☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים

איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8959
בלאט: 1 2

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 26, 2015 8:44 pm

· #278323
איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים
אונזערע קינדער זענען אונזערע אוצרות, קינדער זענען די עתיד, און ווער דארף זיי באשיצן און ערציען במשכ'ן טאג? מלמדים. מלמדים זענען אין אונזערע קרייזן מענטשן וואס זייער אויפגאבע איז אהערצושטעלן גוטע אידן. אידן וואס גייען אין שפאן, און אידן וואס דינען דעם אייבערשטען און צומאל אויך דעם פארטיי.

דאס לאזט ווייניג מקום פאר מלמדים, עטליסט און די פרומע קאמערציעלע חדרים, זיך צו באפאסן מיט די נפש פון די קינדער. דאס איז א פראבלעם, אבער עלטערן וואס האבן שכל ערפילן דעם חלל אינדערהיים, און אז מ'דארף מער הילף צאלט מען איינעם, אדער ניצט מען שטאטישע פראגראמען צו העלפן די קינדער, אז ס'זאל ארויסקומען געזונטע קיין צוקוועטשטע פירות.

די פראבלעם איז נאר ווען עס זענען דא מלמדים משיירי כנסת הגדולה, וואס מאכן נאר חרוב. עמאצינעל איז שווער צו זאגן ווען און וויאזוי זיי זענען מקלקל, ווייל ווער קען שאצן צו דעם מלמד'ס כוונה איז געווען לטובה, און אפשר גאר האט די רבי ז"ל אזוי מדריך געווען. אבער ווען א מלמד איז א ווילדער בטבע און נוצט כעס און שלאגן ארויס פון גבול איז א חרבן. ס'צברעכט די קינדער, זייער גאנצע זעלבס-ווירדע איז ארויס פון פענסטער, און מיט אזא צוקלאפטע נשמה איז דא שוואכע האפענונג אויף הצלחה.

יא ריכטיג, ס'איז דא ארגענעזאציעס, אבער די חיות בצורת אדם געפינען זיך נאך דא און דארט אין כמעט יעדער מוסד.

פאר עלטערן צו מאכן א ויצעקו איז זייער גרינג, אבער די מלמדים קענען זיך נוקם זיין אין די קינדער, ווי אויך זענען דא ווייניג מנהלים וואס זוכן זיך איינצורייסן מיט די מלמדים, קיינער וויל נישט קיין פוטש אדער א מלמדים יונאין סטרייק אויף זיין האנט.

דערפאר וויל איך הערן צו איז עטיש אויסגעהאלטן צו סטראשען די מלמדים בסתר, דורך א בריוו וכדומה אז אויב ער הערט נישט אויף, גייט מען גיין מיט זיין נאמען בגלוי. מ'וועט אויספראקען זיין נאמען לשמצה, און די מוסד וועט אים מוזן ווארפן צוליב די פרעשער פון די אלגעמיינער גאס.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 26, 2015 9:04 pm

· #278328
רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר אויפברענגען די טעמע. איך ווארט שוין זייער א לאנגע צייט אז איינער זאלל אנרירן די פארווייטאגטע נושא. כ'עלל דיר אויסזאגן דעם אמת אז יעצט איינמאל גיי איך זיין א נבהל להשיב. ווייל איך האב אפילו נאכנישט איבערגעליינט פונקטליך וואס דו האסט צו זאגן. איך באציה מיך נאר צו די העדליין. ווייל ביי מיר איז דאס זייער אן אנגעווייטאגטע פרשה. מיין זון, ווען ער איז נאך געווען פאר בר מצוה, האט ער געהאט א מלמד פון זיין כיתה וואס האט געהאט מיט מיר א פערזענליכן וויכוח אדער סיכסוך. וואס איז בעצם שטותים והבלים. איך שעם מיך עס איבערצוזאגן דא ברבים. אבער ווען מיין יונגל איז געגאנגען צו איהם אין קלאס האט ער זיך נוקם געווען אין דעם אומשולדיגן קינד. ער האט איהם א יעדן טאג געשלאגן, געפאטשט און פארשעמט אין קלאס על לא דבר. און ווען ס'איז אמאל געווען א מסיבת חלוקת הפרסים אין די ישיבה, האט ער אויסגערופן אלע קינדער פון די קלאס אויסער מיין זון און נאך א יונגל. דאס קינד איז נעבער אויסגעגאנגען פאר בושה און געווארט בכליון עיניים אז מ'זאלל אויסרופן זיין נאמען אויך. ביניך שפעטער צוגעגאנגען צום מנהל און געזאגט, ,,,"איך באצאל דיר פאר'ן ספר נאר געב עס איהם און רוף אויס זיין נאמען אזוי ווי די אנדערע יונגלעך.עכ"פ] מין יונגל האט געליטן יענעם יאר שבעה מדורי גהינום ביי יענעם רבי'ן,. ביניך געקומען צו די מסקנא אז ס'איז כדאי אז מ'זאלל גרינדן א קאמיטע פון ערנסטע בעלי בתים וואס זאללן צוזאמשטעלן א רשימה פון אזעלכע געפערליכע ברואים. מלמדים אדער טיטשערס ביי מיידלעך. און זיי זאללן קיינמאל מער נישט קענען באקומען א פאזיציע אלס מלמד אדער טיטשער...!

נ.ב.: יעצט גיי איך ליינען וואס דו האסט צו זאגן... 😂

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 26, 2015 11:08 pm

· #278352
די שטילקייט אויף די טעמע מאכט מיך נערוועז..

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 26, 2015 11:14 pm

· #278355
עס האט אסאך אויסצושמועסן, אבער אין א נאטשעל וואלט איך געזאגט אז אויב דער מלמד איז א כראנישער מקלקל איז עס נישט נאר עטיש נאר אפילו א מצוה. שטייצעך אז מען פרובירט קודם מיט שיינעם, געבן א שאנס, אדער א שיינעם וועג ארויס. אויב דאס אלעס פאלט אדורך, איז מפרסמין עושי מצוה...

chusid » דינסטאג מאי 26, 2015 11:16 pm

· #278358
יא! ווען מען וואלט מפרסם געווען פאר דרייסיג יאר צירוק וואלט איך געהאט א גרינגערן לעבן היינט! איך לייד נאך היינט אלס רעזולטאט פון דע רוצחים.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 26, 2015 11:43 pm

· #278366
יישר שש'ל פאר די שטארקע דיבורים. לאמיך אביסל מער מסביר זיין וואס איך מיין צו פרעגן. איז עטיש יענעם צו באגראבן לדראון עולם מיט זיין אומשולדיגע משפחה, אדער זאל מען ענדערש טוישן די קינד צו א צווייטע מוסד? זאל מען יענעם מסר'ן צו די פאליציי, ווייל מארגן וועט א צווייטער זיין די קרבן, אדער זאל מען זיין נאמען פשוט מפרסם זיין. איז ק"ש גרייט אז מ'זאל דא אין דעם אשכול ארויסלייגן נעמען, אן שיקול הדעת פון מער פארשטענדליכע ווי א פארצארענטע יחיד?

לחיים » מיטוואך מאי 27, 2015 12:45 am

· #278370
בנוגע מלמדים מיט טיטשערס.
מיין מיינונג צי זיין א מלמד טאר מען נישט אפלייען ווייל מען האט נישט געטראפן א זשאב
מען דארף זיך לערנען היינט איז שוין דא אסאך היימישע פלעצער וואס לערנען אויס מלמדים גיטע טעקניקס ווי אזוי צי האנדלען מיט קינדער

אין טיטשער באדערט מיך זייער ווייל מען קלויפט אויס די בעסטע מיידעלעך וואס זענען ארויס פון. סקול אין פארשטייען זילטש. צי חינוך אין נאך צוויי יאר וואס זיי לערנען זיך שוין אויס די פאך אויף אינזערע קינדער גייען. זיי ארויס ווייל מען צאלט זיי צוויי מאל גארנישט און אודך. קימען אריין פרישע מיידלעך מיט זירא עקפיריענס. אין בעסיקלי ליידן אינזערע קינדער פון די סיסטעם.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 27, 2015 12:55 am

· #278373
לחיים דאס איז א באזונדערע שמועס און באלאנגט ענדערש אין אשכול:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/227798">viewtopic.php?p=227798</a><!-- l -->

לחיים » מיטוואך מאי 27, 2015 1:02 am

· #278376
גערעכט בין איך נאך נישט אנגעקימען צי ליינען יעדע אשכול
אבער יעצט האב איך עס געליינט און ער ברענגט עס זייער גיט ארויס מיין פוינט

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2015 1:07 am

· #278377
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים:די נקודה וואס דו ברענגסט ארויס איז אוודאי אויך כדאי צו דעבאטירן און פרובירן פאררעכטן. נאר דאס איז שוין א זאך וואס ווענדט זיך מער אינ דעם לויפנדן סיסטעם. מיין טענה איז אבער איבער יחידים מיט פארדארבענע מידות און אן איינגעבאקענע אכזריות און סאדיזם, צו נעמען קינדער און זיי פשוט חרוב מאכן צוליעב זייער קאנטראל אדער אנדערע חשבונות...! אזעלכע ברואים דארפן פשוט ווערן "בלעק-ליסטעד" אז זיי זאללן מער קיינמאל נישט קענען האבן א פאזיציע אין חינוך פון קינדער...!

לחיים » מיטוואך מאי 27, 2015 1:08 am

· #278378
בנוגע מפרסום זיין דארף מען קודם דורך לערנען הלכות לשון הרע
די מאך נאר זיכער אנפאנג יאר ווער דיינע קינדערס מחנכים זענען
מיט א קפיטל תהילם פאר דיינע קינדער יעדן טאג וועסטו מער אויפטון

בן אדם » מיטוואך מאי 27, 2015 2:30 am

· #278400
[ציטאט אראפגענומען]

יא. דאס איז די אמת, און דא ליגט דער פראבלעם, און ליידער די ביטערע מציאות. אונז קענען נישט ערפארדען צו צאלן מער פון וואס די מלמדים באקומען היינט. די שכר לימוד יעצט, איז שוין נישט אויסצומהאלטן, און כידוע, איז דא אסאך וואס צאלן נישט, און מ'האלט זיי נאר לשם מצוה רח"ל.

און ס'איז נישט אזוי ווי און די גואישע פריוואטע סקול'ס וואס דארט שיקען געווענליך נאר פארמעגליכע, (און די אנדערע שיקען דאך אין פאבליק סקול). ממילא איז עס א אוועקגעשטעלט ווי א עכטע ביזנעס. און וויפיל שכ"ל זיי בעטן נאר, האבן זיי אלס צו צאלן. משא"כ ביי אונז, ווי רוב זענען ארעם, און אעפ"כ האבן אונז "פרייוועט סקול'ס". אבער מען קען קיין ביזנעס נישט מאכן פון דעם. און בעסטען פאל, נאר אן ארגאניזאציע וואס העלפט ארויס דאס בעסטע וואס שייך.

איז ווי אזוי איז שייך צו פאדערן פראפעסיאנאלע מלמדים, וואס זענען זייער געלערנט ? דאס וואלט דרך געקאסט א הון תועפות. איז דען דא געלט פאר דעם ? און עניוועי, אונז וואלטן ממילא נישט גענומען קיין קאלעדזש גרעדואירטע. און טאקע דערפאר באקומט מען נאר מלמדים גלייך פון כולל ארויס, וואס דערמאנען זיך שפעטער אביסעלע צו צולערנען עפעס (בהסכמת הרבנים פארשטייטצעך). און זענען גענוג צופרידען מיט די געלט וואס זיי מאכן, (פארגעס נישט זיי זענען נאך קוואליפייד פאר די גאנצער וועלפעיר סיסטעם אויך). און דאס איז וואס די "ארגאניזאציע" שטעלט צו.

לכאורה קומט אויס, אז מען קען נישט עכט באשולדיגען די מלמדים (איך רעד בדרך כלל), זיי מעגן נעמען די דזשאב וואס מ'אפערט זיי. נאר דאס איז ענדערש א פראבלעם וואס האט מיט די סיסטעם. אבער די הנהלה זענען דער וואס דארפען נעמען אחריות. ווייל למעשה ארבעטן זיי אויף די אייגענע האנט. סאו מיין פערסאנעלי אפיניען איז אז מ'זאל ענדערש קודם סטראשענען די הנהלת המוסדות מיט וואס מעגליך, וייל די מלמדים איז דאך זייער אחריות. חוץ ביי גאר עקסטרימער פעלער וואס מ'דארף זיך נעמען צום מלמד אליינס.

וכדומה.. » מיטוואך מאי 27, 2015 3:23 am

· #278405
יא גוט נישט גוט, פארשטייט יא צו חינוך פארשטייט נישט, גייט מיך גאנץ ווייניג אן,
שלאגען און רצחנען האט ער נישט קיין רעכט, און אויף דעם איז קיין תירוץ נישטא

בן אדם » מיטוואך מאי 27, 2015 3:38 am

· #278406
וכדומה..
יא גוט נישט גוט, פארשטייט יא צו חינוך פארשטייט נישט, גייט מיך גאנץ ווייניג אן,
שלאגען און רצחנען האט ער נישט קיין רעכט, און אויף דעם איז קיין תירוץ נישטא

איך געב א כלליות'דיגע בליק, און איך זאג קלאר אז ס'איז דא אויסנאם פעלער. און פארשטייסט אז נישט נאר רצח'נען און שלאגן איז א פראבלעם. איינמאל פארשעמען א קינד איז נישט בעסער.

געוואלדיג » מיטוואך מאי 27, 2015 9:15 am

· #278429
בן אדם
איינמאל פארשעמען א קינד איז נישט בעסער.


אוי ווי גערעכט דו ביסט.

Milk shake » מיטוואך מאי 27, 2015 12:44 pm

· #278481
איך בין געווען איינמאל אין א מצב ווי איך האב געהאלטן אז ס'איז א מצוה גדולה צו באגראבן א מלמד, ער איז געווען א וויסטער שלעגער, איך האב מיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטן, ווייל איך האב געהאלטן אז ס'קומט אפשר מיט נגיעות און כעס, לעצטנס בין איך געוואויר געווארן אז דער אינגערמאן איז דורך יענע צייט גיהנם אין שטוב, און ס'האט אפאר מאל טאקע אויסגעפלאצט אויף די קינדער דורך די יאר, ער איז טאקע נישט בארעכטיגט געווען צו פירן א קלאס ווען זיינע נערוון זענען צעפיפן, אזוי ווי א שיכור טאר נישט פירן א מאטאר וויהיקל ווען די מוח איז צופארן, ער וואלט געדארפט נעמען אורלויב אויף אפאר וואכן, אנשטאט צושלאגן די קינדער, אבער אויב וואלט איך דעמאלט געטון וואס איך האב געפלאנט, וואלט איך מיר קיינמאל נישט מוחל געווען, איך וואלט מן הסתם ערלעדיגט זיין לעבן און זיין משפחה לעולם, ספעציעל אז איך זע אז יעצט איז ער א אייזערנע רבי, און הייבט כמעט נישט קיין האנט בכלל, און זיין שטוב פארט שיין מיט שתילי זיתים הענגען ארום די טיש..

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 27, 2015 12:55 pm

· #278482
א וויכטיגע נקודה, מילק שעיק!
עס איז וויכטיג צו וויסן אז מען זאל נישט דזשאדזשן פון אן איינמאליגע מעשה, יעדער איז בארעכטיגט צו מאכן אמאל א מיסטעיק.

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 27, 2015 1:22 pm

· #278487
מילק שעיק: עס איז זייער א וויכטיגע נקודה אין א גאנץ לעבן:

עס איז דא צומאהל מענטשן וואס טוהן רשעות און צידרייטע זאכן פאר אנדערע מענטשען, אז מען קען צופיפן ווערן.... אבער מען קען קיינמאהל נישט וויסן וואס די מענטשען גייען דירך... דעריבער איז אלעמאהל ליבערשט נישט צו ריאגירן ספאנטאניש.. נאר צו ווארטען א ביסל... אויף לא תיקום איז נישטא קיין בל תלין...

די שאילה איז נאר ווען יענער איז באמת א הונט בנפשו ובדמו, אתמחי גברי אתמחי קמיע.. ער האט ארגאזעם פון פייניגען אנדערע באשעפענישען... צו מען מעג טוהן פעילות אים אראפצוריקען פון די מאפע, און אים אומשעדליך מאכן... עס איז ליידער זייער אן אקטועלע שאילה...

וכדומה.. » מיטוואך מאי 27, 2015 3:12 pm

· #278517
קאך_לעפל
דעריבער איז אלעמאהל ליבערשט נישט צו ריאגירן ספאנטאניש.. נאר צו ווארטען א ביסל... אויף לא תיקום איז נישטא קיין בל תלין


דער פראבלעם איז אויב מנעמט נישט באלד קיין שריט און סגייט דורך א שטיק צייט בארואיגט מען זיך האלב וועגס און מפארגעסט האלב וועגס, און פארטיג מטוט גארנישט און מלאזט עס לויפן,

בדוק ומנוסה...

בן אדם » מיטוואך מאי 27, 2015 3:20 pm

· #278522
יא, די טאטע קען עס לאזן לויפן. אבער וואס איז געשען איז שוין געשען. דאס קינד איז שוין אפעקטירט, און ס'פארלאנגט זיך ארבעט דאס ארויס צונעמען פונעם קינד.

Kool man » מיטוואך מאי 27, 2015 4:49 pm

· #278554
זיייער א פארווייטיקטע טעמע, אוי לי אם אומר אוי אם לא אומר, על'ך שווייגען און שוין 😐

בן אדם » מיטוואך מאי 27, 2015 9:01 pm

· #278619
אינטרעסאנט הרב משזר דיין חתימה איז זיך נישט ווייניג סותר מיט דיין תגובה.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך מאי 27, 2015 9:02 pm

· #278620
כהאלט ספעלט אויס מאכן מער אינפארמאציע אויף א מלמד איידער מנעמט עיהם אן אויפן הייליגע עבודה פון זיין מיט אונזער צאן קדשים פון 9 ביז 5, אין מיט דעים וואלטן אסאך פראבלעימן נישט געווען,
ליידער היינט ווען א אינגערמאן קומט פאר א אינטערוויו אויף מלומדות גייט עס בערך אזוי,
טאמער ביסטו גראב, שטינקסט, שווארצע זאקן, בולעט פראפ גלעיזער, שיינע לעצטע נאמען, בנשק, ביסטו מער וויניגער מסודר מיטן דזאב, פארשטייט זיך אין די מוסדות וואס זיכן א גוטע נאמען איז נאך לייכטער.
איי דער אינגערמאן איז א vegetable? חוץ טיילן מכות, פארשעמען, פאפען קען ער גארנישט? ביז היינט איז ער געווען אין כולל, פארשטייט צו קינדער ווי איך צו פערד, ער קען אליין נישט קיין טייטש פון א פשוטי פסוק חומש אן א בית יהודה, אבער וואס מאכט אויס? ער הייסט דאך טווערסקי אין זיין מאמע איז א האלבערשטאם אין זיין ווייב איז א האגער.

רבותי מדארף מעורר זיין, א מלמד איז א הארקעלע עבודה, אסאאאאך מער ווי שטיין אין א גראסערי, אין די גראסערי מאן מאכט אסאך מער אינפארמאציע אויפן אינגערמאן ער נעמט צו פאקן באקסיס. אין אויך זענען די מלמדים אונטער געצאלט, אזא עבודה דארף זיין לכה״פ 60 אלפים א יאר כדי ער זאל עס טוען מיט הארץ אין אריין לייגן קאפ טין מוח, שוין כהאב גענוג געשריגען

בן אדם » מיטוואך מאי 27, 2015 9:07 pm

· #278622
אבער בעצם ביסטו גערעכט@אנאנים. נאר מ'וואלט געדארפט וועלידעיטן יעדעם עקסטערע. בד"וו ס'דא נישט מפורסם'דיגע סיפורים פון נישט מפורסם'דיגע מלמדים וואס האט אויך אנגעמאכט חרבנות, נאר ס'קען ארויסקומען אפילו יארן שפעטער.

קוקה קולה... » מיטוואך מאי 27, 2015 9:37 pm

· #278623
[ציטאט אראפגענומען]

קוקה קולה... » מיטוואך מאי 27, 2015 9:41 pm

· #278625
ער איז 1000%גערעכט ובערת הרע מקרבך!!גענוג וואס איך האב געליטן פון די לאגער געליטענע מלמדים דארפן נאך מיינע קינדער אויך ליידן ?

קוקה קולה... » מיטוואך מאי 27, 2015 10:10 pm

· #278632
[ציטאט אראפגענומען]

ביסט מיט אלעס גערעכט און איך האלט פונקט ווי דיר,אבער קענסטו דען וויסן די 2׳טע העלפט מעשה אז מיין יונגל קומט אהייםטאטי מיין רבי האט געגעבן א פאקסי פאר יעדעם חוץ פאר מיר. האלסטו טאקע אז ער איז סתם א משוגענער?פליס קאמען סענטס!!

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2015 10:21 pm

· #278636
אויב די רבי האט געגעבן א פאקסי אדער אייז קריעם פאר א יעדן אויסער פאר דיין יונגל. און ער האט איהם אדער קאמפענסעיטעד פאר דעם אדער געגעבן א הסבר פארוואס ער האט עס געטון הן לטוב אדער למוטב. למשל אז דער יונגל האט נישט ביהעיווט. און די רבי האט עס קלאר ארויסגעזאגט. דאמאלס איז די רבי א גוטער מחנך. אבער אויב טוט ער עס פאר פערזענליכע, נארישע סיבות און חשבונות אזוי ווי דער פאל איז געווען ביי מיין יונגל ווען זיין רבי האט איהם נישט געוואלט געבן א ספר ווען ער האט פאר א יעדן איינעם יא געגעגבן, איז די רבי א חיה און א קרימינאל, וועלכער דארף קלאר ארויפגעלייגט ווערן אויף א שווארצע ליסט, און ער זאללל מער קיינמאל נישט קענען זיין א מלמד פון קינדער...!

קוקה קולה... » דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:31 am

· #278663
איך בין נישט מחולק מיט דיר איך מיין ארויסצוברענגען אז דו קענסט נישט וויסן, מיין פערזענליכע שיטה איז אז מען דארף זיי ארויסטראסקענען מיט בושות ,נאר דארפסט וויסן וועם ס׳דא אמאל וואס ס׳פונקט פארקערט ווען עפעס א מלמד האט חוטא געווען (מיט א גערעכטע סיבה)קעגן א בנשק.......און ער באקומט די נאמען אלס אכזר

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:58 am

· #278688
שטילע אינגערמאן


רבותי מדארף מעורר זיין, א מלמד איז א הארקעלע עבודה, אסאאאאך מער ווי שטיין אין א גראסערי, אין די גראסערי מאן מאכט אסאך מער אינפארמאציע אויפן אינגערמאן ער נעמט צו פאקן באקסיס. אין אויך זענען די מלמדים אונטער געצאלט, אזא עבודה דארף זיין לכה״פ 60 אלפים א יאר כדי ער זאל עס טוען מיט הארץ אין אריין לייגן קאפ טין מוח, שוין כהאב גענוג געשריגען

ביסט מסכים צו צאלן מיט פופציג פראצענט מער שכר לימוד?

קרעקער » דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:58 am

· #278716
איך האלט נישט אז מדארף זיין מוראדיק געלערענט צו זיין א מלמד, ניין מקען זיין א פשוטע פאטעטע קאפ און פאשטיין לערנען פינקט אזוי ווי די עידזש קינדער ווי מאיז א מלמד
א קינדערגארטען מלמד דארף זיין א בעיבי, אויב נעמט מען א געלערענטער וואס ׳פארשטייט צו קינדער׳ וועט נישט טויגען, ער מיז זיין א עכטע בעיבי, רעדען בעיביש זיך שפילען אויפן פלאהר מיט די 3 יעריגע, נאר אזוי קען ער זיין א נערסערי מלמד, און פאר אזא איינעם קומט זיך נישט קיין גרויסע וועיזשעס
דעם זעלבע איז מיט כתה ה און ח מלמדים, זיי מוזען זיין פאטעטע קעפ פארשטיין לערנען פינקט וי א 7 יעריגס, וייל אויב איז ער צו געלערענט און צו שפיציג וועט ער נישט זייין קיין גוטע מלמד, און פאר אזעלכע פאטעטאס קומט זיך א קליינע געהאלט
נאכאמאל, מדארף נישט קיין געלערענטע שטודירטע מלמדים, בעיסקילי דארף מען גוטע בעיביסיטערס

וואס מרעד דא איז א צווייטע נקודה, זיי זאלען נישט זיין קיין רוצחים וואס הררגענען קינדער פיזיש און גייסטיש
און געווענדליך די געלערענטע מלמדים וואס זענען אביסעל קלוג זיי האבען נישט קיין נערווען זיך אראפצילאזען צו די קליינע קינדער און פלאצען זייער געדולט שנעלער און טיילען מכות, די פאטעטא קעפ מלמדים לאזען זיך גרינגער אראפ צו קינדער און ווערען נישט אזוי שנעל נערוועז פון קליינע קינדער וייל זיי אליינטס זענען בעיביס
סא קים מיר נישט פרעגען צו כוויל צאלען מער שכר לימוד
ועוד, די גאווערמענט צאלט געניג געלט פאר לאנטש און וואטשערס און אנדערע פראגרעמס, איך בין נישט שולדיג אז די געלט דארף גיין פאר די רביס פארענטשעס און קעדילעק

Kool man » דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:20 pm

· #278719
ע'ליך יא רעדען, די זאכען זענען פון ביידע זייטען נפשות שאלות, א מלמד וואס ברוטאליזירט קינדער דארף ווערען שטרענג דיסציפלינירט, איז א רשע און א אכזר, אדער א גייסטיש מעשוגענער, און ער האט נישט קיין שום רעכט צו זיצען אין א קלאס מיט אונזערע טייערע נשמה'לעך, ס'איז אן אחריות דאס צו איגנארירען, מ'דארף זיי באהאנדלען ווי ס'קומט זיי בכל תוקף ועוז.

ווידער זענען דא עלטערען וואס פאלען פאר זייער קינד'ס טרערען, און שחט'ן מלמד נאך מלמד ווען ער טוט סיי וואס ס'שמעקט נישט פאר זייער געספוילטע ברעטס, כ'קאן איינעם אזא רשע טאטע וואס האט מסדר געוועהן עטליכע מלמדים, איינער ווייל ער האט נעבעך געשלאגען זיין אומשולדיקע שעפעלע ווען ער האט איבערגעקערט די קלאס טאג נאך טאג, איין מלמד אין קעמפ וואס האט אין פיר וואכען קיינמאהל נישט געמאכט זיין זוהן געווינען די גורל, האט דער טאטע זעכער געמאכט אז מ'שיקט אוועק דעהם שלעכטען מלמד אא"וו,
[אין א זייטיקע נאטיץ, צוויי פון דעהם טאטען'ס קינדער זענען היינט האלבע גויים]

מ'דארף יעדע קעיס פארשען און דן זיין, קעיס ביי קעיס, נישט ארבעטען אויף שנעלע זשאזשמענט און אויף שנעלע אינסטינקט, דעמאלץ געשעהט די פאטאלע מיסטעיקס.

ס'דא עלטערען וואס גלייבען זייערע קינדער ווי בלינדע אייזלען, און וועלען גיין אין פייער פאר זייער קינדער'ס גערעכטיגקייט, און וועלען לינטשען לעבעדיקערהייט וועלעכע מלמד ס'קרומט מיט די אויגען אויף זייערע פארצערטעלטע רשעים'לעך וואס צאפען אויס די רבי'ס בלוט און צומאהל אויך פון די אנדערע קינדער, [די זעלביקע עלטערען וואס מישען זיך אריין ביי יעדע פייט וואס זייערע צדיקים'לאך האבען אין שוהל, און וועלען אנפראסקענען פרעמדע קינדער פאר טשעפענען מיט זייערע קינדער], און ס'דא פון די אנדערע זייט מלמדים אדער מנהלים רשעים און אכזרים, צופיפענע שיכורים, וואס בוטשערען אפ קינדער איינץ נאך איינץ, מעיזשאר אביוזערס, מ'דארף זיי נעמען און אויסציען אין הארץ פון דרייצענטע עוועניא, און אריינשמייסען אין זיי מיט א קעלבערנע רימען אז למען ידעו ויראו וישמעו רחוקים.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:42 pm

· #278723
רויטע וואנצעס
איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים


נישט נאר מפרסם זיין, נאר שרייען אין אלע גאסען הענגען צעטליך וכו' וכו'
למען ישמעו ויראו

קרעקער » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:14 pm

· #278742
די פראבלעם איז אס אינץ האבען נישט נארמאלע רבנים ועסקנים וואס זאלען זיצען בראש און דן זיין אזעלכע פראבלעמען
וועגען דעם איז כל הישר בעיניו יעשה
ווידזשעלענטיס

געוואלדיג » דאנערשטאג מאי 28, 2015 4:53 pm

· #278769
וועל איך שרייבן מיין בליק אויף די נושא פון די זייט פון א מחנך.

(דיסקלעימער: אויב ביסטו נישט איננשטימיג מיט מיין בליק דאן זיי מחולק מיט מיינע ווערטער, נישט מיט מיר, איך בין דיין חבר.)

א) א מחנך אין אונזערע היימישע מוסדות ווערט היבש אונטער געצאלט, ער ארבעט 6 טעג א וואך (אויך זונטאג), און עס איז א עבודת הקודש און א עבודת פרך,ווען ער ענדיגט חדר הייבן זיך אן די טעלעפאן קאלס צו און פון די עלטערן און דא דארך ער אויך האבן חכמת שלמה סיי להלך כנגד רוחו של כל אחד ואחד אין קלאס און אזוי אויך מיט די עלטערך און הרבה פעמים איז דאס בבחינת קול אביו וקול אמו און די עלטערן האבן נישט איין קול, און ער דארף זיין א טערעפיסט, א שלום בית מאכער, פלאס זייער א רוהיגער מענטש.

ב) א מחנך דארף אייביג האבן פאר זיינע אויגן אז אזוי ווי איינער וואס ארבעט מיט פעיפער וועט טרעטן אויף פעיפער, און איינער וואס ארבעט מיט האלץ וועט טרעטן אויף האלץ, חלילה קען זיין אז ער וואס ער ארבעט מיט נשמות וועט טרעטן אויף נשמות און דאס קען זיין א מעוות לא יוכל לתקון.

ג) עלטערן זענען זייער א שווערע פאלק (ואני בתוכם אלס טאטע 😂 ) און זייער אסאך מאל ווען די קינד קומט אהיים מיט א מעשה וועט מען גלייך מאכן קולות אויף די מלמד אנשטאט צו מברר זייין קודם מה היה המעשה.

ד) מחנכים זענען בשר ודם'ס און האבן די זעלבע כלל פון אלע מענטשן, אז א מענטש קען מאכן א טעות, גייט אויך אן ביי זיי, איך האב מקבל געווען פון מחנכים צו מתפלל זיין יעדן טאג אז איך ווייס אז איך וועל מאכן טעותים אבער לכה"פ זאל דאס זיין נישט קיין זאכן וואס מען קען נישט פארעכטן, און איך זאל טאקע פארעכטן מיינע טעותים.

ה) ווען עלטערן זעהן א פראבלעם מיטן קינד'ס מלמד איז לדעתי דא אפאר חלקים וואס מען דארף טוהן 1. באמערקן יעדע שינוי אין די קינד און פרעגן מיט א רוהיגקייט, אסאך מאל וועט א קינד ליידן און שווייגן ביז מען וועט איהם פרעגן. 2. אויב איז דער מחנך איינער וואס מען פילט זיך באקוועם, זאל מען איהם אליין אנרופן און אויף א מענטשליכע וועג מברר זיין וואס עס גייט פאר, אויב נישט זאל מען רופן די הנהלה. 3. אויב ווערט דאס נישט מסודר דעמאלטס דארף מען זיך לייגן אין די לענג און אויף די ברייט ווי ר' נחמן, און זיכער מאכן אז מען נעמט קער פון די פראבלעם, מען דארף זייער געווארנט זיין זיך נישט צו לאזן פארפירן פון שיינע ווערטער, די הנהלות המוסדות האבן אזא מנהג אז מען בארוהיגט עלטערן מיט שיינע ווערטער און מפטירין כדאתמול, דאס איז די אחריות פון א טאטע אויף זיין קינד, צו זיכער מאכן נישט צו פארנאכלעסיגן די פראבלעם. 4. אויב ווערט דאס מסודר מה טוב, און אויב נישט דאמאלטס דארף מען נעמען אפשען בי דורך סטראשען וכדו'. 5. אויב איז די אישו א קדושה אישו ואכמ"ל, דאן פעלט גלייך אויס צו גיין צו #3 און עפ"י רוב וועט זיך אויספעלן #4.

והנראה לפי עניות דעת רבי כתבתי וה' הטוב יכפר,

ירא שמים » דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:11 pm

· #278800
Re: איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכי
לסכם הנושא לפהנלענ״ד ,די זענען די נקודות פון דעם שמועס , די זאכן וואס מדארף אויף דעם עומד זיין מיט ישוב הדעת על פי דעת תורתנו הקדושה וואס ממעג יא און וואס נישט און וואס איז מען מחויב צו טוען אויסגעשטעלט וואו א מאטיבעל טשויס טעסט.
א)וואס הייסט עביודזשען? איז דא אויף דעם א קלארע הגדרה?
שלאגן פארשעמען געבן א עסיינמענט ארויסשיקען פון קלאס רודפ׳ן
ב) ווער גייט מחליט זיין אז ער איז א עביוזער?
טאטע. קינד. חברים. הנהלה. קאווע שטיבל. מקוה. רבנים. וואטסעפפ.
ג) וואס מעג מען טון מיט א עביוזער ?
זען מזאל עם מפטר זיין אן עני קאסט ותו לא מידי. אפי׳ נאכן ארויסוואפן איז הותר דמו ממעג עם מיט די משפחה לייגן אינדערערד דורך פאקיווילען אינטערנעט וכדו׳. מסר׳ן. ממעג עם מיט זיינע קינדער שיקן קיין אוישוויץ ה״י.

בן אדם » דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:56 pm

· #278810
און לדעתי איז כסדר אראפקלאפן א קינד ( כ'מיין מיט ווערטער) אפילו שלא בפני התלמידים, אדער קיינמאל נישט ווייזען אפרישיעישען פון די קינדס ארבייט נאר כסדר פארלאנגען נאך און נאך, איז אויך אביוז. ס'קען גאר שטארק אפעקטירן די עתיד פונעם קינד. און אזא פאל דארף די מלמד אויך אביסל טעראפי.

קוקה קולה... » דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:53 pm

· #278821
קרעקער
די פראבלעם איז אס אינץ האבען נישט נארמאלע רבנים ועסקנים וואס זאלען זיצען בראש און דן זיין אזעלכע פראבלעמען
וועגען דעם איז כל הישר בעיניו יעשה
ווידזשעלענטיס

דאס איז סתם נעגאטיוו גערעדט !!אונזערע רעבנים האבן אפי׳ געמאכט אן אסיפה בנוגע דירות קריזיס(הגם מרזל איז צוריק אריין אין די קעדי אבער זיין השפעה האט זיך אנגעזען ביי אברהם בער׳ס דרשה) !!און די מציאות איז אז מען זעהט שוין פירות,נאמבער וואן אז די מאמענט האט עס שוין באשריבן נאמבער טא איז געווען זייט די אסיפה אזא פלייץ פון דירות קוק די דבר יום איעדן טאג

סוף דבר:רבנים טוען זייער זשאב און זענען נישט שולדיג אז עס זענען דא פאריקטע מלמדים
(איך נעם מיר אויסדריקליך ~נישט~אן פאר די רשעות׳דיגע רעעעבנים,אבער נישט אלעס זענען זיי שולדיג!)

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:57 pm

· #278822
קוקה קולה...
איך בין נישט מחולק מיט דיר איך מיין ארויסצוברענגען אז דו קענסט נישט וויסן, מיין פערזענליכע שיטה איז אז מען דארף זיי ארויסטראסקענען מיט בושות ,נאר דארפסט וויסן וועם ס׳דא אמאל וואס ס׳פונקט פארקערט ווען עפעס א מלמד האט חוטא געווען (מיט א גערעכטע סיבה)קעגן א בנשק.......און ער באקומט די נאמען אלס אכזר

קוקה קולה: אויף דעם זאגט שוין די גמ' (מס' סוכה...) ..."אם אין דעת הבדלה מנין"...פארשטייצעך אז דאס איז נאר א מליצה, אין דעם קאנטעקסט וואס אונז נוצן עס דא. אבער מ'רעדט דאך פון מענשן וועלכע האבן פשוט'ן שכל הישר. קאמאן סענס, בלע"ז.אוןן זיי קענען מבחין זיין צווישן אן אומשולדיגן, ערליכן מחנך, וועלכער האט זיך פארזינדיגט און בארירט דעם קרוין פון א פרינצ'ל און אן אכזר, א סאדיסט וועלכער צאפט דאס בלוט און מאכט חרוב אידישע קינדער...!

בן אדם » דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:07 pm

· #278824
געוואלדיג
א מחנך דארף אייביג האבן פאר זיינע אויגן אז אזוי ווי איינער וואס ארבעט מיט פעיפער וועט טרעטן אויף פעיפער, און איינער וואס ארבעט מיט האלץ וועט טרעטן אויף האלץ, חלילה קען זיין אז ער וואס ער ארבעט מיט נשמות וועט טרעטן אויף נשמות

דער ווארט איז שוין פון פריערדיגע, דאכט זיך פון מהרי"ח זאננפעלד.
חזו גברא רבא מאן דקמסהיד!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:18 pm

· #278825
ירא שמים
לסכם הנושא לפהנלענ״ד ,די זענען די נקודות פון דעם שמועס , די זאכן וואס מדארף אויף דעם עומד זיין מיט ישוב הדעת על פי דעת תורתנו הקדושה וואס ממעג יא און וואס נישט און וואס איז מען מחויב צו טוען אויסגעשטעלט וואו א מאטיבעל טשויס טעסט.
א)וואס הייסט עביודזשען? איז דא אויף דעם א קלארע הגדרה?
שלאגן פארשעמען געבן א עסיינמענט ארויסשיקען פון קלאס רודפ׳ן
ב) ווער גייט מחליט זיין אז ער איז א עביוזער?
טאטע. קינד. חברים. הנהלה. קאווע שטיבל. מקוה. רבנים. וואטסעפפ.
ג) וואס מעג מען טון מיט א עביוזער ?
זען מזאל עם מפטר זיין אן עני קאסט ותו לא מידי. אפי׳ נאכן ארויסוואפן איז הותר דמו ממעג עם מיט די משפחה לייגן אינדערערד דורך פאקיווילען אינטערנעט וכדו׳. מסר׳ן. ממעג עם מיט זיינע קינדער שיקן קיין אוישוויץ ה״י.

ירא שמים: די נקודה המרכזית לגבי דעם דיון איבער א מלמד'ס ממשיך זיין אין זיין פאזיציע, אדער אלס מלמד בכלל, איז נאר מיט'ן ציל צו מאכן איהם אומשעדליך. און אין עקסטרעמע פאללן, צו מאכן זיכער אז ער אדער זי איז מער נישט אין די ליין פון חינוך. אבער מ'דארף זיך שטארק רעכענען מיט כבוד המשפחה. מ'קען נישט פאררעכטן איין עוולה דורך באגיין א צווייטע עוולה.ס'איז נאר אז דער מענטש טאר נישט זיין אין די ליין פון חינוך. ער קען ארבעטן אין א פיש אדער טשיקן סטאר, וואו ער איז נישט אין אזא אחריות'דיגע פאזיציע פון חרוב מאכן עולמות, ח"ו...!

קוקה קולה... » דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:22 pm

· #278827
berlbalaguleh
קוקה קולה...
איך בין נישט מחולק מיט דיר איך מיין ארויסצוברענגען אז דו קענסט נישט וויסן, מיין פערזענליכע שיטה איז אז מען דארף זיי ארויסטראסקענען מיט בושות ,נאר דארפסט וויסן וועם ס׳דא אמאל וואס ס׳פונקט פארקערט ווען עפעס א מלמד האט חוטא געווען (מיט א גערעכטע סיבה)קעגן א בנשק.......און ער באקומט די נאמען אלס אכזר

קוקה קולה: אויף דעם זאגט שוין די גמ' (מס' סוכה...) ..."אם אין דעת הבדלה מנין"...פארשטייצעך אז דאס איז נאר א מליצה, אין דעם קאנטעקסט וואס אונז נוצן עס דא. אבער מ'רעדט דאך פון מענשן וועלכע האבן פשוט'ן שכל הישר. קאמאן סענס, בלע"ז.אוןן זיי קענען מבחין זיין צווישן אן אומשולדיגן, ערליכן מחנך, וועלכער האט זיך פארזינדיגט און בארירט דעם קרוין פון א פרינצ'ל און אן אכזר, א סאדיסט וועלכער צאפט דאס בלוט און מאכט חרוב אידישע קינדער...!

ניין עס איז זייער זייער שווער עס צו מחלק זיין,איך רעד נישט פון א מלמד וואס ס׳רינט בליט פון זיין צוגעטעיפטע שטעקן, איך רעד פון די שווערע קעיסעס וואס ער האט זיך ארויפגעלייגט אויף א ספעציפישער אינגל(נישט קיין פראבלעמאטישער)און ווער איז גערעכט ?גיי ווייס!!ודו״ק

ירא שמים » דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:25 pm

· #278828
איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים
זייער שיין בערל
אבער וואס טאמער מקען נישטאויף א איידעלן אופן עם בייזייטיגען ?אויב וואו שש זאגט אז סדא א חשש אז ער גייט וערן א מלמד ערגעץ אנדערש? איך בין גראדע נישט מסכים מיט עם אויף די שטעלונג זיינע אז וועגן א חשש זאל מען יענעם מעגן באגראבן.
איך האב אבער נישט אנגענומען קיין שום צד או כבין א גרויסע נישט ווייסער איך האב געשריבען נאר די אלע נקודות אויף צאצונעמען דעם ענין און אז ווען סקומט למעשה דארף מען די אלע זאכן נעמען אין חשבון און נאכדעם אפציעס וואוזוי מקען זאגן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:01 pm

· #278837
אויב האסטו געליינט די ערשטע תגובה פון דעם אשכול, דורך מיר, האסטו אוודאי געזעהן אז איך שרייב דארט אז דער מלמד וועלכער האט געפייניגט און פארשעמט מיין יונגל האט עס געטון נאר פאר פערזענליכע, נארישע חשבונות פון נקימה ונטירה, וואס ער האט געהאט עפעס א נארישן חשבון מיט מיר. און איך האב מברר געווען פון עטליכע אינדעפענדענט מקורות, אויסער פון מיין יונגל'ס ווערטער און באקלאגונגען אז דער מלמד פייניגט און פארשעמט איהם...!

וכדומה.. » דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:27 pm

· #278865
שש, יפה דברת! יעדע ווארט גערעדט צום זאך!

ירא שמים » דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:33 pm

· #278867
Re: איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכי
berlbalaguleh
אויב האסטו געליינט די ערשטע תגובה פון דעם אשכול, דורך מיר, האסטו אוודאי געזעהן אז איך שרייב דארט אז דער מלמד וועלכער האט געפייניגט און פארשעמט מיין יונגל האט עס געטון נאר פאר פערזענליכע, נארישע חשבונות פון נקימה ונטירה, וואס ער האט געהאט עפעס א נארישן חשבון מיט מיר. און איך האב מברר געווען פון עטליכע אינדעפענדענט מקורות, אויסער פון מיין יונגל'ס ווערטער און באקלאגונגען אז דער מלמד פייניגט און פארשעמט איהם...!
וואס וואולסטו זאגן מיט דעם?

קוקה קולה... » פרייטאג מאי 29, 2015 7:15 am

· #278917
מ׳האמיר נאר גערעדט דא פון מלמדים נעגאטיווע וכדו.עס איז דא נאך א סאבדזשעקט אין דעם נושא, וואס דאס איז סאך מער קאמפלאצירט,
איך וויל אביסל רעדן דערפון ווייל איך האב עס געשפירט אויף די אייגענע ביינער
אין ישיבה קטנה בין איך געגאנגען לערנען אין א פרישע ישיבעלע דארט איז געווען א ראש הישיבה א קלוגער פוקס,א אמתדיגע כיטרע יונג,וואס זיין ציל אין ישיבה איז בס״ה געווען זיך מיט זעך און נאכאמאל זעך!! איי וועם באדערט עס ?ווייל ווען ער קוקט אן א בחור אין ישיבה איז אויב ער קען נאך עפעס מאכן פון איהם,און ווען ער גייט ווערן פוסה״ד וועט ער זאגן אז ער האט זיך משלים געווען אין ישיבת......אאההה איז עס אינטערסאנט ,אבער איינמאל ער זעהט אז פלוני גייט זיין א טראק דרייווער,באווייזט זיך זיין סאדיסטישער פרצוף
בכלל איז ער געווען אזא מין 2פעיסער אז סכאפט א עקל!
איך מיין ארויסצוברענגען אז א קלוגער קען אויך זיין א פערד!!
פארשטייט זיך אז ער איז קיינמאל נישט געווען שולדיג אלס האט ער זיכער געמאכט אז יענעמ׳ס פינגער אפדרוקן זאל אפשפיגלען,אבער ער האט זייער מיאוס אפגעשניטן!!

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 29, 2015 10:58 am

· #278928
איך האב אמאל געטראכט א הגדרה, אז יעדער מלמד מוז שוין האבן כאטש איין קינד אין דעם יארגאנג פון זיין כיתה וואס ער פירט, דאס מאכט אים מער באוואוסטזיניג צו זעהן די אנדערע זייט מטבע פון א קינד. אז מען נעמט א כולל אינגערמאן פאר כיתה ו' איז אים כמעט אוממעגליך אריינצוגיין אין זייער קאפ, און פארשטיין זייער מהלך המחשבה. אז מען האט שוין א קינד בערך דעם יארגאנג פון די כיתה, קען מען זיך דמיונ'ען אויף יעדן קינד כאילו ער וואלט געקענט זיין דאס אייגענע.

עס איז זיכער נישט קיין כלל, פאראן יונגע חברה וואס האבן א גוטן חוש צו קינדער און צו חינוך, און עלטערע אידן וואס טויגן א מכה (תרתי משמע), אבער איך מיין אז עס איז א פאסיגע הגדרה וואס מען וואלט געדארפט נעמען אין באטראכט לכה"פ 90% פון די צייט.

ירא שמים » פרייטאג מאי 29, 2015 2:39 pm

· #279014
Re: איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכי
אבער למעשה וואו כפארשטיי זענען די היינטיגע מוסדות אסאך פארבעסערט געווארן אין דעם פרט און א עביוזער ווערט נישט טאלערירט.

קוקה קולה... » פרייטאג מאי 29, 2015 3:13 pm

· #279024
ביז עס קומט צום ראה״ק׳ס/שיינע איד׳ס נעפיו וכדו׳ פארגעסט מען פון אלע הגדרות פאליסיס און פרינציפן!!
בלאט: 1 2