דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #8885
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8885
[ציטאט אראפגענומען]
יישר כח
קרייצן איז געווען א רוימישע סטיל מיתה, עקסקלוסיוו פאר הרוגי מלכות. אידן האבן דירעקט נישט געטארט קרייציגן.
ביזט מודה אז ס'געווען פארשידענע מדרשים, נאר דער מתרגם האט נישט מבחין געווען אריינצולייגן נאר די "כשר'ע", דאס הייסט די פרושימדיגע. איז ער נישט געווען קיין עם הארץ, נאר נישט פון די פרושים.
[ציטאט אראפגענומען]
די גמרא איז דיין מקור, אבער נישט בהכרח מקור ראשון. די גמרא מיטן מתרגם האבן ביידע גענומען די מדרשים פונעם זעלבן ארט, נעמליך מסורה. דער מתרגם קען זיין האט נישט געלערנט קיין גמרא.
לגבי די לעצטע ראי', מיר טרעפן יא אין גמרא אז איסור. ביבמות דף ס''ה. "אמר איהו איזיל אינסיב איתתא ואיבדוק נפשאי אמר רבי אמי אף בזו יוציא ויתן כתובה שאני אומר כל הנושא אשה על אשתו יוציא ויתן כתובה רבא אמר נושא אדם כמה נשים על אשתו והוא דאית ליה למיזיינינהי"
פשי הא, די תור הזהב פון קאווע שטיבל קומט צוריק. דער עולם האקט שטיקער ידיעות. גייט ווייטער אן ביתר שאת כי הוא חכמתכם ובינתכם
איך זעה נישט אין די 4 דערמאנטע ראיות קיין שום הכרח צו דיין מסקנה.
א) איסור דרבנן מיינט נישט אז חכמי המשנה והתלמוד האבן דאס מתקן געווען, אפילו תקנת פון משה רבינו זענען בכלל "דרבנן'ס", ויתכן אז בימי רות איז שוין געווען אנגענומען די תקנה פון אלפיים אמה.
ב) פארוואס פארשטייסטו אז "ויקודת נורא" איז לאו דווקא, ווייל מיתת שריפה איז נישט געווען דורך פייער ממש, די זעלבע מיט חנק.
ג) תחילת קציר חיטים קען רוהיג מיינען א טאג פאר די actual טאג שניט, מוצאי יום טוב ראשון.
ד) כאמור בפנים, ס'מיינט רשות פון זיין ערשטע ווייב

פון מזונות רעדט רבא, רב אמי'ס טעם איז נישט מזונות.
איסור שתי נשים במשנת הקראים והנוצרים ועוד
@אנאנים עס איז דא א סאך צו זאגען אויף דער נושא, אבער עבר זמנו בטל קרבנו. א שאד איך האב דאס נישט באמערקט פאר שבועות ווען דער עולם איז נאך געווען אינטערסירט. אבער איך וויל נאך אלץ מעיר זיין זעיר שם וזעיר שם.
1- קודם כל, דארף מען צולייגען דאס וואס שטייט דארט "אמרת נעמי אתפקדנא דלא למבת כחדא עם עממיא", דאס מיינט אז דער איסור ייחוד גייט אויף א גוי ווען דאס איז א גזירה א סאך נאך רות, אזוי עס קומט אויס פון די גמרא "כי אתא רבין אמר [בית דין של חשמונאי גזרו על הבא על העובדת כוכבים] משום נשג"ז [נדה, שפחה, גויה, וזונה]. כי גזרו בית דינו של חשמונאי ביאה, אבל ייחוד לא, ואתו אינהו [בגזירת י"ח דבר ו]גזור אפילו ייחוד. ייחוד נמי בית דינו של דוד גזרו, דאמר רב יהודה באותה שעה גזרו על ייחוד. אמרי התם ייחוד דבת ישראל, אבל ייחוד דגויה לא, ואתו אינהו גזרו אפילו אייחוד דעבודת כוכבים. ייחוד דבת ישראל דאורייתא היא...... דאורייתא דאשת איש ואתא דוד וגזר אפילו אייחוד דפנויה ואתו תלמידי בית שמאי ובית הלל גזור אפילו אייחוד דעבודת כוכבים." (עבודה זרה לו, ב)
2- אבער פונעם אנדערע זייט דארף מען דערמאנען אז די רמב"ן אין די שורש הראשון אין זיין השגות אויף דער רמב"ם ספר המצוות זאגט אויף די גמרא אז נעמי איז געזאגט געווארען מיט רוח הקודש ווייל די איסור פון תחומין איז נאר דרבנן.
דאס אז איר זאגט אז עס איז נישט דא א מקור אז די צדוקים [בעסער צו רעדען פון בייתוסים וואס זיי זענען די אמת'ע חולקים אויף חז"ל לגבי די הלכה], עס איז כדאי צו באמערקן די לשון פונעם משנה אין מנחות "כל כך למה, מפני הבייתוסים שהיו אומרים אין קצירת העומר במוצאי יום טוב." (משנה מנחות סה, א) די בייתוסים האבען געהאלטען אז מוצאי יום טוב איז נישט די ריכטיגע צייט אויף קצירת העומר, לאו דווקא ווייל עס איז "אינו דוחה את השבת". אנדרעש וואלט די משנה זיך געדארפט אויסדריקען אז "שהיו אומרים אין קצירת העומר דוחה שבת". עיין שם בפירושו של ר' חיים סופר [בעמ"ס פלס חיים) ובשיעורו של הר"ש ליימן (YU TORAH) אודות ספרי ים המלח.
עטליכע הערות:
1- די נוצרים האבען געטייטשט די פסוק "ואשה אל אחותה לא תקח לצרור" אז דער לשון "אחותה" מיינט נישט כפשוטו "איר שוועסטער" נאר אזוי ווי אין די פסוק "יריעות אחת אל אחותה" און אין יחזקאל פרק א "חברת אשה אל אחותה כנפיהם וגו'" עיין בזה בתוספות (ב"ק סג, א ד"ה רעהו). דאס מיינט אז מען טאר נישט נעמען צוויי ווייבער אז איינער זאל זיין א "צרה" פארן צווייטער - לצרור - כתוצאה פון א זא טייטש קומט אויס צוויי "חומרות" - איינס אז מען טאר נישט האבען צוויי ווייבער, און צווייטענס אז די איסור ערוה פון חתונה האבען מיט די ווייבס שוועסטער קומט נישט אראפ לאחר מיתה ווייל די היתר פון "בחייה" גייט נישט אויף דעם נאר אויף צוויי ווייבער (עיין רמב"ן על התורה על הפסוק ואשה אל אחותה שאינו מדין ערוה רק מצד איסור "לצרור" ולדברי הנוצרים באמת אינו ערוה כלל רק איסור "לצרור" והנני מציין לדברי רמב"ן להראות שפירושם של הנוצרים קרוב לפשט הפסוק).
2- רבי יעקב עמדין דערמאנט די צוויי חומרות פון די נוצרים און ער איז זיי משבח אין זיין "רסן מתעה" וז"ל, אפילו אומות העולם גדרו גדר בעצמן אחר המבול, אין צורך לומר אומת הנוצרים שהוסיפה לה גדרים להרחיק עצמן אף מן המותר לישראל. אפילו מה שאין ערוה לנו. וגם מה שהתירה תורה. שהרי אף לקחת איש אחד שתי נשים כאחת אינן מתירים. ואחות אשה גם אחר מות אחותה וכו' אסורים וכו' ולהם כמה מדות חמודות ומוסרים ישרים וכו' ואשרינו אם הם נוהגים עמנו כפי דתם וכו', עכלה"ק.
3- אין די לקח טוב פרשת כי תצא איז רבינו טוביה שטארק מאריך אין די היתר פון צוויי פרויען און פירט אויס "כמה טעות טעו הקראים שאמרו "ואשה אל אחותה לא תקח אלו שתי נשים" ודבר זה בתורה ובנביאים ובכתובים שהיו ישראל נושאים שתי נשים ובפנינה כתב "וכעסתה צרתה גם כעס".
4- לאור הנ"ל קען מען פארשטיין א משנה אין מסכת יבמות משנה (יבמות מט, א) "אשתו שמתה מותר באחותה" און די גמרא (שם נ, א)
איז מתמיה "זיל קרי בי רב היא" און רב יוסף ענטפערט "כאן שנה רבי משנה שאינה צריכה". אבער לויט וואס מיר זאגען קען זיין אז דער משנה קומט להוציא מפירוש הנוצרים ותל"מ.
5- גאר אינטערסנט צו דערמאנען אז חז"ל האבען "געהארגעט" בועז'ס ערשטער ווייב גלייך פאר די מעשה פון רות. אזוי ווי רש"י ברענגט אויף די פסוק "ותהום כל העיר" - לקבור אשתו של בועז.
6- אויך וויכטיג צו דערמאנען אז אין גאנץ נ"ך און משניות און גמרא כמעט וואס מיר געפינען נישט איינער זאל האבען מער ווי איין ווייב.
7 - אפשר קען מען שפעקולירען אז חז"ל אליין האבען א מאל געטייטש די פסוק פון "ואשה אל אחותה" אנדרעש פונקט אזוי ווי מיר ווייסען קלאר לגבי "מואבי ולא מואבית".
@רוסישער א גרויסען דאנק פאר די מראה מקומות!
א) פרק א פסוק ט"ז ווי נעמי פרובירט מסביר צו זיין פאר רות פארוואס עס לוינט זיך נישט פאר איר מיטצוקומען לייגט דער תרגום אראפ אז נעמי האט מסביר געווען ווי שווער איז צו היטן שבת 'בדיל דלא להלכא בר מתרין אלפין אמין' די דרש ווערט געברענגט אין חז"ל אויך, אבער עס קען נישט זיין אויף די איסור פון ארויסגיין חוץ לאלפיים אמה ווייל דאס איז נאר מדרבנן, מדאורייתא איז נאר אסור חוץ לי"ב מול.(גראדמעכעלע)
1- קודם כל, דארף מען צולייגען דאס וואס שטייט דארט "אמרת נעמי אתפקדנא דלא למבת כחדא עם עממיא", דאס מיינט אז דער איסור ייחוד גייט אויף א גוי ווען דאס איז א גזירה א סאך נאך רות, אזוי עס קומט אויס פון די גמרא "כי אתא רבין אמר [בית דין של חשמונאי גזרו על הבא על העובדת כוכבים] משום נשג"ז [נדה, שפחה, גויה, וזונה]. כי גזרו בית דינו של חשמונאי ביאה, אבל ייחוד לא, ואתו אינהו [בגזירת י"ח דבר ו]גזור אפילו ייחוד. ייחוד נמי בית דינו של דוד גזרו, דאמר רב יהודה באותה שעה גזרו על ייחוד. אמרי התם ייחוד דבת ישראל, אבל ייחוד דגויה לא, ואתו אינהו גזרו אפילו אייחוד דעבודת כוכבים. ייחוד דבת ישראל דאורייתא היא...... דאורייתא דאשת איש ואתא דוד וגזר אפילו אייחוד דפנויה ואתו תלמידי בית שמאי ובית הלל גזור אפילו אייחוד דעבודת כוכבים." (עבודה זרה לו, ב)
2- אבער פונעם אנדערע זייט דארף מען דערמאנען אז די רמב"ן אין די שורש הראשון אין זיין השגות אויף דער רמב"ם ספר המצוות זאגט אויף די גמרא אז נעמי איז געזאגט געווארען מיט רוח הקודש ווייל די איסור פון תחומין איז נאר דרבנן.
ג) שם כ"ב והמה באו בית לחם בתחילת קציר חיטים, חז"ל דרשנן אז דאס איז געווען ביי קצירת העומר, אין די משנה אין מנחות איז מבואר אז קצירת העומר איז א מצוה און מען האט דאס געטון מוצאי יו"ט הראשון פון פסח, אבער די תגרגום זאגט 'ואינון אתו ביתת לחם במעלי יומא דפסחא ובההיא יומא שריאו בני ישראל למחצד ית עומרא' זאגט ער אז קצירת העומר איז געווען ערב פסח, עס איז דא וואס ווילן זאגן אז די כוונה איז נישט צום קצירה ממש נאר די הכנות צום קצירה וואס דאס האט מען געטון ערב יו"ט, דאס איז נישט מסתבר ווייל די גאנצע מקור אז דאס איז געווען פסח צייט איז פון דאס אז קציר שעורים מיינט די עומר איז פארוואס זאל ער זאגן אז עס מיינט נאר די הכנות,
פארוואס די מתרגם האט געהאלטן אז מען האט געשניטן די עומר ערב יו"ט איז נישט קלאר, מען טרעפט נישט קלאר אעז די צדוקים זאלן אזוי האלטן, געוויסע חוקרים טענ'ן אז פונקט ווי לדעת הצדוקים איז קצירת העומר נישט דוחה שבת אזוי איז עס נישט דוחה חול המועד דערפאר האט מען דאס געדארפט שניידן ערב יו"ט,(גראדמעכעלע)
דאס אז איר זאגט אז עס איז נישט דא א מקור אז די צדוקים [בעסער צו רעדען פון בייתוסים וואס זיי זענען די אמת'ע חולקים אויף חז"ל לגבי די הלכה], עס איז כדאי צו באמערקן די לשון פונעם משנה אין מנחות "כל כך למה, מפני הבייתוסים שהיו אומרים אין קצירת העומר במוצאי יום טוב." (משנה מנחות סה, א) די בייתוסים האבען געהאלטען אז מוצאי יום טוב איז נישט די ריכטיגע צייט אויף קצירת העומר, לאו דווקא ווייל עס איז "אינו דוחה את השבת". אנדרעש וואלט די משנה זיך געדארפט אויסדריקען אז "שהיו אומרים אין קצירת העומר דוחה שבת". עיין שם בפירושו של ר' חיים סופר [בעמ"ס פלס חיים) ובשיעורו של הר"ש ליימן (YU TORAH) אודות ספרי ים המלח.
ד) פרק ד פסוק ו, ווי דער גואל האט נישט געוואלט נעמען רות ער האט געטענה'ט 'פן אשחית את נחלתי' און אין תרגם שטייט 'לית אנא יכיל למיפרוק לי על דאית לי אתתא לית לי רשו למיסב אוחרניתא עלהא דלמא תהי למצו בביתי' ער לייגט אראפ אז דער גואל האט נישט געוואלט האבן צוויי ווייבער ווייל ער האט מורא געהאט אז דאס וועט ברענגען א קריגעריי ביי אים אין שטוב, דאס איז נישט ווי חז"ל טייטשן די פסוק אז ער האט איר נישט געוואלט נעמען אלץ א חשש פון מואבית, און בכלל טרעפט מען נישט אין חז"ל אזא איסור נישט צו נעמען צוויי ווייבער אלץ א חשש פון קריגעריי, אין צדוקי'שע און קראי'שע מקורות זעעט מען אז זיי האבן געהאלטן פאר א איסור צו נעמען צוויי ווייבער, (גראדמעכעלע)
עטליכע הערות:
1- די נוצרים האבען געטייטשט די פסוק "ואשה אל אחותה לא תקח לצרור" אז דער לשון "אחותה" מיינט נישט כפשוטו "איר שוועסטער" נאר אזוי ווי אין די פסוק "יריעות אחת אל אחותה" און אין יחזקאל פרק א "חברת אשה אל אחותה כנפיהם וגו'" עיין בזה בתוספות (ב"ק סג, א ד"ה רעהו). דאס מיינט אז מען טאר נישט נעמען צוויי ווייבער אז איינער זאל זיין א "צרה" פארן צווייטער - לצרור - כתוצאה פון א זא טייטש קומט אויס צוויי "חומרות" - איינס אז מען טאר נישט האבען צוויי ווייבער, און צווייטענס אז די איסור ערוה פון חתונה האבען מיט די ווייבס שוועסטער קומט נישט אראפ לאחר מיתה ווייל די היתר פון "בחייה" גייט נישט אויף דעם נאר אויף צוויי ווייבער (עיין רמב"ן על התורה על הפסוק ואשה אל אחותה שאינו מדין ערוה רק מצד איסור "לצרור" ולדברי הנוצרים באמת אינו ערוה כלל רק איסור "לצרור" והנני מציין לדברי רמב"ן להראות שפירושם של הנוצרים קרוב לפשט הפסוק).
2- רבי יעקב עמדין דערמאנט די צוויי חומרות פון די נוצרים און ער איז זיי משבח אין זיין "רסן מתעה" וז"ל, אפילו אומות העולם גדרו גדר בעצמן אחר המבול, אין צורך לומר אומת הנוצרים שהוסיפה לה גדרים להרחיק עצמן אף מן המותר לישראל. אפילו מה שאין ערוה לנו. וגם מה שהתירה תורה. שהרי אף לקחת איש אחד שתי נשים כאחת אינן מתירים. ואחות אשה גם אחר מות אחותה וכו' אסורים וכו' ולהם כמה מדות חמודות ומוסרים ישרים וכו' ואשרינו אם הם נוהגים עמנו כפי דתם וכו', עכלה"ק.
3- אין די לקח טוב פרשת כי תצא איז רבינו טוביה שטארק מאריך אין די היתר פון צוויי פרויען און פירט אויס "כמה טעות טעו הקראים שאמרו "ואשה אל אחותה לא תקח אלו שתי נשים" ודבר זה בתורה ובנביאים ובכתובים שהיו ישראל נושאים שתי נשים ובפנינה כתב "וכעסתה צרתה גם כעס".
4- לאור הנ"ל קען מען פארשטיין א משנה אין מסכת יבמות משנה (יבמות מט, א) "אשתו שמתה מותר באחותה" און די גמרא (שם נ, א)
איז מתמיה "זיל קרי בי רב היא" און רב יוסף ענטפערט "כאן שנה רבי משנה שאינה צריכה". אבער לויט וואס מיר זאגען קען זיין אז דער משנה קומט להוציא מפירוש הנוצרים ותל"מ.
5- גאר אינטערסנט צו דערמאנען אז חז"ל האבען "געהארגעט" בועז'ס ערשטער ווייב גלייך פאר די מעשה פון רות. אזוי ווי רש"י ברענגט אויף די פסוק "ותהום כל העיר" - לקבור אשתו של בועז.
6- אויך וויכטיג צו דערמאנען אז אין גאנץ נ"ך און משניות און גמרא כמעט וואס מיר געפינען נישט איינער זאל האבען מער ווי איין ווייב.
7 - אפשר קען מען שפעקולירען אז חז"ל אליין האבען א מאל געטייטש די פסוק פון "ואשה אל אחותה" אנדרעש פונקט אזוי ווי מיר ווייסען קלאר לגבי "מואבי ולא מואבית".
@רוסישער א גרויסען דאנק פאר די מראה מקומות!
בעניין שתי נשים בדעת חז''ל זע אין עוללות פון ר' ראובן מרגליות פרק ה' ו' וואו ער דערמאנט דעם תרגום און וואס חז''ל זאגן שמתה אשת בועז, ער טענה'ט אז בימי חז''ל איז כמעט נישט געווען קיינער מיט צוויי ווייבער און חז''ל האבן גע'דרש'נט די פסוקים ביי די פלעצער ווי עס איז נישט אזוי.
ועי' עוד עירובין נג: אחרונית פירש''י שמתה אשתו הראשונה ונשא זאת, און דער מהרש''א פרעגט פארוואס קען נישט זיין שנשא ב' נשים, ויהיה ראיה להר''ר מרגליות.

בדעת היעב''ץ זע שו''ת שאילת יעב''ץ ח''ב סי' ט''ו וז''ל: הנה לראשונ' הנוגע לגזרת רגמ"ה. מלבד שלא נתפשט' גזרתו בכל הארצות ולא נתקבל' בכל ישראל. כי בארצות המערב והמזרח לא חלה כלל רק במדינת אשכנז לבדה וזה מפני חמת המציק שאינן מתירין לאדם לקחת יותר משתי נשים שהוא אצלם לעון א"א יחשב (ונתקיים בנו בעו"ה ויתערבו בגוים. וגו' לכן מהראוי הי' לבטלו).
ועוד שם: ומהראוי הי' למנוע מלאסור ליהודי שתי נשים משום איסור דבחוקותיהם לא תלכו, רק משום שהוא בשב ואל תעשה וגם מחמת הסכנ' ליהודים השוכנים בין הערלים. כשנושאים שתי נשים הוצרך רגמ"ה לגזור איסור זה שלא מן הדין.
ואגב איז אינטערעסאנט אז דער בעל אור החיים האט געהאט 2 ווייבער לויט ויקיפדיה

כלפי די טענה פון קצירת העומר,
די משנה אין מנחות,
כיצד הן עושין שלוחי בית דין יוצאין מערב יום טוב ועושין אותן כריכות במחובר לקרקע כדי שיהא נוח לקצור,
די פראסעס האט זיך אנגעהויבן ערב יו"ט
די תרגום זאגט, ובההיא יומא שריאו בני ישראל למחצד ית עומרא, שריאו איז טייטש אנגעהויבן

שתי נשים
מיימוןבעניין שתי נשים בדעת חז''ל זע אין עוללות פון ר' ראובן מרגליות פרק ה' ו' וואו ער דערמאנט דעם תרגום און וואס חז''ל זאגן שמתה אשת בועז, ער טענה'ט אז בימי חז''ל איז כמעט נישט געווען קיינער מיט צוויי ווייבער און חז''ל האבן גע'דרש'נט די פסוקים ביי די פלעצער ווי עס איז נישט אזוי.
ועי' עוד עירובין נג: אחרונית פירש''י שמתה אשתו הראשונה ונשא זאת, און דער מהרש''א פרעגט פארוואס קען נישט זיין שנשא ב' נשים, ויהיה ראיה להר''ר מרגליות.
ייש"כ פאר דער מראה מקום לגבי "מתה אשתו של בועז", אבער דער עיקר יסוד איז דברים פשוטים אז מען געפינט נישט מען זאל האבען צוויי ווייבער.
נשים ופילגשים
מיימוןבדעת היעב''ץ זע שו''ת שאילת יעב''ץ ח''ב סי' ט''ו וז''ל: הנה לראשונ' הנוגע לגזרת רגמ"ה. מלבד שלא נתפשט' גזרתו בכל הארצות ולא נתקבל' בכל ישראל. כי בארצות המערב והמזרח לא חלה כלל רק במדינת אשכנז לבדה וזה מפני חמת המציק שאינן מתירין לאדם לקחת יותר משתי נשים שהוא אצלם לעון א"א יחשב (ונתקיים בנו בעו"ה ויתערבו בגוים. וגו' לכן מהראוי הי' לבטלו).
ועוד שם: ומהראוי הי' למנוע מלאסור ליהודי שתי נשים משום איסור דבחוקותיהם לא תלכו, רק משום שהוא בשב ואל תעשה וגם מחמת הסכנ' ליהודים השוכנים בין הערלים. כשנושאים שתי נשים הוצרך רגמ"ה לגזור איסור זה שלא מן הדין.
ואגב איז אינטערעסאנט אז דער בעל אור החיים האט געהאט 2 ווייבער לויט ויקיפדיה
דער יעב"ץ האט געקלערט מתיר מאכען א פילגש אויך, און פארשטייט זיך אז רסן מתעה איז געשריבען געווארען פאר א נוצרישע audience. דרך אגב דער יעב"ץ'ס קוק אויף נוצרים, זייער תורה, און אותו האיש פאדערט א באזונדערע שמוז.
בדעת הקראים בעניין שתי נשים עי' בספר גן עדן הקראי דף קמ''ו ע''ב
הכת של ים המלח
במסורת התורה שבע"פ מהרש"ז הבלין (עמוד 329 הערה 9) מציין לברית דמשק ועוד מקורות לגבי שיטת הכת של ים המלח. ועע"ש שהביא חילוקי דעות בין הקראים.
@אנאנים, א ייש"כ.
בעצם איז דער תרגום פול מיט מדרשים שברובם מתאימים לחז''ל. ס'נאר דא דריי פלעצער וואו ס'דא א משמעות פארקערט, איז לאמיר זען:
א)דאס וואס דער תרגום שרייבט אז זיי זענען געגאנגען ערב פסח בעת וואס לפי חז''ל איז דער זמן הקציר מוצאי יו''ט ראשון. אין מדרש רות איז טאקע מבואר אז זיי זענען געגאנגען אין יו''ט. דאס איז אביסל א פלא, ערשט יעצט גייענדיג סטראשעט נעמי רות'ן אז אידן האבן א תחום שבת, און בשעת מעשה גייען זיי אליינס חוץ לתחום? דער מדרש באטאנט טאקע אז ס'געווען בעבירה, און ווי די מפרשים זענען מסביר האבן זיי געמיינט אז ס'איז מותר לצורך צוריק קומען קיין א''י. קען זיין אז דאס האט געארט דעם תרגום און דערפאר האט ער אנגענומען שעל אף וואס דער זמן וואס זיי זענען אנגעקומען אין שטאט - דער תחילת קציר שעורים - איז געווען מוצאי יו''ט כדעת חז''ל, איז דער גאנג פון שדה מואב ביז סמוך לעיר תוך התחום געווען ערב יו''ט, און דעמאלס איז פארגעקומען זייער געשפרעך, און ערשט צומארגנס זענען זיי אריין אין שטאט.
נאך קען מען זאגן אז תחלת קציר שעורים מיינט סמוך לקציר, והטעם ווואס מרופט אן ערב פסח ע''ש סמוכותו לקציר איז וועגן דעם הסיפור שקשור לקציר. וכן פירשו בדעת מקרא.
אפילו אויב מ'וויל דווקא אננעמען שלפי התרגום איז דער קציר העומר ערב פסח איז אויך נישט שווער. לשיטת רבי אויב געפאלט ט''ז ניסן אויף שבת, שניידט מען טאקע ערב פסח. ואדרבה דווקא לפי הצדוקים קען נישט געמאלט זיין אז מ'זאל דארפן שניידן ערב פסח ווייל לדידם איז דאך דער זמן הקציר אייביג ממחרת השבת. און דער הכרח פון תרגום איינצוזעצן שבאותו שנה היה ט''ז ניסן בשבת איז ווי אויבן דערמאנט הקושי אנצונעמען שהלכו ביו''ט.
יש לי עוד מה לכתוב אבל בינתיים התארך הזמן. אויף דערווייל שיק איך והמשך יבא בע"ה.

3 מהלכים בקצירת העומר בערב יום טוב
קצירת העומר ערב יום טוב - שיטת קראית צדוקית
אין ספר "מסורת התורה שבע"פ" עמוד 339 ברענגט הבלין אז די צדוקים און קראים האבען געהאלטען אז קצירת העומר איז דוחה שבת, יום טוב, און אפילו חול המועד אויך נישט! ממילא האבען זיי געמוזט שניידען ערב יום טוב.
טועה בדבר משנה
ער ברענגט אז אנדערע זאגען אז די מתרגם האט זיך טועה געווען אין פשט פונעם משנה און געמיינט את די קצירה אזוי ווי אנדערע הכנות דארפען געטון ווערען ערב יום טוב. לויט דעם איז עס פשוט עמארצית און נישט פון א נטיעה צו קראים.
שיטה מוזרה בהלכות קצובות המיוחסות לרב יהודאי גאון
בשם די ספר "הלכות קצובות" - מהדורת מרגליות, מבוא, עמוד 44 - ברענגט הבלין אז עס שטייט: "והיו קוצרין אותו בערב הפסח, וממחרת הפסח היו מקריבין אותו". למעשה ווערט די "דעה תמוהה" אויך געברענגט אין הלכות העומר פון "מחזור וויטרי" (סימן קה עמוד 302).

הבלין האט א מקור אויף דעם אחוץ דעם תרגום?
מקור
מפוזריהבלין האט א מקור אויף דעם אחוץ דעם תרגום?
אויף וואס? איך האב מצטט געווען דריי זאכען. מסתמא מיינט איר דער חלק איבער די קראים. זל"ק, גינצבורג ביקש לתקן : ''בית לחם במיפק יומא דפיסחא..', אולם הנוסח שלפנינו מקוים בכל עדי הנוסח. שלזינגר רואה גם במקום זה הלכה צדוקית קראית, וכמות שבירר שם, שהואיל ולדעת הצדוקים הקראים אין קצירת העומר דוחה שבת ויום טוב, ומאחר שאף בחולו של מועד אסורה מלאכה, הרי שצריכים היו לקצור את העומר מערב החג., עכ"ל.
ווען ער איז מצטט שלזינגר מיינט ער "י' שלזינגר, 'התרגום לספר רות, חיבור כיתתי?, מחקרים במקרא ובלשונו, ירושלים תשכב, עמוד 12-17 - כן צריך לומר [תשו"ח לפרופסר מיימון שהעיר על הציון המוטעה]
ייש"כ, האסט ריכטיג צוגעטראפן.
איך פארשטיי נישט וואס שלזינגר זאגט, אוודאי איז דער קצירה נישט דוחה שבת ויום טוב לפי הצדוקים ווייל לויט זיי קען דאך דער זמן הבאת העומר נישט אויספאלן אין שבת ויום טוב. לפי חז"ל איז עס אויך נישט דוחה שבת שלא בזמנו. וואס האט עס צו חול המועד שהוא זמנו?

לויט די קראים קען עס אויסקומען יום טוב אבער די קצירה איז נישט דוחה יום טוב, עי' בספר גן עדן הקראי דף נ''ד באריכות (גיב נאר אכטונג נישט צו ווערן קיין קראי, עס איז שוין דא היינט אסאך בעסערס..... 🙂), אבער דאס איז פון די קראים, פון די שיטת הצדוקים איז ווייניג באקאנט היינט.
דער מאמר פון הבלין קען מען געפונען ביי דעם לינק וואס רוסישער האט דא אנגעצייכנט, ער טוט דורך די גאנצע סוגיא באריכות, ואגב האט הרב אויבערלענדער חכם נישט גוט צוגעצייכנט די מראי מקומות, שלזינגר איז אין 'מחקרים במקרא ובלשונו' עיי''ש.

עוד בענין הנ"ל
מיימוןלויט די קראים קען עס אויסקומען יום טוב אבער די קצירה איז נישט דוחה יום טוב, עי' בספר גן עדן הקראי דף נ''ד באריכות (גיב נאר אכטונג נישט צו ווערן קיין קראי, עס איז שוין דא היינט אסאך בעסערס..... 🙂), אבער דאס איז פון די קראים, פון די שיטת הצדוקים איז ווייניג באקאנט היינט.
דער מאמר פון הבלין קען מען געפונען ביי דעם לינק וואס רוסישער האט דא אנגעצייכנט, ער טוט דורך די גאנצע סוגיא באריכות, ואגב האט הרב אויבערלענדער חכם נישט גוט צוגעצייכנט די מראי מקומות, שלזינגר איז אין 'מחקרים במקרא ובלשונו' עיי''ש.
כת בייתוסים
אפשר טאקע אז מיר ווייסען נישט קיין סאך פון די שיטת הצדוקים, אבער ווי אויבען דערמאנט מסתמא רעדט זיך דא פון די "בייתוסים" און נישט די צדוקים [עיין מאור עינים - שלא מתלמידי הבעש"ט - אז ער פארגלייכט זיי מיט די איסיים, ועיין מהר"ץ חיות וואס בצדק דינגט זיך און האלט אז זיי זענען א באזונדערע גרופע און אז די איסיים זענען געווען שלמים מיט חז"ל - חסידים הראשונים וכו' וכן נראה מתוך דברי מהרש"א אין קידושין ואכ"מ]. אין די גמרא טרעפט מען א סאך וועגען די וויכוחים צווישען די בייתוסים און די חכמים כאטש אפילו אז די מקורות מחוץ לחז"ל ווייסען בכלל נישט צו זאגען פון זיי. היינט איז דא אזעלכע וואס האלטען אז די כת פון ים המלח זענען אפשר געווען די בייתוסים, ועדיין צע"ג בכ"ז.
בייתוסים וכת ים המלח
הנוגע לענינינו, אויב די בייתוסים זענען יא די כת פון ים המלח [און אפילו אויב נישט, קען נאך אלץ לערנען פון זיי] ווייסען מיר גאנץ א סאך פון זייער שיטה. ומכאן הערה על דברי פרופסר מיימון ש"קרא" ולא שנה ולא הוליך עינו לים המלח:)
ממחרת השבת במשנת הכתות
אויב איינע לערענט פרשת אמור פשוטו של מקרא - מיט אן חז"ל - וואלט ער אנגענומען אז די גאנצע פרשה פונעם הקרבת העומר האט גארנישט צו טאהן מיט פסח. דאס מיינט ערשט קומט א יום טוב פון זיבען טעג, פסח, און נאכדעם קומט א יום הבאת העומר וכו' וכו' [כמו שנוהגים איזו כתות של נוצרים כהיום שיש להם חגה של "מחרת השבת" לאחר חג הפסח EASTER בלע"ז]. דאס מיינט אז נישט נאר האבען זיי געהאט חילוקי דעות לגבי "מחרת השבת" אויב דאס מיינט זונטאג צו די צווייטע טאג פסח, נאר זיי האבען געקריגט אויף די גאנצע הנחה אז עס איז די צווייטע טאג פסח, ווייל זיין האבען געהאלטען אז עס איז אן עקסטערע יום טוב נאך פסח. [די פשטות הפסוקים איז אויך אז מחרת השבת האט צו טאהן מיט "החל חרמש בקמה" - דאס מיינט ווען מען הייבט אן שניידען די ווייץ - ועיין כוזרי שכבר ציינו כאן לעיל]
לוח של 364 ימים
נאך מער פון דעם, זיי האבען בכלל נישט געהאלטען פון חדשים ע"פ הלבנה, נאר ע"פ חדשי החמה. זייער יאר איז געווען 364 טעג. די נומער 364 איז גאר וויכטיג ווייל מען קען עס צוטיילען אויף זיבען [תימה גדולה מה עשו מזה שלא היה מספר הימים מכוונים נגד שס"ה גידים, ואולי עדיין לא נתגלה הזוהר ולא ידעו שיש שס"ה גידים, שהרי לא הוזכר ענין זה בשום מקום לבר מספר הזוהר]. דאס מיינט אז יעדער יאר זענען אלע ימים טובים געפאלען די זעלבע טאג פון וואך. מיט דעם האט זיך גאר שיין אויסגע'ארבעט א יום טוב ווי ממחרת השבת [וצ"ע לענין שבת הגדול ואכ"מ].
בייתוסים התנגדו לקידוש החודש
וועגען דעם טרעפען מיר אין מסכת ראש השנה אז די בייתוסים האבען אונטער געשטעלט פיסלאך פאר די חכמים לגבי עדות החודש. תוספות ברענגט א ראיה פון דא אז זיי האבען געהאלטען פון די דרשה "אתם ואפילו שוגגים" [ידוע שהראשונים נחלקו אם הכתות כפרו בכל הדרשות או שתפסו איזו דרשות וכפרו באחרות, עיין בריטב"א ובעוד, ויש בזה גילויים היום] ווייל אויב נישט וואס האבען זיי אויפגעטאן מיט מכשיל זיין די חכמים מיט די נישט ריכטיגע טאג פאר קידוש החודש. לאור גילויים היום ווייסען מיר אז זיי האבען בכלל נישט געהאלטען פון קידוש החודש ע"פ הלבנה ומיושבת קושיית התוספות, והכל על מקומו יבוא בשלום.
ה[אינו] נוגע לענינינו
למעשה די גאנצע אריכות האט גארנישט קיין שייכות צום תרגום ווייל מיר זענען חושד די קראים אדער זייער השפעה און נישט די כתות בזמן בית שני אויפן מאכען די תרגום. אבער איך האב נאר געוואלט קלאר מאכען אז מיר האבען יא א סאך ידיעות היינט פון כתות בזמן בית שני לאור די נייע גילויים פון מגילות ים המלח.
ר' שניאור ליימן
ווי אויבען דערמאנט קען מען גיין צו YU TORAH און הערען שיעורים פון ר' שניאור ליימן אויף די נושא פון כתות ים המלח, וישמע חכם ויוסיף לקח. די ענינים קענען מוסיף זיין נייע הבנות אין סוגיות הש"ס, כנ"ל לגבי יישוב קושיית התוספות, וכנ"ל לגבי פשט אין די משנה אין יבמות לגבי שתי אחיות, און ווי ר' ליימן ברעגט ארויס אין זיין שיעור לגבי די סוגיא פון בני בתירא.
תיקון טעות
א דאנק ר' מיימון פאר פארבעסערן מיין מראה מקום, איך האב פשוט געקוקט אין די נישט ריכטיגע שורה אין די הערה אין די ספר מסורת התורה שבע"פ. איר זענט גערעכט אז הבלין'ס ארטיקל איז אין די רוסישע לינק, אבער איך האב עס גענומען פון זיין ספר מסורת התורה שבע"פ וואס איז א ליקוט פון א סאך פון זיין געלערענטע ארטיקלן.
@מיימון, כ'האב דורכגעליינט דעם קראי'שען "גן עדן", למעשה איז דארט מבואר אז די קצירה איז יא דוחה חוה"מ, נאר לגבי יום טוב איז א מחלוקת ביי זיי און ער איז מער נוטה אז נישט. אבער דער איינציגסטע היכי תמצא ס'זאל געפאלן אין יום טוב איז אויב ערב פסח געפאלט אין שבת, דאן איז דער ערשטער טאג פסח דער ממחרת השבת פון וואס די תורה רעדט לשיטתם, און מ'ברענגט דעם עומר בו ביום, און די קצירה וועט זיין ערב שבת צוויי טעג פאר פסח. קומט אויס אז דער תרגום וואס זאגט אז די קצירה איז געווען ערב פסח קען זיכער נישט גיין ווי די קראים.
שלזינגר אליין האב איך נישט געזען אבער פון וויאזוי מ'ברענגט אים נאך קומט מיר אויס אז זיין גאנצע מקור איז די משנה אין מנחות אז מ'האט געמאכט די קצירה בפרסום להוציא מלבם, האט ער פארשטאנען אז מ'מיינט מיט דעם זייער התנגדות צום דחיית שבת, אבער דאס איז א טעות, דער התנגדות איז געווען אויפן דאטום וואס לשיטתם איז נישט געווען דער יום הינף.

לא קרי זה כקרי זה
@מיימון @מפוזרי
מען דארף געדענקען אז די קראים זענען אויך אידען און זיי האבען אויך געוואוסט וואס דאס מיינט מחלוקת. מסתמא האבען זיי פארשטאנען די פסוק ״לא תהיה כקרח ועדתו״ אזוי ווי די רמב״ם אז עס מיינט ״עס וועט מער נישט פאסירן אזוי ווי עס האט פאסירט מיט קרח ועדתו״ וואס איז אפשר מער פשוטו של מקרא,און נישט ווי דער יראים׳ס (כמדומני) פשט אז עס איז א לאו צו מחזיק זיין במחלוקת. יהיה איך שיהיה, זיי האבען זיך א סאך געקריגט און ווייל מיר האבען פונקט דער מקור וואס פרופסר מיימון האט אונז צוגעשטעלט, מיינט נאך נישט אז נאר דאס רעפרעזענטירט גאנץ כת הקראים. ווייל לא קרי זה כקרי זה.
איך האב ערשט געזעהן אז כאטש אפילו די רמב״ם (הלכות שבת פרק ב הלכה ג) איז גאנץ קלאר אז די קראים האבען נישט געהאלטען פון פיקוח נפש דוחה שבת, אין אונזערע מקורות פון תורת הקראות שטייט עס נישט קלאר. אין זיין לעצטער בוך שרייבט פרופסר חיים הלוי סולוביציק [בנו יחידו של הגרי"ד מבוסטון] וז"ל, We lack solid documentation that the Karaites ever did forbid work in the instance of pikuach nefesh, as Bernard Revel long ago noted. Kirkisani and Hadassi both permitted pikuach nefesh, though not in cases when saving of life is in doubt (ספר בפיקוח נפש. דאס צייגט אונז אז עס זענען דא חילוקי דעות צווישען זיי.
בקיצור מען דארף דורך טוהן אלע גדולי הפוקרים ונושא הבליהם צו קענען פסקנן הלכות קראות, אבער מיט קיצורי הלכות בלי עיון במקורות קען מען מכשיל זיין דער רבים.
ואסיים בברכת כל הרשעה כ״ענן״ תכלה ונזכה להרמת קרן התורה בב״א!

אויבערלענדער חכם

👍 👍 😂
אודאי האבן די קראים געוואוסט וואס מיינט מחלוקת, פאקטיש האט זיך די גאנצע קראי'שע באוועגונג אנגעהויבן דורך א מחלוקת ווען זייער נשיא ענן האט געוואלט איבערנעמען די גאונות און מ'האט אים נישט געלאזט (דאס איז פארשטייט זיך די רבני'שע ווערסיע..), אבער זיי האבן זיך צווישן זיך אויך זייער אסאך ארומגעקריגט בפירושי המקראות, כאטש אויבערלענדער חכם באטיטלט מיר אלס פרופסור (א טיטל וואס שמעקט מיר זייער..) בין איך אבער נישט קיין אלצווייסער און איך האב נאכגעקוקט אין ויקיפדיה (יהדות קראית) זע איך אז די קראים האבן געהאט א כלל צו פסק'נען יעדער ווי ער פארשטייט, געבויט אויף א מאמר וואס ענן זאל האבן געזאגט "חפישו באורייתא שפיר ואל תשענו על דעתי", מיט דעם אלעם איז ר' אהרון בן אליהו געווען שטארק אנגענומען ביי זיי, לגבי שבת זע אויך דארט אין ויקיפדיה וואס זיי שרייבן.
ספק פיקוח נפש
היות אז די גאנצע נידון דא איז נאר נוגע צו ספק פיקוח נפש, ווי אויבען דערמאנט, און היות אז מיר האלטען אז שבת הייבט זיך אן באנאכט (ראה אשכול אודות ארטסקרול שהארכנו בזה), וועל איך מקיים זיין די מאמר הרבנים שלא יצא אדם בקולמסו סמוך למנחה בערב שבת... אבער לא יאמרו מדשתקו "רבנן" ש"מ ניחא להו.
הלכות חול המועד
מפוזרי@מיימון, כ'האב דורכגעליינט דעם קראי'שען "גן עדן", למעשה איז דארט מבואר אז די קצירה איז יא דוחה חוה"מ, נאר לגבי יום טוב איז א מחלוקת ביי זיי און ער איז מער נוטה אז נישט. אבער דער איינציגסטע היכי תמצא ס'זאל געפאלן אין יום טוב איז אויב ערב פסח געפאלט אין שבת, דאן איז דער ערשטער טאג פסח דער ממחרת השבת פון וואס די תורה רעדט לשיטתם, און מ'ברענגט דעם עומר בו ביום, און די קצירה וועט זיין ערב שבת צוויי טעג פאר פסח. קומט אויס אז דער תרגום וואס זאגט אז די קצירה איז געווען ערב פסח קען זיכער נישט גיין ווי די קראים.
שלזינגר אליין האב איך נישט געזען אבער פון וויאזוי מ'ברענגט אים נאך קומט מיר אויס אז זיין גאנצע מקור איז די משנה אין מנחות אז מ'האט געמאכט די קצירה בפרסום להוציא מלבם, האט ער פארשטאנען אז מ'מיינט מיט דעם זייער התנגדות צום דחיית שבת, אבער דאס איז א טעות, דער התנגדות איז געווען אויפן דאטום וואס לשיטתם איז נישט געווען דער יום הינף.
אזא שמועס [האם זו הדרך הנכונה לכתוב מילה זו?] קען נישט מתעלם זיין פון א גמרא אין עבודה זרה (כא, ב) אז א כותי טוט מלאכה אויף חול המועד, און אזוי ווי רש"י איז מסביר (שם ד"ה כותי) "בחולו של מועד עביד דלמדרש סופרים לא חיישי". לא תהא תורה שלמה שלנו גרוע משיחה בטלה שלהם!
אויבערלענדער חכם
אזא שמועס [האם זו הדרך הנכונה לכתוב מילה זו?]
יא.
@אויבערלענדער חכם, ריכטיג אז מ'דארף גוט אדורך טון די דעת גדולי הפוקרים צו קענען שולל זיין אז זיי האלטן נישט א געוויסע סברה. דארף מען אבער קודם אדורך טון דעת גדולי המאמינים. דאכט זיך אז פון יעדער שטאנדפונקט קומט זיי א זכות קדימה.
דא איז די רעדע פון א תרגום תמוה וואס טאמער וואלט מען גוט דורכגעטון דעת חז''ל וואלט מען געזען אז ס'נישט אזוי תמוה, ס'דא שיטת רבי וואס האלט אז ס'נישט דוחה שבת. אגב, איז שיטת רבי נישט עפעס א זייטיגע שיטה, אזוי האלט די סתם משנה אין מנחות עא. אויך להלכה איז עס א מחלוקת הראשונים ווי מ'פסק'נט און ס'איז נוגע למעשה לגבי ספירה ביום ואכהמ''ל.
דערווייל קומען חוקרים און ווילן ברענגן א ראיה פון דא אז דער מתרגם איז געווען א צדוקי, ווייל אפשר איז דא א שיטה קראית ווואס האלט אזוי. דערויף זאג איך שעל האומר כן עליו להביא ראיה והוכחה, ועד אז איז גאר מוכח מכאן אז דער מתרגם גייט יא מיט חז''ל.
איך וויל צולייגן אז ס'איז בכלל זייער נישט מסתבר שלדעת הצדוקים איז די קצירה אסור בחול המועד. קודם כל איז אפילו לדידן נישט ברור אז חול המועד איז אסור במלאכה מדאורייתא. וכבר הבאת לעיל מגמ' מפורשת שלשיטתם המלאכה מותרת.
ועוד, פשטות הכתובים איז משמע אז די ספירה הייבט זיך אן מהחל חרמש בקמה, ד''ה אז מ'איז קוצר די עומר ביום הבאתו. לפי רבי קען זיך דער פסוק רעדן פון די יארן וואס ס'געפאלט נישט אין שבת. אבער לפי הקראים וואס די הבאת העומר מוז זיין באחד משבעת ימי הפסח, וועט קיינמאל נישט נתקיים ווערן דער פסוק פון מהחל חרמש בקמה.
ווידער די שיטות הבייסותים וואס האלטן אז דער עומר האט נישט קיין שייכות מיט פסח, איז דאך קלאר אז דער תרגום גייט נישט ווי זיי, ווייל דער גאנצער מקור פון תרגום אז ס'געווען ערב פסח איז דער סמיכות צום קציר שעורים.ודי בזה

מחאה בכבודו של החתם סופר
@מפוזרי איך בין מוחה בכל תוקף אין די כבוד פון כ"ק מרן החתם סופר. עס ווערט געברענגט אין הגהות חתם סופר אויפן ט"ז אין אבן העזר סימן י"ז און אזוי אויך אין ליקוטי חבר בן חיים (ח"ג על אבן העזר סימן יז ט"ז סקמ"ג) אז די חתם סופר האט געהאלטען אז די תרגום אין א צדוקי. קיינער האלט נישט אז די חתם סופר איז געווען א חוקר. אויב דאס וואלט געווען די איינציגע טענות החרשנו, און איך האב שוין אויבען דערמאנט אז אזא דעה איז געברענגט אין כתבי הגאונים, אבער ווי אויבען דערמאנט דאס איז נאר איין פרט. עס זענען דא א סאך מער טענות.
אויב די חתם סופר געווען גרייט אוועק צו מאכען די תרגום, מיינט אז עס איז נישט דא א גרויסע ענין עס צו אינטערהאלטען מיט פלפולים. מסתמא די חתם סופר האט מפקפק געווען צוליב די אלע חשבונות. מיר ווייסען אז פון א קשיא שטארבט מען נישט, ער וואלט געקענט פארענטפערען.
לאמיר נישט פארגעסען, תרגום של תורה אונקולוס הגר אמרה, תרגום של נביאים יונתן בן עוזיאל, תרגום של כתובים בפשטות לא בימי תנאים (עיין תוספות מגילה ושבת..) און ווער זאגט אז דאס איז עפעס.
לגבי משנה ראשונה ומשנה אחרונה [איך זעה אז די דרשה איז קרוב לסוף ימיו תקצ"ה], זיין תלמיד ליקוטי חבר בן חיים ברענגט עס, מיינט אז ער האט נישט גאוואוסט פון א חזרה. צווייטענס, אויב איינס איז אין שולחן ערוך און די אנדערע אין דרשות, דאס איז א באווייז אויך.
איך האב דא צוגעלייגט די ציטוט פון ליקוטי חבר בן חיים.

כוונתי איז אז פון די ראיה. ומזה שהחת"ס לא הביאו איז א ראיה שדעתו שכאן זה מתאים לחז"ל. לגבי די אנדערע ראיות עוד חזון למועד.
אנאנים, איך האב שוין געשריבן אויבן דער הכרח.

אויבערלענדער חכם, ס'איז אפשר נישט קיין עניין ליישב בפלפולים אבער צו אפפרעגן ע"פ פלפול ובדרך אפשר איז זיכער נישט קיין עניין.
לאמיר נישט פארגעסן אז דער תרגום איז אויך פול מיט זאכן וואס זענען מתאים מיט חז"ל און נאר מיט חז"ל. קוק רייפמאן'ס הערות.

וועגען דעם איז די מערסטע מסתבר צו זאגען אז ער איז נישט געווען עפעס א גרויסע תלמיד חכם און ממילא איז ער נכשל געווארען אין "מלקט" זיין פון נישט גוטע מקורות. מען טרעפען די סארט זאכען בזמנינו. מענטשען וואס זענען נישט גרויסע תלמידי חכמים זענען מלקט, און רוב זייער ארבעט איז גוט און פיין, אבער זיי זענען נכשל אין טעויות. די חתם סופר האט אויך באמערקט די "גוטע" זאכען. נישט פארגעסען, אז אפילו אויב די חתם סופר האט חוזר געווען וכו' וכו', זיין הוה אמינא איז אויך א ראיה אז דאס איז נישט קיין ענין פון פרומקייט צו נעמען איין צד, און די ליקוטי חבר בן חיים איז נישט געווען קיין קלטא קניא אויך נישט. ער איז גראדע א תלמיד וואס האט אונז איבערגעלאזט מסורות פון די חתם סופר וואס געבט א ביסל א אנדערע בילד ווי אנדערע ווילען פארבען. ווי צום ביישפיל אז די חתם סופר האט געדינגען לערערס פאר זיין קינדער צו לערנען דייטש וכו' וכו'.
@אויבערלענדער חכם, וואו קומט דא אריין פרומקייט? מ'טאר שוין נישט מפקפק זיין בפיקפוקי המפקפקים? פאר'ן חטא פון מהרהר זיין אחר החוקרים שדברו כאן רק מהרהורי לבם בלי לבסס דבריהם, קומט שוין אזא עונש להיאשם בפרומקייט? גראדע, דאס זיך אנכאפן אויף א הו''א פונ'ם חתם סופר, זעהט יא אויס ווי א פרומער מעשה...
לאמיר איבערגיין די מעשה: חוקרים טרעפן א שטיקעל תרגום שלדעתם אינו מתאים לחז''ל, לייגן זיי אראפ א הנחה אז דער שטיקעל גייט ווי די צדוקים. למה? בגלל שאולי זה כן מתאים לצדוקים.
קום איך און ווייז אויף אז ס'קען יא גיין מיט חז''ל ואדרבה, ככה''נ גייט עס נישט ווי די צדוקים.
קומט אויבערלענדער מיט א חכמה שאעפ''כ אולי יש שיטה בלתי ידועה שלפי''ז קען עס יא גיין ווי די צדוקים.
זאג איך שאה''נ, אבל עד שיימצא צריכים להעמיד כחז''ל שכבר נמצא.
קומט אויבערלענדער און הייבט אן מוחה זיין אויפ'ן כבוד פון כ''ק החתם סופר... 🙄
אגב, פון דיינע אלע תגובות - שבאמת מלאים דעה והשכל - זעהט מען אז דו האסט נישט קיין פראבלעם לדון על ראשונים ועל חז''ל און אפילו נאך העכער, אבער אויף א פגיעה מדומה אינ'ם חתם סופר ווערסטו ווילד. זעהט אויס ביזט טאקע אן אויבערלענדער..

תשובה למפוזרי
@מפוזרי
ואשיבו על ראשון ראשון כדי שלא יהיו דבריי מפורזי[ם] ומפורדים.....
איך קען נישט פארשטיין נאך א סיבה זוכען צו מיישב זיין א זאך וואס לאו מר בר רב אשי חתים עליה.
מותר לך מותר לך מותר לך! אבער מיר מוזען נישט מסכים זיין, און איך בעט אנטשולדיגט אויב איך האב געזוכט מלמד זכות זיין מיט דעם אז עס קומט נישט פון -----קייט נאר פון פרומקייט 👍
ביי מיר איז דאס נישט קיין שטראף, נאר א "בוחר את הרע במיעוטו" כמשנ"ת.
ברוך שבחר בו ובמשנתו!
מיר זעהט אויס אז די חתם סופר האט נישט געמיינט דוקא "צדוקים", דאס ביי עם איז א שם כללי אויף אלע וואס גייען נישט מיט'ן שיטה הקדושה.
ווייל לאו מר בר רב אשי חתים עליה און עס האט "עטליכע" זאכען וואס שטימט נישט מיט חז"ל, וואס אי אפשר ליישב אפילו בדוחק.
ווייל כמעט אלע זאכען וואס מיר האנדלען שטימען מיט די כתות.
איך האב אויך מודה געווען אז פונקט די ראיה פון די יום קצירת העומר שטימט מיט רבנים, אזוי ווי איך האב געברענגט פון הבלין בשם כתבי הגאונים. איך האב נאר קלאר געמאכט אז די "גן המלך" האט נישט קיין מונופול אויף שיטת הקראים.
דא דארף מען זאגען אמת ויציב 😛
דאס איז דאך א מצוה פון תלמוד תורה
מסתמא מיינט איר כדרכה של תורה, און אויב נישט ביטע ערקלער, ווייל לא ראיתי ביי מיין פאטערס און גרויספאטערס עפעס אנדרעש ווי לדון בעיון הלכה כדרכה של תורה, וכידוע חדש אסור מן התורה.
וואס רעדט איר?
דא דארף מען זאגען עזרת אבותינו ❗

אויבערלענדער חכם, וואו קומט דא אריין פרומקייט?
איך קען נישט פארשטיין נאך א סיבה זוכען צו מיישב זיין א זאך וואס לאו מר בר רב אשי חתים עליה.
מ'טאר שוין נישט מפקפק זיין בפיקפוקי המפקפקים?
מותר לך מותר לך מותר לך! אבער מיר מוזען נישט מסכים זיין, און איך בעט אנטשולדיגט אויב איך האב געזוכט מלמד זכות זיין מיט דעם אז עס קומט נישט פון -----קייט נאר פון פרומקייט 👍
פאר'ן חטא פון מהרהר זיין אחר החוקרים שדברו כאן רק מהרהורי לבם בלי לבסס דבריהם, קומט שוין אזא עונש להיאשם בפרומקייט?
ביי מיר איז דאס נישט קיין שטראף, נאר א "בוחר את הרע במיעוטו" כמשנ"ת.
גראדע, דאס זיך אנכאפן אויף א הו''א פונ'ם חתם סופר, זעהט יא אויס ווי א פרומער מעשה...
ברוך שבחר בו ובמשנתו!
לאמיר איבערגיין די מעשה: חוקרים [צ"ל די הייליגע חתם סופר און די מהר"ץ חיות און נאך גדולי ישראל] טרעפן א שטיקעל תרגום שלדעתם אינו מתאים לחז''ל, לייגן זיי אראפ א הנחה אז דער שטיקעל גייט ווי די צדוקים.
מיר זעהט אויס אז די חתם סופר האט נישט געמיינט דוקא "צדוקים", דאס ביי עם איז א שם כללי אויף אלע וואס גייען נישט מיט'ן שיטה הקדושה.
למה?
ווייל לאו מר בר רב אשי חתים עליה און עס האט "עטליכע" זאכען וואס שטימט נישט מיט חז"ל, וואס אי אפשר ליישב אפילו בדוחק.
בגלל שאולי זה כן מתאים לצדוקים.
ווייל כמעט אלע זאכען וואס מיר האנדלען שטימען מיט די כתות.
קום איך און ווייז אויף אז ס'קען יא גיין מיט חז''ל ואדרבה, ככה''נ גייט עס נישט ווי די צדוקים. קומט אויבערלענדער מיט א חכמה שאעפ''כ אולי יש שיטה בלתי ידועה שלפי''ז קען עס יא גיין ווי די צדוקים. זאג איך שאה''נ, אבל עד שיימצא צריכים להעמיד כחז''ל שכבר נמצא.
איך האב אויך מודה געווען אז פונקט די ראיה פון די יום קצירת העומר שטימט מיט רבנים, אזוי ווי איך האב געברענגט פון הבלין בשם כתבי הגאונים. איך האב נאר קלאר געמאכט אז די "גן המלך" האט נישט קיין מונופול אויף שיטת הקראים.
קומט אויבערלענדער און הייבט אן מוחה זיין אויפ'ן כבוד פון כ''ק החתם סופר... אגב, פון דיינע אלע תגובות - שבאמת מלאים דעה והשכל –
דא דארף מען זאגען אמת ויציב 😛
זעהט מען אז דו האסט נישט קיין פראבלעם לדון על ראשונים
דאס איז דאך א מצוה פון תלמוד תורה
ועל חז''ל
מסתמא מיינט איר כדרכה של תורה, און אויב נישט ביטע ערקלער, ווייל לא ראיתי ביי מיין פאטערס און גרויספאטערס עפעס אנדרעש ווי לדון בעיון הלכה כדרכה של תורה, וכידוע חדש אסור מן התורה.
און אפילו נאך העכער,
וואס רעדט איר?
אבער אויף א פגיעה מדומה אינ'ם חתם סופר ווערסטו וילד. זעהט אויס ביזט טאקע אן אויבערלענדער..
דא דארף מען זאגען עזרת אבותינו ❗