☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

121 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9121
בלאט: 1 2 3

גאלד » דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:03 pm

· #283670
רביצין שול געהער פאר קהל, דאס איז א גע'גנבעטע שוהל,
און די ווילעדש האט נישט געהאט קיין שום פארקער מיט דאס אפשפארן,
די קארט האט עס ציגעשפארט אך ורק ווייל זיי האבן זיך געוואנדן צום קארט, זיי זענען געווען די תובעים, קהל האט זיך געבעטן בתחנונים צו קומען צו די"ת,
ווען זיי גייען ווען נישט לערכאות וואלט דער שול היינט געווען אפען, טאקע א גע'גנבטע שול וואס איך ווייס נישט צו ס'א תועלת צו לאזן אזא שול אפען, אבער אלנספאל קהל איז קיינמאל געגאנגען בקום ועשה עס אפשפארן
דאס איז דער ריינער אמת לאמיתו, און גוט דאקומענטירט

שמערל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:29 pm

· #283674
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
די קאורט האט עס צוגעשפארט ווייל די וויליזש האט נישט געוואלט געבן א סי אף או.

signout » דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:53 pm

· #283676
ווי קען די וויליזש געבן א סי אוו או אויב קהל לאזט נישט טוישן די זאונינג פין זייער פלאץ?

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:01 pm

· #283694
גאלד
רביצין שול געהער פאר קהל, דאס איז א גע'גנבעטע שוהל,
און די ווילעדש האט נישט געהאט קיין שום פארקער מיט דאס אפשפארן,
די קארט האט עס ציגעשפארט אך ורק ווייל זיי האבן זיך געוואנדן צום קארט, זיי זענען געווען די תובעים, קהל האט זיך געבעטן בתחנונים צו קומען צו די"ת,
ווען זיי גייען ווען נישט לערכאות וואלט דער שול היינט געווען אפען, טאקע א גע'גנבטע שול וואס איך ווייס נישט צו ס'א תועלת צו לאזן אזא שול אפען, אבער אלנספאל קהל איז קיינמאל געגאנגען בקום ועשה עס אפשפארן
דאס איז דער ריינער אמת לאמיתו, און גוט דאקומענטירט


גערעכט !

אבער לו יצוייר אז די ווילעדזש האט יא געטון עוולות פאר א ציבור אידן

מיינט נישט אז מען מעג געבן שטיצע און מחזק זיין אידן פיינט וואס ווילן אינזערע קינדער זאלן נישט האבן ווי צו וואוינען
און זיי ווילן די דירות פרייזן זאלן ארויףפארן אויף הייווען.

''שעמען זאלן זיך די וואס געבן שטיצע פאר אידן פיינט''
פוי !!!

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:43 pm

· #283715
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
signout
ווי קען די וויליזש געבן א סי אוו או אויב קהל לאזט נישט טוישן די זאונינג פין זייער פלאץ?

מ'דארף נישט טוישן קיין זאונינג, נאר אפראוון א סייט פלען. דוד עקשטיין האט געשיקט א בריוו פארן וויליזש אז אויב זיי טוען דאס גייט ער זיי קלאגן אין קאורט, און זיי האבן זיך דערשראקן [emoji4]

למעשה האט ער נישט קיין סטענדינג און זיין טענה וואלט קיינמאל נישט געהאלטן אין קאורט, אבער עס איז טאקע מעגליך אז א גוי'אישע טאון וואלט אפשר אויך אזוי געטון, כדי נישט צו האבן קיין פראבלעמען

די פראבלעם מיט די טענה איז אז די בני יואל האבן נישט געסטראשעט נאר טאקע בפועל גערופן אין קאורט, נו האט ער זיך נישט געדארפט דערשרעקן פון די סטראשע ווייל עס לעוולט זיך אויס. בכלל איז מסתבר אז אייביג ווען מ'אפראוודט א טשעינזש קען זיין א ברוגז'ער שכן וואס זאל שיקן א דראונג אז ער גייט גיין אין קאורט, שווער צו זאגן אז טאונס נעמען אזאלכע סטראשונקע'ס ערנסט.

אבער דאס איז אלעס שטותים, יא גערעכט נישט גערעכט, די אלע דרייסיג יעריגע געדראשענע טענות מאכן קנאפ אויס ביי קיינעם, עס איז עולם כמנהגו נוהג, געווענליך האבן די אהרונים די אויבערהאנט, אבער יעצט איינמאל האט די אפאזיציע א שאנס צו דערלאנגען איינס און א גוטס. מיי אדווייז: נוצט עס אויס די מערסטע וואס שייך. נעמטס ארויס די מאקסימום. אזא געלעגנהייט מאכט זיך נישט אזוי אפט.

גאלד » פרייטאג יוני 19, 2015 8:32 am

· #283759
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
וואס הייסט נוצט אויס, שטערן די ענעקסעשן, און וואס העט דעמאלטס זיין,

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 19, 2015 10:18 am

· #283777
גאלד
וואס הייסט נוצט אויס, שטערן די ענעקסעשן, און וואס העט דעמאלטס זיין


דעמאלטס וועלן די ארונים רילייזן אז ס'לוינט זיך אפשר צו לעבן גוט מיט זייער זלונישע קאזינס

גאלד » פרייטאג יוני 19, 2015 10:27 am

· #283779
פאלטער נישט ביי אז דא איז דא א פארקערטער פראבלעם אז די זאלונים האבן גאר א פראבלעם צו לעבן מיט זייערע קאזינס,
פאלטער נישט ביי אז דער גאנצער שפיל יעצט מיט זייער צביעות איז נאך א רינגעלע און זייער לאנגער אפערטוניסטיק רעקארד צו למען השם זאגן פארקערט ווי די ווילעדש,
אז ער זאגט שווארץ זאג איז ווייס, למען השם אלעס נאר ווייל מ'מוז אנהאלטן די דשיהאד קעגן אהרן ט"ב,

גאנצל » פרייטאג יוני 19, 2015 11:32 am

· #283787
דאס הייסט גערעדט צו א וואנט מ'ווייזט אים אויף אז רוב זאכן וואס ער ברענגט איז שקר אבער ער איז מעלה גרה די זעלבע שטרוי נאכאמאל און נאכאמאל
לדוגמה די רעבעצענס שול זינט ווען באלאנגט עס בכלל פאר זלמן לייב וואלדמאן -איך רעדט יעצט עפ"י תורה -אז דו זאלסט נאך וויינען אז מ'האט דאס צוגענומען פון דיר ? אזוי קען מען גיין רוב דוגמאות אבער דער וואלף וועט ווייטער לויפן מיט צוגעמאכטע אויגן און חזר'ן זיין שטרוי

נאך א זאך דארף דא ווערן אונטערגעשטראכן אז מ'קען מיינען כאילו ביז יעצט האבן די בנ"י זאליס גארניט געטון אין שטעטל יוסל וואלדמאן האט שוין יארן צוריק אריינגעשלעפט די וויליזש און דעם רב פון די שטעיטל אין קארט אויך מיט די זעלבע תירוצים געכשרט אלע שייגעץ שטיק און אויך געזאגט אז דאס מאל וועט מען ווייזן איינס און א גוטס ס'איז אים נאר פלעין נישט געלונגען אינגאנצן
ווער רעדט נאך ביי מענדל שווימערס וואלן אחרי כן יקרא לך עיר הצדק גענומען ר' אברהם ווידער און אים באשמוצט געטרונקען דאס בלוט פאר גארנישט אבער אויך מיט די זעלבע איך האב א געלעגנהייט דארף איך טרייען אפגעזען אלע שייגעץ שטיק
ווער רעדט נאך ווען מ'האט זיך סתם אזוי ארויפגעלייגט אויף די מוסד שערי חמלה אן א פארוואס אן א פארווען אבער אויך דע זעלבע אונז דארף מיר טרייען מיר האבן א געלעגנהייט אז ענדליך זאל שוין די רו"ב איבערנעמען כהנה וכהנה נאך עד היום זענען דא תמימי לב וואס שעלטן נאך די מוסד יעדן טאג נישט וואוסענדיג אז דער יוסל וואס האט אנגעדרייט די גאנצע זאך פאר בלויזע נקמה קאטשעט זיך פאר געלעכטער פון זיי

יעדע פאר יאר איז מען זיך מתיר אנדערע שוידערליכע אומדערהערטע שייגעץ שטיק ווייל דאס מאל האבן מיר א געלעגנהייט און מ'דארף אוועק קוקן פון אלעם

יעצט האט מען גענומען "דעם שטעטל אויפ'ן חשבון" זאל דעס גיין אין דער ערד פאר מיין איינרעדעניש אז יעצט האב איך די געלעגנהייט מ'וועט זיך דערנידערן עד התהום און גיין שרייבן אין די רעקארד שמוץ זיך שיסן אין די אייגענע פיס ווייל יעצט האב איך די געלעגנהייט און כדי זיך צו בארואין די אייגענע געדאנקן קומט מען נאכאמאל מיט די זעלבע לאקשן

נעמטס אריין איין זאך אין קאפ וויפיל עטץ האטס שוין געהאט די געלעגנהייט איז עס ענק פלעין נישט געלונגען נישט געהאט א גוטן מזל סאו באשוילדיג קיינעם פאר דיינע וויסטע דורכפעלער און די גאנצע אשכול האט נישט אויסגעפעלט נאר זיך אביסעלע צו בארואיגן

קרעקער » פרייטאג יוני 19, 2015 11:47 am

· #283790
ביי די לעצטע וואלען ווי יעדע האט געשטימט איז געוועהן 45-55
דאס איז א פאקט אז ר' אהרון האט געהאט מער
די קעגנער טענהען נאר אז ער האט די ישיבה בחורים, און אן זיי איז די שטעטעל האלב אויף האלב
א גוטע טענה, אבער זיי מעגען לעגאל וואטען
די זאליס קענען אויך מאכען נאך א סניף קווינס ישיבה אין קרית יואל מיט 500 בחורים וועלכען זיי אפשר קענען געווינען

גאלד » פרייטאג יוני 19, 2015 12:09 pm

· #283797
1. די וואלן איז קיינמאל געווען 45-55. קיינמאל.
2. די וואלן זענען עוורעדש, 35-65, אמאל אביסל מער אמאל אביסל ווייניגער, איך בין גרייט עס צו אויפווייזן שווארץ אויף ווייס
3. עטליסט האלב בחורים פון די מתיבתא זענען תושבי קרית יואל, לעומת זה וואוטן פונקט אזוי אלע זאלי בחורים תושבי קרית יואל
4. דאס מיינט א קלארע רוב תושבי קרית יואל זענען מיט ר' אהרן, אפי' אן קיין מתיבתא בחורים פון אויסער קרית יואל. just do the math

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 19, 2015 12:27 pm

· #283800
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
איך וויל פרעגען אלע קאכעדיגע ארונים דא א שאלה. איהר קענט צייגען א פינגער אויף איין מעשה וואס ענק האבען געהאט א געלעגענהייט צו פיקסען דיין קאזינ'ס און דאס נישט געטוהן ווייל ס'איז נישט אויסגעהאלטען הלכה'דיג, עטיש, מענטשליך צו מאראליש?
ענק האבען ביידע געזויגען אינ'ם זעלבע שטאל, מיט בני יואל אינאיינעם, און קיינער האט נישט קיין מאנאפא''ל אויף שייגעץ שטיק. מסר'ן צו גוים אונטערצינדען הייזער צו קאר'ס, באשמוצען מענטשען. ב''ה די גאלדענער קייט און די הייליגע מסורה ציט זיך ווייטער מיט הרחבת גבולי הקדושה פון אלע זייטען. מיט אנעקס''ען צו אן אנעקס''ען 503 אייקר''ס אין מאנרא.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 19, 2015 12:28 pm

· #283801
ליטוואק פון בודאפעסט
איך פרעג נאר ווייל ס'זעט מיר אויס אז פון ביידע צדדים איז נישט דא קיין גבולים, קיין זאכען וואס 'דאס קען מען שוין נישט טוהן'. מ'איז גרייט מערער צו זיין אויף יוחסין פאר'ן אינטערעסס פונ'ם פארטיי, וויי טוהן אומבאהאלפענער מענטשען וואס זענען פערצופעל געבוירען געווארען צום אנדערע צד, .

עס איז לא קרב זה אל זה בכלל

די נושא פון יא מסדר זיין קדושין בלי רשות אדער נישט וכו' וכו' די נאך אלע אנדערע פראגן איז בסך הכל פאליטיקלי אישוס ווי איין זייט זיכט צו איבערווארפען די אנדערע צד
למשל דער אישו ווי די בנ''י און זייערע פארבינדעטע זיכן צו אראפווארפען די טיטל מרא דאתרא פון מהר''א דורך מסדר זיין קדושין בלי רשותו איז בכלל נישט קיין אישו פון נויט פארן לעבן עס איז בסך הכל א וועג וויאזוי איין זייט זיכט די שטארקסטע מעטאדען צו אראפזעצן דעם מהר''א פון בענקל דורכן ערקלערן אז דער מהר''א איז נישט מרא דאתרא און מאידך גיסא די מהר''א חברה זיכן אויפן שארפסטען אופן צו ווייזען אז ער איז נאך יא דער שטאטס רב

דאס איז אלעס אישוס ווי קינדערישע טענה'רייען דיקטירן די זייטען צו טון שארפע פעולות קעגן דעם אנדערן (למשל פאר מיר און נאך הינדערטער אינטערסירט דיטעמע ווי דער פאריעריגער שניי רייסט ענק ביי די קעפ און מיר לאזט צורוה)
אבער דא ווען ס'קומט צו א לעבנס אישו, עס איז ממש דומה ווי די שכנים די שטארקע אוהבי ישראל זאלן דורכזעצן א ביל אז מען זאל רודיצירען אדער חלילה עלימינירען די וואסער באנוץ אדער עלעקטריסיטי אין שטאט, און די וואס זיכען זיך אפצורעכענען מיט אלטע חשבונות פון די אנדערע זייט וועלן שטיצען דעם ביל צו שטערן די לעבנס געברויכען פינעם שטאט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 19, 2015 12:31 pm

· #283802
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
איך האב דיר שוין גע'ענטפערט מיט מיין לעצטע תגובה

איש את רעהו » פרייטאג יוני 19, 2015 12:31 pm

· #283803
ליטוואק פון בודאפעסט
איך וויל פרעגען אלע קאכעדיגע ארונים דא א שאלה. איהר קענט צייגען א פינגער אויף איין מעשה וואס ענק האבען געהאט א געלעגענהייט צו פיקסען דיין קאזינ'ס און דאס נישט געטוהן ווייל ס'איז נישט אויסגעהאלטען הלכה'דיג, עטיש, מענטשליך צו מאראליש?
ענק האבען ביידע געזויגען אינ'ם זעלבע שטאל, מיט בני יואל אינאיינעם, און קיינער האט נישט קיין מאנאפא''ל אויף שייגעץ שטיק. מסר'ן צו גוים אונטערצינדען הייזער צו קאר'ס, באשמוצען מענטשען. ב''ה די גאלדענער קייט און די הייליגע מסורה ציט זיך ווייטער מיט הרחבת גבולי הקדושה פון אלע זייטען. מיט אנעקס''ען צו אן אנעקס''ען 503 אייקר''ס אין מאנרא.

די אלע ווילדע שטיק איז איין זאך דאס איז בסך הכל ווי די זעהסט צוויי קינדער אין נורסערי און רייסן זיך ביי די נאז און דער שרייט די האסט אנגעהויבען און דער צווייטער זאגט פארקערט
אבער ווי קומט דאס צו אינטערברענגן א אידישע שטאט פון קענען ווייטער וואקסן??
(ערעב ליטוואק איך קער זיך נישט אן נישט צום צד מהרי''י און נישט צום אנדערן זייט)

איש את רעהו » פרייטאג יוני 19, 2015 12:31 pm

· #283804
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב דיר שוין גע'ענטפערט מיט מיין לעצטע תגובה

קלאר עס ביטע אויס ווייל איך זע נישט דערין קיין תשובה

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 19, 2015 12:34 pm

· #283805
איך ווייס נישט אויב מען מעג אזוי רעדן. אבער למעשה האבן די זאליס מיט זייערע בני יואל ברודער, מואב ומדין שעשו שלום בינהם ללחום כנגד ישראל, גוט מסדר געווען דער ווילידש עכ''פ אויף ביז דערווייל. איך האף אז ביי נעקסטע געלעגענהייט וואס דער ווילידש גייט האבן, גייען זיי דאס זיי צוריק דערלאנגען אן קיין וואזעלין... און די וויינערערייען גייען זיך אנהייבן אויך די העכסטע טענער ניסח שטויבער.... וועה ...וועה.... מען טשעפעט אונז פארגארנישט... זה דרכם כסל למו..

אבערלמעשה זענען די ווילידש פירער אסאך מער נארמאלערע און באזעצטע מענטשן, דעריבער קען גאר זיין אז זיי וועלן גארנישט צירוק טאן, און אפשר גאר פארקערט זיי ועלן ווייטער העלפן די זאליס מיט די בנ''י, אזוי ווי ביז היינט..

ימים ידבירו..עס איז נאך ווייט פון פערטיג.. משיח איז נאך פארט נישטא.. און דער זוהר הק' זאגט אז די מלחמה פון די ערב רב מיט די צד הקדישה האלט אן ביז משיח'ס טאג, דער רבי זי''ע ברענגט דאס אן א שיעור מאל אין די הייליגע תורות...

איש את רעהו » פרייטאג יוני 19, 2015 12:36 pm

· #283806
ביטע לאז ארויס די ערב רב מיט די צד הקדושה.
עס איז בסך הכל געלונגען פאר מהר''א צו זיין א נעפיו פינעם מייסד הקהילה והמוסדות און נישט יעדער וויל מיט אים מיטגיין

אין יעדע קהילה בישראל פאסירט אזאנס
עס האט זילטש מיט ערב רב און צד הקדושה

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 19, 2015 12:38 pm

· #283807
איש את רעהו
ביטע לאז ארויס די ערב רב מיט די צד הקדושה.
עס איז בסך הכל געלונגען פאר מהר''א צו זיין א נעפיו פינעם מייסד הקהילה והמוסדות און נישט יעדער וויל מיט אים מיטגיין

אין יעדע קהילה בישראל פאסירט אזאנס
עס האט זילטש מיט ערב רב און צד הקדושה


עס איז נישט מיינע ווערטער דאס קומט פונעם הייליגן ברך משה זי''ע, ער האט דאס אמאל געזאגט ביי א דרשה,

איש את רעהו » פרייטאג יוני 19, 2015 12:40 pm

· #283808
זכט אויס די האט דעם בר''מ נישט געקענט, ווען ער איז געווען צוקאכט האט ער גערעדט אזוי

א טאג שפעטער אין שטוב האט ער אנדערש גערעדט, זיי נישט מוציא לעז אויף די בר''מ

קאך_לעפל » פרייטאג יוני 19, 2015 12:54 pm

· #283810
איי דאנט טינק סא... דא מיין איך ער ער האט עס געמיינט....

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 19, 2015 1:21 pm

· #283816
פון די ניו יארק טיימס. ערשטע וואלן רעזאלטס, 57-43. די ערשטע וואלן ווען מ'האט נאך געגלויבט אז ס'וועט זיין ערליכע עלעקשאנס. שפעטערדיגע וואהלן קען זיין זענען שוין ווייניגער ארויס שטימען.

אלענפאלס די מער אקוראטע נומבערס פון אנטי ר' אהרן צדדים זענען ווי איך האב ערשט און ריכטיג געשריבן ארום 50/50, זיכער נישט 65-35.

In the end, the establishment slate, led by the mayor, Abraham Wieder, prevailed with roughly 57 percent of the vote. But the fact that there even was a contest suggests that the dissident faction, led by Mendel Schwimmer, promises to be a future electoral force
.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 19, 2015 1:53 pm

· #283822
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
און אז דער בר''מ האט עס געזאגט מיינט אז ס'איז תורת משה נישט פערזענליכע מחלוקת?

גאלד » פרייטאג יוני 19, 2015 1:55 pm

· #283823
די ערשטע וואלן איז געווען 2800 ארונים, 1900 אנטי ארונים, ברייט לטובת האנטי

דאס איז אקוראט 40%

דעת תורה » פרייטאג יוני 19, 2015 1:57 pm

· #283824
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
נישט ריכטיג. די צאל איז געווען 1846 פאר שווימער צו 2450 בערך פאר ווידער.

signout » פרייטאג יוני 19, 2015 1:58 pm

· #283826
דעת תורה
signout
ווי קען די וויליזש געבן א סי אוו או אויב קהל לאזט נישט טוישן די זאונינג פין זייער פלאץ?

מ'דארף נישט טוישן קיין זאונינג, נאר אפראוון א סייט פלען. דוד עקשטיין האט געשיקט א בריוו פארן וויליזש אז אויב זיי טוען דאס גייט ער זיי קלאגן אין קאורט, און זיי האבן זיך דערשראקן [emoji4]

למעשה האט ער נישט קיין סטענדינג און זיין טענה וואלט קיינמאל נישט געהאלטן אין קאורט, אבער עס איז טאקע מעגליך אז א גוי'אישע טאון וואלט אפשר אויך אזוי געטון, כדי נישט צו האבן קיין פראבלעמען

די פראבלעם מיט די טענה איז אז די בני יואל האבן נישט געסטראשעט נאר טאקע בפועל גערופן אין קאורט, נו האט ער זיך נישט געדארפט דערשרעקן פון די סטראשע ווייל עס לעוולט זיך אויס. בכלל איז מסתבר אז אייביג ווען מ'אפראוודט א טשעינזש קען זיין א ברוגז'ער שכן וואס זאל שיקן א דראונג אז ער גייט גיין אין קאורט, שווער צו זאגן אז טאונס נעמען אזאלכע סטראשונקע'ס ערנסט.

אבער דאס איז אלעס שטותים, יא גערעכט נישט גערעכט, די אלע דרייסיג יעריגע געדראשענע טענות מאכן קנאפ אויס ביי קיינעם, עס איז עולם כמנהגו נוהג, געווענליך האבן די אהרונים די אויבערהאנט, אבער יעצט איינמאל האט די אפאזיציע א שאנס צו דערלאנגען איינס און א גוטס. מיי אדווייז: נוצט עס אויס די מערסטע וואס שייך. נעמטס ארויס די מאקסימום. אזא געלעגנהייט מאכט זיך נישט אזוי אפט.
נישט גערעכט, די רעביצין'ס הויז איז ווי א קאנדא אדער געב א צווייטע נאמען אין קהל'ס שטח, אין קהל דארף נאר געבן צוטרירט לעגאל, קהל האט די רעכט צירוקצוהאלטן די עקסעס פאר מער ווי א רעזידענשאל הויז אין די וויליזש קען נישט אפראווען א סייט פלען אן רשות פין קהל

signout » פרייטאג יוני 19, 2015 2:00 pm

· #283827
דעת תורה
נישט ריכטיג. די צאל איז געווען 1846 פאר שווימער צו 2450 בערך פאר ווידער.
דעיס איז לכאורה געווען די נאכט פין די וואלען נאך פארן ציילן די בעלאטס

דעת תורה » פרייטאג יוני 19, 2015 2:06 pm

· #283831
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
נאופ, די ענד ריזאלטס. אפשר איז צוגעקומען נאך אביסל, אבער ווידער האט נישט געפעסט דעם 2500 מארק.

4 יאר שפעטער, ביי די באנדא וואלן, זענען די רעזולטאטן געווען די זעלבע פראצענטועל, (איך רעכן נישט באנדא גופא וואס איז געווען סאך נענטער, ווייל מ'קען טענה'ן אז באנדא איז א יוניק קעיס, איך רעכן נאר די טראסטי'ס). 21 און טשעינזש פאר די זאליס צו 28 און טשעינזש פאר די אהרונים.

דעת תורה » פרייטאג יוני 19, 2015 2:17 pm

· #283833
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט
איך פרעג נאר ווייל ס'זעט מיר אויס אז פון ביידע צדדים איז נישט דא קיין גבולים, קיין זאכען וואס 'דאס קען מען שוין נישט טוהן'. מ'איז גרייט מערער צו זיין אויף יוחסין פאר'ן אינטערעסס פונ'ם פארטיי, וויי טוהן אומבאהאלפענער מענטשען וואס זענען פערצופעל געבוירען געווארען צום אנדערע צד, .

עס איז לא קרב זה אל זה בכלל

די נושא פון יא מסדר זיין קדושין בלי רשות אדער נישט וכו' וכו' די נאך אלע אנדערע פראגן איז בסך הכל פאליטיקלי אישוס ווי איין זייט זיכט צו איבערווארפען די אנדערע צד
למשל דער אישו ווי די בנ''י און זייערע פארבינדעטע זיכן צו אראפווארפען די טיטל מרא דאתרא פון מהר''א דורך מסדר זיין קדושין בלי רשותו איז בכלל נישט קיין אישו פון נויט פארן לעבן עס איז בסך הכל א וועג וויאזוי איין זייט זיכט די שטארקסטע מעטאדען צו אראפזעצן דעם מהר''א פון בענקל דורכן ערקלערן אז דער מהר''א איז נישט מרא דאתרא און מאידך גיסא די מהר''א חברה זיכן אויפן שארפסטען אופן צו ווייזען אז ער איז נאך יא דער שטאטס רב

דאס איז אלעס אישוס ווי קינדערישע טענה'רייען דיקטירן די זייטען צו טון שארפע פעולות קעגן דעם אנדערן (למשל פאר מיר און נאך הינדערטער אינטערסירט דיטעמע ווי דער פאריעריגער שניי רייסט ענק ביי די קעפ און מיר לאזט צורוה)
אבער דא ווען ס'קומט צו א לעבנס אישו, עס איז ממש דומה ווי די שכנים די שטארקע אוהבי ישראל זאלן דורכזעצן א ביל אז מען זאל רודיצירען אדער חלילה עלימינירען די וואסער באנוץ אדער עלעקטריסיטי אין שטאט, און די וואס זיכען זיך אפצורעכענען מיט אלטע חשבונות פון די אנדערע זייט וועלן שטיצען דעם ביל צו שטערן די לעבנס געברויכען פינעם שטאט.

דו האסט שוין געהערט אמאל אזא זאך ווי לעווערעזש? די ענדגילטיגע מחליטים פאר וועם די אלייענס זאל וואוטן זענען גדלי' סעגעדין און דוד עקשטיין. זיי האבן די ברירה צו קעגן קומען די אלייענס' פארלאנגען. אויב ס'פאסט זיי נישט זיך צו לאזן שאנטאזשירן, אדער זיי האבן א 'פרינציפ' אז זיי פארהאנדלען נישט מיט די זאלי'ס, זאל זיי וואויל באקומען, אבער זיי זענען די וואס צוליב נארישע קליינינקייטן שטערן זיי די אנעקסעישאן. (איך האף נאר אז אויב / ווען די וויליזש איז שוין מסכים צו פארהאנדלען, וועלן די אלייענס נעגאשיעיטערס ארויסקוועטשן פון זיי די מערסטע ס'שייך, און נישט בלויז אויף פאפיר נאר פאקטישע אשורענסעס. כ'האב אביסל מורא אז די סעטלמענט גייט זיין אז ליפא דייטש ברויך נישט צאלן קיין קאמיוניטי רום שטייער, און מאיר דייטש באקומט ביליגער גארבעזש פיקאפ פאר אפאר יאר).

עניוועי, דערווייל ווי לאנג דער גאווערנאר שרייבט נישט אונטער דעם געזעץ איז עס נאכנישט ביי דעם שטאפל סיי ווי.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 19, 2015 2:25 pm

· #283835
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב דיר שוין גע'ענטפערט מיט מיין לעצטע תגובה

קלאר עס ביטע אויס ווייל איך זע נישט דערין קיין תשובה

מ'וויינט יעצט אז די זאלי'ס טוהן מעשים אשר לא יעשו. בעט איך אייך אז דו זאלסט מיר באווייזען א פאל ווען די ארונים האבען זיך צוריקגעהאלטען פון עפעס טוהן קעגען די אנדערע, בלויז ווייל כן לא יעשה?
נ.ב. פארברענען א קימפעטארען היים איז אויך א מעשה אשר לא יעשה. און שרייבען מיאוס'ער קללות אויף דיין בשר ודם צוליב דיין תאווה/פליכט צו פירען א רעביסטיווע איז אויך א מעשה אשר לא יעשה. וכן רעדען וועגען דיין שונא'ס מאמע'ס בלוסקע. ואטו כי רוכלא נחשב וניזיל

signout » פרייטאג יוני 19, 2015 2:35 pm

· #283838
די גרעסטע חידוש אז דער משלח צו פארברענען די קימפעטארען היים האט פאריגע וואך געהאט מסע המלכות קבלת פנים ביי מהרז''ל אין ירושלים

signout » פרייטאג יוני 19, 2015 2:36 pm

· #283840
דעת תורה
נאופ, די ענד ריזאלטס. אפשר איז צוגעקומען נאך אביסל, אבער ווידער האט נישט געפעסט דעם 2500 מארק.

4 יאר שפעטער, ביי די באנדא וואלן, זענען די רעזולטאטן געווען די זעלבע פראצענטועל, (איך רעכן נישט באנדא גופא וואס איז געווען סאך נענטער, ווייל מ'קען טענה'ן אז באנדא איז א יוניק קעיס, איך רעכן נאר די טראסטי'ס). 21 און טשעינזש פאר די זאליס צו 28 און טשעינזש פאר די אהרונים.

דו ביזט זייער נישט גיט אין נומבערס, אדרבה איינער ווייסט ווי מ'קען זעהן די פונקטליכע נומבערס?

פיינע קאווע » פרייטאג יוני 19, 2015 2:37 pm

· #283841
בודאפעסט. פארברענט א קימפעטארן היים האט משה פרידמאן. דאס לעצטע מאל וואס כהאב אים געזעהן איז ער געשטאנען אינטער מהגז"ל נישט ביי מהר"א.

דעת תורה » פרייטאג יוני 19, 2015 2:44 pm

· #283842
signout
דעת תורה
נאופ, די ענד ריזאלטס. אפשר איז צוגעקומען נאך אביסל, אבער ווידער האט נישט געפעסט דעם 2500 מארק.

4 יאר שפעטער, ביי די באנדא וואלן, זענען די רעזולטאטן געווען די זעלבע פראצענטועל, (איך רעכן נישט באנדא גופא וואס איז געווען סאך נענטער, ווייל מ'קען טענה'ן אז באנדא איז א יוניק קעיס, איך רעכן נאר די טראסטי'ס). 21 און טשעינזש פאר די זאליס צו 28 און טשעינזש פאר די אהרונים.

דו ביזט זייער נישט גיט אין נומבערס, אדרבה איינער ווייסט ווי מ'קען זעהן די פונקטליכע נומבערס?

האט נישט מיט מיר. וואס קען מען טון די נומבערס זענען נישט גוט פאר דיר? לערן טו ליוו וויט איט.

signout » פרייטאג יוני 19, 2015 2:46 pm

· #283843
דעמאלטס קענסטו דאך נאכשרייבען 50/50 אז ס'דארף ממילא נישט האבען קיין שייכות מיטן מציאות,

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 19, 2015 2:49 pm

· #283844
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
איך האב נאר געוואלט ווייזען אז ענק זענען אלע מחונך מיט די זעלבע צואה. דער בר''מ האט עס דען פארדאמט? דער מטה אהרן האט עפעס געזאגט קעגען דעם? נאר ווען מ'פיהרט איהם אריבער מיט א קאר איז דאס אומדערטראגבאר. א באנדע ליסטים מזויינים, פון אלע דריי זייטען, און שוין א שיינע פאר דורות. מאכט'ס ענק נישט צדיקים היינט, ביז ווילאנג מ'האלט נישט ביים תשובה טוהן און ענדערען ענקערע מעשים.

בעריש » פרייטאג יוני 19, 2015 2:56 pm

· #283846
Mayor
Abraham Wieder – 2,717
Jacob Banda – 2,219
Trustee (2)
Jacob Mittleman – 2,781
Samuel Landau – 2,870
Cheskel Weinstock – 2,112
Abraham Freund – 2,121

שטאנג » פרייטאג יוני 19, 2015 3:15 pm

· #283851
כ'האב שטארק הנאה פון דעם אשכול, פאר א צייט צוריק האט מיר א חסיד מהרז"ל זיך פארענטפערט אז זיי ווילן שטארק די ענעקסעישאן צו קרית יואל, און בלויז די פאליטישע פירער זענען די וואס ווילן דאס שטערן און זיי רעכענען זיך נישט מיט וועם זיי פארטרעטן. למעשה זעה מיר דא אז די חסידי מהרז"ל זענען דערקעגן אן רעקארד, איז צום פארשטיין אז אויב די ענעקסעישאן פאלט דורך וועלן זיי האבן טענות בלויז צו זיך אליינס אז דירות זענען טייער,

אגב איז אינטערסאנט אנצומערקן די צדקות השם עשה פון די אלייענס, ווען לארקין האט געהאלפן ק"י (און האט קיין שלעכטס נישט געטון פאר זיי!) איז ער געווען דער שגץ פון גאס און מ'איז ארויס קעגן אים בחרב ובחנית, היינט ווען ער פרובירט צו אונטערהאקן ק"י דארף מען מתפלל זיין בשלומה של מלכות...

כ'פרוביר מיר נאר צו עמעדשענען וואס רביה"ק מסאטמאר וואלט געטון צו חברה וואס וואלטן ביי גרינדונג פון שטעטל געלאפן צום געריכט און געשריגן אז די קעגנערשאפט צום שטעטל האט גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם. ער וואלט זיי מחרים געווען מיט דריי הונדערט שופרות אין בעסטן פאל,

קאסטנער » פרייטאג יוני 19, 2015 4:37 pm

· #283861
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
שטאנג


כ'פרוביר מיר נאר צו עמעדשענען וואס רביה"ק מסאטמאר וואלט געטון צו חברה וואס וואלטן ביי גרינדונג פון שטעטל געלאפן צום געריכט און געשריגן אז די קעגנערשאפט צום שטעטל האט גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם. ער וואלט זיי מחרים געווען מיט דריי הונדערט שופרות אין בעסטן פאל,


נא פארוואס קימט נישט מהר״א ארויס מיט זעקס הינדערט שופרות? קיינער וועט מיט זיי נישט וועלען חתונה האבן זיי וועלען זיין אויסגעשפילט פין די גאנצע וועלט,

שמעון וואלף » זונטאג יוני 21, 2015 12:31 am

· #283947
פיינע קאווע
בודאפעסט. פארברענט א קימפעטארן היים האט משה פרידמאן.


דוד עקשטיין האט עס אליינס געזאגט.

דאנט געט מי ראונג, איך האלט אויסדריקליך אז משה גבאי איז אומשטאנד עס צו טון, אבער טאמער די גאנצע פראף איז ווייל די ארונישע ראה"ק האט אזוי געזאגט איז עס גאנץ שוואך.

איש את רעהו » זונטאג יוני 21, 2015 12:18 pm

· #283978
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא

גאנצל » זונטאג יוני 21, 2015 1:52 pm

· #284007
@ליטוואק דו פרעגסט צו די ק"י קהל האט אמאל אוועקגעקוקט פון שייגעץ שטיק ווען ס'איז געקומען צו זייערע אגענדעס לאמיר זאגן אז נישט נניח די חילוק איז איין זאך האסט נאכקיינמאל נישט געזען אזא פאשקעוויל אקעגן די מהרז"ל נאר כדאי זיך צו פארענטפערן והוא אשר דברנו אונז זען מיר דן אויף איין זאך פארוואס די רזל"ס וועקן זיך אויף יעדע האלב יאר צו וויינען אויף זייער שיקזאל דורכ'ן זיך בארעכטיגן מיט קאזאק הנגזל טרערן

דאס הייסט אזוי לאמיר רעדן אפען די מחלוקה איז דא איין זאך ווער זאל זיין ראש אין ק"י מ'האט זיך אויף דעם געשלאגן זייט דער דברי יואל איז נסתלק געווארן בגנזי מרום און ס'האט זיך בס"ה מער צופלאקערט ווען דער ברך משה זי"ע האט אנגעהויבן צו טון אין שטעטל כפי רצונו הקדוש ביז דאן איז נאך געווען די שטוב פון די רעבעצן פארהעלטענסמעסיג בעה"ב אבער די רבי ז"ל האט צוביסלעך און שטייטליך אנגעהויבן אריינצושטעלן זיינע געטרייע לייבן אין די קהלה און נאכדעם אין די מוסד און אין די וויליזש ווי ער האט געהאט ר' לייבוש אלס מעיאר און אריינגערוקט ר' אברהם ווידער אלס דעפיוטי און אזוי צוביסלעך האט ער אלעס איבערגענומען

ער האט דעס געטון וועגן צוויי סיבות 1 ) פשוט אלעס איז געווען נאכגעלאזט אונטער אן אלטע זויערע פירערשאפט וואס זיי האבן געטאן בעיקר אין קהל און אזוי אויך אן וויליזש כל אשר עולה על רוחם ס'איז געווען נאכגעלאזט און קארפטירט די סערוויסעס איז שוואך געווען און אזוי ווייטער סיבה נומער 2) ווייל ע=ווען ער האט געוואלט הייבן די שטעטעלע ברוחניות און היות ער האט געוואוינט אין ווילי האט ער אויפגענומען זיין זון אלס רב אין שטעיטל

סאו ווען די שטוב האט געזען אז ר' דוד עקשטיין (געווען דעמאלט א ווילדפרעמדע נאמען אין סאטמאר ביז דאן האט מער נאר געוואוסט פון טירנויער און איך ווייס ווער נאך) נעמט איבער קהל בכל תוקף און זיי האבן געזען ווי די וויליז הייבט זיך אן צו פירן דורך ר' אברהם און געטריי פאר'ן רבין און נישט פאר די שטוב און די רב איז רב האט זיי צוביסלעך אנגעכאפט די קדחת און אנגעהויבן א פייערדיגע מחלוקה יעדער מיט זייער חשבון פארשטטיט זיך אלעס אנגעקליידעט אין תורה אזוי ווי עדת קרח

זינט דעמאלט האט זיך אנגעהויבן א געשלעג ס'איז געווען צוויי צדדים איינמאל איז ער געווען שטערקער איינמאל א צווייטער

למעשה האט די רבי ז"ל געווינען דעם פייט מיט דעם חלק פון זיין בעה"ב אין שטעיטל און זייט דעמאלט פראבירט מען מיט אלע כוחות עס צוריק צו פארכאפן אמאל דורך יוסף וואלדמאן אמאל דורך מאיר דייטש היינט דורך רז"ל ט"ב

די שאלה איז פארוואס ווען די רזל"ס פילן זיך שלעכט אדער ווען זיי האבן א דורכפאל אנשטאט צו זאגן דעס איז א מלחמה אמאל געווין איך און אמאל פארליר איך דארפן זיי אנהייבן צו וויינען און זיי האבן געפערליכע טענות פארוואס מ'לאט זיי נישט געווינען די פייט

לאמיר נעמען א דוגמה דו האסט געפנט א זאל כדי שוואך צו מאכן די כח פון ר' אהרן האבן זיינע מענטשן זיך געשלאגן קעגן דיר האסט פארלוירן די פייט זיי שטול וויין נישט ביטע
נאך איינס האסט גוט צוגעפוקסט דעם ברך משה און ק"י קהל מיט'ן פארכאפן די דירה אונטערן ביהמ"ד 20 יאר האסטו געשאלט מיט די נצחון און געזיצען דארט מיט גרויס באקוועמליכקייט ס'איז געקומען א צייט וואס קהל איז געלונגען דורך א אונטער טירל צו פארכאפן פון דיר דורך דיינע אייגן אנגעדרייטע באמבע זאגזשע פארוואס גייסטו ארויס אויפן גאס וויינען מ'מאכט צו א ביהמ"ד דו קוקו וואס גייסטו פארקויפן א מעשה ביי די ענד וואס הייבסטו נישט אן פון אנפאנג וואס וויינסטו וואס שרייסטו וואס פארפירסטו האסט אנגעהויבן קריג דארפסטו קענען ליידן דורכפעלער

אזוי כהנה וכהנה יכלה הזמן והם לא יכלו אויסצורעכענען די אלע קאזאק הנגזל געוויינערייען איך וויל דיר פרעגן ווען מ'האט געמאכט פראבלעמען פאר ר' בערל פרי"מ צו שטעלן די מציבה פאר זיין ווייב מיט די נוסח וואס ער האט געוואלט האסטו געהערט ר' אהרן וויינען אבער ווען מהר"א האט געוואונען די פארט פון די מלחמה און ס'איז אים געלונגען צו לייגן א האנט אויפ'ן ביה"ח דארף איך דיר נישט פארציילן וואס דעמאלט איז געווען און פארוואס וועגן איין ריזען די רזל"ס האבן נישט געוואלט אנערקענען די פאקט אז דא האבן זיי פארלוירן און דא האט דיין שונא געווינען

היוצא לנו אז ווען די זאליס נעמען זיך וויינען זייער קאזאק הנגזל טרערן דארף עס נישט ווערן פארענטפערט ס'איז בלויז א געוויין פון נישט קענען מודה זיין אין א דורכפאל

גאנצל » זונטאג יוני 21, 2015 2:06 pm

· #284009
אין קורצן אדער קוק עס אן ווי זוי ס'איז טאקע דהיינו ס'איז א פייט מי בראש אמאל געווין איך און אמאל דו

אדער וויינסטו ווי א בת היענה און דעמאלט ווען דו וויינסט וועל איך צורי וויינען

וויל קענען » זונטאג יוני 21, 2015 2:11 pm

· #284012
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
כ’פארשטיי נישט, לויט ווי ס’קוקט מיר אויס שטייען יעצט חסידי מהר”א און וויינען שונאי ישראל וכדומה און חסידי מהרז”ל האבן די שטעקן אין שמייסן
האב איך א טעות?
בדרך אגב ס’קוקט מיר אויס אויף די עצם פליטיק אז ביי חסידי מהר”א וואס די רבי אדער ראשי קהולה טוען שרייט יעדער קדוש קדוש און זאגט טויזענט תרוצים אז אזוי דארף זיין אן טראכטן אויב ס’איז ריכטיג משא”כ ביי חסידי מהרז”ל זעהט מען אז אסאך מאל שרייט די עולם ס’איז נישט ריכטיג למשל ביים כינוס כלל ישראל ביים פארן אויף א”י ועוד און אויך יעצט איז דא אין ק”י געוויסע חסידים וואס שרייען אז מ’טוט זאכן שלא ביושר בסך הכל די עולם זענען נישט קיין חלה דעקלעך(אזוי רופן זיי עס אן)
איז עס דען נישט קיין סימן אז למשל יעצט האסטו א דעת פון אסאך מענטשן וואס האלטן מיט מיט זיי ומצד שני איז דא נאר אפאר ראשים אין פערטיג
כ’האב אמאל געהערט פון וואדריטשער רב פארוואס ער רעדט אויף אלע רעביס אין נישט אויף מהרז”ל ווייל אן ע”ז אפילו אן עבודה גרועה אויב ס’איז עבודתו בכך איז עס אסור דהו”ל כעובד ע”ז

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 21, 2015 2:28 pm

· #284018
מ'האט געמאכט א זאל שוואך צו מאכן וועם, הער שוין אויף זיין אזוי קאמפלעקסט. ס'דא טויזענטער אנטי ר''א אין קר''י און זיי ווילן נישט האבן ר''א פאר מסדר קידושין. האט מען געמאכט א האלל אינדרויסן פון שטעטל. איז וואס.
שטעל דיר פאר יעדע ארויני אין ווילמבג מוז נעמען רז''ל פאר סידור קידושין

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 21, 2015 3:03 pm

· #284027
Re: נאציס! קר"י ווילידזש VS יונייטעד מאנרא
גאנצל דו האסט אנגעהויבען דער מעשה נאכ'ן ערשטע פאל. איינער האט געוואלט משתלט זיין אויף א שטעטיל, האט ער אריינגערוקט זיין זוהן אן פרעגען דער עולם. דאס איז די ערשטע פאל געשאסען וואס דו קענט'ס פאקטיש נישט לייקענען. און דער אנדערע ענדער צדיק האט זיך גענומען שלאגען עד היום הזה. צוויי (אדער דריי) גראבע מגושמים וואס שלאגען זיך אויף לאליפאפ'ס. און יעדעס מאל שטעלט איינער א פני תם 'היתכן?! אום שמיני עצרת שלאגט מען זיך?!' 'ווי קען מען גייען אין ערכאות/בג''ץ?!' 'סעפטיק טענק'ס?!' וכהנה שטותים. און דער אשכול איז נאך א טריט אין דער וועג.

געוואלדיג » זונטאג יוני 21, 2015 4:00 pm

· #284048
בעיסיקלי, איינמאל געווינט ער און דער צווייטער וויינט מיט קאזאק הנגזל טרערן, און א צווייט מאל איז עס פארקערט.

איש את רעהו » זונטאג יוני 21, 2015 4:36 pm

· #284062
דער ליטוואק פון לעיקוואד קען נאך בעסער די זאך ווי די סאטמארע

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 21, 2015 4:55 pm

· #284071
געוואלדיג
בעיסיקלי, איינמאל געווינט ער און דער צווייטער וויינט מיט קאזאק הנגזל טרערן, און א צווייט מאל איז עס פארקערט.


From Journey to Poland and Yugoslavia (1958) by John Kenneth Galbreath: “Do you know the difference between capitalism and communism? Under capitalism man exploits man. Under communism it is just the reverse.”

גאנצל » זונטאג יוני 21, 2015 7:43 pm

· #284108
ליטוואק פון בודאפעסט
גאנצל דו האסט אנגעהויבען דער מעשה נאכ'ן ערשטע פאל. איינער האט געוואלט משתלט זיין אויף א שטעטיל, האט ער אריינגערוקט זיין זוהן אן פרעגען דער עולם. דאס איז די ערשטע פאל געשאסען וואס דו קענט'ס פאקטיש נישט לייקענען. און דער אנדערע ענדער צדיק האט זיך גענומען שלאגען עד היום הזה. צוויי (אדער דריי) גראבע מגושמים וואס שלאגען זיך אויף לאליפאפ'ס. און יעדעס מאל שטעלט איינער א פני תם 'היתכן?! אום שמיני עצרת שלאגט מען זיך?!' 'ווי קען מען גייען אין ערכאות/בג''ץ?!' 'סעפטיק טענק'ס?!' וכהנה שטותים. און דער אשכול איז נאך א טריט אין דער וועג.


בעיסיקלי גייט מען זיך יעצט אנהייבן צוקריגן ווער ס'האט געשאסן די ערשטע פאל נו און ס'איז דא אויף דעם צוויי צדדים צד א' סאטמאר קהל האט אויפגענומען דעם ברך משה זאל טון מיט די קהלה וואס ער פארשטייט צד ב' די מתנגדים צו זיין אויפנאמע, צד א' זאגט איך דארף טון וואס איך פארשטיי אז ס'איז גוט פאר סאטמאר ביניהם אויפנעמען וועלכע רב איך פארשטיי צד ב' זאגט דעס אויפנעמען א רב הייסט משתלט געווען

סאו די ליין וואס דו האסט געשריבען אז כ'האב אנגעהויבן נאכ'ן ערשטן פאל איז בס"ה דיין שיטה ס'איז דא וואס קריגן אויף דעם זיי זאגן אז די אויפנאמע איז ריכטיג און די התנגדות דערצו איז די פייל דעס קענסטו פאקטיש נישט לייקענען און ווייטער די ווארט משתל"ט זיין וואס דו ווילסט אזוי מיר נישט דיר נישט מאכן פאר א אומאפגעלייקענטע פאקט בעיסט אויף דיין שיטה איז אויך די עצם מחלוקה לאמיר זאגן האלב שטעיטל האט מסכים געווען מיט'ן בר"מ און די אנדערע האלב נישט ווי קומט דא אריין די ווארט משתלט געווען די אנדערע האלב שטעיטל האט געטון פעולות אז זיי זאלן געווינען און די רב זאל נישט האבן קיין כח און די בר"מ האט געטון פעולות אז ס'זאל יא בלייבן פארוואס הייסט דעס מער שייגעץ שטיק ווי דעם מילא איך זעי נישט וואס דו האסט דא צוגעלייגט שטערקער אדער שוואכער געמאכט וואס איך האב געזאגט

לגבי דיין לעצטע ליין בין איך מסכים און דעס וואס איך שריי א גאנצע צייט סאו דאסמאל שרייט צד א' אז די צד ב' טוט א שייגעץ שטיק מיט'ן זיך שטעלן קעגן די ענעקסעישן און צד ב' האט געוויינט אז צד א' זענען נאציס יעצט איז די שאלה צו צד א' דארף זיך דא עפעס פארענטפערן איך מיין אז נישט ס'איז די זעלבע לאליפאפ און אויף די זעלבע סייקל דרייט זיך עס ווייטער סאו לכוארה קריג מיר זיך נישט און אונז זען מיר אויפ'ן זעלבען פעיזש
בלאט: 1 2 3