונה אין השי"ת. (אזוי ווילן מיר האפן.) נאר זייער חקירה האט זיי געפיהרט אין פארשידענע געפערליכע ריכטונגען.
אויף דיין רעטארישע שאלה קען איך נאר ענטפערן באופן כללי. ס'איז דא א גוי'איש ווערטל אז אין די פאקסהאולס, די טרענטשעס, די שוץ גרובער וואס מ'גראבט אויס בשעת מלחמה, איז נישטא קיין אפיקורסים. יעדער איז א מאמין. ווייל זיי זעען אפן די ה' וואו איינער ווערט ח"ו געשעדיגט און זיין חבר וועלכער שטייט נעקסט צו איהם ווערט ניצול...אויך האבן זיי מורא פאר זייער לעבן. דאס ענטפערט שוין אויף דיין שאלה...!

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 30, 2015 12:46 pm

· #286202
וואס האט מיין שאלה מיט נאריש? אז דו האסט אן ענטפער דערויף הייסט די שאלה נאריש?

ירא שמים » דינסטאג יוני 30, 2015 11:04 pm

· #286370
Re: די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל
ער האלט פשוט אז די גאנצע הסכלה איז נאריש איז עס אן אשכול אויף א נארישע באגריף …