☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים

איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8959
בלאט: 1 2

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 29, 2015 3:15 pm

· #279025
ירא שמים
אבער למעשה וואו כפארשטיי זענען די היינטיגע מוסדות אסאך פארבעסערט געווארן אין דעם פרט און א עביוזער ווערט נישט טאלערירט.


ריכטיג, "היינטיגע" נייערע מוסדות זענען בעסער. די אלט געזעסענע מוסדות, וואס זענען סטאק מיט אלטע אדער מיטל יעריגע מלמדים נאך פון זייער כולל יארן, זענען נישט.

הבא ללמד » פרייטאג מאי 29, 2015 3:43 pm

· #279031
משולם שטיינפעלד
ביסט מסכים צו צאלן מיט פופציג פראצענט מער שכר לימוד?

איך מיין דאס איז דער שטערקסטע טענה כל זמן מלימדות איז נישט א געהעריגע באצאלטע זשאב ווי מען באצאלט א פראפעשנעל, וועט דאס זיין א ארבערט פאר דע וואס טיוגען באמת פאר קעשיערס
אבער דא הייבט זיך אן דע פראבליעמען, די עלטערען האלטן נישט ביים באצאלען דע פרייז, די רבי'ס האבן איין ציהל אז זייערע ברענטשעס זאלן זיין פיל, אין דע קינדער זענען נעבעך די קרבנות

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 19, 2016 4:33 pm

· #322071
Milk shake
איך בין געווען איינמאל אין א מצב ווי איך האב געהאלטן אז ס'איז א מצוה גדולה צו באגראבן א מלמד, ער איז געווען א וויסטער שלעגער, איך האב מיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטן, ווייל איך האב געהאלטן אז ס'קומט אפשר מיט נגיעות און כעס, לעצטנס בין איך געוואויר געווארן אז דער אינגערמאן איז דורך יענע צייט גיהנם אין שטוב, און ס'האט אפאר מאל טאקע אויסגעפלאצט אויף די קינדער דורך די יאר, ער איז טאקע נישט בארעכטיגט געווען צו פירן א קלאס ווען זיינע נערוון זענען צעפיפן, אזוי ווי א שיכור טאר נישט פירן א מאטאר וויהיקל ווען די מוח איז צופארן, ער וואלט געדארפט נעמען אורלויב אויף אפאר וואכן, אנשטאט צושלאגן די קינדער, אבער אויב וואלט איך דעמאלט געטון וואס איך האב געפלאנט, וואלט איך מיר קיינמאל נישט מוחל געווען, איך וואלט מן הסתם ערלעדיגט זיין לעבן און זיין משפחה לעולם, ספעציעל אז איך זע אז יעצט איז ער א אייזערנע רבי, און הייבט כמעט נישט קיין האנט בכלל, און זיין שטוב פארט שיין מיט שתילי זיתים הענגען ארום די טיש..

כ'קען בשום אופן נישט מסכים זיין צו דיר.

אוודאי פארשטייט יעדער אז אן איימאליגער טעות איז נישט קיין סטעמפל.

אבער אז א מלמד ברענגט זיינע שווערע איבערלעבעניש אין חדר, צו אזא מצב אז ס'קומט צו ווערן א וויסטער שלעגער, ווארף אים אזוי ארויס אז א צווייטער מוסד זאל אים נישט וועלן אהננעמען. ער האט געהאט די ברירה צו נעמען א וועקאציע ביז ער איז גרייט צו נעמען קליינע fragile נשמה'לעך און נישא פארפירן די לאפעס זיינע.

וואסלט נישט געדארפט זיך זארגן אז דו האסט ערלעדיגט זיין לעבן און זיין משפחה לעולם, ווייל דאס האט ער געטוען; נישט דו.

כ'פארשטיי ענדערשט נישט וויאזוי דו קענסט זיך מוחל זיין פארן מעגליך אפ'הרג'נען א גאנצע קלאס מיט קינדער מיטן ערלויבן די אביוז פאר א גאנצע יאהר (אדער מער).

בכלל זעהן מיר אז די היימישע מענטאליטעט זארגט זיך אלץ פאר "ווער-ווייסט-וואס" "ס'קען" "ארויסקומען", אבער זארגט זיך גאנץ קנאפ אויף זאכען וואס מ'טוט בידים. לאו דוקא דא.

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 19, 2016 4:53 pm

· #322073
געוואלדיג
ה) ווען עלטערן זעהן א פראבלעם מיטן קינד'ס מלמד איז לדעתי דא אפאר חלקים וואס מען דארף טוהן 1. באמערקן יעדע שינוי אין די קינד און פרעגן מיט א רוהיגקייט, אסאך מאל וועט א קינד ליידן און שווייגן ביז מען וועט איהם פרעגן. 2. אויב איז דער מחנך איינער וואס מען פילט זיך באקוועם, זאל מען איהם אליין אנרופן און אויף א מענטשליכע וועג מברר זיין וואס עס גייט פאר, אויב נישט זאל מען רופן די הנהלה. 3. אויב ווערט דאס נישט מסודר דעמאלטס דארף מען זיך לייגן אין די לענג און אויף די ברייט ווי ר' נחמן, און זיכער מאכן אז מען נעמט קער פון די פראבלעם, מען דארף זייער געווארנט זיין זיך נישט צו לאזן פארפירן פון שיינע ווערטער, די הנהלות המוסדות האבן אזא מנהג אז מען בארוהיגט עלטערן מיט שיינע ווערטער און מפטירין כדאתמול, דאס איז די אחריות פון א טאטע אויף זיין קינד, צו זיכער מאכן נישט צו פארנאכלעסיגן די פראבלעם. 4. אויב ווערט דאס מסודר מה טוב, און אויב נישט דאמאלטס דארף מען נעמען אפשען בי דורך סטראשען וכדו'. 5. אויב איז די אישו א קדושה אישו ואכמ"ל, דאן פעלט גלייך אויס צו גיין צו #3 און עפ"י רוב וועט זיך אויספעלן #4.

כ'וואלט צוגעלייגט אן אייטעם נאר פאר דיין נומער 1: קניפ אהן א ראלעשאנשיפ מיטן מלמד נאר פאר עס דעוועלאפ'ד זיך א פראבלעם. כ'רעד שוין נישט פון איבערלאזן אן אנוועלאפ וויפיהל דאס קען העלפן, כדלקמן, נאר אפילו אהן דעם (למשל נאר אויפן טעלעפאן).

קודם וועט א מלמד בכלליות זיך אנדערש באנעמען מיט א קינד פון איינעם וואס ער קען זיך (און האט האט שוין מזכה געווען מיט א טיפ), מיט מער אחריות. אבער בשעת כעסו וועט ער בעסער גלייבן אז ער וועט באלד דארפן אפגעבן א דין וחשבון (for a lack of a better word) פארן טאטע. כ'מיין מאדאך וועס ס'איז נישט פארהאן קיין פראבלעמען רופט ער...

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 19, 2016 4:55 pm

· #322074
ירא שמים
לסכם הנושא לפהנלענ״ד ,די זענען די נקודות פון דעם שמועס , די זאכן וואס מדארף אויף דעם עומד זיין מיט ישוב הדעת על פי דעת תורתנו הקדושה וואס ממעג יא און וואס נישט און וואס איז מען מחויב צו טוען אויסגעשטעלט וואו א מאטיבעל טשויס טעסט.
א)וואס הייסט עביודזשען? איז דא אויף דעם א קלארע הגדרה?
שלאגן פארשעמען געבן א עסיינמענט ארויסשיקען פון קלאס רודפ׳ן
ב) ווער גייט מחליט זיין אז ער איז א עביוזער?
טאטע. קינד. חברים. הנהלה. קאווע שטיבל. מקוה. רבנים. וואטסעפפ.
ג) וואס מעג מען טון מיט א עביוזער ?
זען מזאל עם מפטר זיין אן עני קאסט ותו לא מידי. אפי׳ נאכן ארויסוואפן איז הותר דמו ממעג עם מיט די משפחה לייגן אינדערערד דורך פאקיווילען אינטערנעט וכדו׳. מסר׳ן. ממעג עם מיט זיינע קינדער שיקן קיין אוישוויץ ה״י.

הכל לפי המבייש והמתבייש

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 21, 2016 11:34 am

· #322145
ירא שמים
berlbalaguleh
אויב האסטו געליינט די ערשטע תגובה פון דעם אשכול, דורך מיר, האסטו אוודאי געזעהן אז איך שרייב דארט אז דער מלמד וועלכער האט געפייניגט און פארשעמט מיין יונגל האט עס געטון נאר פאר פערזענליכע, נארישע חשבונות פון נקימה ונטירה, וואס ער האט געהאט עפעס א נארישן חשבון מיט מיר. און איך האב מברר געווען פון עטליכע אינדעפענדענט מקורות, אויסער פון מיין יונגל'ס ווערטער און באקלאגונגען אז דער מלמד פייניגט און פארשעמט איהם...!
וואס וואולסטו זאגן מיט דעם?

ירא שמים: א וואונדער אז דו פארשטייסט נישט אליינס. אז מ'מעג טון למעשה און ארויסווארפן דעם מלמד און מפרסם זיין זיין/איהר שלעכטן נאמען בכל מקום אפשרי. כדי אז ער/זי זאלל קיינמאל מער נישט באקומען א דזשאב אין חינוך. ווייל אזא בריאה איז נישט מער ווי א קרימינאל, וועלכע/ר וועט אנגיין אין שעדיגן אומשולדיגע קינדער.

ירא שמים » זונטאג פעברואר 21, 2016 11:45 am

· #322150
Re: איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכי
כהאב דיר געוואלט לייקן נאר די ״ער/זי״ האלט מיר צוריק! וואו האסטו דאס צוגעזען? שומו שמים!!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 21, 2016 12:12 pm

· #322152
ירא שמים
כהאב דיר געוואלט לייקן נאר די ״ער/זי״ האלט מיר צוריק! וואו האסטו דאס צוגעזען? שומו שמים!!

ירא שמים: איך האב עס אליינס ליידער מיטגעלעבט. איך בין בעת ההוא געווען א באס דריווער אין...(כ'האב שוין שיער נישט ארויסגעשריבן דעם נאמען פון די ישיבה).און ס'איז געווען שלוש עשרה מידות, נאכדערצו. דער מנהל פון די ת"ת איז צוגעקומען צו מיר און געזאגט. אז היות מ'מאכט היינט טריפס צו די וואסער פאר תשליך מיט די קינדער זאלל איך מאכן איין טריפ. נאכדעם קען איך גיין אהיים. ווייל ס'דא אנדערע דרייווערס וועלכע ווערן באצאלט פאר זיין אין ישיבה א גאנצן טאג. און זיי וועללן שוין נעמען די קינדער צוריק פון תשליך. איך האב אזוי געטון. ווען איך בין שוין געזיצן אין מיין קאר אויפ'ן וועג אהיים רופט מיך פלוצלינג דער מנהל אויף מיין רעדיא, אז היות די (רוסישע) דרייווערס זענען נעלם געווארן, בעט ער אז איך זאלל גיין אויפפיקן די קינדער פון תשליך. וכך עשיתי. ווען איך בין אנגעקומען צו די שפת הים און אויפגענומען די קינדער מיט זייערע מלמדים, האטציך פלוצלינג צולאזט איינער פון די מלמדים אויף מיר און מיר אריינגעגעבן אין מיין באבנ'ס באבע אריין, אז היות איך בין נישט געקומען אין צייט איז די גאנצע ביטול טעירע אויף מיין חשבון. ווען כ'האב איהם פרובירט מסביר צו זיין בדרכי נועם אז איך האב בכלל נישט געדארפט צו קומען יעצט. נאר ווייל אנדערע עצלנים, מתחמקים און באנדיטן זענען נישט געווען עוועילעבל ביניך געקומען. ס'האט גארנישט געהאלפן און ער האט מיך ווייטער אטאקירט אפילו פערזענליך. איך בין מודה אז איך בין נישט קיין בעל מדרגה. ווען מ'גיט מיר שלא ביושר, געביך צוריק מנה אחת אפיים. און איך האב איהם טאקע גוט מסדר געווען. נאכ'ן זאגן אז אזוי פיהרט ער זיך אויף ביום י"ג מידות. צו מיין מזל האט מיין זוהן געדארפט דעם קומענדיגן זמן, תיכף נאך סוכות גיין אין זיין קלאס. ענד די רעסט איז היסטערי. כמו שאמרתי...!

ירא שמים » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:33 pm

· #322195
איז עטיש מפרסם צו זיין נעמען פון שלעכטע מלמדים און מחנכים
בערל, איך האב געמיינט, וואו האסטו צוגעזען אז מזאל שרייבן ער/זי? ביי ר׳ סנדר׳ן? ביי סופר אדער מרגליות? דאס איז א שרעקליכע פירצה!! און כבין מוחה בכל התוקף!!!
בלאט: 1 2