☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מתנה טובה לכבוד שבועות: "ספר האישים" פון "מאראנצןזאפט"

מתנה טובה לכבוד שבועות: "ספר האישים" פון "מאראנצןזאפט"

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8874

כוכב » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:09 pm

· #275254
מתנה טובה לכבוד שבועות: "ספר האישים" פון "מאראנצןזאפט"
א פרייד כוואליע האלט זיך אט כמעט ביים אראפלאזן אויף תושבי קאווע שטיבל מיט דעם אנקום פון דער בשורה טובה ומרנינה, אז לכבוד דעם בעפארשטייענדן יום טוב שבועות וועט ערשיינען דעם אייגנארטיגן און לאנג ערווארטעטן "ספר האישים", וואס וועט אנטהאלטן א ליקוט פון אלע פראפילן און אנשי שם ארטיקלען פון דעם וועלט בארימטן קאווע שטיבל שרייבער און מייסטער שריפטשטעלער @מאראנצןזאפט.

מאראנצןזאפט וועט אויף אלעמאל געדענקט ווערן אלס איינער פון די סאמע בעסטע און געלונגענסטע שרייבער וואס קאווע שטיבל האט נאר אמאל פארמאגט, וואס האט געהאלטן געשפאנט דעם גאנצן ציבור מיט זיינע רייכע ארטיקלען, אוועקשענקענדיג אומגעהויערע טאלאנט און פארש ארבעט צו באררייכן אונזער שטיבל מיט אריגינעלע ווערק וואס זענען בשעתו געשלינגען געווארן מיט דורשט דורך אלעמען. מאראנצןזאפט האט איבערגעלאזט אונטער זיך אן אוצר אדיר, און ווי פאסיג אז די אלע פראפילן און אנאליזן זאלן צוזאמענגענומען ווערן לפונדק אחד.

דער פלאן ארויסצוקומען מיט דעם ספר האישים וועבט זיך שוין נאך פון פאר מיינע צייטן אבער איז עד היום קיינמאל נישט צושטאנד געקומען לידי מעשה. פאריאר פסח האט שוין @פישלע העררינג אנגעהויבן ארבעטן דערויף, ווי ער שרייבט אויף אן ארט ווי פאלגנד:

פישלע העררינג
היות איך שטעל עס אויס לשם ולתפארת אין אינדיזיין, וואס איך לערן מיך אויף קאווע בלעטער'ס בארד, דויערט עס לענגער.

עס איז א פולקאמע הגדה של פסח! מיט הערליכע מאמרים, מלאים זיו ומפיקים נגה וואס אונזערע טייערע חברים דא האבן געשריבן. 64 לאנגע שיינע ערענסטע און באלערנדע מאמרים. עידית שבעידית.

דער וואס קען מארגן אדער שפעטער היינט נאכט אריינסיינען, לא יאוכזב.

צו דעם וועט צוקומען דער העכסט אינטרעסאנטע "ספר האישים" פון מאראנצןזאפט.


אצינד האב איך געלייגט א האנט אויף די קאפירייט רעכטן און אויב אלעס וועט גיין ווי געפלאנט וועט דאס בחסדי ה' ערשיינען לכבוד שבועות, א דאנק די געניטע צוזאמענארבעט פון כוכב און רויטע וואנצעס, אינאיינעם מיט דעם וועלט בארימטן גראפיסט @מה הוא וואס שפארט נישט קיין מי און פלאג אז עס זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתקבל.
(מתחילה האב איך גערעכנט אז דאס זאל ערשיינען אלס א סאפלומענט פאר פה-סח. עס האט אבער געמוזט אפגעלייגט ווערן צוליב דעם ריבוי החומר והמלאכה פון פה-סח.)

מיט א באזונדערער עקסטאז ווערט אויפגענומען די נייעס, אז לכבוד "ספר האישים" האט מאראנצןזאפט באוויליגט צו שרייבן א נייעם הערליכן אנשי שם ארטיקל וואס וועט צום ערשטן מאל פארעפנטליך ווערן צווישן די ספר האישים בלעטער צום פרייד פון אלע מבקשים ואוהדים.

עס איז ערווארטעט אז דער ציבור וועט אויפנעמען די פאזיטיווע נייעס מיט פרייד און מיט די ריכטיגע מאס אנערקענונג פאר די עוסקים במלאכת הקודש וואס האבן אריינגעלייגט אומערמידליכע כוחות הנפש אז דאס זאל טאקע צושטאנד קומען.

א באזונדערן דאנק ווערט איבערגעגעבן בשם כל הקהל הקודש פאר הנדיב הידוע ראש וראשון לכל דבר שבקדושה ר' @שטילע אינגערמאן פאר'ן ספאנסארן א באדייטנדע טייל פון די דרוק קאסטן. תהא משכורתו שלימה מעם ה'. עס איז נאך געבליבן א טייל פון די קאסטן אפן פאר ספאנסארשיפ, און ווער ס'קען זיך ערלויבן אפילו א מינימאלע נדבה ווערט געבעטן זיך צו ווענדן אין אישי.
(אויך ווער עס קען ארויסהעלפן מיט זאמלען די נויטיגע בילדער ווערט געבעטן זיך צו ווענדן אין אישי
@סאשי פיש)
איז עס בלויז געציילטע טעג וואס טיילט אונז אפ פון ווען דער היסטארישער און פרעצעדענטלאזער ספר האישים וועט ערשיינען ארויס פון די פרעס מאשינען, לשמחת לב מבקשי ה'.
פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:21 pm

· #275258
פשיהא.. עקסייטינג!
עמיר צום ערשטן מאל שפירן דעם טעם פון טשיז קעיק מיט מאראנצן זאפט.
כוכב אילו פינו מלא שירה כים.... דו ביסט א רוח שאינה מצויה.
אלף תודות!

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:25 pm

· #275260
@כוכב האט כח ווי א טאנק, גייט פון איין פראיעקט צום צווייטען, ממש א רוח, דאס איז חוץ וואס ער איז בכלל א קלוגע ניק און געבט צו מורא'דיג אסאך צום שטיבעל,

כוכב we love you to bits and pieces

קאצקע ציקער » פרייטאג מאי 15, 2015 12:24 am

· #275277
כוכב איז פיינע נייעס!! שכוח כוכב!

מה הוא » פרייטאג מאי 15, 2015 10:39 am

· #275338
גארנישט געוואוסט…..

איך אויך » פרייטאג מאי 15, 2015 2:13 pm

· #275449
זכין לאדם שלא בפניו.

פליקער » פרייטאג מאי 15, 2015 3:00 pm

· #275472
כוכב איז שוין איין מאל פיינע נייעס פריקן,

אפילו איך קלער אז איך טי אויף זיינע נערוון קריכן,

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 3:01 pm

· #275473
מה הוא
גארנישט געוואוסט…..


פרעגט ווי א תם און שטויסט ווי א מועד.

א איד » פרייטאג מאי 15, 2015 3:08 pm

· #275478
Re: מתנה טובה לכבוד שבועות: "ספר האישים" פון "מאראנצןזאפט"
ברוך השם אשר לא השבית לנו גואל, והותיר לנו בדור שפל כזה, עם כוכב גדול כזה, ומה יש לנו לומר יותר מזה, שידע מזה ומזה, ומה זה ועל מה זה.
ויאמר ביום ההוא, זה הכותב בשמו הטוב מה הוא, ויכתב בספר הזכרון ההוא, בשמו ספר האישים כשמו כן הוא.

אונז קוק מיר שוין ארויס מיט דארשט און געגועים, אויפן נייעם ספר האישים.

שוין פערציג ווערטער?

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 3:09 pm

· #275479
ספר האישים וועט נאר זיין א שלימות, אויב ס'איז דא אן ארטיקל אויף @כוכב זעלבסט... 🙂

געוואלדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 4:57 pm

· #275513
נו דאס איז די סורפרייז

גאנצל » פרייטאג מאי 15, 2015 5:11 pm

· #275520
.

א איד » זונטאג מאי 17, 2015 3:18 pm

· #275915
@כוכב ווען איז די פלאן (דאס מיינט וועלכע טאג אין די וואך?) אז דער ספר האישים זאל ארויסקומען?

פלאוויוס » דינסטאג מאי 19, 2015 10:48 pm

· #277105
ככוכב הזה העולה בשחר ועולה בערב (ווען שלאפט ער?).

ס'איז אומגלויבליך וואס כוכב ארבעט אלץ צוזאם. צומאל דאכט זיך מיר ווי איך וואלט געזען עמיצן שלעפן פרידזשידערס פון אפאר הונדערט פונט, איינס נאכ'ן צווייטן, אויף די אייגענע פלייצעס לטובת הרבים, און איך מוז אוועקדרייען דעם קאפ כדי די אויגן זאלן מיר נישט שווינדלען. מ'דארף אים צווינגען זיך אפצורוען כאטש אויף א וואך, ער זאל קומען צו די כוחות.

ס'קומט אים אבער די פולסטע שעצונג דערפאר. כוכב, אתה באמת כוכב!

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 10:30 am

· #277255
די צייט ריקט זיך ב"ה

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 11:36 am

· #277278
נו כוכב ווען קומט עס?

גנדי » מיטוואך מאי 20, 2015 11:39 am

· #277281
איך האב שוין אנגעווארעמט מיינע פרינטערס...

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 12:23 pm

· #277294
יעצט קומט אן די גוטע נייעס!!
עס קוקט אויס אז דער ספר האישים וועט אי"ה זיין גרייט נאך היינט כדי דער עולם זאל רואיגערהייט קענען ארויספרינטען פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה לכבוד יו"ט

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 2:54 pm

· #277333
מיר האפן אין די קומענדיגע מינוטן

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 2:55 pm

· #277334
וועם גייט מען באשרייבן אינעם פרישן פראפייל?

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 3:03 pm

· #277337
די פאר מינוט קענסטו אויך נישט ווארטן??

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 3:08 pm

· #277343
קעי נישט געוואוסט סאיז אויך א סוד...

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 20, 2015 3:11 pm

· #277346
והמשכלים יזהרו כזהר הרקיע ומצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד (דניאל יב)

די וואך קויף איך נישט קיין צייטונגען.

שכוח כוכב!

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 3:15 pm

· #277351
האסט עס שוין געזען שמעון וואלף אז די זאגסט אזוי?
נישט וואך נאר די חודש האסטו נישט וואס צו קויפן עס איז פיל פון דעקל צו דעקל מיט תוכן

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 3:15 pm

· #277353
שמעון וואלף

די וואך קויף איך נישט קיין צייטונגען.

אלס דער דיסטריביוטער פון די המחנה החרדי צייטונג, האט דאס מיר אביסל א שטאך געטאן

הבא ללמד » מיטוואך מאי 20, 2015 3:27 pm

· #277361
לאמיר נאר האפען אז עס וועט נישט ברענגען נייע פראבליעמען פין אפטיילען קינדער פין דע עלטערן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/276614">viewtopic.php?p=276614#p276614</a><!-- l -->

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 3:52 pm

· #277374
נע, דאס מאל האט עס דאך נישט קיין שום קאנטרעווערסיאלע ארטיקלען. בלויז באשרייבונגען אויף באקאנטע פערזענליכקייטן.

הבא ללמד » מיטוואך מאי 20, 2015 4:13 pm

· #277378
קען זיין פיל ערגער אז מען רעדט אויף איינע פין דע חברה דארטען

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 4:27 pm

· #277382
די ספר איז שוין אינדרויסן פון מיינע הענט!!
יעצט לאמיר הערן פון די הויעכע פענטסטער:
ווען לייגט מען עס שוין ארויס?

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 4:29 pm

· #277383
מה הוא
די פאר מינוט קענסטו אויך נישט ווארטן??

😂 😂

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 4:31 pm

· #277385
ישמעאל הכהן
מה הוא
די פאר מינוט קענסטו אויך נישט ווארטן??

😂 😂

מאכט חוזק?! 😳 😢

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 5:43 pm

· #277422
געהערט יעצט!
אין די קומענדיגע מינוטן וועט אי"ה
ערשיינען די רייכע ספר האישים
לכבוד שבועות הבעל"ט

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 5:58 pm

· #277427
שוין אינדרויסן
זוכט עס אויף און האט הנאה

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 6:00 pm

· #277428
ישמעאל הכהן
וועם גייט מען באשרייבן אינעם פרישן פראפייל?

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 6:04 pm

· #277429
ישמעאל הכהן
ישמעאל הכהן
וועם גייט מען באשרייבן אינעם פרישן פראפייל?

כאפט א קורצן בליק
ניטאמאל דארפסטו עס דאונלאודען, עס ווערט אנגעמערקט אויפן דעקל

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 6:06 pm

· #277431
Omg. Can't get a straight answer

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 6:08 pm

· #277433
ישמעאל הכהן
Omg. Can't get a straight answer

מאכסט מיר באמת לאכן
😂 😂 😂

לית דין בר נש » מיטוואך מאי 20, 2015 6:09 pm

· #277434
וועלוועל שמעלצער
anything else?

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 6:09 pm

· #277435
גיב א בליק
📎 nzkn7q.jpg

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 6:10 pm

· #277437
I dono who is old and who is new, and there are no names attached there.

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 6:16 pm

· #277439
קוק פון די נאנט..
📎 Screen Shot 2015-05-20 at 6.15.54 PM.png

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 6:18 pm

· #277440
Oh thx!

יענער פויגעל » דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:57 pm

· #278728
יישר כח באמת הנאה געהאט פונעם ספר