☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » טאהשער רבי פירט נאך טיש?

טאהשער רבי פירט נאך טיש?

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9243
בלאט: 1 2

קרעקער » מאנטאג יולי 6, 2015 9:53 pm

· #287443
טאהשער רבי פירט נאך טיש?
איך האב געזעהן א בילד פונעם רבין ווי ער פירט טיש ביים יאהרצייט פון אור החיים הק'. איך בין נישט זעכער אז ער האט די כוחות, סזעהט מיך אויס אז נישט און די גבאים שלעפען עם אריין און ארויס.
ה' יחלמהו לאורך ימים ושנים טובים, אבער מיין פוינט איז פארוואס טוט מען דעס צו עם?

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 9:56 pm

· #287445
ווילאנג מ'אים נישט מבזה אזוי ווי מ'האט משפיל געווען כבודו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע (השני) זאל מען טון וואס מ'וויל ביי יעדן איד איז א געוואלדיגע זכי' ווי מער מ'קען זעהן צורתו הקדושה

lazar » מאנטאג יולי 6, 2015 9:57 pm

· #287446
שטעל ארויף די בילד

ליפא » מאנטאג יולי 6, 2015 9:58 pm

· #287449
גאנצל
ווילאנג מ'אים נישט מבזה אזוי ווי מ'האט משפיל געווען כבודו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע (השני) זאל מען טון וואס מ'וויל ביי יעדן איד איז א געוואלדיגע זכי' ווי מער מ'קען זעהן צורתו הקדושה

מיט'ן באטיטלען דעם השני מיט הרה''ק און זי''ע ביזטו מבזה דעם סאטמאר רב הראשון, ביטע.

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 9:59 pm

· #287450
זה כבודו של הראשון

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 10:02 pm

· #287454
אכן הוא כבוד רבי זה אף כבודי ולא זו אף זו קאמר ......

ואנאנים אמר אף על הראשון אינו יאות לומר הקדוש

כוכב » מאנטאג יולי 6, 2015 10:02 pm

· #287455
א פארשאלטענע אשכול, אפגערעדט אז ס'איז נישט אין איינקלאנג מיט די תקנות.
קרעקער עט איז בעסט.

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 10:06 pm

· #287459
כוכב
א פארשאלטענע אשכול, אפגערעדט אז ס'איז נישט אין איינקלאנג מיט די תקנות.
קרעקער עט איז בעסט.


אמת איז טאהשע רבי עפעס א האומלעסס ? אבער אז מ'האט שוין געשריבען האב איך צוגעשריבן א הג"ה וואס איז נאך אלס קאי וקיים והמבין יבין

קרעקער » מאנטאג יולי 6, 2015 10:08 pm

· #287460
לאמיך בעסער מסביר זיין מיין פוינט
טאהשע רבי איז א קדוש וטהור וואס האט זיך געלאזט הארגענען פארען באשעפער
די גבאים וואס שלעפען עם אריין און ארויס זענען עתיד ליתן את הדין, סאיז נישט לפי כבודו מען זאל עם זעהן אזוי אין זיין שוואכען געזינט צישטאנט

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 6, 2015 10:10 pm

· #287462
רצונו של אדם זהו כבודו.
פון וואו ווייסטו וואס ער וויל? ער וויל זיצן 24/7 אין סאליטערי קאנפיינמענט?

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 10:12 pm

· #287464
קיינער ווייסט ליידער ניט וואס ער וויל די עיקר איז צו בעטן ביים כל יכול לקיים בנו חכמי ישראל

מ'קען נאר ארויס נעמען א לימוד פון אים און פון אלע אלטע אדמורים אז די אל תשליכנו לעת זקנה איז זייער א וויכטיגע תפלה פאר זיי

כוכב » מאנטאג יולי 6, 2015 10:14 pm

· #287466
א מענטש, ווי נישט באוואוסטזיניג ער איז פרייעט זיך צו מענטשן. כידוע האט טאהשער רבי די געטרייעסטע מענטשן ארום זיך וואס וועלן גיין אין פייער פאר זיין געזונט. איך אליין געדענק ווי משה ראטמאן האט זיך געדרייט חדשים מיט געשוואלענע אויגן פון אויפזיין נעכט ביים באדינען נעכט דעם רבין, וואס דארפסטו מער ווי זיין חוץ לדרך הטבע'דיגע אריכות ימים. סאיז זיכער נישט קיין טובה פאר טאהשער רבינס געזונט און פונקט אזוי נישט קיין טובה פאר די חסידים, אז מ'זאל אים האלטן פארשפארט אין א קלאזעט.
אלנפאלס, קרעקע, דיין האספולע פעדער קעגן אלץ און אלעמען איז א שאנדע פאר קאווע שטיבל.

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 6, 2015 10:20 pm

· #287472
אויפן ברך משה'ס כבוד האט מען אכטונג געגעבן, ווען מ'האט אין קר''י אים אריינגעשיינט מיט לעזער פוינטערס אין די אויגן ל''ג בעומר, און שפעטער געשטיפט האט מען אויפגעהערט אים צו ברענגען אהין. טאהשע רבי האט אויך געטרייע גבאים.

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 10:26 pm

· #287481
בקיצור האסט זעהר גוט פארשטאנען וואס איך זאג (פילסטוך געטראפן ? נו דעס איז דאך נארמאל א מענטשליכע ריעקשאן הפנים דו שרייב. א לייק וועסטו זיכער באקומען פון איינעם אדער צוויי )

קרעקער » מאנטאג יולי 6, 2015 10:27 pm

· #287483
מיין האספולע פעדער? יא איך האב געניצט א גראבע וועג פון שרייבען כדי שארף ארויסברענגען א פוינט,זאג מיר כוכב, וואלסטו געוואלט אויב דו ביזט אין אזא מצב ה״י מזאל דיך ארויסשלעפען צו א עולם און זאלסט נתבזה ווערען? איך נישט

דע וואס טענהן אז זיי טוען עס כדי די עולם זאל קענען שעפן יראת שמים, איז נאך אלס נישט קיין היתר אזוי מבזה צי זיין א צדיק נשגב
סידוע די טייטש הוי זהיר בגחלתן, ווען דער צדיק איז שוין א גחלתן, מזעהט נישט די פייער מער ברענען, דארף מען מער נזהר זיין בכבודן

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 6, 2015 10:29 pm

· #287484
זייער געטראפן, גאנצל. איך ווארט פאר אן איבערבעטונג! יעצט אז דו האסט וואס צו ענטפערן קענסטו ענטפערן נארמאל... אז נישט, בלייב שטיל...

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 10:29 pm

· #287485
@ קרעקער אה דו מיינסט גאר זיין כבוד ........ הלוואי אותי עזב

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 10:30 pm

· #287486
ישמעאל הכהן
זייער געטראפן, גאנצל. איך ווארט פאר אן איבערבעטונג! יעצט אז דו האסט וואס צו ענטפערן קענסטו ענטפערן נארמאל... אז נישט, בלייב שטיל...


איך קען ענטפערן א קשיא נישט קיין געבייזעכץ הפנים מיר אלע פארשטייען דיין ווייטאג און מיר האבן מיטלייד

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 6, 2015 10:34 pm

· #287490
סתם מיטלייד? מיינט גארנישט. קום זיי מוחל אריבער פון הופער קיין ראדני און רעד אביסעלע דברי תנחומים.
קענסט האבן דאס לעצטע ווארט

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 10:40 pm

· #287496
אלעס פיין אבער ווי זענען דיינע חבירים דיך צו לייקן ?

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 6, 2015 10:50 pm

· #287501
גבאי רויטע וואנצעס האט אביסל רעדאגירט, בעסער יעצט.

גאנצל » מאנטאג יולי 6, 2015 10:54 pm

· #287503
#לייק עקסטשעינזש אלערט

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 7, 2015 12:02 am

· #287539
קרעקער
איך האב געזעהן א בילד פונעם רבין ווי ער פירט טיש ביים יאהרצייט פון אור החיים הק'. איך בין נישט זעכער אז ער האט די כוחות, סזעהט מיך אויס אז נישט און די גבאים שלעפען עם אריין און ארויס.
ה' יחלמהו לאורך ימים ושנים טובים, אבער מיין פוינט איז פארוואס טוט מען דעס צו עם?


דער וואס איז געוועהן ביים תולדות אהרן רבי'ס טיש די לעצטע צוויי יאר האט געקענט מיטהאלטן דאס זעלבע, מ'האט אריין געשטעלט א לחיים בעכער אין זיין האנט, א גבאי האט אויף געהויבען דעם רבי'ס האנט צום מויל, דער רבי האט ניטאמאל געטרונקען, און באלד האט דער גבאי געזאגט הויעך ל ח י י ם. ועוד כזה.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יולי 7, 2015 9:43 am

· #287573
איך האב נישט לאנג צוריק געהערט פון א חבר וואס איז אהין געפארען.

ער ווייסט נעבעך מער נישט וואס גייט פאר. מען שלעפט איהם אהער און אהין.
עס איז א גרויסע רחמנות.

lazar » דינסטאג יולי 7, 2015 11:00 am

· #287582
ער איז א איד פון 94 יאר עמו"ש, מ'דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז מ'קען נאך אנקוקן די צורה פון אזא עובד ה' מנעוריו. כאפט אריין ווי לאנג מ'קען נאך.

lazar » דינסטאג יולי 7, 2015 11:01 am

· #287583
קרעקער
איך האב געזעהן א בילד פונעם רבין ווי ער פירט טיש ביים יאהרצייט פון אור החיים הק'?

וואו קען מען זעהן די בילד?

lazar » דינסטאג יולי 7, 2015 11:16 am

· #287587
דא האט איר א קליפ פון מהר"ש מבאבוב וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן ווען ער האט "יא" געפירט
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Chl90Vl4zT0">https://www.youtube.com/watch?v=Chl90Vl4zT0</a>

גאנצל » דינסטאג יולי 7, 2015 3:47 pm

· #287691
און די יודעי דבר ווייסן צוזאגן אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע הדברי יואל איז ליידער אויך נישט אפגעשוינט געווארן פון די אנשי דלא מעלי די שטוב פירער אזויפיל כבוד האבן זיי נאך געהאט אז מ'האט אים נישט געשלעפט אין א גרויסע זאל פון הונדערטער מענטשן און אים איבערגעבן א עיקר שכחתי צעטיל און אים מאכן זאגן אנדערש פון זיינע ערשטע 85 יאר אין לעבן

נאר אזוי ווי איך זאג די אל תשליכנו לעת זקנה איז א ספעציעלע וויכטיגע תפלה פאר אן אדמור אויב יא עת זקנה זאל עס כאטש זיין שיין אזוי ווי הר' וואזנער זצ"ל להבדיל בין חיים לחיים האדמור מסקולעני שליט"א און נאך

איש את רעהו » דינסטאג יולי 7, 2015 4:00 pm

· #287702
פארוואס סקולעני?
ווען די בלאטע שרייבט ווען מ'סקולען וואס וואלטסטו דעמאלטס געטון

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יולי 7, 2015 4:09 pm

· #287707
Re: טאהשער רבי פירט נאך טיש?
שמעתי אז מברענגט איהם אריין נאר ווען ער איז גוטע צושטאנד.

והא ראי כמה פעמים וואס מברענגט איהם נישט אריין, ווי אויך זעט מען ווי איבערגעגעבן די גבאים זענען פאר איהם.

ווער געדענקט נישט ווען ער האט אונגיהויבן וועפן איבערגעמאכט א ברכה אפאר מאל האט מען איהם אויפגעהערט אריין צו ברענגען.

ליידער היינט טוט ער שוין נישט גארנישט אבער זיין גוף איז פיין טיילט שריים פארוואס זאלן די קינדערליך נישט קענען זעהן.

ווי אויך האט עס פאליטישע פשט אז ווען ער קומט נישט אריין וואס האט איינער צו וואוינען אין דעם שטעטיל ??

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 7, 2015 4:32 pm

· #287719
גערעכט, אסאך פון די רבי'ס וואלטן שוין לאנג געוועהן אין א מושב זקנים, ווען נישט דער פאקט אז עטלכע מאכען דעם אלטקייט פון דעם באטרעפעם צדיק פאר זייערע פריוואטע גוטע הכנסה.

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 7, 2015 4:38 pm

· #287721
גאנצל
און די יודעי דבר ווייסן צוזאגן אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע הדברי יואל איז ליידער אויך נישט אפגעשוינט געווארן פון די אנשי דלא מעלי די שטוב פירער.

אזויפיל כבוד האבן זיי נאך געהאט אז מ'האט אים נישט געשלעפט אין א גרויסע זאל פון הונדערטער מענטשן און אים איבערגעבן א עיקר שכחתי צעטיל און אים מאכן זאגן אנדערש פון זיינע ערשטע 85 יאר אין לעבן


דער הספד אויף אלטא פיגא יוכיח

ישמעאל הכהן » דינסטאג יולי 7, 2015 4:45 pm

· #287724
גרויסע מענטשעלע
שמעתי אז מברענגט איהם אריין נאר ווען ער איז גוטע צושטאנד.

והא ראי כמה פעמים וואס מברענגט איהם נישט אריין, ווי אויך זעט מען ווי איבערגעגעבן די גבאים זענען פאר איהם.

ווער געדענקט נישט ווען ער האט אונגיהויבן וועפן איבערגעמאכט א ברכה אפאר מאל

מיינסט אפשר דעם ''הארץ''?

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יולי 7, 2015 4:47 pm

· #287726
Re: טאהשער רבי פירט נאך טיש?
ניין כמיין ביי הבדלה האט ער געמאכט עפעס א ברכה 2 מאל.

הארץ איז אייביג געוועהן

גאנצל » דינסטאג יולי 7, 2015 10:43 pm

· #287886
ער פלעגט אלעמאל אזוי זאגן הארץ

moshav zekeinim » דינסטאג יולי 7, 2015 10:49 pm

· #287888
מיין קאנספעראציע: אפשר גאר איז שוין טאשער רבי לאנג אוועק, נאר די גבאים מיט מיילעך טאשער וויסנדיג אז נאך זיין פטירה זענען זיי אויס קאפעלוטש מאכער, זענען זיי אויפגעקומען מיט א געניאלער איינפאל, מען וועט זיין טויט האלטן פאר א סוד, און פשוט איבערמאכן א דאמי פון דעם רבי'ן אדער ברענגען א קליינטשיג אידל א לץ צו אפ עקטן דעם רבי'ן. מען וועט דאך פארשטיין אז דער רבי קען נישט רעדן פון שוואכקייט, און אזוי וועט קיינער נישט געוואויר ווערן דעם געהיימניס.

איך קען ברענגען פארשידענע באווייזן דערויף, סיי פון די היסטראיע די לעצטע 5 יאר, און סיי פון עטליכע קליפס.

גראדע פארשטיי איך די גבאים, עס איז גוט פאר די עקאנאמי אין טאש, עס האלט די קהילה צוזאמען, עס האלט אפ פון מחלוקה, און זאלן אידן שעפן יראת שמים מיטן מכלומר'שטן צירה פונעם צדיק.

ווען די חב"ד'סקער זאלן וויסן פון דעם עצה... דאכט זיך אז אויפן לעצטן נארד קארעיער פירער האט מען אויך אזוי געזאגט.

גאנצל » דינסטאג יולי 7, 2015 11:11 pm

· #287902
זאג פאר דיינע נוירסעס אין מושב זקנים זאלן דיר געבן דיינע פילען היינט ווייל דו הייבסט אן צו רעדן נישט צם דבר

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יולי 7, 2015 11:18 pm

· #287908
Re: טאהשער רבי פירט נאך טיש?
כמיין ספאסט נישט אזוי צו רעדן היינט טוט מען אזוי מיט אלע רביס ווי לאנג מקען סאיז גוט פאר די עקנאמיע, פאר אידיש קייט,


וועם גייט עס אן ?
לאנדויס באס פארט נאך ארויס יעדער וואך פיל

מאטל שניידער » מיטוואך יולי 8, 2015 4:58 pm

· #288180
מאטל שניידער
איך גרינד די אשכול לתועלת די ציבור איבער די וועלט וואס ווילן מיטהאלטן די נייעס וואס קומט פאר אינ'ם שטעטל תחת צלו של אותו צדיק.
מנהלים, אויב דאס איז נישט די ריכטיגע פלאץ ביטע רע-פלאצירן.


www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=9216

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 9, 2015 4:06 pm

· #288461
גרויסע מענטשעלע
כמיין ספאסט נישט אזוי צו רעדן היינט טוט מען אזוי מיט אלע רביס ווי לאנג מקען סאיז גוט פאר די עקנאמיע, פאר אידיש קייט,


וועם גייט עס אן ?
לאנדויס באס פארט נאך ארויס יעדער וואך פיל

אז מען רעדט שוין, אויב וויל איך אהינפארן אויף א שבת, איז דא וואו איינצושטיין? האטעל'ס, הכנסת אורחים?

lazar » דאנערשטאג יולי 9, 2015 4:29 pm

· #288467
און אויב פארט מען מיט קינדער אויך?

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג יולי 9, 2015 4:50 pm

· #288478
Re: טאהשער רבי פירט נאך טיש?
איינער זאגט מיר אז ביים טיש איז נאר דא געסט אפשר 10 איינוואינער.
וואס איז פשט ?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 6:14 pm

· #293941
העי, איך באמערק יעצט אז כ'האב מיך אויסגעלערנט ליינען יענעמ'ס שטערן!
איך זעה קלאר "ככר השבת"!!!
זיי זיך מודה!!

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 6:50 pm

· #293949
Re: טאהשער רבי פירט נאך טיש?
פארוואס א לץ
סאיז א גוטע ביזנעס סמאכט אין די העכערע ציפערן יערליך סברענגט רעזאלטאטן יעדע פעני וואס זיי לייגן אריין אויך נישט פין זייער געלד.

שלמה המלך » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 1:02 am

· #294075
ליידער ליידער ספר תורה שרוי בצער...
יא עס איז טאהשער רבי לרפו"ש זייער נישט קיין גיטע בילד....

lazar » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:37 pm

· #295164
דער לץ וואס שפילט טאהשע רבי האט זעהט אויס באשלאסן צו שפילן כאילו ער איז קריטיש קראנק און איז אריין אין שפיטאל.

גר ותושב » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:44 pm

· #295168
Re: טאהשער רבי פירט נאך טיש?
@KolHaolam: CANADA: TEHILLIM - Please be Mispallel for Tosh rebbe Shlita Rav Meshulem Feish ben Tzirel who is reportedly in critical condition R'L.

Sent from my XT1056 using Tapatalk

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:28 pm

· #295180
Re: טאהשער רבי פירט נאך טיש?
C/P
RABBINI SHLITEH is in a CRITICAL CONDITION CARDIAC ARREST "at HOME" STRONG TEFILES NEEDED
Please SAY TEHILIM for
RABBINI MESHILEM FAYISH BEN ZIRL LRFI"S

מאטל שניידער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:48 pm

· #295181
וכל בית ישראל יבכו......

קרעפל פשעטיל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:11 pm

· #295271
בד"ה די הארץ גייט אויס פאר צער
הלוואי זאל מען קענען ארויסנעמען די צדיק וקדוש פון צימעס און לאזן נאר אין אנשי השם אויב איינער אגריעט ביטע געטס א לייק
בלאט: 1 2