אישתישביעולם הבא און גיהנום איז נישט פין די עיקרים , כ'ווייס נישט ווער עס האקט דיר אין קאפ.
מען גלייבט אין שכר ועונש, אין די תורה שטייט טאקע נאר בפירוש שכר ועונש אויף דער וועלט, אין די גמרא שטייט אויך שכר ועונש פין יענער וועלט.
ווילסט נישט גלייבען אין שכר ועונש פין יענער וועלט נאר ווייל עס שטייט נישט אין תורה שבכתב? נעה, כ'ווייס אז נישט וועגען דעם זאגסטו עס.
עס איז דא פילע תירוצים פין די ראשונים פארוואס עס שטייט נישט אין תורה שבכתב, אויב געפעלען דיר נישט די תירוצים, מאך א אייגענע, אבער טאמער וועגען דעם היט איר נישט די תורה (אגב, כ'זעה נישט זאלסט היטען תורה שבכתב) ביסטו מיר א גרויס רחמנות, ווייל גלייב מיר מיין פריינט, עס איז דא פיל שטערקערע קשיות פין דעם, ס'איז כמעט אזוי ווי דער וואס פארט אפ ווייל מען עס כורך פסח באנאכט זכר ליאשקע.
עולם הבא און גיהנום איז נישט פין די עיקרים
סאיז יא! היינטיגע צייטן איז עס יא. אלע מוסר ספרים אלע חסידישע ספרים זענען איבערגעפילט מיט דעם, און דעס האט מען מיט מיר געלערנט און אריינגעפרעגלט אלץ קינד. ״ העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא״ אז די גאנצע תכלית אויף דער וועלט איז נאר זיך צו צוגרייטן פאר ״יענע וועלט״. וואס וועסטו ענטפערן פארן בי״ד של מעלה??? איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסן- ווי איך בין אויפגעוואקסן איז די ״גן עדן״ מיטן ״גיהונים״ געוועהן די
עיקר...! דעס איז די גאנצע פילאסאפיע פון אלע היינטיגע מעידזשאר רעליגעס.
כהאב נישט געזאגט איז איינער איז אפגעפארן וועגן דעם. כהאב געזאגט אז דעס איז איינע פון מיינע שטערקסטע קשיות אויף די רעליגע. און ביז איך האב נישט טיעף אריינגעטראכט האב איך קיינמאל נישט אפילו געכאפט אז אזא essential זאך פון די רעליגע שטייט בכלל נישט אין די תורה?
איז עס נישט לכה״פ אזוי וויכטיג ווי די פלגשים פון עשיו? און בכלל פארוואס ווען די נביאים מוסרן אלעמאל די אידן דערמאנען זיי קיינמאל נישט קיין גיהונים און קיין יענע וועלט? אלע זייערע שטראפן וואס זיי ווארענען איז אויף
די וועלט ווען דער אייבישטער שרייבט אין די תוכחה- אויב די אידן גייען נישט זיין וויואל איין ווארט וועגן א גיהונים? אלע שטראפן דארט זענען אויף ״עולם הזה״! קיין פיפס נישט וועגן קיין עולם הבא. גארנישט. פארוואס נישט? פארוואס האט דער אייבישעטער נישט געזאגט פאר די אידן אז ער גייט זיי שטארפן אויף יענע וועלט? ער האט געווארט אז חז״ל זאלן אויסזאגן די סוד פאר די אידן?
פאר מיר בלייבט עס שווער. אויב פאר דיר נישט, גוד פאר יו.
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
דו חזרס׳ט איבער נאכאנאנד די זעלבע שקר. ס׳שטייט יא אין די תורה, אין די תושבע"פ. איידער די קשיא האט דיר גענויגט, האסטו שוין געמוזט לייקענען אין תושבע"פ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטדו חזרס׳ט איבער נאכאנאנד די זעלבע שקר. ס׳שטייט יא אין די תורה, אין די תושבע"פ. איידער די קשיא האט דיר גענויגט, האסטו שוין געמוזט לייקענען אין תושבע"פ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כהאב נישט געזאגט אז ס׳שטייט נישט אין חז״ל. איך פרעג נאר פארוואס ס׳שטייט נישט אין תורה שבע״פ? און וואס איז געוועהן די 2 טויזנט יאר ביז חז״ל האבן עס געזאגט.
חז״ל בויעט אויף די תורה, די חז״ל האבן גארנישט צוגלייגט צו די תורה! ריכטיג? אין די תורה שטייט דאך
"לא תוסיפו על הדבר אשר אנכי מצוה אתכם, ולא תגרעו ממנו, לשמור את מצות ה' אלקיכם״
די חזל האבן מסביר געוועהן פאר די אידן די מצות. וואס מיינט די תורה מיט ולקחתם לכם פרי עץ הדר, וואס מיינט וקשרתם לאות על ידך מיינט תפילין. אבער א נייע קאנצעפט? א נייע שטראף וואס ווערט נישט דערמאנט אין די תורה???
חוץ מזה שטייט נישט בכלל קלאר (אפילו אין חז״ל) וואס די גיהונים אדער די גן עדן איז. עז פנים לגיהנום. אבער פונקטליך וואס דאס מיינט שטייט אין ערגעץ אין חזל (וואס איך ווייס, אדער אמאל געהערט) NO details at all.
פון ווי נעמט זיך אז די אלע דיטעילס וויאזוי די גיהונים קוקט אויס און וואס איז זייער ארגעניעלער מקור?
ווער איז געוועהן דער ערשטער צוזאגן אז די גיהונים איז הייס? כף הכלע וכו׳
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
חז"ל האבען נישט צוגעלייגט. זיי האבען מקבל געווען איש מפי איש ביז משה רבינו אויף בארג סיני, פירושים חידושים און הלכות, ובתוכם אז ס׳איז דא אן עונש נאכ׳ן מיתה און א שכר נאכ׳ן מיתה. פון ווי ווייסט מען? ווייל זיי האבען עס אפגעשריבען. דעטאלען וויאזוי עס קוקט אויס, האבען זיי וויימיג אפגעשריבען, נאר אז ׳עין לא ראתה׳ וכדו׳.
פארוואס דארף עס שטייען אין תושב"כ? וויבאלד געוויסע אפיקורסים לייקענען דערין? דאס איז זייערע פראבלעם.
ביז חז"ל האבען עס אפשגעשריבען, האבען זיי עס געלערנט בע"פ. יעדער וואס איז געגאנגען לערנען, האט עס געלערנט מפי רבו. פונקט ווי הלכות טומאה וטהרה, תפילין, שבת און בשר בחלב. אלס איז געגאנגען אויסערווענדיג, און אידישקייט האט זיך געהאלטען. ס׳איז נישט דא קיין מעלה פון תושב"כ אויף תושבע"פ לגבי די אמיתות הענין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
וואס טייטשט 'ויאסף אל עמיו'?
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
דאס מיינט נישט שכר ועונש. סך הכל אז עפעס פאסירט נאך די טויט. פון דארט ביז אן אייביגען עונש איז נאך דא א גאנג.
ומה גם אז עס דארף נאר מיינען אז ער איז געווארען א פארגאנגענהייט, אזוי ווי זיין פארגייער אין זיין משפחה און פאלק. לאו דוקא אז עפעס איז געבליבען פון זיין וויסענד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מפוזריוואס טייטשט 'ויאסף אל עמיו'?
וואס טייטש וימת? און וואס טייטש ויגוע?
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
וימת - און ער איז געשטארבן
ויגוע - ער איז אויסגעגאנגען
ויאסף אל עמיו - ער איז אריינגענומען געווארן צו זיין פאלק
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
ליטוואק פון בודאפעסטדאס מיינט נישט שכר ועונש. סך הכל אז עפעס פאסירט נאך די טויט. פון דארט ביז אן אייביגען עונש איז נאך דא א גאנג.
ומה גם אז עס דארף נאר מיינען אז ער איז געווארען א פארגאנגענהייט, אזוי ווי זיין פארגייער אין זיין משפחה און פאלק. לאו דוקא אז עפעס איז געבליבען פון זיין וויסענד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויב צייגט עס אז נאכן טויט איז נאך דא עפעס, איז גענוג.
גאט האט קלאר געזאגט אז ער וועט נקמה נעמען אין די זינדיגערס, אויף די וועלט קלאר, ואין סיבה אז שפעטער זאל ער אויפהערן. ווי לאנג נקמה צו נעמען, איז זיין באשלוס.
טייטשן אז ס'מיינט נישט דער עולם הנשמות, איז נישט אויסגעהאלטן היסטאריש.
ליטוואק פון בודאפעסטחז"ל האבען נישט צוגעלייגט. זיי האבען מקבל געווען איש מפי איש ביז משה רבינו אויף בארג סיני, פירושים חידושים און הלכות, ובתוכם אז ס׳איז דא אן עונש נאכ׳ן מיתה און א שכר נאכ׳ן מיתה. פון ווי ווייסט מען? ווייל זיי האבען עס אפגעשריבען. דעטאלען וויאזוי עס קוקט אויס, האבען זיי וויימיג אפגעשריבען, נאר אז ׳עין לא ראתה׳ וכדו׳.
פארוואס דארף עס שטייען אין תושב"כ? וויבאלד געוויסע אפיקורסים לייקענען דערין? דאס איז זייערע פראבלעם.
ביז חז"ל האבען עס אפשגעשריבען, האבען זיי עס געלערנט בע"פ. יעדער וואס איז געגאנגען לערנען, האט עס געלערנט מפי רבו. פונקט ווי הלכות טומאה וטהרה, תפילין, שבת און בשר בחלב. אלס איז געגאנגען אויסערווענדיג, און אידישקייט האט זיך געהאלטען. ס׳איז נישט דא קיין מעלה פון תושב"כ אויף תושבע"פ לגבי די אמיתות הענין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דו זאגסט אז דעס איז נישט די איינציגסטע זאך וואס איז זייער וויכטיג אינערהאלב די רעליגע וואס ס׳שטייט נישט קיין דיטעאלן אין די תורה פונקט ווי טומאה וטהרה, תפילין, שבת און בשר בחלב. נאר סאיז געווארן איבערגעגעבן איש מפי איש. די דערהער קען איך הערן. אבער דעמאלטס איז שווער פארוואס טאקע האט די אלע זאכן נישט געשריבן אין די תורה. נאר דעס איז נישט קיין שאלה ווייל קען זיין דער אייבישטער האט געוואלט מזאל לערנען די תורה, און ער האט געגעבן די אויטערטי פאר די חז״ל וויאזוי ארויסצולערנען די הלכות פון די תורה, ווי שבעים פנים לתורה.
Re: פארוואס ווערט נאר דערמאנט שכר עולם הזה אין די תורה
נישט קיין אטאריטעט, נאר א קבלה בידם. חז"ל זענען נישט געווען קיין רבנים מיט שטעקענעס. זיי האבען נישט געהאט קיין רעכטען און זיי האבען נישט געפיהרט קיין ווערטשאפט. זיי האבען איבערגעגעבען מיט א קלארקייט די תורה וואס זיי האבען געלערנט, מיט די גאנצע הבנה און היקף. אלס איז געווען ביי זיי אין געדאנק, גארנישט אראפ געשריבען, און זיי האבען עס געהיטען כעל בבת עיניהם.
וואס מיר האבען אפגעשריבען איז א זכר צו וואס זיי האבען געקענט.
און א חלק דערפון איז ג"ע און גיהנם, מיט די דרשות אויף די פסוקים וואס לערנען דאס אונז אויס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מפוזריוימת - און ער איז געשטארבן
ויגוע - ער איז אויסגעגאנגען
ויאסף אל עמיו - ער איז אריינגענומען געווארן צו זיין פאלק
אפשר מיינט ויגוע געשטארבן און וימת אויסגעגיינגען ?
עס איז באקאנט די שיטת בהג אין מנין המצוות אז אנכי איז נישט פין די מצוות וויל איינער וואס האט נישט קיין אמונה רעדט מען נישט צ'י אים די תורה איז גיגיבן געווארן צ'י מענטשן וואס האבן געהאט אמונה כללית אין באשעפר און שכר ועונש
ר' שבת
האסט אמאהל געפארשט אלע תירוצים וואס שטייט פין די ראשונים אויף דעם, ולא הניח דעתך?
ווייל גראדע אויף דער קשיא איז יא דא גוטע תירוצים.
בכלל איז די קשיא נישט עפעס א קנאק קשיא, ווייל לידיעתך, אונז האלטען נישט אידישקייט לויט די תורה שבכתב בכלל, דאס איז צדוקים, אונז זענען תורה שבעל פה אידען, און דאס איז לגבי דאורייתא, דרבנן'ס זענען באזונדער דא א וועלט. גיי אדורך די י"ג עיקרים און זעה וויפיל שטייען אין תורה שבכתב, אפשר דריי אדער פיר.
הוספה
מאנכע אחרונים זאגען אז תורה שבעל פה איז געגעבען געווארן פאר תורה שבכתב, און מען האט נאכדעם אנגעהאנגען די זאכען אין פארשידענע פסוקים פין די תורה. והראי', נישט אלע הלכות לערנט מען ארויס פין די תורה, עס זענען דא פין נ"ך, אלא מאי, כדברינו. די אמיתית פין תורה שבכתב איז גאר ווייניג נוגע די אמיתית פין אונזער גלויבן, ווייל זיי האבען גאר ווייניג שייכות.
יעצט, אויב די ווילסט אנהייבן גראבן ווען זאכען האבען זיך "אנגעהויבן" אין אידישקייט, און די האסט א טעאריע אז עולם הבא האט זיך אנגעהויבן צוויי טויזנט יאר צוריק, און עס איז געװאָרן א עיקר הדת, איז דא אנדערע זאכען וואס האבען זיך קלאר אנגעהויבן שפעטער און זענען היינט עיקרים, ווי צ.ב.ש. דער עיקר אז אין לו משיגי הגוף, וואס ביז דער רמב"ם איז דאס נישט געווען אן עיקר. וכן עוד.
ממילא, האסט נישט אנדעקט אמעריקע מיט דער "קשיא" וואס גראדע יש עליה תשובה. און בכלל דארפסטו וויסען נאך איין נקודה, עס איז דא אסאך קשיות וואס די תירוצים זענען נישט אזוי גוט ווי די קשיות, טאמער די דארפסט קשיות צו שטילען די געפילען, קענסטו טרעפען היבש, אבער עס וועט נישט העלפען, רעליגיע איז א געפיל זאך, די שאלה איז וואס די זוכסט קשיות אדער תירוצים, ווייל אונז דא, על פי רוב זוכען נישט דווקא קשיות, נאר צו זעהן אויב עס זענען דא תירוצים.