לייקס מיר
איך בין שון לאנג נישט גיווען דא. יעצט בין איך אריינגעקימן.
איך האב ליב צו באקימן likes. וועגן דעם וויל איך בעטן, ווער ס'ויל מיך טין א מצוה, זאל מיך געבן א like. פאר די מצוה און וואל ס'איז יעצט ספירה.
שכוח פאר אלע וואס וועלן מיך לייקן.
שרייב מער וועל איך דיר לייקן מער. ווילאנגמדו שרייבסט נישט עפעס וואס איך האב נישט ליב.
ווייל איך האב האר אינדע נאז, האב איך ליב געפילטע פיש
אויב ביזטו א איד לייק איך דיר עניוועי
[ציטאט אראפגענומען]
מאז אשפגו המאשפגיים לא התאשפגו כהאשפגן הלז
Re: לייקס מיר
good newsאיך בין שון לאנג נישט גיווען דא. יעצט בין איך אריינגעקימן.
איך האב ליב צו באקימן likes. וועגן דעם וויל איך בעטן, ווער ס'ויל מיך טין א מצוה, זאל מיך געבן א like. פאר די מצוה און וואל ס'איז יעצט ספירה.
שכוח פאר אלע וואס וועלן מיך לייקן.
כוויל דער געבן אסאך מער ווי א לייק !!
ווי קען איך דיר טרעפען ?[emoji109]
Re: לייקס מיר
איך האב דיר געלייקד. א שאד מ׳ קען נאר איין מאל לייקען ווען נישט גיב איך דיר וויפיעל די ווילסט.
איך האב דיר געגעיבן א לייק אבער איך כאפ נישט וואס איז די געשמאק צו באקימען א לייק סתם אזוי, מילה דו שרייבסט עפעס און דו באקימסט א לייק באקימסטו די געפיל אז דו האסט גערעדט צום זאך, אבער סתם באקימען א לייק וואס איז עס ווערד?
ער וויל אהבה שאינו תלויה בדבר, ס'איז די בעסטע אהבה אויף די וועלט. מ'האט ליב יענעם כמו שהוא - ווייל ער איז ווער ער איז, אן חשבונות.
וויזוי פלעגט באב גרענט זאגן "it's sick out there and getting sicker"
כ׳געב אייך גערן וויפל לייקס איר ווילט אבער זיי'זשע ביטע מסביר וואס פונקטליך גייט איהר טוהן מיט די לייקס ? דיפאזיטן אין באנק ? אריינלייגן אינעם טשולענט ? קויפן מיט דעם א מקוה קארטל ?
דרך אגב איך האב מיך אנגעזאמעלט מיט די צייט א היפש ביסל פוינטס פון waze app איך האב נישט קיין ניצן דערפון היות מיין גראסערי נעמט דאס נישט, לאט מיך וויסן וויפל איר דארפט און איך וועל אייך עס טרענספערן צו אייער קאָנטע גלייך נאך איר וועט מיר שיקן אייער waze אקאונט נומבער (אין אישי שטייצעך)
נ.ב. איינער וואס האט איבריגע טאהשער COUPONS זאל מיך לאזן וויסן ווי אומשנעלסטן ־עי עס עי פּי , א דאנק
פאר די וואס ווייסן נישט, לייקס דעפאזיט מען אין די קאנפידענץ פושקע, עס העלפט בויען די עסטיעם, בפרט פאר די מענטשן וואס זענען שטארק אנגעוויזן דערין, זיי זענען תלוי בדעת אחרים.
אבער הני מילי אויב מען שרייבט א תגובה דאן איז דא ווי די לייק זאל חל זיין, אבער אויף א ליידיגן מאגן קלאפט עס אויס אומגינסטיג, עס איז אזא אומ-פרישע נהמא דכסופא.
דער חברה׳מאן האט באקומן א מיליאן דאללער נאר פארן בעטן.
<a class="postlink" href="http://www.forbes.com/sites/chrisbarth/2011/01/19/want-a-million-dollars-just-ask-for-it/">http://www.forbes.com/sites/chrisbarth/ ... sk-for-it/</a>
דארפסט א לייק- בעט שעם דיך נישט
Re: לייקס מיר
איך האלט זיך נאך אינמיטן אויסלערנען וויאזוי די טאפאטאק ארבעט סאו האב איך געזוכט וויאזוי מען לייקט אבער איך האב עס געכאפט און דיר געלייקט
יעצט לאמיר פארשטיין וואס האט מען פון די לייקעראציע?
רויטע וואנצעסער וויל אהבה שאינו תלויה בדבר, ס'איז די בעסטע אהבה אויף די וועלט. מ'האט ליב יענעם כמו שהוא - ווייל ער איז ווער ער איז, אן חשבונות.
נו אויב אזוי וואס איז די גרויסע פראבלעם מיט נהמא דכסופא? אדרבא ס'נאך געשמאקער לויט דיר
מאטי
מאז אשפגו המאשפגיים לא התאשפגו כהאשפגן הלז
וואס מיינט אשפג, וואס כ'זע אין קאווע שטיבל אזוי פיל מאל גהשריבן?
BTW: שכוח פאר אלה לייקס - You made my day.