☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה

פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #899
בלאט: 1 2

kliger » דינסטאג יוני 19, 2012 4:06 pm

· #18662
פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
איך האב דערווייל געזעהן
ווייל די תורה וויל מסביר פאר א מענטש וואס מען קאן פארשטיין

איינער האט מער תירוצים

יידל » דינסטאג יוני 19, 2012 6:49 pm

· #18705
געהערט אמאל בדרך רמז, אז פונקט ווי עולם הבא איז באהאלטן איז עס אויך נאר באהאלטן אין די תורה און נישט אפן.

שרגא » דינסטאג יוני 19, 2012 8:17 pm

· #18715
איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען. די זאכן וואס זענען נסים און נגד השכל, ווי אז עס וועט קומען רעגן אויב מען איז ערליך אדער חיות רעות אויב מען טוט אן עבירה, דאס האט די תורה געדארפט ארויסברענען און שרייבן. דאס אז דער נפש וואס קומט מתחת כסא הכבוד גייט צוריק אהין, דאס איז דאך א דבר מובן מאליו.

אן אנדערער זאגט (כ'דענק נישט ווער) בערך אז ווען די תורה זאגט "ונכרתה הנפש ההיא", מיינט דאך דאס אויטאמאטיש אז אויב נישט, גייט מען ווייטער לעבן אויף דעם קומענדיגן עולם. נאר אויב מען האט געטון די דאזיגע עבירה, דעמאלט וועט ער פארשניטן ווערן פון יענע וועלט.

אן אנדערע סברא זאגט דער ר"ן אז אין יענע צייטן האבן אלע אומות און קולטורן צוגעזאגט "יענע וועלט", דעריבער האט דאס די תורה נישט געדארפט אפילו צוזאגן, עס וואלט געווען עפעס ווי א קלישעי, נאך איינער זאגט צו יענע וועלט, נאר די תורה איז געקומען און צוגעלייגט אפילו גוטס אויף דער וועלט, וואס איז פיל א שווערערע זאך צוצוזאגן און מ'קען זיך דאס איבערצייגן.

יידל » דינסטאג יוני 19, 2012 8:24 pm

· #18718
זייער שיין, שרגא.
און... וועלקאם בעק.

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 19, 2012 9:00 pm

· #18736
אויב סמבטיון באהאלט דער אייבשטער פין אונז וויי נאט עולם הבא?

לויט געוויסע בעל תשובה מאכערס שטייט עס ברמז דערמאנט, נישט שכר עולם הבא נאר השארת הנפש . ח וַיִּגְוַע וַיָּמָת אַבְרָהָם בְּשֵׂיבָה טוֹבָה, זָקֵן וְשָׂבֵעַ; וַיֵּאָסֶף, אֶל-עַמָּיו
אויך אין שמואל שטייט אז די אוב האט אראפגעברענגט שמואל'ס נשמה.

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 19, 2012 9:05 pm

· #18743
שרגא
איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.

לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 19, 2012 9:09 pm

· #18745
[ציטאט אראפגענומען]

ווען א קשיא האט צען תריצים דערמאנט עס מיך פין די תריצים אויף די בית יוסף'ס קשיא.

שרגא » דינסטאג יוני 19, 2012 9:25 pm

· #18756
נולד מאוחר
שרגא
איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.

לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.

איך וועל אננעמען אז פונקט ווי האסט אוועקגעשניטן ביים ציטירן דעם תירוץ, האסטו עס אויך נישט אפגעליינט. סאו ביטע לייען עס איבער, וועט דיין באמבע קשיא פון לא תרצח פארענטפערט ווערן. און אויב שטימט דיר נאך אלץ נישט, קען איך דיר נישט העלפן.

שרגא » דינסטאג יוני 19, 2012 9:34 pm

· #18761
נולד מאוחר
[ציטאט אראפגענומען]

ווען א קשיא האט צען תריצים דערמאנט עס מיך פין די תריצים אויף די בית יוסף'ס קשיא.

הייסט עס אויב איך וועל דיר ברענגען קאמפליצירטע פראגעס וואס האבן עטליכע ענטפערס, וועט דיך עס אויך דערמאנען פון די בית יוספ'ס קשיא? איז טאקע א פראבלעם ווען עטליכע מענטשן פרובירן צוטרעפן צו דעם ריכטיגן תירוץ? און האסטו נאך טאקע אין דיין לעבן נישט געזאגט אדער געהאט עפעס וואס דו האסט געטון צוליב דריי סיבות?

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 20, 2012 12:12 am

· #18787
שרגא
נולד מאוחר
שרגא
איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.

לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.

איך וועל אננעמען אז פונקט ווי האסט אוועקגעשניטן ביים ציטירן דעם תירוץ, האסטו עס אויך נישט אפגעליינט. סאו ביטע לייען עס איבער, וועט דיין באמבע קשיא פון לא תרצח פארענטפערט ווערן. און אויב שטימט דיר נאך אלץ נישט, קען איך דיר נישט העלפן.

סארי שרגא איי געס איי מיסד סאמטינג.
איך האב פארשטאנען אז די רעדסט פין די רס"ג'ס תירוץ ,"הרס"ג (אמונות ודעות המאמר התשיעי) טען שהגמול ב"עולם הבא" הוא, כלשונו, "דבר שהשכל מורה עליו" ואין מקרא מתעכב ומאריך בדברים אלו."(וויקיפידיא)
אויף דעם פרעג איך אויב די תורה האט נישט געשוינט קיין ווערטער אויף אסאך אנדערע זאכן וואס איז נאך עני טיים אזוי "דבר שהשכל מורה עליו" ווי שכר עולם הבא, וואלט די תורה נישט געדארפט שוינען נאך איין קאפיטעל אין רעדען אביסל פין עולם הבא?

וואס האב איך דיך נישט גיט פארשטאנען? האסטו נישט געמיינט די מהלך פין די רס"ג?
וואס איז ראנג מיטו מיין טענה?

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 20, 2012 12:50 am

· #18796
שרגא
נולד מאוחר
[ציטאט אראפגענומען]

ווען א קשיא האט צען תריצים דערמאנט עס מיך פין די תריצים אויף די בית יוסף'ס קשיא.

הייסט עס אויב איך וועל דיר ברענגען קאמפליצירטע פראגעס וואס האבן עטליכע ענטפערס, וועט דיך עס אויך דערמאנען פון די בית יוספ'ס קשיא? איז טאקע א פראבלעם ווען עטליכע מענטשן פרובירן צוטרעפן צו דעם ריכטיגן תירוץ? און האסטו נאך טאקע אין דיין לעבן נישט געזאגט אדער געהאט עפעס וואס דו האסט געטון צוליב דריי סיבות?

קאמפלצירט?? וואס עפעס איז דאס א קאפליצירטע קשיא? וואס עפעס ביזטן אראפ צי דריי פין צען??
פארגעס נישט לויט איין פין די צען תיריצים איז עולם הבא אזא דבר פשט אז מען דראף עס ניטאמאל דערמאנען אין די תורה, לויט די צווייטע תירץ איז גאר פינקט פארקערט די אידן זענען געווען אזוי נידריג, מ"ט שערי טומאה, פארגרעבטע עבדים ,מיט קורצע הסוגת אז זיי וואלטן נישט פארשטאנען אזאלכע רחניות'דיגע מיסוגים ווי עולם הבא.

קלוג און יונג » מיטוואך יוני 20, 2012 1:46 am

· #18808
שרגא
נולד מאוחר
שרגא
איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.

לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.

איך וועל אננעמען אז פונקט ווי האסט אוועקגעשניטן ביים ציטירן דעם תירוץ, האסטו עס אויך נישט אפגעליינט. סאו ביטע לייען עס איבער, וועט דיין באמבע קשיא פון לא תרצח פארענטפערט ווערן. און אויב שטימט דיר נאך אלץ נישט, קען איך דיר נישט העלפן.

שרגא, אפשר ביסטו בעסער מסביר וועלכע פוינט וואס ער האט אוועקגעשניטן פארענפערט דע שטארקע קשיא.
קענסט אביסעל בעסער דיך מסביר זיין?
די תורה איז פיל מיט זעלבסט-פארשטענדליכע זאכען.

איחוד פעלד » מיטוואך יוני 20, 2012 8:54 am

· #18825
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
דער של"ה אין ערשטען חלק ברענגט פינעף תירוצים פין אנדערע ראשונים און אן אייגענע תירוץ.

דער רמב"ם וואס האלט אז פשוט דעמאלסס וואלט אויסגעזעהן ווי די תורה איז ווייניגער אמת, ווייל ער זאגט צו א זאך וואס מען קען נישט פראווען.
דער רמב"ן ווייל די עולם הבא איז בטבע שכר וואס קומט די תורה דארף עס נישט זאגען.
אויף דעם קריגט די של"ה מיין איך.
דער ר"ן האט שוין איינער געשריבען.
די מקובלים תירוץ ווייל עס ליגט אין די ווערטער, דאס הייסט ווען עס שטייט ונתתי גשמיכם בעתם רעדט עס וועגען עפעס גשמיכם מיינט עס גשמיכם פין עולם הבא.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

בן תמליון » מיטוואך יוני 20, 2012 9:23 am

· #18827
מיר דאכט זיך דער תירוץ איז פשוט, באקאנט דער ישמח משה ברענגט ער האט ג'חלומט ער איז אין גן עדן, זעט ער א איד מיט טלית און תפילין שטייט ביים שטענדער און שאקלט זיך. וואונדערט זיך דער ישמח משה דאס איז דער גן עדן? האט מען איהם ג'ענטפערט חכם דער גן עדן איז אין איהם. ממילא ווען די תורה זאגט דיר טוה גוט וועסטו האבן גוטס דאס איז דער וועלט און יענער וועלט. דו וועסט זיין גליקליך דער גן עדן וועט זיין אין דיר. דאס איז דער פשט מיין איך זכה נוחל שני עולמות א מענטש וואס טוט זיסע זאכן איז גליקליך האט ביידע וועלטן ער איז א שטיק גן עדן טוט ער שמוציקע זאכן איז ער אומגליקליך האט דעם גיהנם אויף די וועלט און יענע וועלט.

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 20, 2012 9:58 am

· #18839
בן תמליון

איז פארוואס שכר עולם הזה דראף יא שטיין?

kliger » מיטוואך יוני 20, 2012 12:12 pm

· #18894
ישר כח יעדען איינעם!

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 20, 2012 9:58 pm

· #18973
kliger
ישר כח יעדען איינעם!

דיין באדאנקן איז ווייל די האסט באקומען די תירץ פאר דיין שאלה אדער פשוט ווייל דער עולם האט פראבירט?
אויב האסטו באקומען א תירץ, וועלכע איז דיר געפאלען?

איחוד פעלד » מיטוואך יוני 20, 2012 10:43 pm

· #18981
פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
לינק

די לעצטע פאראגראף אויף דעם עמוד הייבט זיך עס אהן.

די שיטות פין די ראשונים אין דעם ענין זענען כל אחד לפי דרכו ושיטתו אין אלע אנדערע ענינים, והדברים עתיקין ומתוקים, עס איז אויך געוואלדיג שיין עס נאך צו זאגען ביי א דרשה.

שרגא » דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:11 pm

· #19244
נולד מאוחר
שרגא
נולד מאוחר
שרגא
איין תירוץ וואס איך געדענק איז אז עס שטייט נישט ארויס מיט קלארע ווערטער ווייל עס איז א פשוט'ע פארשטענדליכע זאך וואס יעדער האט אליין פארשטאנען.

לא תרצח וכדו' האט מען נישט אליינס פארשטאנען?
לאמיר נישט פארגעסן מ'רעדט דא פין א יסוד אין אידשקייט איינס פין די דרייצען עיקרים. מדארף זייער א שטארקע סיבה פארוואס ס'שטייט נישט אין די תורה.
אין אנדרע ווערטער ס'דראף זיין א שטארקע פראבלעם אויב וואלט עס יא געשטאנען אין די תורה, נישט סתם ס'האט נישט אויסגעפעלט.

איך וועל אננעמען אז פונקט ווי האסט אוועקגעשניטן ביים ציטירן דעם תירוץ, האסטו עס אויך נישט אפגעליינט. סאו ביטע לייען עס איבער, וועט דיין באמבע קשיא פון לא תרצח פארענטפערט ווערן. און אויב שטימט דיר נאך אלץ נישט, קען איך דיר נישט העלפן.

סארי שרגא איי געס איי מיסד סאמטינג.
איך האב פארשטאנען אז די רעדסט פין די רס"ג'ס תירוץ ,"הרס"ג (אמונות ודעות המאמר התשיעי) טען שהגמול ב"עולם הבא" הוא, כלשונו, "דבר שהשכל מורה עליו" ואין מקרא מתעכב ומאריך בדברים אלו."(וויקיפידיא)
אויף דעם פרעג איך אויב די תורה האט נישט געשוינט קיין ווערטער אויף אסאך אנדערע זאכן וואס איז נאך עני טיים אזוי "דבר שהשכל מורה עליו" ווי שכר עולם הבא, וואלט די תורה נישט געדארפט שוינען נאך איין קאפיטעל אין רעדען אביסל פין עולם הבא?

וואס האב איך דיך נישט גיט פארשטאנען? האסטו נישט געמיינט די מהלך פין די רס"ג?
וואס איז ראנג מיטו מיין טענה?

דער דגוש פונעם תירוץ איז אז לגבי שכר "די זאכן וואס זענען נסים און נגד השכל, ווי אז עס וועט קומען רעגן אויב מען איז ערליך אדער חיות רעות אויב מען טוט אן עבירה, דאס האט די תורה געדארפט ארויסברענען און שרייבן. דאס אז דער נפש וואס קומט מתחת כסא הכבוד גייט צוריק אהין, דאס איז דאך א דבר מובן מאליו."
פונקט ווי עס זענען דא אנדערע דברים מובנים מאליו וואס שטייט נישט. איך דענק אויך נישט אז עס זאל שטיין ארויסגעשריבן אז גאט איז פון אייביג אן געווען. אויב יא, דארף איך למשל יעצט א תירוץ דערויף אדער פארשטייסט אז דאס איז געווען זעלבסטפארשטענדליך. ווי אויך איז עס משמע אזוי פון די פסוקים, אפילו עס שטייט נישט ארויס.
די זעלבע געדענק איך נישט עס זאל שטיין קלאר אז גאט ווייסט אלעס וואס דער מענטש טוט און טראכט, און ער האט אפי' געפרעגט "איכה", נו, פארוואס האט ער געדארפט פרעגן? אבער פארשטייסט אז עס איז א נארישע קשיא און עס איז קלאר אז עס איז קיין ספק אז די תורה איז געשריבן אין דעם גייסט און עס איז געווען א פשוטע זאך, אפילו עס שטייט נישט געווידמעט א קאפיטל דערפאר. און אפילו מ'קען פרעגן אז אויך אנדערע פארשטענדליכע זאכן שטייט ארויס.
צו וויסן די סיבה פארוואס עפעס שטייט "נישט" איז זייער שווער, דארפסט וויסן יענעמ'ס אלע חשבונות. און אויפדרינגען קען מען זיכער גארנישט דערפון. קענסט פרעגן פארוואס שטייט נישט אנכי ה' אלוקיך אשר בראתי שמים וארץ, אנשטאט אשר הוצאתיך? אה, אלא מאי, ער האט חלילה נישט באשאפן? נאר וואדען, מען זוכט וואס עס קען זיין א פארשטענדליכע תירוץ פארוואס "נישט".
איי "פארוואס לא תרצח דארף שטיין", איז קודם כל דאס נישט די ריכטיגע משל געפרעגט ווייל אויב ווייסטו וואס עס האט זיך דעמאלט אפגעטאן, און אפילו היינט, זענען שוין איינמאל דא מענטשן וואס האבן דאס אליין נישט געוואוסט. אבער די פוינט איז נישט דא וואס עס שטייט "יא", דאס דארפסטו באזונדער זוכן די סיבה צו יעדעס ווארט און מצוה, נאר דא איז די פראגע פארואוס עפעס שטייט "נישט", איז דאס געווען איין תירוץ.

קלוג און יונג » פרייטאג יוני 22, 2012 12:45 am

· #19264
איין מינוט שרגא, אויף דיין יסוד האב איך נאך א תירוץ פארוואס עס שטייט נישט בראתי שמים וארץ ביי אנכי? ווייל זיין פיס האט עם געקראצט. איי פיס קראצן איז דאך נישט קיין סיבה נישט צו שרייבן שמים וארץ? "סא, וועסטו זאגען ער האט עס נישט באשאפען?"
די זאגסט אז די ווייסט דאך זיכער אז ס'איז דא עולם הבא, וואס איז אמת. במילא, אמת טאקע אז מ'זעט די תורהזאגט כסדר זאכן וואס זענען זעלבסט-פארשטענדליך, אבער וואס דען וועסטו זאגען, ס'איז נישט דא עולם הבא?!
ניין, איך זאג ס'איז יא דא עולם הבא, אבער די סיבה פארוואס עס שטייט נישט אין די תורה איז נישט ווייל ס'איז א דבר הפשוט, והא ראי', די תורה איז פיל מיט דברים פשוטים. און גיי זיך א אנדערע תירוץ
(און דעס וואס די געסט א ווארף אריין "לגבי שכר" , פארוואס פילסטו אז נאכען זאגען די ווערטער ביזטו פטור פון א הסבר? האסט א הסבר פארוואס "לגבי שכר" (עולם הבא) האט א אנדערע הלכה ווי למשל עונש (לא תרצח)?)

שרגא » פרייטאג יוני 22, 2012 9:50 am

· #19288
קלוג און יונג

קודם איז עס נישט "מיין" יסוד, איך האב סך הכל פרובירט מסביר זיין וואס "פריערדיגע" ענטפערן. אז גלייכסט נישט דעם תירוץ, גיי טאקע צו אנדערע.

שרגא » פרייטאג יוני 22, 2012 9:52 am

· #19289
נולד מאוחר
קאמפלצירט?? וואס עפעס איז דאס א קאפליצירטע קשיא? וואס עפעס ביזטן אראפ צי דריי פין צען??
פארגעס נישט לויט איין פין די צען תיריצים איז עולם הבא אזא דבר פשט אז מען דראף עס ניטאמאל דערמאנען אין די תורה, לויט די צווייטע תירץ איז גאר פינקט פארקערט די אידן זענען געווען אזוי נידריג, מ"ט שערי טומאה, פארגרעבטע עבדים ,מיט קורצע הסוגת אז זיי וואלטן נישט פארשטאנען אזאלכע רחניות'דיגע מיסוגים ווי עולם הבא.

נאכאמאל, האסט געשריבן "ווען א קשיא האט צען תריצים דערמאנט עס מיך פין די תריצים אויף די בית יוסף'ס קשיא", האב איך דיך געפרעגט צי דו ווייסט נישט פון קיין קשיות וואס האבן עטליכע תירוצים, אדער נאר דא דערמאנט דיך עס פון בית יוספ'ן? צווייטנס האב איך דיר מסביר געווען אז עס מעגן זיין צוואנציג מענטשן וואס פרובירן צוטרעפן דעם ריכטיגן תירוץ. און איינער מעג זאגן פונקט דעם פארקערטן תירוץ ווי דעם אנדערן. איז דאס עפעס א פירכא אדער איבערווייז? דריטנס, לאמיר גיין צום טראדיציאנאלן תירוץ "אלו ואלו דא"ח". וואס איז? צו אלטמאדיש? קען נישט זיין אז צוויי תירוצים זענען ביידע גערעכט (אינגאנצן, רעלאטיוו אדער כאטש אין א געוויסן זין)?
צו לעצט לאמיך דיר פרעגן: וואס איז דיין תירוץ, אדער מסקנא, צו די קשיא? אלא מאי, די תורה האט נישט געהאלטן פון קיין שכר אין עולם הבא? אויב די אלע תירוצים שטימען דיר נישט געהעריג, וואס האלטסטו איז דער ענטפער אויף די קשיא?

נולד מאוחר » זונטאג יוני 24, 2012 4:46 am

· #19484
שרגא

דער דגוש פונעם תירוץ איז אז לגבי שכר "די זאכן וואס זענען נסים און נגד השכל, ווי אז עס וועט קומען רעגן אויב מען איז ערליך אדער חיות רעות אויב מען טוט אן עבירה, דאס האט די תורה געדארפט ארויסברענען און שרייבן. דאס אז דער נפש וואס קומט מתחת כסא הכבוד גייט צוריק אהין, דאס איז דאך א דבר מובן מאליו."

ווי שטייט און די תורה אז דער נפש קומט מתחת כסא הכבוד גייט? איוב ווייל רוחני קומט פין רוחני טא איז דא השארת הנפש פאר די בהמה נפש?
אויב שוין יא ציריק גיין פין ווי ער קומט ווער זאגט אז דארט געט מען שכר אפשר איז דא אנדרע באשפטיגען דארט, למשל נאך א וועלט פין מצות אין עיברות?
איך פרעג נאר אויף דיין סברה וואס די טענה'סט אז סאיז מיבן מאליו.
שרגא
פונקט ווי עס זענען דא אנדערע דברים מובנים מאליו וואס שטייט נישט. איך דענק אויך נישט אז עס זאל שטיין ארויסגעשריבן אז גאט איז פון אייביג אן געווען. אויב יא, דארף איך למשל יעצט א תירוץ דערויף אדער פארשטייסט אז דאס איז געווען זעלבסטפארשטענדליך. ווי אויך איז עס משמע אזוי פון די פסוקים, אפילו עס שטייט נישט ארויס.

ס'דא א שטיקל חיליק, אז גאט איז געווען פאר אייביג איז א פילאסאפישע קאנסעפט וואס פארן המון איז עס נישט נוגע אויף למעשה די תורה פארמאגט נישט קיין שום פילאסאפישע קאנסעפטסץ . משא"כ עולם הבא איז די עיקר דרייוו אין סיבה פאר רוב כלל ישראל צי מקיים זיין דבר השם. וואלט עס יא געדארפט שטיין אפי סאיז מיבן מאליו.

וועלכע פסוקים איז משמע אז די אייבשטער איז געווען אייביג?
שרגא
די זעלבע געדענק איך נישט עס זאל שטיין קלאר אז גאט ווייסט אלעס וואס דער מענטש טוט און טראכט, און ער האט אפי' געפרעגט "איכה", נו, פארוואס האט ער געדארפט פרעגן? אבער פארשטייסט אז עס איז א נארישע קשיא און עס איז קלאר אז עס איז קיין ספק אז די תורה איז געשריבן אין דעם גייסט און עס איז געווען א פשוטע זאך, אפילו עס שטייט נישט געווידמעט א קאפיטל דערפאר. און אפילו מ'קען פרעגן אז אויך אנדערע פארשטענדליכע זאכן שטייט ארויס.

אויב געדנק איך גיט האלט די בעל עקידה אז די אייבשטיר ווייסט נישט אלעס כ'מיין ער שרייבט עס ביי סדום ארדה נא ואראה לגבי ידועה ובחירה.
" עס איז קלאר אז עס איז קיין ספק אז די תורה איז געשריבן אין דעם גייסט" שטארקע לשונות, סאיז נישט קלאר סאיז דא כמה משמעות פארקערט איכה,ארדה נא ואראה, וכדומה.
Gersonides holds that God knows, beforehand, the choices open to each individual, but does not know which choice the individual, in his freedom, will make. Isaiah
Horowitz takes the view that God cannot know which moral choices people will make, but that, nevertheless, this does not impair His perfection
Wikipedia

שרגא » זונטאג יוני 24, 2012 1:59 pm

· #19553
נולד מאוחר
ווי שטייט און די תורה אז דער נפש קומט מתחת כסא הכבוד גייט? איוב ווייל רוחני קומט פין רוחני טא איז דא השארת הנפש פאר די בהמה נפש?
אויב שוין יא ציריק גיין פין ווי ער קומט ווער זאגט אז דארט געט מען שכר אפשר איז דא אנדרע באשפטיגען דארט, למשל נאך א וועלט פין מצות אין עיברות?
איך פרעג נאר אויף דיין סברה וואס די טענה'סט אז סאיז מיבן מאליו.

דו קענסט יעצט פרעגן קשיות און פירכות דערויף, אבער אויב איז דער תירוץ אז עס איז דעמאלט געווען "מובן מאליו", איז דאך דער תירוץ אז אזוי האבן די מענטשן געהאלטן. יעצט זיי האבן נישט אנגעקוקט די בהמה אלס א נפש, ממילא האבן זיי איר קיין עולם הבא נישט צוגעטיילט.
יעצט צווישן די חילק פון די נפש פון א מענטש און א בהמה לגבי השארת הנפש ווייס איך נישט וואס דו ווילסט אננעמען. קענסט זאגן אז עס איז א גרויסער חילוק, ווייל וויבאלד איך ווייס בכלל נישט דעם מהות פון א "נפש" ווייס איך נישט אירע געזעצן. קען דען נישט זיין אז אין אונזער נפש איז אריינגעמישט אן אינגרידיענט וואס מאכט עס בלייבן נאכ'ן טויט און א בהמה'ס נישט (למשל קען א היינטיגער זאגן אז מ'גייט אריין אין א פאראלעל אוניווערס, וואס היינטיגע פיזיקער געבן גרויסע שאנסן אז ס'איז א מציאות). געוויסע חילוקים מוזט דאך אלץ זאגן (למשל צי הייסט א ווירוס בכלל "געלעבט"? עס איז נאך היינט א מחלוקת ה'סייענטיסטן.) ווייטער לויט'ן אריז"ל קען דאך א מענטש גאר זיין מגולגל אין א בהמה סאו איז דאך טאקע א בהמה'ס נפש אויך א העכערע זאך. בקיצור דיין קשיא איז סך הכל א פראגע, אבער קיין שום איבערווייז צו קיין שום מסקנא.

נולד מאוחר
ס'דא א שטיקל חיליק, אז גאט איז געווען פאר אייביג איז א פילאסאפישע קאנסעפט וואס פארן המון איז עס נישט נוגע אויף למעשה די תורה פארמאגט נישט קיין שום פילאסאפישע קאנסעפטסץ . משא"כ עולם הבא איז די עיקר דרייוו אין סיבה פאר רוב כלל ישראל צי מקיים זיין דבר השם. וואלט עס יא געדארפט שטיין אפי סאיז מיבן מאליו.
די זעלבע געדענק איך נישט עס זאל שטיין קלאר אז גאט ווייסט אלעס וואס דער מענטש טוט און טראכט, און ער האט אפי' געפרעגט "איכה", נו, פארוואס האט ער געדארפט פרעגן? אבער פארשטייסט אז עס איז א נארישע קשיא און עס איז קלאר אז עס איז קיין ספק אז די תורה איז געשריבן אין דעם גייסט און עס איז געווען א פשוטע זאך, אפילו עס שטייט נישט געווידמעט א קאפיטל דערפאר. און אפילו מ'קען פרעגן אז אויך אנדערע פארשטענדליכע זאכן שטייט ארויס.

נאכאמאל, לויט דעם תירוץ אז עס איז "מובן מאליו" שטייט עס נישט ווייל עס איז זעלבסטפארשטענדליך, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער עס איז ווי גלייך עס שטייט ווייל יעדער וווייסט עס. מיין רבי אין חדר האט אונז נישט אנגעזאגט אז אויב איינער גייט דערלאנגען א פראסק פאר'ן מנהל, וועט מען אים הארב באשטראפן, אבער אויב איינער זאל עס טון, וועט ער לכ' נישט פרובירן טענה'ן אז "איך האב נישט געוואוסט מ'טאר נישט", ווייל עס איז פאר יעדן יונגל אין די באבוב'ע ת"ת א דבר מובן מאליו. יעצט קום מיר נישט אפפרעגן דעם משל, עס איז בלויז א משל.
יעצט א סיבה צו מקיים זיין דבר השם איז דאך קלאר אויך וויכטיג צו וויסן אז דער אויבערשטער ווייסט אלעס וואס דער מענטש טוט און טראכט, און דאס שטייט דאך אויך נישט. און אגב א דאנק פאר דעם בעל עקידה וואס ס'וועט מיר זיין אינטערעסאנט נאכצוקוקן, אבער כ'גלייב נישט אז עס פעלט אויס איך זאל דא מאכן מיין קעיס און ברענגען די אומצאליגע פסוקים ווי מען זעט אז די תורה איז געשריבן אין דעם גייסט אז ה' זעט אלעס און ווייסט אלעס. אויך פון די עטליכע ענגלישע ווערטער וואס דו האסט געברענגט האט עס סייווי נישט מיט אונזער שמועס, ווייל עס רעדט זיך צי ער זעט א מענטשנ'ס צוקונפטיגע טשאיסעס, אבער איך רעד דא פון דעם אז ער זעט און ווייסט וואס דער מענטש "טוט".

יעצט ענטפער מיר ביטע מיין פריערדיגע פראגע: וואס איז דיין תירוץ, אדער מסקנא, צו די קשיא פארוואס די תורה דערמאנט עס נישט? בלייבסט מיט די קשיא אדער האסטו עפעס אן "אלא מאי" וואס ווילסט ארויסנעמען?

קלוג און יונג » זונטאג יוני 24, 2012 5:53 pm

· #19622
שרגא:
כ'ווייס האסט מיך נישט געפרעגט, אבער כהדיוט הקופץ לראש וברשות מורי חמי, איז דעמצב אזוי
אויב וויל מען זיין האנעסט איז די בעסטע וואס מען קען זאגן אויף 'עוה"ב אין תורה שבכתב', אז עסשטייט נישט קלאר אז עס איז נישט דא!
במילא, וויבאלד אונזער חכמים זאגן אונז קלאר אז עס איז דא, האמיר זייער א שווערע טעסק עט הענד
וואס גייט פאר מיט עוה"ב אין תורה שבכתב?!
עס איז נישט אזא קליינע אגב'דיגע פראבלעם וואס גייט אוועק מיט א סטראשע פון"אויב אזוי וואס איז דיין מסקנה, וואס איז דיין אלא מאי"
So again, איז דא עוה"ב? קלאר אז יא. חז"ל זאגן אזוי.
לויטpure תורה שבכתב איז משמע אז עס איז דא? ביזדערווייל נאך אלע תירוצים וואס דא איז געברענגט, און אנדערע וואס איך האב געהערט, ליידער נישט!
מאכט מיך עס צעמישט? יא. וועל איך לכבוד דעם מיך פאפען און זאגען אז אפאר הוילע תירוצים זענען מיר גענוג דערפאר? ניין!

געפילטע פיש » זונטאג יוני 24, 2012 7:51 pm

· #19649
אן נעמען א זייט, נישט ווייל איך וויל נישט, נאר ווייל איך האב נישט קיין זייט, כ'האב עס נישט דורך געטוהן, און קיינמאל נישט געהערט דערפון פאר דעם אשכול. אבער כדי שלא לשאר הנייר חלק...
טאמער וועל איך ברענגען א רמז אז ס'דא עולם הבא, וועט עס באפרידיגען די קושיא? ניין, ווייל אזא זאך וואלט, לשיטת השואל, געדארפט שטיין בפירוש.
א פיליסאפישע תירוץ וועט אויך נישט באפרידיגען דעם שואל פארן זעלבע סיבה, אלזא איז בכלל שייך צו פארענטפערען די שאלה אז די שואל זאל זיין צופרידען און ווייטער גלייבען אין עולם הבא?
איך פאר מיר מיין איך אז ס'טאקע זייער א שווערע קושיא, אבער חז"ל זענען מיר גענוג באגלייבט צו זאגען אז ס'יא דא. איי ס'שווער? תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות. איך מיין אז איך קען שלאפען דערמיט.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 24, 2012 9:28 pm

· #19666
שרגא: נאכמאל לאמיר נישט פארגעסען צווי נקידות
1) די תורה קארגט נישט קיין ווערטער, (משה רבינו האט עס נישט געשריבן אזויווי רשי האט געשריבען זיין חיבור) 2) עולם הבא איז א פין די שטערקסטע יסודת אין אידשקייט. דיין משל מיטן מנהל איז אביסל אפגעריקט. פארוואס? מגייט נישט אין חדר אויף נישט אדער יא צי שלאגן די מנהל. אויב וואלט דאס געווען די ציהל פין גיין אין חדר וואלט דאס די מלמד קלאר געזאגט נישט קיין חיליק ווי מסתבר ס'איז.
די זעלבע איז מיטן ידוע פין השם ביזט גערעכט אז ס'איז א יסוד אין אידשקייט דאך איז נישט אזויווי עולם הבא. טראכט אריין לויט געוויסע דיעת אין חז"ל איז אונזער גענצע באשאפן ווערן, זיין דא , דורך גיין די וועלט, היטן דו תורה, נאר כדי אנציקימען דארט עולם הבא. במילא איז מיר נישט מספיק די מיבן מאליו מהלך.

יעצט ברענג מיך נישט נאך עיקרים פין די רמב"מ'ס דרייצען וואס שטייט נישט אין די תורה למשל אינו גוף אדער משיח. ס'איז נישט קיין תירץ ס'איז א שאלה. ס'פארלאנגט זיך אן אשכול פאר יעדע באזינדער.

וואס איך פערזענדליך האלט? כ'פארשטיי נישט ווי ס'קימט דא אריין. פארוואס די ווילסט וויסען. אבער איי דאנט מיינד שערינג וויט יוא נאך אלעם טרייסט מיר ארויסציהעלפן.
איך האב נאך נישט געטראפן א תירץ געניג גוט פאר אזא שטארקע שאלה.
צי גיין לכבוד דעם נעמען דאס בעסטע וואס ס'איז פארהאן? ס'איז דא אזא סברא אין פילזאפיא אז נעמעט אן די בעסטע פין אלע תריצם וואס איז דא, כאטש ס'איז פראבלעמאטיש.
אבער איך דארף עס נישט איים פייין צי ווארטן אין נישטרן פאר א בעסערע תירץ.
די פראבלעם איז מיט די מענטשען וואס אויב האבן זיי נישט קיין תירץ מיינט עס אז ס'איז אפגעפרעגט, גייען זיי לכבוד דעם אין כאפן אבי א תירץ אן עס דורך טראכטען דערנאך ווען איינער פרעגט א שאלה אויף די תירץ אין זיי הייבן הערן אז ס'איז דא פראבלעם ווערן זיי אינגאצן משוגע.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 24, 2012 9:34 pm

· #19667
געפילטע פיש
אן נעמען א זייט, נישט ווייל איך וויל נישט, נאר ווייל איך האב נישט קיין זייט, כ'האב עס נישט דורך געטוהן, און קיינמאל נישט געהערט דערפון פאר דעם אשכול. אבער כדי שלא לשאר הנייר חלק...
טאמער וועל איך ברענגען א רמז אז ס'דא עולם הבא, וועט עס באפרידיגען די קושיא? ניין, ווייל אזא זאך וואלט, לשיטת השואל, געדארפט שטיין בפירוש.
א פיליסאפישע תירוץ וועט אויך נישט באפרידיגען דעם שואל פארן זעלבע סיבה, אלזא איז בכלל שייך צו פארענטפערען די שאלה אז די שואל זאל זיין צופרידען און ווייטער גלייבען אין עולם הבא?
איך פאר מיר מיין איך אז ס'טאקע זייער א שווערע קושיא, אבער חז"ל זענען מיר גענוג באגלייבט צו זאגען אז ס'יא דא. איי ס'שווער? תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות. איך מיין אז איך קען שלאפען דערמיט.

כ'האב נישט געזען די שואל'ס שאלה זאל זיין " אויב שטייט נישט עולם הבא אין די תורה מיינט אז עס איז נישטא?"
זיין שאלה איז"פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה" סא פארוואס נעמסטו אן אז דער שואל האט דא אן אמונה פראבלעם?
פארוואס האלטסטו אז דו האסט א בעסערע מאטראץ פונעם שואל?

זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 10:56 pm

· #19702

השאלה

שלום רב,

באחד משיעורי התנ"ך בבית ספרי.
המורה אמרה שלפי היהדות לא קיים עולם הבא, ושלא מצויין שום פרט בתנ"ך לגבי העולם הבא.

ואני מאמין בעולם הבא, ותמיד רבנים וצדיקים מדברים על העולם שאחרי, עכשיו רציתי לדעת אם לא רשום בתנ"ך על העולם הבא אז היכן מצויין וכתוב על העולם שאחרי?

=======================

מענה לשאלה

אם המורה לתנ"ך שלך מדברת בשם היהדות כנראה שהיא לא רק מורה לתנ"ך אלא גם מזכירתו של אלוקים, מה שצריך לבוא לידי ביטוי בתלוש המשכורת שלה. על כל פנים אני לא מבין מה פירוש המשפט "לפי היהדות אין עולם הבא".

במשך אלפי שנות יהדות האמינו מליוני יהודים בעולם הבא כך הם קיבלו מדורות שלפניהם, ופתאום לאחר כל אותם שנים קם מישהו ומדבר בשמם ובשם האמונה שלהם שהם לא אמורים להאמין במה שהם האמינו. אותו אחד יכול לדבר בשמו אבל איך יתכן לשכתב היסטוריה.

היהדות מאז ומעולם כן האמינה בעולם הבא. לטעון הפוך זו לא חוצפה ואפילו לא בורות. זו פשוט טיפשות. האמונה בעולם הבא לא צצה פתאום יום אחד. זו מסורת שנקראת תורה שבעל פה. התורה שבעל פה התחילה מהזמן הכי קדום שהיא הייתה יכולה להתחיל, מהר סיני.

יחד עם התורה שבכתב ניתנה גם התורה שבעל פה ובה נאמרו יחד עם הרבה דברים, כגון הצבע של התפילין שהוא שחור, וגם שיש עולם הבא על כל המשתמע מכך. היו כבר בעבר כאלו שלא האמינו בתורה שבעל פה, קראו להם צדוקים. אלה הוקעו באותה רמת דחייה שהוקעו הנוצרים מתוך היהדות.

מי שנעים לו להיות באותה ליגה עם הנוצרים הראשונים והצדוקים שיקום ויצטרף לנבחרת שלהם. מדוע העולם הבא לא כתוב בתנ"ך?, זו כבר שאלה יותר הגיונית. אין כאן מקום להאריך, אך בקצרה נאמר כי התורה שבכתב היא בעצם מחזיקה את כל העולם. התורה היא כמו שיקוף של העולם הזה כי כל מה שקיים בעולם נברא מכח התורה והיא המחזיקה אותו, כלומר מעניקה לו חיים.

העולם הבא הוא בעצם עולם שמעבר לתורה. שמה לא מקיימים מצוות ואין אפשרות לחטוא בעברות, כמו שחכמים אומרים "לא ניתנה תורה למלאכי השרת". והתורה בעצמה מתייחסת לכך שהתורה מיועדת לעולם הזה בפסוק השמים לה' והארץ נתן לבני אדם. ולכן כשהייתה מחלוקת בין החכמים בגמרא ויצא קול מהשמיים כפי דעה אחת החכמים לא ייחסו לזה משקל כי התורה נקבעת ליפי מי שקיים בארץ, כלומר שיש לו קשר לחומר ולא לפי מי שהוא נטו רוחניות. לכן עולם הבא לא נכתב בתנ"ך.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 24, 2012 11:56 pm

· #19721

כ'האב דירעקט נישט געוואנדען מיין תגובה צו קיינעם אז קיינער זאל דאס נישט אננעמען אלס אטאקע, כ'האב מיך געוואנדען צום "כאשר ישאל השואל" צום דעוויל'ס אדוואקאט. וואס כ'האב געמיינט צוו זאגן איז אז נאכן דורך לייענען אלע תשובות דא, אן ריכטיג דורך טוהן די זאך, זע איך נישט קיין אפשרות פאר א צופרידענשטעלענדע תירוץ אויף דעם קושיא, נישט א רמז, און נישט קיין סברה קען באפרידיגען דעם "שאלה", איז נאר געבליבען אמונת חכמים, ענד איי עם אקיע וויט איט.

אפשר נעקסט טיים זאל איך נישט אריין האקן אן אדורך טוהן די נושא.

kliger » מאנטאג יוני 25, 2012 10:47 am

· #19769
ף

kliger » מאנטאג יוני 25, 2012 10:50 am

· #19770
זר זהב

השאלה

שלום רב,

באחד משיעורי התנ"ך בבית ספרי.
המורה אמרה שלפי היהדות לא קיים עולם הבא, ושלא מצויין שום פרט בתנ"ך לגבי העולם הבא.

ואני מאמין בעולם הבא, ותמיד רבנים וצדיקים מדברים על העולם שאחרי, עכשיו רציתי לדעת אם לא רשום בתנ"ך על העולם הבא אז היכן מצויין וכתוב על העולם שאחרי?

=======================

מענה לשאלה

אם המורה לתנ"ך שלך מדברת בשם היהדות כנראה שהיא לא רק מורה לתנ"ך אלא גם מזכירתו של אלוקים, מה שצריך לבוא לידי ביטוי בתלוש המשכורת שלה. על כל פנים אני לא מבין מה פירוש המשפט "לפי היהדות אין עולם הבא".

במשך אלפי שנות יהדות האמינו מליוני יהודים בעולם הבא כך הם קיבלו מדורות שלפניהם, ופתאום לאחר כל אותם שנים קם מישהו ומדבר בשמם ובשם האמונה שלהם שהם לא אמורים להאמין במה שהם האמינו. אותו אחד יכול לדבר בשמו אבל איך יתכן לשכתב היסטוריה.

היהדות מאז ומעולם כן האמינה בעולם הבא. לטעון הפוך זו לא חוצפה ואפילו לא בורות. זו פשוט טיפשות. האמונה בעולם הבא לא צצה פתאום יום אחד. זו מסורת שנקראת תורה שבעל פה. התורה שבעל פה התחילה מהזמן הכי קדום שהיא הייתה יכולה להתחיל, מהר סיני.

יחד עם התורה שבכתב ניתנה גם התורה שבעל פה ובה נאמרו יחד עם הרבה דברים, כגון הצבע של התפילין שהוא שחור, וגם שיש עולם הבא על כל המשתמע מכך. היו כבר בעבר כאלו שלא האמינו בתורה שבעל פה, קראו להם צדוקים. אלה הוקעו באותה רמת דחייה שהוקעו הנוצרים מתוך היהדות.

מי שנעים לו להיות באותה ליגה עם הנוצרים הראשונים והצדוקים שיקום ויצטרף לנבחרת שלהם. מדוע העולם הבא לא כתוב בתנ"ך?, זו כבר שאלה יותר הגיונית. אין כאן מקום להאריך, אך בקצרה נאמר כי התורה שבכתב היא בעצם מחזיקה את כל העולם. התורה היא כמו שיקוף של העולם הזה כי כל מה שקיים בעולם נברא מכח התורה והיא המחזיקה אותו, כלומר מעניקה לו חיים.

העולם הבא הוא בעצם עולם שמעבר לתורה. שמה לא מקיימים מצוות ואין אפשרות לחטוא בעברות, כמו שחכמים אומרים "לא ניתנה תורה למלאכי השרת". והתורה בעצמה מתייחסת לכך שהתורה מיועדת לעולם הזה בפסוק השמים לה' והארץ נתן לבני אדם. ולכן כשהייתה מחלוקת בין החכמים בגמרא ויצא קול מהשמיים כפי דעה אחת החכמים לא ייחסו לזה משקל כי התורה נקבעת ליפי מי שקיים בארץ, כלומר שיש לו קשר לחומר ולא לפי מי שהוא נטו רוחניות. לכן עולם הבא לא נכתב בתנ"ך.

בימי חז"ל איז שוין געווען אנדערע ווי למשל די צדוקים

kliger » דינסטאג יאנואר 8, 2013 6:05 pm

· #78646
ארויף געברענגט צוליב די שמועס אינעם אנדערן אשכול

יאיר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 8:29 pm

· #78659
שרגא

אן אנדערע סברא זאגט דער ר"ן אז אין יענע צייטן האבן אלע אומות און קולטורן צוגעזאגט "יענע וועלט", דעריבער האט דאס די תורה נישט געדארפט אפילו צוזאגן, עס וואלט געווען עפעס ווי א קלישעי, נאך איינער זאגט צו יענע וועלט, נאר די תורה איז געקומען און צוגעלייגט אפילו גוטס אויף דער וועלט, וואס איז פיל א שווערערע זאך צוצוזאגן און מ'קען זיך דאס איבערצייגן.

נישט ריכטיג. אין די צייטן ווען די תורה איז געגעבן געווארן (1300 bce) האט נאך בכלל נישט עקזיסטירט אזא מושג ווי עולם הבא. די אלע עבודה זרות האבן עפ"י רוב 'באשטראפט' אויף די וועלט, און אפילו די וואס האבן יא גערעדט פון עונשים אויף נאכ'ן שטארבן איז עס געווען אינגאנצן אנדערש, למשל אז מ'וועט ווערן א חיה. אזא פארגעשריטענע סיסטעם ווי אז יעדער מענטש קומט אויף יענע וועלט און עס איז דא א גן עדן אויף רעכטס און גיהנם אויף לינקס, און לויט ווי מאראליש מען איז געווען לויט דעם באקומט מען צוגעטיילט פון אן איינציגער באשעפער, איז בכלל נישט געווען שייך אז אזעלכע צוריקגעשטאנענע מענטשן זאלן קענען אויסטראכטן.

דעתי הענייה » זונטאג יאנואר 20, 2013 7:37 pm

· #81122
זר זהב

השאלה

שלום רב,

באחד משיעורי התנ"ך בבית ספרי.
המורה אמרה שלפי היהדות לא קיים עולם הבא, ושלא מצויין שום פרט בתנ"ך לגבי העולם הבא.

ואני מאמין בעולם הבא, ותמיד רבנים וצדיקים מדברים על העולם שאחרי, עכשיו רציתי לדעת אם לא רשום בתנ"ך על העולם הבא אז היכן מצויין וכתוב על העולם שאחרי?

=======================

מענה לשאלה

אם המורה לתנ"ך שלך מדברת בשם היהדות כנראה שהיא לא רק מורה לתנ"ך אלא גם מזכירתו של אלוקים, מה שצריך לבוא לידי ביטוי בתלוש המשכורת שלה. על כל פנים אני לא מבין מה פירוש המשפט "לפי היהדות אין עולם הבא".

במשך אלפי שנות יהדות האמינו מליוני יהודים בעולם הבא כך הם קיבלו מדורות שלפניהם, ופתאום לאחר כל אותם שנים קם מישהו ומדבר בשמם ובשם האמונה שלהם שהם לא אמורים להאמין במה שהם האמינו. אותו אחד יכול לדבר בשמו אבל איך יתכן לשכתב היסטוריה.

היהדות מאז ומעולם כן האמינה בעולם הבא. לטעון הפוך זו לא חוצפה ואפילו לא בורות. זו פשוט טיפשות. האמונה בעולם הבא לא צצה פתאום יום אחד. זו מסורת שנקראת תורה שבעל פה. התורה שבעל פה התחילה מהזמן הכי קדום שהיא הייתה יכולה להתחיל, מהר סיני.

יחד עם התורה שבכתב ניתנה גם התורה שבעל פה ובה נאמרו יחד עם הרבה דברים, כגון הצבע של התפילין שהוא שחור, וגם שיש עולם הבא על כל המשתמע מכך. היו כבר בעבר כאלו שלא האמינו בתורה שבעל פה, קראו להם צדוקים. אלה הוקעו באותה רמת דחייה שהוקעו הנוצרים מתוך היהדות.

מי שנעים לו להיות באותה ליגה עם הנוצרים הראשונים והצדוקים שיקום ויצטרף לנבחרת שלהם. מדוע העולם הבא לא כתוב בתנ"ך?, זו כבר שאלה יותר הגיונית. אין כאן מקום להאריך, אך בקצרה נאמר כי התורה שבכתב היא בעצם מחזיקה את כל העולם. התורה היא כמו שיקוף של העולם הזה כי כל מה שקיים בעולם נברא מכח התורה והיא המחזיקה אותו, כלומר מעניקה לו חיים.

העולם הבא הוא בעצם עולם שמעבר לתורה. שמה לא מקיימים מצוות ואין אפשרות לחטוא בעברות, כמו שחכמים אומרים "לא ניתנה תורה למלאכי השרת". והתורה בעצמה מתייחסת לכך שהתורה מיועדת לעולם הזה בפסוק השמים לה' והארץ נתן לבני אדם. ולכן כשהייתה מחלוקת בין החכמים בגמרא ויצא קול מהשמיים כפי דעה אחת החכמים לא ייחסו לזה משקל כי התורה נקבעת ליפי מי שקיים בארץ, כלומר שיש לו קשר לחומר ולא לפי מי שהוא נטו רוחניות. לכן עולם הבא לא נכתב בתנ"ך.

סך הכל: גארנישט גענטפערט....
מסורה, תורה שבעל פה וכו' גלייב איך און איך ווייס, די שאלה איז 'פארוואס' עס שטייט נישט, און די תירוץ איז אז עס זיכער אז עס איז דא א עולם הבא, זייער שיין, עס האט פשוט גארנישט מיט אונזער שאלה...

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 10:41 am

· #389242
פארוואס רעדט נישט קיין איין נביא פון שכר ועונש און עולם הבא? דעס איז דאך פון די ״ main rules" אין די געים?

דעס אז ס׳שטייט נישט אין די תורה וועגן קיין גן עדן און גיהונים איז געוועהן איינע פון מיינע ערשטע קשיות וואס האט מיך אויפגעשוידערט און געפענט די אויגן. כהאב קיינמאל נישט אריינגעטראכט דערינען ביז מהאט מיר פארגעלייגט די קשיא.

סאיז מיר געבליבן שווער, איינער האט א תירוץ? פארוואס שטייט נישט אין די גאנצע תנ״ך קיין איין ווארט וועגן גיהונים און גן עדן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 11:27 am

· #389249
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
קודם דארף מען אוועק שטעלען, אויף וואס איז געמאכט געווארען תושב"כ און אויף וואס איז געמאכט געווארען תושבע"פ. אז עפעס שטייט נאר אין תושבע"פ, איז עס א קשיא? ס׳איז עפעס ווייניגער תורה?

איינער וואס די שאלה מאכט א חילוק צו זיין לעבען, איז עס נאר ווייל ער האט שוין געהאט א שוואכערע גלויבונג אין תושבע"פ פון אנהייב. ווען מ׳וואלט ריכטיג פארשטאנען און געגלויבט אין מסורת התורה, וואלט עס נאר געווען א שאלה, נישט עפעס א לעבענ׳ס פראגע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:31 pm

· #389258
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
איך זעי אז ס׳איז נאכנישט דערמאנט דא.
דער חובת הלבבות אין שער הבטחון פרק ד׳ האט אן אריכות איבער די קשיא. ס׳הייבט אן פון די ווערטער ׳אבל פירוש חלק הששי׳.

נאך עפעס איז מיר בייגעפאלען ווי אין פרשת נח שטייט ׳ואך את דמכם לנפשתיכם אדרש׳, און דער גמרא (ב"ק צא:) דרשנ׳ט עס אויף זעלבסטמארד. טאמער ער איז טויט, וואס איז דער אדרש? אע"כ אז ס׳איז דא אזא מציאות פון לעבען נאכ׳ן טויט, ווי מ׳ווערט געמשפט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שלום על ישראל » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:40 pm

· #389268
ליטוואק פון בודאפעסט
קודם דארף מען אוועק שטעלען, אויף וואס איז געמאכט געווארען תושב"כ און אויף וואס איז געמאכט געווארען תושבע"פ. אז עפעס שטייט נאר אין תושבע"פ, איז עס א קשיא? ס׳איז עפעס ווייניגער תורה?

איינער וואס די שאלה מאכט א חילוק צו זיין לעבען, איז עס נאר ווייל ער האט שוין געהאט א שוואכערע גלויבונג אין תושבע"פ פון אנהייב. ווען מ׳וואלט ריכטיג פארשטאנען און געגלויבט אין מסורת התורה, וואלט עס נאר געווען א שאלה, נישט עפעס א לעבענ׳ס פראגע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קלאר אזוי (אז שאלה ברענט נאר ווייל 'יענער' האט שוואכערע גלויבונג אין תושבע"פ), אבער דאס איז טאקע א פראבלעם ביי מאנכע, וואס זייער עיקר אישו מיט תושבע"פ איז די פענאמענאן פון עוה"ב.

אלזא, די שאלה איז אזוי. זינט די חז"ל בויעט אסאך אויף עוה"ב און תחית המתים, און עס זעהט זיך אויס ווי די תושב"כ האט עפעס נישט געמאכט קיין וועזן דערפון - אדער אינגאנצן עס אויסגעלאזט, נו ענדיג צו.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:46 pm

· #389270
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
איז א ראיה אז לגבי די תכלית פון תושב"כ, האט עס נישט אויסגעפעלט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:50 pm

· #389272
אין קהלת ווערט עס יא דערמאנט (והרוח תשיב אל האלוקים,און דוכט זיך נאך איין מאל). געוויסע חוקרים טענה'ן אז קהלת איז געשריבן געווארן בזמן בית שני אדער בזמן חורבן בית ראשון, און איינער האט אפילו באמערקט א גריכישער טערמין אין קהלת...

לדעתי, איז דאס טאקע גאנץ מעליך. ווייל די סופרים האבן דעמאלטס צאמגענומען און מסדר געווען די מאמרים פון שלמה המלך.

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:09 pm

· #389281
בן אדם
אין קהלת ווערט עס יא דערמאנט (והרוח תשיב אל האלוקים,און דוכט זיך נאך איין מאל). געוויסע חוקרים טענה'ן אז קהלת איז געשריבן געווארן בזמן בית שני אדער בזמן חורבן בית ראשון, און איינער האט אפילו באמערקט א גריכישער טערמין אין קהלת...

לדעתי, איז דאס טאקע גאנץ מעליך. ווייל די סופרים האבן דעמאלטס צאמגענומען און מסדר געווען די מאמרים פון שלמה המלך.

אז די גייסט/רוח קערט זיך אום צוריק צום אייבערשטען איז נישט איקוואלס קיין גיהונים און גן עדן.
און האט גארנישט מיט קיין שכר ועונש אין עולם הבא. דעס ווערט אין ערגעץ דערמאנט אין תורה שבע״פ.

ריכטיג?

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:50 pm

· #389287
די שאלה איז בכלל אויף די גאנצע מושג עולם הבא.

אויב דו ווילסט דוקא, האסטו איינס וואס דערמאנט עונש.

שמואל א' כ"ה-כ"ט
וְהָיְתָה נֶפֶשׁ אֲדֹנִי צְרוּרָה בִּצְרוֹר הַחַיִּים, אֵת הויה אֱלֹהֶיךָ, וְאֵת נֶפֶשׁ אֹיְבֶיךָ יְקַלְּעֶנָּה, בְּתוֹךְ כַּף הַקָּלַע.

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 12:32 am

· #389304
בן אדם
די שאלה איז בכלל אויף די גאנצע מושג עולם הבא.

אויב דו ווילסט דוקא, האסטו איינס וואס דערמאנט עונש.

שמואל א' כ"ה-כ"ט
וְהָיְתָה נֶפֶשׁ אֲדֹנִי צְרוּרָה בִּצְרוֹר הַחַיִּים, אֵת הויה אֱלֹהֶיךָ, וְאֵת נֶפֶשׁ אֹיְבֶיךָ יְקַלְּעֶנָּה, בְּתוֹךְ כַּף הַקָּלַע.

דעס איז דאך נישט פשוט פשט, מרעדט בכלל נישט פון קיין יענע וועלט דארט.
רמזים און פשטעלעך יא, נישט בפירוש. בכלל די אלע ווערטער זענען צוויידייטיג, מקען עס אפטשייטשן אויף אפאר וועגן. קיין בפירושע שכר ועונש איז נישטא אין ערגעץ אין די תורה, די מושג פון א גיהונים איז יונגער ווי די תוה״ק. סאיז א נייע מושג פון בערך 2000 יאהר צוריק. איך פארשטיי אז ביי דיר איז גענוג אז ס׳שטייט נאר ברמז דא דארטן אין נ״ך, און קיין איין ווארט נישט ״בפירוש״ אין די גאנצע תורה, בשעת אלע אנדערע שטראפן שטייט ווער ווייסט וויפל מאל. אזא זאך וועגן א ״עולם הבא״ און ״שכר ועונש״ זאל שטיין נאר ברמיזה בשעת סאיז ממש איינע פון די יסודת פון די היינטיגע רעליגע. פאר מיר בלייבט עס שווער. גוד פאר יו אז די רמזים באפרידיגן דיין געוויסן. אנטשולדיגט מיר, אבער פאר מיר איז דאס זייער שוואכע תירוצים און מקורות, ווייל די מקור אין שמואל א׳ רעדט בכלל נישט פון דעם נאר פון א צווייטע מעשה אינגאנצן.

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 12:58 am

· #389305
מיין קשיא איז עפעס אנדערש וואס געשעהט מיט א פרייע איד וואס איז אויפגעוואקסן אין מאנהעטן ביי א סעקיולער אידישע דאקטער ווי זייער גאנצע אידישע אידענטעטי איז שפילן דריידל חנוכה און סעלעבערעטן די דרייצענטע געבורטסטאג מיט א בר-מצוה צערמאניע. וואס געשעהט מיט אים ווען ער קומט ארויף צום בי״ד של מעלה?

ער האט גארנישט געהאלטן, מחלל שבת געוועהן אלעס געטוהן אויף דער וועלט. ער איז איד ער הייסט יצחק פינקלשטיין, צי יעקב שווארץ. ער גייט אין גן עדן אדער אין גיהונים? לכאורה נישט, אלץ תינוק שנשבה.

יעצט אין די זעלבע צייט קומט ארויף צום בי״ד של מעלה א איד וואס האט געוואינט אין זופ-קאוד ארויפציר אין וויליאמסבורג עיר הבירה דער מיסטער שווארץ/קליין/ווייס/פרידמאן איז יעצט אוועק. ער האט פרובירט א גאנץ לעבן צוזיין ערליך און פרום אבער איז דורכגעפאלן און (חלילה) נישט געהיטן שבת די לעצטע יאהר פון זיין לעבן. וואס איז זיין שטראף? לכאורה גיהונים, ער איז א איד און נישט געהאלטן קיין שבת?

ס׳קומט אויס אז דער אייבשיטער באשטראפט יענעם ווייל ער איז אויפגעוואקסן פרום? עפעס שטימט נישט דא.! איך פארשטיי עס נישט. יענער קען האקן א חיים טובים ווייל ער איז אויפגעוואקסן פריי? און די פרומע דארפן ליידן?

אויף דעם זאגט די כלי יקר אז וואס?

אפשר קען מען איינזעצן כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו. כווייס נישט. ווער סווייסט יא איז מכובד.

טמיר » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 4:12 am

· #389311
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
שבת אחים

אפשר דער ערשטער באקומט טאקע נישט גיהנום, אבער אויך נישט קיין ג"ע. משא"כ דער צווייטער קומט ארויס מיט ריוח אין די באטטעם ליין, סא די ארבעט האט זיך אויסגעצאלט. איך זאג נאר בדרך אפשר. די רמב"ם זאגט דאך שוין אז א די זאכן האבן מיט די דעת תמים דעות, עפעס אזוי, וואס א מענטש קען נישט אויספיגערן.

טמיר » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 4:26 am

· #389312
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
אויף די שאלה פון די אשכול, כ'מיין כ'האב אמאל געזען גאנץ א סברא'דיגע תירוץ. די באשעפער וויל נישט מען זאל מקיים זיין די תורה געבויט אויף שכר ועונש, ווייל דאב איז שלא לשם שמים. קוק אריין אין לובת הלבבות פארוואס מען דארף זיין ערליך, איך מיין עס שטייט כמעט נישט קיין ווארט פון שכר ועונש. נאר וואס? ווייל אזוי איז יושר, און די שכל איז אזוי מחייב. און אזוי וויל די תורה מען זאל לעבן, נישט פאר די אייגענע איגא. איך געדעמק נישט אויסעווייניג אלע פסוקים, אבער עס איז פיל מיט דעם. הוא תהלתך... אשר עשה אתך וכו', ותשכח אל מחוללך.

די שאלה איז נאר פארקערט אויב אזוי, פארוואס שכר ועונש אויף דער וועלט ווערט יא דערמאנט? אויף דעם זאגט די רמב"ם אז עס איז נישט מער ווי צי זאגן אז אויב וועסט זיין וואויל וועט ה' דיך שטיין צי הילף אז די זאלסט קענען אנגיין, און אויב נישט, נישט. (הגם אויף די קללות איז שווער די מהלך)

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 7:51 am

· #389314
דער רמב"ן אין אנהייב בראשית איז מסביר דער רבי יצחק אז לא היה התורה צריך להתחיל אלא מהחדש הזה לכם, אז די גאנצע סדר סריאת העולם, ווי אויך די מעשה מיט די אבות און ירידת ויציאת מצרים איז גענוג ווען עס קומט פון תורה שבע"פ, ווייל אליינס איז עס גענצליך אומפארשטענדליך. נאר צוליעב דעם אז כח מעשיו הגיד לעמו האט דער תורה דאס ארום גערעדט.

קומט אויס אז תושב"כ איז נאר עפעס ווטס מ׳קען פארשטייען אליינס אויך. אוודאי איז עס מוגבל מיט תושבע"פ און איהר הלכות, אבער פון דער פשוט׳ער פשט אין פסוק קען מען אויך עפעס לערנען. די פסוקים פון בראשית און שמות זענען דארט אויסצולערנען דער כח מעשיו הגיד לעמו, נישט מער.

לגבי שכר ועונש אין ג"ע, וואס די תורה זאגט עס נאר אין דער חלק פון תושבע"פ, ווייזט זיך אויס אז ס׳איז נישט דא וואס אפצולערנען אין דער תושב"כ דערפון. אדער מ׳קען עס אלס לערנען פון די פסוקים פון שכר בעוה"ז.

אזוי אויך איז ביי די ׳יפה שיחתן של עבדי אבות יותר מתורתן של בנים׳. אז די שיחת עבדי אבות באלאנגט אין תושב"כ און טומאת מת איז נאר אין תושבע"פ. ווייל שיחתן של עבדי אבות האט א פשוט׳ער פשט אפצולערנען דערפון וואס טומאת מת בכעדשה האט נישט.

לדעתי קומט דער חוה"ל ענטפערען מער ווי די קשיא פון תושב"כ, נאר אז אפילו אין תושבע"פ איז עס נישט קלאר אויסגערעדט. די פרטים זענען נאכאלס פארהוילען (זעט זיך אויס אז ער האט נישט געהאט קיין ראשית חכמה).

בן אדם » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 11:05 am

· #389324
שבת אחים

דעס איז דאך נישט פשוט פשט, מרעדט בכלל נישט פון קיין יענע וועלט דארט.
רמזים און פשטעלעך יא, נישט בפירוש. בכלל די אלע ווערטער זענען צוויידייטיג, מקען עס אפטשייטשן אויף אפאר וועגן. קיין בפירושע שכר ועונש איז נישטא אין ערגעץ אין די תורה, די מושג פון א גיהונים איז יונגער ווי די תוה״ק. סאיז א נייע מושג פון בערך 2000 יאהר צוריק. איך פארשטיי אז ביי דיר איז גענוג אז ס׳שטייט נאר ברמז דא דארטן אין נ״ך, און קיין איין ווארט נישט ״בפירוש״ אין די גאנצע תורה, בשעת אלע אנדערע שטראפן שטייט ווער ווייסט וויפל מאל. אזא זאך וועגן א ״עולם הבא״ און ״שכר ועונש״ זאל שטיין נאר ברמיזה בשעת סאיז ממש איינע פון די יסודת פון די היינטיגע רעליגע. פאר מיר בלייבט עס שווער. גוד פאר יו אז די רמזים באפרידיגן דיין געוויסן. אנטשולדיגט מיר, אבער פאר מיר איז דאס זייער שוואכע תירוצים און מקורות, ווייל די מקור אין שמואל א׳ רעדט בכלל נישט פון דעם נאר פון א צווייטע מעשה אינגאנצן.

הייליגער שבת, גלייב מיר איך (אלס חסיד) בין פונקט אזוי מסופק ווי דיר. אי"ה ווען מ'וועט אנקומען צו גי הונדערעט און זעכציק עט מען דעמאלטס געוואר ווערן (אויב מ'וועט נישט בלייבן דארט אויך פארקאלעכט) וואס ווי ווער ווען. דערווייל דארף מען דא האקן א לעבן, וכידוע בתורת חב"ד שהגוף הוא חשוב יותר מהנשמה.

אישתישבי » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 2:58 pm

· #389332
עולם הבא און גיהנום איז נישט פין די עיקרים , כ'ווייס נישט ווער עס האקט דיר אין קאפ.

מען גלייבט אין שכר ועונש, אין די תורה שטייט טאקע נאר בפירוש שכר ועונש אויף דער וועלט, אין די גמרא שטייט אויך שכר ועונש פין יענער וועלט.

ווילסט נישט גלייבען אין שכר ועונש פין יענער וועלט נאר ווייל עס שטייט נישט אין תורה שבכתב? נעה, כ'ווייס אז נישט וועגען דעם זאגסטו עס.

עס איז דא פילע תירוצים פין די ראשונים פארוואס עס שטייט נישט אין תורה שבכתב, אויב געפעלען דיר נישט די תירוצים, מאך א אייגענע, אבער טאמער וועגען דעם היט איר נישט די תורה (אגב, כ'זעה נישט זאלסט היטען תורה שבכתב) ביסטו מיר א גרויס רחמנות, ווייל גלייב מיר מיין פריינט, עס איז דא פיל שטערקערע קשיות פין דעם, ס'איז כמעט אזוי ווי דער וואס פארט אפ ווייל מען עס כורך פסח באנאכט זכר ליאשקע.
בלאט: 1 2