☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8915
בלאט: 1 2 3

moshav zekeinim » מיטוואך מאי 20, 2015 6:51 pm

· #277449
איך מיין אז דעם עולם דא אינטרעסירט נישט דא דוקא דער מעשה, זאל דער מעשה וויאזוי מ'לייגט עס אראפ זיין אמת צו נישט, איז אבער די אלגעמיינע דיסקרימינעישן קעגן דיווארסט טאטע'ס הונדערט פראצענט אמת, און דוכט זיך אז דאס איז וואס באדערט דעם עולם כלפי די מעשה, זאלמדער מעשה זיין בלויז א משל, איז אבער דער משל ליידער א ווירקליכקייט.

הקטן » מיטוואך מאי 20, 2015 8:28 pm

· #277476
הוגה
@הקטן טייערע, איך פארשטיי אז דו ביסט אן עקסטרעמע פאזיטיווע מענטש און אלץ וועסטו טרעפן א דופן עקומה'דיגע וועג צו טרעפן א לימוד זכות פאר סיי ווער אימער עס ווערט קריטיקירט. עס איז א שיינע מדה צו פארמאגן אבער דו דארפסט וויסן אז צומאל איז עס ממש איראניש און נישט אין פלאץ. לאמיך איבערטייטשן דיין תגובה אין אנדערע ווערטער. דאס איז וואס דו זאגסט. "בי"ד האט איבערגעלייגט די קינדער אריינגעשמיסן אין זיי מיט א פאסיק און א שטעקן, צוביילט און צופליקט די קינדער פיזיש און גייסטיש. אבער מען קען זיי פארשטיין. עס איז געווען א פא*ינג אגרימענט, און בי"ד האט ס"ה געדארפט מאכן זיכער אז די אגרימענט ווערט איינגעהאלטן". אה! יעצט פארשטיי איך זיי. אויב אזוי זענען זיי גערעכט.
.


איך האב זיך נישט אנגענומען פארן בי"ד בכלל.
איך קען נישט די מעשה.

מיר איז נאר געווען אינטערסאנט וואו מיגו ווערט דער issue און די צייט קען זיין אז בי"ד וויל אז ער זאל זיך נאכאמאל קאמיטען צו די אגרימענט(איך קען נישט די מעשה)

אידער וועט מודה זיין אז ס'דא פעלער וואס לטובת הילד איז בעסער אז די קינד זאל יא צו זיין מיט די טאטע
אידער וועט מודה זיין אז ס'דא פעלער וואס לטובת הילד איז בעסער אז די קינד זאל נישט זיין מיט די טאטע
וואס איז טובת הילד קען אמאל זיין סוב-דשעקטיוו, ארענטליכע ערליכע מענטשן קענען האלטן אנדערש וואו דו מיט מיר.

איז מעגליך אז בי"ד האלט אז מיט איבער געבן די קינדער צום טאטען טיען זיי איבערלייגען די קינדער און שמייסן אריין אין זיי מיט א פאסיק און א שטעקן, און צוביילט און צופליקט די קינדער פיזיש און גייסטיש?

moshav zekeinim » מיטוואך מאי 20, 2015 8:37 pm

· #277481
מ'פיט אריין מודערנע פאדאגאגישע שיטות וואס איז דעזיינט פאר דער פרייער וועלט אין אונזער סיסטעם לטובת דער סיסטעם.

יעדער בר דעת פארשטייט אז די קאנסיקווענסן פון א גט איז אז די קינדער גייען זיין אויסגעשטעלט צו צוויי קעגן זייטיגע שטערמונגען אן א געווענליכע זיך דורך קומען, צו א צובראכענע טאטע וואס גייט מעגליך טוישן זיין מהלך החיים. און דאס זענען יעצט פאקטיש די עלטערן פון די קינדער, און זיי וועלן נתחנך ווערן דורך די עלטערן אזוי ווי זיי זענען יעצט.

מ'נעמט נישט צו קיין קינדער אין א שווערע משפחה, פון די עלטערן אדער פון איינע פון די עלטערן (אויסער אין אויסטערלישע פעלער וואס איז מובן לכל בר נש) אפילו עס איז די טובה פון די קינדער צו זיין נישט מיט די עלטערן.
דאס זעלבע דארף זיין פארשטענדליך אז מ'נעמט נישט צו קיין קינדער פון דיווארסט עלטערן אדער פןן איינע פון זיי טראץ די אלע קאנסיקווענסן וואס דאס ברענגט מיט זיך, אריין גערעכנט אז דער טאטע גייט זיך היבש טוישן, און וועט קאנפיוזן די קינדער. ווייל דאס איז זייער מצב יעצט, זיי זענען ליידער אויסגעשטעלט צו קאנפיוזשן.

פאר דער אלגעמיינער וועלט זענען די געזעצן אויך נישט ווי געגאסן פאר יעדן איינעם'ס מצב, איז כל שכן אז עס פיט נישט פאר אונזער סיטועישן.
אנדערש ווי אין דער אלגעמיינער וועלט וואו די סטאנדארט פון א גרוש וועט געווענליך נישט זיין אין קאנטראסט צו די אלגעמיינע מסכמות, איז עס ביי אונז מערערע מאל יא אין קאנטראסט

א רעכט דענקיגער מענטש ברויך צו פארשטיין אז דער הסכם גירושין דארף זיין דעזיינט לויט דער מציאות, און נישט מ'מישט אריין א שיטא פון נישט קאנפיוזן אין א טייט קאמיונעטי וואו קאנפיוזשן אין אזעלעכע פעלער איז כמעט אומפארמיידבאר, און מיט דעם עלולה רויבט מען צו קינדער פון עלטערן.
(אפגעזען אז רוב מאל איז דוקא דאס אפהאקן א קינד פון עלטערן די שטערקסטער קאנפיושן ווי עטליכע חברי השטיבל האבן שוין ערווענט.

הקטן » מיטוואך מאי 20, 2015 8:48 pm

· #277492
הוגה

א נארמאלע פרוי וואס איר מאן קוקט שמוציגע זאכן רעדט מיט אים, שוקט מענטשן רעדן מיט אים, דאווענט צום אייבישטער וכדומה. אבער צונעמען קינדער? אינגאנצן? דאס איז רשעות, און דאס וועט מער שאדן די קינדער ווי דאס ערגסטע אינטערנעט.
.[/justify]


א נארמאלע פרוי האט דאך נישט קיין ברירה.

איך קען גראדע א נארמאלע פרוי וואס האט זיך גע'גט נאר דערפאר אז די טאטע זאל נישט זיין מיט די קינדער
ניין נישט מכח רשעת נאר מכח רחמנות אויף אירע קינדער.

יא, ס'איז ליידער דא פעלער וואס איז פאר די קינדער איז בעסער אזוי!

אבני שיש » מיטוואך מאי 20, 2015 10:16 pm

· #277510
ליין איך דא דעם אשכול אין איך זע ווי דער עולם ווארפט זיך אזוי ארום מיט דעם טערמין 'קאנפיוזן' און איך שטיי און שטוין, וואס האט חינוך צי טון מיט קאנפיוזן? יעדעס טאטע האט א רעכט צי מחנך זיין זיין קינד ווי אזוי ער פארשטייט, פינטעל. ס'נישט קיין נפקא מינא צי עס געפעלט דעם רב, גבאי, שווער, זיידע, אדער נישט. אוודאי דארף מען זיך רעכענן מיט ביידע עלטערן און פראבירען אז סזאל זיין ווי ווייניגער קאנפליקט, אבער מען זאל דאס ריפן קאנפיוזן? און אויב דער טאטע וויל ער זאל לערנען אן עקסטרע שיעור משניות, אדער א קורס פון ספעלינג הייסט עס אויך קאנפיוזן? מיין טאטע האט מיר אויך אויסגעלערנט זאכן וואס אנדערע קינדער מיין יארגאנג האבן נישט געוויסט, האט דען איינער איין הו"א דאס אנצעריפען קאנפיוזן? אתתמהה


@over time האט איינער דא עפעס דערמאנט פון נישט באצאלן טשיילד סופארט?וואס האקסטו און קאפ אריין?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 20, 2015 10:19 pm

· #277512
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
ווען דער טאטע און מאמע ערציען צוזאמען, קענען זיי אויף וועלכע וועג זיי פארשטייען. ווען זיי ביידע שלעפען אין אנדערע ריכטונגען, ווערט מען קאנפיוז''ד, ופשוט

אבני שיש » מיטוואך מאי 20, 2015 10:22 pm

· #277513
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען דער טאטע און מאמע ערציען צוזאמען, קענען זיי אויף וועלכע וועג זיי פארשטייען. ווען זיי ביידע שלעפען אין אנדערע ריכטונגען, ווערט מען קאנפיוז''ד, ופשוט


עקסעקטלי. וואס/ווער איז דאס 'אנדערע'?

moshav zekeinim » מיטוואך מאי 20, 2015 10:54 pm

· #277531
הקטן
הוגה

א נארמאלע פרוי וואס איר מאן קוקט שמוציגע זאכן רעדט מיט אים, שוקט מענטשן רעדן מיט אים, דאווענט צום אייבישטער וכדומה. אבער צונעמען קינדער? אינגאנצן? דאס איז רשעות, און דאס וועט מער שאדן די קינדער ווי דאס ערגסטע אינטערנעט.
.[/justify]


א נארמאלע פרוי האט דאך נישט קיין ברירה.

איך קען גראדע א נארמאלע פרוי וואס האט זיך גע'גט נאר דערפאר אז די טאטע זאל נישט זיין מיט די קינדער
ניין נישט מכח רשעת נאר מכח רחמנות אויף אירע קינדער.

יא, ס'איז ליידער דא פעלער וואס איז פאר די קינדער איז בעסער אזוי!

איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען דארט און קען זיין די מאמע איז געווען גערעכט, אבער איין זאך ווי איך פארשטיי איז זיכער, ס'איז געווען "מכוח", טאקע "נישט מכח רשעות נאר מכח רחמנות" ווי דו האסט געשריבן, אבער מיט כח איז עס געווען, און אויף דעם קלאגן מיר דא אין קאווע שטיבל, ווייל לאמיר זאגן אז דא גראדע איז זי געווען גערעכט, אבער דער פאקט אז א מאמע בכלל האט אזא אומבאזיגבארער כח אויף שיתפותדיגע קינדער צו קענען טון ככל העולה על רוחה ברענגט ארויף די בליט אין קאפ.

איש עברי » דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:12 am

· #277600
נעבעך נעבעך דאס הארץ רייסט. א וואוילער און ליבליכער פאטער וואס זיין גורל איז אז ער איז געבוירן אין א געמיינדע וואס אירע קינדער ווערן ערצויגן אראגאנט און אומוויסנד, די זכרים שטאפט מען מיט גמרא און מיט פשעטל'ך אן קיין טראפ אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג. די נקבות מאכט מען זיכער אז זיי זאלן נישט קענען נישט דאס און נישט דאס.

א קולטור וואס איז באזירט אויף צו נייטראליזירן דאס נאטורליכע ווילן פון א מענטש צו עקספלארירן און פארשטיין, צו זיך אויסברייטערן און עקספרימענטירן, א געמיינדע וואס האט אנגעהויבן מיט פארמאכטקייט אלס א מיטל אבער האט איר פארוואנדלט אין א מטרה.

א געזעלשאפט ווי יעדער איז מחוייב איינצושפארן זיין מוח ביים רב אין שופלאד, ווי יעדער דארף מקריב זיין די אייגענע אינדיווידואליסטישע אידענטיטעט אויפ'ן מזבח פונעם ציבור, ווי גיין אין שפאן איז וויכטיגער ווי זיין צופרידן און געזונט פיזיש און גייסטיש.

נישט נאר דער פאטער איז א קרבן, מיר זענען אלע קרבנות! קוקט אייך אום וואס דא האט פאסירט. עס קומט דענקער און ברענגט אונז אזא שוידערליכע געשיכטע פון א ליבליכע פאטער וואס האט געשפירט א דראנג אויף א איידעלע אופן אביסל אויסברייטערן זיין אייגן קינד'ס מח, ער האט אים נישט געשלאגן, געפייניגט, אדער געוויזן פארנאגראפישע בילדער. בסך הכל איבערגעזאגט א תפארת ישראל, אביסל קאווע שטיבל קרישקעלעך וואס לאזן הערן אביסל מילדע קריטיק אויפ'ן סיסטעם. אנשטאט מיר זאלן אויפגעשוידערט ווערן, ווערט דאס פארוואנדלט אין א געמיטליכע דעבאטע און דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי, און אנדערע קלערן זיך אז אלו ואלו דברי אלוקים חיים.

רבותי! ווי אומגליקליך זענען מיר אז די נושא שטייט בכלל פאר א דעבאטע, אז ערוואקסענע מענטשן האבן פלאץ אין זייער הארץ צו דערהייבן אזא שוידערליכע רשעות, און האבן פלאץ אין זייער מח צו אריינעמען אזאנע קרומע סברות! זיצן דא טאטע'ס פון קינדער? איר קענט באגרייפן וואס דא האט פאסירט???? אין 2015 רייסן איגנאראנטע רבנים אוועק א קינד פון זיין פאטער ווייל ער האט אים געזאגט אז די גיל העולם איז מוטל בספק און אים געגעבן א אידישע פרעספעקטיוו אויף די נושא.
און וואס איז די אויסרייד אונטער וועלכע מען טוט אזא געמיינע רשעות? די קינד וועט זיין קאנפיוזד רחמנא יצילנו!! ער גייט וויסן אז די רבי זכרוינעלברוכע איז נישט געווען די דירעקטע ממשיך פון משה רבינו, אז אידישקייט איז נישט וואס ווערט באשלאסן אין די לשכה פון היסאכדעס אויף דיווישען עוועניו, אז כלל ישראל האט א היסטאריע צווישן דאס אריבערגיין די ירדן און די אנקום פון די באן קיין שווייץ כ"א כסליו, אז עס איז מעגליך אז טייל מעשיות וואס ער האט געהערט אין חדר זענען נישט 100% קראנט.

זיצן אנגעפרעסענע רבנים הערשט אויפגעשטאנען פון שינת צהריים, און באשליסן אוועקצונעמען די קינד פון פאטער, לאמיר נעמען דאס קינד און אים צוביילן און צומזיק'ן, לאמיר נעמען דעם אומווערדיגן תפארת ישראל-קאווע שטיבל פארשוין און אים אריינשטעכן א מעסער און הארץ, לאמיר פאראומגליכליקן א טאטע און א קינד, פארוואס? ווייל מיר רבנים זענען די שומרי הסף פון אט דעם צודרייטן קולטור וואס אין איר קאנסטיטוציעס שטייט געשריבן אז מענטשן זענען ווערד-לאז, אז ווען עס קומט צו פרעזערווירן אונזער צודרייטע לעבנסשטייג טאר פאטערליכע ליבע נישט זיין קיין אפהאלט, און די באן מוז ווייטער פארן אפילו אויב עס וועלן פאלן קרבנות, פיזיש צו גייסטיש.

צו דיר טייערע פאטער, אל ירע לבבך האב נישט קיין פאראיבל, די שולד ליגט נישט ביי דיר, דו ביזט א געטרייע פאטער, און חבי כמעט רגע, דאס קינד איז דיינס, דו ביזט זיין איינציגע פאטער, און די פאטערליכע ליבע וועט איבערקומען די אלע שוועריגקייטן און רשעות'דיגע אפוטרופסים....

בר דעת » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:10 am

· #277605
איש עברי, געוואלדיג!
חזור בך, קום צוריק

הוגה » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:14 am

· #277606
בר דעת
איש עברי, געוואלדיג!
חזור בך, קום צוריק


צו קאווע שטיבל? צו אידישקייט? 😕

איש עברי » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:00 am

· #277639
היינו הך

I'm back » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:59 am

· #277663
וואס זענען די נעמען פון דער רבנים?

קרעקער » דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:03 pm

· #277665
איין נחמה קענסטו האבען
אז געווענדליך ווען א קינד וואס מהאט נישט געלאזט גיין צו די טאטע וואקסט אויף ווערט ער אזוי גערעגט אויפען מאמע אז ער גייט נאר צו די טאטע

הקטן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:53 pm

· #277699
איש עברי
נעבעך נעבעך דאס הארץ רייסט. א וואוילער און ליבליכער פאטער וואס זיין גורל איז אז ער איז געבוירן אין א געמיינדע וואס אירע קינדער ווערן ערצויגן אראגאנט און אומוויסנד, די זכרים שטאפט מען מיט גמרא און מיט פשעטל'ך אן קיין טראפ אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג. די נקבות מאכט מען זיכער אז זיי זאלן נישט קענען נישט דאס און נישט דאס.

דיין דרשה איז געבויט אויף:
אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג = גיט!
גמרא מיט פשעטל'ך = שלעכט!

דאס איז נישט קיין פאקט.
דאס איז סך הכול דיין מיינאנג
נישט א יעדער איינער האלט אזוי

Kool man » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:09 pm

· #277703
ווען א נישט אידישער שופט אין פעמילי קאורט הערט אז א קינד איז געווען ביים טאטען אין שטוב ווען דער טאטע האט געקוקט עדאלט ווידיאוס אדער גראב גערעדט, ער האט געוואטשד "פארן, גייט ער צונעמען קאסטעדי פונעם טאטען, און ער קען פארלאנגען מ'זאל פערסיוען קרימינעל טשארזשעס אקעגען די אומשולדיגע טאטע וואס וואטשט פארן אין זיין קינד'ס קעגענווארט [בלויז ווייל די רבנים האבען איהם צוגענומען די פת בסלו [LOL], דארף ער קוקען עדאלט שמוץ פונקט ווען זיין מינדעריעריג קינד דרייט זיך ביי איהם אין שטוב], יעדע רעכט דענקענדע גוי וועט נישט לאזען א קינד ביי א טאטען וואס האט נישט די ברעקעל אחריות און א אונס נארמאלע זשעלי אין זיין קאפ זיך איינצוהאלטען כאטשיג די צייט וואס ער האט וויזיטעישען און פארלעשען זיין תאווה צו באדען אין שמוץ און זיצען צוגעקלעהבט צום קא פיוטער סקרין צו קענען זעטיגען זיין גרעבע יצרא דעריות, בלויז פאר זיין אזא שוטה וואלט איהם יעדע בי"ד אדער שופט צוגענומען די קינדער, דאס איז ריכטיגע טשיילד ענדענזשערמענט און אביוז אויפען העכסטען גראד!

איש עברי » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:15 pm

· #277707
הקטן
איש עברי
נעבעך נעבעך דאס הארץ רייסט. א וואוילער און ליבליכער פאטער וואס זיין גורל איז אז ער איז געבוירן אין א געמיינדע וואס אירע קינדער ווערן ערצויגן אראגאנט און אומוויסנד, די זכרים שטאפט מען מיט גמרא און מיט פשעטל'ך אן קיין טראפ אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג. די נקבות מאכט מען זיכער אז זיי זאלן נישט קענען נישט דאס און נישט דאס.

דיין דרשה איז געבויט אויף:
אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג = גיט!
גמרא מיט פשעטל'ך = שלעכט!

דאס איז נישט קיין פאקט.
דאס איז סך הכול דיין מיינאנג
נישט א יעדער איינער האלט אזוי


כנראה אז דו האסט פיין גילערנט אין ישיבה אז דו האסט געקענט אזוי קרום אפלערנען וואס איך האב געשריבען

Kool man » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:17 pm

· #277708
@הבא ללמד, זעהט אויס דו האסט נישט פארשטאנען די מעשה, די קינד איז געקומען פארציילען וואס ער זעהט ביים טאטענס קאמפיוטער, אויף דעהם איז די אנדערע צד געלאפען צו בי"ד פארציילען, און בי"ד האט עס געוואלט אויספארשען אויס ס'איז ריכטיג אז ער זעהט ערוות מצרים ביים טאטען אין וויינגארטען, און ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'האט אים געפאקט ביי די מעשה, און יעצט עסט ער זיינע פירות פון זיין נאכלעסיג און קעירלעסס מיט זיין קינד.

איך האף דיין בלוט האט זיך שוין צוריק געסעטעלט אין פלאץ..

הבא ללמד » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:21 pm

· #277709
סארי @Kool man דאס איז שוין א אנדרע מעשה אבער אויב עס איז אזוי ווי די דערציילט מיינט עס אז מענט רעדט דע פין א פליענער משיגענער אין ווי איך ווייס קען מען ארעסטירען אזא אינגערמאן פאר אזעלכע עבירות

Kool man » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:29 pm

· #277712
אבסאלוטלי, ס'איז מיר געוועהן א חידוש אז די סיסטעם דא אין ק"ש איז אזוי אריינגעסעט אז יעדער מוז זיין אויף די צד וואס איז קעהגען בית דין, ריגארדלעס די אומשטענדען, יעצט עה איך א מ'האט פשוט נישט פארשטאנען

מיין שפיץ איז געוועהן, יא סאיז דא קאראפשען, יא פיהל פרויען וועלען ברענען אין גיהנם פארען צאפען די בלוט פון זייערע מענער, יא פיהל מענער וועלן בראטען פארען טרינקען די בלוט פון זייערע ווייבער, די וועלט איז נישט הפקר, יא פיהל א"ג עסקנים וועלען צאהלען א פרייז פאר ברענען די הויט פון זייערע ברידער און שוועסטער מיט זיך אריינמישען אין יענעמס מיסט קאסטען, אבער פאר אזא עם חכם ונבון צו שפרינגען תיכף צו אייגענע מסקנות אזש ביז שיסען הייסע פולווער אויף אלע ריכטונגען, אהן צו הערען א צווייטע צד, אדער כאשיג הערען קלאהר איין צד מיט אלע פרטים, איז נישט פאסיג פאר אזעלכע אינטעליגענטע שרייבער ווי קאווע שטיבעל קאמיוניטי

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:30 pm

· #277713
די רבנים דיינע האבען קיינמאל נישט אויפגעוויזען אז ער קוקט בשעת אז דער קינד איז דארט. נאר אז ער קוקט.
א נארמאלע שופט וואלט נישט צוגענומען וויזיטעישע"ן פאר אזא עבירה פון קוקען אין געגענווארט פונ'ם קינד. ער וואלט איינגעפיהרט supervised visitation אז ס'מוז זיין א צווייטען אין שטוב בשעת'ן באזוך. אוועקנעמען א קינד פון א טאטע איז א הארבע שריט, און מ'טוט עס נאר ווען אלע אנדערע עצות זענען שוין פראבירט געווארען, אדער איז דער סכנה צו שטארק.

Kool man » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:37 pm

· #277716
די טאטע האט אלע ברירות צוריק צו באקומען וויזיטעישען, אדער סופערווייזד, אדער דאכט זיך אפילו אויב ער ווייזט אויף אז דארט ווי ער גייט זעהן די קינד איז נישט דא די כלי, כ'מיין מ'רעדט פון מאכען וויזיטעישען ביים טאטעס עלטערען, ביי זיך אינדערהיים אין זיין שטאל האט ער דערווייל פארלוירען די קעיס, און מיט רעכט, אז מ'יז א שוטה איז מען א לוזער

נאכאמאהל, כ'אב נישט גענוג מאריך געוועהן מיט יענע מעשה, ווייל כ'אב נאר געוואלט אנקומען צום פוינט, אז שטענדיג זענען דא צוויי צדדים, מ'קען נישט שימפען און שעלטען פון א פערטעל מעשה וואס א אנאנימענימער ניק האט ארויסגעשאסען, מ'דארף זעהן א גאנצע פיקטשער פאר מ'וויל דזשאזשען

הקטן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:47 pm

· #277808
איש עברי
הקטן
איש עברי
נעבעך נעבעך דאס הארץ רייסט. א וואוילער און ליבליכער פאטער וואס זיין גורל איז אז ער איז געבוירן אין א געמיינדע וואס אירע קינדער ווערן ערצויגן אראגאנט און אומוויסנד, די זכרים שטאפט מען מיט גמרא און מיט פשעטל'ך אן קיין טראפ אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג. די נקבות מאכט מען זיכער אז זיי זאלן נישט קענען נישט דאס און נישט דאס.

דיין דרשה איז געבויט אויף:
אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג = גיט!
גמרא מיט פשעטל'ך = שלעכט!

דאס איז נישט קיין פאקט.
דאס איז סך הכול דיין מיינאנג
נישט א יעדער איינער האלט אזוי


כנראה אז דו האסט פיין גילערנט אין ישיבה אז דו האסט געקענט אזוי קרום אפלערנען וואס איך האב געשריבען

פיין גילערנט אין ישיבה = No Good

איך אויך » דינסטאג מאי 26, 2015 11:50 am

· #278150
''אז דו האסט נישט וואס צו טוהן טוה עס נישט דא''.

זבולון » זונטאג יוני 5, 2016 12:46 am

· #336428
איך לייען דא איבער אן אלטן אשכול, מ'קען דא לייענען ביידע צדדים, אבער עס איז צו שטוינען אז איינמאל און ווידער אמאל זעהט מען ווי די זעלבע שפיל חזר'ט זיך איבער, מיט די זעלבע נארישע טפשות'דיגע רשעות, און די צד הרשע פארשטייט אפילו נישט וואס מ'רעדט דא צו זיי.

אנהייבן הייבט זיך עס אן מיט אזעלכע ווערטער ווי "קאנפיוזן" די קינדער. אבער עס גייט נישט אריבער קיין פאר מינוט, און ער פאנגט אן צו ווארפן אזעלכע סטעיטמענטס ווי "קיינער איז דיר נישט שולדיג, אז דו האסט געטוהן כך וכך", "אז דו ביסט א שוטה, ביסטו א לוזער", "האסט געמיינט דו קענסט טוהן וואס דו ווילסט, יעצט וועלסטו זעהן מיט וועם דו האסט זיך אנגעהויבן", וכהנה רבות.

פרעגט יעדער נאכאמאל די זעלבע קשיא, דיין פראבלעם איז די קינדער אדער דעם טאטן? דו נוצסט די קינדער אלס א שטעקן צו באשטראפן דעם טאטן?

זאל דער באשעפער אין הימל אראפקוקן און זעהן די צער פון בנים שגלו מעל שולחן אביהם, בזכות העשקנים הקדושים, וואס טוהן אלעס למען שמו יתברך. און זאל שוין שרייען צו זיי : הניחו ממני! לאזט אפ מיין נאמען! נוצט נישט אייערע שמוציגע אקטן מיט מיין נאמען! בקהלם אל תחד כבודי!

הערט שוין אויף צו פראווען רשעות אינעם נאמען פון אלוהי הרחמים והאהבה. עס איז שוין צייט צו תשובה טוהן, זיך צוריקקערן צו מעשים טובים, און אפלאזן די אלע רשעות.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 5, 2016 8:42 am

· #336500
דאס עצם מושג וואס ווערט דערמאנט דא אין דער קעפעל פונ'ם אשכול דארף אויך ארומגעשמועסט ווערן.

ס'האט איינער אריינגעברענגט ביים עולם א מין גלויבונג אז דאס 'קאנפיוזע"ן' א קינד איז דאס ערגסטע. דער קינד זעט נאר איין וועג, ער פארשטייט נאר איין זאך, און ווען מ'ווייזט צוויי וועגען, וועט ער בלייבען מיט קיין איינס נישט.

אין אנדערע אשכולות וועגען חינוך קומען אויך אויבער חכמים בארעכטיגען דער סיסטעם מיט אזא טענה 'מחנכים זאגען אז דאס ערגסטע איז ווען דער חינוך אין שטוב שטימט נישט מיט'ן חינוך אין חדר, וואס דערמיט טוט מען קאנפיוזע"ן דאס קינד'. הייסט'ס מחנכים זאגען אז אלע דארפען זיך בייגען פאר די מחנכים!

רבותי, ס'איז ליגענט. קינדער קענען דערהייבען צוויי דעות, זיי קענען דערהייבען פארשידענהייטען, זיי דארפען נישט קיין איינפארביגע וועלט. דאס איז א שקר פון דער וואס פארקויפט די פארב, וואס אנשטאט'ס צולייגען אויף די פאליצע'ס פון זיין קרעמעל נאך פארבען, האט ער פארבאטען אז אנדערע פארבען זאלען קומען אין שטאט אריין. מ'זאגט קלאר און דייטליך אז איך האלט אזוי, יענער האלט אנדעריש און איך בין גערעכט.

נאר ווען מ'פרעדיגט ליגענט ווערט ער קאנפיוז"ד. און פארוואס? ווייל ער קען שוין נישט טראסטען זיין אייגענעם אינסטינקטען. ווען ער זעט איין זאך מיט די אויגען און די וואס פיהרען זיין לעבען שרייען מיט געוואלד אז זיין אויגען זאגען איהם ליגענט, האט מען איהם באגנב'ט די כח פון די אויגען. ט'ווי אזוי קען ער מארגען זיך פארלאזען אויף זיין פארשטאנד ווען מ'האט עס איהם אזוי צוקלאפט?

איך האב שוין ערגעץ דערמאנט א מעשה מיט'ן נצי"ב מוואלאזין. זיין יונגסטע זוהן, ר' מאיר בר אילן, שרייבט אין זיין בוך - פון וואלאזין ביז ירושלים, וואס האט פאסירט ווען זיין טאטע האט געדינגען א מלמד פאר איהם אנצופאנגען לערנען גמרא. דער מלמד איז געקומען שבת נאכמיטאג באזוכען דער רב איידער ער הייבט אן לערנען מיט דער קינד. זע'ענדיג דארט דאס קינד האט ער געשאקעלט מיט'ן פינגער בכדי איהם צו דערשרעקען, מתובל מיט דברי התראה טאמער ער לערנט נישט ווי עס דארף צו זיין. נאך דעם וואס דער מלמד איז אהיים געגאנגען, האט דער נצי"ב געזאגט פאר זיין מאיר'קע "איך האב דיר געזאגט ער איז א גוטע מלמד, איך האב נישט געזאגט אז ער האט שכל".

דוכט זיך אז א טאטע פון אזא קינד ווי ר' חיים ברלין און א זיידע פון ר' חיים בריסקער און אליינס א גדול הדור האט נאך אזא דעה אין חינוך ווי א היינטיגע מחנך!

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 6:18 pm

· #355601
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
דריי פון די קאורט דזשאדזשמענטס אין א לענגערע פארצווייגטע געריכט איבער קינדער פון א אטד טאטע און א חסידישע מאמע, אין לאנדאן, זענען יעצט פובליצירט געווארן אויף בעילי. (פערזענליכע פרטים אנאנאמיזירט)
<a class="postlink" href="http://www.bailii.org/">http://www.bailii.org/</a>

[2014] EWFC B230
[2015] EWFC B237
[2016] EWFC B91

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

זבולון » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 9:19 pm

· #355606
Wow!
עס איז זייער אינטרעסאנט. כ׳וועל לאזן מיין אייגענע מיינונג אין א זייט. אבער דאס האט מיר געקאסט א שמייכל:

The father said in his statement that he and the children were visiting a Museum where there were paintings on the wall of monkeys walking on two legs with faces similar to men. The father said that he told A what he had been taught in Satmar as a child, that some sinful humans who were involved in building the Tower of Babel became monkeys. The mother disputed that this was taught in the Satmar Community

סתם א רשעות אזוי צו חוזק מאכן פון א צובראכענע תמימות׳דיגע אידישע טאכטער.

עס מאכט מיר טראכטן אז דאס קעפל דארף געטוישט ווערן, אנשטאט ״קאנפיוזן די קינדער״, דארף שטיין ״קאנפיוזן די מאמע״.

עס ווערט נאך מער אינטרעסאנט ווען מען לייענט דעם דזשאדש׳ס החלטה.

טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:53 am

· #355613
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
ס'איז א בפירושע גמ' אין סנהדרין. אבער וואס זאל מען טוהן אז מ'לאזט נישט די מיידלעך לערנען תלמוד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 6:37 am

· #355614
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
ס'איז שוין אין די נייעס!
<a class="postlink" href="http://www.telegraph.co.uk/news/2016/11/29/jewish-father-let-children-ride-bikes-sabbath-exposed-alien/?WT.mc_id=tmg_share_em">http://www.telegraph.co.uk/news/2016/11 ... g_share_em</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 8:44 am

· #355615
איז דאך די מאמע גערעכט.

אויך, גיי רעד מיך איין אז 'טעלעגרעף ריפארטערס' האבען אליינס אויפגעזוכט דעם ספעציפישן פסק צווישן אלע טויזענטער פסקים. יעדער פארשטייט ווער עס האט עס זיי צוגעשיקט און וואס ער וויל דערמיט, האב נאר נישט קיין טענה ווען עס בעקפייערט.

טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:34 pm

· #355632
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
אזוי פליקענדיג דורך האב איך געזען נאך א טשיקאווע אנגייענדע געריכט איבער א אינגערמאן וואס האט געשלעפט א באנטש מיט סטעיט בענעפיטס און ווען מ'האט געכאפט האבן זיי אים גערופן צו געריכט. מיליאנע תירוצים ואמטלאות. ס'איז א פחד וויפיהל רעליגיע ווערט אריינגעמישט אין די קעיסעס.
<a class="postlink" href="http://www.bailii.org/cgi-bin/format.cgi?doc=/uk/cases/UKUT/AAC/2016/441.html&query=(Jewish">http://www.bailii.org/cgi-bin/format.cg ... ry=(Jewish</a>)

The Appellant is a member of the Orthodox Jewish community. The FTT office notified him on 11 February 2015 that the hearing of his appeal would take place on Wednesday 1 April 2015. That was not a date on which the Appellant had previously said he would be unavailable. Passover in 2015 started on the evening of Friday 3 April.

10. On Monday 30 March 2015 the Appellant telephoned the FTT office asking for a postponement, saying that his representative was not working due to Passover and he himself was unwilling to attend alone. The request was refused on the basis that it was made at very short notice and Passover did not start until the Friday. The Appellant was advised to attend the hearing.

11. The FTT on 1 April 2015 reconsidered the matter. The Judge explained carefully on both the decision notice and the statement of reasons why she decided to proceed with the hearing in the Appellant’s absence. When giving permission to appeal, I recognised “that the period in the run-up to Passover is exceptionally busy. However, the date of Passover is known well in advance. It is not reasonable to make such a request 48 hours before the scheduled hearing.” I remain of the view that on the basis of the reasons given for the Appellant’s non-attendance the Tribunal was entitled to proceed as it did...


13. The Appellant finds it difficult to cope with bureaucracy. In an unsuccessful attempt to have the FTT’s decision set aside, his representative explained that a previous representative had withdrawn as the Appellant had been unable to provide him with “any documentation or evidence”. His new representative candidly added that the Appellant “is totally incapable of managing his affairs effectively and hence always misses deadlines”.

יא, עדיוקעישן איז וויכטיג!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 6:03 am

· #355726
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
אויך אין די טיימס אף איזראעל.
<a class="postlink" href="http://jewishnews.timesofisrael.com/shabbat-alien/">http://jewishnews.timesofisrael.com/shabbat-alien/</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2016 3:42 pm

· #356094
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
יעצט אין די אינדעפענדענט.


<a class="postlink" href="http://www.independent.co.uk/news/uk/home-news/family-court-jewish-father-unwise-evolution-satmar-orthodox-a7451751.html">http://www.independent.co.uk/news/uk/ho ... 51751.html</a>


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2016 3:52 pm

· #356095
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
אין די Jc


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2016 3:56 pm

· #356096
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
אין The Times



Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2016 3:59 pm

· #356097
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
Coming soon!



Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 7:51 am

· #356119
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
אין די עקספרעסס



אין די דעילי טעלעגראף


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 9:43 am

· #356122
ווער שיקט אריין אזעלכע מעשה'ס צום צייטונג? ווער איז דער פאסקודניק וואס האט נישט קיין פראבלעם לייגען אומשולדיגער קינדער אין די צייטונג פאר לעבענסלאנגע בזיונות? און פארצייל נישט אז זייער נאמען איז נישט דארט. איך וויס נישט ווייל איך וואוין נישט אין לאנדאן, אבער איך גלויב אז אלע אין לאנדאן ווייסען גוט ווער דאס איז און די קינדער וועלען אויך וויסען.

מ'קען ארויסגייען פון סאטמאר, אבער דער סאטמאר בלייבט דארט אינעווייניג.

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 10:01 am

· #356123
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
ס'מוז נישט זיין אז עמיצער לייגט זיי. די זשורנאליסטן זיצן און לאקערן אויף בעילי ווי פארצוקנדע וועלף. און פון די לעצטע דזשאדזשמענט איז קלאר אז די טאטע האט דוקא נישט געוואלט ס'זאל פובליצירט ווערן. וואס מקאכטצעך עסט מען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 11:03 am

· #356126
איך קען עס נישט זע'ען קלאר, נאר די אנדערע בילדער.

איך ווייס נישט פארוואס מ'וואלט פארטיידיגט דער ריכטער דא. למעשה טאמער דער טאטע פיהרט זיך אידיש, נאר נישט סאטמאר, האט ער א פאינט. טאמער אבער דער טאטע האט אל אויפגעגעבען, דער ריכטער האט נישט קיין ענין צו פארדאמען, דאס איז נישט זיין ענין. אבער דאס אנרופען אידיש איז א שקר. טאמער ס'מאכט נישט אויס לגבי זיין רעכט צו באזוכען פון זיין קינדער, זאל ער דאס זאגען. אבער צו פאדערען אז מ'דארף אויסלערנען אז זיך פיהרען סעקיולאר איז גאר אידיש, איז שקר.

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 11:20 am

· #356127
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
ליטוואק פון בודאפעסט
אבער צו פאדערען אז מ'דארף אויסלערנען אז זיך פיהרען סעקיולאר איז גאר אידיש, איז שקר.


וואו זעסטו דאס?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 1:18 pm

· #356138
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער שיקט אריין אזעלכע מעשה'ס צום צייטונג? ווער איז דער פאסקודניק וואס האט נישט קיין פראבלעם לייגען אומשולדיגער קינדער אין די צייטונג פאר לעבענסלאנגע בזיונות?
מ'קען ארויסגייען פון סאטמאר, אבער דער סאטמאר בלייבט דארט אינעווייניג.

הינט: ער קען האבען א ניק אויף ק''ש.

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 4:30 pm

· #356160
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען עס נישט זע'ען קלאר, נאר די אנדערע בילדער.

"The mother submits that as the circumstances of this case and the issues addressed are relatively rare publication may benefit other judges who face similar issues but feel they have little guidance to which to refer. She submits that there is from time to time adverse publicity about the communities such as the Satmar so that there is a public interest in having access to a balanced judgment which looks objectively at the children's situation. She further submits that although even an anonymised judgment will undoubtedly allow the children to be identified, the community is already fully aware of the case and of the identity of the children. There is also, therefore, a community interest or benefit in allowing members of the community access to an objective analysis of the issues arising in this case to replace the uninformed or one sided understanding that they are likely to have at present.

The father is concerned about the children being identified."

שפעטער אביסל:

"..I also find, however, that those within the community already know who the children are and know the essence of their situation. I have had evidence to that effect and I expressed concern about it in my 2015 judgment..."
דאס מיינט זי מסתמא דער טעגליכע קול מבשר ליפלעט וואס האט דעמאלס פארשפרייט מ'זאל מתפלל זיין פאר די קינדער, די נעמען דערמאנט ווי חולים, זיי זאלן ניצול ווערן פון גויאישע הענט.

צום שלוס, ס'קוקט אויס ווי נאך דער צווייטער דזשאדזשמענט האט געהערשט א שטארקע אפטעמיזים ביי די צד הכלה אז די דריטע וועט נאך זיין בעסער און דערפאר האבן זיי איינגעריסן מ'זאל עס פובלישן. דער טאטע ווידער איז נישטא צו פראוון א פוינט (א ראיה ווייל אויב פאר שטינק אין די מידיא וואלט פארלירן נאך געמאכט א גרעסערס) האט ער געבעטן מזאל היטן אויף פריוואטקייט. דער שופטת, וואס איז כנראה נישט געווען צו העפי עס צו מפרסם זיין, האט געזאגט אזוי?? רעדט אייך נישט איין איר וועט צוטרעפן צו וואס איך וועל פסקען. ווי זי ענדיגט: They need the community to recognise and acknowledge the importance of their father's role in their lives

אויך:
"Finally in fairness to these parents I must make it clear now that if there are further problems in this case, the court may very reluctantly be forced to think more radically about arrangements for these children. At such a point the court would have to evaluate the parties' respective responsibility for such difficulties and also to evaluate which parent would be more able to support the children's relationship with the other parent over the short, medium and long term. Neither parent should make any assumptions as to the outcome of that exercise."


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 4:54 pm

· #356162
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
אין די בעלגישע נויעסבלאט

<a class="postlink" href="http://m.nieuwsblad.be/cnt/dmf20161203_02606527">http://m.nieuwsblad.be/cnt/dmf20161203_02606527</a>


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 5:18 pm

· #356165
טאמער דער מאמע איז דער פאסקודניק, זאל זיין. איך ווייס דאך נישט וואס און וועמען ס'האנדעלט זיך דארט.

דער ריכטערין, לויט דיין ציטוט, איז טאקע א חוצפה זי זוכט מחנך צו זיין א קאמיוניטי?! דער קאמיוניטי האט געהאט דארט אן אדוואקאט? ווי נעמט זי אזא חוצפה?

טאמבל סאס » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 3:36 am

· #356215
ווער איז די קאמיוניטי? אין א פריוואטע פעמילי מעטער איז נישטא קיין קאמיוניטי. נאר אז עמיצער טענהט איך בין נישט קיין יחיד, עס איז די קאמיוניטי וואס guide מיך, זאגט דער שופטת, "זאל די קאמיוניטי זיך אויסלערנען לעבן דערמיט." היינו וויאזוי דו ווילסט עס רופן.



ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 5:37 am

· #356216
איך זעי אז מ'מוז ליינען די גאנצע פסק, פון אנהייב ביז'ן סוף, צו קענען האבען דא א מיינונג. דאס קען איך שוין נישט.


בלייבט נאר איבער צו ווינטשען אלע דארט, ובפרט די אומשולדיגע קינדער, א לעכטיגער זיס לעבען, און זיי זאלען אויפוואקסען אמת'ער עובדי ה' און געזונטער מענטשען, אז דער טאטע זאל צוריק קומען בתשובה שלמה און יעדער זאל טרעפען גליק און פרייד

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 11:59 am

· #356336
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
אויף די BBC
<a class="postlink" href="http://www.bbc.co.uk/news/resources/idt-75361d40-67f0-4544-bb29-c9bee5b2251f">http://www.bbc.co.uk/news/resources/idt ... bee5b2251f</a>

"There is one charity in particular involved in family cases when a partner is leaving the community. The charity, Ezer Leyoldos, says it pays legal bills as “part of a wider package of support for all the family”. Indeed, it says its actions are sometimes asked for by the court and its sole focus is the interests of the children. Its services, including family therapy, help “make the children’s transitions between their Haredi world and their secular worlds easier,” says Irving Lichtman, the charity's head."

ווילאנג מיינט מען די ליגנטס וועלן ארבעטן? פון פארלעסליכע מקורות הער איך אז די ארגעניזאציע איז שוין מיאוס פארפלאנטערט מיט די טשאריטי קאמיסיע און אז מר ליכטמאן האט איינגעריסן וועלטן אפצוהאלטן דעם פיטשער ואין עוזר לו. שאנטאזש בריוו העלפן נישט אין די ריעל ווארלד.

האלט מיט היינט אווענט אויף radio 4 צו געוואויער ווערן מער.

ס'פאלט מיר יעצט ביי א גוטע הגדרה. דו גוטע זייט פון האנדלען מיט תמימים איז אז at first instance קאנסידערן זיי דיך אויך צו זיין א תמים. די שלעכטע זייט אבער איז, דאס איינמאל עס איז געלונגען זיי איבערצוצייגן אז דו ביסט נישט; וועט גארנישט שוין נישט העלפן זיי איבערציווייזן פארקערט. און דאן איז אוח און וויי. דערפאר זאגט די פסוק, א קלוגער ווייזט נישט זיין פיקחות אפי' ווען עס לוינט זיך אים...


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 5:04 pm

· #356376
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
אויף 'פריינטליכע אטעאיסט' בלאג
<a class="postlink" href="http://www.patheos.com/blogs/friendlyatheist/2016/12/04/judge-divorced-jewish-dad-wrong-go-museum-expose-child-evolution/?utm_campaign=shareaholic&utm_medium=facebook&utm_source=socialnetwork">http://www.patheos.com/blogs/friendlyat ... ialnetwork</a>


Sent from my SM-G903F using Tapatalk
בלאט: 1 2 3