☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טשי-קאווע נייעס

טשי-קאווע נייעס

88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #908
בלאט: 1 2

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:30 pm

· #172836
געשוויסטער געבארען אין באזינדערע יארען אין די זעלבע עלטער
אין די גויאישע וועלט פראוועט מען היצט ניי יאר

צדיקים פלעגן זאגען אז ס'מסוגל צו ווינטשען א ניי יאר צו מעורר זיין למעלה דעם הבדל בין ישראל לעכו''ם וויזוי דער יוד פראוועט און להבדיל דער עם הדומה פראוועט (כאף ס'ניש ראסיסטיש)
היי יאר בכניסת היום איז באריכטעט געווארען צוויי פעלער פון צווילינגען וואס זענען געבארען בענעזאם אבער אין באזינדערע יארען
דהיינו דאס ערשטער איז געבארען יארע 2013 און דער צווייטער למספרם 2014

ביי אונז יידען וואלט אזא סארט געשעהניש עפעס נוגע געווען להלכה? א חוץ מאכען דעם ברית/בר מצוה אין באזינדערע טעג
ליינט די נייעס אינעם גויאישען שפראך
As people around the world welcomed 2014, two mothers gave birth to two of the last babies of 2013 and two of the first babies of 2014. While born just minutes apart, their twin babies entered the world in two different years.On Dec. 31, 2013, at 11:58 p.m., Yaleni Santos Tohalino gave birth to baby girl Lorraine Yaleni Begazo, who weighed at 6 pounds, 4.9 ounces, at MedStar Washington Hospital Center, in Washington, D.C.Soon after, her twin brother Brandon Ferdinando Begazo was born on Jan. 1, 2014, at 12:01 a.m., weighing at 5 pounds, 10.4 ounces.In Toronto, two fraternal twin sisters were also born in 2013 and in 2014, respectively. At Trillium Health Partners-Credit Valley Hospital, older sister Gabriela Salgueiro was born on Dec. 31, 2013, at 11:52 p.m., weighing 6 pounds, 16 ounces.On Jan. 1, 2014, at 12:00:38 a.m., younger twin Sophia Salgueiro was born, weighing 5 pounds, 13 ounces.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:41 pm

· #172840
ליינט די נייעס אינעם גויאישען שפראך

פארוואס קענסט נישט זאגן "אינעם ענגלישן שפראך"? כ'בין סתם נייגעריג.

יואליש » דינסטאג יאנואר 7, 2014 3:17 pm

· #174362
קאווע שטיבל
א קאפע הויז מיטן נאמען "קאווע שטיבל" עפענט זיך נעבן וויליאמסבורג.

http://www.brownstoner.com/blog/2014/01 ... -bed-stuy/

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 14, 2014 5:25 pm

· #200508
An obese Brit who lost slimmed down during a year-long program was banned from flying home because he no longer looked like his official picture.

Read more: http://www.nydailynews.com/news/world/m ... z31jAZLOFX

ימי קדם » מיטוואך מאי 14, 2014 5:40 pm

· #200514
אפטעמיסט
ליינט די נייעס אינעם גויאישען שפראך

פארוואס קענסט נישט זאגן "אינעם ענגלישן שפראך"? כ'בין סתם נייגעריג.

"גויאישען שפראך" איז פשוט נישט אמת. עס איז דא הונדערטער שפראכן וואס קענען אריינגיין אין דעם כלל.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 14, 2014 7:43 pm

· #200545
אפטעמיסט
ליינט די נייעס אינעם גויאישען שפראך

פארוואס קענסט נישט זאגן "אינעם ענגלישן שפראך"? כ'בין סתם נייגעריג.

ווייל ר'איז א "הייליגער איד". און דו און איך נישט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😈 😮

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 4:07 pm

· #221424
וואו זענען מיינע זאקן? הערט זיך א געשריי אין שטוב. עס פעלט נישט איינס, נישט צוויי, און נישט צען, נאר פיל מער!

נאך איבער 40 (!) פאר זאקן וואס האבן געפעלט אין שטוב, איז דער בעה"ב דערגאנגען די מאדנע מיסטעריע - פשוט און גראד - זיין הונטל האט עס אויפגעגעסן מיט אפעטיט.... 😛

ווען דער באלעבוס האט באמערקט אז דער הונטל איבעלט און עס קומט אים צו ברעכן, האט ער דאס גענומען צו א חיות-שפיטאל, און א עקסרעי האט באוויזן אז כמעט 44 פאר זאקן געפינט זיך אינעם הינטל'ס מאגן..!!!

נאך א 3 שעה'דיגע אפעראציע, האבן די דאקטוירים מצליח געווען דאס ארויסצושלעפן. עס איז נישט קלאר צו דער אייגענטימער וועט עס נאכאמאל איבערנוצן...

https://gma.yahoo.com/oregon-great-dane ... -pets.html

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:00 am

· #236863
אן אלטער 80 יעריגער מערדער וואס האט באקומען תפיסה פאר לייף צוליבן אויסמארדן 7 חברה, גייט חתונה האבן! נישט סתם חתונה האבן, נאר מיט א יונגע 26 יעריגע נארמאלע פרוי!

די משפחה אירע טענה'ט אז עס איז משוגע! זיי וואלטן זיך געווינטשן צו זיין חסידישע סיסטעם אידן ווי ערענדזשד מערידזשעס איז דער סדר... אבער זי האלט זיך ביי אירס. אין די תפיסה וואו דער אלטער שייגעץ זיצט איז ניטעמאל ערלויבט פאמיליע וויזיטן. ממילא וועט זי קיינמאל נישט קענען האבן מיט אים א עכטע שייכות ווי מאן און ווייב. איי פארוואס האט זי חתונה צו אים? ענטפערט זי אז נאך יארן ארבעטן פאר זיין קעיס האט זיך דעוועלאפט ליבשאפט געפילן צו אים, און געוויסע אינפארמאציע וואס זי וויל האבן איבער זיין קעיס גיבט מען נישט ארויס נאר פאר נאנטע משפחה מיטגלידער, אשר ע"כ וועט זי אים הייראטן און אזוי ארום באקומען עקסעס צו די פיילס... אזא סארט אהבה התלויה בדבר?...

לייענט און שטוינט:

http://news.yahoo.com/ap-exclusive-char ... 24033.html

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:00 pm

· #240479
אז פאליציי ברוטאליטעט איז לעצטנס אזויפיל אין די נייעס, מוז מען דאך עפעס טון עס צו באלאנצירן....

אין א שטעטל אין מישיגען (לאוועל) האבן די פאליציי געמאכט א.ג. "פרענק" מיט די דרייווערס. זיי האבן אפגעשטעלט דרייווערס פאר מינדערוויכטיגע פארלעצונגען, ווי טונקעלע פענסטער וכדו', און פארלאנגט לייסענס און רעגיסטראציע, כדרכם מאז ומתמיד. און בשעת דעם דרייווער'ס הארץ קלאפט האסטיג וואס גייט דא פאר, האבן די פאליציי אנגעהויבן פארפירן א שמועס מיט די דרייווערס איבער וואס זיי פלאנען זיך צו קויפן פאר די בעפארשטייענדע חגאות, און זענען אריין אין א געשמאקן שמועס מיט די דרייווערס, בשעת דער שמועס ווערט רעקארדירט אויף א קליינעם מיקראפאן באהאפטן צום אפיציר... געשעפטן אין די געגענט האבן זיך אונטערגעהערט די רעקארדירונגען, און הדבר יצא מפי המלך זענען זיי באלד אהינגעקומען צום ארט מיט די אייטעמ'ס וואס די דרייווערס האבן געזאלט קויפן, און אנשטאט דארפן פארן צום געשעפט, זוכן פארקינג, שפאצירן אין די קעלט צום געשעפט, און דערנאך שטיין אין די לאנגע רייעס ביים באצאלן, האבן זיי עס באקומען דעליווערד ווי א מלך (געוואלט זאגן די ווי די מן פאר צדיקים, אבער ס'פאסט נישט), און אנשטאט דעם טיקעט האבן זיי ערהאלטן דעם פראדוקט... די דרייווערס זענען געווען היבש איבערראשט...

http://www.thecarconnection.com/news/10 ... #src=10065

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:10 pm

· #240483
כל הכבוד
יעצט לאמיר נאר האפן די נעקסטע מאל די ראש הכולל שטעלט מיר אפ פארוואס איך האב שוין גענומען מיין פערדע קאווע זייט אנהייב סדר וועט ער מיר אויך פרעגן וואס איך פלאן צו קויפן פאר מיינע קינדער פאר חנוכה!!!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:40 pm

· #240553
לית דין בר נש
כל הכבוד
יעצט לאמיר נאר האפן די נעקסטע מאל די ראש הכולל שטעלט מיר אפ פארוואס איך האב שוין גענומען מיין פערדע קאווע זייט אנהייב סדר וועט ער מיר אויך פרעגן וואס איך פלאן צו קויפן פאר מיינע קינדער פאר חנוכה!!!

אך און וויי צו אזא כולל וואו דער ראש הכולל האט נישט בעסערס צו טון נאר האלטן חשבון וויפיל קאוועס דער עולם טרינקט און וויפיל מאל מ'איז געווען אין בית הכסא... 🙄

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:59 pm

· #243919
אנדערע פאליציי סטאנציעס מאכן נאך דעם שפיל. דא קענט איר זעהן ווי ראביי בצלאל מרינאווסקי א חב''ד שליח אין טעקסאס (ער סאונד ווי ער שטאמט פון ישראל) ווער ''פארכאפט'' דערין.

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 6:40 pm

· #247161
א פאטער אין פלארידע האט געוואלט אנפראקן זיין 12 יעריגע טאכטער פארן זיין עזות'דיג... די טאכטער האט אים געווארנט אז עס איז נישט לעגאל... דער פאטער האט נישט געכאפט קיין התפעלות, און אנגעקאלט די פאליציי זיכער מאכן אז עס איז אויסגעהאלטן לויטן געזעץ (עס איז יא... עלטערן האבן געזעצליך די רעכט דערצו). און דער פאטער האט ליתר שאת אראפגערופן א פאליציאנט אלס משגיח זאל זיין דארטן בשעת מעשה און צוקוקן ווי ער לייגט איר איבער...

https://www.yahoo.com/parenting/dad-cal ... 88537.html

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 19, 2015 4:37 am

· #248817
א 17 יעריגער יוגענטליכער וואס איז ארעסטירט געווארן האט באקומען א אויסצייכענונג נאך וואס ער האט געראטעוועט דעם פאליציאנט וועלכער האט אים ארעסטירט... דער אפיציר איז צאמגעפאלן און דער יוגענטליכער האט געפאדערט הילף און דאדורך געראטעוועט זיין לעבן.

http://www.cbsnews.com/news/after-arres ... YHF4eb9d17

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 19, 2015 8:58 am

· #248830
ווען נישט ער ראטעוועט אים וואלט ער נאך געווען שילדוג אין זיין טויט.
וועגן דעם האט ער אים געראטעוועט!
נישט אזוי?!

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 15, 2015 8:06 pm

· #253863

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 13, 2015 11:31 am

· #258436
א בעבי פון 7 וואכן זאגט "העלא" פאר די מאמע! (ווידיאו)

http://www.cbsnews.com/news/did-this-7- ... -say-hello

קינד_אן_קייט » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:39 pm

· #261353
מענטשליכע מיסט קען ווערד זיין מיליאנען:

Human feces contains gold and other precious metals that could be worth hundreds of millions of dollars, experts say

A recent study by another group of experts in the field found that waste from one million Americans could contain as much as $13 million worth of metals

מקור: Feces contains gold worth millions

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 3:21 pm

· #261367
פוי... עקספערטס אין דעם פעלד??... וועלכע נאך עקספערטן זענען דא? אין וועלכע קאלעדש לערנט מען דאס? די זעלבע ווי צימעס??..
לויטן בעש"ט איז נישט קיין חידוש, וויבאלד יעדע זאך אויף דער וועלט איז אלקות, פון בעסטן ביזן ערגסטן.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 3, 2015 10:39 am

· #271946

פרייוויליג » מיטוואך מאי 20, 2015 9:41 am

· #277233
א גליטש אויף גוגל מעפס. אויב סערטש מען ניגער האוז ברענגט דאס צו די ווייסע הויז...
📎 CFcYl5JW0AArJwB.png

שמעקעדיג » זונטאג יולי 5, 2015 12:34 am

· #287073
ווי אזוי קוקט עס אויס ווען פאר א טשעינדזש שטעלט א ציווילער מענטש אפ א פאליציאנט וואס ספידט?

https://www.yahoo.com/autos/s/watch-hap ... 35173.html

געוואלדיג » זונטאג יולי 5, 2015 1:23 am

· #287077
דאס איז גוט, ער מאכט די דזשאב.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 1:50 pm

· #308592
עס איז מעגליך טשיקאוו, אבער עס האט געקאסט הארצווייטאג פאר 2 מענטשן.

פאר 25 יאר צוריק, זענען 2 פרויען אין פלארידע געבוירן אינעם זעלבן טאג. אין זעלבן פלאץ. און באקומען כמעט דעם זעלבן נאמען. א קא-אינצידענט.

דאס האט גורם געווען אז ביידע האבן באקומען דעם זעלבן סאושעל סעקיוריטי נומער, און שפעטער פאראורזאכט אן א שיעור עגמת נפש פאר די 2 פרויען, נישט כאפענדיג וואס גייט פאר. קרעדיט אפליקאציעס אפגעווארפן, טעקס ריטורנס נישט אקצעפטירט, יו נעים איט.
נאך 25 יאר האט מען ענדליך געכאפט דעם טוטער, מען האט אינאכט גענומען אז דער שפיטאל אין פלארידע האט איינגעגעבן דעם זעלבן רעקארד פון ביידע קינדער פאר די סאושעל סעקיוריטי אדמיניסטראציע, און יעצט וועט מען פרובירן מתקן זיין די פגמים...

לאשיצער » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 2:02 pm

· #308595
קלינגט ווי א לעגענדע ניין?

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 12, 2016 1:06 am

· #321161
איך ווייס נישט צי עס איז טשיקאוו? איך לייען אין די נייעס אז מען בויעט א נייע טיטאניק שיף! מיטן נאמען טיטאניק 2, וועלכע וועט זיין א רעפליקע פונעם ערשטן טיטאניק מהדורא ראשונה, אצינד וועט זיין א הוצאה שניה ומתוקנת, געעפנט אלע ר"ת ביי עוז והדר, אופס... פארפארן, עס וועט זיין אביסעלע ברייטער ווי די ערשטע, און מובן מאליו אז עס וועט זיין פיל מער מאדערניזירט לויט די היינטיגע מושגים. אבער דער עיקר דיפערענץ? עס וועט האבן גענוג און נאך לייף באוטס, אין קעיס אף עמערזשענסי....

פליקער » פרייטאג אקטאבער 7, 2016 8:16 am

· #351881
Re: טשי-קאווע נייעס
лпم iοوԴ
יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס מ'דארף האבן עדי קידושין!

http://dailym.ai/2dUMM7N

וואס איז די נפקא מינה, אויב וויל זי איצט נישט דאן קען ער ברענגען מאה עדים, איר שטיל שווייגען רעדט מער ווי הינדערט עדים,

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:27 am

· #377173
א מזל טוב אויפ'ן פליגער...

https://www.washingtonpost.com/news/dr- ... xtra-fees/

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 12:10 am

· #391981
עס מאכן זיך טעותים אין אויסגאבעס אדער צייטונגען, אבער אזא טעות איז א חידוש... קנאפע 300 ביליאן פאר אן עלעקטריק בילל?...

http://www.foxnews.com/us/2017/12/24/pe ... -bill.html

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:32 pm

· #400873
אוי מיין טייערע גאט.....

https://www.yahoo.com/news/kim-jong-un- ... 52984.html

גראף » זונטאג אפריל 29, 2018 12:35 am

· #400896
שמעקעדיג
אוי מיין טייערע גאט.....

https://www.yahoo.com/news/kim-jong-un- ... 52984.html

גיי גראד צו די קאממענטס.

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 5, 2018 3:05 pm

· #405012
📎 De5FfoNVQAAguZc.jpeg

אונטער חכם » מיטוואך יוני 6, 2018 1:57 am

· #405096
Re: טשי-קאווע נייעס
פון וואו איז די אויסשניט?

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 6, 2018 12:30 pm

· #405148
Redwood Gazette.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:45 pm

· #435559
א לייסענס פלעיט סומאטוכע:
"קינדער, גייטס אין טוילעט פאר מען פארט"! שרייעט די מאמע...

https://www.cnn.com/2019/08/29/us/new-h ... index.html

גמליאל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 4:30 pm

· #439110
טשי-קאווע נייעס
קעווין מילער - א מאן פון סאוט קאראליינע - האט געהאט א געשמאקן חלום אז ער האט געוואונען די לאטעריע, און אנדערש ווי רוב מענטשן וואס לאכן זיך אויס פון חלומות, האט ער באשלאסן אז ער וועט טון למעשה.

עטליכע טעג שפעטער אויפ׳ן וועג צום ארבעט, האט ער זיך אפגעשטעלט אין א לאקאלן געשעפט און געקויפט א צען דאלאר׳דיגן ׳סקרעטש אף׳ קארטל און געוואונען די פאנטאסטישע סומע פון 250,000 דאלאר!

חברה, ס׳איז צייט עפעס צו טון מיט אונזערע חלומות...

real fake news » מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 10:35 pm

· #439135
אין אנדערע שיקאווע נייעס, האט היינט די אמעריקאנע פרעזידענט באערט די 'הונט' פון וועם ער רעדט שוין אפאר וואכן מיט גרויס עקסטאז, און אים געשאנקן א מעדאל!

גמליאל » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:04 pm

· #439171
טשי-קאווע נייעס
אין אנדערע לאטעריע נייעס האט א מאן אין באלטימאר געוואונען א מיליאן דאלאר א דאנק זיין צעבראכענעם פוס.

דער מאן ארבעט אלס א מעכאניק און האט זיך לעצטנס צעבראכן די פוס אינמיטן די ארבעט, נישט קענענדיג צוריק גיין צום ארבעט האט ער באשלאסן אנצוהייבן שפילן די לאטעריע.

זיין מזל האט אים פיין געשפילט ווען ער האט געוואונען $2000 פון פיר באזונדערע דרייסיג דאלארדיגע סקרעטש אף קארטלען אין די ערשטע צוויי וואכן.

דאן איז אנגעקומען דער גליקליכער טאג ווען ער איז אנגעקומען אינדערהיים נאכ׳ן זיך איינהאנדלען צוואנציג דאלארדיגע סקרעטש אף קארטלען, און צו זיין פרייד אויסגעפונען אז ער איז רייכער געווארן מיט א מיליאן דאלאר!

נישט אלעמאל איז אזוי שלעכט ווען עס הייבט אן גיין בארג אראפ...
בלאט: 1 2