☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים

החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8947
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 3, 2015 6:19 pm

· #280326
בחיי הרב שך איז נשט קיין ראיה. הרב שך האט נאכאנאנד פארדאמט די מעשים, און יעדער האט געוואוסט אז ער האט עס עכט נישט געוואלט. בלייבען בלייבט עס היצקעפ וואס טוהן געפערליכע זאכען. ביי חסידים האט מען נאך קיין ווארט נישט געהערט פון די מנהיגים פון די שלעגער'ס קעגען זייערע שלעגעריי. ס'אהט איינער געהערט פונ'ם בעל דברי יואל פארדאמען דער פארברענען כתבי הרי"ד עפשטיין? ס'האט איינרע געהערט פון איהם א ווארט וועגען פייער-לעשער'ס אין קלז"ב? און דאס איז יארען פאר א ליטוואק האט זיך אויף עפעס געשלאגען. אבער היינט זענען די מנהיגים ביי די ליטווישע טאקע שולדיג, זיי פארדאמען דאך נישט און האלטען בכלל נישט צוריק זייער מענטשען פון די זאכען. אבער נאך אלס ווייט ווייט פון חסידים.יא, מ'שלאגט זיך און ס'איז א ווייטאג, אבער נישט אויפ'ן שטאפעל פון א רעבישע מחלוקת. דיין מעסער מעשה גלייב איך נישט, און די באמבע האט דאך נישט געדארפט קיינעם באשעדיגען. ס'איז געפערלעך טאקע, אבער ביז אייזיק לעפקאוויטש מיט משה פר"מ קומט עס נישט, ובפרט אז דארט האט מען עס נאר פארדאמט דורך די וואס האבען געליטען. מ'האט נאך טאקע נישט מערער געווען אויף א יחוס ביי די ליטווישע. ס'איז נאך שטארק אונטערשטעליג, אבער אויף א גליטשיגע וועג, רח"ל.
ב"ה אין אמעריקא זענען די ליטווישע נאך ווייט פון די זאכען. ר' חיים וואלאזינער האט דאך געזאגט אז די לעצטע סטאנציע פון תורה וועט זיין אמעריקא, נישט א"י. דעריבער זענען די עכטע דאהי, און טאקע מ'קען נישט חלומ'ען פון אזעלכע זאכען אין לעיקוואוד. הלוואי ווייטער.

משה פראגער » מיטוואך יוני 3, 2015 6:28 pm

· #280330
בן אדם
אוי, דער יונגערמאן? סתם א סקווערער טעמבעל.

די סקווערעס זענען טאקע טעמבלים און בהמות אבער דער אינגערמאן האט מיט זיי איינגעשטויסען פונקט וי די האסט איינגעשטויסען מיט פאלטישאן

משה פראגער » מיטוואך יוני 3, 2015 6:35 pm

· #280332
[ציטאט אראפגענומען]

און די בני ברק׳ער לוטפאקעס זענען יא ממשיכים פון ר׳ חיים וואלאזשינער?
מאכסט מיר לאכען, זיי זענען און בעסטען פאל צומישטע שאך׳ניקעס בני תורא וואס האבן מיטן ר״ח וואלאזשינער גארנישט, אלעס האט זיך אפגיהאקט ביים אותו זקן וואס האט געשפילט שאך מיטן ליטווישע וועלט און זיי משוגע געמאכט כהוגן

I'm back » מיטוואך יוני 3, 2015 6:42 pm

· #280334
דער שך האט פארדאמט???

ער איז געווען די הויפט טעראריסט!!!!

רוסישער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:00 am

· #280416
זאגט איינער צו הרב שך: "ווען דער ראש ישיבה וועט קומען למעלה וועט דער גר"א אליין ארויסקומען מקבל פנים זיין בזכות די מלחמת מצוה אייערע" רופט זיך אפ הרב שך "דער גר"א? דער בעל התניא!" ודפח"ח.

משה פראגער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:06 am

· #280435
.

משה פראגער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:14 am

· #280445
קודם כל ווער האט דיר דערציילט ווער מיין טאטע איז און ווער איז מיין זיידע אז זיי זאלען זיך שעמען פון הרב שאך וואס איז טאקע געוועהן א גרויסער ת״ח (ויש גורסים תענית חלום) אבער איז געוועהן א גרויסער מחוצף צו גרויסע חסידישע רעביס וועם ער האט בלינדרהייט פיינט גיעהט שנאת מוות נאר פאר׳ן זינד פון זיין חסידיש געשטימט, מיט דעם איז ער געוועהן א גרעסערער מחוצף וי מיר
והשנית שוין איך וועל אויספירען מארגען.

matovu » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:20 am

· #280446
פיר נישט אויס
לאמיר רעדען ווי ערוואקסענע מענטשען
לאז דער לשון מדברת גדולות פארען בודאפעסטער לוטוואק

משה פראגער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:30 am

· #280449
לאמיר טאקע רעדען וי ערוואקסענע מענטשען,
נישט יעדער אלטער מענטש וואס איז זיך משתלט על הישיבה בכח הזרוע און קען א ביסל לערנען און דרייען מיטן זרת און טראגט א פראק אדער א המבורג איז ראוי לאותו איצטלא, אויך נישט אויב איז ער 104 יאר אלט און אפילו ער האט א לויזען צונג וי רב שאך

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:59 am

· #280460
דאס אז ס'איז נישט דא קיין חילוק ביי ענק פון א ת"ח אדער נישט. ווען מ'האט א טענה אויף א מענטש, לאזטו דיין מויל לויפען און רינען נישט טראכטעדיג אז א ת"ח דארף מען אנדעריש באהאנדלען, על אף דיין טענות, איז א חלק פון די באנקראטירטקייט פון דיין לעבען שטייגער.
הרב שך האט זיך סך הכל געשלאגען מיט יורשים, רעבע'ס וואס זענען אייניקלאך פון אייניקלאך פון מענטשען וואס ס'קען זיין זיי זענען געווען תלמידי חכמים. ווען ס'האט געהאט צו טוהן מיט א ת"ח האט ער טאקע אנדעריש גערעדט עי' ערך 'שבט הלוי' ועוד. ווען א מענטש'ס 'סולם ערכים' איז געבויט עפ"י תורה, לאזען זיין פערזענליכע קריגערייען, אדער אפילו לש"ש קריגערייען, נישט צורירען דער כבוד ת"ח וואס דער תורה פאדערט. נאר די וואס לעבען נאר פארטיי, נאר איך מיך און זיך, פארלירען אלע מדות ונימוס במקום א מחלוקת, אז אפילו פינף און צוואנציג יאר נאך דער קריג האסען זיי און שימפען זיי כאילו מ'נעמט זיי יעצט עפעס צו.

און @אנאנים איך האב נישט קיין אהנונג וואס דו קענסט פון לעיקוואוד, אבער דיין מציאות איז אביסל מאדנע צו מיר. וואס איז דער 'פריצות' פראבלעם אין לעיקוואוד? וואס איז שלעכט מיט חתונה האבען מיט א יונגערע מיידעל? ווער האט דיר איינגערעדט אז יעדער האט חתונה פאר געלט אדער א יפת תואר? פארוואס מעג מען נישט חתונה האבען מיט א יפת תואר?
איך מיין נאר ארויסצוברענגען אז דו האסט א גאנצע בליק אויף א שטאט און א געזעלשאפט, און ס'איז אין גאנצען נישט געגרינדעט אויף תורה. דיין טענות זענען אלע נאר 'היימישע'.
"א קאלטקייט צו דברים שבקדושה" - וואס זענען די דברים שבקדושה? קברים אין בית שמש? יא, קיינער אין לעיקוואוד גייט איהם נישט אן די קברים דארט. אחוץ איינער. דער וואס ר' י.מ. אינדיג האט געדינגען צו שרייבען זיין 'מכתב להרב שפרן', אבער ער האט עס געטוהן פאר געלט. ער וואלט געטוהן פאר'ן אנדערע צד פאר געלט אויך. אחוץ דעם, ווייס איך נישט וואס פארא דברים שבקדושה דו האסט זיך אנגעשטויסען אין לעיקוואוד וואס וואלגערט זיך אן א גואל.

diff » פרייטאג יוני 5, 2015 9:34 am

· #280814
געגען וועם איז חסידות געשאפן, אויב נישט די אזויגערופענע ת"ח
בלאט: 1 2