ווען א מתנגד וואלט זיך דערווארגט צו זאגען נשתכחה, וואלט מען נישט צוגעלאזט. נאר תלמידי בע''ש האבען אזא רעכט. און די גייסטישע פיהרער'ס פון די נשתכחה באוועגונג זענען צייטווייליג צוקריגט אויף דברים העומדים ברומו של עולם
אשכול אן א טיטל #8979
93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8979
בלאט: 1 2
צו יהושע ראקער איז געווען אן אפיקורס איז דא שטארקע חילוקי דיעות (איך האב זיכער נישט קיין מיינונג דערין) אבער דאס איז זיכער אז די וועג ווי אזוי ער באשרייבט די מחלוקות איז עס אסאך איידילע ווי אזוי עס וועט באשריבען די היינטיגע מחלוקות
איך בין דא, איך בין דא... אי"ה מיטוואך, אויב די צייט וועט ערלויבן קומט א פרישע פארזעצונג.
אגב, האבן מיר אנדערע פארגעהאלטן פארוואס איך שרייב עס דא, איך האב געזאלט ארויסגעבן א שיינעם בוך דערוועגן. אצינד איז שוין סיי ווי צו שפעט...
אגב, האבן מיר אנדערע פארגעהאלטן פארוואס איך שרייב עס דא, איך האב געזאלט ארויסגעבן א שיינעם בוך דערוועגן. אצינד איז שוין סיי ווי צו שפעט...
ליטוואק פון בודאפעסטצווישען סאטמאר און הרב קוק
גערעכט
עא. צווישען דער קדושת יו''ט און ר' יהודה'לע מודערן. (נאר פון איין זייט חסידיש)
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: מיט וועם האט ר' ברוך'ל גארליצער נישט געהאט קיין מחלוקת...? אדער לכה"פ אריינגעזאגט אין באבנ'ס באבן אריין...אפילו זיין אייניקל הגה"צ בעל שפע חיים מ'קלויזנבורג זי"ע האט אויכעט געארבעט אויף דעם נוסח...!
ביי הרב קוק האב איך נאר געמיינט צוצולייגען דער 'הרב' וואס האט געפעלט ביים ווייס פרעזידענט
אין the making of a gadol רעדט ער פון אפאר מחלוקת'ן.
עא. צווישען ר' לייבעלע קאוונא און ר' ישראל סאלאנטער. זיי זענען געבליבען מיט גרויס דרך ארץ איינער פאר'ן צווייטער, אבער א שארפער מחלוקת איז עס געבליבען.
עב. די תלמידי ר'ישראל קעגען דער אלטע פון סלאבאדקא.

פד. הקדושת ציון מיט בעלזער רב ז״ל
שוין דערמאנט?
שוין דערמאנט?
[ציטאט אראפגענומען]
די טאלנער זענען די כדבר'ניקעס (ע"ש הנוסח בקדושה "כדבר" האמור ע"י נביאך) אין די סאקאליבקער זענען די ככתוב'ניקעס (ע" ש נוסח "ככתוב" ע"י נביאך).
מעקלער טענה'ט אז נאר פון די נוסח האט זיך אנגעהויבן די געפערליכע מחלוקת, אבער ס'מאכט נישט קיין סענס.
ווער רזשציבר איז ווייס איך נישט.
די עלטערע געהויבענע חסידים זענען געווען פון אנהויב מיטן רש"ג, טראצדעם וואס מען פראבירט היינט צו פארדרייען היסטאריע. שפעטער ווען דאס מציאות איז געווארן אז דער רמ"ש איז געווארן רבי, האבן זיך אלע מתבטל געווען, עד שאין ניכר בכלל מה שהיה קודם.
חב"ד זענען מומחים אין פארדעקן היסטאריע.
חב"ד זענען מומחים אין פארדעקן היסטאריע.
אין דעם אשכולhttp://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=5&t=7527 האט ר׳ איחוד פעלד ז״ל געברענגט דעם ציטוט
איחוד פעלדבמאה הי"ט התחוללה בקהילות החסידים באוקראינה מחלוקת אדירה, שהגיעה עד כדי אלימות: מחלוקת ה"כדבר". ומה דבר המחלוקת? חסידי חב"ד נהגו לומר בקדושה "ככתוב על יד נביאך", בעוד חסידי טלנא אמרו: "כדבר האמור על ידי נביאך". אלו נקראו "ככתובניקים" ואלו - "כדברניקים". המחלוקת פילגה משפחות, הביאה להטלת חרמות, ופילגה ביריבות מרה את קהילות החסידים (דוד אסף, נאחז בסבך, עמ' 276).
די קאפוסטערס מאמרים זענען געווען שטערקער וואו דעם רש״ב׳ס?!
האסט אמאל אריינגעקוקט אין איינער פון זייערע?!
האסט אמאל אריינגעקוקט אין איינער פון זייערע?!
חוץ אויב דו רעדסט פונ׳ם מהרי״ל לעומת דעם מהר״ש.
ירא שמיםדי קאפוסטערס מאמרים זענען געווען שטערקער וואו דעם רש״ב׳ס?!
האסט אמאל אריינגעקוקט אין איינער פון זייערע?!
ער רעדט כנראה פונ'ם בריוו וואס דער רש"ז האט געשריבן לאחר פטירת המהר"ש: "זיינע חסידות האט געפאסט פאר קרעמער און בעהב"ת דער וואס וויל הערן א ריכטיקער ווארט חסידות זאל קומען צו מיר" והדברים עתיקין.
מאדנע זאך וואס ער שרייבט דאס לאחר פטירתו ווען ס׳שוין נישט נוגע.
דו קענסט אפשר ארויפלייגען אנקאפי פון בריעף?
דו קענסט אפשר ארויפלייגען אנקאפי פון בריעף?
דער בריוו איז ניט געדרוקט, אבער ס'דא אבריוו פון ריי"ץ (דא פרק ב') וואו ער טענה'עט אז דער בריוו געפינט זיך ביי עם. אלס א כלל קען מען ניט גלויבן קיין האלבן ווארט וואס איז ארויסגעקומען מקולמסו של הריי"ץ , וכידוע אז ער איז געבענטש'ט געווארן מיט וואס מ'רופט אן אויפ'ן חסידיש'ן שפראך א 'חוש הציור' (ולא אתרגם שבח זו מפני הכבוד), אבער דא איז לבי נוטה יא צו גלויבן.
חקרןדי עלטערע געהויבענע חסידים זענען געווען פון אנהויב מיטן רש"ג, טראצדעם וואס מען פראבירט היינט צו פארדרייען היסטאריע. שפעטער ווען דאס מציאות איז געווארן אז דער רמ"ש איז געווארן רבי, האבן זיך אלע מתבטל געווען, עד שאין ניכר בכלל מה שהיה קודם.
חב"ד זענען מומחים אין פארדעקן היסטאריע.
האסט עפעס א מקור צו דעם אז די עלטערע זענען געווען מיט גורארי?
אפילו מנחם פריעדמאן וואס איז נישט צו סימפאטיש צו חבד ברענגט נישט אזוי
ער האט געהאט חסידים וואס האבן איהם געוואלט אבער עס קוקט נישט אויס אז ער האט געהאט א שטארקע צד
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
אויב אלע עלטערע זענען געווען מיט רש"ג'ן ווייס איך ניט, איך וועל נאר צולייגן אז ר' ניסן נעמאנאוו האט אמאל געשריען בפני עם ועדה (ס'געווען ביי א חתונה אלול תש"י) "א סטודענט וועט קיין רבי ניט זיין".
כ'האב געהערט אמאל אז דער ריי"ץ האט געלאזט צוואה אז ביידע איידימער זאלן זאגן מאמרים, און דאס האט געזאלט ווערן אויסגעטייטשט אז זיי זענען ביידע גלייך אויף גלייך. און שנה ראשונה האבן זיי זיך טאקע איינגעטיילט מיט די מאמרים ביז דער רמ"מ זצ"ל האט עס באקומען ברוב האגעלאנגענקייט שלו.
ס'איז דען דא אזעלכע וואס טענה'ן אז דער רש''ג האט געהאט אזעלכע אויסנאמליכע כוחות ווי זיין שוואגער? וואס זענען זיי געווען? מ'קען זיי ערגעץ זען?
זיי האבן ביידע געהאט געוואלדיגע כוחות, נאר איינער האט געהאט מער.
אבער די חולקים האבען דאך אנדעריש געהאלטען, ניין? איז וואס האבען זיי געהאלטען? איך האב נאך גארנישט געהערט אויף איהם אזוי אייאייאיי.
געוואגטער; דו האסט גאנץ גוט אראפגעלייגט דער מצב, מען קען אסאך אריינגיין אין דעם ענין, איך וויל זיך אבער באציען צו א צווייטער נושא, די כוחות פון רש"ג וואס מען שרייעט אז עס איז גארנישט קעגן רמ"ש און ער וואלט נישט געקענט מאכן אזא ארבעט וכו'...
לאמיר עס צונעמען:
רש"ג איז געווען א חסיד, א תומכי תמימים תלמיד, בעת דער רמ"ש איז געווען א סטודענט און באטראכט געווען פון אנהויב אלס איינער וואס איז ווייט פון רבי'סטעווע און חסידות כרחוק מזרח ממערב. אפילו ווען ער איז געקומען דאהי קיין אמעריקע, האט ער קודם זיך געוואלט אריינלאזן אין ארבעט, ביז דער שווער האט אים געשטעלט אויף געוויסע פונקציעס. למעשה אין 770 האבן געוואוינט דער ריי"ץ מיטן רש"ג, בעת דער רמ"ש האט געוואוינט אויף פרעזידענט סטריט.
יעצט, ווי אזוי דער רמ"ש האט אהערגעשטעלט אן אומפעריע מיט א מיליטער, דארפן מיר דאך נישט דערציילן, הנגלות כבר גלוי וידוע, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז חב"ד וועט זיך אזוי אויסשפרייטן אירע ארעמעס, אבער מען טראכט נישט אויף די אנדערע זייט.
שטעלט אייך פאר ווען דער רש"ג וואלט למעשה איבערגענומען ליובאוויטש, ער וואלט געוויס אהערגעשטעלט א חסידי'שער אומפעריע, עס וואלט געווען חב"ד אויפן אלטן שטייגער ווי אמאל, לאנגע תפילות, דביקות וכו'. ריכטיג, עס וואלט נישט געווען קיין החזרת תשובה באוועגונג (אפשר אויף א קליינער פארנעם, וויבאלד דאס האט שוין דער שווער זיינער אנגעהויבן), עס וואלט נישט געווען אלע אנדערע זאכן, אבער עס וואלט געווען א געהויבענע חסידות, נוסח קארלין, סלונים (פארשטייט זיך אנדערש, אבער אינעם רוחניות'דיגן זין פון ווארט), עס וואלטן געווען זקנים וואס וואלטן משפיע געווען אויף די צעירים און עס וואלט אויסגעשטיגן חסידי'שע יונגעלייט.
וואס וואלט מען היינט געשמועסט אויף קאווע שטיבל? - 'עה, דער רמ"ש וואלט קיינמאל נישט געקענט פירן חב"ד, ווי אזוי וואלט ער געקענט אהערשטעלן חסידי'שע יונגעלייט אזוי ווי זיין שוואגער? - ס'איז נישט געווען געמאכט פאר אים, ער וואלט זיי געשיקט שטודירן וכו' וכו'...' קיינער וואלט דאן נישט גע'חלומ'ט אז דער רמ"ש וואלט געקענט פארוואנדלען חב"ד אין אזא אומפעריע אזוי ווי זי איז היינט. מען דארף נעמען אין באטראכט, אז דער רמ"ש איז בעצם מטבעו געווען א שטילער, א נחבא אל הכלים, און ביז ער איז געווארן רבי האט ער נישט אזוי פארפירט ווי שפעטער, דעריבער קענט איר אויך נישט וויסן ווי אזוי דער רש"ג וואלט גענומען זאכן אין די הענט אריין.
נאך א זאך:
חב"ד האט אריינגעשפילט אין די הענט פון רמ"ש. אויב וואלט דער ריי"ץ נפטר געווארן צען יאר פריער, איז נישט קיין ספק אז דער רש"ג וואלט זי איבערגענומען. דאס זעלבע, אויב וואלט ער נפטר געווארן מיט א פופצן יאר שפעטער. די יונגווארג אין חב"ד איז דעמאלס געווען עטוואס אמעקאניזירט (שא, זאג נישט הויך...), עס איז גווען נאך א שווערער מצב פון רוסלאנד און דער קריג און גאנץ יהדות איז געווען עטוואס אמעקאניזירט. דער דעמאלסדיגער מצב האט אריינגעשפילט אין די הענט פון רמ"ש.
דער באשעפער האט עס אזוי אונטערגעפירט.

[אפשר זאל מען דאס רוקן אין א באזונדער אשכול]
@אינגל, יא זי האט געמופט מיט איר זון נאכדעם וואס זי האט געקראדן קלעפ פון א בחור (ליובאוויטש האט שטארק געליטן פון דעם אין קארט)
רש"ג ליגט לעבן זיין שווער, און דער רבי האט ניט געהייסן גיין, נאר ער איז אליין געגאנגען איז במילא געווען א עולם.
פאקטיש האט ליובאוויטש גענומען בערי אין ערכעות. ואין לי כח לתקן שאר טעויותך.
דאכצעך אז פון אלע מבינים דער איינציקער וואס רעדט צום זאך איז @אנאנים

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=23604&hilit=%D7%92%D7%95%D7%A8%D7%90%D7%A8%D7%99">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%A8%D7%99</a>
איך הער אז ביים דריטע טאכטער האט מען געטראפען אן אייניקעל, נישט וואר?
רש"ג ליגט טאקע לעבן שווער אבער זיין ווייב, די טאכטער פון ריי"צ, ליגט אין מונקאטשער חלקה אין ניו זשערסי
ליטוואק פון בודאפעסטאיך הער אז ביים דריטע טאכטער האט מען געטראפען אן אייניקעל, נישט וואר?
ניין זענען דאכט זיך אומגעקומען קינדערלאז אין פאריז ביים קריג
אפשר מישסטו מיט רמ"ש פלומעניק זיין ברודער זוהן
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
אפשר מיינסטו ר"א קאליסקער און די בעל התניא
אגב, דער קאליסקער מיט'ן שפיטיפקער זענען ביידע געווען כהנים.
איטרעסאנט, וויפיל איך ווייס האט כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ סטעטן-איילענד שליט"א גאר מכתיר געווען אדמו"ר רבי אנאנים פאר רבי פון קאווע שטיבל.
( פאר דעם איז ער נאר געווען רב...)
( פאר דעם איז ער נאר געווען רב...)
[ציטאט אראפגענומען]
מקור ?ירא שמים[ציטאט אראפגענומען]מקור ?
ספר תולדות חבד בארץ הקודש פון ר' שלום דובר לוין מנהל ספריית 770
דאכציך מ'קען עס טרעפען אויף היברובוקס
[ציטאט אראפגענומען]
ווען איז דאס געווען ? מחלוקת שטימט עפעס נישט מיט ר' יענקלע'ס פראפייל ??
אנטשולדיגט, דו ביסט פון די לבנה געקומען? דארט האט מען אנגעפיהרט די גאנצע מחלוקה. ווען נישט פאר זיין זוהן, וואלט מען היינט שוין געהאט שלום.
ליטוואק פון בודאפעסטאנטשולדיגט, דו ביסט פון די לבנה געקומען? דארט האט מען אנגעפיהרט די גאנצע מחלוקה. ווען נישט פאר זיין זוהן, וואלט מען היינט שוין געהאט שלום.
ליטוואק פון בודאפעסט: בטיע זיי מפרש דיינע ווערטער מער באריכות. אונז, שוואכע מוחות קענען נישט תופס זיין דיינע בקיצור'דיגע, אבער שארפע...? ווערטער....
ווער איז פון די לבנה געקומען, בלשון בתמיה...וועמענ'ס זוהן, בעלזא רב אדער ר'יאנק'לע מ'פשעווארסק...?!
דער זוהן פון ר' יענקעלע, כידוע
נישט אז ער איז פון די לבנה געקומען, דאס איז פאר קפה נמס
נישט אז ער איז פון די לבנה געקומען, דאס איז פאר קפה נמס
[ציטאט אראפגענומען]
דו קאנסט נישט צוגלייכען די אמאהליגע צדיקים צו די היינטיגע שקצים וועלעגע פגר'ן פאר אביסעל געלט און כבוד. היינטיגע צייט'ן איז נישט דא קיין איינער וועלעכע מיינט עס לשם שמים...
א קלויזנבורגער חשוב'ער חסיד ושמו ר' יואל נחום מאשינסקי האט דערציילט, אז בימי בחרותו אין ישיבה אין יוניאן סיטי האט דער קלויזנבורגער אמאל געהערט ווי די בחורים רעדן קעגן דעם סאטמארען רבי'ן. דער קלויזנבורגער האט עס זייער נישט געגליכן און האט זיי אנגעווארנט נישט צו רעדן אויפן פעטער.
דערנאך האט ער זיך מסביר געווען, פארוואס ער זעלבסט האט יא אפטמאל בארעדט זיין פעטער, אפילו ברבים, און דא לאזט ער זיי נישט רעדן, ואמר "אז מהאקט, האקט מען צוריק", אבער סתם אזוי - לאזט ער נישט חוזק מאכן וכו'.

אז מ'האקט? ווער האט געהאקט?
קיינמאל געהערט אז סאטמר רב זאל האבן 'געהאקט' אויף זיין נעפיו די קלויזנבורגער
קיינמאל געהערט אז סאטמר רב זאל האבן 'געהאקט' אויף זיין נעפיו די קלויזנבורגער
גראדע יא, עס איז שוין אפילו אמאל געברענגט געווארן אויף ק"ש דורך @אנאנים: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/287953">viewtopic.php?p=287953#p287953</a><!-- l -->
בלאט: 1 2