☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » שמחות בבית צדיקי גדולי מאורי דורינו שליט"א

שמחות בבית צדיקי גדולי מאורי דורינו שליט"א

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #903
בלאט: 1 2 3

ידען » דינסטאג יוני 19, 2012 9:01 pm

· #18739
שמחות בבית צדיקי גדולי מאורי דורינו שליט"א
ביי די ספעציעלע אשכול וועט מען קענען אריינלייגן אלע שמחות וואס דערפרייט די אלע חסידים פון סיי וועלעכע רבי שליט"א, אזוי אז עס זאל נישט ווערן א אנלייגעניש פון אשכולות ווען צוויי שיינע רייכע משפחות מיוחסות בישראל זענען זיך משדך און ווען נאך א רבי'ש קינד איז אראפגעקומען צו פארלייכטן די וועלט.

רוב מעמבערס זענען נישט קיין סאך אינטערעסירט אין די סארטן נייעסן, אבער ווער יא, זאל אויך קענען טרעפן די פלאץ פאר דעם אין די דאזיגע אשכול.

פארשטייצעך אז ווען סע וועט זיין א באמבע שמחה, אויב מר"א און מרז"ל וועלן זיך בטעות משדך זיין אדער אויב די אורות שערי שמים וועט אראפ עקספלאדירן א ריזיגע מאס פון אטאמישע קדושה אין פארעם פון אכטלינגען ביי איינע פון די קדושי עולם וועט זיכער די מנהלים אדער אחראים עס צוטיילן אין א עקסטערע אשכול פאר די מעסיוו נייעס.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 20, 2012 1:32 am

· #18806
ידען

פארשטייצעך אז ווען סע וועט זיין א באמבע שמחה, אויב מר"א און מרז"ל וועלן זיך בטעות משדך זיין.... וועט זיכער די מנהלים אדער אחראים עס צוטיילען אין א עקסטערע אשכול פאר די מעסיוו נייעס.

😁 😁 😁 👍 👍 😂 😂 😂

לעמיל » מיטוואך יוני 20, 2012 9:58 am

· #18840
יישר כח ידען, זייער פיין

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 20, 2012 12:01 pm

· #18887
אפשר קען מען שוין דא אריינשמעלצן די אשכול פון די תנאים, בת גאב"ד סאטמאר מאנסי.

שרייבער » דאנערשטאג יוני 21, 2012 12:13 pm

· #19096
שמעקעדיג
אפשר קען מען שוין דא אריינשמעלצן די אשכול פון די תנאים, בת גאב"ד סאטמאר מאנסי.

שוין דא אזא אשכול, איך זוך עס?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:16 pm

· #19131
שרייבער
שמעקעדיג
אפשר קען מען שוין דא אריינשמעלצן די אשכול פון די תנאים, בת גאב"ד סאטמאר מאנסי.

שוין דא אזא אשכול, איך זוך עס?


דא האסטו עס

זר זהב » מאנטאג יולי 2, 2012 7:56 pm

· #21331

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 2, 2012 8:36 pm

· #21344
זר זהב

וואסי פשט אז איינער הייסט ויז'ניץ און דער צווייטער הייסט ויזניץ?

זר זהב » מאנטאג יולי 2, 2012 8:37 pm

· #21345
ס'קומט מיר א שמייכל יעדעס מאל איך לייען אזא העדליין.

ניו יארק » מאנטאג יולי 2, 2012 8:49 pm

· #21349
געפילטע פיש
זר זהב

וואסי פשט אז איינער הייסט ויז'ניץ און דער צווייטער הייסט ויזניץ?

די ווילסט טאקע צוויי ברידער זאלן הייסן די זעלבע?
ערענסט גערעדט, איך ווייס נישט, עס איז מן הסתם א טעות

זר זהב » מאנטאג יולי 2, 2012 8:55 pm

· #21351
ס'נישט א טעות. ס'נישט דאס ערשטע מאל

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 2, 2012 9:08 pm

· #21356
נישט קיין טעות, די גאנצע ארטיקל באטיטלט ר' ישראל האדמו"ר מויז'ניץ און ר' מענדל האדמו"ר מויזניץ.

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 9:13 pm

· #21357
געפילטע פיש
נישט קיין טעות, די גאנצע ארטיקל באטיטלט ר' ישראל האדמו"ר מויז'ניץ און ר' מענדל האדמו"ר מויזניץ.

וויז'ניץ איז וויזשניץ און וויזניץ איז וויזניץ.
ס'קען זיין אז כדי מחלק צו זיין האבן זיי באטיטלט ר' ישראל אלס וויזשניצער רבי און ר' מענדל אלס וויזניצער רבי.

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:32 pm

· #41573
אדמו"ר מבערגסאז ב"ב האט די וואך חתונה געמאכט א זין http://www.jdn.co.il/news/114627

על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 4:53 pm

· #44730
אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מאכט היינט נאכט שבע ברכות פאר זיין אייניקל און ביהמ"ד מונקאטש אין ב"פ

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:35 pm

· #50413
ווער גייט גראמען?

gehlungen » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:28 am

· #51498
זר זהב
ס'קומט מיר א שמייכל יעדעס מאל איך לייען אזא העדליין.

I think you are jealous how they are getting along !

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:40 am

· #51505
מיטוואך קומט פאר דעם סאטמארערן רבינ'ס (וומסב"ג) ערשטן אייניקלס חתונה. שוין די דריטע חתונה בביתו וואס קומט פאר אום ר"ח חשון.

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:46 am

· #51511
מיטוואך קומט פאר דעם סאטמארערן רבינ'ס אייניקלס חתונה אין קר״י. שוין די דריטע חתונה (וואס איך געדענק, אפשר מער) בביתו וואס קומט פאר אום ר"ח חשון.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:49 am

· #51516
ס'שוין נישט קיין מציאה. ביים סאטמאען רבין (וומ"ס) איז עס דער "ערשטער" אייניקל.

אגב דער ערשטער שידוך ביי אן אייניקל פון סאטמארערן רבי'ן (וומ"ס) איז געווען ביי זיין זון הגה"צ ירושלימער רב. יענער חתונה קומט פאר שבט אין אר"י.

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:58 am

· #51525
די וואך מיטוואך וועט פארקומען די חתונות פון אייניקלעך פון די צוויי ברודער'ס לבית סאטמאר.

אין קרית יואל וועט פארקומען די חתונה פון א אייניקל פון האדמו"ר שליט"א (מהר"א), א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' חנוך העניך אשכנזי שליט"א, רב ביהמ"ד אבני צדק ומו"ץ שכונת עצי תמרים בק"י (בן כ"ק אדמו"ר מ'אלעסק שליט"א [בן כ"ק הגה"צ גאב"ד חות דעת סיגעיט - מעלבארן זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קאלוב זצ"ל]) מיט הבה"ח בן הגה"צ רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א, רב ביהמ"ד מנחת חינוך וראה"כ טארטיקוב (בן הגה"צ רבי ברוך נתן זצ"ל מ'קשאנוב וחתן הגה"צ אב"ד טארטיקאב זצ"ל)

אין וויליאמסבורג וועט פארקומען אין די נעווי יארד די חתונה פון די ערשטע איינקל פון מהרז"ל.
א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' יצחק ראזענבערגער, דומ"ץ ביהמ"ד ליע גארדענס וומב"ג (בן הגה"צ רבי יושע שליט"א חבר הבד"צ בעיה"ק ואב"ד קרית רמ"א בית שמש) מיט הבה"ח בן הרה"ג ר' אשר אנטשיל שעהר שליט"א רב ביהמ"ד בית מרדכי ד'קלעסאן - וומב"ג (בן הרה"ח הנגיד ר' מרדכי ז"ל מ'ראה"ק סאטמאר לאנדאן, וחתן הגה"צ ר' יקתואל יהודה מייזליש שליט"א אב"ד עדת יראים ד'סיגעיט)

וחסידים ברנה יגילו!!!

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:01 pm

· #51531
שעפטל
די וואך מיטוואך וועט פארקומען די חתונות פון אייניקלעך פון די צוויי ברודער'ס לבית סאטמאר.

אין קרית יואל וועט פארקומען די חתונה פון א אייניקל פון מהר"א, א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' חנוך העניך אשכנזי שליט"א, רב ביהמ"ד אבני צדק ומו"ץ שכונת עצי תמרים בק"י (בן כ"ק אדמו"ר מ'אלעסק שליט"א [בן כ"ק הגה"צ גאב"ד חות דעת סיגעיט - מעלבארן זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קאלוב זצ"ל]) מיט הבה"ח בן הגה"צ רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א, רב ביהמ"ד מנחת חינוך וראה"כ טארטיקוב (בן הגה"צ רבי ברוך נתן זצ"ל מ'קשאנוב וחתן הגה"צ אב"ד טארטיקאב זצ"ל)

אין וויליאמסבורג וועט פארקומען אין די נעווי יארד די חתונה פון די ערשטע איינקל פון האדמ"ר שליט"א (מהרז"ל)
א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' יצחק ראזענבערגער, דומ"ץ ביהמ"ד ליע גארדענס וומב"ג (בן הגה"צ רבי יושע שליט"א חבר הבד"צ בעיה"ק ואב"ד קרית רמ"א בית שמש) מיט הבה"ח בן הרה"ג ר' אשר אנטשיל שעהר שליט"א רב ביהמ"ד בית מרדכי ד'קלעסאן - וומב"ג (בן הרה"ח הנגיד ר' מרדכי ז"ל מ'ראה"ק סאטמאר לאנדאן, וחתן הגה"צ ר' יקתואל יהודה מייזליש שליט"א אב"ד עדת יראים ד'סיגעיט)

וחסידים ברנה יגילו!!!

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:04 pm

· #51534
זר זהב
ס'שוין נישט קיין מציאה. ביים סאטמאען רבין (וומ"ס) איז עס דער "ערשטער" אייניקל.

אגב דער ערשטער שידוך ביי אן אייניקל פון סאטמארערן רבי'ן (וומ"ס) איז געווען ביי זיין זון הגה"צ ירושלימער רב. יענער חתונה קומט פאר שבט אין אר"י.

די חתונה מיטוואך איז נאך אלס די ערשטע חתונה פון אן אייניקל פון מהרז"ל. אפפפס האדמו"ר שליט"א (מהרז"ל)....

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:06 pm

· #51537
שעפטל
זר זהב
ס'שוין נישט קיין מציאה. ביים סאטמאען רבין (וומ"ס) איז עס דער "ערשטער" אייניקל.

אגב דער ערשטער שידוך ביי אן אייניקל פון סאטמארערן רבי'ן (וומ"ס) איז געווען ביי זיין זון הגה"צ ירושלימער רב. יענער חתונה קומט פאר שבט אין אר"י.

די חתונה מיטוואך איז נאך אלס די ערשטע חתונה פון אן אייניקל פון האדמו"ר מסאטמאר מהרז"ל.

איך האב געזאגט אנדערש?

איך האב צוגעלייגט אן אגב אז דאס איז נישט געווען דער ערשטער אייניקל שידוך

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:13 pm

· #51543
שעפטל
די וואך מיטוואך וועט פארקומען די חתונות פון אייניקלעך פון די צוויי ברודער'ס לבית סאטמאר.

אין קרית יואל וועט פארקומען די חתונה פון א אייניקל פון האדמו"ר שליט"א (מהר"א), א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' חנוך העניך אשכנזי שליט"א, רב ביהמ"ד אבני צדק ומו"ץ שכונת עצי תמרים בק"י (בן כ"ק אדמו"ר מ'אלעסק שליט"א [בן כ"ק הגה"צ גאב"ד חות דעת סיגעיט - מעלבארן זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קאלוב זצ"ל]) מיט הבה"ח בן הגה"צ רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א, רב ביהמ"ד מנחת חינוך וראה"כ טארטיקוב (בן הגה"צ רבי ברוך נתן זצ"ל מ'קשאנוב וחתן הגה"צ אב"ד טארטיקאב זצ"ל)

אין וויליאמסבורג וועט פארקומען אין די נעווי יארד די חתונה פון די ערשטע איינקל פון מהרז"ל.
א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' יצחק ראזענבערגער, דומ"ץ ביהמ"ד ליע גארדענס וומב"ג (בן הגה"צ רבי יושע שליט"א חבר הבד"צ בעיה"ק ואב"ד קרית רמ"א בית שמש) מיט הבה"ח בן הרה"ג ר' אשר אנטשיל שעהר שליט"א רב ביהמ"ד בית מרדכי ד'קלעסאן - וומב"ג (בן הרה"ח הנגיד ר' מרדכי ז"ל מ'ראה"ק סאטמאר לאנדאן, וחתן הגה"צ ר' יקתואל יהודה מייזליש שליט"א אב"ד עדת יראים ד'סיגעיט)

וחסידים ברנה יגילו!!!


איפכא
בן ראזענבערגער לבת שעהר

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:55 pm

· #51613
ב"ה, נאר אזוי, שמחות אין אלע הויפן, יעדער זאל זיין ביזי נאר מיט זיך, אזוי וועט יעדער בענעפיטירן.

ווי אזוי האבן צדיקים געזאגט?
"פון זיך נישט ארויסקוקן, אין יענעם נישט אריינקוקן".

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:07 pm

· #55567
נעכטען איז געשלאסען געווארען די שידוך פון א אייניקעל פון מרן אדמו"ר מוויזניץ ב"ב ביי זיין זין הרב יצחק ישעי' מיט די כלה יונגסטע טאכטער פון אדמו"ר מזוויעהל
בילדער

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:19 pm

· #55574
לעמיל
נעכטען איז געשלאסען געווארען די שידוך פון א אייניקעל פון מרן אדמו"ר מוויזניץ ב"ב ביי זיין זין הרב יצחק ישעי' מיט די כלה יונגסטע טאכטער פון אדמו"ר מזוויעהל
בילדער

מהר"י

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:40 pm

· #55586
שעפטל
לעמיל
נעכטען איז געשלאסען געווארען די שידוך פון א אייניקעל פון מרן אדמו"ר מוויזניץ ב"ב ביי זיין זין הרב יצחק ישעי' מיט די כלה יונגסטע טאכטער פון אדמו"ר מזוויעהל
בילדער

מהר"י

הגרמ"מ איז כ"ק מרן מרן אדמו"ר מוויזניץ

קפנדריא » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:10 pm

· #56078
הערליכע שידוך פון נכד הגה"צ אבד"ק סאטמאר ב"פ שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ ר' אברהם יודא לעוו שליט"א אב"ד ור"מ תפארת אליעזר, קול רנה וישועה באהלי צדיקים!

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:32 pm

· #56877
קפנדריא
הערליכע שידוך פון נכד הגה"צ אבד"ק סאטמאר ב"פ שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ ר' אברהם יודא לעוו שליט"א אב"ד ור"מ תפארת אליעזר, קול רנה וישועה באהלי צדיקים!

חתן הגה"צ אב"ד סי-געיט שליט"א וואס האט יעצט געענדיגט א שמחה בבית סאטמאר..

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:33 pm

· #56878
דער שידוך איז געווען אין טאג פון די סאטמארע חתונה.

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:37 pm

· #56882
זר זהב
דער שידוך איז געווען אין טאג פון די סאטמארע חתונות....

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:38 pm

· #56883
שעפטל
זר זהב
דער שידוך איז געווען אין טאג פון די סאטמארע חתונות....

גערעכט, אבער מיין קאפ ליגט נישט אינעם אנדערען צד. בעסיידס, הרב לעוו איז געווען א שוואגער פונעם חתונה אינעם נעיווי יארד. ער איז געקומען שפעט צוליב'ן שידוך

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:40 pm

· #56884
האסט באמת נישט געוויסט אז די סיבה פארוואס נישט אלע געשוויסטער פונעם גרויסן זיידן זענען נישט אנגעקומען קיין נעווי יארד צוליב נאך א משפחה שמחה????

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:41 pm

· #56885
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט.

איז דא איינער דא אין שטיבל צו וועם מ'קען רעדן א גראד ווארט היינט?

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:43 pm

· #56886
דערוילעם איז אינטערן פרויעאישן רושם..
בארואיגט אייך

קפנדריא » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 3:56 pm

· #56958
הגה"צ מנשה לייפער שליט"א אב"ד נאדבורנא ווימס"ב בן הגה"צ מנאדבורנא ב"פ - ברייטאן, חתן הגה"צ מקאליש שליט"א מיט בת הרה"ג פייוול אייגער שליט"א בן הגה"צ מאלכסנדר שליט"א וחתן הגה"צ מקאזלאוו שליט"א, ובכן צדיקים יראו וישמחו.

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 4:05 pm

· #56963
קפנדריא
הגה"צ מנשה לייפער שליט"א אב"ד נאדבורנא ווימס"ב בן הגה"צ מנאדבורנא ב"פ - ברייטאן, חתן הגה"צ מקאליש שליט"א מיט בת הרה"ג פייוול אייגער שליט"א בן הגה"צ מאלכסנדר שליט"א וחתן הגה"צ מקאזלאוו שליט"א, ובכן צדיקים יראו וישמחו.

ר' מנשה איז אויך דער מייסד ונשיא בית חינוך לבנות תפארת בנות איו וויליאמסבורג

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:24 pm

· #58012
נעכטן אויפדערנאכט איז אין בארא פארק פאהרגעקומען דער ווארט-תנאים פון נכד מרן האדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א – החתן בן הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד ישמח משה בשכונת ברך משה בקרית יואל, מיט הכלה בת הגה"צ ר' נפתלי מאיר באבאד שליט"א אבד"ק טארניפאל, בביהמ"ד טארניפאל אין ב"פ.
דער סאטמארער רבי שליט"א איז אנגעקומען צו די שמחה ארום 9:30 ווי עס איז פאזאמעלט געווען א שיינער ציבור, און עס האבן אויפגעטרעטן דער זיידע הגה"צ אבד"ק סיגעיט שליט"א, דער אבי החתן הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א, און דער אבי הכלה טארניפאלע'ר רב שליט"א, און דאן איז דער זיידער דער סיגעיט'ער רב שליט"א מכובד געווארן מיט'ן קריאת התנאים.
נאכ'ן ליינען דעם תנאים האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לרגל די שמחה.

(קרעדיט בחצרות סאטמאר <!-- e --><a href="mailto:bechatsrossatmar@gmail.com">bechatsrossatmar@gmail.com</a><!-- e -->)

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:27 pm

· #58014
דעם שב"ק וועט אי"ה געפראוועט ווערן עטליכע שמחות בחצרות סאטמאר.

אין וויליאמסבורג וועט אי"ה געפראוועט ווערן דער שמחת עלי' לתורה פון החתן הרב חיים צבי שליט"א בן הגה"צ ר' מררדכי אהרן מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר וואלעבאוט סט. בן הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א, וועלכע'ס וועט אי"ה גיין אונטער די חופה דעם קומענדיג'ן דינסטאג הבעל"ט מיט הכלה בת הגה"צ אבד"ק מעגלי צדק דעעש שליט"א.
די תפילות שב"ק וועט אי"ה פאהרקומען בביהמ"ד איחוד התלמידים וואלעבאוט סט. און די סעודות שב"ק וועט געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד בית שמואל צבי ד'ספינקא אויף קיעפ און בעדפארד עוו.
עס איז ערווארטעט א שיינער ציבור מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחה בבית צדיקים.
•♦•

אויך וועט אי"ה געפראוועט ווערן דער שמחה השלום זכר צום אור-אייניקל פון הרה"צ רב סאטמאר 15'טע עוו. ונשיא כולל עצי חיים ד'סאטמאר בני ברק שליט"א – בן הנולד לנכדו הר"ר יצחק יושע הורוויץ שליט"א חתן בנו הר"ר סיני שליט"א, בביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג (הופפער סט.).
•♦•

אין קרית יואל וועט אי"ה געפראוועט ווערן דער שמחת קידושא רבה לבת הנולד להגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב ביהמ"ד דברי שמחה ציעשנוב ומשפיע רוחני במבצר הישיבות ד'סאטמאר בקר"י, בן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבת סאטמאר בב"פ וחתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, בבית מדרשו דברי שמחה ציעשנוב, מיט'ן באטייליגונג פון א גרויסן ציבור, און די חשובע זיידע'ס שליט"א.

-קול רנה וישועה באהלי צדיקים-

(קרעדיט בחצרות סאטמאר <!-- e --><a href="mailto:bechatsrossatmar@gmail.com">bechatsrossatmar@gmail.com</a><!-- e -->)

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 1:30 pm

· #58017
כאנישט געוויסט אז ר' סיני האט שוין חתונה געמאכט. WOW צייט לויפט

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:45 am

· #58220
ידען
ביי די ספעציעלע אשכול וועט מען קענען אריינלייגן אלע שמחות וואס דערפרייט די אלע חסידים פון סיי וועלעכע רבי שליט"א, אזוי אז עס זאל נישט ווערן א אנלייגעניש פון אשכולות ווען צוויי שיינע רייכע משפחות מיוחסות בישראל זענען זיך משדך און ווען נאך א רבי'ש קינד איז אראפגעקומען צו פארלייכטן די וועלט.

רוב מעמבערס זענען נישט קיין סאך אינטערעסירט אין די סארטן נייעסן, אבער ווער יא, זאל אויך קענען טרעפן די פלאץ פאר דעם אין די דאזיגע אשכול.

פארשטייצעך אז ווען סע וועט זיין א באמבע שמחה, אויב מר"א און מרז"ל וועלן זיך בטעות משדך זיין אדער אויב די אורות שערי שמים וועט אראפ עקספלאדירן א ריזיגע מאס פון אטאמישע קדושה אין פארעם פון אכטלינגען ביי איינע פון די קדושי עולם וועט זיכער די מנהלים אדער אחראים עס צוטיילן אין א עקסטערע אשכול פאר די מעסיוו נייעס.

דעיס אז מהר"א און מהרז"ל וועלן זיך נאך אמאל משדך זיין אי"ה איז א נבואה וואס איך האב שוין לאנג פארויסגעזאגט. נאר נישט בטעות. ס'וועט שוין זיין אי"ה א פולשטענדיגער שלום צווישן די צוויי הויפן און מען וועט זיך אנקוקן מיט וואונדער איינער דעם אנדערן וואו מען איז געווען די גאנצע צייט.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:53 am

· #58225
זר זהב

ס'האט אויך צו טון מיט קנאות. איינער (בני ברק) הייסט וויז'ניץ ווייל אזוי שרייבט מען אין א"י. דער צווייטער הייסט "וויזניץ, ווישניץ אדער וויזשניץ ווייל די אנדערע איז עברית, או9 ס'שמעקט מיט ציונות.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:57 am

· #58228
יידל
געפילטע פיש
נישט קיין טעות, די גאנצע ארטיקל באטיטלט ר' ישראל האדמו"ר מויז'ניץ און ר' מענדל האדמו"ר מויזניץ.

וויז'ניץ איז וויזשניץ און וויזניץ איז וויזניץ.
ס'קען זיין אז כדי מחלק צו זיין האבן זיי באטיטלט ר' ישראל אלס וויזשניצער רבי און ר' מענדל אלס וויזניצער רבי.

און די צוויי שטעטלעך זענען געווען נאנט איינער צום אנדערן?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:00 am

· #58230
זר זהב
ווער גייט גראמען?

זיידעטשקע אדער עלטער זיידע

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:51 am

· #58234
קפנדריא
הגה"צ מנשה לייפער שליט"א אב"ד נאדבורנא ווימס"ב בן הגה"צ מנאדבורנא ב"פ - ברייטאן, חתן הגה"צ מקאליש שליט"א מיט בת הרה"ג פייוול אייגער שליט"א בן הגה"צ מאלכסנדר שליט"א וחתן הגה"צ מקאזלאוו שליט"א, ובכן צדיקים יראו וישמחו.

די איינציגע זאך וואס כ'האב מיטגעהאלטן אין גאנצן שלשלת היוחסין איז, אז הגה"צ וואס איז א זון פון הרה"צ און א נעפיו פון כ"ק אדמור הגה"ק האט זיך משדך געווען מיט די טאכטער פון אינגסטן אייניקל פון גאב"ד ב"ק הרה"צ כ"ק אדמור מ' בן אחר בן פון..

שעפטל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 4:27 pm

· #59064
שעפטל
דעם שב"ק וועט אי"ה געפראוועט ווערן עטליכע שמחות בחצרות סאטמאר.

אין וויליאמסבורג וועט אי"ה געפראוועט ווערן דער שמחת עלי' לתורה פון החתן הרב חיים צבי שליט"א בן הגה"צ ר' מררדכי אהרן מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר וואלעבאוט סט. בן הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א, וועלכע'ס וועט אי"ה גיין אונטער די חופה דעם קומענדיג'ן דינסטאג הבעל"ט מיט הכלה בת הגה"צ אבד"ק מעגלי צדק דעעש שליט"א.
די תפילות שב"ק וועט אי"ה פאהרקומען בביהמ"ד איחוד התלמידים וואלעבאוט סט. און די סעודות שב"ק וועט געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד בית שמואל צבי ד'ספינקא אויף קיעפ און בעדפארד עוו.
עס איז ערווארטעט א שיינער ציבור מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחה בבית צדיקים.

די חתונה וועט אי"ה געפראוועט ווערן אויף א געהויבענעם פארנעם היינט נאכט אין די זאלן פון ראוז קעסטל ווי עס ווערט ערווארטעט א גרויסער ציבור חסידים וידידים.

עקסטער ווערט ערווארטעט א גרויסער עולם וואס האט שוין נהנה געווען פונעם אבי החתן וואס איז ברייט באקאנט מיט וויפיל ער געט זיך אוועק פאר חולי ישראל בכלל און פארן מוסד "רופא חולים" (RCCS) בפרט!

לעמיל » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 3:30 pm

· #62672
היינט קומט פאר די חתונה בבית דינוב באבוב הכלה בת הגה"צ אב"ד באבוב מאנסי חדב"ן אב"ד באבוב ובן אדמו"ר מדינוב שליט"א
שושו ושמחו בשמחת רבינו!

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:47 pm

· #62694
מיינסט אין מאנסי?
בלאט: 1 2 3