געמיינע דוגמאות פון חסיד'ישע מחלוקת
איך בין נישט קיין סאטמארער אבער ס'דרייט זיך ארום א קליפ ווי ס'זיצן אפאר סאטמארער אידן אין דעם סאטמארער הויפטקווארטיר אין ראדני און הערן זיך צו וויאזוי דער אייניקל פון זייער רבי'נס קאמפעטישאן וויינט זיך אויס איבער די ביטערע צרות וואס ער איז אריבער, און די חברה האלטן זיך ביי די זייטן. דאס איז א טיפישער ביישפיל פון די גרוילקייט פון די אלע חסיד'ישע מחלוקת'ן.
משוגענע אידן. שלאגן זיך ברידער אויף ריעל עסטעיט אין ווערט פון הונדערטער מיליאנען דאלארן. דו שיכור, דיין שכר לימוד וועט נישט ביליגער ווערן אויב דיין רבי באקומט יא א בילדינג אדער נישט, און דער איז ביזי, אה אבער די אהרונים האבן געטאן דאס, די אהרונים האבן געטאן יענץ. די אהרונים וועלן פלאקערן אין גיהנום פאר זייערע רשעות'ן און די זאליס וועלן פלאקערן פאר זייערע רשעות'ן. הצד השווה שבהן איז אז דו מיט'ן זיך אריינמישן אין א משפחה סכסוך ביסט א דרעק און אן עקלהאפטער יונג.
די סיבה פארוואס זיין זיידע איז נישט געקומען צו זיין שמחה איז אויך געווען צוליב א ריעל עסטעיט סכסוך, איז וואו קומסטו זיך צו פאסמאקעווען דערמיט? ווי קענסטו זיך רייבן דעם בויך צו הערן ווי אן אייניקל וויינט איבער פרעמדע מענטשן וואס האבן זיך אריינגעמישט אין זייער משפחה'ס סכסוכים און געמאכט שווארץ שבת פאר אים און זיין מאמע און אנדערע משפחה מיטגלידער.
ס'איז דא א באשעפער. די אהרונים וואס האבן געמאכט פאוני קאלס צו קאפלס וועלן באקומען זייער שטראף און די וואס האבן מצער געווען חיים הערש טייטלבוים וועלן באזונדער באקומען זייער שטראף. דער גיהנום איז גענוג גרויס פאר יעדן.
דאס אים רופן מיט חוזק "טשאפלעין" ווייל ער האט געהאט די חוצפה זיך אויסצואוויינען פאר איינעם פריוואט אין וואצעפ און אן אנדערער חיה האט באשלאסן עס ארומצושיקן אויף וואצעפ איז גאר נידעריג און געמיין.
דאס איז קלאר אז חיים הערש טייטלבוים איז א פשוט'ער יונגערמאן, ער איז נישט א רבי, און ער פלאנט נישט צו זיין רבי. ער האט נישט גע'גנב'עט פון קיינעם גארנישט און ער איז נישט שולדיג קיינעם גארנישט. ער איז זיכער נישט רעספאנסיבל פאר די אלע עוולות וואס מען ברענגט יעצט אויף. דאס אז מען רייבט זיך דאס בייכל וויאזוי ער וויינט זיך אויס נאר ווייל זיין טאטע איז מיין רבי'ס שונא איז א גרויל
לא יומתו אבות על בנים ובנים לא יומתו על אבות איש בחטאו יומתו.
מען מעג אטאקירן א מענטש פאר זיינע עוולות, אבער חוזק מאכן פון א איד וואס וויינט איבער זיינע צרות איז גאר א נידעריגע זאך!
דאס פאסט פאר קינדער. קינדער זאגט מען זענען גאר אן אכזריות'דיג פאלק, ווען איין קינד וויינט לאכן אלע פון אים. ביי ערוואקסענע ווען איינער וויינט פון צרות האט מען מיטגעפיל מיט אים אדער מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון אים. אבער זיצן אין ביהמ"ד און לאכן הויך און זיך פרייען ווי דער וויינט זיך אויס איז לענ"ד זייער געמיין