☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » געשעפטן מיט פיינע קאווע

געשעפטן מיט פיינע קאווע

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9080
בלאט: 1 2

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יוני 10, 2015 9:13 pm

· #281945
געשעפטן מיט פיינע קאווע
און די אשכול קען מען שרייבען ווי ס׳ דא צו באקומען פיינע קאווע טא גא. אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג. איך רעד פון געשעפטן וואס האבען אייביג נאר פרישע אין גיטע קאווע. פארשטייט זיך אז געשעפטן וואס פארקויפען kcups וואס האט די מעלה אז ס׳ אייביג פריש, אין די קאסטעמער קען אליין אויסוועלען פין צווישען א רייע פין פלעווארס און בלענדס וועט פארנעמען א אויבן אן אין די אשכול.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יוני 10, 2015 9:16 pm

· #281947
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
maimonides cafeteria האט Starbucks און ס׳ אייביג פריש.

Rubin 44&15 has Kcups

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יוני 10, 2015 9:19 pm

· #281949
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
orange k Internet cafe 42&14 has כמו kcups. ס׳ אויסערגעוונטליך גוט.

נופת צופים » מיטוואך יוני 10, 2015 9:23 pm

· #281951
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
די קעניג פין אמעריקע
און די אשכול קען מען שרייבען ווי ס׳ דא צו באקומען פיינע קאווע טא גא. אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג. איך רעד פון געשעפטן וואס האבען אייביג נאר פרישע אין גיטע קאווע. פארשטייט זיך אז געשעפטן וואס פארקויפען kcups וואס האט די מעלה אז ס׳ אייביג פריש, אין די קאסטעמער קען אליין אויסוועלען פין צווישען א רייע פין פלעווארס און בלענדס וועט פארנעמען א אויבן אן אין די אשכול.

K-cups איז אייביג פריש? זאג עס נאכאמאל? עס ליגט חדשים אויפ'ן שעלפ שוין געמאלן. ס'האט יענע פנים אזא אויבן אן.

שלמי'ס בעקערי אויף 12-50 און אויף 16-47 האבן גוטע פרישע קאווע.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יוני 10, 2015 9:28 pm

· #281953
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
קעי קאפס איז וועקיום פעקד און מיינע אויגן איז דאס די בעסטע קאווע. ס׳ קיינמאל נישט פארברענט פין ליגען לאנג אויף די ווארעמער.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יוני 10, 2015 9:37 pm

· #281956
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
שלומיס בעקערי האט גאנץ גוטע קאווע ווען ס׳ א פרישע טאפ. אבער אמאל קען דיר די גויטע דארט אריינריקען אזעלעכע........ אז ס׳ נישט אין מויל צו נעמען.

נופת צופים » מיטוואך יוני 10, 2015 10:03 pm

· #281963
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
הע, יעדן טאג איז דא א נייע אימיגראנט. קענסט קיינמאל נישט וויסן פון פריער.

נופת צופים » דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:29 am

· #282018
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
די קעניג פין אמעריקע
שלומיס בעקערי האט גאנץ גוטע קאווע ווען ס׳ א פרישע טאפ. אבער אמאל קען דיר די גויטע דארט אריינריקען אזעלעכע........ אז ס׳ נישט אין מויל צו נעמען.

יא יא. כ'האב יעצט באקומען אזאנס. ס'האט גענומען אונטער 7 סעקונדעס פאר דעי נייע אימיגראנטינע פריש אראפ פון שיף צו מאכן א קאווע פון אן אלטע האלב ליידיגע טאפ. נע, ס'איז נישט ווערד די גאנצע מעשה.

כוכב » דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:56 am

· #282020
ברעדבערי האט געשמאקע קאווע ועוד.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:38 am

· #282023
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
כוכב
ברעדבערי האט געשמאקע קאווע ועוד.

וואס מיינט ועוד? שרייב ״ווי״ נאך. זאל דער עולם הנאה האבען.

matovu » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:14 am

· #282033
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
Latta
Espresso
מה זה ?
מען דארף א שיעור פשוט דא.

Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:20 am

· #282037
פאר א שיעור פשוט (אדער אפשר עיון?) גיב א קוק דא ומשם תדרשנו
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/865">viewtopic.php?f=4&t=865</a><!-- l -->

לאמיר לאזן דעם אשכול בלויז פאר געשעפטן.

שמערל » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:25 am

· #282039
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
אין וויליאמסבורג איז די איינציגסטע קאווע וואס קומט נאך מיינע סטאנדארטן, איז ביי וויליאמסבורג בעגל. אבער לויט מיין טעיסט זענען k cups נישט אין מויל צו נעמען- איך וועל ענדערש מאכן א רעגולאר טעיסטער טשויס קאווע איבער א סתם געקויפטע קאווע אדער א k cup. במילא פאר איינעם וואס k cup קאווע הייסט געשמאק, איז נישט ווערט די טירחא און געלט צו קויפן דארט א קאווע.

אויב שוין יא א קאווע פון א סינגל סערוו מאשין, דאן זאל עס שוין פון די פירמע nespresso, טאקע אביסל טייערער פון keurig, אבער גאר געשמאק און פון הויעכן קוואליטעט.

אבער די בעסטע קאווע קען איך נאר באקומען ביי מיר אינדערהיים, געמאכט דורך א aeropress מיט לאקאל געברוטענע
טייערע קאווע (בערך 20 דאללאר א פונט), עס נעמט טאקע צען מינוט אנצוגרייטן, אבער לעת עתה האב איך נאכנישט געטראפן קיין איין היימישע געשעפט וואס זאל עס איבערשטייגן.

און אז מען רעדט שוין, עספרעסאו איז די גולת הכותרת פון א קאווע, און דאס איז ליידער כמעט נאכנישט בנמצא ביי אונז, אין וויליאמסבורג אייז קרים הויז האב איך אמאל פארזיכט איינס וואס איז נישט געווען אין מויל צו נעמען, עס איז אויך דא אין די נייע קעיף טווענטי ניין אויף טרופ עוועניו, אבער לויט ווי "גוט" זייער קאווע איז גלייב איך נישט אז די עספרעסאו האט א טעם. וויאזוי איז די עספרעסאו אין ברעדבערי?

צום שלוס, די מסכתא פון קאווע איז גאר א ברייטע און טיפע פעלד, פונקט ווי וויין קעיז און אנדערע ארטיזענעל מאכלים, אבער ביי אונז חרדים ווי ארט בכלליות איז בשפל המצב, איז דער קאווע בלויז א מיטל צו העלפן מיטן צו העלפן מיטן ארויסגאנג, נו פארדעם וואס דארף מען מער ווי א ביסעלע שטויב, וואסער און מילך.

פוחת ועומד » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:25 am

· #282040
אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט

אפשר » דאנערשטאג יוני 11, 2015 2:25 pm

· #282097
האווא דזשאווא אין מאנסי האט זייער פיינע קאווע, אייביג פריש.

נופת צופים » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:41 pm

· #282164
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
פוחת ועומד
אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט

הקב"ה ישמרנו ויצילנו פון יענע קאווע. כ'ווייס נישט וואס זיי לייגן דארט אריין אבער ס'האט א טעם פון שטויב וואסער.

#כיניםבחינם

נופת צופים » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:50 pm

· #282167
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
שמערל


צום שלוס, די מסכתא פון קאווע איז גאר א ברייטע און טיפע פעלד, פונקט ווי וויין קעיז און אנדערע ארטיזענעל מאכלים, אבער ביי אונז חרדים ווי ארט בכלליות איז בשפל המצב, איז דער קאווע בלויז א מיטל צו העלפן מיטן צו העלפן מיטן ארויסגאנג, נו פארדעם וואס דארף מען מער ווי א ביסעלע שטויב, וואסער און מילך.


דער חרדי'שע עולם הייבט שוין אן צו שמעקן די artisanal עסנס. קוק וויאזוי די קעז אפטיילונג אין סופערמארקעטס זעען אויס. וויפוהל נייע וויין געשעפטן אין בפ און ווילי. וויפוהל געשעפטן האבן אנגעהויבן פארקויפן (עכטע) קאווע.

צוביסלעך צוביסלעך גייט דער עולם קומען צום טעם. פון דארט גייט עס
שוין גיין צו ארט, (עכטע) מוזיק וכו'

BAL TSHIVA » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:59 pm

· #282170
פוחת ועומד
אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט

איך מיין אז דאס האבן זיי שוין לאנג גע'סטאפט נאכדעם וואס בחורים פין ארימיגע ישיבות האבן זיך דארט באקוועם געמאכט יעדן טאג מיט די אומזיסטע קאווע.

נופת צופים » דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:18 pm

· #282176
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
BAL TSHIVA
פוחת ועומד
אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט

איך מיין אז דאס האבן זיי שוין לאנג גע'סטאפט נאכדעם וואס בחורים פין ארימיגע ישיבות האבן זיך דארט באקוועם געמאכט יעדן טאג מיט די אומזיסטע קאווע.

ס'גייט נאך אן מיט'ן גאנצן קנאק. און די בחורים זענען זיך נאך אלץ מחי' דארט.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:46 pm

· #282180
ווייס בעקעריי אין בארא פארק האט פיינע קאווע. על כל פנים איך האב עס ליב

נופת צופים » דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:07 pm

· #282182
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
וועגן די קאווע דארט וויסן איך נישט, אבער מייז איז זיכער דא דארט.

פוחת ועומד » דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:17 pm

· #282193
נופת צופים
פוחת ועומד
אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט

הקב"ה ישמרנו ויצילנו פון יענע קאווע. כ'ווייס נישט וואס זיי לייגן דארט אריין אבער ס'האט א טעם פון שטויב וואסער.

#כיניםבחינם

וועגן די קאווע ווייס איך נישט, איך נעם אלס די פרענטש קאווע צו וויאזוי ס'הייסט. ס'איז גן עדן! די טעם. דער טעמפוטשער איז גיהנום גוט

שאולדיספריםפאקער » פרייטאג יוני 12, 2015 9:28 am

· #282270
גארנישט ביעט נישט א גוטן סטארבאקס קאווע ,
און וויליאמסבורג איז דא גאר א געשמאקער סטארבאקס אויף union

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 12, 2015 10:13 am

· #282283
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
ווי פינקטלעך איז די סטארבאקס אין ווילי יוניען אין וואו? אויך וואו איז וויליאמסבורג בעגל?

נולד מאוחר » פרייטאג יוני 12, 2015 10:20 am

· #282286
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
וואס איז מיט דאנקין דאונאטס נייע דארק ראוסט?

וויל קענען » פרייטאג יוני 12, 2015 12:31 pm

· #282319
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
405 union

נופת צופים » פרייטאג יוני 12, 2015 3:06 pm

· #282347
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
שאולדיספריםפאקער
גארנישט ביעט נישט א גוטן סטארבאקס קאווע ,
און וויליאמסבורג איז דא גאר א געשמאקער סטארבאקס אויף union

הע, כ'האב אפילו נישט גע'חלום'ט צו ברענגן סטארבאקס. ס'איז אינגאנצן אן אנדערע קאטעגאריע. ס'עפעס העכערס. איך קען מיך נישט העלפן אבער פון צייט צו צייט האבעך א חלום אז ס'האט זיך געעפענט א סטארבאקס אויף מיין קארנער. יו, הלוואי.

ברוך שאמר » פרייטאג יוני 12, 2015 3:13 pm

· #282349
[ציטאט אראפגענומען]

Sorry but I don't understand how somebody can take into his mouth Starbucks coffee it's very very bitter the best coffee in my eyes is Dunkin Donuts it's a sweet delicious soft coffee

וויל קענען » פרייטאג יוני 12, 2015 3:28 pm

· #282352
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
ערעב ברוך שאמר טעם וריח אינו ...
איך בין מיךמחי׳ דערמיט
ווען איך קען נישט גיין אין סטאר ניץ איך א k cup כ׳האב א keurig coffee mashen

שמערל » פרייטאג יוני 12, 2015 5:25 pm

· #282365
סטארבאקס איז נישט שלעכט, אבער אויסדריקליך נישט די שפיץ. וויליאמסבורג בעגל (Division cor. Robling) איז פיל בעסער.
בכלל, דער עולם דא האט נישט קיין פראבלעם מיט חלב סתם ביי סטארבאקס?

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 12, 2015 5:56 pm

· #282366
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
שמערל
סטארבאקס איז נישט שלעכט, אבער אויסדריקליך נישט די שפיץ. וויליאמסבורג בעגל (Division cor. Robling) איז פיל בעסער.
בכלל, דער עולם דא האט נישט קיין פראבלעם מיט חלב סתם ביי סטארבאקס?

פאר א גוטע קאפפי איז ווערט מיט צו נעמען מילך. ווינטער האב איך אלעמאל מילך אין די קאר. זימער איז אביסל שווער.

matovu » פרייטאג יוני 12, 2015 6:42 pm

· #282374
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
אין סטארבאקס קען מען באקומען coconut milk אדער soy milk

Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2

קאסטנער » מוצ"ש יוני 13, 2015 11:45 pm

· #282387
סטארס מיט פיינע קאווע
ווען איך גיי אהין נעם איך די בי.קיו.אי. מעטראפאליטען עקסיט, דאן די ערשטע רעכטס פאר צוויי בלאקס, ס'איז אויף דיין לינקע זייט ביים קארנער.

שאולדיספריםפאקער » מוצ"ש יוני 13, 2015 11:57 pm

· #282389
שמערל
סטארבאקס איז נישט שלעכט, אבער אויסדריקליך נישט די שפיץ. וויליאמסבורג בעגל (Division cor. Robling) איז פיל בעסער.
בכלל, דער עולם דא האט נישט קיין פראבלעם מיט חלב סתם ביי סטארבאקס?

אהא הייסט די ווילסט דא פרובירן צו זאגן אז וויליאמסבורג בעיגל מאכט בעסערע קאווע ווי די מולטי ביליאון דאללער קאמפעני סטארבאקס
אפשר זאגסטו מיר ווען וויליאמסבורג בעיגל גייט פאבליק איך וויל קויפן שערס און די קאמפעני ביפאר פאר ביליג

נ.ב. גראדע האב איך שוין געטרינקן זייער קאווע און קען מעיד זיין אז עס איז אביסל בעסער ווי די קאווע וואס מען געט און שוהל

שמערל » זונטאג יוני 14, 2015 12:07 am

· #282392
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
קיין שום מולטי ביליאן - מעסס פראדאקשאן קאמפאני, קען נישט צושטעלן די קוואליטי וואס א קליינער בוטיק געשעפט קען, האסט שוין געהערט פון בוטיק וויין? און די זעלבע איז ביי היימישע חלות אדער קאקאש קעיק, וואס ווי קלענער /היימישער די קאמפאני איז, אלס בעסער די קוואליטי.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג יוני 14, 2015 12:11 am

· #282394
שמערל
קיין שום מולטי ביליאן - מעסס פראדאקשאן קאמפאני, קען נישט צושטעלן די קוואליטי וואס א קליינער בוטיק געשעפט קען, האסט שוין געהערט פון בוטיק וויין? און די זעלבע איז ביי היימישע חלות אדער קאקאש קעיק, וואס ווי קלענער /היימישער די קאמפאני איז, אלס בעסער די קוואליטי.


פאר א סיבה איז סטארבאקס known צו האבן די בעסטע קאווע

petergrifin » זונטאג יוני 14, 2015 12:29 am

· #282402
אײם סארי שאול אבער װי שמערל זאגט א קלײנע געשעפט װאס איז געמאכט פאר קאװע האט אסאך בעסערע סחורה װי סטאר באקס.
מענטשן װאס זענען גרײט צו צאלן פאר גוטע סחורה קויפן געװענליך אײן אין די קלײנע סטארס װי מען קען קויפן טײערע קאװע אדער די
װאס האבן צײט קויפן אײן קאװע בונדלעך און מאכן עס אלײנס.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג יוני 14, 2015 12:35 am

· #282409
petergrifin
אײם סארי שאול אבער װי שמערל זאגט א קלײנע געשעפט װאס איז געמאכט פאר קאװע האט אסאך בעסערע סחורה װי סטאר באקס.
מענטשן װאס זענען גרײט צו צאלן פאר גוטע סחורה קויפן געװענליך אײן אין די קלײנע סטארס װי מען קען קויפן טײערע קאװע אדער די
װאס האבן צײט קויפן אײן קאװע בונדלעך און מאכן עס אלײנס.

זייער מעלה איז אפילי סאיז אזא גרויסע קאמפעני און עס איז מעס פראדאקשין פון דעסטוועגן איז עס זייער זייער גוטע קאווע

שאולדיספריםפאקער » זונטאג יוני 14, 2015 12:36 am

· #282410
-

petergrifin » זונטאג יוני 14, 2015 12:39 am

· #282413
זײ זענען עװרעזש אפשר אביסל בעסער װי עװרעזש אבער זיכער נישט די ״בעסטע״.

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 14, 2015 1:00 am

· #282421
וואס קאסט א פשוטע ס''ב/ד''ד קאווע?

Sent from my Game-Boy using Wi-Fi

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 14, 2015 1:12 am

· #282424
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
סטארבאקס קאסט געווענטליך 2 דאלער מיט טשעינדש. די חילוק פין סמאל, מידיום, אין לארדש איז מיט אפאר סענט. (זיי האבען מאדנע נעמען טאל, גראנדע, ווענטי)

פידלער » זונטאג יוני 14, 2015 1:25 am

· #282426
אז מ'איז אין וויליאמסבורג און גרייט צו גיין ביז Union, וואלט איך געראטן צו גיין צו די Starbucks אויף Bedford and North 7, ווייל דאס איז א Starbucks Reserve store. די reserve קאווע איז אויזערגעווענטלעך.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג יוני 14, 2015 1:29 am

· #282428
אויך איז דא נאך א גאר געשמאקער קאווע געשעפט און וויליאמסבורג אויף בערי סטריט ביי די נארטס דאס איז שוין מער א טייערערע בעסערע היי עליט פלאץ

<a class="postlink" href="https://bluebottlecoffee.com/">https://bluebottlecoffee.com/</a>

shem-tov » זונטאג יוני 14, 2015 11:30 am

· #282461
סטארבאקס האט א טעם פון דיזעל פיומס. דאנקען קאפי און אפילו די דארק-ראסט איז צו וואסעריג אויסגעוועפטע קאווע. חלב עכו"ם טאר מען נישט טרינקען און סבכלל זייער וואסעריג. פון סתם א גוישע געז סטעישאן קען מען נישט קויפן ווייל זיי קענען ווארעמען אנדערע זאכן און די קענסט אים נישט טראסטן וואס ער לייגט דארט אריין. ביים יוד וועט ער דיר אריינשמירן מיט א פיינע פרישע קאווע וואס ער האט דיר ספעציעל געלאזט ברוען מיט בלויז א זעקס זיבן שעה צוריק. בלייבט מיר מיין באליבטע טעיסטער טשויס שאכטל מיט מיין אייגענע מילך.

נופת צופים » זונטאג יוני 14, 2015 11:33 am

· #282463
דיין לעבן סאקט, רבי. זאג נאר א גוט'ן סטעיק האסטו שוין געהאט אמאל אין לעבן? אדער ס'אייביג עפעס ראנג דערמיט?

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 14, 2015 11:57 am

· #282473
די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 14, 2015 1:13 pm

· #282494
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
shem-tov
סטארבאקס האט א טעם פון דיזעל פיומס. דאנקען קאפי און אפילו די דארק-ראסט איז צו וואסעריג אויסגעוועפטע קאווע. חלב עכו"ם טאר מען נישט טרינקען און סבכלל זייער וואסעריג. פון סתם א גוישע געז סטעישאן קען מען נישט קויפן ווייל זיי קענען ווארעמען אנדערע זאכן און די קענסט אים נישט טראסטן וואס ער לייגט דארט אריין. ביים יוד וועט ער דיר אריינשמירן מיט א פיינע פרישע קאווע וואס ער האט דיר ספעציעל געלאזט ברוען מיט בלויז א זעקס זיבן שעה צוריק. בלייבט מיר מיין באליבטע טעיסטער טשויס שאכטל מיט מיין אייגענע מילך.

אז מ׳ טאר נישט טרינקען, ווי אזוי ווייסט איר די טעם?

נופת צופים » זונטאג יוני 14, 2015 1:25 pm

· #282496
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
ישמעאל הכהן
די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

כ'האב עס עקספעקטעד פון בערל'ן זאל זיין געזונט.

petergrifin » זונטאג יוני 14, 2015 1:47 pm

· #282503
די קעניג פין אמעריקע
shem-tov
סטארבאקס האט א טעם פון דיזעל פיומס. דאנקען קאפי און אפילו די דארק-ראסט איז צו וואסעריג אויסגעוועפטע קאווע. חלב עכו"ם טאר מען נישט טרינקען און סבכלל זייער וואסעריג. פון סתם א גוישע געז סטעישאן קען מען נישט קויפן ווייל זיי קענען ווארעמען אנדערע זאכן און די קענסט אים נישט טראסטן וואס ער לייגט דארט אריין. ביים יוד וועט ער דיר אריינשמירן מיט א פיינע פרישע קאווע וואס ער האט דיר ספעציעל געלאזט ברוען מיט בלויז א זעקס זיבן שעה צוריק. בלייבט מיר מיין באליבטע טעיסטער טשויס שאכטל מיט מיין אייגענע מילך.

אז מ׳ טאר נישט טרינקען, ווי אזוי ווייסט איר די טעם?


דו װילסט הערן א מעשה אדער װילסט פרעגן? 😃
בלאט: 1 2