☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » רבי'ס וואס זענען אריבער א נערוון בראך

רבי'ס וואס זענען אריבער א נערוון בראך

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9012

חקרן » דינסטאג יוני 2, 2015 11:02 pm

· #280033
רבי'ס וואס זענען אריבער א נערוון בראך
לאור די חתונה בבית בעלזא, עפן איך אן אשכול, איבער רבי'ס וואס זענען אריבערגעגאנגען שווערע מצבים אדער א נערוון בראך. מיר געפינען אויך צווישן פריעדיגע צדיקים אזעלכע זאכן, הגם עס איז מונח בספק צי דאס איז א נערוון בראך אדער העכערע זאכן. איך וועל אנכאפן לדוגמא, דעם אשכול איבער דעם לעווער רבי, וואס מיר האלטן אינמיטן באשרייבן, איז פאראן א יש אומרים, אז דאס וואס האט זיך אפגעטאן אין יענעם ערב יום-כיפור, אזוי ווי שוין באשריבן באריכות אין אונזער אשכול, עיין שם ותמצא נחת, אז דאס איז אויך געווען א נערוון אטאקע וואס דער רבי איז אריבער.

אויפן בעל ההילולא, דער בעלזער רב שליט"א איז אויך באקאנט אן אטאקע אין אן ערב פסח, ווען ער האט אריינגעווארפן דאס שטריימל אין אויוון און אנגעטאן פאר ר' אהרן מרדכי'לען דאס קיטל.

לאמיר אויסשמועסן אלע רבי'ס וואס זענען אריבערגעגאנגען אזעלכע צייטן.

ירא שמים » דינסטאג יוני 2, 2015 11:22 pm

· #280039
Re: רבי'ס וואס זענען אריבער א נערוון בראך
די אריינווארפן די שטריימעל האב איך געהערט איז נישט אמת ער האט פשוט נישט געבאקן.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 2, 2015 11:28 pm

· #280043
יש לעיין טובא אם אשכול זה הנו בגדר של סיפורי צדיקים ויש לנו ללמוד מהם, או זה סתם לשה"ר ואין זה מן הנימוס לא ע"פ תורה ולא ע"פ דעת בעה"ב. (דעתי נוטה כצד השני)

ירא שמים » דינסטאג יוני 2, 2015 11:37 pm

· #280048
Re: רבי'ס וואס זענען אריבער א נערוון בראך
ווענט זיך פון וועלכע רביס מרעדט פון היינטיגע איז טאקע כצד השני הגם כווייס נישט וואס דיין טענה איז סאיז דאך אין צימעס וואס טוט מען דען אין צימעס
אז מרעדט פון פריעדיגע און מגייט צו מיט די ריכטיגע דרך ארץ אן קיין זולזול און הורהור אחר קדושתם קען זיין כצד א׳

שבת אחים » מיטוואך יוני 3, 2015 1:10 am

· #280069
איך קען א רבי מיט א רויטע בארד וואס האט קלאר צוטוהן מיט די נערווען , כ׳ווייס אבער נישט צו ער האט געהאט א נערווען בראָך , מ׳קען עס אָנזעהן וויאזוי ער דאווענט און ער פירט טיש און שאקעלט לולב מיט שווערע פאַקסן און פארשידענע אנדערע קולות ווי א צודרייטער מטורף ליידער ,

משה פראגער » מיטוואך יוני 3, 2015 1:56 am

· #280078
מיינסט דעם קאסובער פון ב״פ?

משה פראגער » מיטוואך יוני 3, 2015 1:59 am

· #280079
חקרן


אויפן בעל ההילולא, דער בעלזער רב שליט"א איז אויך באקאנט אן אטאקע אין אן ערב פסח, ווען ער האט אריינגעווארפן דאס שטריימל אין אויוון און אנגעטאן פאר ר' אהרן מרדכי'לען דאס קיטל.

לפי ידיעתי הקלושה איז די נערווערן בראך וואס דו רעדסט נישט געוועהן מער וי גוטען שפיל פונעם בעלזער כדי די עשירים זאלאן זיך אונטערגארטלען מיט ריזיגע סומעס לטובת קרן הבניין וואס ער איז געבליבען שטעקען דערמיט מיט חובות ביז איבערען קאפ
אויב איז דאס טאקע געווהען דעם חשבון זיינע איז דאס עם גוט געלונגען

פלעין יודיש » מיטוואך יוני 3, 2015 8:53 am

· #280110
לעצטענס איז אויך פארגעקימען ביים בעלזע, א חלה דעקל אטאקע, ווען ער האט זיך גענומען ווארפן די חלה דעקל אויפן עולם איינמאל און נאכאמאל
וזר לא יבין את זאת...
ומי יביא בסוד קדושים....

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 3, 2015 9:21 am

· #280120
חקרן
לאור די חתונה בבית בעלזא, עפן איך אן אשכול, איבער רבי'ס וואס זענען אריבערגעגאנגען שווערע מצבים אדער א נערוון בראך. מיר געפינען אויך צווישן פריעדיגע צדיקים אזעלכע זאכן, הגם עס איז מונח בספק צי דאס איז א נערוון בראך אדער העכערע זאכן. איך וועל אנכאפן לדוגמא, דעם אשכול איבער דעם לעווער רבי, וואס מיר האלטן אינמיטן באשרייבן, איז פאראן א יש אומרים, אז דאס וואס האט זיך אפגעטאן אין יענעם ערב יום-כיפור, אזוי ווי שוין באשריבן באריכות אין אונזער אשכול, עיין שם ותמצא נחת, אז דאס איז אויך געווען א נערוון אטאקע וואס דער רבי איז אריבער.

אויפן בעל ההילולא, דער בעלזער רב שליט"א איז אויך באקאנט אן אטאקע אין אן ערב פסח, ווען ער האט אריינגעווארפן דאס שטריימל אין אויוון און אנגעטאן פאר ר' אהרן מרדכי'לען דאס קיטל.

לאמיר אויסשמועסן אלע רבי'ס וואס זענען אריבערגעגאנגען אזעלכע צייטן.


איך פארשטיי פשוט נישט ווי איינער וואס איז מזרע ישראל קען עפענען אזא גרויליגע אשכול.... עס איז ממש א שרעק וואס דא קומט פאר.... מען האלט זיך אונטער מיט צרות פון אנדערע אידן... סארא בישה און חרפה.... פוי..

יענער פויגעל » מיטוואך יוני 3, 2015 9:36 am

· #280125
זייער נישט קיין שיינע זאך

newkave » מיטוואך יוני 3, 2015 10:12 am

· #280141
ר' יואל מסאטמער ווען ער האט געהערט אז מען האט אויפגעשטעלט א אידישע מדינה, און ווידעראמאל ווען ארץ ישראל האט אפגעהאלטן שטוינענדע נצחונות ביי די זעקס טעג מלחמה.

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 3, 2015 10:33 am

· #280152
א גרויסע רבי אין בארא פארק וואס איז אונטער 'הויז-ארעסט' ניין נישט צוליב דער רעגירונג, נאר ווייל ער האט שטארק צו טוהן מיט די נערוון. ווען ער איז געווארען איינגעשלינגען מער אין די מחלה, האט ער אויפגעהערט גיין אויף שבע ברכות, היינט זעלטן וואס מ'זעהט איהם אין ערגעץ, כ'מיין ער געווארען געלימטעט צו א ר' מאיר בעל הנס דינער, אבער דאס דאס גיין אהין איז אויך טאקע צוליב די נערוון--מחלה.

lazar » מיטוואך יוני 3, 2015 10:35 am

· #280154
נע כ'מיין אז ס'איז מער א מ"ח פראבלעם ווי איידער נערוון.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יוני 3, 2015 11:01 am

· #280167
שבת אחים
איך קען א רבי מיט א רויטע בארד וואס האט קלאר צוטוהן מיט די נערווען , כ׳ווייס אבער נישט צו ער האט געהאט א נערווען בראָך , מ׳קען עס אָנזעהן וויאזוי ער דאווענט און ער פירט טיש און שאקעלט לולב מיט שווערע פאַקסן און פארשידענע אנדערע קולות ווי א צודרייטער מטורף ליידער ,


דער האט נישט צו טוהן מיט די נערווען. ער איז סתם א צוחישטע נשמה

פלעין יודיש » מיטוואך יוני 3, 2015 3:30 pm

· #280240

moshav zekeinim » מיטוואך יוני 3, 2015 8:09 pm

· #280353
קען מיר איינער מסביר זיין וואס דאס איז א נערוון בראך? איז עס א דאקטארישער טערמין, אדער א באבסקע טערמין?

קוקה קולה... » מיטוואך יוני 3, 2015 9:13 pm

· #280371
פארגאנגענעם ניסן איז אוועק אין וומס״ב האדמו״ר מוואדקערט סעמיהאלי ז״ל ער איז געווען זייער א וואוילע איד,אבער נעבעך געהאט אסאך צרות.
ער איז געווען טאטאל נאכ׳ן כאפן די בראך,נעבעך א מיטגעמאכטע איד.
זאל ער זיין א ריכטיגע מליץ יושר.....
(אגב די נאמען וואדקערט סעמיהאלי האט ער באקומען פון סאקמער רב ז״ל נאכדעם וואס ער האט זיך אפגערעדט אז עפעס א קוזין רופט זיך וואדקערט,האט ער איהם געגעבן די נאמען סעמיהאלי פון זיין איידעם ר׳ משה טייטלבוים ואכמל״ב)

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:30 am

· #280427
קוקה קולה...
פארגאנגענעם ניסן איז אוועק אין וומס״ב האדמו״ר מוואדקערט סעמיהאלי ז״ל ער איז געווען זייער א וואוילע איד,אבער נעבעך געהאט אסאך צרות.
ער איז געווען טאטאל נאכ׳ן כאפן די בראך,נעבעך א מיטגעמאכטע איד.
זאל ער זיין א ריכטיגע מליץ יושר.....
(אגב די נאמען וואדקערט סעמיהאלי האט ער באקומען פון סאקמער רב ז״ל נאכדעם וואס ער האט זיך אפגערעדט אז עפעס א קוזין רופט זיך וואדקערט,האט ער איהם געגעבן די נאמען סעמיהאלי פון זיין איידעם ר׳ משה טייטלבוים ואכמל״ב)


נישט געוויסט אז דער סאקמער רב האט געהאט א איידעם ר' משה טייטלבוים 😂

משה פראגער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:24 am

· #280447
דולה ומשקה
א גרויסע רבי אין בארא פארק וואס איז אונטער 'הויז-ארעסט' ניין נישט צוליב דער רעגירונג, נאר ווייל ער האט שטארק צו טוהן מיט די נערוון. ווען ער איז געווארען איינגעשלינגען מער אין די מחלה, האט ער אויפגעהערט גיין אויף שבע ברכות, היינט זעלטן וואס מ'זעהט איהם אין ערגעץ, כ'מיין ער געווארען געלימטעט צו א ר' מאיר בעל הנס דינער, אבער דאס דאס גיין אהין איז אויך טאקע צוליב די נערוון--מחלה.

נו ער איז דאך א מ״ח קטן, לא לחינם וויאנט ער אויפן 48st
אבער לאמיר זיך נישט דינגען אז די פיאות זיינע זענען בעסער געמאכט וי זיין נעפיו פון 45

ביליג » זונטאג יוני 7, 2015 12:34 pm

· #281109
אוהב ספרים
קוקה קולה...
פארגאנגענעם ניסן איז אוועק אין וומס״ב האדמו״ר מוואדקערט סעמיהאלי ז״ל ער איז געווען זייער א וואוילע איד,אבער נעבעך געהאט אסאך צרות.
ער איז געווען טאטאל נאכ׳ן כאפן די בראך,נעבעך א מיטגעמאכטע איד.
זאל ער זיין א ריכטיגע מליץ יושר.....
(אגב די נאמען וואדקערט סעמיהאלי האט ער באקומען פון סאקמער רב ז״ל נאכדעם וואס ער האט זיך אפגערעדט אז עפעס א קוזין רופט זיך וואדקערט,האט ער איהם געגעבן די נאמען סעמיהאלי פון זיין איידעם ר׳ משה טייטלבוים ואכמל״ב)


נישט געוויסט אז דער סאקמער רב האט געהאט א איידעם ר' משה טייטלבוים 😂

ער מיינט מסתמא הרה"צ ר' יו"ט ליפא מ'סעמיהאלי סאסוב זצ"ל

סמבטיון » זונטאג יוני 7, 2015 12:40 pm

· #281112
אזא אשכול פאסט פאר פאליש, גבאים אלערט!

נופת צופים » זונטאג יוני 7, 2015 12:49 pm

· #281114
Re: רבי'ס וואס זענען אריבער א נערוון בראך
סמבטיון
אזא אשכול פאסט פאר פאליש, גבאים אלערט!

ניין. ס'פאסט פאר צימעס. ס'פערפעקט.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יוני 9, 2015 5:44 pm

· #281663
נעבעך א גרויס רחמנות פאר די אלע וואס האבן דאגות אויף אזעלכע זאכן דא קוקט אויס ווי ענק אלע ליידן דא פין נערווען בראך
אזוינע שווערע דאגות האב איך שוין לאנג נישט געטראגן

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am

· #282698
אז דאס מיינט קאווע שטיבל איז שוין בעסער איי וועלט.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יוני 15, 2015 2:26 pm

· #282759
דאס איז היינט איינס פון די קוואליקאציעס פון צו זיין א רבי.

מען דארף זיין טויט משוגע, און צוחושט און האבען א נערווען בראך איז א גרויסע פלאס

petergrifin » מאנטאג יוני 15, 2015 6:05 pm

· #282813
Re: רבי'ס וואס זענען אריבער א נערוון בראך
כ'פארשטיי נישט.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יוני 15, 2015 7:29 pm

· #282837
העכערע זאכן...

קאמענטירער » מאנטאג יוני 15, 2015 8:18 pm

· #282849
וואס זאל איך זאגען? כרעד מיר איין יעדעס מאל וואס איך זעה א צימעס אשכול ארויפשווימען, אפשר וועל איך געוואר ווערן ידיעות, אינפארמאציע, אדער ענליכס, -סאיז טאקע אין צימעס ווייל סאיז דא א קרייז/ציבור מיט מענטשען וואס די צימעס אינפארמאציע וועט זיי מאכען פילען אומבאקוועם מילד געזאגט- אבער דאך אינפארמעישאן איז דאך א רייכע זאך, אבער כמעט יעדעס מאל ווער איך עקסטער אנטוישט סאיז ליבערשט ווי א פארייכערטע קען פון פארשימעלטע ווערעם! בור אין בו מים לער פוסט ליידיגע הוילע געשרייבעכצער פלען נאר מיט איין ציל ׳אפשר וועט עפעס א מענטשליכע נפש ווערן פארווייטאגט׳פעך!