דער צו'חושטע מאוד אשכול
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9193
דער צו'חושטע מאוד אשכול
מאכטס זיך אמאל, און ביי טייל אלעמאל אז מ'איז אין א צ'וחשטע מאוד, און ס'צרות. אמאל כאפט די קאסטומער, אמאל די קינדער, און צומאל ווערט אפילו די אשת חיל פארוואנדעלט אין די קרבן, און קללות לא יחסר. אלענספאל, כדי צו רעליווען די סטרעס אויף א אומשעדליכער אופן, עפענען מיר דעם אשכול אלס א פובליק סערוויס פאר די צו'חושטע געכאפטע נשמות.
בקיצור ביי מיר איז דא א לאנגע ליסטע פון מענטשן וואס איך וויל אין זיי פשוט אריינבייסן, אבער חיות זענען טרייף, וועל איך מוזן שומפן וועגן זיי.
מיין שווער פאר אלע שווערע רוחות האט נאכאמאל גערופן זאגן אז עס לוינט זיך נישט צו פאר'ן צו די קאנטרי. הער מיך אויס שווער, קום אהער, לאמיך דיר ציען ביי די קעצעלע בארד און עפעס מסבר'ן: מיינד יור אן פריקן ביזנעס! קום אהער שעפעלע, איך וויל דיר זאגן א סיקרעט: שאט די טראק אפ!
גייעך איינשרייבן פאר דעי קעמפ, זיצט דארט די אדמינסטראטער אויף א רויט לעדערנע בענקל, און קראצט די בארד צווישן די ארך אפים און רב חסד סעקשאן. ער ליינט פאר א ליסטע פון טשארזשעס ווי פאר א באשולדיגטן אין געריכט.
950 שכר לימוד
140 טריפס
200 טראנספעטאציע
15 ספרים
+טיפס
די חילוק איז אז דא איז נישט דא א לויער וואס קען אויספייטן אראפצונעמען פון די שווערע געלט שטראפן. וויש איך אפ די נאז, און געב אים א קרעדיט קארד וואס די קרעדיט ליניע טרינקט שוין וואסער. דער שמאק שמייכעלט און ווינטשט אסאך אידיש נחת! איך גיי ארויס פון אפיס און די גאנצע וועג אראפ הערט זיך פון מיר דערשטיקטע ווידערקולות פון שטערנדלעך ווערטער. **** **** וואס דו ביזט. די רייניגער טרעפט מיר דארט בין שטאק ל'שטאק און ווינדערט אויף דעם משוגענעם שמוציג מויל וואס דרייט זיך אין א קינדער שולע. וואטעווער גא טו העלל. איך פארהאק די טיר. בום, אזש אפילו די ווידיאו קאמרא האט זיך צושאקעלט פונעם זעץ. ער קוקט מסתמא אויפן סקרין און לאכט..
דער פי הטבעת האט זיך געמיסט אריינדרייען פארענט פון מיר ווען איך פאר אויף זעכציג אויפ'ן 42. ווען ער וואלט זיך ווען געיאגט, מילא. אבער אז די פארסט אויף 40 האסטיך מיר געקענט דורך לאזן פאר די דרייסט דיך איין. צו אלע צרות זענען די קינדער געווען מיט מיר אין קאר און כ'האב געדארפט האלטן די פיסק פארשלאסן
דאס איז אמאל זיכער אז דיין אוואטאר לויפט נאן-סטאפ און קיינער וואגט זיך אים נישט אריינצוקאטן ווייל אך און וויי וועט יענעם זיין...
שטיי איך אין בארא פארק אונטער די טרעינס ביי ניו יוטריקט און 55 אויף דעם פיצי טרייענגעל וואס האט ניטאמאל קיין אחיזת קרקע צו שטיין דערויף צווישן איין ריזיגע גאדער אין די צווייטען, וויל איך אנהויבן אריבערגיין דעם צוויטען זייט סמבטיון, יענע רגע קומט צו רייסן א ריזן פייער טראק מיט אלע זיבן לעמפלעך און קולות, און דערצו די טרויעריג-בארימטע מיואמ'דיגע מלאך המות פייף.
איך האב נישט געוויסט צו איך זאל מיר צושטאפן די אויער אדער אנכאפן אינעם ראסטיגן שטאנג וואס האלט אונטער די שינעס, איך זאל נישט צובלאזן ווערן פונעם לופט וואס די טראק טרייסלט ארויס פון זיך ביים אריבערפליען.
איך האב מיך אנגעכאפט מיין היט מיט ביידע הענט, שטארק פארמאכט די אויגן און געהאפט אז די שפיץ פון מיין נאז זאל נישט ארפגעריסן ווערן דורכן לייטער וואס הענגט אויף די זייט פונעם טראק..
בבבוששששש....
שוין די קאשמאר איז פאריבער, איך עפן די אויגן, אלס דורך בשלום, ב"ה... גוב איך א קוק אויפן איקסעל זע איך ווי א פייגל פון אויבן האט ארפגעטריפט פרישע סחורה אויף מיין רעקל.... זעט אויס איך בין נישט דער איינציגסטער וואס כאפט א ציטער פונעם רעש....
דא קומען די קללות......
קוים ארויסגעקראכן פון די טרויעריגע ספירה טעג, און שוין קומט ווידער אפיר 3 אנגעזעצטע מוזיקלאזע וואכן.
קאמאן, איי ניעד סאם ראקינג מיוזיק!
בין איך אין צעחוש'טן מאוד.
חברה, עטס מאכטסמיר אויסשיסן פאר געלעכטער אום שבעה עשר נאך פארן דאווענען. גי-וואאלד!!!!! 😂
דער פארשאלטענע מאסקיטא האט מיר אריינגעווארפן אין א צחושטער מאוד. יא, איר הערט גוט, דער קליינער אשמדאי האט אויפגעגעסן מיינע נערווען ווי אש מיט איי ביי סעודת המפסקת. בררררר די רשע מרושע שגץ ארויס! אבער ער ווייסט נאר די וועג אריין. די פען איז אויף די שטערקסטע, אבער דער שווארצע מרה גלייד אין די לופט ווי סאלי סולענבערג. קום נאר אהער דו בייסיגע בלוט זויגענדע מאבסטער, איך וויל דיר צופליקן ווי א קלף של סוטה.
תנא קמאווי א קלף של סוטה.
מה זאת?
זייער פארשטענדליך. אבער אפשר קען מען מגיה זיין "ווי א קלף של סוכה" (אין דיין סוכה קומט נישט קיין מאסקיטאוס?)
תנא קמאדער פארשאלטענע מאסקיטא האט מיר אריינגעווארפן אין א צחושטער מאוד. יא, איר הערט גוט, דער קליינער אשמדאי האט אויפגעגעסן מיינע נערווען ווי אש מיט איי ביי סעודת המפסקת. בררררר די רשע מרושע שגץ ארויס! אבער ער ווייסט נאר די וועג אריין. די פען איז אויף די שטערקסטע, אבער דער שווארצע מרה גלייד אין די לופט ווי סאלי סולענבערג. קום נאר אהער דו בייסיגע בלוט זויגענדע מאבסטער, איך וויל דיר צופליקן ווי א קלף של סוטה.
איז דאך דיין שווער יא גערעכט אז דו זאלסט נישט פארן אין קאנטרי ......... דארט קומען די מאסקיטאס מיט די קללות און צעחושטע מאד מיט ...
דער
@תנא קמא דארף חיזוק. נישט נאר די חכמים האבן אים גערודפט, נאר אפילו די שווער מיט די מיסקיטאס רודפן אים.
ר' משה'לע קאזניצער זי"ע וואס ווי באקאנט פלעגט זיך אסאך ווערטלען, האט אמאל ארפגע'משל'ט א מעשה.
וואקט זיך דער איד חול המועד סוכות נאכן דאוואנען געמיטלעך, אינער רעכטן האנט זיין לולב מיטן זילבערנעם אתרוג פושקע, אינעם לינקען האנט זיין טלית ומחזור, פלוצלינג הייבט די גארטעל אן זיך צו דערקלערן זעלבסטשטענדיג, די ווינט ציבוזעט זיך די שיך בענדל עפענט זיך, אין ווען מיטען לעצטען אטעם פרובירט ער צו ראטעווען דעם שטריימעל פון אריינפליען אינעם רעגענלאזע טייכעל, מאכט ער א האפטשו....
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
כפארשטיי נישט בענדלעך אויפן שיך ?!
מן הסתם פון די הויזן
בימים ההם ווען מען האט געוואלט זינדיגען האט מען געברויכט ארויסגיין פון שטאט האט מען זיך געדארפט צובינדען די שיך, אבער אכשר דרא אז מען קען שוין זינדיגען אונטערען דוכענע ברויכט מען זיך צובינדען די הויזן.....
לאמיך אפ
פעגער אפ
פיץ אפ
טרעט אפ
יאג אפ
צו אפ
פלי א קייט
פלי צו די רוחות
פלי אין גהנים
פלי צום כף הקלע
פלי צום קוטב הצפון
פלי צום שאול תחתית
גיי אין דער ערד
גיי ווי די שווארצע פעפער ציפט
גיי צו אלע שווארצע יארן
גיי צו א וועטענעריען
גיי צו אלע בייזע רוחות
גיי רייכער א ציגאר פארקערט
זאפארט!!!
די מאוד סווינגט אויפן סווינג. יעצט אויפן רגע איז דער מאוד טיף פארכאפט אין די מרה שחורה יבשה ואדומה. די מרה איז אזוי באבלאזן, אז ער שיקט נאר שווארצע בלוט צום הארץ, און ליידיגע צעלן צום מח.
@תנא קמא 😃
📎 FemaleHormoneBalance300.jpg
פיטער, מיין ווייב נוצט דאס און עס ארבייט נישט.
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
פון דיין ווייב איז נישט קיין ראיה זיי האבן סאך מאר הורמאנס .
פאר די וועט עס אפשר ארבעטן.
ס'איז די אלול, סטופיד!
איך פגר פאר love ווי never before.
ליפא האט נישט קאנווינסט דיין ווייב ???
דו וואלולסט איך זאל פרואווען צו רעדן מיט איר ??
קאווע טרינקעראיך פגר פאר love ווי never before.
אני לדודי ודודי לי.
פראבלעם געלייזט.
זאגסט מ'זאל טרעפן די לאוו מיט'ן אייבערשטען. דערמאנט מיר וואס איך האב
דא געשריבן.
שטיי איך אויף היינט צופרי, די בויך קרעמפט מיר פון די נעכטיגע פעטע חזר'יי, טשיז בלינצעס אויסגעמישט מיט דאנאטען פארשווענקט מיט אייס קאפי און טשאקלעד, ס'דריקט געפערליך און איך שפיר מיך ווי א הארטע קענטעלאופ.
שוין, בלית ברירה ריק איך מיר ארויס פון בעט, באבלאזענערהייט כדרכי בקודש, איך ראול אריין אין שול, און שפאן מיט שנעלע טריט צום קאפי רום, א קאווע איז יעצט קריטיש וויכטיג.
זיפ איך מיר פון מיין נארוואס געמאכטע קאווע געמיטלעכערהייט, ווען אויפאמאל קומט אריינצורייטן א צושטרויבלטע אינגערמאן, און מיט אים אזא ווארימע שמעקעדיגע ווינטעל, ער געט א רוק מיין האנט מיט זיין זייטיגע געביין, מיין קאווע געט א טענצל אויף ארויף און פליסט גראד אראפ מיין רעקל און טראפט אזוי אריין צווישן מיין שיך און זאקן וואו א נאסע ווארימע געפיל נעמט מיך ארום.
און גארנישט, דער יאגט ווייטער כאילו לא היה אנפילן זיין האט קאפ מיט הייס ווייסער.
די בלוט קומט מיר ארויף אין קאפ, און איך שטעך אריין צוויי שפיזיגע אויגן אין זיין ריקן, זעהט אויס זיין נשמה האט עס דערשפירט, ער געט זיך א דריי אויס, ווען ער זעהט וואס ער האט דא אנגעחזרט געט ער זיך א רוף אן "נא... ס'גיסט זיך השפעות" און ער לויפט ארויס איבערלאזנדיג דעם זעלבען לופטל ווי אופן וועג אריין.
דרעק וואס דו ביזט!! זאכ כאטש אמסארי!! פיל גילטי פאר א סקונד!! ניין גארנישט, האסט געמאכט א זויערע וויץ קענסטו גיין ווייטער, פערד!
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
איך האב דאך דיר געבעיטן דו זאלסט נישט פרעסען די אלע דאנאטן וכדומה.
איי פיעל סאו בעד פאר יו, אבער אפשר האט ער געמיינט אז דו האסט עם גאר געשטיפט...
בן אדםאפשר האט ער געמיינט אז דו האסט עם גאר געשטיפט...
דאס איז די פראבלעם, פארוואס מיינט ער, נעם דיך צוזאם און וואטש וואס דו טוסט.
דרך אגב, ער האט פיין געוויסט.
איך בעהט דיר איבער, איך האב מיך געפערליך געיאגט צו א דזשאב אינטערוויו.
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
זעמיל מילכיגערר' משה'לע קאזניצער זי"ע וואס ווי באקאנט פלעגט זיך אסאך ווערטלען, האט אמאל ארפגע'משל'ט א מעשה.
וואקט זיך דער איד חול המועד סוכות נאכן דאוואנען געמיטלעך, אינער רעכטן האנט זיין לולב מיטן זילבערנעם אתרוג פושקע, אינעם לינקען האנט זיין טלית ומחזור, פלוצלינג הייבט די גארטעל אן זיך צו דערקלערן זעלבסטשטענדיג, די ווינט ציבוזעט זיך די שיך בענדל עפענט זיך, אין ווען מיטען לעצטען אטעם פרובירט ער צו ראטעווען דעם שטריימעל פון אריינפליען אינעם רעגענלאזע טייכעל, מאכט ער א האפטשו....
דאס האט פארציילט ר' אהרעלע קאזשניצער, ער האט געלעבט כמדומה לי נאכן קריג, איך געדענק נישט ווי דא אדער אין ענגלאנד.
און די מעשה ענדיגט זיך, און ער האט נישט קיין טישוס.
געוואלדיגאיך בעהט דיר איבער, איך האב מיך געפערליך געיאגט צו א דזשאב אינטערוויו.
געוואלדיג, ביזט געגיינגען אדער געקומען...? 😂
נע, דאס איז געווען פארדעם, נאכדעם, ה' ישמרנו.
א אידדאס האט פארציילט ר' אהרעלע קאזשניצער, ער האט געלעבט כמדומה לי נאכן קריג, איך געדענק נישט ווי דא אדער אין ענגלאנד.
און די מעשה ענדיגט זיך, און ער האט נישט קיין טישוס.
איר זאגט גוט "כמדומה לי" נאכן קריג, דא, ענגלאנד...
ווי אזוי שטייט אין די חתימה? מאך נישט קאליע די מעשה מיט "אמת'ע" פאקטן
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
זאג נאר דו ווייסט אנדערש?
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
ער איז אוועק ביים קריג אבער דאכטס זיך אז ער איז געווען א שטיק צייט אין לאנדאן
Re: דער צו'חושטע מאוד אשכול
[ציטאט אראפגענומען]
יישר כח
מיין זכרון איז נאכנישט אינגאנצן איינגעשלאפן
די קינדער קריכן היינט אויף די נערווען לכבוד "טאטע טאג". מיין ווייב מיינט איך בין אויך איר טאטע, אין זי ברויך מיר היינט לאזן פילן. חברה, פארוואס איז פריקן טאטע טאג אויף א זונטאג ווען טאטע'ס ווערן גערודפט פאר שאפינג און כל מיני נערוון קריכעריי. איך וויל א גרינעם מיטוואך ווען מען קען אביסל מנוחה טרעפן. קאט די קרעפ, ***, ***, **** און שווארצע *****.
תנא קמא חברה, פארוואס איז פריקן טאטע טאג אויף א זונטאג
זיי נישט קיין נער, יודען געבען זיך אייביג אן עצה מ'מאכט א טאטע טאג מוקדם אדער מאוחר און מ'ווערט נעלם פאר א מעת לעת. ווי אזוי שטייט אין פסוק? שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך...
די פילן אויסגעלאפן
די מרה שחורה געטראפן
די שוויגער גערופן
די שווער וויל שמועסן
די לענדלארד דרייט די אייער
די רענט געווארן טייער
אונטער די הענט שוויץ
די קינדער געמאכט א שמוץ
דער מאוד צוחושט
די מח זשעלי צומישט
מ'ברויך א שטריק
אדער א הויכע בריק
ניין, נישט קיין עצמו לדעת
נאר מיטן שטריק געבן א שמייס
דעם לענדלארד אויפן הויקער
ער זאלן זען שטערנס אפילו בבקר
מיט די פיס "בריק"ן
דעם שוויגער צופליקן
האסט מיר ליידיגייער א גוטע נאכט
זאלט עטס אלע ווערן צוקראכט.