☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #8969

אשכול אן א טיטל #8969

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8969

— » מיטוואך מאי 27, 2015 2:43 pm

· #278512

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בן תמליון » מיטוואך מאי 27, 2015 4:02 pm

· #278531
ווייס נישט וואס פונקטליך איר פירקלט דא, תולדות ר' יחזקאל'ע אדער סקווערע פראפאגאנדעס הבל ורעות רוח. אינטערסאנט איר'ט פארגעסן צו דערמאנען אין די תולדות אז אלע יארן אין וויליאמסבורג איר ער געווען א שטיק סאטמאר זיך געוואלגערט אין אלטן ביהמ"ד 24/7 ביים סאטמאר רבין. איבער די לוויה שרייבט איר זייער שיינע חלומות. אויפן צעטיל איז נישט געשטאנען בכלל אז ער וויל ליגן אין סקווער דער לשון איז געווען 'איך הייס סקווער' און א בית דין פון דריי מורה הוראה מובהקים פון אלטן דור האבן מברר געווען עס האט קיין דין צוואה. אגב אפשר געפינט איר מיר אויס וואס די רבנים זענען נענש געווארן?

אגב ער ליגט גארנישט איינזאם. ליגט אינאיינעם מיט הינדערטער חסידים ואנשי מעשה און גרעסטע רבנים. אידן זענען שופך שיח אויפן זיין ציון אין אוהל, אגב אין סקווער וואלט ער נישט זוכה געווען צו כבודו הראוי מיט א אוהל פונקט ווי שאפראנער רב זצ"ל ליגט דארט ווי א שטיף קינד. דאס איז חוץ וואס סקווער בית החיים ווי באקאנט איז א שטיק זומפ ווי מען פלעגט באגראבן די מתים אין וואסער אריין.

שוין איך געדענק דאך אויך נישט די לוויה נאר געהערט שפעטער פרטים. יעדער איז מכובד צו מוסיף זיין פרישע פאקטן עד שיצא האמת לאמיתו.

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 27, 2015 4:14 pm

· #278535
וואס איז דען די פלא? איר געפינט זיך דא אין קאווע שטיבל? די ווילסט שרייבען מיט הערצה צו סאטמאר גיי דיר קיין איינוועלט! דא איז מען אינדרויסען פון די באקס....און וואס מער ציוני מען איז און מען רעדט אויף סאטמאר כאפן די ניקים מער קעלבענע בתפעלות פון די חכמה פינעם שרייבער...

סאו וואט » מיטוואך מאי 27, 2015 4:18 pm

· #278537
נעבעך צו דען הייסט דאס א תולדות?
יא, לפי נוסח סקווירא, ווי מ'באשרייבט יעדען תולדות נאר לויט וויפיל ער האט זיך געשוואנצעט צום סקווירא רבי.
וכמעשהו גם כאן.
נעבעך א פארוויטאגטער סקווירא, גיבט זיך ארויס דער צארן.

איך ווייס נעבעך נישט ווילאנג איר זענט א מאריך אף, אז דו באטיטילטס רבי ישעי' משב"ק מיטן תואר "שליט"א"...
און האסט יעצט דיסיידעד ארויסצוגעבן דער פייל.

געט עי לייף, און א רפואה שלימה בקרוב

שלמה המלך » מיטוואך מאי 27, 2015 4:34 pm

· #278546
33 יאר???? העלוי!!! בסט אויף?

לית דין בר נש » מיטוואך מאי 27, 2015 4:36 pm

· #278547
על מה יצא הקצף הזה?
איך בין אן אומוויסנד קינד איך האב קיינמאל עד היום נישט בכלל געוויסט אז עס איז גיוועהן עפעס א מעשה בכלל ניטאמאל האב איך געוויסט אז ער האט געהאט שייכות קיין סקווירא. אבער איך מיין אז דער יונגל שרייבט זייער שיין פון אים און ער איז מקדים אז ער נעמט בכלל נישט אחריות אויף וואס ער שרייבט ער שרייבט איינעם נאך און ער פירט עס נאכאמאל צום סוף אז ווער עס ווייסט יא זאל שרייבן וואס זיי ווייסן איז וואס איז דער אראפגערייסאכטץ דא? שרייב וואס די ווייסט בן תמליון שריייבט טאקע עפעס מער אז עס איז געשטאנען איך הייס סקווירא איז שרייבטס וואס עטץ ווייסטס און רייסטס נישט אראפ.

אוהב ספרים » מיטוואך מאי 27, 2015 4:55 pm

· #278555
[ציטאט אראפגענומען]

אויב אלעס איז אזוי אמת ווי די דאטום, איז צרות

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2015 9:46 pm

· #278626
קאך_לעפל
וואס איז דען די פלא? איר געפינט זיך דא אין קאווע שטיבל? די ווילסט שרייבען מיט הערצה צו סאטמאר גיי דיר קיין איינוועלט! דא איז מען אינדרויסען פון די באקס....און וואס מער ציוני מען איז און מען רעדט אויף סאטמאר כאפן די ניקים מער קעלבענע בתפעלות פון די חכמה פינעם שרייבער...

קאך-לעפל: איך בין שטארק באליידיגט. איך נעם אן דיינע ווערטער אלס א פערזענליכע באליידיגונג. הגם דיין ערשטע שאס איז געווען אויף א מורא'דיגן סארקאסטישן אופן. אבער איך בין א הייסער ציוני. און א סאטמאר'ער חסיד אין די זעלבע צייט. הפלא ופלא...!

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2015 9:52 pm

· #278628
בן תמליון: איך בין יא געווען ביי די לוויה פון הרהצה"ק ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק"ל. נאר איך האב גארנישט געוואוסט פון די אלע פאליטישע מאנעוורעס וואס דו באשרייבסט. אבער הגם איך האב געזעהן הרה"צ ר' יחזקאל'ע א סאך מאל אין סאטמאר ביהמ"ד מיינט דאס נאכנישט אז ער איז נישט געווען א חסיד פון הרה"ץ מסקווירא זצ"ל. ווייל ער איז געווען א צדיק אמת. און ער איז געפארן צו אלע צדיקים. ביי איהם איז נישט געווען קיין תרתי דסתרי סאטמאר און סקווירא. אזויפיהל געדענק איך פון זיין לוויה אז איך האב צום ערשטן מאל געהאט די זכייה צו זעהן מענדל גרינבערג המכונה מענדל טשיקאגא. דער אידישער פאליסמאן, וועלכער איז אויכעט געווען א תקופה דער הויז בחור פון הרהצה"ק מסאטמאר זצוק"ל...!

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2015 10:04 pm

· #278631
דער געוואגטער יונגל: א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע באשרייבונג איבער דעם צדיק אמת הרה"ק ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק"ל. דיינע ווערטער זענען געווען כמים קרים על נפש עייפה. איך האב געשלינגען מיט דארשט א יעדעס ווארט. איך געדענק ווען איך האב געזעהן ר' יחזקאל'ע מערץ מיט זיין טאטע הרה"צ ר' זוסמאן זצ"ל דאס ערשטע מאל. ווען איך בין געקומען קיין אמעריקע צוזאמען מיט מיין טאטע ע"ה. איך בין דאמאלס געווען א יונגל פון 12 יאר. אונז זעמיר אריין אין סאטמאר ביהמ"ד (נעפ מענשאן) כדי צו נעמען שלום פון הרהצה"ק מסאטמאר זצוק"ל. וועלכער איז פונקט דאמאלץ ארויסגעגאנגען צווישן תפילין דרש"י און ר"ת. האביך דאמאלס געזעהן די פאלגנדע סצענע.... צוויי אידן, איינער מיט א ווייסע בארד און איינער מיט א האלב רויטע בארד זיצן אין א ווינקל פון ביהמ"ד און לערנען משנה ברורה. און זיי נעמען פון צייט צו צייט ארויס עפעס א מאכל פון א פאפירענעם זעקל. און זיי האלטן אין איין לערנען הויך אויפ'ן קול. ווען איך האב געפרעגט פון מיין טאטע ווער די אידן זענען האט ער מיר געזאגט אז דאס איז א טאטע מיט זיין זון. און דער טאטע איז אויך א וואוילע יוד אבער זיין זון איז א צדיק. און ער הייסט ר' יחזקאל'ע מערץ...!

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 27, 2015 10:17 pm

· #278634
רבי יחזקא'לע ז''ל פרעגט זיצן א גאנצען טאג אינעם סאטמארן בית מדרש אין לערנען בהתמדה גדולה, איינע פון זיינע חבריתות זענען געווען רבי שלום טשויבער ז''ל דער זידטשויבער רבי, דער ר' שלום איז געווען א באוויסטער פיגור אין סאטמאר און אין בעלזא, עס פאדערט זיך פון אים באזונדער אן אריכות פון א באשרייבונג.

דער רבי שלום פרעגט צו רעדן זייער הויעך, און רבי יחזקאל'ע האט נישט גוט געהערט, עס זענען געגאנגען קולות דארט עד לב השמים, איינמאל האט זיך רבינו הקוה''ט זי''ע געוואלט שטעלן דאווענען, און דער רבי שלום האט געלארעמט מיט קולי קולות, פרעגט דער רבי זי''ע "למה הוא צועק?" זאגט מען אים ווייל רבי יחזקאל'ע הערט נישט שרייט אים רבי שלום אין די אויער אריין, גיבט זיך דער רבי א צו שמייכעל "אה אינה שומע? מה שהוא רוצה שומע, הוא שמוע".

ער האט זיך אמאל ארום געדרייט אויפן גאס אינגאנצען פארלוירן, עמיציער א פארבייגייער פרעגט אים, וואס זיכט איר? זאגט ער איך זיך מיין הויז.. פרעגט אים יענער וואו אזוי הייסט דער גאס ווי אייער הויז געפינט זיך? זאגט ער ער געדענקט נישט עפעס .. סטריט... ער איז געווען א הפלאדיגער צדיק... זיין אויסטערלישער דביקות אין רבינו הקוה''ט זי''ע איז געווען לעגענדאר. זאל זיין הייליג זכות אויף אונז אלע ביישטין... זי''ע

זוכער » דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:16 am

· #278705
[ציטאט אראפגענומען]

פליז, אזעלכע געבעקסן.
נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, נאר געזויגן.
עס איז נישט געווען קיין שום חלום - ל ה ד ם! פוסטע שטותים
איינער פון די משפחה האט געהאט א קינד וואס איז נעבעך אוועק פון קריב-דעד ל"ע וזהו.

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 28, 2015 4:14 pm

· #278759
[ציטאט אראפגענומען]

ער זאגט דאך קלאר אז עס איז נאך געשריבן.

איינציג » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:13 pm

· #383627
איינער האט מחליט געווען צו חלום'ען בקול רם, אמת, רבי יחזקאל'ע זי''ע איז געווען א מעריץ פון סקווער און פון רוב צדיקים בדורו, אבער א חסיד בלב ונפש איז ער געווען פון רביה''ק מסאטמאר זי''ע, ער האט במשך די הייליגע טעג שנעל גענדיגט זיינע תפילות אין זיין ביהמ''ד כדי צו גיין אויף סאטמאר, אזוי אויך במשך די שובבי''ם וואכן ביי שלש סעודות איז ער געווען ביי די שובבי''ם תורות, איך געדענק די דרשות פון פאר תקיעת שופר און פאר כל נדרי ווי ער האט דערציילט די מעשה פון א תלמיד פון חוזה פון לובלין וואס איז פארשלאפן אין א דארף נישט ווייט פון לובלין אין האט זיך מצער געווען אז ער איז נישט געווען ביין זיין רבי אין לובלין אויף יום טוב, דערנאך האט ער זיך בארוהיגט אז לכאורה וואלט דאך די גאנצע וועלט געדארפט פארן צום רבין אויף לובלין און ווען די גאנצע וועלט פארט ווען וואלט ער דאך אויסגעקומען צו זיין דא אפאר קילאמעטער פון לובלין, אזוי אויך האט רבי יחזקאלע געזאגט, לכאורה וואס טוען מיר דא ווען מיר האבן דעם צדיק הדור בתוכינו, מיר וואלטן דאך געדארפט זיין ביי עהם אין בית המדרש, נאר דער אמת איז אז די גאנצע וועלט האט געדארפט גיין קיין סאטמאר, נו, ווען די גאנצע וועלט גייט קיין סאטמאר וואלטן מיר במילא אויסגעקומען צו זיין דא אפאר גאסן אוועק, במילא זענען מיר אין סאטמאר, אזוי האב איך אויך געהערט מפה קדשו ווען מען האט ארויסגעווארפן אפאר אידן פון סאטמאר און זיי האבן אנגעהויבן צו דאווענען ביי עהם, איז צו געגאנגען ר' מרדכי וואלדמאן ז''ל און עהם געזאגט אז דא קומען אידן וואס מען האט ארויסגעווארפן פון סאטמאר, איז רבי יחזקאל'ע צו געגאנגען צום בעלעמער און אויס געקלאפט כהאי לישנא, דא איז א סאטמאר בית המדרש און ווער עס טאר נישט אריין דאווענען אין סאטמאר טאר דא אויך נישט אריין קומען.

אזוי אויך איז די פרשה פון לייגן אין סקווער און פון די דין תורה מלא חלומות פול מיט שקרים און דמיונות.

איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 8:38 pm

· #383686
לענינינו, היינט קען איך פארשטיין אפס קצהו אויף וואס סקווירא האט זיך געמאלטס געשלאגן, און פארוואס האדמו"ר מסקווירא האט געמוזט זיצן איינגעשפארט צוויי שעה מיט אים א וואך בעפאר זיין פטירה ארויסצובאקומען א צעטל "איך הייס סקווירא", דאס איז ווייל די תושבי סקווירא האבן דאך נישט קיין פרנסה, זיי וואלטן געקענט מאכן אוצרות פון געלט פון לייגן דעם אויסגעבראטענעם ציגל ביים קבר דארט אין שטעטל! עס וואלט געוויס געהויבן דעם עקאנאמיע דארט אויף א גרויסן פארנעם...

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:10 pm

· #383688
קאך_לעפל
וואס איז דען די פלא? איר געפינט זיך דא אין קאווע שטיבל? די ווילסט שרייבען מיט הערצה צו סאטמאר גיי דיר קיין איינוועלט! דא איז מען אינדרויסען פון די באקס....און וואס מער ציוני מען איז און מען רעדט אויף סאטמאר כאפן די ניקים מער קעלבענע בתפעלות פון די חכמה פינעם שרייבער...

קאך לעפל: אויב דו קאכסט נאך. וואס האקסטו א טשייניק אז ס'האט צו טון מיט זיין א ציוני. איך בין ב"ה א גרויסער ציוני. דער זעלבער ציוני וואס דער קלויזנבורגער רב זצוק"ל. ער האט אמאל געזאגט אויף זיך אז ער איז א ציוני. ער זאגט 3 מאל א טאג ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים...!

נאר איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל. און איך בין דאס ערשטע מאל אנגעקומען קיין ניו יארק מיט מיין טאטע ע"ה. זעמיר צוערשט צוגעגאנגען צום אלטן סאטמאר'ער ביהמ"ד אויף 550 בעדפארד עוו.צו נעמען שלום ביים רבי'ן זצוק"ל. האביך דאמאלס געזעהן א מחזה נורא ווי ר' יחזקאל'ע מערץ און זיין טאטע הרה"צ ר' יואל זוסמאן זענען געזיצן און געלערנט משנה ברורה. און זיי האבן ..."געגעסן" א געבראטענע פאטעיטא פון א בעג. פארוואס זאג איך געגעסן מיט קואוטעישן מארקס. ווייל זיי זענען (אב ובנו) געווען אזוי שטארק פארטיעפט אין לערנען אז די בעג איז דארט געשטאנען פארשעמט...ר' יחזקא'לע האט נאך דאן געהאט א רויטע בארד. און זיין טאטע א שניי ווייסע בארד מיט א געוואלדיגן הדרת פנים...! איז א ראיה אז זיי האבן ..."געווייקט" אין סאטמאר...!

איינציג » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:49 pm

· #383732
איסר האטלקי
לענינינו, היינט קען איך פארשטיין אפס קצהו אויף וואס סקווירא האט זיך געמאלטס געשלאגן, און פארוואס האדמו"ר מסקווירא האט געמוזט זיצן איינגעשפארט צוויי שעה מיט אים א וואך בעפאר זיין פטירה ארויסצובאקומען א צעטל "איך הייס סקווירא", דאס איז ווייל די תושבי סקווירא האבן דאך נישט קיין פרנסה, זיי וואלטן געקענט מאכן אוצרות פון געלט פון לייגן דעם אויסגעבראטענעם ציגל ביים קבר דארט אין שטעטל! עס וואלט געוויס געהויבן דעם עקאנאמיע דארט אויף א גרויסן פארנעם...

אדמו''ר מסקווירא איז "נישט" געווען איינגעשפארט מיט רבי יחזקאלע "צוויי שעה" "א וואך" פאר זיין פטירה, און די ברוינע פעיפער בעג אויף וואס עס איז געשטאנען "איך געהייסן סקווער" האט ר' ברוך ברילל ערצייגט נאך די פטירה, אויף די פראגע ווען רבי יחזקאלע האט דאס געשריבן האט ער גענטפערט אז מאנטיג פרשת במדבר, אבער דער פאקט איז געווען אז מאנטיג פרשת במדבר איז רבי יחזקאלע זצ''ל נישט געווען ביי זיך...

newkave » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 2:18 pm

· #383735
איינציג

ויש אומרים אז רבי יחזקאל איז אוועק נאך פאר די סקווערע רבי איז געבארן.
אגב, איך ווייס נישט צו ס'איז דא א סקווערע רבי היינטיגע טעג, און דעמאלס זיכער נישט.
אויך זענען ברוינע בעגס אומלעגאל.

diff » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 2:28 pm

· #383736
אוהב ספרים
בכגון דא, פלעגט דער אלטער בוהושער צדיק זאגען, צוויי קליינטשיגע אינדערפרי און צוויי אויף דער נאכט, אלע פראבלעמען העלפט דאס

דולה ומשקה » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 11:49 am

· #419413
אויפמערקזאם:
דער עולם רופט אים רבי חעזקעלע מערץ, דאס איז גאר וויכטיג, אויב לאזט מען אויס דעם ערשטן נאמען און מ'רופט "רבי מערץ" וואלט דאס זיך געהערט ווי עפעס אן אמעריקאנער "ראביי מערץ", - רבי חעזקעלע מערץ קלינגט זיך גוט.

מחצה''ק » מיטוואך מערץ 13, 2024 4:29 pm

· #554774
[ציטאט אראפגענומען]
לא הי' ולא נברא עס האט מיר געזאגט א יוד א בא בשנים פון סקווירא ר' י. ל. הי''ו ער איז געווען א בחור דעמאלטס
אין ער געדענקט אז ר' יחזקאל שמש האט געברענגט שאפארנע רב קיין סקווירא אין ער איז נאכדעם געווען ביז מוצאי פסח אין סקווירא
כמדומה לי האט ר' י. ל. אויך געזאגט אז מען האט מכבד געווען יחזקאל שמש מיט עפעס א כיבוד
מהאט קיינעם נישט געכאפט סאטמאר האט אים געהעריג געברענגט

צועקים וזועקים » מיטוואך מערץ 13, 2024 4:40 pm

· #554775
מחצה''ק #
[ציטאט אראפגענומען]
לא הי' ולא נברא עס האט מיר געזאגט א יוד א בא בשנים פון סקווירא ר' י. ל. הי''ו ער איז געווען א בחור דעמאלטס
אין ער געדענקט אז ר' יחזקאל שמש האט געברענגט שאפארנע רב קיין סקווירא אין ער איז נאכדעם געווען ביז מוצאי פסח אין סקווירא
כמדומה לי האט ר' י. ל. אויך געזאגט אז מען האט מכבד געווען יחזקאל שמש מיט עפעס א כיבוד
מהאט קיינעם נישט געכאפט סאטמאר האט אים געהעריג געברענגט
געהערט פון א איד וואס איז געפארן אינעם קאר אז עס איז געווען צרות...

עמרם » מיטוואך מערץ 13, 2024 4:46 pm

· #554776
אינטערסאנטע אשכול דעס ...

אסטראלאג » מיטוואך מערץ 13, 2024 4:56 pm

· #554780
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מערץ 13, 2024 5:10 pm

· #554783
ווער זענען געווען די דריי רבנים בית דין?

צועקים וזועקים » מיטוואך מערץ 13, 2024 5:20 pm

· #554786
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר
מקור?

שפילער » מיטוואך מערץ 13, 2024 5:34 pm

· #554788
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.
דו זאגסט אזוי?

אסטראלאג » מיטוואך מערץ 13, 2024 5:56 pm

· #554789
שפילער #

ענליכע ניסוח

אסטראלאג » מיטוואך מערץ 13, 2024 5:56 pm

· #554790
צועקים וזועקים #
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר
מקור?
איך קען אייך נישט אנווייזן א מקור. אזוי דערציילט מען. איז גלייב נישט

אפטימיסטיש » מיטוואך מערץ 13, 2024 6:01 pm

· #554791
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.
ר' יוסי אומר כל המשנה ממטבע שטבעו חכמים בברכות לא יצא ידי חובתו ‎(ברכות מ:)

דברי שלום » מיטוואך מערץ 13, 2024 6:07 pm

· #554793
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.
אינערעסאנט אז הגה"ק המנח"א זי"ע אין מאמר נוסח התפילה (ווי ער איז מברר יעדע איינציגסטע ווארט פון שמו"ע) ברענגט ער נישט די נוסח

חלום חלמתי ואיני יודע מה היא

אסטראלאג » מיטוואך מערץ 13, 2024 6:12 pm

· #554795
אפטימיסטיש #
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.
ר' יוסי אומר כל המשנה ממטבע שטבעו חכמים בברכות לא יצא ידי חובתו ‎(ברכות מ:)
ס'זענען פארהאן פילע נסחאות אבער די 18 תפילות שמונה עשרה זענען וואס מען דארף זאגן און דאס טאר מען נישט משנה זיין ח"ו. אבער צולייגן און ארויסברענגען די תפילה אויף וואס מיר בעטן, הייסט נישט משנה געווען נאר בעסער מכוון געווען

ברוך שפינוזה » מיטוואך מערץ 13, 2024 6:13 pm

· #554796
אסטראלאג #
שפילער #
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.
דו זאגסט אזוי?
ענליכע ניסוח
וואס איז טאקע דיין נוסח?

אסטראלאג » מיטוואך מערץ 13, 2024 6:20 pm

· #554798
ברוך שפינוזה #
אסטראלאג #
שפילער #
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.
דו זאגסט אזוי?
ענליכע ניסוח
וואס איז טאקע דיין נוסח?
בפארן זאגן "תעקר תשבר ותמגר" דערמאן איך די נעמען פון די מינים ואפיקורסים. איינמאל שטיינמאן יעצט איז רז"ל אויף די ליסטע

ברוך שפינוזה » מיטוואך מערץ 13, 2024 6:28 pm

· #554801
נישט דאס האב איך געמיינט, זאג מיר די פולע נוסח וואס דו האסט געזאגט היינט ביי שחרית אדער לעצטע מאל דו האסט געדאווענט שמו"ע.

סבא דבהתא » מיטוואך מערץ 13, 2024 6:42 pm

· #554803
אפטימיסטיש #
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.
ר' יוסי אומר כל המשנה ממטבע שטבעו חכמים בברכות לא יצא ידי חובתו ‎(ברכות מ:)
עי’ בפוסקים שזה דוקא אם משנה מהות הברכה בההתחלה ובחתימתה ולא רק שמרבה איזה מילות וכן נהגו הרבה

מחצה''ק » מיטוואך מערץ 13, 2024 8:50 pm

· #554810
דברי שלום #
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.
אינערעסאנט אז הגה"ק המנח"א זי"ע אין מאמר נוסח התפילה (ווי ער איז מברר יעדע איינציגסטע ווארט פון שמו"ע) ברענגט ער נישט די נוסח

חלום חלמתי ואיני יודע מה היא
ער האט מדייק געווען אויף יעדע ווארט אין ארויסגענימען אפאר קללות עס זאל שטימן מיט די סכום ווערטער וואס דארף צי זיין אין די ברכה
מיז זיין אז @אסטראלאג איז סארקאטיש

כרם זית » מיטוואך מערץ 13, 2024 11:23 pm

· #554848
איך לייג צו ביי אבות אלוקי אברהם אלוקי יצחק אלקי יעקב ואלקי אברהם יצחק הכהן.

#משוגע_מטרף

מענדל » מיטוואך מערץ 13, 2024 11:29 pm

· #554849
אסטראלאג #
ברוך שפינוזה #
אסטראלאג #
שפילער #

דו זאגסט אזוי?
ענליכע ניסוח
וואס איז טאקע דיין נוסח?
בפארן זאגן "תעקר תשבר ותמגר" דערמאן איך די נעמען פון די מינים ואפיקורסים. איינמאל שטיינמאן יעצט איז רז"ל אויף די ליסטע
כהאב מיר געווינדערט פארוואס הרב שטיינמאן האט מאריך ימים געווען יעצט פארשטיי איך שוין

מילך טראק » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:09 am

· #554861
געהערט אמאל איינער זאגט וכל המינים וכל המוזלים כרגע יאבידו, איך גלייב אסטראלאג דערמאנט אויך מוזילם אבער ביי די נעקסטע ברכה

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 9:57 am

· #554887
אסטראלאג #
אפטימיסטיש #
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע פלעגט אויך בערך אזוי זאגן.
און אסאך אפגעהיטענע ערליכע אידן זאגן טאקע דעם נוסח.
ר' יוסי אומר כל המשנה ממטבע שטבעו חכמים בברכות לא יצא ידי חובתו ‎(ברכות מ:)
ס'זענען פארהאן פילע נסחאות אבער די 18 תפילות שמונה עשרה זענען וואס מען דארף זאגן און דאס טאר מען נישט משנה זיין ח"ו. אבער צולייגן און ארויסברענגען די תפילה אויף וואס מיר בעטן, הייסט נישט משנה געווען נאר בעסער מכוון געווען
איך (און אלע אידן, נארמאלע מענטשן לייגן צו)...וכל הנטורי קרתא החובקים ומתנשקים עם רוצחי אחיהם היהודים וכל המשוגעים ועמי הארץ ובעלי טשיווע וה'נאכשלעפערס במחניהם....!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:03 am

· #554888
נאר אין אמת'ן דארף מען גארנישט צו לייגן. ווייל אלעס איז שוין נכלל אין דעם ווארט וכל המינים. וואס קען אויך מיינען אלע משוגעים און פאררוקטע ברואים .און אמעראצעם, בעל טשיוועס און נטורי קרתא

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 4:58 am

· #555652
berlbalaguleh #
אונז זעמיר אריין אין סאטמאר ביהמ"ד (נעפ מענשאן) כדי צו נעמען שלום פון סאטמאר רב ז"ל. וועלכער איז פונקט דאמאלץ ארויסגעגאנגען צווישן תפילין דרש"י און ר"ת. האביך דאמאלס געזעהן די פאלגנדע סצענע.... צוויי אידן, איינער מיט א ווייסע בארד און איינער מיט א האלב רויטע בארד זיצן אין א ווינקל פון ביהמ"ד און לערנען משנה ברורה.
אין סאטמארע ביהמ"ד האט מען אין יענע יארן אריינגעלאזט די ספר משנה ברורה?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 9:15 am

· #555659
אסטראלאג #
ברוך שפינוזה #
אסטראלאג #
שפילער #

דו זאגסט אזוי?
ענליכע ניסוח
וואס איז טאקע דיין נוסח?
בפארן זאגן "תעקר תשבר ותמגר" דערמאן איך די נעמען פון די מינים ואפיקורסים. איינמאל שטיינמאן יעצט איז רז"ל אויף די ליסטע
לאל...דאס דעמאנט מיך די מעשה מיט דעם עם הארץ וואס איז אריינגעגקומען יוהכ"פ. אינדעפריה אין ביהמ"ד און ער האט אויסגערופן...א חרפה און א בושה אין אזא הייליגן טאג ווי יום כיפור האב איך קיינעם נישט געזעהן אין די מקוה.

אויב הרב שטיינמאן און ר' זלמן לייב טייטלבוים זענען פון די מינים ואפיקורסים וויל איך אויך זיין מיט זיי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 21, 2024 9:20 am

· #555661
לאכעדיג #
berlbalaguleh #
אונז זעמיר אריין אין סאטמאר ביהמ"ד (נעפ מענשאן) כדי צו נעמען שלום פון סאטמאר רב ז"ל. וועלכער איז פונקט דאמאלץ ארויסגעגאנגען צווישן תפילין דרש"י און ר"ת. האביך דאמאלס געזעהן די פאלגנדע סצענע.... צוויי אידן, איינער מיט א ווייסע בארד און איינער מיט א האלב רויטע בארד זיצן אין א ווינקל פון ביהמ"ד און לערנען משנה ברורה.
אין סאטמארע ביהמ"ד האט מען אין יענע יארן אריינגעלאזט די ספר משנה ברורה?
צי מ'האט געלאזט אדער נישט ווייס איך נישט. איך דערצייל דיר דעם פאקט אז זיי (אב ובנו) האבן געלערנט משנה ברורה.

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 22, 2024 3:53 am

· #555750
אסטראלאג #
הרה"צ רבי יחזקאל'לע מערץ זצ"ל פלעגט זאגן ביי תפילת ולמלשינים: "ולמלשנים, המשכילים, הציונים, והאגודיסטן ימח שמם אל תהיא תקווה וכל המינים המשכילים הציונים וכו' און איבערגע'חזר'ט, וכל אויבי עמך המשכילים הציונים וכו'
מהרה תעקר תשבר
ווי אזוי האבן בנו ומ"מ רבי חיים ז"ל און זיין איידעם רבי מרדכי טאהשער געזאגט?

און ווי אזוי זאגן זיינע איידימער רבי זיידל קרעטשניף סיגוט און רבי אייזיק ספינקער?

אמאהלגעקעננט » זונטאג מערץ 24, 2024 11:28 pm

· #555860
ומלכות זדון איז פון ר ישראל שקלאװער מרבו הגרא סדא נוסחאות..