☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

121 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9121
בלאט: 1 2 3

דעמאקראטיע » זונטאג יוני 21, 2015 7:58 pm

· #284109
העי גאנצי וואס טוצעך? דו באקומסט באצאלט אווערטיים צו שרייבן דא??

די אישו איז נישט צו איך אנערקען יא אדער נישט די מרא דאתרא,
מע רעדט דא פון א ערוועלטע רעגירונג ווילידזש וואס נעמט טעקסעס פון אלע שונאים צוגלייך ווי ערשטע קלאס בירגער, אבער ווערן סערווירט ווי דריטע קלאס בירגער,

אלס פותח האשכול וויל איך בעטן, ביטע נישט פארדרייען די אשכול מיט נארישע מרא דאתרא טענהרייען דעיס האט ניקס קיין שייכות מיט ווילידזש אנגעלעגענהייטן

גאנצל » זונטאג יוני 21, 2015 8:00 pm

· #284110
ר' איד האסט פראבירט איבערצונעמען די לייצעס אפאר מאל און טון אלס וויליזש פירער די זעלבע זאך ס'איז דיר נאר נישט געלונגען פלאץ און פאק איין דעטס איט און קום מיר נישט וויינען נאציס פראבירן אפצוטיילן די צוויי זאכן ווייל יעצט געפעלט דיר אזוי איז בס"ה א קאמפיין סטראדעגיע

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 21, 2015 8:13 pm

· #284113
אה הייסט ווייל ס'איז נישט געלונגען איבעצונעמען די לייצעס איז מען דריטע קאלס סיטיזענס. וואלט איך געווען א רעפובליקאנער וואלט איך נישט געהאט מעדיקעיד? נאך א מזל כאב געשטימט פאר אבאמא

גאנצל » זונטאג יוני 21, 2015 8:21 pm

· #284117
קודם ווייז מיר וואס דו באקומסט נישט פון די וויליזש און נאכדעם קלארער צו מאכן די שרייען נאציס מיט וואס דו האסט אנגעהויבן איז די זעלבע מחלוקה פון ל"ט ביז יעצט, נאר יעצט אנפארטענטלי זענען די מהר"א שטערקער און עטץ וויינטס נאציס ס'קען זיין ס'וועט זיך נאך טוישן אז מהרז"ל זאל פירן די רעדל און מהר"א וועט שרייען נאציס אויף דעם ארבעט עטץ זייער שווער ביזדערווייל אן ערפאלג

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 21, 2015 8:25 pm

· #284119
ביזט היבש צומישט, נעם א בענקל און בארואיגדיך. די רעדע איז דא איבער ארונים'ס שרייען ''נאציס'' אויף די גוישע שכנים.

שטאנג » זונטאג יוני 21, 2015 8:27 pm

· #284120
ווען אבאמא האט געהאט די קאנגרעס אונטער זיך האט ער דען נישט סערווירט די רעפובליקאנער ווי דריטע קלאס בירגער? אזוי גייט עס אין יעדע פאליטישע רעגירונג, ווער ס'זיצט ביים שיסל פרובירט צו שטיפן זיינע אגענדעס,

אבער כ'האב נישט געהערט אז די רעפובליקאנער זאלן זיך בעטן ביי פוטין צו אונטערברענגען אמעריקע כדי צו ווייזן דעם אבאמא'ן. ביי די רעבעלן אין ק"י ארבייט עס אנדערש קוקט אויס, מ'וועט בריש גלי פרובירן צו אונטערברענגען דעם אייגענעם שטעטל וואס זייער רבי האט אויפגעשטעלט אבי צו ווייזן דעם שונא,

אגב, איינער האט דא געשריבן אז די ווילידזש האט געגעבן א פערמיט צו בויען א שול אין צענטער פון שטעטל אנעם צושטעלן פארקינג. כ'מיין ס'איז א געפערליכע עוולה פון זייער זייט צו זיין אזוי אומאחריות'דיג,

גאנצל » זונטאג יוני 21, 2015 8:29 pm

· #284121
@ישמעלאון אויף דעם האסטו גענטפערט מיין קינד ? דוכט זיך אז דו האסט נישט געזאגט וואס יונייטעד מאנרא ענטפערט נאר עפעס אנדערש.............

שמעון וואלף » זונטאג יוני 21, 2015 8:37 pm

· #284123
נישט ממש אן ערפאלג ווייל איך זעה די ארונים וויינען יעצט אז די זלונים ווילן אינטערברענגן די שטעטל.

די ווילסט אזוי שטארק וויסן וואס מ'בעוולט די זלונים/בנ"י. איך וואין נישט אין ק"י בין איך נישט צו באקאנט, און כאטשיג איך האב שוין געהערט אסאך זאכן ווייס איך אבער נישט ווי קראנט ס'איז. איין משל קומט מיר יא צום געדאנק יעצט און דאס איז די געלט וואס יעדער קויפער פון א דירה דארף געבן פאר די וועד הקריה, וואס די געלט בלייבט ביי די ארונים כאטשיג עס קומט פון אלע דריי פראקציעס צוגלייך. אויך דאס וואס יעדע דעוועלאפער דארף צושטעלן א שול פאר די ארונים, וואס די געלט קומט אלטימעטלי פון די אלע וואס קויפן דירות. האלטסט אז מ'דארף צושטעלן א שול אין יעדע געגענט? פיין אבער זאל עס גיין פאר דער וואס איז גרייט צו צאלן די מערסטע. איך ווייס אז די תירוץ אויף דעם וועט זיין אז די מוזט נישט קויפן אבער למעשה שטעלט זיך ארויס אז ס'זענען דא אזעלכע וואס זענען נהנה מער ווי אנדערע און דאס מיינט סעקאנד קלעס. און דאס קען צושטאנט קומען נאר דורך די ווילעזש וואס גיט נישט די פערמיטס ביז מ'איז דורכגעקומען מיט די וועד הקריה.

נאך א זאך. דאס וואס די ארונים האלטן אין איין זאגן אז ווייל מ'שטיצט נישט די אנעקסעישן ברענגט מען אינטער די שטעטל, איז סתם דברי הבל. די שטעטל שטייט און עפ"י דרך הטבע וועט עס בלייבן און די אידישע ישוב וועט ווייטער בליען ריגארדלעס אויב ס'קומען צו נאך שטחים אינטער די ווילעזש אדער נישט. די איינציגסטע חילוק וועט נאר זיין טאמער די ארונים וועלן זיין אין קאנטראל אדער נישט. ביז אפאראפאר וועט רוב טאון באשטיין פון אידן און טאמער וועט מען פארלאנגן סיידוואקס, גארביזש קאלעקשאן, טאון סוער טוישן זאנינג, און אלעס אנדערש וואס די ווילעזש שטעלט צו, וועט די טאון עס צושטעלן. אבער ווי געשמועסט, ס'וועט נישט זיין תחת נשיאות המרא דאתרא.

גאנצל » זונטאג יוני 21, 2015 8:44 pm

· #284124
טעות מעיקרא וועד הקרי'ס געלט גייט נישט פאר בתי מדרשים קוק בעסער נאך נעקסט טיים פאר דו שרייבסט די וויליזש האט א געזעץ אז די בילדער מוז בויען א ביהמ"ד (געוואנדן וואספארא גרויסע קאמפלעקס) און דער בילדער קען עס בויען פארוועם ער וויל ביי די וועי די עקסטעפיידער ליפא דייטש וואס ער דרייט יעצט אן די גאנצע סובמאטאכע פונעם קענגערשאפט צום אנעקסעישן וועגן זיינע ביזנעס אישוס (און אלע קעלבער דא טאנצן דא פאר אים די שדים טאנץ און וויינען נאך נאציס....) איז דייטש האט נישט געטון ווי די געזעץ פארלאנגט ביי זיין קאמפלעקס אין די פראג געגנט

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 21, 2015 8:45 pm

· #284126
נאכאמאל ווער שרייט נאציס? כ'מיין זאלסט אנהויבן דעם אשכול פון אל"ף. דיין קוגל איז שוין צו גרויס

גאנצל » זונטאג יוני 21, 2015 8:47 pm

· #284127
מהר"א אויף יונייטעד מאנרא און מהרז"ל קעגן מהר"א

שמעון וואלף » זונטאג יוני 21, 2015 8:55 pm

· #284129
גאנצל
טעות מעיקרא וועד הקרי'ס געלט גייט נישט פאר בתי מדרשים קוק בעסער נאך נעקסט טיים פאר דו שרייבסט די וויליזש האט א געזעץ אז די בילדער מוז בויען א ביהמ"ד (געוואנדן וואספארא גרויסע קאמפלעקס) און דער בילדער קען עס בויען פארוועם ער וויל ביי די וועי די עקסטעפיידער ליפא דייטש וואס ער דרייט יעצט אן די גאנצע סובמאטאכע פונעם קענגערשאפט צום אנעקסעישן וועגן זיינע ביזנעס אישוס (און אלע קעלבער דא טאנצן דא פאר אים די שדים טאנץ און וויינען נאך נאציס....) איז דייטש האט נישט געטון ווי די געזעץ פארלאנגט ביי זיין קאמפלעקס אין די פראג געגנט

קוק איבער וואס כ'האב געשריבן, איך ווייס אז די וועד הקריה געלט גייט נישט פאר בתי מדרשים און כ'האב עס נישט געשריבן.
די זאגסט אז מ'קען בויען א שול פאר וועם מ'וויל, אינטערעסאנט אז קיין איין דעוועלאפער האט נאך נישט געוואלט בויען פאר אן אנדערע חוץ פאר ארונים.

גאנצל » זונטאג יוני 21, 2015 8:58 pm

· #284133
שמעון וואלף

נו קאל אן ווערצבערגער בראך און פרעג זיי פ"וו זיי בויען נישט קיין ביהמ"ד פאר די רז"ל'ס

שטאנג » זונטאג יוני 21, 2015 10:10 pm

· #284148
שמעון וואלף
נאך א זאך. דאס וואס די ארונים האלטן אין איין זאגן אז ווייל מ'שטיצט נישט די אנעקסעישן ברענגט מען אינטער די שטעטל, איז סתם דברי הבל. די שטעטל שטייט און עפ"י דרך הטבע וועט עס בלייבן און די אידישע ישוב וועט ווייטער בליען ריגארדלעס אויב ס'קומען צו נאך שטחים אינטער די ווילעזש אדער נישט. די איינציגסטע חילוק וועט נאר זיין טאמער די ארונים וועלן זיין אין קאנטראל אדער נישט. ביז אפאראפאר וועט רוב טאון באשטיין פון אידן און טאמער וועט מען פארלאנגן סיידוואקס, גארביזש קאלעקשאן, טאון סוער טוישן זאנינג, און אלעס אנדערש וואס די ווילעזש שטעלט צו, וועט די טאון עס צושטעלן. אבער ווי געשמועסט, ס'וועט נישט זיין תחת נשיאות המרא דאתרא.

און ביז דאן דארף א דירה קאסטן $750,000 ביז א מיליאן? הייסט אזוי ארבייט די קאפ פון די אלייענס פירער?

שמערל » מאנטאג יוני 22, 2015 12:14 am

· #284170
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
דער וויליזש האט נישט און קען נישט האבן קיין געזעץ אז מען ברויך בויען א רעליגיעזע שול, זייער געזעץ פארלאנגט אז א קאנדאו ברויך האבן א קאמיוניטי רום, דער געדאנק אז א קאמיוניטי רום ווערט א חלק פון די צענטראלע קהלה ווייל דער בויער האט אזוי געוואלט אנשטאט עס לאזן פאר א אומפארטייאישער קאמיוניטי געגענט שוהל, איז זיכער נישט ביושר.

די געלט פון ועד הקריה גייט כלומר'שט פאר די צענטראלע מוסדות סאטמאר, גאנץ א בארעכטיגטע סיבה פאר די מינאריטעט זיך צו פילן בעולה'ט אז די מוסדות ווי זיי שיקן די קינדער, גענוסן גארנישט פון די געלטער וואס זיי צאלן איין.

האמת לאמיתו » מאנטאג יוני 29, 2015 8:46 pm

· #286089
די סיבה פ"ו מנעמט טעקס איז צוצושטעלן סערויס
סהאט שוין איינער דא געהערט פון א זאלי וואס מהאט נישט געמאכט א סיידוואק און פארנט פון זיין הויז ? אדער נישט אויפגעפיקט די גארביטש ?
זיי נעמען דען טעקס פארען מאכען א הדלקה (וואס אגב שטראמען אהין זאליס צוגלייך ווי ארונים) ?

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 9, 2015 9:16 am

· #288355
אן היסטארישען טאג, אין מאנכע בתי מדרשים זאגט מען נישט קיין תחנון און מען טרינקט לחיים מיט שמחה, אז די שאיפה פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע פון האבן א הייליג שטעטל ווערט פארווירקליכט, און די גבולי הק' ווערן נתרחב עד ביאת משיח.
און אין מאנכע בתי מדרשים הערשט א תשעה באב אטמוספערע, מען וויינט און מען שעלט, און מען בייסט זיך די נעגל פאר צער און וויטאג, מיר האבן שוין געמינט אז מיר וועלן קענען פאר אהרנ'ען דערלאנגען איינס כמו שכתוב... אבער ביז דערווייל וואקסט ער נאר מער און מער.... אפשר פארט דארף מען זיך פון אים אפלאזען, און מער נישט זיין פארנומען מיט אים א גאנצען טאג, און זיך זארגן פאר זיך זעלבסט.. דאס איז די מחשבת מינות וואס טיליוט אין די הערצער פון די..

קאסטנער » דאנערשטאג יולי 9, 2015 10:26 am

· #288367
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
קאך_לעפל
אן]
, מיר האבן שוין געמינט אז מיר וועלן קענען פאר אהרנ'ען דערלאנגען איינס כמו שכתוב..די..

א ר׳ מעגסטו אים נאך געבן

lazar » דאנערשטאג יולי 9, 2015 12:46 pm

· #288406
האמת לאמיתו
סהאט שוין איינער דא געהערט פון א זאלי וואס מהאט נישט געמאכט א סיידוואק און פארנט פון זיין הויז ?

יא איך האב שוין געהערט! אין פראנט פון ר' משה יאקאבאוויטש'ס הויז אויף פילמאר איז לאנגע יארן נישט געווען קיין סיידוואלק, ביז יעצט ווען ער האט אראפגעווארפן זיין אלטע און געבויעט א געביידע דארט.

גאנצל » דאנערשטאג יולי 9, 2015 1:43 pm

· #288425
איך האב גראדע גערעדט צו אסאך מבני מהרז"ל און זיי פרייען זיך באמת אז זיי זענען ארויס פון די פלאנטער ווי יעקב מאיר מיט ליפא דייטש האט זיי אזוי אומבאמערקט אריינגעשלעפט

ער זאגט מיר אונז האב מיר דען איין פראבלעים מיט'ן ענעקסן אדרבה אונז באקום מיר אלעס פון די וויליזש די וויליזש האט אהער געשטעלט די בעסטע און שענסטע וואס איז נאר דא

נאר אונז האב מיר געמיינט ס'קומט נאך אביסל פאן א שטייגער ווי די לוי' נאכן רעבעצנס שול האב מיר נאכגעאטנצן און איינמאל ס'הייבט זיך אן א זאך קעגן די וויליזש ווייסטו דאך שוין ווי זוי עס גייט ביי אונז ס'ווערט אסור טמא פסול כפירה ציונות זיכער התגרות און וואס דו ווילסט נישט הערן נאך א מזל אז ר' מיילעך שטערן איז שוין שטול ווען נישט וואלט ער שוין געזען ניאוף אויך דא

אבער ווען אונז האב מיר אנגעהובן זעהן די מציאות איז אונז שלעכט געווארן אונז האב מיר נישט געגלייבט אז ס'וועט גיין אזוי ווייט וואס יעקב מאיר האט אונז גענוצט אונטער אונזער רוקן -איך רעד שוין נישט וואס ער האט אונז אליין אפגעטאן אונזערע ראשי קהלה און דעוועלעפארס- ער האט דאך אונז גענוצט פאר זיין טוילעט פעיפער
סאו ווען אונז האב מיר זיך דעס געכאפט האבן מיר א גאנצע צייט געהאפט אז די גאווערנער וועט עס וויטאן און ב"ה ס'איז געשען

מילא מער ווייניגער דעס איז באמת א שמחה פאר ביידע צדדים

סאדאם חוסעין » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:20 am

· #308876
גאנצל
שמעון וואלף
גאנצל
טעות מעיקרא וועד הקרי'ס געלט גייט נישט פאר בתי מדרשים קוק בעסער נאך נעקסט טיים פאר דו שרייבסט די וויליזש האט א געזעץ אז די בילדער מוז בויען א ביהמ"ד (געוואנדן וואספארא גרויסע קאמפלעקס) און דער בילדער קען עס בויען פארוועם ער וויל ביי די וועי די עקסטעפיידער ליפא דייטש וואס ער דרייט יעצט אן די גאנצע סובמאטאכע פונעם קענגערשאפט צום אנעקסעישן וועגן זיינע ביזנעס אישוס (און אלע קעלבער דא טאנצן דא פאר אים די שדים טאנץ און וויינען נאך נאציס....) איז דייטש האט נישט געטון ווי די געזעץ פארלאנגט ביי זיין קאמפלעקס אין די פראג געגנט

קוק איבער וואס כ'האב געשריבן, איך ווייס אז די וועד הקריה געלט גייט נישט פאר בתי מדרשים און כ'האב עס נישט געשריבן.
די זאגסט אז מ'קען בויען א שול פאר וועם מ'וויל, אינטערעסאנט אז קיין איין דעוועלאפער האט נאך נישט געוואלט בויען פאר אן אנדערע חוץ פאר ארונים.

נו קאל אן ווערצבערגער בראך און פרעג זיי פ"וו זיי בויען נישט קיין ביהמ"ד פאר די רז"ל'ס

די תירץ איז פשוט א בויער האט בכלל נישט קיין רעכט אפצומאכן וואס מען גייט טוען מיט די קאמיונערי רוים, די בויער דארף ס"ה צושטעלן די פלאץ פאר די תושבים, און די תושבים קענען טוען וואס זיי ווילן דארט ואין פוצה פה ומצפצף , אז זיי ווילען דארט מאכן א געמבלינג רום צו א שענק קען קיינער זיי נישט צוריק האלטען [עכ"פ ליגעל], נאר וואס דען היות היינט איז קרית יואל צוטיילט 31% זלונים 69% ארונים, קומט אויטאמאטיש אויס אז אלעס ווערט ארוינישע בתי מדרשים,
בלאט: 1 2 3