נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9216
נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
איך גרינד די אשכול לתועלת די ציבור איבער די וועלט וואס ווילן מיטהאלטן די נייעס וואס קומט פאר אינ'ם שטעטל תחת צלו של אותו צדיק.
מנהלים, אויב דאס איז נישט די ריכטיגע פלאץ ביטע רע-פלאצירן.
פארגאנגענע וואך האט מען דעמאלישט די טרעילער פון המשביע ווי אויך די אנדערע טרעילערס אונטערן מושב זקנים
📎 Ar1RbyFpsC3oU6-jrfdwUmuJY5yNl9H69gAipcBy1KXL.jpg
מאטל שניידעראיך גרינד די אשכול לתועלת די ציבור איבער די וועלט וואס ווילן מיטהאלטן די נייעס וואס קומט פאר אינ'ם שטעטל תחת צלו של אותו צדיק.
מנהלים, אויב דאס איז נישט די ריכטיגע פלאץ ביטע רע-פלאצירן.
מאטל שניידער: שלום עליכם ר' מאטל. איך מיין אז איך האב שוין אמאל געפרעגט די שאלה. זענט איהר אפשר אן איידעם ביי ר' טוביה דער מילכיגער...? אדער, שיער נישט געווארן א שוואגער מיט ר' לייזער וואלף דער בוטשער...?... 😂
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
מאטל שניידערפארגאנגענע וואך האט מען דעמאלישט די טרעילער פון המשביע ווי אויך די אנדערע טרעילערס אונטערן מושב זקנים
וואס גייט פאר מגייט בויען נאך הייזער ?
איך וויל זייער שטארק זיך אריבערכאפן דארט אויף א שבת, קומט דער רבי נאך אריין צו די טישן און תפלות?
איז נאך שייך צו כאפן א בליק?
קען מען זיך נאך קוויטלען? אויב יא ווען זענען די שעות?
די שטעטעל דארט איז הייליג אבער דער גרינדער פון דיזער אשכול איז טיף אין שטעטל ת....
lazarאיך וויל זייער שטארק זיך אריבערכאפן דארט אויף א שבת, קומט דער רבי נאך אריין צו די טישן און תפלות?
איז נאך שייך צו כאפן א בליק?
קען מען זיך נאך קוויטלען? אויב יא ווען זענען די שעות?
יא די רבי קומט ב"ה אריין צו אלע תפילות אין טישן
די געסט קענען זיך קוויטלען מוצש"ק
ייש"כ
אינעאהאלב די מאסיווע אויסברייטערונג אין רענאוואציעס אינם קעי.טי. סופערמארקעט האט מען די וואך פארענדיגט די ארבעט אויף א נייער אטאמאטישער טיר וואס מיט דעם ווערט אפיציעל באזונדערע טירן פאר אריין אין ארויס
מאטל שניידעראינעאהאלב די מאסיווע אויסברייטערונג אין רענאוואציעס אינם קעי.טי. סופערמארקעט האט מען די וואך פארענדיגט די ארבעט אויף א נייער אטאמאטישער טיר וואס מיט דעם ווערט אפיציעל באזונדערע טירן פאר אריין אין ארויס
כ'האב געמיינט אז מ'וועט כאטש מתקן זיין די געוואלדיגע פירצה פון תערובות, אז די מענער און להבדיל די נשים (ר"ל) זאללן אריין און ארויסגיין פון אנדערע טירן...!
רענאוואציעס קומען העפטיג פאר אין היכל ביהמ"ד הגדול #2 לקראת די ימים נוראים ווי אויך פאר א פראכטפולע היכל הטישן
📎 123.jpg
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)

פרישע נייעס אין שטעטל...
די קאמפעטישנס מילך אין קאווע שטיבל פון 196
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
די איינוואינערס פון קרית טאהש בכלל ותושבי רחוב משה וקאמארנא בפרט צייכענען די טעג אפ די עמטליכער פארענדיגונג פון די גאס אויספלאסטערייען אין מיט דעם שליסט זיך די לענגערע תקופה פון מיטמאכענישן פון צובראכענע קארס, בלאטע וכדו׳
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
טאהש'ער חדר סטראשעט זיי גייען ארויסגעבן פאר יוטה פראטעקשן נעמען פון די קינדער אין מוסד
די צעטל האבן די קינדער אהיים געברענגט פון חדר די וואך
אלך למסור אן קיין בושות, ע"י עסקנים שע"י ת"ת קרית טאהש
נעבעך ווי מהאלט שוין
פאריגעס מאהל ווען די רבנים האבן געזאגט דאס זיי האבן נישט מתיר געווען ארויסצוגעבן די נעמען, האבן זיי זיך פארענטפערט איינער האט עס געגעבן בטעות, יעצט שווימט ארויף דער אמת!!
דאס איז מאשר דער קלה דלא פסיק דאס דער קהילה וועגן זייערע אינטערעסן טיען זיי בדוקא ארבעטן מיט די אינסטאנסן כנגד דעת תורה, נישט ווי די היימישע מוסדות התורה ווי אין מונטריאל.... נישט ווי זיי זאגען אז זיי זענען געווען צו דעם געצווינגען
בושה תכסה פנינו

כפארשטיי נישט. וואס איז די פראבלעם שלא על פי דעת תורה? און וויטער וואס איז די פראבלעם ע"פ דעת תורה?
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
סופער דיעל

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
היינט איז ארויף אין פלאמען א נארוואס פארענדיגטע בנין וואו 4 משפחות האבן זיך געזאלט אריינציען קומענדיגע וואך
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
<a class="postlink" href="https://t.co/nehUpbZexk">https://t.co/nehUpbZexk</a>
אז מען פרובירט זיך אפטיילן ווי קרח ועדתו האבן געטוהן געשעהן פייערס. און אז cedar ביימער ברענען נישט גוט מוז עס גיין על העצים ועל האבנים.
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
An apartment complex under construction inKiryas Tosh was likely destroyed after a fast moving fire ripped through it on Thursday afternoon.
<a class="postlink" href="http://ift.tt/2sFK0th">http://ift.tt/2sFK0th</a>
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
פאשקעווילן היינט צופרי אין טאהש

צימעס שבצימעס!
ארויס פון דא!!
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
נעכטן געזונגען ביי שלש סעודות

מאטל שניידערנעכטן געזונגען ביי שלש סעודות

געוואלדיג! אלץ וואס האט נאך געפעלט צו דער שלימות פון סעודה'ניו, איז געווען ווער ס'זאל ליכטיג מאכן. די געטרייע סעודה'ניו סדרנים דרייען זיך שוין פאר ארום צוויי טויזנט יאר אָן קיין מנוחה. ס'טייטשט משה רבינו וועט מיט אונז לערנען תורה ווי גלייך א שאלעשידעס-תורה, אינעם טינקל? און צי בלױז אזאנע מיט נייט-וויזשאן-גאגגלס וועלן קענען אויפמערקזאם מאכן צדיקים אז א שטיקל שור-הבר איז שטעקן געבליבן אויף דער בארד? דאס איז אבער געווען איידער ס'האט דער טאהשער רבי דערהאלטן זיין לייסענס אלס עלעקטרישאן, און געשלאסן קאנטראקט מיט דער סעודה'ניו באאמטע.
וואס קומט נעקסט, א סטאטוע פון אים ברחובה של עיר? וואנזיניגע חסידים. דער טאהשער רבי קען נישט בלייבן הייליג, א צדיק, אן עובד, א מסירת-נפש איד — ניין! ער גייט ליכטיג מאכן ביי דער סעודה'ניו. טהאָמבּס דאון!
משה רבינו / רבינו הקדוש
נישט קיין סתירה?
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
יעצט קומט אריין די נייעס אז קושנער (@ריעלטאהשעררבי איידעם גינזבורג) האט געפייערט די סעקרעטערי אף אינערן עפעירס (נחמיה שווארץ) ווי אויך די דעפיוטי בודשעט סעקרעטערי.
ווי אויך קומט יעצט אריין די נייעס אז די אדמיניסטראציע גייט נעמען א שטייפע שטעלונג איבער די אלע וואס וואינען אין האוזינג וואס איז אויף די נאמען פון די רעזשים אז זיי וועלן מוזן באצאהלן רענט אדער ליידן קאנסקווענצן.
ווי א ווארטזאגער גיט איבער וועט מען זיך נישט רעכענען מיט שטרות אדער דיעד טרענספערס פון די פריערדיגע לאווען אדמיניסטראציע אין אז איינער האט א טענה סי יא אין קארט.
מיר זענען אלע פאראייניגט טו מטג"ע
מאטל שניידער: איך בין נישט דארט. ווייס איך נישט. איך טראכט נאר, אז אפשר (כפי השמועה) איז ביי די לאוען אדמיניסטראציע געווען א סאך קארופשן (יותר מדאי). און מ'טרייט עס יעצט אויסצורייניגן...!
מצה בעקעריי ווערט געפנט אין קרית טאהש וועט צושטעלן מצות פאר אנ"ש ווי אויך פאר עקספארט, וועט אויך קריעטן דשאבס, דשאבס, דשאבס! מטג"ע!
📎 DGEfWRIU0AAy-3C.jpg
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
.

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
די שבת ווערט געפייערט די חנוכת הבית פאר ביהמ"ד אור הנחל דחסידי ברסלב בקרית טאהש, דאס קומט נאך לאנגע חדשים שווערע ארבעט וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט צו איבערמאכן די רויע בעיסמענט פאר א בית מקדש מעט לשם ולתפארת
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
.

Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
היום

מאטל שניידער: מ'באקומט דעם איינדרוק אז ס'שאפן זיך מער און מער בתי מדרשים אין קרית טאהש. ומתפללים אין. ס'וועט נאך ח"ו קומען צו א מצב אז מ'וועט דארפן שטיין ביי די קארנער און זוכן א..."צענטן" צו מנחה- מעריב...! יעצט הייב איך אן צו טראכטן אז אפשר דער קאמוניסטישער איינפיהר פון טשיקן סקווער, אז מ'לאזט נישט אויפמאכן נאך בתי מדרשים. און אין ביהמ"ד הגדול גופא לאזט מען נישט מאכן קיין עקסטער מניינים. אפילו ביי א יארצייט. איז דער ריכטיגע איינפיהר. ווייל, לאמיר זיך פארשטעללן ווען מ'לאזט צו נאך בתי מדרשים אין העיליגן שטעיטל וואלטציך אנגערוקט איינס (אדער מער ) נדבורנא אייניקלאך און געמאכט שבת פאר זיך. און די רבי וואלט געווארן אויס קאפעליטש מאכער. סוכ"ס טאהש איז נאכנישט אזוי גרויס ווי קר"י. וואס דארט איז נישט קיין חילוק וויפיהל בתי מדרשים מ'זאלל אויפמאכן וועט אייביג זיין מנין...!
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
ר' בערל די פראבלעם איז אז מ'האט באגראבן דעם בית מדרש הגדול, די סדר העולם אז אז נאך א שטיקל צייט וואס מבאגראבט א קערל הייבט עס אן ארויסצוגעבן פירות...
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
מערקט אן אז די עירוב אין ניר-טאהש איז גרעסער ווי די עירוב אין טאהש זעלבסט.

מאטל שניידער: איז נישט ניר טאש נעבן ניר באטור...?!
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
berlbalagulehמאטל שניידער: מ'באקומט דעם איינדרוק אז ס'שאפן זיך מער און מער בתי מדרשים אין קרית טאהש. ומתפללים אין. ס'וועט נאך ח"ו קומען צו א מצב אז מ'וועט דארפן שטיין ביי די קארנער און זוכן א..."צענטן" צו מנחה- מעריב...! יעצט הייב איך אן צו טראכטן אז אפשר דער קאמוניסטישער איינפיהר פון טשיקן סקווער, אז מ'לאזט נישט אויפמאכן נאך בתי מדרשים. און אין ביהמ"ד הגדול גופא לאזט מען נישט מאכן קיין עקסטער מניינים. אפילו ביי א יארצייט. איז דער ריכטיגע איינפיהר. ווייל, לאמיר זיך פארשטעללן ווען מ'לאזט צו נאך בתי מדרשים אין העיליגן שטעיטל וואלטציך אנגערוקט איינס (אדער מער ) נדבורנא אייניקלאך און געמאכט שבת פאר זיך. און די רבי וואלט געווארן אויס קאפעליטש מאכער. סוכ"ס טאהש איז נאכנישט אזוי גרויס ווי קר"י. וואס דארט איז נישט קיין חילוק וויפיהל בתי מדרשים מ'זאלל אויפמאכן וועט אייביג זיין מנין...!
ר' בערל אייער חשבון שטימט נישט אזוי אקוראט, ווייל אין די געגנט אינדרויסן פון טאהש אליינס וואוינען 45 משפחות וואס בנוסף צו די ראש המשפחה האבן א גרויס חלק איינס אדער מער בחורים דאס דעקט גאנץ רוהיג צוויי בתי מדרשים
מאטל שניידערר' בערל די פראבלעם איז אז מ'האט באגראבן דעם בית מדרש הגדול, די סדר העולם אז אז נאך א שטיקל צייט וואס מבאגראבט א קערל הייבט עס אן ארויסצוגעבן פירות...
מאטל דער שניידער: יא. ס'געט ארויס פירות. פירות באושים. נישט אויף דעים האטציך דער צדיק קדוש וטהור מ'טאש זי"ע געמוטשעט און געפלאגט צו האבן א שטעיטל אז ס'זאלל דארט זיין פירוד לבבות, מחלוקת און קאנספיראציעס. און מ'זאלל נישט מקבל מרות זיין פון זיין יורש עפ"י תורה וואס איז גאר א חשוב'ער איד,, וואס פרובירט צו גיין אין די דרכים פון זיין גרויסן און הייליגן טאטן זי"ע ועכי"א...!
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
מחאה קעגן די פריצות'דיגע חול המועד ריידס אין שטעטל

.
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
מאטל דער שניידער: די רישא און די סיפא פון דעם קול קורא שטימען נישט. מ'רעדט דא פון 2 באזונדערע עניינים. די ערשטע איז אן הלכה'דיגע פראבלעים אויב ס'איז טאקע אין קעגנזאץ פון די גדרי הצניעות. איך ווייס נישט גענוי אלע פרטים פון דעם אופן וויאזוי ס'גייט צו מיט די ריידס אין שטעטל. למשל, אויב רוב מאמעס ברענגען די קליינע קינדער פאר ריידס. און ס'איז אויך דא א פאר טאטעס. איז נאכנישט עק וועלט. מ'דארף נאכנישט מאכן פאר דעים קיין מחיצה. און אום חוה"מ מעגן משפחות, טאטעס,מאמעס און קינדער גיין צוזאמען פאר א שפאציר. נאר אויב גרעסערע מיידלעך גייען אויך פאר ריידס. און ס'איז אן אטמאספער פון קלות ראש. דאס טויג שוין נישט. און ס'איז אקעיגן די גדרי הצניעות...אויף דעים איז דאך דא די עיני העדה. די דיינים פונ'ם שטעטל וועלכע דארפן אויפפאסן אויף די זאכן. און מאכן שטרענגע תקנות. און נישט זיין פארנומען מיט שטותים והבלים. ווי יענעמ'ס סמארטפאון וואס ליגט ביי יענעם אין טאש...! (מיט א פתח)...!
די סיפא רעדט פון געבן אינסענטיוון פאר קינדער אז זיי זאללן לערנען אום חוה"מ. דאס איז געזאגט געווארן פאר מתמידים. און עלטערע קינדער. אבער די גאנץ קליינע קינדער קענמען נישט אריינזעצן אין א ביהמ"ד פאר א גאנצן טאג. זיי דארפן זיך צו שפילן ווען ס'איז זייער צייט צו שפיעלן. ווייל אנישט וועט דאס קינדישקייט פארבלייבן ביי זיי אויפ'ן גאנצן לעבן...!
אה איך פארשטיי, חוה"מ איז געמאכט געווארן אז די טאטע'ס זאלן לערנען און נישט אז די מיידלעך זאלן פארברענגען!
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
.

berlbalagulehמאטל שניידערר' בערל די פראבלעם איז אז מ'האט באגראבן דעם בית מדרש הגדול, די סדר העולם אז אז נאך א שטיקל צייט וואס מבאגראבט א קערל הייבט עס אן ארויסצוגעבן פירות...
מאטל דער שניידער: יא. ס'געט ארויס פירות. פירות באושים. נישט אויף דעים האטציך דער צדיק קדוש וטהור מ'טאש זי"ע געמוטשעט און געפלאגט צו האבן א שטעיטל אז ס'זאלל דארט זיין פירוד לבבות, מחלוקת און קאנספיראציעס. און מ'זאלל נישט מקבל מרות זיין פון זיין יורש עפ"י תורה וואס איז גאר א חשוב'ער איד,, וואס פרובירט צו גיין אין די דרכים פון זיין גרויסן און הייליגן טאטן זי"ע ועכי"א...!
ערעב בערל, איר זענט זיך סותר מיניה וביה, דאס אז טאהשע רבי האט נישט געוואלט פירוד לבבות און דאס דאס אז ער האט געוואלט יעדער זאל מקבל מרות זיין פון בנו גייט נישט צוזאמען הגם ער האט געהאט אלע רעכטן אזוי צו וועלן.
נישט ח"ו מדמה צו זיין אבער קורח האט אויך נישט געוואלט קיין פירוד לבבות נאר אז גאנץ כלל ישראל זאל זיך אונטערווארפן אונטער איהם כאיש אחד בלב אחד, אייסיס וויל אויך ח"ו נישט קיין שנאת אחים נאר אז יעדער זאל זיך אונטערווארפן בחפץ לב אונטער באגדאדי'נען, וכהנה וכהנה.
פירוד לבבות קען מען בלויז בייקומען מיט שמוע בין אחיכם און נישט דורך פארלאנגען שתשמעו כל אחד לקול אחיך הגדול
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
מיט גרויס פרייד קומט אריין די נייעס אז די רעגירונג אינסטאנצן האבן באוויליגט צו געבן א צייטווייליגע פערמיט צו קענען דאווענען אין בית המדרש הגדול דעם גרויסן שבת הילולא,
עס איז נישט צו באשרייבן די געפילן צווישן אנ"ש ווען רבינו שליט"א גייט דאווענען במקום שהתפללו בו אבותי שוין 50 יאר
ווי באקאנט גייט די ביהמ"ד אדורך מאסיווע רענאוואציעס שוין 2 יאר די רענאוואציעס האבן געזאלט נעמען א קורצע צייט אבער די לאקאלע באמטע מיט די פייער דיפארטמענט טיילן אויס צרות צרורות אויף טריט אין שריט וואס דאס טוט געפערליך פארלענגערן די ארבעט, די עסקנים האב'ן שוין פרובירט מיט מלחמה אין תפילה (אין מוקדם ומאוחר בתורה..) אין יעצט האלט מען ביי דורן
עס איז צום האפן אז מען וועט באקומען די ענדגילטיגע פערמיט אין זוכה זיין לברך על המוגמר אויף די הייליגע טעג הבעעל"ט
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)
אין די איצטיגע מינוטן גייט פארקומען א מעמד קבלת פנים והכרת הטוב פאר הרב הנגיד ר' משה בן דוד אויף די משה גאס וואס ער האט מנדב געווען אין איז גערופן אויף זיין נאמען
Re: נייעס אין און ארום קרית טאהש (בויבריאנד קוויבעק)