☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שפיצלעך, און פרענק'ס, קליפס, און לינקס, און אלעס ארום

שפיצלעך, און פרענק'ס, קליפס, און לינקס, און אלעס ארום

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8954

בעל מדות » דינסטאג מאי 26, 2015 5:50 am

· #278109
שפיצלעך, און פרענק'ס, קליפס, און לינקס, און אלעס ארום
{אריינפיר}
איך האב אריינגעאטעמט, זיך אריינגעשטיפט צווישן די צוויי טירן, עס וואלט קיינער נישט געחלומ'ט אז א קינד קען דארט אריינפיטן, מיין שטערן איז געווען באדעקט מיט א געדעכטע שווייס, איך האב אכטונג געגעבן נישט צו מאכן קיין שום גערויש, שטייענדיג איינגעהילט אין א שפאנענדע אנגעצויגנקייט, קוים אויסווארטנדיג אויף דעם העכסט אנגענעמע מאמענט ווען "יוסי" די "פחדן" פון "חדר" גייט פאראיבערגיין דעם טיר, ענדליך האט זיך זיין געשטאלט באוויזן און מיטן גאנצן אייפער האב איך ארויסגעווארפן ס'גאנצע קערפער פון דעם שמאלן ארט ארויסטאנצענדיג ווי די רויבער פון די מחניים ביכער אויף זייער רויב, ווען פון מיין מויל קימט ארויס א קינדעריש אבער שרעקעדיגע .... באווווואאאאווו!...

די סצענע איז געווען רחמנות'דיג יוסי מיט זיין גאנצע רמ"ח ושס"ה איז אויפגעשפרונגען פון ארט, צעטרייסלט, בלאס, און צעשאקעלט, ער האט זיך דערשראקן אויף א קלימאקס אטעמענדיג שווער און ביזן כאפן אז עס איז נאר געווען א טיפיקל שפיצל האט ער ענדליך ארויסגעלאזט א האלבע שמייכל, שיסנדיג עטליכע שעלט ווערטער אין מיין ריכטונג און ווייטער געגאנגען זיין וועג, איך האב ביזן גרייכן אינדערהיים געלאכט און געהוסט נישט קענענדיג קומען צו זיך פון די געלונגענע שפיצל.
                                    
עס איז א פארפרוירן ווינטער נאכט, די שנייעלעך באוועגן זיך מיטן ווינט, עס איז א שיינע וועטער און עס שפאצירן היבשע מענטשן אויפן גאס, ירחמיאל איז אויף זיין וועג אהיים, אין זיין מויל ליגן וויכטיגע ענוועלאופס וואס ער האט נארוואס אפגענימען פונעם פאסט, מיט איין הענט האלט ער פולע זעקלעך נארוואס איינגעקויפט אין גראסערי און מיטן צווייטן האנט פארעט ער זיך ביים אויער מיטן בלוטוט וואס האט פארלוירן איר בעטערי ווען מיטאמאל כאפט ער אזא גליטש צום ערד...זיינע בעגס האבן זיך אויפגעריסן און פולע פאטעיטעס האבן געכאפט א טענצל אויפן ראוד, ער האט זיך אויפגעשטעלט פארשנייט און צוזעצט קוקנדיג רעכטס אין לינקס ווער עס האט אלץ געזען... ער האט מיט זיינע צישניטענע הענט, און צישאסענע מאראל אויפגעהויבן זיינע פולע פאפירן וועלכע האבן זיך שוין געקוילערט אויף פולע גאסן דערנעבן, יויש האבן זיך מענטשן געהאלטן ביי די זייטן זיך ווארפנדיג פאר געלעכטער אפילו צו זיי וואלט דאס זעלביגע געקענט פאסירן.

די צוויי געשיכטעס זענען נאר א שטיקל אריינפיר, איך האב פשוט געוואלט באגרינדן און דערמאנען די פאקט אז
 עס איז פארהאן אין די מענטשליכע טבע א שטארקע פארגעניגן צו זען א דורכפאל ביי א צווייטן.
פארוואס עס איז אזוי פארשטיי איך אויך נישט, עס מוז נישט אלעמאל זיין די פאקט אז מען פריידט זיך אז פאר יענעם גייט שלעכט, נאר עס איז אזוי צוליב וואס די סצענע איז שמייכלדיג.

שפיצלעך, פרענק'ס בלע"ז זענען פארשידנארטיג און א גוטע פרענק ווידעא ווערט היינט וועלטבארימט און וועט פארן וויירעל פון איינעם צום צווייטן צו מיליאנען מענטשן און בלויז שעות, עס זענען פארהאן ריזיגע פירמע'ס וועלכע געבן זיך אפ מיט די סארט זאכן אינוועסטירנדיג מיליאנען דאלארן פשוט צו פארדרייען מענטשן די קעפ, און דערנאך פארשפרייטן די קליפס דערפון צו וועלכע מיליאנען פאסמאקעווען זיך.



אויב זענט איר פון די סארט מענטשן וואס גלייכן נישט קיין פרענק'ס דאן קענט איר מיר געבן א לייק און דריקן דעם "בעק" באטן.

איך בין נישט ממש "משוגע לאותו דבר" אבער דא, דארט, האב איך געגליכן צו זיך אראפזעצן און באאבאכטן אביסל פאר אינטערהאלטונג די סארט געדאנקען.
נאכן מאכן ריסוירטש האב איך אנגעטראפן "די גרעסטע פרענק פירמע וואס עס איז נאר פארהאן," איך האב איר שטודירט און איך בין יעצט דא איר מיטצוטיילן מיט מיינע פריינט אויפן געוועב.


ביז דאן איז נישט געווען א ערנסטע פראפיטיבל אדער ארגאניזירטע פירמע וואס זאל טוהן שפיצלעך אויף א נארמאלע אויסגעהאלטענע פארנעם און קריכנדיג אויף  יוטוב האט מען זיך נאר אנגעטראפן אין זייער נארישע אוואנטוריסטישע יוגענטליכע וועלכע האבן אויף זייער אייגענע מיסיע אויסגעפירט זייער שרעקליכע אוממענטשליכע שפיצלעך ווי ארויפווארפן שפינען אויף ווייבער און לאכן פון זייער פאניק אטאקע וועלכע איז אומעטיש, און ניטאמאל איז עס גוט אפגעכאפט, ברענגענדיג אפשיי זיי צו קוקן.

זענען געקימען עטליכע און געגרינדעט מיט די יארן א פירמע פאר יא!...איר הערט גוט, פאר שפיצלעך, משך די יארן האבן זיי זיך געבויעט און פארגרעסערט ווען היינט צוטאגס איז עס א מולטיי רייכער פירמע מיט איבער הינדערט פול טיים ארבעטער און גאר פראפעסיאנאלע אקטיארן וואס אטעמען קוים, ארימלויפנדיג אויף די גאסן אין מאכן משיגע די מענטשהייט
די פירמע רופט זיך

                    "Just for laughs gags"

זי איז סטאנציאנירט און ווערט אפגע'פילמ'ט אין מאנטרעאל קוויבעק קאנאדע.
איך האב געוואלט קאפי פעיסטן די וויקיפידיע בלאט אבער נאכן דורכלייענען האב איך באשלאסן אז עס איז היבש לאנג, בארינג, איז נישט ווערד און איך וועל אפשרייבן די פאקטן וואס איז אינטערסאנט.

די פירמע האט אנגעהויבן מיט אירע "געגס" -וויזוי זיי רופן עס- און מיט די צייט זענען זיי געווארן פאפולער, היינט ווערן זיי שוין געוויזן אויף טיווי קאנאלן אין העכער 100 לענדער ברענגענדיג א שטארקע הנאה צו די קוקער, זייער סיסטעם ארבעט אז טראץ וואס זיי רעדן פראנצויזיש נעמט מען אראפ אלעס וואס פאסירט אויפן סצענע און זיי לייגן נאר צו גוטע מיוזיק און פארשידענע שטימעס ווי מענטשן לאכן.

אנהויב ווייזן זיי איינמאל וויאזוי די פרענק גייט ציגיין און דערנאך טוען זיי עס אויף מענטשן און ווייזן די רעזולטאטן עטליכע מאל, זייערע איידיעס זענען נורא ואיום און מענטשן וועלכע ליידן אויף די הארץ זאלן עס אפשר נישט קוקן...
זייערע צוויי הויפט שפילער זענען א מאן און א פרוי, דעניס לעוועסויר איז א עלטערע פראנצויז וואס האט א שרעקליכע טאלאנט פון שפילן "טעמיש" און די פרוי איז נישט אוועקצומאכן איך וועל איר אבער אויסלאזן, זיי פארמאגן נאך א גאנצע שטאב פון אויסגעצייכענטע שפילער, זיי זענען לייסענסד און ברענגען ריזיגע פארדינסטן פאר קוויבעק. (טוריסטן, און עדווערטייזמענט)

זיי פארמאגן יעדע סארט קליידונג, זיי באזיצן א פארמעגן פון אמבולאנסן, פייער טראקס, אזש ביז ארמי טאנקען, און יעדע זאך וואס עס פעלט אויס.

זיי גיסן אריין שווערע געלטער פארן סוקסעס פון יעדן פרענק און דרייען איבער די שטאט מיט דראמא און נאך פארשידנארטיגע און אינטערסאנטע איידיעס.

זיי האבן מיט די צייט געעפנט א ברענטש וואס הייסט "just kidding" ווי קינדער וואס ווערן גוט טרענירט ווייזן זייער קענטעניס און נערווירן די מענטשהייט...

זיי זענען היינט אזוי גרויס אז כמעט יעדן טאג ערשיינען זיי מיט פרישע סחורה און מען קען ניטאמאל נאכיאגן.

איך געב נישט גערעכט, און רייס נישט אראפ, איך שילדער נאר די פאקטן ארום דעם פענאמענאן, זיי האבן ארויפגעברענגט די נארישע איידיע פון אפטון מענטשן צו א ריזן פירמע מיט מיליאנען מענטשן וואס זענען קראנק עדיקטעד און הייסע "פענס" פון דעם געדאנק.

נאכן דורכפירן א פרענק גייט געווענליך מכות און זיי פרעגן יעדעם באזינדער צו מען מעג עס ארויפשטעלן אין פובליק, זיי באפיצן עס און שטעלן עס ארויף אויף זייערע פולע וועבזייטלעך, יוטוב טשענעלס און אזוי ווייטער.

פאר טוויטער באניצער איז זייער אפציעלע אקאונט ווי זיי טיילן מיט נייע סחורה דא

איך וועל פרובירן מיט די צייט צו ברענגען נאך קליפס און לינקס -ווענדט זיך וויאזוי די ציבור וועט עס אויפנעמען-


-אזהרת נשים-! זייט געווארנט, עס איז אויף אייער אייגענע אחריות.

זיי האבן מומחים פאר עקספלאוזיעס אט האט איר
פאפקארן פרענק'ס
ארט און מעהלעריי
און א קליפ פון א העכער א שעה פאר די וואס גלייכן זיי.

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 26, 2015 7:35 am

· #278113
כ'האב שוין אזויפיל מאל געוואלט עפענען א אשכול וועגן זיי, די חברה האלטן מיר אינטער טאג איין טאג אויס, אבער כ'האב נישט געוויסט ווי מ'הייבט אהן
האסט עס הערליך באשריבען און מורא'דיג גיט צילייגט, נישט אויסגעלאזט קיין שום דיטעיל, ציגעשטעלט די ריכטיגע קליפס וכו'

מיין פראגע וואס ווינדערט מיר אלעמאל איז נאר, פון ווי מאכן די חברה געלט? איז יעדע פרענק זייערע אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט לויטן געזעץ?

מיר וואלטן דיע חברהלייט נישט געקענט פרענקן ווייל איך קען שוין זייערע פנימער אויסעווייניג אין יעדער מין קליידונג און אנשטעל ס'איז נאר שייך, אינטערסאנט אז ס'איז נאך דא מענטשען אין מאנטריאל וואס זיי קענען נאך צו נאר מאכן,

ווי אויך מיין איך אז די ערשטע פאר יאר זענען זיי געווען בעיסט אין לאנדאן שפעטער האבן זיי זיך אריבערגעצויגען קיין קיובעק.

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 26, 2015 7:51 am

· #278116

בעל מדות » דינסטאג מאי 26, 2015 3:56 pm

· #278249
פלעין יודיש
כ'האב שוין אזויפיל מאל געוואלט עפענען א אשכול וועגן זיי, די חברה האלטן מיר אינטער טאג איין טאג אויס, אבער כ'האב נישט געוויסט ווי מ'הייבט אהן
האסט עס הערליך באשריבען און מורא'דיג גיט צילייגט, נישט אויסגעלאזט קיין שום דיטעיל, ציגעשטעלט די ריכטיגע קליפס וכו'

מיין פראגע וואס ווינדערט מיר אלעמאל איז נאר, פון ווי מאכן די חברה געלט? איז יעדע פרענק זייערע אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט לויטן געזעץ?

מיר וואלטן דיע חברהלייט נישט געקענט פרענקן ווייל איך קען שוין זייערע פנימער אויסעווייניג אין יעדער מין קליידונג און אנשטעל ס'איז נאר שייך, אינטערסאנט אז ס'איז נאך דא מענטשען אין מאנטריאל וואס זיי קענען נאך צו נאר מאכן,

ווי אויך מיין איך אז די ערשטע פאר יאר זענען זיי געווען בעיסט אין לאנדאן שפעטער האבן זיי זיך אריבערגעצויגען קיין קיובעק.


א דאנק פלעין אידיש פאר דיינע קאמפלימענטן,  און ריכטיג, עס ליגט דא העכער 8 שעה פון שווערע ארבעט!

איך קוק זיי שוין לאנגע חדשים און ווער משיגע פאר זייערע פרישע געניאלע איידיעס וועלכע ווערן בעסער און בעסער פון טאג צו טאג.

אויף דיין פראגע וויאזוי זיי מאכן געלט,  האב איך שוין פריער ערווענט אז זיי ווערן געוויזן אויף אסאך טיווי שוי'ס איבער די וועלט און אזוי אויך געבט קוויבעק צושטייער <אזוי טראכט איך> פאר די עדווערטייזמענט וואס לויפט נאך כמעט יעדע געג.

איך האב גראדע געוואלט באטאנען וואס די שרייבסט אז זיי קענען דיך שוין נישט פרענק'ן ווייל די קענסט זיי שוין גוט,  איך שטים צו מיט דיר און אויף וואספארא אופן דעניס זאל מיר בעטן צו היטן זיין אינגעלע ווייל ער וויל גיין אין די פובליק טוילעט...וועל איך אים אבער מוזן אפזאגן און געבן א שמייכל.
איך קען נישט כאפן וויאזוי מאנטרעאל'ע מענטשן דערקענען זיי נישט, און עס זענען מן הסתם זייער אסאך טוריסטן וועלכע באזיכן די שטאט.
זייערע אלע פרענקס זענען לעגאל און איך האב אמאל געהערט אז סיי האלטן אויף א לויער אין זייער שטאב!
וועגן פילמען אין לאנדאן מיין איך אז די האסט א טעות.

Kool man » דינסטאג מאי 26, 2015 4:18 pm

· #278253
ס'ווערט געברענגט פון הרמ"מ מרימנוב, אז וועגען דעהם לאכען מענטשען ווען איימיצער פאלט אראפ וכד', ווייל דאס איז א חלק פון זיין תיקון - אפקומעניש.

ס'אט זיך ארומגעדרייט א קליפ ווי א פרענקער זיצט אין א פאסט קעסטעל, און ווען איימיצער ווארפט אריין א בריוו שיסט ער עס צוריק ארויס, ביז ס'קומט א חברה מאן וואס רעגט זיך אויף, נעמט ארויס א רעוואלווער און שיסט אריין אפאהר קוילען אין די פאסט קעסטעל..

בעל מדות » מאנטאג יוני 8, 2015 4:38 am

· #281291
פרישע סחורה פון די געג'ס.
א לענגערע
און א קורצערע

וכדומה.. » דינסטאג יוני 9, 2015 12:20 am

· #281520
Kool man
ס'אט זיך ארומגעדרייט א קליפ ווי א פרענקער זיצט אין א פאסט קעסטעל, און ווען איימיצער ווארפט אריין א בריוו שיסט ער עס צוריק ארויס, ביז ס'קומט א חברה מאן וואס רעגט זיך אויף, נעמט ארויס א רעוואלווער און שיסט אריין אפאהר קוילען אין די פאסט קעסטעל..


<a class="postlink" href="http://www.dailymotion.com/video/x15gscr_just-for-laughs-gone-wrong-kid-dies-accidental-shooting_fun">http://www.dailymotion.com/video/x15gsc ... ooting_fun</a>



אויב מיינט עטס אז סענדיגט זיך אייביג אזוי בעטעמט קוק דא
<a class="postlink" href="http://www.dailymotion.com/video/xb0x5r_just-for-laughs-gags-gone-wrong_shortfilms">http://www.dailymotion.com/video/xb0x5r ... shortfilms</a>

איך גלייב אז אסאך מענטשען רעאגירען אזוי, מאך משוגע א צווייטען,
נאר דאס ווייזן זיי נישט,

נאה דורש » דינסטאג יוני 9, 2015 6:10 pm

· #281670
וכדומה..
Kool man
ס'אט זיך ארומגעדרייט א קליפ ווי א פרענקער זיצט אין א פאסט קעסטעל, און ווען איימיצער ווארפט אריין א בריוו שיסט ער עס צוריק ארויס, ביז ס'קומט א חברה מאן וואס רעגט זיך אויף, נעמט ארויס א רעוואלווער און שיסט אריין אפאהר קוילען אין די פאסט קעסטעל..


<a class="postlink" href="http://www.dailymotion.com/video/x15gscr_just-for-laughs-gone-wrong-kid-dies-accidental-shooting_fun">http://www.dailymotion.com/video/x15gsc ... ooting_fun</a>



אויב מיינט עטס אז סענדיגט זיך אייביג אזוי בעטעמט קוק דא
<a class="postlink" href="http://www.dailymotion.com/video/xb0x5r_just-for-laughs-gags-gone-wrong_shortfilms">http://www.dailymotion.com/video/xb0x5r ... shortfilms</a>

איך גלייב אז אסאך מענטשען רעאגירען אזוי, מאך משוגע א צווייטען,
נאר דאס ווייזן זיי נישט,



די ערשטע פון די פאסט קעסטעל איז פאלש סאיז פון א קאמערשעל פון ארגעטינא

בעל מדות » מאנטאג יוני 15, 2015 4:06 am

· #282704
אין סעריע איבער פרענק'ס: "ראומען עטוואד" באקאנטע פרענקסטער
איינס נאך די וועלטבארימטע געג'ס פירמע ווי שוין באשריבן, וועט זיין די באקאנטע אמעריקאנער פרענקסטער באקאנט אלץ ראומען עטוואד.

ער איז א ריז מיט אייגענע איינפעלער און וועט צאלן גרויסע געלטער אויף יעדע פרענק.

איך וועל אנהויבן מיטן בלאט דא אין וויקיפידיע, זיין טוויטער אקאונט און אביסל אינפארמאציע ליינענדיג דא און דארט.

ראמען עטוואד איז אן אמעריקאנער קאמידיען, וויצלער, און שפיצלער, (פרענקסטער) איז געבוירן געווארן אום מאי 28 1983.

ער איז באקאנט פאר זיינע "באהאלטענע קעמערא" פובליק פרענק ווידעא'ס וועלכע ער לייגט ארויף אויף זיין יוטוב פריוואטע קאנאל.
צום טאג אין יאנואר 4 2015 האבן זיינע ווידעא'ס געגרייכט צו די ריזיגע ציפער פון העכער 929 מיליאן קוקער און קרוב צו א מיליאן סובסקרייבער'ס.
זינט אויגוסט 13 2013 איז ער פארנימען מאכן ווידעא'ס פאר זיין וולאג טשענעל די ווידעא'ס האבן געגרייכט איבער 435 מיליאן קוקער אין מער פון צוויי מיליאן סובסקרייבער'ס.
ער האט לעטצענס אנגעהויבן ארבעטן אויף אייגענע פרענק מאוויס און באזינדער האט ער אנגעהויבן א רעאליטעט שוי אינאיינעם מיט די באקאנטע האווי מאנדעל פון אמעריקא'ס גאט טעלענט.

ער שטאמט פון מילערספארט אהייא, עטוואד האט שוין אפגעפילעמט ווידעא'ס זינט היי סקול, ער האט פראדוצירט א סעריע פון דיווידי (אויף קיין שום איד געזאגט...) גערופן די נארד הארד וואס ער האט פארקויפט פאר שווערע געלטער.

ער האט געטון נאך פולע דזשאב'ס בעפארן זיך אריינווארפן גענצליך אין די ליין פון פרענק'ס.

זיינע מערסט באקאנטע פרענק'ס זענען צווישן הינדערטער אנדערע אט די בעסטע עטליכע.

ראומען מיט די הילף פון אלעקס מאנדעל א זון פון האווי, נעמען די געביידע פון האווי מאנדעל און באווארפן איר מיט טישאס, האווי קומט אהן פון עירפארט און גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעען...

דא רעדט האווי אויף די דזשימי קיממעל שוי, וועגן דעם ריזן פרענק זאגנדיג אז די שפיצל האט אים אפגעקאסט צוויי אלפים.

אן אנדערע סימפל אבער זייער לאכעדיגע איידיע איז געווען אנצופולן זיין הויז מיט דזשונגל באבל'ס מאכנדיג א מאסיווע איבעראשונג פאר זיין ווייב די רעזולטאטן זענען זיס כאפט א בליק.

אלע פרענק ליבהאבער און אוואנטוריסן זענען אינספירירט געווארן פון דעם געוואגטן פרענק אויף זיין ווייב וואס ער האט דערנאך פובליצירט מיטן נאמען געהארגעט מיין אייגענע קינד.

אין דעם פאל נעמט ראומען די קאר וואס איז זיין ווייב'ס באבע'ס שווארצאפל צוליב וואס זי האט געדינט אלץ די אויטא פון איר א פארשטארבענע זון, פארנט פון איר שיסט מען עס אויף, זי איז נאנט צו כאפן א הארץ אטאקע, זי וויינט, אבער פאר גאר אנאנדערע סיבה.

ראומען אין אן אנדערן פאל נעמט ער נאכאמאל דעם באבן אויף א ווילדע רייד לכבוד איר געבורט'סטאג, פונקט ווען זי זיצט ביים רעדל פארן בילד, ערשיינען די לעמפלעך ביים שפיגל, פאליציי ארעסטירט איר צום ערשטן מאל אין איר לעבן, ביים פארליינען אירע רעכטן האבן זיי א וויכטיגע מעסעדזש איר איבערצוגעבן...

נאכן בארויבן א קינדער וואלענטיר ארגענעזאציע, איז ראמען די דעטעקטיוו ווי די קאץ אויפן מילך, אבער מיטאמאל ווערט די אטמאספערע איבערגעדרייט פון שווארץ צו ווייס, ער פירט אריין די גאנצע שטאב אין א צימער ווי עס ליגן נייע קאמפיוטער'ס, די שאק איז קענטליך, ביי טייל איז דא טרערן אין די אויגן זעט דא


א זאך וואס האט מיר געברענגט טשילס, דער יעניגער שלאפט, ווען מיט איין בהלה וועקט מען אויף, עס ברענט, שטיי דא!, מיט א שלאפעדיגע גייסט און א מאנסטער פחד שאקלט ער זיך פאר שרעק, קוים ווארטנדיג מען זאל אים ראטעווען די לעבן... ער וויל הארגענען יעדן פייערלעשער ווען ער הייבט אהן כאפן אז דאס איז נאך א פרענק אין די ליסטע
און פאר די יונגערע עולם וואס גלייכט דראמא
מענטשן לויפן פאר די לעבנ'ס.

וכדומה.. » מאנטאג יוני 15, 2015 8:20 pm

· #282850
#שפיצלער

קריעטיוויטי אין פארברייטערן מאמע לשון..

יואב » דינסטאג יוני 16, 2015 3:19 am

· #282937
Re: שפיצלעך, און פרענק'ס, קליפס, און לינקס, און אלעס ארום
צוליב אן אומפארשטענדליכער סיבה קומט מיך – געווענליך – אזאנע קליפס נישט צום שמייכלען. בדרך כלל איז דאס אדער קארני, אדער סתם געצאפט דאס בלוט פון א באשעפעניש אדער ביידע צוזאמען.

וואס איז די תאווה פון מאכן א מענטש שפרינגען? איך קען דאס נישט פארשטיין.

בכלל האלט איך אז דאס לאכן אינעם הונטערגרונט ווי ביי די געגס, נעמט אוועק דעם גאנצן טעם.

דאס אלץ שטייצעך לפענ"ד.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

בעל מדות » דינסטאג יוני 16, 2015 4:18 am

· #282940
יואב
צוליב אן אומפארשטענדליכער סיבה קומט מיך – געווענליך – אזאנע קליפס נישט צום שמייכלען. בדרך כלל איז דאס אדער קארני, אדער סתם געצאפט דאס בלוט פון א באשעפעניש אדער ביידע צוזאמען.

וואס איז די תאווה פון מאכן א מענטש שפרינגען? איך קען דאס נישט פארשטיין.

בכלל האלט איך אז דאס לאכן אינעם הונטערגרונט ווי ביי די געגס, נעמט אוועק דעם גאנצן טעם.

דאס אלץ שטייצעך לפענ"ד.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk


גערעכט, די תאוה פלעג איך האבן ביז אינמיטן ישיבה קטנה, זי וואקסט אויס, אפטמאל מאך איך צו א גייענדע קליפ אינמיטן שפילן, אויס אויפברויז.
איך דאקומענטיר איר אז מען זאל וויסן און ארויסהאבן דעם נושא, און איך לעב נישט דערמיט, און איך בין נישט קיין ספעציעלע געג עדיקט.

די געלעכטער אינעם הונטערגרונט איז לויט מיין מיינונג יא אזאך וואס מענטשן האבן ליב, און אגעס זיי קענען זייער האומווארק.

ירח בן יומו » דינסטאג יוני 30, 2015 11:24 am

· #286185
זהירות נשים! איז נישט גענוג. ס'איז דא צייוישן זייער זאכן אסאך געמיינע זאכן. זהירות.

קאסטנער » דינסטאג יוני 30, 2015 10:43 pm

· #286362
Re: שפיצלעך, און פרענק'ס, קליפס, און לינקס, און אלעס ארום
ירח בן יומו
זהירות נשים! איז נישט גענוג. ס'איז דא צייוישן זייער זאכן אסאך געמיינע זאכן. זהירות.

וואס למשל? געי?

פלעין יודיש » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:11 am

· #297277

פלעין יודיש » דאנערשטאג יולי 28, 2016 6:49 pm

· #343887
א יוד איז נעבעך אריינגעפאלען 0:43 און 1:08


איך אויך » דאנערשטאג יולי 28, 2016 7:26 pm

· #343889
די חברה לויפן נישט אויס פון איידיעס. דא האט איר אפאר גוטע פרענקס.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 28, 2016 7:40 pm

· #343891

איך אויך » דאנערשטאג יולי 28, 2016 7:52 pm

· #343892
ווי אזוי מאכן זיי די פרענק ביי 6:23?

איך אויך » דאנערשטאג יולי 28, 2016 8:17 pm

· #343895
ווען איר האט א שעה צייט צו לאכן.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 28, 2016 8:19 pm

· #343896
אבער געדענק.
ירח בן יומו
זהירות נשים! איז נישט גענוג. ס'איז דא צייוישן זייער זאכן אסאך געמיינע זאכן. זהירות.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2016 7:14 pm

· #351834

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 7:57 pm

· #354478
נאך פון די קאנאדישע חברה און דאס מאל מיט כלבים. גראדע אנפאנג זעהט מען א גרופע היימישע מיידלעך זיך שפילן.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/vww6BdJUK-E?t=1s">https://youtu.be/vww6BdJUK-E?t=1s</a>

בעל מדות » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:50 am

· #354522
איך אויך
נאך פון די קאנאדישע חברה און דאס מאל מיט כלבים. גראדע אנפאנג זעהט מען א גרופע היימישע מיידלעך זיך שפילן.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/vww6BdJUK-E?t=1s">https://youtu.be/vww6BdJUK-E?t=1s</a>


קענסט לייגן א נייע לינק? די לינק איז אוועקגענומען.

סקרן » מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:41 pm

· #362680
QUESTIONS THAT HAUNT ME!

Can you cry under water?

How important does a pn..erson have to be before they are considered assassinated instead of just murdered?

Why do you have to 'put your two cents in'... but it's only a 'penny for your thoughts'? Where's that extra penny going to?

Why does a round pizza come in a square box?


How is it that we put man on the moon before we figured out it would be a good idea to put wheels on luggage?

Why is it that people say they 'slept like a baby' when babies wake up like every two hours?

If a deaf person has to go to court, is it still called a hearing?

Why are you IN a movie, but you're ON TV?

Why do people pay to go up tall buildings and then put money in binoculars to look at things on the ground?

Why do doctors leave the room while you change?
They're going to see you naked anyway.

Why do toasters always have a setting that burns the toast to a horrible crisp, which no decent human being would eat?


Why does Goofy stand erect while Pluto remains on all fours?
They're both dogs!


If corn oil is made from corn, and vegetable oil is made from vegetables, what is baby oil made from?

If electricity comes from electrons, does morality come from morons?

Do the Alphabet song and Twinkle, Twinkle Little Star have the same tune?

Why did you just try singing the two songs above?


Did you ever notice that when you blow in a dog's face, he gets mad at you, but when you take him for a car ride, he sticks his head out the window?
Why, Why, Why ??

Why do we press harder on a remote control when we know the batteries are getting dead?

Why do banks charge a fee on 'insufficient funds' when they know there is not enough money?

Why does someone believe you when you say there are four billion stars, but check when you say the paint is wet?

Why do they use sterilized needles for death by lethal injection?

whose idea was it to put an 'S' in the word 'lisp'?

If people evolved from apes,
why are there still apes?

Why is it that no matter what color bubble bath you use the bubbles are always white?

Is there ever a day that mattresses
are not on sale?

Why do people constantly return to the refrigerator with hopes that something new to eat will have materialized?

Why do people keep running over a string a dozen times with their vacuum cleaner, then reach down, pick it up, examine it, then put it down to give the vacuum one more chance?

Why is it that no plastic bag will open from the end on your first try?

How do those dead bugs get into those enclosed light fixtures?

When we are in the supermarket and someone rams our ankle with a shopping cart then apologizes for doing so, why do we say, 'It's all right?' Well, it isn't all right, so why don't we say, 'That really hurt, why don't you watch where you're going?'

Why is it that whenever you attempt to catch something that's falling off the table you always manage to knock something else over?

In winter why do we try to keep the house as warm as it was in summer when we complained about the heat?

How come you never hear father-in-law jokes?

And my FAVORITE......
The statistics on sanity is that one out of every four persons are suffering from some sort of mental illness. Think of your three best friends -- if they're okay, then it's you.


Do you ever wonder why you gave me your e-mail address in the first place?

~~~Now send this on to your friends and make them smile too!~~~

**** A day without a smile is like a day without sunshine! ***

חמלה גדולה » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:37 pm

· #533688

ברוך שפינוזה » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:54 pm

· #533689
twinztv אויף יוטיוב האט מיין איך געהאט די בעסטע פרענקס, ס'איז אזוי גוט געוועהן אז מ'האט עס פארשפארט... אבער גוטע אידן האבן געסעיווט די גוטע שטיקלעך אויף אנדערע טשאנעלס, זוך אין יוטיוב twinztv baited bike אדער twinztv baited truck, זיי פלעגן האבן עטליכע ווערסיעס פון ביידע.

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:55 am

· #533707
חמלה גדולה
קודם זייער א גיטע פרענק איך האב געפילט אזוי שלעכט פאר עים.
צווייטנס די פלאסיבא אפעקט, אז א מענטש איז איינגערעדט אז ער איז קראנק, איז ער טאקע קראנק, ער האט זיך קוים געקענט רירן, די מינוט ער געפינט אויס ס׳איז א פרענק שפרינגט ער ארויס פון בעט און דערלאנגט א פאנטש פאר זיין פרענד.

חמלה גדולה » פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:00 pm

· #533831

צקון לחש » מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 11:55 pm

· #533851
חמלה גדולה
איך בין היבש סקעפטיש איבער די אטענטישקייט פון ביידע ווידעאוס

קהל'ס נער » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:16 am

· #533865
איך מיין אז ס׳עכט
און אויב איז עס נישט עכט דארפן זיי געווינען א פאליצער פרייז פאר עקטן

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:24 am

· #533870
עס זעט מיר אויס עכט, די חידוש איז נאר אז זיי פרענקן דאך יענעם אגאנצן טאג, זיי וואלטן אלעמאל געדארפט זיין סקעפטיש ווען עפעס "אויסטערליש" פאסירט צו זיי.

טמיר » זונטאג אוגוסט 20, 2023 1:27 pm

· #533888
Re: שפיצלעך, און פרענק'ס, קליפס, און לינקס, און אלעס ארום
קהל'ס נער
איך מיין אז ס׳עכט
און אויב איז עס נישט עכט דארפן זיי געווינען א פאליצער פרייז פאר עקטן
זעה איך נישט די גרויסע גע'עקטאכטץ דארט. ספעציעל דער געפרענקטער טוט דאך ממש גארנישט.

זעהט אויס איך פארשטיי נישט צי די חכמה פון עקטען [emoji18]

סיסטעם » מאנטאג אוגוסט 21, 2023 6:31 pm

· #533952
די חברה וואס דער עולם איז ביזי דא סטעישן כמעט אלע זייערע קליפס, און עס איז דא סיי קליפס ווי מזעהט זיי אויסשטעלן, און סיי עקטערס האבן מודה געוועהן.
די איינציגסטער וואס איז נישט געסטעישט זענען די וועלכער רעגן קיינעם נישט אויף, א שטייגער ווי בעטן הילף וכדו'