כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8940
כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פארשטעלן פאר'ן ציבור דעם "ספר האישים" פון "מאראנצןזאפט" אלס א מתנה טובה לכבוד שבועות.

עס איז אונז א כבוד צו קענען ברענגען די רייכע ווערק פון מאראנצןזאפט אין א הערליכן פארמאט, בכלי מפואר, ראוי לעלות על שלחן מלכים, צו אלעמענס העכסטער צופרידנהייט און עונג יום טוב.
ווען איר וועט מישן די בלעטער און זיך באקענען מיט די פראפילן פון אט די בארימטע פערזענליכקייטן, זאלט איר ביטע געדענקען, אז עס איז אריינגעגאנגען אומגעהויערע כוחות ארויסצוגעבן א דבר השלם, אבער שגיאות מי יבין, און מיר טוען זיך אנטשולדיגן פאר סיי וואספארא טעותים עס זענען אריינגעפאלן דערין.
מיר האפן איר וועט צו קענטעניס נעמען אונזער שווערע הארעוואניע און געניסן דערפון אן אמת'ע הנאה.
א פרייליכן יו"ט,
@כוכב און
@מה הוא📎 ספר האישים.pdf
ברוך השם
פרינטס ארויס פאר אייך און נאנטע
און האט הנאה
@מאראנצןזאפט מאך דיר וויסענדיג!
דער עולם וויל אויסדיקן זייער הנאה, כאטש מיט א לייק
אנבעליוועבל וואס דער כוכב האט אריינגעארבעט. א מין יופי פון א ספר!
פסח ביים פה-סח האב איך געמיינט אז ער וועט כראפעצן ביי יחץ, וואס זאל איך יעצט זאגן?
ווען איר וועט אריינקומען ביי תיקון ליל שבועות אין ביהמ"ד און איר וועט זעהן א איד מיט א האלב-אראפגעפאלענעם שטריימל שלאפן טיף אויפן טיש אויף זיין אויסגעשטרעקטן האנט און די מויל האלב פארדרייט און מען קען אים נישט דערוועקן, וועט איר קלאר וויסן "כוכב מה הוא".
ואמרתם כה לחי.
מה הוא איך מוז דיר עקסטער קאמפלימענטירן פאר דיין ארבעט. א מייסטער ארבעט!
מען זעהט אז דו האסט אריינגעלייגט כוחות עצומות.
דער פשוט'ער סלייס אראנדזש נעבן דעם קאווע טישל (שטיבל לאגא) גיבט אזויפיל צו, און דיין ווארימע הקדמה רעדט פון הארץ.
זאלסטו אלץ קענען מהנה זיין אידן עד ביאת הגואל.
נאך אזא קונטרס קען זיך דער טריביון פארמאכן, אחוץ אויב ס'נאך דא א לעבעדיג מענטש וואס איך קען נישט.
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן:
.
עס זעהט אויס זייער עטרעקטיוו, ותשואת חן חן לכל העוסקים באמונה. מפני טירדות שונות וטירדות הזמן קומט שוין נישט אויס דא צו פארברענגען, אבער עס ווארעמט די הארץ צו זעהן ווי אונזערע טייערע חברים פארנעמען זיך מיט חקר תולדות גדולים ומשפיעים און נאך אנדערע קאנסטראקטיווע מענטשען.
@כוכב און
@מה הוא (מיין ניק איז בטעות אריינגעפאלן צווישן די עורכים, איך האב נישט געהאט די צייט צו דעם, ועוד חזון), כל הכבוד!
יישר כח מארנצןזאפט.
יישר כח כוכב.
יישר כח מה הוא.
יישר כח קאווע שטיבל.
יישר כח מנהלים.
יישר כח די מנדבים.
יישר כח גאט פאר מיין זעה קראפט.
מייסטערהאפטיגע מערכת, טאלאנט, אינוועסטיגעטיוו זשורנאליזם, און גראפיקס.
אומגלויבליך!
כוכב, דו גייסט אונטערברענגען די היימישע געדריקטע אויסגאבעס!
אין אנדערע נייעס זענען יעצט
דו דיינים דן אויב ספר האישים איז אויך ביכולת צי קאנפיוזן קונדער.
אויב דער זעלבער כוכב האט ציגעשעטלט פה-סח און ספר האישים איז יש מקום להחמיר.
קען זיך דוכטן ווי קאווע שטיבל איז א מולטי מיליאן דאלערדיגע ביזנעס, מיט א אסטראנאמישע אריינפלוס פון פראפיט א שטאט פון פול טיים באצאלטע ארבעטער און פלאטע פון טרעילער'ס אויפן ראוד וועלכע שטייען כסדר גרייט צו סיי וואספארא באפעל פונעם שעפערישן גענעראל און פעלדמארשאל, די פירמע'ס בעל הבית
@כוכב וועלכע מאכט עס אזוי אויסקוקן מיט זיינע מולטי טאלאנטן וועלכע ליידן פון נישט קענען איינזיצן, און דעליווערן קנאקעדיגע סחורה, אהערשטעלן פרישע פראיעקטן מיט א געניטע סיסטעם צו די צופרידנהייט און הנאה פון יעדעם.
כוכב די איבערצייגסט כסדר אז מאמע לשון איז עפעס וואס קען ווערן געשמאקער און טיכטיגער.
ווידעראום
@מה הוא האט זיך אויך לעטצענס ארויפגעשארט די ארבל און אנגעהויבן שיסן קריעטיוועטי אויף א פארנעם וואס מען זעהט נישט פאר באצאלט און זיכער נישט פאר בחינם.
כ'בין ערנסט איבערגענימען וואס דא, על אדמת קאווע שטיבל, גייט אלץ פאר און ווען שרייען וואלט געווען אן אפציע פון זיך באדאנקען וואלט איך געשטאנען א הייזעריגער אויסגעשפארט פון קאווע שטיבל....
@מאראנצןזאפט איך באוויין דיין אפוועזנהייט און זיי ביים וויסן אז דיינע אייניקלעך גייען נישט האבן קיין "ספר האישים" אויב די גייסט אויפהערן דא ליפערן סחורה, די מיזט נאך אריינווארפן דיינע זאכן.
קיין ספק אז אין קימענדיגן "ספר האישים" נומער צוויי וועט זיין א ארגינעלע בינטל טאלאנט ווי כוכב וועט ווערן פאראייביגט אלץ איינע פון די ריזן פון צווישן די ווענט פון קאווע שטיבל וועלכע האט אזויפיל כח געלייסטעט פאר די פלאץ.
שמעקעדיגאנבעליוועבל וואס דער כוכב האט אריינגעארבעט. א מין יופי פון א ספר!
פסח ביים פה-סח האב איך געמיינט אז ער וועט כראפעצן ביי יחץ, וואס זאל איך יעצט זאגן?
ווען איר וועט אריינקומען ביי תיקון ליל שבועות אין ביהמ"ד און איר וועט זעהן א איד מיט א האלב-אראפגעפאלענעם שטריימל שלאפן טיף אויפן טיש אויף זיין אויסגעשטרעקטן האנט און די מויל האלב פארדרייט און מען קען אים נישט דערוועקן, וועט איר קלאר וויסן "כוכב מה הוא".
ואמרתם כה לחי.
אדער א איד וועלכער איז געצוואונגענערהייט געקומען צו דעם סקווווערער רעבע'ס שליט"א טיש. נאך א גאנצע וואך אריינהאקן עבודת הפרך .נישט חלילה דעם רבינ'ס. נאר דעם בעל הבית הנהנה מיגיע כפיו. און די קע.דזש.בי. האט איהם פשוט געווינגען צו קומען צום טיש. שלאפט ער איצט. ווייל ער פאלט פשוט צוזאם פאר מיעדקייט. אנטשולדיגט. נאר איין אומ'פונקטליכקייט איז דא. נישט נאר איין איד, נאר צענדליגע אידן טוען דאס ליידער. אזוי אז ס'זעהט אויס ווי א בית השחיטה...בעיני ראיתי כמה פעמים. וגם אני השתתפתי...!
בערל גיב אכטונג וואו דו דרייווסט. זעהסט דעם סיין? No left turn.
איך בין פארגאפט, בעסער געזאגט איבערראשט, אייגנטליך שאקירט, פון וואס דא האט זיך אפגעשפילט. ווען כוכב האט געבעטן די רעכטן איבערצונעמען דעם ספר האישים האב איך נישט געוואוסט וואס צו ערווארטן. אבער דאס איז דאך איז שוין ווירקליך אן איבערראשונג. אויגנפארכאפנד. פרעפאסיאנאל. אזא כבוד.
א הארציגן, טיפן, ישר כוח פאר כוכב, מה הוא, און אלע אנדערע מיטארבעטער, וואס האבן ארויסגעהאלפן אז ספר האישים זאל ווערן א רעאליטעט.
מדי דברו, אז דער ספר האישים איז אינדרויסן, איז אבער לבי נקפי. כאטש איך האב אלעמאל פרובירט צו שרייבן פאזיטיוו, וויל איך איבערבעטן, זיך אנטשולדיגן, טאמער איינער האט זיך אמאל געשפירט געטראפן פון מיינס א ווארט, עס איז אלעמאל געווען ראשית כוונתי לטובה, און ביטע זייט מיר מוחל. אדאנק.
מיר האלטן פונקטליך 16 שעה נאכן ארויפלייגן דער אינהאלטרייכע "ספר האישים",
און אומגלויבליך עס האלט שוין ביי
אראפגעלאדנט 645 מאל
[ציטאט אראפגענומען]
דארט האט מען נישט געקענט זען. פארוואס טאקע?
ווייל עס איז נישט געווארן אראפגעלאדענט דירעקט פון שטיבל.
איך זע אז עס האלט שוין קרוב צו 800 דאוללאודס אין ניטאמאל קיין 24 שעה פונעם ארויסקום,
יעצט בין איך נייגעריג צו דאס קען אנקומען ביז 24 שעה צו 1000?
עס איז נאך דא איבער צוויי א האלב שעה צו גיין
will see and find out
א גרויסן דאנק פאר כוכב, מה הוא און מאראנצןזאפט, פארן אהערשטעלן אזא מייסטערהאפטיגע ארבעט.
דער ארטיקל איבער ר' וועלוול שמעלצער איז ספעציעל פארן ספר האישים, אדער איז עס שוין אמאל געווען אין שטיבל?
יצחק לאווי - דער באשרייבן איבער עם - איז ארויסגעפאלן? עמדה לו חמה ליהושע איז פילייכט - אויך - ארויסגעפאלן.
עמדה לו חמה ליהושע איז געהעריג דא
ברסלבערדער ארטיקל איבער ר' וועלוול שמעלצער איז ספעציעל פארן ספר האישים, אדער איז עס שוין אמאל געווען אין שטיבל?
יא
נישט פארגעסן אפצוגעבן דעם ערליך פארדינטן אנערקענונג פאר הרבני הנגיד המפואר רב פעלים מקבציאל מוה"ר
@שטילע אינגערמאן וואס פון די ערשטע מינוט האט ער גענומען אויף זיך א באדייטנדע טייל פון די הוצאות וואס האט שטארק ארויסגעהאלפן פאר'ן פראיעקט.
און א האנט פאר
@רויטע וואנצעס וואס האט אריינגעלייגט שעות פון אינוועסטיגעטיווע ארבעט מיט שאפן רוב פון די בילדער. מיינטס נישט אז עס איז געווען א לייכטע ארבעט. אויך האט רויטע וואנצעס גענומען אויף זיך א ספאנסאר-שיפ. גיטס אים אלע א סלעפ פייוו.
די ערשטע דארף מען זיך באדאנקען פאר
@מאראנצןזאפט וואס האט שטארק באגלייט דעם פראיעקט און (לכבודי, נאכ'ן שטיין אויפ'ן קאפ...) באווייליגט צו שרייבן דעם הערליכן נייעם ארטיקל.
א דאנק פאר
@טאמבל סאס פאר'ן צושטעלן די בילדער פון הרב ראפאפארט.
א דאנק פאר
@פלאוויוס, @אנאנים,
@ונבנתה העיר און
@שמעקעדיג פאר'ן צושטיין בעצה ובתושי' ובסיוע שיש בו ממש פאר דעם פראיעקט.
לעסט באט נאט ליסט, די שטענדיגע גרייטקייט פון די צוויי מנהלים
@סדרן און @אנאנים. סארי מנהלים, איך נעם אייער הילף פאר גרענטעד, ממילא פארגעס איך אייך צו באדאנקען, אבער זאל דער עולם וויסן וויפיל איר זענט ארויס פון וועג ארויסצוהעלפן פאר דעם ספר האישים.
אן אזא מיטארבעטנדע טים פון עליטיסטשע חברה וואס פארשטייען אן עסק וואלט דא גארנישט געווען. גיטס זיי אלע א טאמבס אפ.
@מה הוא וואס זאג איך אויף מה הוא, דארף איך אים באדאנקען? עס איז זיין פראיעקט. ער קען מיך באדאנקען.
וויפיל בין איך אים געשטאנען אויפ'ן קאפ. וויפיל האב איך אים משוגע געמאכט אויף קלייניגקייטן. וויפיל מאל האט ער געמוזט מיטטאנצן מיט מיינע קאפריזן ווייל איך האב געטוישט מיין מיינונג. ווי שווער איז געווען צו באזייטיגן אן ארטיקל נאכ'ן אויסשטעלן ווייל איך האב אים נישט געזאגט גענוג פרי דאס ארויסצונעמען. וויפיל כוחות האט ער אריינגעלייגט אין דעם דעקל אז עס זאל אויסקומען אזא פראכט. ווער נאך ווי איך ווייס וויפיל אפציעס פון 'דעקלעך ער האט ארויסגעשטעלט אז עס זאל זיין צו מיין געשמאק. ווער נאך ווי איך ווייס אז "גאנץ" ספר האישים איז שוין געווען גרייט, און ער האט אנגעהויבן פון "אלף", אהערשטעלנדיג א מהודרא בתרא פון די גאנצע ארבעט, ווייל ער האט מיך געוואלט צופרידנשטעלן. וויפיל מאל איז ער אויפגעשטאנען פארטאגס ארבעטן אויף דעם פראיעקט.
רבותי דער איד איז א מסירת נפש איד. גיטס אים אפ דעם ריכטיגן כבוד, פנו מקום, מאכטס פלאץ פאר רבי מה הוא.
דער ארטיקל "כי ביצחק יקרא" האב איך באין ברירה ארויסגענומען די לעצטע מינוט אויפ'ן פערזענליכן פארלאנג פון
@מאראנצןזאפט, דערנאך וואס ער האט נישט געקענט קריגן רשות פונעם בעל דברים גענוג אין צייט.
כוכב, ווען ס'קומט מיר א דאנק נעם איך עס גערן. אבער פאר בלויז געבן אפאר הערות אויף איין ארטיקל קומט מיר גארנישט.
איך האב מיך אסאך צו לערנען פון דיין און מה הוא'ס מסירות נפש. מי יתן איך זאל אמאל אנקומען אהין.
אין א דיסקוסיע וועגן שטארבן, נעלם גיין און פארשוואונדען ווערן אין ים אריין, האט מיר מאראנצןזאפט געשריבן אין אישי ווי פאלגענד:
איך בין נישט אנטלאפן חלילה, איך קום דא אריין פון צייט צו צייט. אבער איך בין מורא'דיג אנגעשטרענגט אין פערזענליכן לעבן און דערנאך וואס קאווע שטיבל איז צו געשמאק און קאסט צופיל צייט האב איך עס געמוזט אויפגעבן.
איך שרייב נאך פון צייט צו צייט, איך האב געשריבן אויף סוכות דעם ומרדכי רצוי לאחיו, ערגעץ אינמיטן ווינטער איבער שלום אין סטוטשין און כי ביצחק יקרא, איך האב געשריבן לכבוד פורים אן אינטערוויו מיט קופערניקוס וואס האט אויך גענומען עטליכע שעה, איך העלף ניקים דא און דארט, איך האב געשריבן דעם אריינפיר פאר אנאנים'ס אינטערוויו און געלאזט שמעקעדיג נעמען די קרעדיט, פאר פה סח האב איך גענצליך איבערגעארבעט די ארטיקל איבער הרב שלעזינגער פון יין שרף, און יעצט האב איך ארויסגעהאלפן (אביסל) מיט ספר האישים און געשריבן דעם נייעם מאמר, וואס איז אריינגעגאנגען דערין אסאך שעות. איך האב נישט געציילט אבער אפשר אפילו צען שעה(!). איך בין א פערפעקשאניסט, זאכן נעמען מיך אסאך צייט און דאס איז אויך א צוריקהאלט פון שרייבן.
איך בין נישט אנטלאפן נאר באגרעניצט, איך מאך זיכער פון צייט צו צייט צו שרייבן עפעס אינהאלטסרייך און אינטערסאנט און איך קום אריין גענוג אפט מיטצוהאלטן מהנעשה והנשמע.
איך בין טאקע שטארק נייגעריג צו הערן אייערע קאמענטארן אויף מיין נייע ארטיקל אין וועלכע סאיז אריינגעגאנגען אזעלכע כוחות.
און אויב איר פילט אז ס'איז וויכטיג קענט איר מיטטיילן דעם אישי אין דער עפנטליכקייט
איך טייל עס מיט ווייל איך פיל ס'איז וויכטיג אז דער עולם זאל וויסן אז ק"ש איז נישט קוראפט ויש לנו תפוז זקן ומאראנצן שמו, וואס אפילו ווען ס'זעט אויס אז ער איז בהסתרה, שטייט ער פון אויבן און האלט זיין האנט.
גוט יום טוב.
א הארציגן יישר כח פאר די עוסקים בצרכי ציבור באמונה, הני תרי צנתרי דדהבא ה"ה כוכב ומה הוא אשר משימים לילות כימים צו צושטעלן כשר'ע ליין מאטיראל על טהרת הקודש מיט פיל זאפט און תוכן,
כה לחי
געוואלדיג
מה הואברוך השם
פרינטס ארויס פאר אייך און נאנטע
און האט הנאה
ארויסגעפרינט.
לא לדאוגמה הואברוך השם
פרינטס ארויס פאר אייך און נאנטע
און האט הנאה
ארויסגעפרינט אבער וואס קען איך טון אז עס איז איבר דריבא שטותים מיט לאקשען
וואס איז "איבר דריבא"? שוין אריין אין מאחורי.
.
ווי פלעגט רבי יענקעלע זאגן ? אזא גראבע לשון הרע (אויף גאנץ ק"ש) האב איך שוין לאנג נישט געהערט.
.
.
ברוך השם אזוי אומוועלענדיג (נישט וויסנדיג אז איך בין דאס) באקומען אסאך גוטע גריסן דער עולם האט זייער הנאה געהאט,
און געהאט די זכי' פאר אסאך צוצושטעלן א ריכטיגע שמחת יו"ט
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
כודם כל א גרויסער ישר כח פאר @כובב @מה הוא @מאראנצןזאפט
הערליך שיין די ארבעט אין די קאנטענט.
אבער זאגטס מער ענק נעמען קרוטיק אויך.
כהאלט אז פה סח איז געוועהן א שטערקערע היט אין יעצט איז מען געפאלן א ביסעל (ביטע מיך נישט קריטעקירען אז די האלטסט אנדערש לאמיר זיך אדורך שמיסען ) איז אזוי פה סח האט איז געוועהן מלא וגדוש מלא תוכן הערליך ארבעט נישט בארעדט קיינעם. דאס מיינט אז א מענטש וואס קומט נישט אריין דא ביי אינז האט עס אונגעטראפן איז ארויס פין התפעלות וואספארא רייכע גליון אינז האבן צוזאם געשטעלט. משאכ ספר אישים האט בארעדט אסאך יחידים פערזענליך וואס כהאלט אז אפי סאיז טערעסאנט צו ליינען אבער דאך קרומט יעדער מיט די נאז ווייל סאיז א זאפטיגס לשון הרע.
למשל קול מבשר ארטיקעל איז גיוואלדיג אבער ווען משרייבט די אינטערוויאערס שיסט מען רעכטס אין לינקס נאכאמזל איך בין נישט קיין אינטערוויאר. ווי אויך אביסעל די לשונות וואלט מען ווען געדארפט אביסל מגיע זיין ווי למשל גירלפרענד וואלט ווען דא אויך אריין מאחורי.
שכח נאכאמאל אלע סאיז א שיינער ארבעט דא אלץ א דרויסענדיגע בליק האלט איך אז אמפרכעט די קלייניגקייטן קענען מיר זיין #1 אויסגאבא
די מינומאלסטע מאמר חז''ל געדענקסטו נישט?
בלעטער איבער א חפץ חיים, וועסטוו זעןן די צענדליגע מקורות אין חז''ל
די לעצטע שורה וואלט געווען גענוג, ס'איבריגע האט נישט אויסגעפעלט.
ענק האבן זיך איינגערעדט אז נאכן ספר האישים וועט שוין
@כוכב קענען גיין רואיג שלאפן? אוי האט ער נעבעך ארבייט הייינט. ווי מ'קוקט נאר זעט מען זיין געמעקעכטס.
איך האף ביסט סארקאסטיש.
יישר כח איך אויך האב זייער הנאה געהאט פון דעם.
שלום עליכם טייערע חברים
איך האב מיך אויך מחיה געווען, און מיר צוגעגעבן צום שמחת יום טוב.
WOWWWWWWWW
הערליך ארבייט. טאקע נישט געליינט אין יום טוב, נאר דערנאך, אבער א עונג איז עס נאכאלץ געווען.
האט איינער עס געזעהן די גיליון זיך דרייען אין פאבליק? ביהמ"ד, קאווע שטובל?
וועלכע זאכן מעקט מען אויס און וועלכע נישט? איך באמערק צופיל פינטלעך לעצטענס...
אנטשולדיגט פאר די שפעטע יש"כ, די ספר איז עפעס אויסערגעווענטליך, זייער זייער צו דער זאך, ממש א מחי'ה א ריזיגע ייש"כ, ענק זענען ממש נישט מעלמא הדין, סיי די ארטיקלען, סיי די שפראך, און סיי די הערליכע גרעפיק, די ארבעט זעהט זיך אן פון יעדע ווינקל.
אנטשולדיגט פארן זיך אנרוקן אזוי שפעט, כהאף אז איינער איז נאך דא און איך קען נאך ווינטשן מזל טוב.
כ'האב ארויסגעדרוקט דעם ספר האישים, און געהאט אן אמת'ן עונג יום טוב דערפון, און אויך מהנה געווען אנדערע דערמיט, נאר א שאד עס וואלט געמעגט זיין אביסל דיקער, כהאב זיך באקענט מיט אסאך פרישע חומר פון אונזער שטיבל, וואס מחמת ריבוי האור ומחמת קוצר המשיג, בין איך נאכנישט אנגעקומען עס צו קולט זיין, און מיטן הילף פון דער פון אויבן ווען עס וועט זיין אביסעלע מער צייט, וועלן מיר מגיב זיין דערויף אויך.
@כוכב אן עקסטערן שכח פאר די גכוואלדיגע ארבעט דו לייגסט אריין אין גענעראל פאר א יעדן איינעם, וואלסט מיר געמעגט בעטן הילף, דארפסט זיך נישט שעמען, צו מיר קענסטו רעדן אפן.
ווי אויך א דאנק פאר ידידינו וידיד כל ביתינו
@מה הוא פאר די שיינע גרעפיקס און די אויסשטעל, דער אויבערשטער זאל דיר געבן געזונט און כח, צייט און מח, אנצוקומען און נאכצוקומען די ארבעט וואס דו האסט.
ווי אויך א באזונדערע יישר כח פאר
@מאראנצןזאפט פארן מיר מאכן אן עונג יו"ט, און בכלל פאר דיין ארבעט וואס דו לייגסט אריין דיינע ווערק, יתן ה' ויוסיף לך כח לעשות חיל.
בר דעתאין די נאנטע טעג גיייט פארקומען א היסטארישע אסיפה, ווי עס גייען זיך באטייליגן רבי יצחק משה ערלאנגער, רבי בנימין אייזנבערג, רבי מאטל זילכער, רבי חיים דוד ווייס, זלמן ווידער מיט זיינע אונטערטאנען יוסי געשטעטנער און דרעזנער, הרב אשר לעווין, מאטי איליאוויטש און וועלוול שמעלצער און מען גיט אינאיינעם עס א גרופע סורווייווערס אדער וויקטאמס. אויפן טיש גיייט ליגן א גרויסע שיסל מאראנצן זאפט און די אלע דערמאנטע גייען זיך ווענדן צום מאראנצן זאפט און אים זאגן דיין זאפט אוון טעם האט אונז צעלייגט, אויסגעשמירט, דערהויבן לשמי מרום און אריינגעקראכן אין אונזערע דקות און תכונות, אונז געלייגט א שפיגל אין פארנט פון אונזערע אויגן מיר זאלן זיך זעהן בעסר ווי מיר האבן אמאל אליין געקענט באמערקן, די האסט אונז געגעבן אזוי כבוד, געגעלעט אין פנים און גלייכצייטיג בייסיג געציפט אין תחת, אבער ווייז אונז דיין זעל מאראנצן זאפט, אנטפלעק דיין נאמען! די גאנצע וועד באשריבענע וועלן נישטערן און אנהייבן שרייבן א מעכטיגע פראפיל אויף מאראנצן, ערלאנגער וועט קאכן, חידו ווייס וועט רופן קיין יאפאן און אינטערנאציאנעלע לויערס צו נישטערן אינפארמאציע, זלמן וועט באפרייען דרעזנער צו טון דאס זייניגער ער וועט רופן יעדע שליח חבד פון דניעפטרופוסק ביז קאטמאנדו, אשר לאווין וועט אפירברענגען די פעדער, זלמן וועט פארזאגן מיט די ראדיאפאנישע שטימע, מאטי וועט ווארעם אונטערזינגען און מען וועט שרייבן און שרייבן א פראפיל אויף מאראנצן, אזוינס און אזעלכעס. קודם כל זיינע גאונישע כשרונות זעהט מען דאך אן זיין נאמען, זיין ווארעמקייט און באקאנטשאפט מיט די חרדישע 'קולטור מיט יעדן קליפערל, זעהט מען דאך, זיין אהבת הבריות און ארויסהייבן יעדע מענטש, זעהט מען דאך.. נו, די הדרת פנים פון דעם חכם און זיין נאמען, וועלן די באשריבענע געוואויר ווערן און אוי וועט דאס זיין א פראפיל.. ראו הוזהרת (חזור בך #222 ווער עס פארשטייט, פארשטייט) מאראנצן, נישט אויף אייביג קענסטו האקן שטיקער, ארינטערשלעפן מאסקעס, געבן שנעלע פסיכאאנליזן און זיך באהאלטן אין ווינקל...
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
@מה הוא
ביידיוועי אין מיין שול האט דער עולם ארום געשמוסט מיט התפעלות וויפיל ארבעט די לייגסט אריין אין די גרעפיקס זאל זיין שיין געשמאק צו ליינען.
כמיין ביסט געוועהן ביי יענע קרעמיל ווייל כהאב געזעהן איינעם בלאשען. [emoji3]
גרויסע מענטשעלע@מה הוא
ביידיוועי אין מיין שול האט דער עולם ארום געשמוסט מיט התפעלות וויפיל ארבעט די לייגסט אריין אין די גרעפיקס זאל זיין שיין געשמאק צו ליינען.
כמיין ביסט געוועהן ביי יענע קרעמיל ווייל כהאב געזעהן איינעם בלאשען. [emoji3]
גראדע נישט!
ווייל איך האב פון "קיינעם" נישט געהערט אז עס איז שיין 😢
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
מה הואגרויסע מענטשעלע@מה הוא
ביידיוועי אין מיין שול האט דער עולם ארום געשמוסט מיט התפעלות וויפיל ארבעט די לייגסט אריין אין די גרעפיקס זאל זיין שיין געשמאק צו ליינען.
כמיין ביסט געוועהן ביי יענע קרעמיל ווייל כהאב געזעהן איינעם בלאשען. [emoji3]
גראדע נישט!
ווייל איך האב פון "קיינעם" נישט געהערט אז עס איז שיין 😢
איז מה הוא זאלסטו וויסען סאיז שיין.
ענד כבין העפי צוזיין דער ערשטער וואס זאגט דיך עס.
וואלסט געדארפט לייגן נאכאמאל דיין עד ווי ביי פה סח
אין די נאנטע טעג גיייט פארקומען א היסטארישע אסיפה, ווי עס גייען זיך באטייליגן רבי יצחק משה ערלאנגער, רבי בנימין אייזנבערג, רבי מאטל זילכער, רבי חיים דוד ווייס, זלמן ווידער מיט זיינע אונטערטאנען יוסי געשטעטנער און דרעזנער, הרב אשר לעווין, מאטי איליאוויטש און וועלוול שמעלצער און מען גיט אינאיינעם עס א גרופע סורווייווערס אדער וויקטאמס. אויפן טיש גיייט ליגן א גרויסע שיסל מאראנצן זאפט און די אלע דערמאנטע גייען זיך ווענדן צום מאראנצן זאפט און אים זאגן דיין זאפט אוון טעם האט אונז צעלייגט, אויסגעשמירט, דערהויבן לשמי מרום און אריינגעקראכן אין אונזערע דקות און תכונות, אונז געלייגט א שפיגל אין פארנט פון אונזערע אויגן מיר זאלן זיך זעהן בעסר ווי מיר האבן אמאל אליין געקענט באמערקן, די האסט אונז געגעבן אזוי כבוד, געגעלעט אין פנים און גלייכצייטיג בייסיג געציפט אין תחת, אבער ווייז אונז דיין זעל מאראנצן זאפט, אנטפלעק דיין נאמען! די גאנצע וועד באשריבענע וועלן נישטערן און אנהייבן שרייבן א מעכטיגע פראפיל אויף מאראנצן, ערלאנגער וועט קאכן, חידו ווייס וועט רופן קיין יאפאן און אינטערנאציאנעלע לויערס צו נישטערן אינפארמאציע, זלמן וועט באפרייען דרעזנער צו טון דאס זייניגער ער וועט רופן יעדע שליח חבד פון דניעפטרופוסק ביז קאטמאנדו, אשר לאווין וועט אפירברענגען די פעדער, זלמן וועט פארזאגן מיט די ראדיאפאנישע שטימע, מאטי וועט ווארעם אונטערזינגען און מען וועט שרייבן און שרייבן א פראפיל אויף מאראנצן, אזוינס און אזעלכעס. קודם כל זיינע גאונישע כשרונות זעהט מען דאך אן זיין נאמען, זיין ווארעמקייט און באקאנטשאפט מיט די חרדישע 'קולטור מיט יעדן קליפערל, זעהט מען דאך, זיין אהבת הבריות און ארויסהייבן יעדע מענטש, זעהט מען דאך.. נו, די הדרת פנים פון דעם חכם און זיין נאמען, וועלן די באשריבענע געוואויר ווערן און אוי וועט דאס זיין א פראפיל.. ראו הוזהרת (חזור בך #222 ווער עס פארשטייט, פארשטייט) מאראנצן, נישט אויף אייביג קענסטו האקן שטיקער, ארינטערשלעפן מאסקעס, געבן שנעלע פסיכאאנליזן און זיך באהאלטן אין ווינקל...