☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » איך האב א תאוה שטארק און פראסט

איך האב א תאוה שטארק און פראסט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4915

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 12:11 am

· #155170
איך האב א תאוה שטארק און פראסט
איך האב א תאוה שטארק און פראסט,
עס ברענט געגועים א הייסע לאסט,
איז עס נשמה אדער חומר,
וואס א חילוק אם תמצא לומר,
מיין הארץ טרייבט בלוט מיט היץ,
איז עס הייליג אדער שמוץ,
מ'קען ביים שכל נישט פרעגן,
פארטעמט זענען אלע וועגן,
די ציעדיגע אהבה,
ווי הייסע זודיגע לאווע,
איך בין קראנק פאר קריבה,
נפשי חשקה בנקיבה,
ווי מאגנעטען ציען מיט כח,
צאפלט די הארץ און מח.

מבשרי אחזה אלוקי,
די תאות זענען כדי,
וואס עבותות אהבה באדייט,
די אינירליכע קייט,
אהבת דודי איז די ציל,
בין הבנות איז די משל, ס'נאר א שפיל,
א לאסט א האלז א קיש ממש קלעבן,
ווייל טאטע די געבסט אונז לעבן,
כי הוא חיינו ואהבתך אל תסיר,
מיט שטריק פון אהבה, נפשינו אסור,
איך האב דיר ליב מיט טרערן פון אהבה,
די ביסט היינט מיין נייע אנדעקטע תאוה.

יואב » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 3:22 am

· #155192
געוואלדיג!
אגב, איך וואלט דיר געלייקט אפילו אן צופאסן א נמשל.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 9:34 am

· #155210
דאס, ממש דאס, זאגט דאך אונז דער הייליגער ר"ר אלימלך צו טון.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 10:06 am

· #155216
יואב
אפילו אן צופאסן א נמשל.


@יואב לאל. עוד חזון אין מאחורי מער צונעמען די משל, איך קען נישט ווארטן צו זעהן ווי דיין אוועטארס צינג הענגט ארויס.

ראוונע » זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:38 pm

· #298530
זייער שיין הרב וואנצעס שרייב נאך