☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » געשעפטן מיט פיינע קאווע

געשעפטן מיט פיינע קאווע

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9080
בלאט: 1 2

וויל קענען » זונטאג יוני 14, 2015 1:51 pm

· #282504
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
ישמעאל הכהן
די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

נישט די קאווע וואס פלעגט זיין אינטען אין ראדני אין די פירקעלעטער? [emoji1]

petergrifin » זונטאג יוני 14, 2015 1:53 pm

· #282505
נופת צופים
ישמעאל הכהן
די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

כ'האב עס עקספעקטעד פון בערל'ן זאל זיין געזונט.


אזוי גײט עס מען האט ליב װאס מען איז אויף געװאקסן מיט. למשל אײנער װאס טרינקט צװאנציג יאר מים חײם קאלע סאדע און בײ די
צװאנציג טרינקט ער קאוקע קאלע צום ערשטע מאל גײט ער מײן איך זאגן אז מים חײם איז בעסער.

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 14, 2015 2:10 pm

· #282511
כ'בין נישט אויפגעוואקסן דערמיט, כ'פלעג עס טרינקן ווען כבין אריינגעפאלן דארט און סגוט געווען פארפאלן, בעסער ווי דאנקין

וויל קענען » זונטאג יוני 14, 2015 2:13 pm

· #282513
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
ישמעאל הכהן
כ'בין נישט אויפגעוואקסן דערמיט, כ'פלעג עס טרינקן ווען כבין אריינגעפאלן דארט און סגוט געווען פארפאלן, בעסער ווי דאנקין

לייג עס אריין אין מסתמא ביסטו א חסיד[emoji1]

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 14, 2015 2:16 pm

· #282515
אדער אין ''מסטמא מוזטו נישט אלץ ווייזן אז ביזט אינדרויסן פון באקס'' 😃

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 14, 2015 9:21 pm

· #282619
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
בארא פארק 18&65 איז דא א סטארבאקס.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 11:11 am

· #282732
וויל קענען
ישמעאל הכהן
די קוואדערדיגע קאפי מאשין וואס פלעגט זיין אין ראדני אין די קליינע שטיבל, צו ראדני זייט, איז געווען זייער גוט. די בעסטע קאווע וואס כאב אמאל געטעיסט

נישט די קאווע וואס פלעגט זיין אינטען אין ראדני אין די פירקעלעטער? [emoji1]

יא איך האב טאקע יענץ ליב געהאט, מיט די איצקאוויטש ערד-קאווע, עס האט געהאט אזא גוטן שמעק....
און קיינער רעדט נישט פון די קעמפ קאווע וואס יוסל רייך האט געמאכט? ווי מען האט עס געקאכט אינאיינעם מיט די מילך? סטארבאקס קען איינפאקן אקעגן דעם 😛

מאן דאמר » דינסטאג יוני 16, 2015 8:32 pm

· #283132
איך ווייס אז מען האט מקדים געווען דא ויליאמסבורג און בארא פארק, אבער עס קען אפשר נאך אלץ צו נוץ קומען דער עולם זאל וואוסן, The French Press, אין לעיקוואד, האט א גרויסע אויסוואל פון פארשידענע קאווע, טייל פון זיי זענען מעין עוה״ב, און ועל כולם, עס איז א היימישע אידישע געשעפט
<a class="postlink" href="http://frenchpresscoffeeroasters.com">http://frenchpresscoffeeroasters.com</a>

מאן דאמר » דינסטאג יוני 16, 2015 8:32 pm

· #283133
..

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 17, 2015 12:11 am

· #283178
די בעסטע קאווע איז וואס מ'מאכט זיך אליינס אינדערהיים. מ'קויפט א פריש געבראטען single origin באנדעל פון פאפוא ניו גיני, צו פון קעניע, סומאטרא, וכדו' פון א קליין בוטיק קאפע הויז, זיי צומאלן עס אויפן פלאץ, מ'בעט זיי זאלן עס מאכן coarse ground, און מ'בראוט עס מיט א פרענטש פרעס אינדערהיים טו פערפעקשאן.

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 17, 2015 1:13 am

· #283192
געפילטע פיש, די פרענטש פרעס בראט עס אדער סתם די וואסער גייט דורך די שטויב אזוי ווי יעדע מאשין?
איז די אויפטו אין די געקויפטע געבראטנע באנדלעך אדער אין די וועג ווי די פרענטש פרעסס קאכט עס?

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:49 pm

· #296032
אין עמי מאגאזינן לויפט א סעריע וועגן א נייע קאווע געשעפט אין בארא פארק, 13 און 54.
איך קריג זיך מיטן נאמען וואס ער האט געגעבן 1982 קאפי... נעריש

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:10 pm

· #296034
Blue dish האט אויך א נייע ליין פון קאווע. 13&50

וכדומה.. » זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:20 pm

· #296038
קאווע טרינקער
אין עמי מאגאזינן לויפט א סעריע וועגן א נייע קאווע געשעפט אין בארא פארק, 13 און 54.
איך קריג זיך מיטן נאמען וואס ער האט געגעבן 1982 קאפי... נעריש


אין די ליסטע פון מעגליכע נעמען וואס ער האט דארט געשריבן זענען געווען סאך בעסערע ווי דעי נאמען, א נומבער איז א זאך וואס מענטשן רילעיטען בכלל נישט דערצו, סקומט נישט נאנט צו א געלונגענע רייכע נאמען. זייער נאריש לדעתי.

ער שטעלט זיך צו דארט צו 7 עלעווען.. קאם אן...

ליפא » זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:39 pm

· #296042
פארוואס עפעס נומבער 1982?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:50 pm

· #296045
זייט דעמאלט חלומ׳ט ער שוין פון עפענען די סטאר. 🙄

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:26 pm

· #296053
איך וואלט פארגעשלאגן Mr. Bean

שצם_חנכל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 7:22 am

· #296904
אויף Myrtle by Vanderbilt נעבן וויליאמסבורג געפינט זיך א פיינער סטארבאקס געשעפט, זיי האבן א געוויסע קאווע מאשין (אויף די לינקע זייט פונם רעזשיסטער, איך האב נישט אויפגעכאפט די נאמען) וואס איז כדאי צו פרובירען.

אגב, מען האט גערעדט וועגן מילך אין די קאווע, א ״ריכטיגע״ קאווע איז בעסער אן מילך ביי מאנכע קאווע ליבהאבער.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:18 am

· #296921
קאווע טרינקער
איך וואלט פארגעשלאגן Mr. Bean
_______________
איך בין לאנלי.
_______________

זיי האבן א פאליסי נישט צו נעמען קיין פארשלאגן פון לאנלי מענטשן.
בלאט: 1 2