דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9178
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9178
בלאט: 1 2
אנאנים: ייש"כ פאר אויפמאכן דעם אשכול וועלכן איך אליינס האב נישט געהאט די גאטס אויפצומאכן. אבער ס'פיהלט מורא'דיג גוט. כמים קרים על נפש עייפה...!
בין איך געווען אין בארא פארק האב איך געזען ווי א קאפ שרייבט א מיטער טיקעט, בין איך צוגעגאנגען צום מאשין און געקויפט א טיקעט פאר א ווילד פרעמדן איד וואס וועט מיר ניטאמאל זאגן שכויעח. פארוואס, ווייל איך בין א איד.
מי כעמך ישראל.
מי כעמך ישראל.
כוכבבין איך געווען אין בארא פארק האב איך געזען ווי א קאפ שרייבט א מיטער טיקעט, בין איך צוגעגאנגען צום מאשין און געקויפט א טיקעט פאר א ווילד פרעמדן איד וואס וועט מיר ניטאמאל זאגן שכויעח. פארוואס, ווייל איך בין א איד.
מי כעמך ישראל.
כוכב: ס'איז דא,מייניך אזא געזעץ אז נאר דער אייגנטימער פון די קאר קען באצאלן פאר דעם פארקינג.איך האב אמאל אדורכגיינעדיג אויף די גאס אין בארא פארק געזעהן ווי א יוד לייגט אריין א קוואדער אין מיטער. און די אנטיסמיטישע שחור'טע האט איהם נישט געגלייבט אז ער איז דער בעה"ב פון די קאר. זי האט איהם געהייסן אריינלייגן די שליסל אין די קאר...!
בערל דו מישט געזעץ מיט רעליגיע, דאס איז אנטקעגן דעם קאנסטיטוציע.
[ציטאט אראפגענומען]
הא? ער האט געשיקט קוילן און גראנאטן? 😛
אן ענליכע מעשה האט פאסירט אין G&B ווען די גלויבערס בעלי בתים פון G&G האבן אריינשפאצירט אין זיך געלאזט אויפנייען צוויי סוטס און דריי בעקטישעס.
יתרואן ענליכע מעשה האט פאסירט אין G&B ווען די גלויבערס בעלי בתים פון G&G האבן אריינשפאצירט אין זיך געלאזט אויפנייען צוויי סוטס און דריי בעקטישעס.
כוויל נישט פארדרייען די אשכול אבער כמיין סאיז א גנאי.
[ציטאט אראפגענומען]
אמת ויציב איך האב דעמאלץ געארבעט אין b&H
שמעקעדיגבערל דו מישט געזעץ מיט רעליגיע, דאס איז אנטקעגן דעם קאנסטיטוציע.
וואס איז אנטקעגן די קאנסטיטוציע...? אז נאר דער אייגנטמער פון די קאר קען באצאלן פאר פארקינג בשעת דער טרעפיק עידזשענט איז דארט...ס'איז א שטאטישע רעגולאציע...!
דו ביסט דיך מתווכח איבער א פאקט. איך פארצייל א מעשה שהיה. בעיני ראיתי..'האט גארנישט צו טון מיט וויכטיגקייט און חשיבות. א בשר ודגים וואס איז פונקט אויכעט א בעל עגלה פארציילט א מעשה. נאר ס'מעגליך אפשר האט ער עס געחלומ'ט... נישט געטראכט פון דעם.... 😂 🙄
איינער פון די ארגענעזעשין רינועל וואס העלפט אידען באקומען קידניס האט פארצייילט אז עפעס א אנדערע קריסטלעכע ארגענעזעישין האט ג'וואלט נאכמאכען די קאנסעפט פון קידני דאונעשיאן פאר זייער געמיינדע אזוי ווי רינועל, האבען זיי געמאכט א מיטינג אינטרוויא מיט רינועל און אויך מיט די האספיטעל סטעף וואס זענען אינוואלווט און ארבעטען אינאיינעם מיט רינועל און זיי האבן געטרייט צו נאשען אינפארמעישין, אינמיטען די שמועס האט זיך דארט אנגערופען א איינגעשטעלטע פון האספיטעל, אויב ווילט עטץ קאפיען רינועל זאג איך ענק יעצט אז דאס איז נישט אזוי פשוט, דאס איז נישט א ניין טו פייף זשאב נאר מען ארבעט טווענטי פאר סעווען פאר די וואוילזיין פון זייערע דאונערס און רעסיפיענטס, די געטריישאפט ביי די ארטאדאקס קאמיונעטי איז עפעס וואס מען טרעפט נישט אין ערגעץ און דאס קען מען נישט נאכמאכען, מען קען עס נישט דופליקעיטען,
די ווערטער איז געווען א הילכיגע קידוש ה' און אויך א שטארקע חיזוק פאר די רינועל סטעף,
ווי ר מנחם פר"מ פון רינועל האט אמאל זיך אויסגעדרוקט אז פון 9 טו 5 ארבעט ער, און פון 5 ביז 9 איז ער נאר א וואלאנטיר..............,
א דאקטאר האט אמאל געוויזען אויף א טשארט אז ארטאדאקסישע אידען זענען א פיצעלע פערסענט פון די באפעלקערינג אין אמעריקא אבער זיי האבן די גרעסטע פערסענט פון קידני דאונערס, איך געדענק שוין נישט די פינקטליכע נומבערס, אבער די סטאטיסטיקס ערשטוינען די האספיטאלס און די דאקטוירעם, נאך דערצי אז אסאך דאונער'ס זענען מנדר זייער קידני פאר ווילד פרעמדע סטרענזשערס וועם זיי קענען נישט, און עס ווייזט זיך ארויס מיט גאנצען שטארקייט מי כעמך ישראל!!!

עס איז נאר אונטרעסאנט, אז ווי מער חסד אין א קאמיונעטי, אלס מער זענען די צרכי עמך מיט פראבלעמען אן א שיעור...
אין איינקלאנג מיט די גייסט אין דעם אשכול פון מי כעמך ישראל, וועל איך דא ציטירן פון א ספר ויכוחים מיטן נאמען "מלחמת חובה" פון רבינו יוסף קמחי (א ברודער פונעם רד"ק וועלעכער האט געוואוינט אין דעם העכסט פארגעשריטענעם מאדערנעם פראוואנסיע) ווי ער שרייבט לשבחו פון עם ישראל. אויפווייזענדיג דורך דעם אמיתת התורה.
איך וועל צוטירן שטיקלעך אין אידישער איבערזעצונג און אביסל אינעם ארגינעלן לשון:
מאמין: קיין שום אומה ערפילט נישט אזוי ערליך די עשרת הדברות ווי מיר אידן. מיר גלייבן אין איין איינציגן גאט, און מיר האלטן זיך טריי צום איסור "לא תעשה לך כל תמונה".
נאר מיר אידן האלטן שבת ריכטוג, און מיר טוען נישט קיין שום מלאכה אין דעם הייליגן טאג.
קיין שום אומה בעולם האלטן נישט אזוי שטארק איין אזוי ווי מיר אידן דעם "לא תרצח" און "לא תנאף". ביי אונז זענען נישטא קיין רוצחים, נישטא קיין מענטשן פארשמירט מיט זנות. "אין בהם רוצחים ומנאפים, עושק וגזל אין ביהידים מפורסם כמו בנוצרים שמלסתים הבריות בדרכים ותולין אותם ומנקרים עיניהם למקצתם, ולא תוכל להחזיק על היהודים דברים אלו"
צו הערשט אויך ביי אייך אזא צניעות ווי ביי אונז? סיי ביי מענער און סיי ביי די ווייבער?
מיט יעדן זון לערנט מען ביי אונז תורה פון קינדווייז אן. די מיידלעך ווערן ערצויגן מיט מוסר ודרך ארץ, מען זעט זיי נישט ארום גיין פראנק און פריי אין די גאסן, עס זענען ביי אידן נישטא קיין אויסגעלאסענע ווי ביי אייך קריסטן וואס מען באגעגנט שטענדיג אויף די מארקן און ירידים. און איר האט נאך די העזה אפצושפעטן פון אונזער מאראל און סדר החיים? איר האלט זיך פאר מענטשן מיט א העכערער מאראל, בעת איר פירט אזא לעבן און טרעט מיט די פיס אויף אלע געזעצן פון מוסר און יושר?!
נאך עפעס וועל איך זאגן:
מיר אידן ווייסן וואס עס הייסט ברודערליכקייט. שטעלט זיך אפ איין איד ביים אנדערן אין הויז, קען ער פארברענגען א טאג, צוויי, אפילו א גאנץ יאר, און ער וועט ביי אים גארנישט מאנען דערפאר, נישט פארן עסן און נישט פארן געלעגער. און אזוי פירן זיך אידן איבער די גאנצע וועלט, זיי זענען גערן מכניס אורח ווייל אידן זענען רחמנים בני רחמנים און האלטן זיך מיט ליבשאפט איינער צום אנדערן.
זעט א איד אז א אנדער איד איז געווארן געפאנגען, לייזט ער אים גלייך אויס. איז יענער נאקעט, טוט ער אים אנקליידן. והפכם בנוצרים.
המשך יבא

המשך פון פריער:
"ועוד, כי נשמרים היטב מאבק רבית, לא ימכרו ליהודי אחיהו, לא חטים ולא יין ולא שום מקח לזמן קצוב כדי להרבות לו בדמים, והנה אתם שתחדלו מן הרבית תמכרו לאחיכם כל מקח לזמן קצוב בכפל דמים, הלא תבושו שתאמרו לא תלוו רבית, הנה זה רבית גדול, ועוד, כי הרבה גויים מלוים ברבית ידוע ליהודים ולנויים מה שאין היהודים עושים לאחיהם יהודים".
מין: ווי מאכט איר אוועק דאס קריסטליך לעבן, ווען מיר פארמאגן אזעלעכע דערהויבענע. נזירים און פירושים וואס שיידן זיך אפ פון אלנ תענוגי עולם הזה. זיי גייען אוועק אין די מדבריות און אין אפגעזונדערטע וועלדער און פארברענגען דארטן זייער גאנץ לעבן אין גרויס דחקות און נויט.
מאמין: אבער, ענקערע פרושים זענען דאך בלויז יחידים, און קעגן יעדן איין הייליגע זענען ביי ענק פארהאן טויזנטער וואס זענען איינגעטינקען אין זינד. אפילו אייערע גלחים און קארדינאלן וואס דארפן דאך פירן אן איינשטענדיג לעבן, ווייסן אבער אלע ווי להוט זיי זענען נאך זנות.

.
מושב, איך קען וויסן ווי דו ביט איינגעשטאנען?
ביי מיר האט זיך עס נאכנישט געמאכט, וויפיל מאל איך שטיי איין ביי פרעמדע מענטשן, האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט אזא זאך ווי ארויסשיקן ביי סורפרייז.
געווענליך איז מען מודיע פארן אהין גיין, און אויב מאכט זיך א סורפרייז, איז עס זייער א פארשטענדליכע סיבה.

א חבר האט מיר לעצטענס דאס געשיקט:
גוטע וואך
צוליב סיבות האב איך געדארפט פארברענגן די וואך שבת אין מוינט סיני שפיטאל אין מאנהעטן,
אין כמיין סהאט זיך געלוינט די גאנצע קאפוויי נאכן זיך לערנען א מוראדיגע זאך פון מיין פארוויילונג,
אין מיין קאפ איז אייביג געווען פארשטיפט אין א זייטיג קעמערל דאס שטעטעלע סקווירא ווי "נאך" א חסידות, אבער די וואך שבת האט זיך אנטפלעקט פאר מיר א נייע וועלט אינערהאלב דאס שטעטעלע, סריפט זיך "חסד 24/7"
פון די סקונדע וואס כבין אריין אין די שפיטאל ווענט, איז נישט אדורך קיין מינוט וואס כהאב נישט געזען די לאגא פונעם ארגענעזאציע אין פארנט פון מיינע אויגן, קודם די הערליכע חסד שטיבל וואס זיי האבן אהערגעשטעלט דארט איז ממש אימבאשרייבליך, א הערליכן ליפטיגן צימער וואס מען קען האבן אביסעלע ישוב הדעת אין זיך פילען ווי ביי זיך אינדערהיים, אויסגעשטאטעט מיט די נייסטע און שענסטע פורניטשער, מיט א הערליכן ספרים שאפע אנגעפילט מיט אלע מיני ספרים (אפילו א לקיטי מהר"ן האב איך געטראפן דארט...) אין אנגעפאקטע פרידזשעדערס מיט כל מיני מטעמים, שאפעס מיט כל ערליי ביכער אויף יודיש, ענגליש, און עברית, מייקערוועיוס, האט פלעיטס, און וואס עס האט נאר אמאל אריינגעטרעטן אין אייער קיך אדער דיינינג רום...
ערב שבת איז ארויפגעקומען איינער פון די געטרייע וואלאנטירן וואס האט זיך געשלעפט פון סקווירא אויף א פרייטאג! אין געברענגט צוויי פולע באגאזשען מיט יעדע ציגעהער וואס מען קען נאר ניצען אויף שבת, אנגעהויבן מיט די חלות, פיש, און געענדיגט ביי די פאפקארן און קענדיס...
ווי אויך האט מען דעליווערט א הערליכן קידוש פעקעדזש מיט אלע ציגעהערן ווי א בעכער און טישטעך, זמירות, וכו',
דערנאך די אלע זייטיגע זאכען וואס האבן מיר געגעבן א שטיקל עונג שבת אין דעם שרעקוועדיגן ארט ווי למשל אלע סארט צייטונגען און גליונות,
הקיצור.... כאמעך נישט געראכטן אויף אזא שיינע שבת אינערהאלב א שפיטאל!
אשריך נוי סקווירא! ווייניג קענען זיך ציגלייכן צו אייערע מידות אין אהבת ישראל, העלפן און "זיך איבערגעבן" פאר א צווייטן יוד!

ביצה לב ע״ב ואמר רב נתן בר אבא אמר רב עתירי בבל יורדי גיהנם הם כי הא דשבתאי בר מרינוס אקלע לבבל בעא מנייהו עסקא ולא יהבו ליה מזוני מיזן נמי לא זינוהו אמר הני מערב רב קא אתו דכתיב {דברים יג-יח} ונתן לך רחמים ורחמך כל המרחם על הבריות בידוע שהוא מזרעו של אברהם אבינו וכל מי שאינו מרחם על הבריות בידוע שאינו מזרעו של אברהם אבינו
מושב פארענטפערט די קשיא ?[emoji57]
מושב פארענטפערט די קשיא ?[emoji57]
.
ווי שוין געשריבן אין אנדערע אשכולות, זענען ע"פ רוב די דיקטאטורן נישט די זעלביגע ווי די בעלי חסד. פארוואס מיינען מענטשן אז אינערהאלב א גאנצע קהלה פון טויזענטער מענטשן איז נאר פאראן איין סארט נאטור? קען נישט זיין אין סקווירא מערערע סארטן מענטשן?
איך האב שוין שוין געהאט אזא עקספיריענס אין קאלאמביע. דארט זענען דא צווייטע צימערן, איינס אין די גהעריגע שפיטאל און די אנדערע אין די קינדער אפטיילונג. ס'ווערט דארטן טעגליך איבערגעפרישט מיט כל טוב וטוב, און ס'בלייבט נאך גענוג ביז שפעט ביינאכט, בקיצור ס'איז געוואלדיג. דאס דארף מען אליינס זען, (מזאל נישט דארפען).
[ציטאט אראפגענומען]
זיי שטעלן צו עסען און ליין מאטריאל מער דארפן זיי נישט (מרעט מצד החסד) אבער צו צישטעלן א ספר וואס ביי זיי איז נישט אנגענימן פאר סיי וועליכע סיבה דארפן זיי נישט צושטעלן (ספה ליה בידים?)
נ.ב. איך ווייס די האסט עס שוין באמערקט וויל איך מודע זיין אז עס איז נישט קיין קעגן ריאקציע נאר א הסבר ריאקציע
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
.
ווען כ׳בין איין אינדערפרי געשטאנען ביים tool booth אין מיין EZ PASS האט נישט געארבייט, נאך איידער פאלציי איז אנגעקומען אין געמאכט פראבלעימן, קומט ארויס א אינגערמאן פון די קאר אונטער מיר מיט זיין EZ PASS אין לייגט עס העכער מיין front window אין די שטעקען הייבט זיך אונטער.
דער אינגערמאן האט מיר נישט אפי געבעהטן געלט נאר געווינטשען א גוטע טאג.
אפטר טעג שפעטער איז מיר אויס געקומען צו זיין אין הצלחה גראסערי בעיר מאנסי, דארט ביים register שטייט דער אינגערמאן וואס האט מיר געהאלפן מיטן EZ PASS.
דאכציך ער איז בעה״ב פונעם גראסערי.
#מיכעמךישראל

די הודעות וואס האבן פארפירט די שמועס זענען פארמעקט געווארן
פארציילט מיר א אינגערמאן, אויפן וועג ארויס צו די קעטסקילס אזוי זיצנדיג אין טרעפיק באמפער טו באמפער האט ער אביסל געקושט די אויטא פארענט פון אים, פארשטייט זיך אז ער האט זיך געשטעלט אין דער זייט, און ער גייט ארויס מקבל פנים זיין דעם ניזק, קריכט ארויס פון די אנדערע קאר א גוי, און נאכן ארומזוכן א וויילע האט ער געטראפן עפעס א פארזעעניש פון א קריץ, עפעס וואס אפי' דער דיין מיטן שטארקן אתרוג-לופ וואלט נישט געווען ביכולת צו אנטדעקן, דער ערל זאגט אים ערעב איד דו האסט צוויי ברירות 1) אדער ווארטסטו מיט מיר אויף די פאליס, צו קענען מאכן א רעפארט 2) גיבסטו אהער $200 גרינס, דער איד דערזעהט זיך אין א פראבלעם, צו ווארטן אויף די פאליציי ווען ער האט זיין בני בית מיט די גאנצע געפעק אינעם וואגן איז קיין אפתיע ניקס, אבער קיין צוויי מאות האט ער אויך פונקט נישט געהאט, גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט און א פרעמדע איד שטעלט זיך אפ, און אהן קיין קווענקעלנישן נעמט ער ארויס צוויי הונדערט טאלער און גיבט דאס אהין!!!
די מעשה אהער איז וואס אנבאלאנגט צום קעפל.
וואס מאכט די מעשה נאך אינטערסאנטער איז, אז דער מלאך מושיע האט אויפן וועג ארויס צו די קאנטרי זיך געכאפט אז זיינע טאשן זענען ליידיג, האט ער אויפן וועג צום בריק זיך אפגעשטעלט ביי זיין באנקס ATM און ארויסגענומען "פונקט" צוויי הונדערט טאלער!!!.

דאס איז שוין א מעשה וואס דארף אריינגיין אין מי כעמך הגוים אשכול
צו זעהן די שיינקייט פונעם גוי, צו בלעקמעילן איינעם פאר אפאר דולר...

איך דערמאן מיך א מעשה. אין מיטן א וואכנדיגן טאג אין די פריע נאכמיטאג שעות ביניך אריבערגעגאנגען אויף די 13'טע עוועניו. ווען איך זעה א טומל. שטייט א יונגערמאן און נעבן איהם שטייט אן אנגעשטעלטער פונ'ם שעריפפ'ס דעפט. און זאגט צו איהם...אויב דו געסט נישט תיכף 500 דאללער גייט מען טויען דיין קאר. דער יונגערמאן, א פארלוירענער, רופט אויס...ווער קען מיר העלפן און געבן א הלוואה. איך וועל עס בלי"נ אפגעבן. ביז ווייניגער ווי 10 מינוט האט ער צוזאמגעשטעלט דעם סכום...ס'דארט געווען גוים אויך. קיין איין גוי האטציך נישט אנגערופן אפילו אויף 5 דאללער אויך. און להבדיל, די אידן האבן געגעבן 50'ערס און 100'טערס...!
נ.ב.: פאר וועם פון די אויפגעקלערטע, פיינשמעקערס ס'געפעלט נישט אז כ'האב געזאגט אידן און להבדיל גויים, קען געזונטערהייט ווייטער קרומען מיט די נאז. איט'ס עי פרי קאונטרי... 😂 🙄

ווי אזוי ארבעט אזא זאך, מען קען סטראשענען מיט געלט, און אויב נישט טוי איך דיין קאר?
אדער דער אינגערמאן קען סוען דעם פאליציאנט?

@berlbalaguleh א שעריפ האט פארלאנגט געלט? אפשר א אייגענטומער פון א פריוואטע פארקינג לאט, אבער אן אפיציעלע באמטע?
איך וועל ענטפערן פאר א איד און פאר אהרן: יא. דאס איז געווען אין די תקופה פון ווען דינקינס איז געווארן מעיאר. ער האט איינגעפיהרט א שטארקן טאוינג פראגראם. דער באאמטער איז נישט געווען קיין פשוט'ער פאליציאנט. ער איז געווען פון שעריפפ'ס דעפארטמענט. זיי זענען ספעציעל געשטעלט אויף איינמאנען געלט וואס די סיטי טענה'ט אז מ'איז זיי שולדיג. ער האט געוויזן די צעטל פאר דעם יונגערמאן. און אויף די צעטל שטייט אז לויט זיין לייסנס פלעיט איז ער שולדיג דעם סכום. און ער איז נאך א גוטער. ער געט איהם א טשענס צו באצאללן. און אויב ער צאלט נישט דאמאלס וועט מען טויען. און זיי זענען גרייט מקיים פסק צו זיין...!
דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש, כהאב געמיינט אז דו רעדסט פון א לעצטיגע מעשה, און אפילו ווען עס איז יא א ריסענט זאך, קען עס אויך שטימען, איך גלייב אז עס איז געזעצליך, ווען ער קומט מיט א לעגאלע צעטל, אז די לייסענס פלעיט איז שולדיג כך וכך, צאלסטו הרי טוב, און אויב נישט טויעט מין דיר, הערט זיך עס.
וויל איך ענדיגן מיטן סלאגאן, מי כעמך ישראל...

א נאענטער חבר מיינער א ריעל עסטעיט בראוקער פאר גויאישע רענטעלס האט מיר א צייט צוריק פארציילט דאס פאלגענדע
איינע פון מיינע קליענטן א מידל עידזש-עלטערע פאר פאלק, וואס ציען זייער חיונה פון א קליין געשעפטל און האט אפאר דירות אינעם בנין העכער זייער געשעפט פון ווי זיי קאלעקטן רענט, רופט מיך אן איין טאג אז זיי בויען יעצט איבער איינע פון די דירות און זיי ווילן איך זאל אנהייבן צו ווייזן פאר פאטענציאלע קונים, אזוי אז גלייך ווען ס'ווערט פארטיג זאלן זיי שוין האבן א טענענט, און זיי זאלן נישט דערלייגן קיין רענט מיטן ווארטן אויף א קונה, זיי זענען קליינע אבער זייער געטרייע קאסטומערס, זיי האבן נישט מער ווי 3 דירות און איך האנדל מיט זיי מאקסימום 1 מאל א יאר 'אויב' איינע פון די דירות ליידיגען זיך אויס, און זיי קומען אלעמאל צו מיר, זיי גלייכן די וועג וויאזוי איך האנדל, און מיר פארשטייען זיך אייזן.
איך האב מיך טאקע גענומען דערצו מיט גרויס פלייס, איך האב זיי געגעבן עצות און טיפס וויאזוי אויסצושטעלן די דירה אז ס'זאל זיך שנעל פארדינגן, איך האב אנגעהויבן צו ווייזן די דירה, איין וואך, נאך א וואך, ס'איז שוין א חודש! אבער קיינער וויל עס נישט, ס'איז געווען א הערליכע רענאוואציע, געווען זייער גוט געפרייזט, און ס'איז געווען ממש א מיסטעריע פארוואס דאס גייט נישט!, די לענד-לעדי האט געטעקסט יעדע שטיק צייט ווי האלט מען ? אפשר גייט מען אראפ מיט די פרייז ? (זי איז געווען גענוג ביליג אזוי אויך), איך האב איהר ערליכערהייט געענטפערט, ס'איז אייער דירה, איהר קענט אראפגיין אז איהר ווילט, אבער איך מיין אז אין פארגלייך צו די אנדערע דירות אין די געגענט, איז עס ווערט מיט אפאר דאלער מער ווי דיין יעצטיגע פרייז!, ענדליך איין נאכט האב איך עס געוויזן פאר 3 גוים, זייער ארענטליכע סטודענטן, און זיי זענען געשפרינגען דערויף! איך פרעג אים ווילסט אראפלייגן א דעפאזיט ? זאגט ער יא, ער גייט שוין אריינשיקן מיט פעיפאל $500 צו רעזערווירן די דירה, איך קאל אהן די לענדלעדי און זי איז געווען זייער צופרידן מיט די אפפער, און געגאנגען איך שיק יענעם אן אפליקעישאן, און ער גרייט צו די פעיפערווארק.
עטליכע שעה שפעטער, רופט מיך אהן די לענדלעדי, אז זי איז אין א פארגעלעגענהייט.... איינע פון אירע אנדערע טענענטס האבן איהר נארוואס אנגעקלונגן אז זי האט א פרענד וואס איז אינטערסירט צו נעמן די דירה פאר $200 מער א חודש ווי מיין קליענט גייט צאלן!!, + זי דארף מיר נישט צאלן קיין קאמישען ווייל ס'איז נישט מיין קליענט! נאך אלע מעשיות האט מען גערעדט פון א סך הכל פון פינעף טויזנט דאלער חילוק! וואס זי גייט שאדן האבן אויב גייט זי מיט מיין קליענט ווס. די אנדערע, זי זאגט מיר, איך האב נאך גארנישט אונטערגעשריבן מיט דיין קליענט, ניטאמאל פעיפערווארק האט ער געגעבן, איך האב נישט קיין אבליגעישאן צו נעמן דיינע חברה, לאמיך דיר באלד צוריקרופן.
א שעה שפעטער רופט זי מיך צוריק, אז זי גייט גיין מיט מיינע חברה, זי פיהלט אז דאס איז יושר, סיי פאר מיר און סיי פאר די קליענטן, און אז ס'איז מיר באשערט דאס געלט וועט מיר דער אייבערשטער עס שיקן פון ערגעץ אנדערש!
איך האב עס פארציילט פאר מיינע קליענטן, און זיי זענען געווען אויסער זיך פון התפעלות! א ריכטיגע קידוש ה'!
מי כעמך ישראל!!

א אידדאס איז שוין גאר עפעס אנדערש, כהאב געמיינט אז דו רעדסט פון א לעצטיגע מעשה, און אפילו ווען עס איז יא א ריסענט זאך, קען עס אויך שטימען, איך גלייב אז עס איז געזעצליך, ווען ער קומט מיט א לעגאלע צעטל, אז די לייסענס פלעיט איז שולדיג כך וכך, צאלסטו הרי טוב, און אויב נישט טויעט מין דיר, הערט זיך עס.
וויל איך ענדיגן מיטן סלאגאן, מי כעמך ישראל...
א איד: היינטיגע טעג ארבעטן זיי שוין אינגאנצן אנדערש. זיי פארן ארום מיט א קאר און טשעקן אויס לייסנס פלעיטס פון קארס. און ווער ס'האט אומבאצאלטע פארקינג טיקעטס, לייגן זיי ארויף א מין שלאס אויפ'ן רעדל (זיי רופן עס ...באאט...). ווען דער בעה"ב פון די קאר באצאלט דעם סכום וואס זיי פאדערן, געבן זיי איהם א קאוד אויפצומאכן דעם שלאס. און דער בעה"ב פון די קאר דארף דאס צו זיי צוריקברענגען...פיינע מענטשן...!
שיינע אשכול.
איך ווייס פון א בחור פון א צובראעכענע שטוב (ס'מיינט א שטוב וואס די טאטע מאמע זענען פרייליך באזונדער) וואס האט זיך איינגעשריבן אין א ישיבה, דער ראש הישיבה האט אים פארהערט, און איז נישט נתפעל געווארן. דער בחור האט פארשטאנען אז כלתה אליו הרעה... האט ער פארלאזט א טרערעל.
ער איז געווארן אנגענומען אין די ישיבה.
מי כעמך.

האסט דיך אפשר פארמישט מיט די אנדערע מי כעמך אשכול?
פארוואס זאגסטו אזוי?
א טרערעל איז נישט אזוי פשוט
בן אדםא טרערעל איז נישט אזוי פשוט
בן אדם: ס'הייסט, דער ראש ישיבה איז ראוי לשבח, ווייל ר'איז געווארן גערירט פון א אידישע טרער.
משל למה"ד. צו א אידישן רויבער, וועלכער האט געהאלטן א גאן אויף איינעם. און צום סוף האט ער רחמנות געהאט אויף זיין קרבן ווייל יענער האט געלאזט א טרער. דאס דערמאנט מיך א זיסע מעשה מיט א אידישן האלד-אפ'ניק. אבער ס'געהער נישט אהער. ואכמ"ל...!
מי כעמך ישראל
די וואך און די ביטערע היצן האבן יודן ארויס געלייגט קאלטע וואסער באטלעך צו מהנה זיין אנדערע יודן.

און צו פארדאנקען מאטי קליין, פון מאטיס סופערמארקעט אין מאנסי, פארן מארגן זיין דעם פראיעקט, און מנדב זיין די וואסער.
א אידאון צו פארדאנקען מאטי קליין, פון מאטיס סופערמארקעט אין מאנסי, פארן מארגן זיין דעם פראיעקט, און מנדב זיין די וואסער.
עס האט טאקע אויסגעקוקט ווי א אויסגערעכנטע אקציע.
א מעשה פין מיך אליין.
א דאנק אדמור ניקולשבורג/כלל ישראל
סאיז געוועהן א קליפ ווי די רבי קאנטערלירט די טרעפיק א דורך צו לאזען א פאלציי.
פאריענדיג אין א 2 way קאנסטראקשין איז מיר אויסגעקומען די זעלבע זאך זעהענדיג פאלציי קאר שטייט מיט די לייטס אין די לאנגע טרעפיק האבאיך מיך אפגעשטעלט פאריענדיג די פאקירטע ריכטונג אינעם געוויזען ער קען קומען. ( סהאט איהם פיין געשעמקט)
ווען נישט די קליפ וואלט איך עס לכו נישט געטועהן אזוי ווי אלע אנדערע קארס.

גרויסע מענטשעלע: דער זכות זאלל דיר ביישטיין ביי דעם נעקסטן טיקעט וואס דו דארפסט באקומען... 😂
ערנסט גערדט. ס'איז א קידוש ה' ווען א איד טוט אזא זאך. מיר דארפן געדענקען דעם כלל פון ישראל ערבים זה לזה. דאס ארבעט נישט נאר אין א נעגאטיוון וועג. נאר אויך אין א גוטן וועג. דער פאליסמאן ווייסט ביי זיך אז די אידן זענען זיינע פרענדס. און איך מיין נישט אין די בחינה פון שוויצן און פאטאגראפירן זיך צוזאמען מיט זיי...!

@קאווע טרינקער, די מעשה וואס דו פארציילסט, איז א חידוש פון א מעשה.
@יעקב מענטש, דיין געשיכטע איז פשוט נישט צום גלייבן.

איך בין אויסגעלאפן פון געז אינמיטן הייוועי און זיך געשטעלט אין א זייט. עטליכע מינוט דערויף שטעלט זיך אפ אן אראבער און נעמט מיר צו א געז סטעישאן וואו איך האב געקויפט א קריגל מיט געזאלין און טראגט מיר צריק צום קאר.
איך האב מיר אבער נישט קיין עצה געגעבן וויאזוי אריין צלייגן די געז, דער אראבער איז שוין נישטא געווען, און פלוצלינג שטעלט זיך אפ א איד און העלפט מיר אריין לייגן די געז.
מי כעמך בני אברהם

האסטו אפשר געזאגט דעם אראבער אז דו ביזט אויפן וועג דורכצופירן א קאר באמבע אקציע? 😛
moshav zekeinim"איך בין אויסגעלאפן פון געז אינמיטן הייוועי און זיך געשטעלט אין א זייט. עטליכע מינוט דערויף שטעלט זיך אפ אן אראבער און נעמט מיר צו א געז סטעישאן וואו איך האב געקויפט א קריגל מיט געזאלין און טראגט מיר צריק צום קאר.
איך האב מיר אבער נישט קיין עצה געגעבן וויאזוי אריין צלייגן די געז, דער אראבער איז שוין נישטא געווען, און פלוצלינג שטעלט זיך אפ א איד און העלפט מיר אריין לייגן די געז.
מי כעמך בני אברהם
מושב זקנים. אינטרעסאנט. דו האסט געהאט מזל. האסט אנגעטראפן א וואוילן אראבער. איך למשל האב באגעגנט 2 אראבערס אין א טרעפיק דזשעם אויפ'ן בי.קיו.אי. זיי זענען צוגעקומען נאנט צו מיין קאר און האבן געשריגן פאר מיר דעם בארימטן אראבישן פסוק..."איטבאח על יאהוד"...כ'האב נאר מורא געהאט אז זיי ווילן (ח"ו) מקיים פסק זיין אויפ'ן ארט. כ'האב זיי געוואלט זאגן אז איך לערן און קען ויואל משה אויסנווייניג. זיי קענען מיך אפילו פארהערן... 😂 נאר די סיטרא אחרא האט געהאלפן (די זעלבע סיטרא אחרא וואס האט געהאלפן די אידן אין ענטעבבע) און זיי האבן אפגעפיצט צו אלדע רוחות. עניוועי. דו (און דיינע אויפגעקלערטע, סענסיטיווע פרענדס) זאללן ענדזשויען די מידות טובות פון דעם און אלע וואוילע אראבערס עד ביאת מאהאממעד ,צוזאמען מיט די נטורי חרתא לאל קודס במהרה בימכם,עימען...!. 😂 🙄
מושב קענסט צוטיילן די מעשה, די ערשטע חלק לייג אריין אין דיין מי כעמך הגוים אשכול, און שרייב פארזעצונג דריק אויפן לינק, וואס וועט אהערשיקן צו ליינען די צווייטע חלק, וואס דער איד האט דיר געהאלפן.
און צו שרייבן אזוי ווי דיין שפראך, אז דער אראבער האט דיר געטראגן צו זיין חברס געז סטעישאן, אדער לאו דוקא זיין חבר, אבער א צווייטער אראבער. און ער האט נאך געמאכט א פראצענט (בדרך צחות), אבער דער איד האט גארנישט פארדינט דערפון, חוץ דיר א טובה געטוהן.

מפוזרי
@יעקב מענטש, דיין געשיכטע איז פשוט נישט צום גלייבן.
איך וואלט אפשר אויך געלערנט גוזמא קתני, ווען נישט מיין חבר האט מיר געגעבן א נאמען מיט אן אדרעס, און זיך קענענדיגע מיט יענעם האב איך עס פערזענליך וועריפירירט, מ'רעדט פון באמת א פשוט מידל עידזש קאפל, מיטל קלאס פארדינער, נישט קיין גרויסע עשירים.
בלאט: 1 2