☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » שמחות בבית צדיקי גדולי מאורי דורינו שליט"א

שמחות בבית צדיקי גדולי מאורי דורינו שליט"א

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #903
בלאט: 1 2 3

מ גפני » דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:35 pm

· #80065
ווייסטו נישט אז די סאטמארע רבי'ס עסן מער נישט קיין טרויבן??

שמואל הלוי » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:20 pm

· #80073
שמעקעדיג
די סיין פאר ר' חיים יהושע איז עפעס משוגע צו ווערן

הה"ד "והיית משוגע" מ'קען משוגע ווערן, "ממראה עיניך" פונעם אויג פארכאפענדן סיין.

דאך בעט איך דיך אבער, פליז ווער מיר נישט משוגע... שיין וועלן מיר אויסזען ווען מיר וועלן האבן א משוגע'נעם אחראי דא.

אבי גערעדט » דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:52 pm

· #80109
אזוי זעט אויס ווען מ'ווייסט נישט פון קיין גרעניץ..
א צעטל היינט אין מאנסי סאטמאר
📎 IMG-20130115-WA0034.jpg

אוהב ספרים » דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:57 pm

· #80110
אבי גערעדט
אזוי זעט אויס ווען מ'ווייסט נישט פון קיין גרעניץ..
א צעטל היינט אין מאנסי סאטמאר


וואס מיינט דאס שמחת יום שמחתנו

אויב איר ווילט פראפאנגאנדירען פיין, אבער לכלה"פ לערנט אייך אויס שרייבען

דעתי הענייה » דינסטאג יאנואר 15, 2013 3:00 pm

· #80111
אבי גערעדט
אזוי זעט אויס ווען מ'ווייסט נישט פון קיין גרעניץ..
א צעטל היינט אין מאנסי סאטמאר

אזוי געפערליך? אין סקווירא איז דאס שוין לאנג איינגעפירט.....

פיינע קאווע » דינסטאג יאנואר 15, 2013 3:22 pm

· #80114
וואס פארגינט מען נישט א איד מאכט חתונה דאס ערשטע קינד נאך אזויפיל יאר?

שרייבער » דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:45 pm

· #80150
למעשה קען איינער אפשר ברענגן אפדעיטס פון די חתונה?

הערשעלע » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:16 am

· #80198
זענען די שוואגערס אב"ד סאטמאר ב"פ און אב"ד סאטמאר 15 שליטא זיך משתתף ?

הדד בן בדד » מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:51 am

· #80221
שמעקעדיג
די סיין פאר ר' חיים יהושע איז עפעס משוגע צו ווערן, הערליך באצויבערנד!!
(אגב, אנאנים, דו רופסט אים יושעלע אלס לשון חיבה?)


דער סיין איז טאקע עפעס גאר משוגע צו ווערן, שוידערליך שיין.

אין באבוב קען אים יעדער אלס ר' חיים שיאלע, און זיין טאטן אלס ר' יעקב יאסאלע (מיטן גאליציאנער אויסשפרוך)

פיינע קאווע » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:17 am

· #80236
די סיין איז עפעס אויסטערליש שיין. וועמעס ארבייט איז עס ?

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:38 am

· #80240
breaking news.
יעצט 10 אינדערפרי, קומט אן די נייעס אז די חתונה האט זיך גע'ענדיגט.

אבי גערעדט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:39 am

· #80242
<a class="postlink" href="http://bit.ly/SK47Qp">http://bit.ly/SK47Qp</a>


ליינט דא איבער דעם פראכטפולן סיין

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 18, 2013 5:26 pm

· #106401
הגה"צ אב"ד לימנוב האט א שידוך געטון מיט בת הרה”צ רבי חנוך העניך אשכנזי שליט”א חתן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בילדער פון די שמחת התנאים

שעפטל » זונטאג אפריל 21, 2013 5:57 pm

· #107341
מזל טוב! כ"ק אדמו"ר מ'פעסט מרן רבי יואל לעבאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'ניקולשבורג שליט"א האט געהאט א אינגל

שישו ושמחו בשמחת רבותינו

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 22, 2013 2:31 pm

· #107647
אה, אזא בשורה טובה, נישט לאנג צוריק האבן מיר געהאט דא די זכי' זיך צו באקענען מיט די אם הבנים שמחה... (אויף די קליפ ווי זיי פארציילן איבער די געשמאקע אידישקייט)
מזל טוב, זאלן זיי שעפן אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע אנדערע.

lowlow » מאנטאג אפריל 22, 2013 3:41 pm

· #107683
😃
שמעקעדיג
אה, אזא בשורה טובה, נישט לאנג צוריק האבן מיר געהאט דא די זכי' זיך צו באקענען מיט די אם הבנים שמחה... (אויף די קליפ ווי זיי פארציילן איבער די געשמאקע אידישקייט)
מזל טוב, זאלן זיי שעפן אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע אנדערע.

לעמיל » דינסטאג יוני 18, 2013 10:55 am

· #125766
הגה"צ אב"ד סענפעטער מאכט היינט חתונה און עטרת חיה
פאלגענד איז די אימעיל וואס קהילה קדושה ד'בשנחיי סין האט ארויס געשיקט

טויזנטער וועלן שטראמען דינסטאג פרשת בלק צום עטרת חיה זאל אין בארא פארק אנטייל צונעמען אין די גרויסע 'סענפעטער' חתונה

וועד החתונה שע"י סענפעטער מעלדט איבער איבערפלייץ פון געסט וואס קומען צופארן אין די טעג פון די גארער וועלט און פון גרעיטער ניו יארק. זיכערהייט בריאקאדיעס פון די פאליציי, חברה שומרים, פאבליק סעפטי, זענען שוין אויסגעשטעלט פארענט פון דער זאל צו קאנטראלירן דער פארפלייצונג פון באטייליגער.. גדולי הרבנים ומאורי הדור וועלן אנטייל נעמען ביי די חתונה פון אלע קרייזן און שיכטן איבערצוגעבן ברכת מזל טוב פאר'ן

הרב החסיד רבי

מרדכי צבי הכהן (מוטי) קאהן שליט"א

סענפעטער רב שליט"א.

מערערע נייעס פאלגט נאך אין די ווייטערדיגע מודעות וואס וועלן קומען פער שעה

יין שרף » דינסטאג יוני 18, 2013 6:47 pm

· #126015
outspoken
נוי יארק
אוי וויי, איך ווייס נישט אויב איך מעג עס זאגן, אבער טראכטן מעג איך זיכער, איך האב שוין לאנג נישט געזען אזאליכע צוקוועטשטע אידן... איך האב נישט געוויסט אז זיי עקסזיסטען נאך.


יא, פון אזאליכע צוקוועטשטע אידן רינט ארויס יראת שמים.

ווי רינט עס???
ווי קען מען באקומען אביסל??? ( נישט אז איך דארף כ'וויל נאר וויסן...)
בלייבען זיי איבער מיט אביסל???

כידוע איז ער פון די וויזניצע מורדים קוקט דא וואס די שומרי אמונים זצוק"ל האט געזאגט אויף זיי...

בעל הבית » דאנערשטאג יולי 4, 2013 5:23 pm

· #130835
שיינע שידוך הבחור בן האדמ"ר ר" יוסף צבי דושונסקי שליט"א בת הנגיד החסיד ר יעקב פעלדמאן ב.פ

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 5:44 pm

· #130847
בעל הבית
שיינע שידוך הבחור בן האדמ"ר ר" יוסף צבי דושונסקי שליט"א בת הנגיד החסיד ר יעקב פעלדמאן ב.פ

וואס מיינט שיין? שטעל ארויף א בילד פונעם מיידל, יעדער האט אן אנדערע taste. איר זענט נישט @בעל הבית מחליט צו זיין צו זי איז שיין אדער נישט..

לעמיל » דינסטאג יולי 9, 2013 12:39 pm

· #131842
בעל הבית
שיינע שידוך הבחור בן האדמ"ר ר" יוסף צבי דושונסקי שליט"א בת הנגיד החסיד ר יעקב פעלדמאן ב.פ

שיינע בילדער @קאווע טרינקער נישט דיין שיין

בעריש » דינסטאג יולי 9, 2013 12:49 pm

· #131852
קאווע טרינקער
בעל הבית
שיינע שידוך הבחור בן האדמ"ר ר" יוסף צבי דושונסקי שליט"א בת הנגיד החסיד ר יעקב פעלדמאן ב.פ

וואס מיינט שיין? שטעל ארויף א בילד פונעם מיידל, יעדער האט אן אנדערע taste. איר זענט נישט @בעל הבית מחליט צו זיין צו זי איז שיין אדער נישט..

ער איז נישט שולדיג אז די ביסט נאך פון די יושבי חושך פרעדעדזשיסט געמיינדע
די בילדער זענען פאר די אפען מיינדעד וואס אגריען מיט די מעדזשארעטי פון די יו עס סופרים קארט איבער משכ"ז.

newkave » דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:36 am

· #136137
מהרב'צ מ'באבוב מאכט א בר מצוה די וואך.

נאר,,פרייליך » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:15 pm

· #156601
שמחה היינט נאכט

<a class="postlink" href="/topic/4959">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=4959</a>

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:00 am

· #186295
שידוך ביי אייניקל פון סאטמאר רבי, טאכטער פון ר' יעקב בער ט''ב אב''ד סיגוט מיט החתן בן הרב פנחס מרדבי מייזליש דומ''ץ קהל יראים סיגעט

Chasidishmashpia » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:14 am

· #186330
Mazel tov.

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:43 am

· #186336
שמחת בית
סיגוט סיגעט

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:26 am

· #186361
מען רעדט דא פון המשכת סיגוט (בר''מ) סיגוט (הר''א הרז''ל) ?

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:31 am

· #186380
על טהרת הקודש
מען רעדט דא פון המשכת סיגוט (בר''מ) סיגוט (הר''א הרז''ל) ?

שלום עליכם הרב על טהרת הקודש
איך ליין פין דיר איין תגובה נאכן צווייטען און איך הייב נישט אהן צי פארשטיין וואס די ווילסט
די ברענגסט דיך זייער שוואך ארויס
איך גלייב נישט אז איך בין די איינציגסטע דא מיט דער פראבלעם
די עולם דא אין שטיבעל האט נישט אזעלעכע שארפע קעפ ווי די האסט
פליז נעקסט טיים אביסעלע קלארע אפילו אז מ'דארף מרחיב זיין בדיבור

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:49 am

· #186426
על טהרת הקודש
מען רעדט דא פון המשכת סיגוט (בר''מ) סיגוט (הר''א הרז''ל) ?

סארי פלעינער, מיין שאלה איז געווען פשוט צו דער 'סיגוט' איז א המשך צו די שמות הנ''ל (בר''מ הר''א הרז''ל)?
אדער איז דאס א סיגוט אהנע המשך ווייטער.?

שעפטל » מאנטאג מערץ 10, 2014 3:48 pm

· #189883
פלעין יודיש
שמחת בית סיגוט סיגעיט

נעכטן איז פארגעקומען נאך א סיגוט-סיגעיט שמחה, ווען הבה"ח דוד בן הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) איז א חתן געווארן מיט בת הגה"צ רבי אברהם יודא לעוו שליט"א אב"ד ור"מ תפארת אליעזר אין בארא פארק, חתן הגה"צ רבי יקתואל יודא מייזליש שליט"א, אב"ד סיגעיט

יין שרף » דינסטאג יוני 10, 2014 1:29 pm

· #205193
שמחת בית סקווירא
מאטי (16) בן הרה"צ י"י בן אדמו"ר מסקווירא א חתן געווארן צו נכד אדמו"ר מזוטשקא ב"ב.
856319246.jpg

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 10, 2014 4:11 pm

· #205281
safe_image.jpg

טיטאניק » דינסטאג יוני 10, 2014 4:22 pm

· #205292
[ציטאט אראפגענומען]

מיט וועמען? ווער האט זוכה געווען?

סמבטיון » זונטאג יוני 15, 2014 2:04 am

· #205990
די ריכטיגע פראגע וואלט געדארפט זיין ווער איז נעבעך אריינגעפאלען מיט דעם אותו האיש.

אכשיר דרא » דינסטאג יוני 17, 2014 11:24 pm

· #206562
סמבטיון
די ריכטיגע פראגע וואלט געדארפט זיין ווער איז נעבעך אריינגעפאלען מיט דעם אותו האיש.

פארוואס רופסטו עם אזוי? איך קען עם נישט וואס איז די מעשה דארט

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 4:15 pm

· #224074
braking צוויי גרעסטע פוסקים בעולם החסידות משדך
יעצט קומט אריין די נייעס אז כ"ק האדמו"ר מהר"א האט זיך משדך געווען מיט דומ"ץ קרית יואל

א גרויסע שמחה אין די עולם התורה

הר' זלמן לייב ט"ב בן האב"ד דקיט"ל ווימ"ס עם בת הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא חתן הגאון האדיר דומ"ץ ק"י

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 4:19 pm

· #224077
-קול רנה וישועה באהלי צדיקים-

מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, לרגל אירוסי נכדו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, בן בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ וויליאמסבורג שליט"א, עב"ג בת הרה"ג רבי מנחם צבי כהנא שליט"א דומ"ץ אנאנים, ומו"ץ בבית הוראה דקהילתינו הק' בוומ"ס, בן כ"ק אדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א וחתן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 4:20 pm

· #224081
[ציטאט אראפגענומען]

אויך מיר א נארישקייט 😮

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 7:15 pm

· #224125
אזוי גייט עס, ר' זלמן לייב איז אויך א מחותן מיט ר ישראל חיים מנשה און ר' זלמן לייב פילאפ.
זיי האבן אסאך קינדער און מיט איינער מוז מען זיך דאך משדך זיין.

לית דין בר נש » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:51 pm

· #224191
איז ער דער זוהן וואס איז גיוועהן גע'גט?
איז זי אויך א גרושה אדער א מיידל?

אבי גערעדט » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:16 am

· #224239
ער איז געווען גע'גט און די כלה איז א מיידל.

אגב איז דער אנדערע אייניקל פון מהר"א, אויך א גריש, נארוואס א חתן געווארן מיט א מיידל ראבינאוויטש, נכדת הרב ר' בנימין ראבינאוויטש זצ"ל

מזל טוב!

בארא פארקער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:54 pm

· #243790
שמחת בית באבוב ויזניץ
דער קומענדיגע דינסטאג קומט פאהר די חתונה פון בת הרה"ג בן ציון ארי' ליבוש מייזליש בן הגה"צ אבד"ק קרית באבוב, חתן הגה"צ ראש ישיבה וויזניץ מיט החתן הרב אליעזר בן הרה"ג יעקב שמשון ארנסטר בן הגה"צ ראש ישיבה וויזניץ

אין די יעצטיגע מינוטן קומט אן די נייעס אז אדמו"ר מ'באבוב גייט פאהרן אויפן חתונה פאר געציילטע שעה,

יין שרף » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:56 pm

· #243791
די ערשטע מאל ער פארט קיין א״י נאכן ווערן רב?

בארא פארקער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:03 pm

· #243793
ניין, געווען ביי די חתונה פון די באבובער ראש ישיבה הגה"צ ברוך אברהם הורוויץ האט חתונה געמאכט מיט זיין שוואגער הרב אהרן ברייש שליט"א

תמימותדיגע » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:09 am

· #244243
בארא פארקער
דער קומענדיגע דינסטאג קומט פאהר די חתונה פון בת הרה"ג בן ציון ארי' ליבוש מייזליש בן הגה"צ אבד"ק קרית באבוב, חתן הגה"צ ראש ישיבה וויזניץ מיט החתן הרב אליעזר בן הרה"ג יעקב שמשון ארנסטר בן הגה"צ ראש ישיבה וויזניץ

אין די יעצטיגע מינוטן קומט אן די נייעס אז אדמו"ר מ'באבוב גייט פאהרן אויפן חתונה פאר געציילטע שעה,


ווי קען מען מיט האלטן מיט בילדער אין קליפס פון די חתונה?
בלאט: 1 2 3