☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול מיוחד לדברי טיפשות

אשכול מיוחד לדברי טיפשות

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9228
בלאט: 1 2

ירא שמים » מיטוואך יולי 15, 2015 10:25 pm

· #289596
אשכול מיוחד לדברי טיפשות
די רעבע איז געווען די ערשטע שטריימעל אין אמעריקע ,
די רעבע האט געמאכט די ערשטע קעמפ ,
די רעבע האט די ערשטע …
קרעדיט : אייזיק געשטעטנער.
בד״ו איינער ווייסט וואס איז געשען מיט עם?

וכדומה.. » מיטוואך יולי 15, 2015 10:50 pm

· #289602
מאטי
א גאנצער אשכול מיוחד פאר טיפשות, און דערווייל האט קיין איינער עפעס א נארמאלע טיפשות ארויסגעזאגט. What's the point?
מאטי
למען יזמרך כבוד.

פארדעם וועל איך שניידן לעבער.

ולא ידום.

און ס'וועט נישט בלוטן.

ה' מלך

גאט בלייבט קעניג

ירגזו עמים

זאל זיך די גאנצע וועלט ארומרייסן.

ה' ילחם לכם

גאט וועט אייך געבן ברויט

ואתם תחרישון

עטס זאלטס אבער אקערן.


דאס איז אמעראצות נישט טיפשות....

עסט מיר מוחל זיין אבער אין דעם אשכול גיסט זיך פיינע טיפשוסעריי... דער עולם ברענגט ארויס הייס טיפשות'דיגע נקודות, מקען נישט אוועקמאכען...

מאטי » מיטוואך יולי 15, 2015 11:09 pm

· #289607
און איך האב נעבעך געמיינט אז ס'איז טיפשות, נישט אמעראצעת, אזא טיפוש צו זיין. בד"וו מיין ערשטע תגובה, וואו איך רעדט מיך אפ, איז געווען סארקאסטיש.

לבלר » דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:50 am

· #289623
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
ציבעלע-קיגל
אויב נישט פאר דער רעבא זחיסע-יאג-לייני וואלטען ענק אלע געווען גוים. ער האט געמאכט דאס אידישקייט

אין צים דריטען מאל.

זעמיל מילכיגער » דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:35 am

· #289670
די אראבער האבן אינז קיינמאל נישט פיינט געהאט פאר תש"ח...... מען האט געוואוינט טיר ביי טיר מיט זיי....
אינטערגעלייגט א בילד ווי א איד מיט א קאפטען שפאצירט אויפן זעלבן גאס ווי די אראבער קראצט די נאז....
דאן הערט זיך די ווייטאגליכע קרעכץ "אלעס די ציונים"....

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:43 pm

· #289795
אובמא איז אייסיס. ער בויט אפילו אינטער יעדע וואלמארט געטאס ווי ער וויל אריינלייגען אלע יודען.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:45 pm

· #289796
ווי קען א גוי זיין צופרידען? ער האט דאך נישט קיין מצוות!

לבלר » דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:26 pm

· #289803
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
צעלהם'ער רב האט געמאכט די ערשטע כשרות אין א אמעריקא.
http://www.ok.org/about/our-ongoing-story/a-timeline-of-kosher/

יהושע חיים » זונטאג יולי 19, 2015 1:40 am

· #289986
לבלר
צעלהם'ער רב האט געמאכט די ערשטע כשרות אין א אמעריקא.
http://www.ok.org/about/our-ongoing-story/a-timeline-of-kosher/



חלב ישראל כצ"ל

לבלר » מיטוואך יולי 22, 2015 1:01 am

· #290865
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
היטלר ימ"ש האט געהאט קאטשקע פיס, וועגן דעם האט ער אייביג געגאנן מיט שטיוול...

ירא שמים » מיטוואך יולי 22, 2015 1:06 am

· #290868
אשכול מיוחד לדברי טיפשות
די פראזע האט עפעס א מקור ? כמיין כהאב עס קיינמאל נישט געהערט זאגן.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 22, 2015 1:37 am

· #290872
ירא שמים
די פראזע האט עפעס א מקור ? כמיין כהאב עס קיינמאל נישט געהערט זאגן.

איך האב עס יא געהערט אלס יונגל. נאר עפעס א שטיקל אמת ליגט דערין. ווייל אויפ'ן אנדער'ן מאנסטערישן רוצח סטאלין, ימ"ש איז דא א לעגענדע אז ער האט געהאט (צווישן אנדערע, מערערע געבורט פעלערן) עפעס א מין צוזאמ-וואקסונג פון א הויט צווישן די פינגערס אויף זיין פוס. און דערפאר איז ער קיינמאל נישט געגאנגען אן שיך אדער שטיוול...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 8:16 am

· #290895
דער ס"מ לייגט אריין חמץ אין די מאשין מצות

I'm back » מיטוואך יולי 22, 2015 10:47 am

· #290915
.

ירא שמים » מיטוואך יולי 22, 2015 11:02 am

· #290926
אשכול מיוחד לדברי טיפשות
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 11:03 am

· #290927
ביידע די זעלבע טפשות טאקע!

יהושע חיים » מיטוואך יולי 22, 2015 2:45 pm

· #290990
ליטוואק פון בודאפעסט
דער ס"מ לייגט אריין חמץ אין די מאשין מצות


נאסידער רב האט געזאגט אז מלאכים לייגן אריין חמץ און די מאשין מצות ווייל צאנזער רב האט געזאגט אז עס איז חמץ וועט עס אייביג זיין חמץ ודו"ק

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 2:46 pm

· #290992
אז ער האט עס געזאגט איז שוין נישט קיין טפשות, נאר אמת לאמיתו. איך האב געמיינט נאר די מימרא זעלבסט.

וכדומה.. » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:20 pm

· #291284
.
בלאט: 1 2