☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?

וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8918
בלאט: 1 2

זיניגער » מיטוואך יוני 3, 2015 10:45 am

· #280156
אלץ איינער וועלעכער האט שוין אויסגעהערט הינדרעטער שעות פין שלמה׳ס סיפורים תורות, השקפה גלייב איך אז ווען מאיז דן אזא איינעם ווי אים ברויך מען נעמען אין באטראכט וואס זענען די זאכן וואס זענען געווען וויכטיג פאר שלמה, אויב וואלט ער געווען א אמתע נואף וואלט מען צווישן די אלע טויזענטער שעות דרשות רעקארדינגס זיכער געקענט טרעפן א דוגמה ווי זיין אמתע פערזענליכקייט וואלט ארויסגעקימען לאור, עמיצער וואס באגוואלדעוועט זיך אויף אנדערע האט דורכשניטליך א געוויסע פערזענליכקייט א שטייגער ווי כעס, סעלפיש, וכדומה, אין די גויאישע וועלט איז וואויל באקאנט די אלע סעלעבערטי זינגערס וועלעכע האבן ווילדע אויסבריכן פארענט פין די ווידיאו קעמראס, אלץ מענטשן וועלעכע רוב פין זייער לעבן איז אויפגעכאפט אויך רעקארדינגס איז לא יאומן אז אויב האט ער סיי וועלעכע חסרון וועט עס ארויסקימען לאור העולם, פין ר׳ שלמה האט מען דורכאויס זיינע יארן געמאכט טויזענטער רעקארדינגס רוב פין זיי פריוואטע מענטשן טייל מאל האט שלמה נישט געוויסט ער ווערט אויפגעכאפט אויף ווידיאו אדער קאסעט, מיט דעם אלעם איז נישטא איין ביישפיל ווי ער זאל לאזן פאלן ווערטער שאין רוח חכמים נוחה ממנו, עטליסט נישט וואס איך האב געהערט, אלץ א מענטש וואס האט געלעבט א פאבליק לייף וועלט ער ערגעץ ווי געלאזט פאלן אימוועלענדיג רמזים, די מציאות איז פארקערט צווישן די טויזענטער שעות רעדעס זעהט האט ער אריינגעבאכעט די שיינקייט אין ווארימקייט פין אידישקייט אהבת חינם פאר א איד די טיפקייט פין די תורה אא״וו ער האט גערעדט צי אלע מיני אדיענס קיינמאל האט ער נישט פראבירט אויסניצן זיין סטאטוס אנווארעמען די קדישים צי זיך פארקערט ער האט נאר אריין געפרעגלט אין זיי אהבת הבורא אין נאכאמאל ער האט נישט אייביג געוויסט ער ווערט רעקארדירט (נישט אזוי ווי היינט ווי סאיז מקיים געווארן וכל מעשיך בספר נכתבים בעולם הזה)

איך קום נישט דא זאגן אז שלמה איז געווען פערפעקט ער האט זיכער געהאט די זעלבע תאוות וואס מיר אלע האבן, ער האט געהאט די זעלבע טשעלענדזשעס וואס מיר אלע האבן, די פאקט אז ער איז געווען די טייפ מענטש וואס ער איז איז ספעציעל אין די זיבעציגער יארן ווי היפסטער סטייל האט שולט געווען איבעראל (free love) האט ער זיכער געהאט זייער שווערע ניסיונות עס איז נישטא קיין קראנטע עדות אז שלמה האט גענימען עדווענטעידזש פין יענע צייטן נישט קיין ווידיאו אדער רעקארדינג, די איינציגע עדות איז נאר פאזעטיוו לא ישכח מפי זרעו וזרע זרעו עד עולם שלמה׳ס כוח איז היינט שטארקער פין אמאל ער האט איבערגעלאזט א מעין הנובע פאר אידן אין אלע מדריגות אין מצבים, זי״ע

Chuchem » מאנטאג יולי 6, 2015 9:37 pm

· #287439
כהאב געהערט נאכזאגן פונעם אמשונאווער, אז ער איז מקנא זיין עולם הבא נאך זיין גיהנם

סמבטיון » מיטוואך יולי 8, 2015 6:23 pm

· #288198
זיניגער, הלוואי ווען איך ווען לייקען מער ווי 1 מאל, זייער א גוטע פוינט. מיר האט דערציילט א פרוי אויפן פליגער, אז מיט יאהרן צוריק איז זי געוועהן ביי א קאנצערט פון ר' שלמה אין לענענגראד, און נאכן מיטהאלטן א דאווענען מיט איהם, האט זי ווי באקימען א נייע נשמה, זי האט אנגעפאנגן צינדען לעכט ערב שבת , און ווען איך האב איהר געטראפן האט זי אויסגעזעהן ווי היימישע/מאדערענע ווייבל און א פולקאמע שומת"ו.

דער שכן » דאנערשטאג יולי 9, 2015 6:37 am

· #288343
[ציטאט אראפגענומען]



ק\פ

The story was in Boro Park. The person's name is reb Chaim Yosef Duvid (Yosel) Weinberg, a Slonimer Chosid. He's the Bal kora there already for years (whenever he is there on a visit) and a bal tefila on yom Kippur.

This particular story happened in a cafe that was (or still is) on 16th ave and 46th St in Boro Park in Brooklyn, NY. Shlomo'la Carlbach came in and gave his hand to everybody shaking hands.., but when he got to Reb Yosel Weinberg, Reb Yosel didn't give his hand to Shloimele. Shlomo'la said "Please! You are hurting me". Reb Yosel ignored him. This happened a few times until this R' Yosel said
'אין שלו' אמר ד

(and didn't finish the pusik
לרשעים…)

So, Shlomo'la asked him "and if I do teshuve will you give me your hand?!”

Reb Yosel Weinberg said "Yes". Shlomo'la closed his eyes for a few minutes.. Then Reb Yosel gave him his hand.

A few hours later this Reb Yosel Weinberg sat in Beis Medrash of Stolin on 16th ave in Boro Park and heard the news that Reb Shlomo'le Carlbach (whom he just met a few hours ago and refused to shake hands with him at first) just collapsed and is no more alive!

This story has a Mkor. Check it up.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 9, 2015 8:50 am

· #288351
Re: וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?
זיניגער, שיין אראפ געברענגט אבער א שטיקעלע הערה. דעמאלטס געווען א אנדערע וועלט מהאט נישט געכאפט ווידיאו אין געפאוסט פארן וועלט 24/7, מאיז נישט נאכגעלאפן שלמה יעדער רגע פון זיין לעבן מיט הונדרעט קעמרעס אין ריקארדערס ממילא כפיהל נישט קיין ראיה וואס די זאגסט אז ער האט זיך קיינמאל נישט פארעדט,
די היינטיגע סעלעברעטיס פאר רעדן זיך אויךנישט אויף stage אדער ביי אויפציעלע דרשות, מכאפט זיי זיך בייזערען ביי אייגענע מאמענטן ווי זיי זענען פריוואט אין דאס האט שלמה נישט וועם געווען
פון Michael Jackson אדער Amy weinhous איז אויך נישט דא קיין ריקארדינג ווי ער בייזערט זיך אדער רעדט זאכן וואס ער וואלט נישט געוואלט די גאס זאל וויסען, פשוט ווייל בימים ההם געווען מער א אפגעשייט וועלטל פאר סעלעברעטיס

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:12 pm

· #397594
א הערליכע מעשה. כ'האב נישט געטראפן אוואו עס אריינצושטעלן, האב איך עס דא געלייגט, והשם הטוב יכפר. נישטא וואס צו רעדן, א טייערע איד געוועזן.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=dtEyW_y9QY0">http://www.youtube.com/watch?v=dtEyW_y9QY0</a>

וואלווי » פרייטאג מערץ 16, 2018 1:59 am

· #397601
אויב איך געדענק גוט, שרייבט ארי' קופערסמיט, ממקרובי ר'שלמה זצ"ל, אז ביי יענע שפאציר האט מען ערגעץ ווי געסטאפט אין א ווענדי'ס...

כדי צו לייענען די בוך פון ארי' קופערסמיט: Holy Beggars

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 16, 2018 11:42 am

· #397616

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 16, 2018 5:51 pm

· #397630
רביה''ק זי''ע
א הערליכע מעשה. כ'האב נישט געטראפן אוואו עס אריינצושטעלן, האב איך עס דא געלייגט, והשם הטוב יכפר. נישטא וואס צו רעדן, א טייערע איד געוועזן.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=dtEyW_y9QY0">http://www.youtube.com/watch?v=dtEyW_y9QY0</a>

רביה"ק זי"ע: ייש"כ. זייער א שיינע מעשה. כמותו ירבו בישראל...כ'בין נישט אזוי זיכער...לאל...!

וואלווי » מוצ"ש מערץ 17, 2018 9:42 pm

· #397639
.

וואלווי » מוצ"ש מערץ 17, 2018 9:57 pm

· #397641
רביה''ק זי''ע


בכלל נישט קיין פראבלעם, נאר אן אינטערסאנטע פרט וואס ווערט נישט דערמאנט אסאך מאל.

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 17, 2018 10:49 pm

· #397643
וואלווי: ייש"כ פאר דעם לינק. זייער אן אינטרעסאנטע מעשה. ס'איז דא א סאך מאל וואס א געוויסער מענטש קומט אן צו א מצב וואס זיין גאנצע אמונה ווערט געשטעלט אין א נסיון. און ער טוט ביישטיין דעם נסיון. דאס איז א געוואלדיגע זאך...!

איך האב שוין עטליכע מאל געברענגט די געשיכטע פון אידישע ספארטס שפילערס וועלכע האבן געהאט א גרויסן נסיון פון כבוד און געלט. אדער שמירת שבת ויו"ט. און זיי זענען בייגעשטאנען דעם נסיון. איין אזא פאל איז געווען ביי א בארימטן בעיסבאלל שפילער פון אידישן אפשטאם, מיט'ן נאמען סענדי קאויפעקס. ס'איז געווען געפלאנט א הויפט וויכטיגער שפיעל פאר יום כיפור. אין די צייט פון די..."פלעי-אפפס"...ביי בעיסבאלל. און דער שפילער האט געדארפט ערשיינען אום יוכ"פ. האט ער זיך געראנגלט מיט די החלטה. צי ער זאלל גיין שפילן. אדער להבדיל גיין אין ביהמ"ד....ער האט מחליט געווען צו גיין אין ביהמ"ד. און נישט צו דעם געים...און ס'איז געווען א גרויסער קידוש השם...!

נאך א מעשה איז זיך פארלאפן מיט עטליכע יאר צוריק. אין מאנטריאל, קענעדע.וואו האקקי שפיעלן איז א נאציאנאלע עבודה זרה. אזוי ווי בעיסבאלל דא אין אמעריקע. איז געווען א בחור'ל (איך האב געקענט זיין זיידע.) מיט'ן נאמען מעלניק. וועלכער איז געווען אן אויסערגעוויינליך גוטער האקקי שפילער. ביז א גרויסער נאציאנאלער טיעם האט געהערט פון איהם. זיי האבן איהם געוואלט ארייננעמען אין זייער טיעם. ס'איז אבער געווען איין גרויסער פראבלעים. רוב פון זייערע פרעקטיס שפילן זענען געווען אום שבת. דער בחור האט זיך געראנגלט מיט די דעה אויב ער זאלל אננעמען דעם אפפער. אדער נישט. . צוליעב שמירת שבת קודש. האט ער זיי געזאגט אז ער איז גרייט צו גיין שפיעלן פאר זיי. אבער בתנאי אז אום שבת זאלל ער זיין באפרייט. און, ויהי לפלא. זיי האבן אנגענומען זיין אנבאט. און ער האט נישט געדארפט קומען שפיעלן אום שב"ק...דאס איז אויכעט געווען א גרויסער קידוש ה'...!

אישתישבי » דינסטאג מערץ 20, 2018 7:33 am

· #397851
ביי אונז חרדים וואלט מען געזאגט, עס איז נאך א גרעסערע קידוש השם אז אונזערע קינדער שפילן נישט האקי אין דער וואכען.

פלוני » מיטוואך מערץ 21, 2018 4:17 pm

· #397949
נהורא נפישא
ווי באוויסט איז ר' שלמה קארליבאך ז"ל געווען די עמוד צלותהון דישראל, דער נועם זמירות ישראל, דער משתתף בצערתן של ישראל ובשמחתן, פון די די גרעסטע אינספאראציאנאלע פיגורן אין די וועלט פון מוזיק און ליטריגע, א מייסטער בעל מספר, ווי אויך אן אקטיווער ראבאי וואס איז ארומגעפארן איבער די גאנצע וועלט האלטן קאנצערטן און געבן חיזוק פאר מענטשן וואס האבן געלעכצט נאך דעם.

אין מיין פערזענליך לעבן פארנעמט ר' שלמה זייער א וויכטיגן ארט, אלס קינד בין איך אויפגעוואקסן הערענדיג זיינע הימלישע מעלאדיעס עוד בחיים חיותו, איך קען אלע זיינע שאפונגן, איך געדענק אויך אלס קינד ווי מיין טאטע האט אין יענעם פרייטאג נאכמיטאג געזאגט מיין מאמען איבער די בשורה לא-טובה פון די פטירה פון ר' שלמה.

ס'איז אבער נישט קיין סוד אז צו די זעלבע צייט האט זיך אבער ארויסגעשטעלט זייער אן אומבא'טעמ'טן פאקט וואס ווארפט א טונקעלע שאטן אויף זיין ליכטיגען אנדענק, ווען נאכן טויט פון ר' שלמה זענען אפירגעקומען מערערע פרויען וואס האבן געשילדערט וויאזוי ר' שלמה האט זיי פארגוואלדיגט.

אנהענגער האבן געזאגט אלע ערליי אויסריידן, ס'איז נישט אמת, ס'איז קנאה, ס'אוממעגליך צו זיין אמת, ס'געווען א כלליות'דיגע אהבה וואס האט געברענט אין אים, ס'ווערט אנגעוויזן אויפן פאקט אז ער האט זיך געהאלדזט און געקושט מיט כל צרוע וכל זב, מיט מענטשן וואס איז געווען ריחם נודף למרחוק.

די שאלה איז יעצט א פילפאכיגע
1) גלויבט איר אז ס'קען בכלל זיין אזא אניגמע, א מענטש מיט אזויפיל ליבשאפט זאל צו דער זעלבער צייט האבן אזא סעלפישנעסס און גורם זיין אזויפיל ווייטאג פאר אנדערע מענטשן ?
2) את"ל אז איר גלויבט אז ס'איז מעגליך אזא פאל, גלויבט איר אז דאס האט אויך געקענט זיין די פאל מיט ר' שלמה ?
3) את"ל אז איר גלויבט נישט אז דאס איז געווען די פאל מיט ר' שלמה, וויאזוי וואלט איר געהאנדלט אין קאפ ווען ס'שטעלט זיך ארויס אזא מציאות פאר אייערע אויגן ?

נעמט און באטראכט, פאר איר ענטפערט אז איר דארפט האבן א ברייטע האריזאנט פארנט פון זיך, צו קענען קאנפראנטירן אביעקטיוו אזא קאמפליצירטע פראגע, ס'איז א קנאפער חכמה אריינצופאסן פאקטן לויט וואס מ'וויל גלייבן.

ולסיכום, אויב גלויבט איר דאס אלעס אויף ר' שלמה, וואס פאר א לקח נעמט איר ארויס דערפון איבער די קאמפליצירטקייט פון די מענטשליכע נאטור און איבער די וועג וויאזוי מיר דזשאדזשן א מענטש'ס כאראקטער.
ספעציעל וויל איך איינלאדנען ר' @הוגה אלס איינער וואס איז גאר א שטארקער וואקאלע אקטיוויסט דא אין שטיבל אקעגן מאלעסטעישאן, זאל לאזן הערן זיין מיינונג.

נאר וואס דעם געוועזענעם שבת האב איך גערעדט 'פנים אל פנים' מיט א פרוי אין די מיטעלע יארן, וואס האט מיר דערציילט אז אויך איר האט ר' שלמה געהאט מחבק געווען - מער ווי נארמאל.
האב איך איר געפרעגט, האלטסטו אז ער הייסט א אביוזער, א מאלעסטער, צו וועלכע קאטעגאריע?
איר ענטפער איז געווען; ניין! ער איז געווען א אויסערגעווענליכע אוהב את הבריות, אבער ער האט קוים געהאט לימיטס, ער האט נישט געוואלט וויי טון קיין פלוג, אבער נישט וועלנדיג האט ער דאך געקראסט געוויסע ליינס. ער האט מיך נישט געוואלט דיסטערבן, נאר ער האט 'צו' סאך ליב געהאט, צו סאך זיך געברודערט..

וויבאלד איך פאר מיר בין באשוואוירן פאר ר' שלמה - ממש ממש, און איך האב עהם נאך געקענט פערזענליך בחיים חיותו, דאך האב איך זיך געפריידט צו הערן פון די פרוי איר עקספיריענס, ווייל דאס צייגט אז אין המקרא יוצא מדי פשוטו. ער איז געווען א יומען ביאינג, אבער דאך מאכט מען אמאל טא מאטש, און ס'איז א פראבלעם, אבער ס'פסל'ט נישט דעם מענטש מכל וכל.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 21, 2018 6:03 pm

· #397959
ער האט געמאכט הערליכע הארציגע ניגונים וואס וועט אייביג פארבלייבן ביי כלל ישראל. איך פארשטיי נישט וואס מ׳וויל דא. ער לעבט שוין לאנג נישט ממילא קען מען אים נישט ברענגן צו גערעכטיקייט. מ׳דארף אים נישט האלטן פאר אפאגאט צי ווייס-איך-וואס. ער איז געוועהן א פשוטע ארטיסט ער האט געשריבן מוזיק פון זיין הארץ. ער איז געוועהן ״א היפי״ און דעמאלטס איז אויך געוועהן אנדערע צייטן און א טראפקעלע א אנדערע קולטור. איך מאך נישט אוועק די וויקטמעס וואס זענען חלילה אביוזט געווארן דורך אים. איך פרעג נאר וואס וויל מען יעצט פון אים? אויפהערן זינגען זיינע ניגונים? זיין מוזיק איז הערליך. ער איז שוין לאנג נישטא. אסאך מעשיות דארף מען פארגעסן. סאיז געזונטער צופארגעסן און גיין ווייטער. מ׳דארף נאר זיכער מאכן אז אזעליכע מעשיות חזרן זיך נישט איבער היינטיגע צייטן. און נישט זיין פארנומען מיט מעשיות פון דרייסיג, פערציג יאר צוריק. און ווער ס׳וויל דווקא מחמיר זיין זאל טאקע נישט זינגן זיינע ניגונים. און צו די אלע וואס מאכן פון אים פערזענליך א גאנצע צדיק. האב איך א מעסעדזש: קוט די קרעפ! און נעם דיך זינגן שפכו כמים לבך. האסטו געהערט א מעשה? ער איז געוועהן א וויואלע מענטש. זיין הארץ איז געוועהן פון גאלד. אפילו אסאך מאל צופיל הארץ... סהאט איבערגערינען... פאר דעם איז ער נאכגעלויפן קליינע מיידלעך...! טרייבטס נישט איבער און זינגטס זיינע הארציגע ניגונים. ער איז געוועהן א טיפיקל היפי ארטיסט, נאר א אידישע. גארנישט מעהר.

פלוני » מיטוואך מערץ 21, 2018 9:38 pm

· #397968
מ'טאר נישט ניצן די ווארט 'ויקטעמס', ווייל ער האט קיינעם נישט אביוזט. ער האט זיך געפירט צו היימיש מיט יעדן. והא ראיה ער האט געקושט שמוציגע האוימלעס מענטשן אויך, עקלדיגע פרויען און מענער אויך.
דאס האט מיר יענע פרוי געזאגט, אז דעמאלטס האט זי נישט אזוי שטארק פארשטאנען אז ס'איז ראנג, אבער היינט קוקט זי צוריק און זי שעמט זיך אז ער האט איר אזוי שטארק אנגעכאפט - ווי ס'פאסט נישט.
ר' שלמה איז נישט כאחד האדם, קלאר ער איז מער ווי א געווענליכע ארטיסט, איי ער האט אויך געטון וואקלדיגע מעשים, אבער ס'נישט געווען ווילד, נישט נגד רצונם, אבער אויך נישט ברשות..
אבער סך הכל, וויקטעמס? ניין. נאט נייס נישט פאסיג נישט צניעות'דיג, און יענע וואס רעדן היינט אויף עהם זענען מענטשן וואס האבן פראבלעמען אין לעבן און ער האט זיי מקרב געווען, נישט אז זייערע פראבלעמען האבן זיך ביי עהם אנגעהויבן. יעדער ווייסט אז ער האט זיך געקלעבט צו צעבראכענע, ער האט נישט געכאפט קיין גאנצע ברואים. זיין זכות איז העכער זיינע פשעים, און צו דעם איז ער געווען א ארטיסט אויך, דאס איז א זייטיגע זאך.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 21, 2018 10:19 pm

· #397973
פלוני
מ'טאר נישט ניצן די ווארט 'ויקטעמס', ווייל ער האט קיינעם נישט אביוזט.

דו ביסט דארט געוועהן?

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 21, 2018 10:26 pm

· #397974
שבת אחים: אויב זיי, די אלע פרויען וואס קומען יעצט אפיער און טענה'ן אז ער האט זיי אביוז'ט. ווייל ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל זיך אהערצושטעללן אלס וויקטים'ס. פארוואס האבן זיי געשוויגן די אלע יארן...?! אוואו זענען זיי געווען ביז היינט...?!. זיכער. ר'איז נישט געווען קיין ..."צדיק"...א יעדער האט געוואוסט פון זיינע ..."מעשים"...ס'איז נישט קיין נייע זאך. און די אזוי-גערופענע וויקטימ'ס האבן אויכעט געשוויגן. ווער האט זיי צוריקגעהאלטן פון ארויסקומען און פארציילן דאס וואס זיי זאגן היינט...?!

שבת אחים » מיטוואך מערץ 21, 2018 11:08 pm

· #397982
berlbalaguleh
שבת אחים: אויב זיי, די אלע פרויען וואס קומען יעצט אפיער און טענה'ן אז ער האט זיי אביוז'ט. ווייל ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל זיך אהערצושטעללן אלס וויקטים'ס. פארוואס האבן זיי געשוויגן די אלע יארן...?! אוואו זענען זיי געווען ביז היינט...?!. זיכער. ר'איז נישט געווען קיין ..."צדיק"...א יעדער האט געוואוסט פון זיינע ..."מעשים"...ס'איז נישט קיין נייע זאך. און די אזוי-גערופענע וויקטימ'ס האבן אויכעט געשוויגן. ווער האט זיי צוריקגעהאלטן פון ארויסקומען און פארציילן דאס וואס זיי זאגן היינט...?!


פארוואס זיי זענען נישט ארויסגעקומען גלייך איז נישט קיין שאלה. ס׳קען זיין אסאך סיבות דערביי. ווי אויך ווייל מענטשען וואס ווערן אביוזט אסאך מאל שעמען זיך דערמיט וכודומה. איינער האט מיך אביוזט ווען איך בין געוועהן עלעף און נאכדעם ביי די דרייצן און ביי די פערצן. איך האב קיינעם קיינמאל נישט פארציילט דערפון הערשט 20 יאר שפעטער. סאיז נישט קיין שאלה... אבער זאגן קלאר אזויווי @פלוני אז ״ער האט קיינעם נישט אביוזט״ וויל איך וויסן צו פלוני איז דארט געוועהן צו פסקנן? פון ווי ווייסט ער אזוי זיכער אז נישט? פארוואס זאל איך זיי נישט גלייבן? ער האט געהאט א היסטאריע פון טוהן די זאכן. און סאיז נישט נאר איינער וואס זאגט עס. אלזא איך פאר מיר גלייב אז ער האט יא געפאטשקעט מיט קליינע מיידלעך. אבער כהאב נאך אלץ ליעב זיין סטייל נגינה און פארטיג. וואס קען מען יעצט טוהן? גארנישט מעהר ווי מאכן זיכער אז ס׳געשעט נישט נאכאמאל.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 21, 2018 11:33 pm

· #397983
שבת אחים: ס'איז א חילוק צו ער האט געטון וואס ער האט געטון מיט עדאלטס אדער מיט מיינערס. מיט עדאלטס איז עס בינו לבין המקום. אבער טאמער האט ער טאקע אביוזט מיינארס, איז ער א קרימינאל. און ער וואלט געדארפט געברענגט ווערן צו גערעכטיגקייט. ווייל די אלע מיינארס האבן געהאט עלטערן. און זיי וואלטן זיכער נישט אדורכגעלאזט אזאלכע מעשים, וואס מ'האט געטון צו זייערע קינדער...!. אויסער אז מ'רעדט פון ראנעוועי'ס...!

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:54 pm

· #398068
כ'מיין איך וואלט געמאכט אזא סך הכל.
איז דא 'איין מעשה' אז ער האט געטון עפעס 'אויסער קושן' און גלעטן? אויב האט ער 'אפילו איין מאל' געטון מער פון דעם, ווי למשל געעפענט איינעמס בגד, אריינגעלייגט א האנט אין א מקום מכוסה, נו! איז ער נכלל אינעם קרימינאל ליסטע.
אבער כל עוד זיין וועג איז געווען חיבוק ונישוק בגלוי בפני עם ועדה, האט ער דאס געטון צו יעדן..
ס'דא אסאך ווייבלעך וואס זענען פערטיקילער אין געוויסע סארט חיבוקים - פאר סתם אזוי.
און פון ווי איך פלוני ווייס? איך ווייס נאר וואס כ'האב געהערט פערזענליך פון יענע פרוי אפאר טאג צוריק, און כ'בין געווען אין קארליבאך שול א יאר צוריק און אויך דארט 'אין זיין שול' האבן אפאר באבעס גע'דרשנ'ט קעגן עהם, אז הי מעיד ע בעד נעים פאר דע שול.. כ'האב זיי אנגעקוקט ווי אזעלכע כפוי טובה, זיי פרעסן זיך אן ביי די קדישים דארט און בלעימען די עסן געבערס.. שעמסט זיך גיי דיר עסן ערגעץ אנדערש..
אויב כ'זאל הערן א נאמען מיט א מעשה וואס ער האט אריינגעלייגט א האנט אינעווייניג א בגד, וכדומה. איז די סטארי אנדערש. אבער דערווייל איז עס מנהג הדור היינט זיך אריינצוווישן אינעם נענטסן האנטוך..

יין שרף » פרייטאג מערץ 23, 2018 12:59 pm

· #398189
אישתישבי
ביי אונז חרדים וואלט מען געזאגט, עס איז נאך א גרעסערע קידוש השם אז אונזערע קינדער שפילן נישט האקי אין דער וואכען.

קידוש? אפשר. אבער ווד"פ השם???

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 23, 2018 1:05 pm

· #398191
דער רב זי"ע האט געזאגט, "אז א בעלזע בחור לערנט אז מ'זאל זאגן "קוקטס נאר ווי בעלזע בחורים לערנען אזוי פלייסיג" איז עס תורה לשמה" ודפח"ח.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:39 pm

· #411694
קאך_לעפל
קיינער קען נישט קומען און זאגן אז דער רבי שלמה איז געווען אן אויסגערופינער בעל עבירה...

יא זיין מהלך אין קירוב איז געווען גאר קאמפלעצירט פיל אנדערש ווי מיר האבן געזעהן ביי אבותינו ורבותינו.
דאס אז ער האט עוסק געווען אין חיבוק און נישוק מיט לאו דווקא בלויז פון די מענערישע געמיינדע איז אויך קיין סוד נישט.

בס''ה האט ער געהאט גאר א קאמפלעצירטע נשמה.
און עס איז זייער שווער צו גלייבן אז א אדמו''ר מעג ער אפילו זיין אזוי פארדרייט ווי דער אמשינובער צדיק, זאל האבן קיין געשטיצט זיין מהלך עבודה...

עס איז געווען אמאל א גרויסער חזן וואס פרעגט זינגען אין טיאטערס, און ער איז געקומען צו זיין רבי אמאל פרעגט אים זיין רבי הייתכן די זינגסט אין טיאטערס? זאגט דער חזן פארן רבי'ן אז ער זינגט דארט בלויז מחזיר בתשובה צו זיין די אפגעפאלענע אידן וואס גייען אין די טיאטערס. פרעגט אים דער רבי, און ווי זענען זיי? די אידן וואס די ברענגסט ציריק מיט די חזונות אין די טיאטערס? פארשטייט זיך אליינס אז זיי זענען נישט געווען צו האבן..
רבי שלמה האט געוואלט מאכן בעלי תשובות... ער האט באמת געוואלט... דעריבער האט ער זיך געפירט מיט זיין איינגארטיגער דרך... אבער למעשה ווי זענען די אלע בעלי תשובות? עין לא ראתה אלוקים זלותך.....


איך קען א משפחה וואס די מאמע איז א בעלת תשובה דורך ר' שלמה ז"ל !!!

נקודת-אמת » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 7:30 am

· #411724
קאך_לעפל
עס איז זייער שווער צו גלייבן אז א אדמו''ר מעג ער אפילו זיין אזוי פארדרייט ווי דער אמשינובער צדיק, זאל האבן קיין געשטיצט זיין מהלך עבודה...

דרך אגב, דער אלטער אמשינאווער פון ארץ-ישראל האט שוין ארויף-געקוקט שלמה'לע'ס אויפטוה'עכטס,
און ווען עפעס א רב האט עם פארגעהאלטן היתכן צו שטיצן אזא איינער וואס פראוועט'זיך אזוינע שטותים און נארישקייטן,
האט דער אמשינאווער (ר' יר"י מאיר'ל זצ"ל מאמשינאוו-ארץ-ישראל) עם געענטפערט, ס'איז פארהאן נעבעך אזויפיהל מענטשן וואס מאכן זיך אזוי נאריש פאר נישטיגקייט,
- אז מיר האבן אזא איינער וואס מאכט זיך נאריש מיט א מטרה צוריק צו ברענגען יידישע קינדער, הגם ס'איז נאריש, ברויכן מיר עם שטיצן.
(שמעתי מהעסקן ר' דוד הכהן דואיק הי"ו, מחסידי אמשינאוו בב"פ)

איך ווייס נישט אויב ר' @קאך_לעפל ווארט פאר אן ענטפער אויף זיין משל:
קאך_לעפל
עס איז געווען אמאל א גרויסער חזן וואס פלעגט זינגען אין טיאטערס, און ער איז געקומען צו זיין רבי אמאל פרעגט אים זיין רבי הייתכן די זינגסט אין טיאטערס? זאגט דער חזן פארן רבי'ן אז ער זינגט דארט בלויז מחזיר בתשובה צו זיין די אפגעפאלענע אידן וואס גייען אין די טיאטערס. פרעגט אים דער רבי, און ווי זענען זיי? די אידן וואס די ברענגסט ציריק מיט די חזונות אין די טיאטערס? פארשטייט זיך אליינס אז זיי זענען נישט געווען צו האבן..
רבי שלמה האט געוואלט מאכן בעלי תשובות... ער האט באמת געוואלט... דעריבער האט ער זיך געפירט מיט זיין איינגארטיגער דרך... אבער למעשה ווי זענען די אלע בעלי תשובות? עין לא ראתה אלוקים זלותך.....

און ר' @שמחהלע קאפשטיק ענטפערט עם:
שמחהלע קאפשטיק
איך קען א משפחה וואס די מאמע איז א בעלת תשובה דורך ר' שלמה ז"ל !!!

קען זיין אז ס'קיצעלט אביסל, ווייל אונז ווייסן דאך אז אי לאו האי יומא דקא-גרים וואלט קיינער נישט געגיינגען קיין בארד-און-פיאות,
אבער דאך, ס'איז פארהאן יידעלעך וואס האבן אויפגעטוהן פאר יידישקייט אן זיך צו באנוצן מיט'ן בעל הגאולה'ס דרך השקפה,
און טאקע אין ק.טאהש, ק.קאשוי, וויליאמסבורג המקורית, ק.יואל, בלומינגבורג, און נאך אזעלכע מקומות (נדחים) וועסטו באגעגענען גענוג און נאך יודען וואס קענען נישט קיינער פון ר' שלמה'לע'ס בעלי תשובה
אבער אין עני אנדערע מקום וועסטו טרעפן גענוג און נאך משפחות וואס שטאמען פון איין זיידע וואס אלט'ס סטודענט אין באסטאן אדער קאנעטיקעט וכדו',
ביי א קאנצערט וואס ר' שלמה'לע האט געפראוועט, האט ער זיך געטראפן זיין פינטעלע ייד, און אויפגעשטעלט ליכטיגע יידישע דורות.
אה, און איך קען נישט קיין איין תימנ'ע משפחה וואס סאטמארע רב'ס מענטשן און מוסדות האבן געראטעוועט, מיינט דאס אז ס'איז נישט געשעהן? (אדער אפשר איז דאס טאקע נישט געשעהן...)
חז"ל פסק'נען שוין אז "לא ראינו אינו ראיה".
הצלחה.

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 9:23 am

· #411725
בכלל, די מישג פין בעל תשובה מיז נישט מיינען אז יענער איז געווען עפעס א מאכיל נבליות וטרפות
אויב האסטו שוין אמאל געהאט אן התערות תשובה אמאל נאכן זינגען א ווארעמע נפשי כמים ליבך ביסטו פין ר שלמה'ס בעלי תשובה
איך ווייס איך בין!
בלאט: 1 2