אשכול מיוחד לדברי טיפשות
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9228
אשכול מיוחד לדברי טיפשות
מטעמים ידועים וויל איך דא מיחד זיין אן אשכול ווי מען וועט קענען אראפ שרייבן סיי וועלעכער דבר טיפשות (אין אייערע אויגן)
וואס מענטשן האלטן אדער זענען עלול צו האלטן.
מען קען זיך אויך דינגען אינעם ערך פונעם טיפשות, אדער צו עס איז בכלל פאררעכנט פאר א טיפשות.
אלס פותח האשכול וועל איך זיין דער ערשטער אנצוהייבן מיט א דבר שטות.
"לדעתי, ווען נישט די אייזענע פויסט פון די סיסטעם וואלט נישט געווען אזוי סך אפגעפארענע"
"מען זעט בחוש ווי ארץ ישראל שטייט בדרך נס, מען איז ארום גענומען מיט אראבער פון אלע זייטן, יעדן טאג זיכן זיי אונז אינטער צוברענגען. אפילו די פרייע זענען מודה אז דאס איז נאר א נס"
"אזא פנים האט אמעריקא ווען דער פרעזידענט איז א שחור מבני חם"
"אבאמא איז א מוסלימענער, און וויל אז די קוראן זאל זיין די קאנסטיטושען" - מיין מאמע
"אבאמא'ס פארגייער - בוש איז שולדיג אין די אלע פראבלעמען"
די גרעסטע דברי טיפשות וועט מען טרעפן ביי רעליגיע אדער פאליטיק. פאר עפעס א סיבה פילן זיך די עקסטרעמע זייער באקוועם דארט צו האדעווען זייערע טיפשות.
"שינאווער רב ז"ל האט געזאגט אז וועגן דעם איז לינקאלן געהרג'ט געווארען ווייל ער האט עובר געוועהן אויף יהי כנען עבד למו" - ווידער מיין מאמע
moshav zekeinimמטעמים ידועים וויל איך דא מיחד זיין אן אשכול ווי מען וועט קענען אראפ שרייבן סיי וועלעכער דבר טיפשות (אין אייערע אויגן)
וואס מענטשן האלטן אדער זענען עלול צו האלטן.
מען קען זיך אויך דינגען אינעם ערך פונעם טיפשות, אדער צו עס איז בכלל פאררעכנט פאר א טיפשות.
אלס פותח האשכול וועל איך זיין דער ערשטער אנצוהייבן מיט א דבר שטות.
"לדעתי, ווען נישט די אייזענע פויסט פון די סיסטעם וואלט נישט געווען אזוי סך אפגעפארענע"
"מען זעט בחוש ווי ארץ ישראל שטייט בדרך נס, מען איז ארום גענומען מיט אראבער פון אלע זייטן, יעדן טאג זיכן זיי אונז אינטער צוברענגען. אפילו די פרייע זענען מודה אז דאס איז נאר א נס"
"אזא פנים האט אמעריקא ווען דער פרעזידענט איז א שחור מבני חם"
מושב זקנים: איך קען אפפרעגן דיין טעאריע. לכה"פ לגבי ארץ ישראל. ווייל סאטמאר האלט אז די גאנצע קיום פון ארץ ישראל איז איין שטיק סיטרא אחרא.
איך בין נאר מתפלל צו השי"ת אז די סארט סיטרא דקדושה זאלל זיך אודאי ח"ו נישט גובר זיין. ס'איז מיר בעסער די סיטרא אחרא פון די אידן, ווי איידער די סיטרא דקדושה פון די נטורי חרתא און זייערע פריינט ווי למשל י--- ק---... 🙄 😈 😢
באלאנגט נישט אהער, מאמר החכם.
אז די רעבעצין'ס טשיעז בלינצעס זענען געווען זייער געשמאק און מ'האט אפילו אנגעגעבן די רעסיפי... 😂 🙄 ..
"איינמאל מען טוישט א זיז כל שהוא מדרך אבותיו הייבט מען אן גיין מטה מטה, אזוי ווי דער מציאות האט אייביג געוויזן"
"מען טוט נישט אליין'ס קיין זאכן, יעדער זאך וואס מען טוט דארף א דעת תורה"
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
איוף קיין רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות.
ווער עס האט נישט קיין סמארטפאון איז זוכה צו ערליכע דורות.
מען דארף נישט מעורר זיין אקעגן טעכנאלאגיע, עס איז גענוג אז מען ברענגט אריין פאזיטיווע אידישקייט.
''דו מיינסט דו האסט אויסגעטראפן אמעריקא, עס זענען געווען גענוג גרויסע חכמים דער רמב''ם דער גר''א זיי האבן שוין געוואוסט די אלע קשיות, האלט דיך נישט קלוגער פון זיי''.
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
ווען נישט די רעבעזעכרוינעליבראכע וואלט נישט געווען קיין יוד וואס לייגט תפילין אין אמעריקע.
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
קיינער איז נאך קיינמאל נישט אריוף אוף די לבנה! ס'איז א באללאני.
אין א געוויסן "שטעטל" ביי קידוש לבנה פארלעשט מען אלע לייטס און מ'טאנצט לאור הלבנה, זינגענדיג דעם פסוק..."דוד מלך ישראל חי וקיים"...!
איך ווייס נישט פון וועם איר רעדט. אבער אויב עפעס איז עס א מעשה טיפשות, און נישט קיין מאמר טיפשות אויף וואס דער אשכול איז מיוחד
"זיי נישט קלוגער ווי די סיסטעם, וועסט נאך אנקומען וואו ... איז אנגעקומען"
"דו פרעגסט וואו ס'שטייט? בוסט אן אפיקורוס"
"ווילסט ווערן קלוגער, רייכער, וכו', טינק דיינע פינגער נאך הבדלה..."
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
בוש איז אריין אין איראק נאר פאר די אול,
moshav zekeinimאיך ווייס נישט פון וועם איר רעדט. אבער אויב עפעס איז עס א מעשה טיפשות, און נישט קיין מאמר טיפשות אויף וואס דער אשכול איז מיוחד
מושב זקנים: אין די ערשטע דריי ווערטער האסטו מגלה געווען פון וועלכן "שטעיטל" מ'רעדט דא. און וועלכן אפגאט/רעבע. די רעבע וואס ..."וועיסט נישט" אייביג, ווען מ'קומט איהם פארציילן אז ס'ווערט אפגעטון מעשה רשעות בשמו ולשמו ולכבודו המחולל, זאגט ער איך וועיס נישט בא אונז אין שטעיטל...? אונז זעמיר צו געוואוינט עיביג צו געין נאר בדרכי נועם. אפילו ווען א היציגער בחור'ל געיט אונטערצינדן עינעם'ס הויז וואס איז א מורד במלכות, געיט ער אויך בדרכי נועם. אז יענער שטעלט זיך אקעיגן איז ער דאך נישט שולדיג...!
"מווארפט אראפ א פעני פונעם עמפייר סטעיט בילידינג קען עס דערהארגענען א מענטש"
<a class="postlink" href="http://www.scientificamerican.com/article/could-a-penny-dropped-off/">http://www.scientificamerican.com/artic ... opped-off/</a>
ישר כח @ירא שמים פאר דער ידיעה.
אזוי ווי רוב פון די דברי טיפשות זענען פאלקס (אידישע און גויאישע) מיטוס'ער, וואלט איך רואיג געקענט אנרופן דעם אשכול "פאלקס מיטעלאגיע", אבער באמת איז גוט אז עס איז אפן פאר כל מיני טיפשות שונות, אריין גערעכנט קרימע סברות.
moshav zekeinimאשכול מיוחד לדברי טיפשות
עס איז א שטיקעל פראבלעם, ווייל איך קאן נישט יעצט איבער שרייבן די גאנצע שלשידות תורה וואס דער רעבא האט געזאגט
מען "מיז" אויפנעמען דעם רעבינס עלטסטע קינד
ריכטוג, ווי קומט ער צו ווערן סאטמאר רבי, ער הייסט דען טייטלבוים
ווי קומט ער צו ווערן באבובער רבי, ער הייסט דען האלבערשטאם.
צו זיין א וויזשניצער רבי, דארף מען הייסן האגער
סקווירא רבי, טווערסקי
What's your point?
איך האב גימיינט אז דו רעדסט פון אויפנעמען די קינדער פון רבי'ן בכלל. איך האב נישט געכאפט אז דו רעדסט פונעם "עלסטן" זין דוקא. אבער אודאי און אודאי איז דאך א מלתא דפשטא אז מען דארף אויף נעמען דייקא דעם עלסטן זון פונעם רבי'ן אזוי ווי מען האט זיך געפירט מקדמת דנא אין אלע דורות. ווי מען זעט ביי די מלכי יהודה, און ווי עס ווערט געברענגט אין א בריוו פונעם מורן החתם סופר זצ"ל און אין א מכתב קודש פון דער ר"ר מענדעלע און דער ר"ר הערצקעלע זכיתם יגן עלינו. ועיין שם הזהרות חמורות למי שמשנה ממטבע שטבעו חכמים. ממה שהנהגו רבותינו הקדושים מדור דור, וכל המשנה ידו על התחתונה רח"ל
דאס איז דאך געווען דער יסוד פון די מחלוקת צווישן די חסידים פון לייבניץ און אלט-לייבניץ. פון ר' עזריאל און זיין צובראכענער ברודער לייבל. נאר ר' עזריאל'ס רעבעצן די געוועזענע גרושה מיט וועם ער האט חתונה געהאט אין אנטווערפן האט איבערגענומען די לייצעס בשעת חליו. און דר. זאריצקי האט אויכעט געהאט נישט קיין קליינעם חלק אין אויפהאלטן דעם הויף...!
המשך יבוא, אי"ה...!
רויטע וואנצעסדי גרעסטע דברי טיפשות וועט מען טרעפן ביי רעליגיע אדער פאליטיק. פאר עפעס א סיבה פילן זיך די עקסטרעמע זייער באקוועם דארט צו האדעווען זייערע טיפשות.
דערמאנט מיר די מעשה מיט ר' יענקעלע וועגן לשון הרע ביי חסידים ( שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטע לשון הרע)
הנוגע.. אזא גוטן טיפשות..... 😈
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
די דיינים אין די באבוב'ער דין תורה זענען געווען משוחד.
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
די דיינים אין די באבעווע דין ת׳ורה האבן נישט געהאט קיין שום אינטערעסן און נישט גענייגט צו קיין שום צד…
לבלרדי דיינים אין די באבער דין תורה זענען געווען משוחד.
באבעס אדער זיידעס?
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
ירא שמיםדי דיינים אין די באבעווע דין ת׳ורה האבן נישט געהאט קיין שום אינטערעסן און נישט גענייגט צו קיין שום צד…
הא לן הא להו.
ליסען א נייע קאר קומט אויס סאך ביליגער ווי קויפען א געניצטע.
מ׳קען איהם טראסטען. ער איז א היימישער.
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
רבי מיכאל בער ווייסמאנדל האט געקנעט מאכן א קאר אז עס זאל פארן מיט וואסער...
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
סאיז נישט דא בכלל א עירוב אין וויליאמסבורג.
דער אבאמא און קערי כאפן פשוט נישט אז......
א גאנצער אשכול מיוחד פאר טיפשות, און דערווייל האט קיין איינער עפעס א נארמאלע טיפשות ארויסגעזאגט. What's the point?
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נו, אדרבה לאמיר זען דעליווער עפעס א סאליד טיפשות
למען יזמרך כבוד.
פארדעם וועל איך שניידן לעבער.
ולא ידום.
און ס'וועט נישט בלוטן.
ה' מלך
גאט בלייבט קעניג
ירגזו עמים
זאל זיך די גאנצע וועלט ארומרייסן.
ה' ילחם לכם
גאט וועט אייך געבן ברויט
ואתם תחרישון
עטס זאלטס אבער אקערן.
אפילו "דער גוי" ווייסט שוין אויך היינט אין איז מודה אז אינז אידען זענען וכו' וכו'..
מאטקע. דעם רבינ'ס גבאי האט געהאט צוויי אויפגאבעס אין הויף. חוץ שרייבן קוויטלעך און זיין דער שאפער פון רבי.
1) ער האט געמאכט געשמאקע קאוועס פאר'ן רבי.
2) ער האט געזאגט דזשאוקס און גוטע ווערטלעך כדי די רבי זאלל ווערן בשמחה אין שווערע זמנים.
האט אמאל, נאכדעם וואס אן עגונה איז געקומען צום רבי זיך מזכיר זיין. און די רבי האט איהר געזאגט אז איהר מאן וועט צריקקומען בקרוב. ווען זי איז געווען ביים טיר רופט זיך אן מאטקע דער גבאי אז איהר מאן וועט נישט צוריקקומען. האט איהם די רבי געפרעגט..."איך זאג אז ער וועט יא צוריקקומען. פארוואס זאגסטו אז ער וועט נישט צוריקקומען"...?
האט מאטקע געענטפערט..."די רבי האט געקוקט אין קוויטל. און איך האב געקוקט אויף איהר פנים"... 😂
בעל עגלה, עס איז א גוטער דזשאוק. אבער דעם אשכול וואלט איך געוואלט מיחד זיין פאר אזעלעכע סארט דברי טיפשות אין וואס מענטשן גלויבן באמת. עס איז אז צינישער אשכול קעגן פאלטשע אדער איבערגעטריבענע פאלקס מיינונגען און אויבער גלויבן.
דער צעהלים'ער האט געמאכט כשר'ס צו עסן, סאטמאר רב האט געמאכט די אידן דאס צו עסן.
moshav zekeinimבעל עגלה, עס איז א גוטער דזשאוק. אבער דעם אשכול וואלט איך געוואלט מיחד זיין פאר אזעלעכע סארט דברי טיפשות אין וואס מענטשן גלויבן באמת. עס איז אז צינישער אשכול קעגן פאלטשע אדער איבערגעטריבענע פאלקס מיינונגען און אויבער גלויבן.
מושב זקנים: אנטשולדיג. איך האב טאקע נישט געכאפט פונקטליך וואס דיין כוונה איז געווען מיט דעם פתיחת האשכול. אין דעם אנדערן פעלד טאקע (דברי טיפשות ובאבע מעשיות) האביך אויך גאנץ א גרויסן סטאק פון סחורה בליעה"ר. נאר מכח כמה טעמים הכמוסים קעניך עס נישט ארויפלייגן...Because it hits too close to home... 😂 🙄 !
אויב נישט פאר דער רעבא זחיסע-יאג-לייני וואלטען ענק אלע געווען גוים. ער האט געמאכט דאס אידישקייט
ס'איז דא קברים אין מתחם גלובנציץ און בית שמש...
אשכול מיוחד לדברי טיפשות
ציבעלע-קיגלאויב נישט פאר דער רעבא זחיסע-יאג-לייני וואלטען ענק אלע געווען גוים. ער האט געמאכט דאס אידישקייט
געוואלדיגדער צעהלים'ער האט געמאכט כשר'ס צו עסן, סאטמאר רב האט געמאכט די אידן דאס צו עסן.
זאגץ אויך אז ס'איז נישט געווען א האלאקויסט פאר די זעלבע געלט..
ציבעלע-קיגלאויב נישט פאר דער רעבא זחיסע-יאג-לייני וואלטען ענק אלע געווען גוים. ער האט געמאכט דאס אידישקייט
נאר איך מיין אז אויף סקווירא חסידות (עכ"פ וויאזוי ס'ווערט פראקטיצירט היינטיגע צייטן) איז פארהאן תילי תילים של סיפורי מעשיות. טרעילערלאודס, בלע"ז. --------------------------------------------------------------------------------------------------------------וואו מ'מאכט פונ'ם עיקר א טפל און פון טפל אן אפגאט... 😂 🙄