☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » !Prison Break

!Prison Break

149 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9036
בלאט: 1 2 3

בן אדם » מיטוואך יוני 10, 2015 7:05 pm

· #281932
$

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 10, 2015 9:37 pm

· #281957
ניין בונדל, עס איז גארנישט ראנג מיט דיר. טויזענטער און ווארשיינליך מיליאנען זענען מיט דיר בדעה אחת. בבחינת מדין און מואב האבן שלום געמאכט אקעגן א ביינזאמען שונא. אודאי לכתחילה האלט נישט קיינער פון אנטלויפן. און אויב שוין יא, זאל עס לכה"פ זיין אן אומשולדיגער מאן וואס מען האט סתם געמאכט א בלבול אויף אים און איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם. אבער השתא לאתית להכי, און די רשעות'דיגע יוסטיץ סיסטעם מיט די פארפוילטע טורמע סיסטעם האבן געכאפט א שטויס, רייבט מען זיך דאס בייכל לכבוד דעם נצחון און מען זאגט כאשר אבדו אבדו, יבא הנס מכל מקום, אבי די רעגירונג זאל כאפן דעם מיאוס'ן פליק און פלאמען פאר בושה.

נאר וואס, דאס אלעס קומט פונעם געפיל. שכל'דיג איז עס נישט אויסגעהאלטן סיי ווייל למעשה זענען זיי גרויזאמע מערדערס לשעבר און פארדינען ערליך זייער עונש, און סיי ווייל זיי זענען א פאטענציעלע געפאר אויף יעצט און אויפן צוקונפט. ממילא לויטן שכל איז יא וויכטיג זיי זאלן זיך נישט דרייען פראנק און פריי.

petergrifin » מיטוואך יוני 10, 2015 9:52 pm

· #281961
Re: !Prison Break
איעדער שמויגער האט א גאלדענע גלעגענהייט זיך אוועק צו שטעלן ביים מייק און זאגן מיט אן ערענסטע מינע אז מען גייט זיי אט אט כאפען. ווארטס נאר צו עטס וועטס זעהן וואס אונז קעמיר. מען לאדענט איין פאליטישענס מיט פאליס אפישעלס פון אנדערע סטעיטס און מען רופט ציזאם די מידיא אודך און מען שטייט אודך ביים מייק און מען זאגט - גארנישט. דער עיקר איז אז זיי וועלן זיך קענען אויף טוהן ווי שטארק זיי זענען אויף קריים וכו'.

יענער פויגעל » דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:55 am

· #282005
[ציטאט אראפגענומען]

תיקון טעות איך האב אינזין געהאט צו שרייבען ווערמאנט איך ווייס נישט פארוואס איך האב געשריבען אילינאו
אבער שכוח פארען פארעכטען

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:32 am

· #282042
A female prison worker being questioned by police, who are hunting two escapees from an upstate New York prison, thought she had a romantic relationship with one of them and had planned to drive the getaway car, NBC News reports

then she got cold feet and checked herself in hospital

עדיאל » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:45 am

· #282048
ס'נישט קיין סתירה. מ'רעדט דאך נישט אז ס' ווענדט זיך אין מיר און אז איך ברויך מאכן די באשלוס מ'זאל זיי כאפן צו נישט. אודאי אין יענצפאל וואלט שכל דיקטירט צו פארשפארן מערדער. אבער דא זיץ איך דאך אויף דערזייט (קאומא לאזט נישט צו חבירים זאל העלפן מיט זוך אקציע), איז לאמיך כאטש האבן א גוטן שאדענפרוידע לאכ'ל.

בונדל » דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:17 pm

· #282144
[ציטאט אראפגענומען]



ס'איז בסדר, אנאנים. אפשר אביסל מער צוגעלאזען וואלט נישט געשאדט. אבער איך פארשטיי פון ווי דו קומסט.
איך זאג נאך אלץ ווי פריער, מעגליך אז עס קומט פון די דראמא וואס איך האב ליב. די מעשה ווערט אינטערעסאנט און שפאנענד. זיי זענען טאקע מערדער און באלאנגען אונטער גראטעס, דאך ציטער איך יעדע רגע אז מען זאל זיי נישט כאפען.
און אויב האלסטו אנדערש, האבן שוין חזל געזאגט, כשם שפרצופיהן... כך...
נעם עס נאר נישט פערסאנעל.

petergrifin » זונטאג יוני 14, 2015 12:47 am

· #282419
נײעס?

יענער פויגעל » זונטאג יוני 14, 2015 8:21 am

· #282447
פון די פארברעכער אליינס נישט
פון די פרוי וואס האט זיי געהאלפען זי איז ארעסטירט געווארען פרייטאג אין געברענגט געווארען פאר א ריכטער וועלכער האט געשטעלט איר בעיל אויף הונדרעט אלפים אין קעש אדער צוויי הונדרעט אלפים באנד
אויב ווערט זי געפונען שולדיג אויף אלע קלאגעס קען איר ווארטען אזויפיל ווי אכט יאר טורמע

יענער פויגעל » זונטאג יוני 14, 2015 8:23 am

· #282448
.
📎 image.jpg

שמעקעדיג » זונטאג יוני 14, 2015 11:54 am

· #282471
נישטא וואס צו רעדן, זי איז באגאנגען א פארברעכן, אבער דער פראבלעם איז אז זי גייט דא ווערן א שעיר לעזאזל, די גאנצע כעס און תאוה צו נצחון וועט ארויפגיין אויף איר קאפ,
אין אנדערע ווערטער, איך גלייב אז איר שטראף וועט זיין גענצליך אנדערש אויב כאפט מען די 2 שקצים ווי ווען נישט.

יענער פויגעל » זונטאג יוני 14, 2015 1:11 pm

· #282493
סקען זיין אז זי ווערט דא א עיר לעזאזל אבער פון די אנדערע זייט דארף מען פון איר מאכען אן עקסעמפל אז ווער עס העלפט פארברעכער אנטלויפען וועט שטרענג באשטראפט ווערן

מאטי » זונטאג יוני 14, 2015 2:31 pm

· #282519
שרה פון Prison break (אביסל בעטער לוקינג) איז אויך געווארן א שעיר לעזאזל.

בונדל » זונטאג יוני 14, 2015 3:40 pm

· #282532
הער אויס, זי האט געמאכט א חשבון אז זי איז סאווי יעדן טאג אין טורמע, נו - וועט זי יעצט האבן אויך וואו צו זיצן...

היינט האט גאווערנאר קאמאו שוין גערעדט אנדערש: אז מעגליך זיי זענען שוין אין מעקסיקא.... שוין צו סאך טעג דורך געגאנגען

קאמענטירער » זונטאג יוני 14, 2015 4:18 pm

· #282540
כפארשטיי נישטווי איז געווען איר שכל? זי האט אויך געוואלט מיטלויפען מיט זיי? למעשה האב איך א טראפ געפיל פאר איר (למעשה איז זי נישט קיין מערדער אדער אפשר אלץ שומר איז זי געווען א סאדיסט כווייס נישט) זיך סתם באנארישט צו וואס האט איר אויסגעפעלט די שטות?

יענער פויגעל » זונטאג יוני 14, 2015 4:28 pm

· #282546
זי איז געווען אין לאוו מיט איינע צו מיט ביידע פון די ארעסטאנטען.
געזעהן ערגעץ אז די סיבה פארוואס זי האט באקומען קאלטע פוס איז ווייל זיי האבען געפלאנט צו הרגענען איר מאן

יענער פויגעל » מאנטאג יוני 15, 2015 3:59 pm

· #282776
זי איז היינט ערשינען אין געריכט מיט א בולעט פרופ וועסט
I wonder why 😉
📎 image.jpg

געוואלדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 5:22 pm

· #282796
מען מעג מאכן בילדער אין קאורט?

ציגרעטל » מאנטאג יוני 15, 2015 5:24 pm

· #282799
איך מיין אז עס ווענט זיך אויב די דזשאדש ערלויבט...

יענער פויגעל » מאנטאג יוני 15, 2015 5:32 pm

· #282803
ווענד זיך ווי א קאורט

Big Boy » מאנטאג יוני 15, 2015 6:46 pm

· #282830
[ציטאט אראפגענומען]

געוואלדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 8:09 pm

· #282843
טעיתי

אליצפן » מאנטאג יוני 15, 2015 8:32 pm

· #282856
געוואלדיג
מען מעג מאכן בילדער אין קאורט?

אין סטעיט קאורט מעג מען, אין פעדעראלע קאורט טאר מען נישט.

נופת צופים » מאנטאג יוני 15, 2015 10:30 pm

· #282907
Re: !Prison Break
סי ען ען זאגט אז זיי האבן מעגליך פארלוירן אלע ליעדס
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2015/06/15/us/new-york-prison-break/index.html">http://www.cnn.com/2015/06/15/us/new-yo ... index.html</a>

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יוני 15, 2015 11:21 pm

· #282914
נופת צופים
סי ען ען זאגט אז זיי האבן מעגליך פארלוירן אלע ליעדס
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2015/06/15/us/new-york-prison-break/index.html">http://www.cnn.com/2015/06/15/us/new-yo ... index.html</a>

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6


וואס מיינט ליעדס..

קאצקע ציקער » דינסטאג יוני 16, 2015 1:17 am

· #282929
[ציטאט אראפגענומען]

נו ער זאגט דאך אליינס התם! ומתמם! עם תמימים!

וויל קענען » דינסטאג יוני 16, 2015 5:57 am

· #282943
Re: !Prison Break
ער איז א תם הרוצה לתמם התמימים כ’האף אז מיר זענען נישט די תמימים
או יאמר ער איז גאנץ אבער וויל ווערן מער גאנץ דורך גאנצע א”כ מקומו בק”ש
שמי’ גרים גייט ערשט אן ביי א ניק

נופת צופים » דינסטאג יוני 16, 2015 6:03 am

· #282944
Re: !Prison Break
גאנץ אדער פאר'תם'ט, leads מיינט אז זיי האבן סיי וועלכע אינפארמאציע וואס נעמט זיי אין א געוויסע דיירעקשאן.

צום ביישפיל, אז אן איינוואוינער האט זיי געזאגט אז ער מיינט אז ער האט זיי געזעהן היינט אינדערפרי אין דעי שטאט, איז דעיס א ליעד.

און אז זיי האבן נישט קיין ליעדס מער זענען זיי בעיסיקלי סטאק.

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יוני 16, 2015 9:15 am

· #282954
יישר כח חברים פאר העלפן א תם

דער אמת איז איך קען נישט קיין ענגליש איך בין נישט קיין געבוירענע אין אמעריקע
אין איך האב נישט געקענט כאפן וואס מיינט דאס ווארט
אין מיר האבן א כלל לא הביישן למד נאר מען דארף זיך נישט שעמען צו פרעגן האב איך געפרעגט איך האב געוויסט אז מענטשן וועלן אויפהייבן דער קאפ אין זיך ווינדערן

נישט געפערליך בכל אופן יישר כוחכם פאר אלע גוטע חברים דא

מינאי התם ומתמם עם תמימים [ווי שטייט אין פסוק אין תהילים עם תמים תתמם אם עקש תתפתול וכו' ...]

וויל קענען » דינסטאג יוני 16, 2015 9:20 am

· #282955
Re: !Prison Break
איי עם סארי כ’האב געמיינט די מאכסט ליצנות
לא הביישן למד ווייס איך נישט צו ס’איז א חידוש ביי א ניק ווען מ’איז באגראבן אינטער א שלייער

מאטי » דינסטאג יוני 16, 2015 10:20 am

· #282962
וואס מיינט "אייעם"?

וויל קענען » דינסטאג יוני 16, 2015 10:45 am

· #282966
Re: !Prison Break
[emoji1] l'm
וואס, מיינט וואס
מיינט, מיינט מיינט

פארבינדן » דינסטאג יוני 16, 2015 11:51 am

· #282988
לדעתי איז בכלל נישט מוכרח אז זיי האבן טאקע פארלוירן די אויספארשונג, ס'איז זייער מעגליך אז זיי לאזן ספעציעל ארויס די שמועות בכדי די אנטלאפענע זאלן פארלירן פארזיכטיקייט און ערמעגליכן זייער ווידער-ארעסט

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 16, 2015 1:05 pm

· #283015
געוואלדיג
מען מעג מאכן בילדער אין קאורט?

וואס הייסט צו מ'מעג, געדענקסט נישט וואס האט פאסירט מיט 'לעמאן דשוזס'?

אליצפן » דינסטאג יוני 16, 2015 3:20 pm

· #283044
דולה ומשקה
געוואלדיג
מען מעג מאכן בילדער אין קאורט?

וואס הייסט צו מ'מעג, געדענקסט נישט וואס האט פאסירט מיט 'לעמאן דשוזס'?

ער האט גענומען בילדער פון די מיידל וואס האט באשולדיגט וועבערמאן, וואס אלץ א געליטענע פון א סעקס קריים טאר מען לעגאל נישט נעמען אדער פובליצירן איר בילד אדער נאמען.

אליצפן » פרייטאג יוני 19, 2015 6:07 pm

· #283887
אין די צייטונג איז די וואך ערשינען גאר א שטארקער בריוו וואס ברענגט זייער גוט ארויס די געפילן וואס אזוי פיל מענטשן האבן, און פארוואס אזויפיל פון אונז סימפאטיזירן מיט די אנטלאפענע. איך האב א גאנצע צייט געטראכט אקוראט דאס, ווער זאגט אז די צוויי זענען בכלל מערדערס? צו איז דען די רעגירונג און די פראקורארן באגלייבט מיט איין ווארט וואס זיי זאגן? איך פערזענליך האב נישט די מינדעסטע צוטרוי אין די פארשאלטענע יוסטיץ סיסטעם, און אין מיינע אויגן זענען די צוויי גארנישט אזעלכע זיכערע מערדערעס.

מי יודע צו די פראקוראר האט נישט געפינען עפעס אן ארעסטאנט וואס האט מסכים געווען צו זאגן עדות אקעגן זיי אין אויסטויש פאר א לייכטע אורטייל וואס דאס איז די גרעסטע ליצנות אין יוסטיץ. אדער אפשר האט מען גאר געטראפן עפעס א האר'ל וואס האט געשטימט מיט זיי, וואס 95% פון די צייט איז DNA עדות'שאהפט פאלש.
איך האף אז מען זאל די צוויי קיינמאל נישט געפינען.
rps20150619_174415.jpg rps20150619_174246.jpg

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 22, 2015 4:29 pm

· #284318
ס'דא נייעס. פארוואס שלאפט דא? שוין במקום שאין איש ,וועל איך נעמען דעם פעדער צו באריכטן איבער די במקום שאין שני אנשים נייעס.

קודם סוף וואך האט א פרוי אריינגעריפן אז זי האט געזען די צוויי אינעם טאון פרענדשיפ אין אלעגעני קאנטי מערב ניו יארק, 350 מייל פון די תפיסה. געזעץ פארסירער האבן גענומען איר באריכט זייער ערנסט און הונדערטער פאליציי האבן באלאגערט דעם קליינעם טאון און געשטעלט ראודבלאקס.

היינט איז די זיכעריי צוריק נענטער בלויז 20 מייל אוועק פון דזשעיל. ווען מער ערנסטע באווייזן האבן זיך באוויזן. אין אועלס העד ניו יארק אין פרענקלין קאונטי, 20 מייל מעריב צו פונעם תפיסה האט מען אין די וועלדער געטראפן אין א כאטקע תפיסה אונטער וועש וואס קומט פון קלינטאן תפיסה און אויך איבערגבעליבענע עסן פון וואס מ'האט פאזטיוולי געמעטשט די די ען עי צו די צוויי אנטלאפענע!

אויך זענען אריינגעקומען קאלס פון שכנים אין יענע געגענט אז מ'האט זיי געזען לויפן אין די וועלדער.

ניו יארק סטעיט פאליס מעידזשאר charels guess האט נישט געוואלט עלעבארירן איבער וואס נאך אייטעמס מ'האט געפינען אינעם כאטקע.

(אגב איך וואלט ענדערש געוואלט הערן פון איינעם מיט 'sure' פאר א לעצטע נאמען)
אלנפאלס קוקט אויס ווי מהאלט נאנט ביים זיי כאפן.

אליצפן » מאנטאג יוני 22, 2015 4:35 pm

· #284320
איך פארשטיי נישט די ביג דיעל, די dna ווייסט מען דאך נישט ווי אלט עס איז. קען זיין אז זיי זענען דארט געווען א טאג צוויי נאכן אנטלויפן און זיי זענען שוין יעצט גאר ווייט אוועק. אלענפאלס ס'קוקט אויס ווי זיי כאפן זיך ממש אן אין שטרוי.

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 22, 2015 4:40 pm

· #284321
אין די וועלדער איז דא אסאך שטרוי, סוי קען זיין האסט א פוינט

פיינע קאווע » מאנטאג יוני 22, 2015 4:40 pm

· #284322
די חברה זענען א באנדע ליצים. קודם לאזן זיי א צעטעלע העו ע נייס דעי. יעצט לאזן זיי איבער די גאטקעס. זאל עס יעדער פאליציי אויסטאפען און זיך ספראווען דערמיט.

אליצפן » מאנטאג יוני 22, 2015 4:52 pm

· #284328
ישמעאל הכהן
אין די וועלדער איז דא אסאך שטרוי, סוי קען זיין האסט א פוינט

corny#

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 22, 2015 4:54 pm

· #284331
אליצפן
ישמעאל הכהן
אין די וועלדער איז דא אסאך שטרוי, סוי קען זיין האסט א פוינט

corny#

I respectfully disagree. Its major in my opinion

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 26, 2015 4:27 pm

· #285415
ברעיקינג!
טיימס באריכט אז איינע פון די צוויי איז געשאסן געווארן דורך פאליציי

BAL TSHIVA » פרייטאג יוני 26, 2015 4:33 pm

· #285418
NEW YORK: BREAKING NEWS - CNN reports Prison Break inmate Richard Matt has been shot, teams now chasing David Sweat.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 26, 2015 4:34 pm

· #285419
ריטשארד מעט איז טויט.

The New York Times
12 mins · Edited ·
Breaking News: Richard W. Matt, one of the convicted murderers who staged an elaborate escape from New York’s largest prison nearly three weeks ago, was killed today in a burst of gunfire by law enforcement officers, two people with knowledge of the situation said.

ס'איז נאכנישט אויף זייער וועבסייט, נאר סאציעל מידיא.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 26, 2015 4:36 pm

· #285421
CNN
Plattsburgh, New York (CNN)[Breaking news update, posted at 4:26 p.m.]

Richard Matt, one of two escaped murderers from an upstate New York prison, has been shot and officers involved in a nearly three-week manhunt are pursuing fugitive David Sweat, a law enforcement source briefed on the investigation said Friday.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 26, 2015 4:38 pm

· #285422
Plattsburgh, New York איז 15 מייל מזרח פון די תפיסה.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/maps/dir/Clinton+Correctional+Facility,+Cook+Street,+Dannemora,+NY/Plattsburgh,+NY/@44.7061052,-73.6799591,11z/data=!4m13!4m12!1m5!1m1!1s0x4cca4abceaa1227b:0x78144ab2b46d8a81!2m2!1d-73.720901!2d44.723284!1m5!1m1!1s0x4cca38a8e8a57ed7:0xb5b0e8a1c5537415!2m2!1d-73.4529124!2d44.6994873">https://www.google.com/maps/dir/Clinton ... 44.6994873</a>

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 26, 2015 4:42 pm

· #285425
אויב שיסן זיי, וועלן זיי קיינמאל נישט געוואר ווערן די אינסייד סטארי.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 26, 2015 4:42 pm

· #285426
LIVE
<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/live/?ftag=CNMe94798">http://www.cbsnews.com/live/?ftag=CNMe94798</a>

<a class="postlink" href="http://abcnews.go.com/Live">http://abcnews.go.com/Live</a>

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 26, 2015 4:46 pm

· #285431
CBS זאגט אז זיי האבן אטאקירט א קאר דרייווער און געוואלט די קאר. דער דרייווער האט אפגעיאגט און גערופן די פאליציי. אזוי איז מען געקומען אויף זייערע שפירן.
בלאט: 1 2 3