☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס איז געשעהן מיט האדמו"ר מ'בעלזא ירושלים‎

וואס איז געשעהן מיט האדמו"ר מ'בעלזא ירושלים‎

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1387
בלאט: 1 2

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:38 am

· #60967
דו ווילסט אויסמענטשלן די סאטמערע חזרים? פופציג יאר וועט נישט זיין גענוג אויסצורייסן די עקעלדיגע חינוך (און א חלק באקומען נאך עד היום, בעיקר ביי די זאליס און בני יואל) וואס די חזרים האבן באקומען.

משכיל » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:50 pm

· #61106
עס איז פשוט א שלעכט בילד, ווי מען רופט עס אין ענגליש
a bad pose
איך בין זיכער אז א נראמעל בילד פון דערנאנט וואלט ער אויסגעזעהן גוט,י

moshe613 » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 7:32 pm

· #61593
ביי אונז האט מען געוואוסט ווי מער שלעכט איז די משגיח ווי מער אריכות ימים וועט ער האבן, אזוי דא , די בעלזא וועט נאך דערלעבן אז די סרט מערער אור אור אייניקלך וועלן איהם נאך שעלטן

אויס מענטש » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:37 pm

· #61602
איז אמת די מעשה מיט די חלה דעקל ???
אז דער בעלזער רב האט געווארפן די חלה דעקל אויף זיין גבאי
שמעון וואלף קליין
צוליב א סכסוך איבער די חתונה געלט פון דעם אייניקל
ווער ווייסט ?
די מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס

אוהב ספרים » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:29 pm

· #61619
דאס אז ער האט געווארפען די חלה דעקל איז אמת

די מעשה איז שאולזאהן'ס חלומות

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:45 am

· #61634
זר זהב
פארוואס ווייל זיי גייען אלע מיט פלעסטיק גלעזער?

אין מאנרא גייט מען אויך מיט פלעסטיק גלעזער.

הדד בן בדד » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:22 am

· #61652
משכיל
אויך זיינען די בעלזער די מערסטע רחוק פון ציונות ווי כמעט אלע אנדערע, און דוקא בעלזא האבען די סאטמארער אזוי פיינד הלא דבר הוא,י



משכיל, האסט מיך געקאסט א לאך. די בעלזער זענען די מערסטע רחוק פון ציונות? WOW אפשר ביסטו מיר מסביר מיט וואס? מיטן זיך שלאגן דאס מערסטע פון יעדן פאר א חבר א הכנסת? אדער מיט דעם וואס דער חבר הכנסת האט געשריבן אין צייטונג "חסידות בעלזא מעולם היתה ידועה בסלחנות יחסית כלפי הציונות הדתית". כ'מיין, באמת, מיט וואס זענען זיי דאס מערסטע רחוק פון ציונות?

משכיל » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:12 am

· #63629
קוק גור, ווישניץ, לובאוויטש, רעדען מער עברית ווי די בעלזא'ער,י

הער זיך צו צו קול בעלזא, איך גלייב נישט אז עס איז נאך דא אזא עקסטרעם חסידות וואס גייען צו די בחירות און זיינען אזוי שארף אין דעות,י

מיינער א סאטמארער קרוב האט מיר געזאגט אז ער האט זיך צוגעהערט צו קול בעלזא און ער האט געמיינט אז ער זיצט אין ראדני,י

ליין אויך די מחנה החרדי וועסטו זעהן ווי שארף די בעלזא'ער זיינען.י

שמואל הלוי » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:25 am

· #63633
נישטא ווער ס'זאל לאכן

משכיל » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 1:23 am

· #64057
געענטפערט ווי א סאטמערער,י

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 9:39 am

· #64104
משכיל, אויב דו ווילסט מסביר זיין פאר די "סאטמארע ענטפערערס" א פאסיגן תשובה, דאן מוזטו ערקלערן ווי אזוי קען זיין אז חיצוניות'דיג זעהט נישט אויס ווי עס איז "פיהם ולבם שווים".
זיין א נאה דורש אבער נישט נאה מקיים איז קיין קונץ; ווי אזוי קען מען זיין "שארף" און באותו זמן האבן פארטרעטער אין כנסת און זיך מפשר זיין מיט די מדינה סיי לגבי עניני חינוך, נעמען בחורים אין מיליטער, א.א.וו.
אדרבה, זיי מסביר מיט וואס זיי זענען שארף, מיר ווילן הערן א תשובה וואס איז עולה על הדעת.

היימישער » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:52 am

· #64170
גור, ווישניץ, לובאוויטש האבען א ישראך אייכלער וואס אזא צינית ווי אים איז שווער צו טרעפן

משכיל » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:10 am

· #64325
איהר מיינט צו זאגן אז סאטמאר האלט עכט ביי וואס זיי רעדן?

א כלל גדול אין סאטמאר "מיר זיינען די פרומסטע אידן אין די וועלט"

איי עס שטימט דאך נישט,

דער תירוץ איז אז עס איז דאך דא א יצר הרע, און עס איז שווער צו זיין א איד, אבער עמטליך זיינען מיר די פרומסטע.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:14 am

· #64328
אריין אין דעם אשכול:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2398#p63017">viewtopic.php?f=10&t=2398#p63017</a><!-- l -->
בלאט: 1 2