☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אורות: ישראל אדלער

אורות: ישראל אדלער

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9109

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 16, 2015 12:26 am

· #282923
אורות: ישראל אדלער
עס איז מערקוועדיג אז נאך דעם פארגאנגענעם שבועות זענען ארויס געקומען צוויי פראפעשענל בכורה אלבום'ס דורך צוויי חתונה גראמער, א זאך וואס איז דערווייל א זעלטענע געשעעניש אז א גראמער בכלל גיט ארויס א אלבום. כאטש קיין וואונדער איז עס נישט, ווייל די ביידע זענען גאר זעלטענע בעלי מנגנים.

אויפן ערשטן איז שוין פארהאן אן אשכול דא אין קאווע שטיבל, ה"ה הבעל מנגן וגראמער הנפלא ר' מאטי אילאוויטש, וועלעכער האט ארויס געגעבן זיין ערשטער אלבום מחשבות מיט זיינע אייגענע גראמען און קאמפעזאציעס.

איז געקומען די צייט צו רעדן איבער דעם אלבום פונעם צווייטן גראמער ר' ישראל אדלער, מיט א נישט ווייניגער צוציענדער נאמען "אורות".

עס האט שוין ווארשיינליך יעדער געהערט פונעם געשמאקסטן היימישן חזן הרב חיים אדלער, וואס האט צו זיין חזנות צו געגעבן דעם חסידישן געשמאק. ישראל איז זיינס א זין וועלעכער איז אויך געבענשט מיט א אויסנאמליכער שטימע, אבער האט מחליט געווען דאס צו ניצן פאר גראמעריי בדברי כיבושין.

מיט א פופצן יאר צוריק האב איך געהערט אן אינטערוויו מיט חיים אדלער אין ראדיו (אויף עברית) ווי ער רעדט פון זיין זין וועלעכע פארמאגט א געוואלדיגע שטימע אבער וויל קיין חזן נישט ווערן, "אז ער וויל נישט איז נישט, וואס קען מען מאכן?!" האט ער אויסגעפירט אין אידיש.

איך ווייס נישט צו ער האט גערעדט פון ישראל'ן, אבער אזוי פיל ווייס איך קלאר, אז ישראל טראץ זיין שטימע איז קיין חזן נישט געווארן.

טאמער איז די עולם החזנות געבליבן מיט איין קאנקורענץ ווייניגער, האט אבער אין די עולם הזמרים כאטש איינער באקומען א געוואלדיגער קאנקורענץ, און דאס איז אייזיק האניג. ישראל פארמאגט די זעלבע זעלטענע טענאר און סופראנא קוואליפיקאציס ווי אייזיק, אזש מען קען זיך היבש טועה זיין צווישן די צוויי ווען עס קומט ביים ארויף ציען. אבער איך גלייב אז אויסער דעם זענען דא גענוג חלקים מיט וואס יעדער פון די ביידע זענען איינגארטיג.

ישראל האט גענומען אפטודעיט ווארימע ניגונים, עטליכע נודה לשמך און לך אכול בשמחה סטייל ניגונים, ווארימע דראמאטישע פינקי ניגונים, און אנדערע אונטרעסאנטע אבער געשמאקע ניגונים. וואס א טייל דערפון זענען -בנוסף צו פינקי'ס- מעשה ידי ר' משילם גרינבערגער ור' מאיר אדלר וועלעכע האט אויך בארבעט טייל פון די מוזיק זייט ביי זייט מיט די וועלטס ארעינדזדערס משה לאופר און יובל סטופל.

כוכב » דינסטאג יוני 16, 2015 8:19 am

· #282950
זיין הומאר אריינגעפלאכטן איז א שטיקל חידוש.
זיין שטימע הערט זיך אין טייל ווי שלמה גערטנער.
א הערליכע סי. די.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 16, 2015 9:05 am

· #282951
א preview וואס איז ארויסגעקומען א שטיק צייט צוריק.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 16, 2015 9:08 am

· #282952
אפפס ששש.. ער חזנות'ט, זאג נישט קיינעם.

וכדומה.. » דינסטאג יוני 16, 2015 9:48 am

· #282958
איך גלייך זיין שטימע אסאך מער ווי אייזיק האניג, סאיז אסאך מער בחנ'ט

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 16, 2015 12:42 pm

· #283006
כלפי פערפארמען אלס א זינגער מיין איז אייזיק מער דעוועלאפט.

ביי דעם קליפ וואס רויטעוואנצעס האט געברענגט ציט ער ווי משוגע, און מיט אזא גלאטקייט. ער פארמאגט היבש דעם טאטנס טעיסט, כאטש וואס די קאלאראטור זיינער איז נישט אזוי שארף און קלאר.

ווייסט איינער צו ער דינט אלס חזן ערגעץ וואו? עס איז שווער צו גלייבן אז אזא שטיקל סחורה איז בלויז א בדחן פינקי וועבער סטייל.

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 16, 2015 1:26 pm

· #283027
איך האב יעצט צום ערשטן מאל געהערט דעם ניגון אורות, דאס איז א שלימות: חידושים (די ווערטער און טענער) ,גרויסארטיג, עטקזאטיש, ראמאנטיש, מיט טעם, זינגבאר און טאנצבאר. און עס הערשט א געוואלדיגער געמיינזאמשאפט צווישן די אומנים.

דער באראפארקער מאיר אדלער האט לעצטנס ערצייגט א נייע סטייל ניגון, מיט זיין עלעקטעראנישער קיבארד האקט ער אויף מיט די גאנצע עלעקטאראנישע קראפט א פארצייטישער וואלעכישער מאדוס געמישט מיט אנדערע מאדוסער פון מעידזשער און מיינער אויף ווערטער פון פארצייטישע מיטל מזרח שמחה אויסדרוקן, גענומען פון חז"ל און תפילה.

דער ניגון אורות איז זיכער א קלאסישער ביישפיל צו דער סטייל. אנדערש ווי יוסי גרין'ס ניגונים פון די סארט וועלעכע זענען מער ארט אדער פאר אונטרעסאנטקייט, זענען מ. אדלערס ניגונים ממש ווי א חלק פונעם קולטור ממש, ער ברענגט כאילו אראפ דעם אמאליגן מזרח אטמאספערע צו ריעל לייוו מיט די היינטיגע סטאנדארטן, ער האט געמאכט פון פארצייטישע נגינה דאס וואס מילער אוו קרויס האבן געמאכט צום פארצייטישן שטריימל.

הערשל בריסק דער קווייער ארעינזדשער איז דא אין די פעדערן, און ווי קען מען דען נישט זיין אזוי ווען מען ארבעט מיטן וויזשניצן ענעגעטישער מאיר אדלער.

דער ישראל שפילט זיך מיט זיין שטימע, און די קנייטשן ברענגעו ארויס די בליצן פון די אורות באמצע ליל השואבה. און מיט די ענטפער פון די קווייער כאפט מען א שטיקל השראה לויט אונזערע היינטיגע משגים איבערן אטמאספער פון די נעכט בחצרות בית המקדש.

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 16, 2015 2:03 pm

· #283033
ער וואוינט אין ארץ ישראל. אויף קול מבשר איז געווען אן אינטערוויו מיט אים פאר דריי וואכן צוריק.

לך לך » דינסטאג יוני 16, 2015 2:35 pm

· #283037
Lדעתי איז אורות די געלונגענסטע פון אלע צענדליגע סידיס וואס האט יעצט ארויסגעשפראצט.
הערליכע שטומע(אייזיק האניג/גערטנער), ציעט ארויף ווי משוגע, הערליכע ניגונים איינס נאכן אנדערע (תינוקת, וותיק וכו וכו), געוואלדיגע מוזיק (עכטע העווי כלים, נישט די פאלשע נפתלי משה שטיק)

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 16, 2015 3:01 pm

· #283039
דער אלבום אנטהאלט עלעקטאראנישע מוזיק אויכעט. אזוי ווי דער ניגון אורות. אבער דער אלבום מיט די מוזיק פילט זיך אנגעפילט, טראץ די עטליכע ניגונים מיט די עלעקטאראנישער דראם. פארט איז רוב אלבום באצירט מיט עכטע שטארקע מוזיק, און די פאר וואס נישט, זענען אבער צום פוינט און מיט טעם.

סלינקי » מאנטאג יוני 22, 2015 12:50 pm

· #284261
Re: אורות: ישראל אדלער
יונג און אלט זענען זיך משמח מיט אורות
https://vimeo.com/131447299

Kool man » מאנטאג יוני 22, 2015 1:08 pm

· #284267
ער זינגט זייער שיין ישראל אדלער, דער סידי איז אויך זייער שיין און געלונגען, אבער ער איז א far cry פון אייזיק האניג, נישט די קאלעראטאר, און נישט די פרייהייט ארויפצוציען הויך מיט א פולען שטימע, זיינע גראמען זענען זייער cute, אריגינעל און שיין, אבער אין מיין האמבעל אפיניען קומט ער נישט נאנט צו מאטי אילאוויטש, ער איז נאך יונג, מיט די צייט וועט ער מסתמא זיך גוט צו שארפען און זיין פון די גרויסע חברה, ער האט די קוואליפיקאציעס.

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 22, 2015 5:42 pm

· #284349
[ציטאט אראפגענומען]

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=270309#p270309