☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"

אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #480

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:56 pm

· #7577
אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
ליבי פאללאק האט באשאפן א נייע ווארט "אשפג" וואס די באדייט דערפון איז אזוי ווי לאל (LOL), די נוטריקון דערפון איז א'יך ש'יס (ש'טארב) פ'אר ג'עלעכטער.

אבער מען קען עס אויך נוצן ווען מען איז ביטער גערעגט אויף איינעם, "אשפג" מאכט א'יך ש'ריי (ש'וים) פ'אר ג'ערעגטקייט

אדער א בחור אין ישיבה וואס איז גערעגט אויפן שווארצן גוי וואס קלינט די מיסט, "אשפג" מאכט א'לטער ש'חור פ'ארשאלטענער ג'וי

אדער ווען מען הערט פון א שיינע שידוך, "אשפג" מאכט א' ש'ידוך פ'ון ג'אט

א חאניאק וואס שרייט אויפן יצר הרע זיינס קען אויך זאגן "אשפג", נוטריקון: א'לטער ש'וטה (ש'ייגעץ) פ'וי ג'יי

צו אפילו אין קאווע שטיבל ווען איינער שרייבט א שיינע תגובה, א'ה ש'רייבסט פ'יין ג'עוואלדיג

אוי טאטי » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:02 pm

· #7581
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
אשפג!!!!!

לעמיל » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:17 pm

· #7585
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
וואס דארף די ווארט צו מיינען?

אוי טאטי » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:20 pm

· #7587
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
אינטערסאנט ווי שנעל וויקי פארבונד שוין אשפג צי קאווע שטיבל

<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A9%D7%A4%D7%92">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A9%D7%A4%D7%92</a>

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:47 pm

· #7597
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"

זר זהב » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:04 pm

· #7604
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
מאט געמעקט דא פיין!!

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:09 pm

· #7606
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
זר זהב
מאט געמעקט דא פיין!!

או'טש... ש'אקס... פ'יין ג'עמעקט

זר זהב » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:17 pm

· #7608
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
א'נאו ש'לעכט פ'ארריקט ג'עמעקט

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:18 pm

· #7610
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
וואטש יוער סטעפס זר זהב'ל, באלד מעקט מען דיר ווידער.

זר זהב » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:47 pm

· #7617
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
פארוואס שרייבט מען נישט פארוואס ס'געמעקט ?

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:48 pm

· #7619
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
ס'שטייט יא, קוק גוט.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:48 pm

· #7620
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
א'ונטן ש'טייט פ'ארוואס ג'עמעקט

זר זהב » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:51 pm

· #7621
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
איך זעה נישט וואו ?

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:53 pm

· #7622
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
סיבה: אז איר האט א פראבלעם מיט א פובליק פיגור קענט איר איידל אויסשמועסן וואס דאס איז, נישט סתם זיך באנוצן מיט מיאוס'ע לאזונגען.

גדעון » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:53 pm

· #7623
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
בקשה צו די הנהלה: ביטע מאכט א 'אשפג' קנעפל,

לענינו, ווער ס'פאלאוד דעם פאללאק זעהט גלייך אז מרעדט פון א כופר באלוקי, און איינער וואס מאכט לצנות פונעם אייבשטער מיט די מיאוסטע חירוף וגידוף, שוין אפגערעדט אז די איינציגסטע זאך וואס זי האט מיט אידישקייט איז איר שרייבן יידוש,

ממילא

זר זהב » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:54 pm

· #7625
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
אה אין מיסט קאסטן זעה איך עס, אבער נישט דא

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:56 pm

· #7629
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
יעצט זעהסטו שוין?

ידען » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:00 pm

· #7637
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
א משוגעת.

אפשר מאכט מען א אשכול פון אלע ווערטער וואס קען זיך נעמען פון lol?

ידען » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:01 pm

· #7640
Re: אלעס איבער די נייע ווארט "אשפג"
Btw

נאך א מזל זי איז א פרוי, אזוי האמיר א ווארט פאר lol

אשפג...

קרעמער1 » מיטוואך מאי 23, 2012 8:13 pm

· #14631
ברעקינג! מ'האט געטראפן א תורה'דיגער מקור אויף אשפ"ג
ווי שלמה המלך האט שוין געזאגט אין כל חדש תחת השמש
📎 מקור אויף אשפג.jpg

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 23, 2012 8:24 pm

· #14640
יעצט פארשטיי איך פשט אין חייב אינש "לבשומי"... כאן צריכים לשפוג.