☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » פרשת בהעלותך

פרשת בהעלותך

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8988

ברוך שאמר » זונטאג מאי 31, 2015 4:07 pm

· #279332
פרשת בהעלותך
אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן אין משלב זיין די מצות מילה מיט די פרשה פין די וואך ?

ישמעאל הכהן » זונטאג מאי 31, 2015 4:14 pm

· #279334
אל 'מול' פני המנורה יאירו שבעת הנירות. מול האט אין זיך מל, מילה. שבעת הנירות איז דאך זיבן און מיטן כולל איז אכט. צום אכטן טאג מאכט מען די ברית. אזוי האב איך געקלערט בדרך סוד

שמעקעדיג » זונטאג מאי 31, 2015 5:49 pm

· #279375
געוואלדיג משלב געווען גג על גג,
כ'זעה עס קומט פונעם זעלבן בעל דרשן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6663">viewtopic.php?f=10&t=6663</a><!-- l -->

מיימון » זונטאג מאי 31, 2015 6:58 pm

· #279404
זע דא אויף יעדע וואך אויף ברית'ן און חתונות און לוויות לעת הצורך

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 31, 2015 9:21 pm

· #279440
פסוק, עד אשר יצא מאפכם.... מכאן למציצה בפה

שמעקעדיג » זונטאג מאי 31, 2015 9:24 pm

· #279443
נע, דער פסוק איז א רמז אויף געוואגטער יונגעל'ס חתימה ודוק.

בן אדם » זונטאג מאי 31, 2015 9:56 pm

· #279448
אל נא רפא נא לה. לה במס"ק=8. כידוע מספה"ק (אר"י) שאור ח' הוא רפואה. ולזה, הברכה ה8 בשמו"ע היא רפאינו, וגם בורא רפואות היא הודאה ה8 בלקל ברוך. וזה ע"פ הגמ' שאורח מביא רפואה. וי"ל שהתינוק הוא האורח ובפרט ביום הברית שנעשה בר ישראל. ואיתא גם בגמ' נולד בן זכר מתרפא כל המשפחה. ונזכה לגאולה שלימה... בזכות רבינו שליט"א... אמן.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 31, 2015 10:26 pm

· #279453
ברוך שאמר
אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן אין משלב זיין די מצות מילה מיט די פרשה פין די וואך ?


קודם מזל טוב. כ'שטעל מיך פאר די מאכסט א ברית די וואך פאר א קינד אדער אן אייניקעל, זאלסטי זעהן אסאך נחת ויזכה אביו ואמו לגדלו ולחנכו לתורה, לחופה ולמעשים טובים.

ס'איז א גרויסע טעות וואס מענטשען מאכן ווען זיי מיינען אז זיי מוזן משלב זיין א שמחה מיט די פרשה וכו'. ס'זענען געווען, און ס'איז נאך היינט דא עטליכע וואס טויגן דערצו און מאכן עס געשמאק אבער אסאך מאל זאגט איינער א שיינע טייטש און ווען מ'פראבירט עס משלב צו זיין הרג'ט מען עס אוועק מיט עפעס א דוחק.

אלזא איז מיין עדווייס צו דיר אז זאלסטיך נישט ברעכן קאפ אויף דעם נאר נאכזאגן עפעס א שיין ווארט אויף ברית מילה בכלליות (ווי למשל דאס) און טאמער קענסטי עסעמשלב זיין מיט די פרשה מהיכי תיתי און טאמער נישט איז אויך גוט

וויל קענען » זונטאג מאי 31, 2015 10:48 pm

· #279456
Re: פרשת בהעלותך
ברוך שאמר
אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן אין משלב זיין די מצות מילה מיט די פרשה פין די וואך ?

קודם מזל טוב(כהאף אז די נעמסט נתנאל גראס פאר מוהל)
שולב לברית די וואך א״צ לחכם קודם המדרש ריש הפרשה תן חלק לשבעה וגם לשמונה תן חלק לשבעה אלו שבעה קני המנורה וגם לשמונה אלו שמונה ימי מילה וכל הספרים מלאים בפשטים על זה ויש עוד מדרש תנחומא פרשה י״ג עיי״ש אם תרצה
שמחות

וויל קענען » זונטאג מאי 31, 2015 10:57 pm

· #279461
Re: פרשת בהעלותך
ישמעאל הכהן
אל 'מול' פני המנורה יאירו שבעת הנירות. מול האט אין זיך מל, מילה. שבעת הנירות איז דאך זיבן און מיטן כולל איז אכט. צום אכטן טאג מאכט מען די ברית. אזוי האב איך געקלערט בדרך סוד

דעי תורה פאסט טאקע פאר א כולל אינגערמאן מיטן כולל שטימט אלעס ודי למבין(בעסער נישט )

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 1, 2015 10:03 pm

· #279669
ישמעאל הכהן
אל 'מול' פני המנורה יאירו שבעת הנירות. מול האט אין זיך מל, מילה. שבעת הנירות איז דאך זיבן און מיטן כולל איז אכט. צום אכטן טאג מאכט מען די ברית. אזוי האב איך געקלערט בדרך סוד

ישמעאל הכהן: אז ס'איז א סוד. פארוואס זאגסטו עס אויס פאר גאנץ בראד...? מילא בדרך דרוש קענמען נאך פארשטיין. אבער א סוד...?!

יואב » מאנטאג יוני 1, 2015 10:34 pm

· #279686
ישמעאל הכהן
אל 'מול' פני המנורה יאירו שבעת הנירות. מול האט אין זיך מל, מילה. שבעת הנירות איז דאך זיבן און מיטן כולל איז אכט. צום אכטן טאג מאכט מען די ברית. אזוי האב איך געקלערט בדרך סוד

האב איך יעצט בשעת'ן טועם זיין אביסל "פירות" ביי אן איסלאמישער שבע-ברכות געהערט דעם בעל דרשן ציטירן דאס ווארט פון "ישמעאל הכהן". 

"הא תינח ווען די תורה זאגט אונז 'מל'. שטייט דאך 'מול' מיט אן איבריגער אות ו'"?

דער עולם האט אראפגעווארפן די גאפלען פון שטיקל חלאל, און אנגעוואנדן די אויגן צום בנש"ק'ל ביים שטענדער.

"דער קורצער תירוץ איז: גארנישט אין דער תורה איז איבריג. איי אונז פארשטיימער נישט? פארוואס דער איד אין דער זייט דארט עסט נאר פירות פארשטייען מיר דען יא? מ'דארפמער גלייבן....... "

"נו, פרעגט דאך אבער ישמעאל הלוי גוט, שטייט דאך פארט אן איבריגע אות."

"איז חתן דו הערסט? אונז זאגמער דאך יעדן טאג ביים דאווענען ותן חלקנו בתורתך", קען ער שוין נישט צוריקהאלטן זיין גאווה'דיג שמייכל, "מול' במספר קטן באטרעפט דאך 'דרייצן'.  מילא דאס זאגט אונז די תורה: שניידן זאלט עטץ דעם שטיקל ווען? ביי דעם דרייצן יאר אלט".

געוואלדיג » מאנטאג יוני 1, 2015 10:44 pm

· #279689
קוקנדיג אויף דיין בילד האב איך געמיינט ביסט אן טונקל הויטיגער אפריקאנער אמעריקאנער, ווער איך גאר געוואר אז ביסט א פליענער בעדואינער, אאוטש... ניין א מיטל מזרח מוסלעמינער, בין איך שוין אינגאנצן צומישט.

יואב » מאנטאג יוני 1, 2015 11:15 pm

· #279706
געוואלדיג
קוקנדיג אויף דיין בילד האב איך געמיינט ביסט אן טונקל הויטיגער אפריקאנער אמעריקאנער, ווער איך גאר געוואר אז ביסט א פליענער בעדואינער, אאוטש... ניין א מיטל מזרח מוסלעמינער, בין איך שוין אינגאנצן צומישט.

איך ווייס נישט וואס איך בין און פון וועמען אין שטאם; פירות איז דער מאקסימום וואס איך האב געקענט נעמען אין מויל.

געוואלדיג » מאנטאג יוני 1, 2015 11:19 pm

· #279712
פארוואס, חאלאל האט התאחדות?

וויל קענען » דינסטאג יוני 2, 2015 11:54 am

· #279858
Re: פרשת בהעלותך
כהאף אז ברוך שאמר וועט נישט צומישט ווערן אינמיטן נאך זאגן איינע פון די תורות און דארפן ארויסנעמען ק״ש גאט זאל אים באהיטן מיט איין שלעכטע ריק מיטן פינגער איז ער און צימעס אדער שמייכל