וואס האב איך פארפאסט פון @דולה ומשקה? דער אשכול איז געווידמעט אויף דער קאצקער צו דער בריסקער רב? וויאזוי האט @אנאנים זיך אזוי פארגרייזט אין די נעמען פון גדולי ליטא פאר'ן קריג? מ'ברענגט ר' ברוך בר און נישט דער דבר אברהם?!
בקיצור דער אשכול ברענגט ארויף א ריזיגע פראגע סימבאל.
אבער באופן כללי האט @אויבערלענדער חכם פיין געשריבען, ואין אחרי דבריו כלום. לויט ווי איך האב געזען, האט דער בריסקער רב אין ליטא נאר געזאגט א מיינונג ווען ר'חיים עוזר האט עס געפאדערט. ווען ער האט יא געזאגט, איז עס געווען פארהייליגט ביי די אנדערע גדולי דורו. אין א"י האט ער געהאט אן אנדערע השפעה. זיין נאטור איז אנדעריש געווען ווי דער חזו"א'ס און ער האט געטויגט צו אנדערע זאכען. פאליטיק און דאס גלייכען האט ער בעסער פארשטאנען ווי דער חזו"א און ממילא האט מען איהם מער אנגעפרעגט אין טאקטיקען. צו חינוך און פריוואטע מענטשענ'ס נאטור וכדו' האט דער חזו"א פיהל מער געטויגט, און דעריבער איז ער געווען דער אטאריטעט. דעמאלס איז נישט געווען ווי היינט אז א מענטש מיט איין מעלה ווערט שוין פאררשכבה"ג'ט אין אלע תחומין.