☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » **קאווע בלעטער** לפסח - עם מוספים!

**קאווע בלעטער** לפסח - עם מוספים!

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6248
בלאט: 1 2

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 9, 2014 10:44 pm

· #195582
**קאווע בלעטער** לפסח - עם מוספים!
ברוך הנותן ליעף כח, אז מיר האלטן שוין ביי די לעצטע פאזן פאר'ן הוצאה לאור פון די פסח'דיגע "קאווע בלעטער".

קאווע שטיבל איז עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר. תקופות גייען אדורך אהן זאכליכע הודעות, אבער הודעות פון אנדערע זמנים ערגענצן דעם חלל. מען דארף זיי נאר אויפזוכן בחורין ובסדקין, און זיי מוציא יקר מזולל זיין. מיר האפן אז די "קאווע בלעטער" וועט צוריק אנצינדן א פייער אין די הערצער פון די שרייבער, און דאס טינט וועט ווידער נעמען פליסן אינהאלטסרייכע מאמרים.

אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי די מעינסטרים מאגאזינען און צייטונגען, אז לכבוד פסח געבן מען ארויס א מאגאזין וואס מעסט זיך אויף די פונט, מיט מוספים על גבי מוספים, מוסף והולך ביז עס פרעגט זיך היכן יכנס כל הפישתן (מלשון א ton פּיש? נו! ביי אונז רעדט מען נישט אזוי...) הזה, וועלן מיר לכבוד פסח אויכעט נאכגיין אין זייערע דרכים.

אויסער די "קאווע בלעטער" וועלן מיר האבן צוויי מוספים. איינס הייסט "ילד שעשועים" - געאייגענט פאר קינדער. כאן המקום להודות פאר "@קאוועניק" פאר'ן אנדרייען און בעטן דערפאר. די צווייטע - און גאר חשוב'ער - מוסף הייסט "ספר האישים", מעשה ידיו להתפאר פון ידידנו הדגול והמוכשר מאוד כמר @מאראנצןזאפט שיחי' וואס איז קובע ברכה לעצמו און איז ממש כליל לאישים... כל כולו געווידמעט פאר די אנשי שם אנאלעזירונגען פון דער שרייבער.

היות איך בין יעצט בין דזשאב לדזשאב, האבענדיג אויפגעגעבן מיין איצטיגע דזשאב ממש די וואך, און איך גרייט מיך צו מיין נייע דזשאב אי"ה תיכף נאך פסח, האב איך פון איין זייט טאקע מער צייט (איך מוף אריין צום שווער אויף גאנץ פסח, סאו איך דארף נישט פסח מאכן) אבער פון דער אנדערע זייט האב איך פארלוירן מיין צוטריט צו א קאמפיוטער וואס איך פלעג האבן אין די ארבעט. איך אב מיך איינגעהאנדלט א נייע לעפטאפ, און איך האב עס שוין אויפגעסעט. אבער עס קען דויערן אביסעלע לענגער ביז די בלעטער וועלן זיין גרייט.

די איצטיגע אויסגאבע פון "קאווע בלעטער" וועלן אי"ה האבן א לינק אונטער יעדע קעפל וואס וועט צופירן צום אריגענעלע ארטיקל דא אין שטיבל, אזוי וועלט מען קענען לייקן דער מחבר כדבעי. - עס באדערט שטארק ווען מען זעהט אז הונדערטער על גבי הונדערטער מענטשן לאדענען אראפ די בלעטער, און מען נעמט זיך ניטאמאהל די מיה איבערצולאזן א גוטע געפיהל ביים מחבר פון אן ארטיקל וואס מען האט דערפון הנאה געהאט.

היו נכונים.

נ.ב. די בלעטער וואלטן קיינמאהל נישט געוועהן אזא סאקסעס ווען נישט די אקטיווע מיטארבעט פון אונזערע היימישע ניקס, כל אחד בשמו הטוב יברך, ובפרט @רויטע וואנצעס, @ברסלבער, און @קליגער אינגערמאן און @אנאנים וועלכע האבן צוגעהאלפן בעצה ותושייה. טוב עין הוא יבורך.

אפטעמיסט » מיטוואך אפריל 9, 2014 10:46 pm

· #195583
מזל ניסן דגים, שכויח פישל!

מצטמק ויפה » מיטוואך אפריל 9, 2014 10:58 pm

· #195586
איך זעה פישל'ע האסט דיך שוין באווארענט נישט צו זאגן קיין צייט ווען עס וועט זיין גרייט......

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 9, 2014 11:03 pm

· #195588
מצטמק ויפה
איך זעה פישל'ע האסט דיך שוין באווארענט נישט צו זאגן קיין צייט ווען עס וועט זיין גרייט......

עס וועט זיין גרייט אי"ה...

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 9, 2014 11:03 pm

· #195589
אמאל פלעג איך נאר ציילן ספירה צווישן פסח און שבועות, היי יאר איז עס אויך געווען צווישן פורים און פסח!

מאראנצןזאפט » מיטוואך אפריל 9, 2014 11:15 pm

· #195591
א קורצער אנאליז איבער דעם ניק פישלע הערינג.
פון א פארהעלניסמעסיגע נייע ניק איז ער פארוואנדלט געווארן אלס איינע פון די עמודי השטיבל. זיינע שארפזיניגע תגובות און בליציגע רעיונות מיט א זעלטן אייגנארטיגער שפראך זענען צעזייעט און צעשפרייעט און אלע עקן פונעם שטיבל .
מיר קרוינען אייך איינשטימוג צו דינען אויף דעם פרעסטיזשפולן פאזיציע אלס עדיטאר אין טשיף פון קאווע בלעטער גלאבאל ענד קא.(כאילו נאך איינער לויפט אויף די פאזיציע...)
און ביידעוועי, טענקס, מעט שוין רעדן... כקען נישטא דא אזוי...

מ גפני » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:04 am

· #195624
פישל'ע העררינג
אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי די מעינסטרים מאגאזינען און צייטונגען, אז לכבוד פסח געבן מען ארויס א מאגאזין וואס מעסט זיך אויף די פונט, מיט מוספים על גבי מוספים, מוסף והולך ביז עס פרעגט זיך היכן יכנס כל הפישתן (מלשון א ton פּיש? נו! ביי אונז רעדט מען נישט אזוי...) הזה, וועלן מיר לכבוד פסח אויכעט נאכגיין אין זייערע דרכים.

קודם א געוואלדיגן ישר כח פאר דיין ארבעט פון ארויסגעבן אזא הערליכן ארבעט, און פאר אלע דיינע תגובות וואס מען קען קלאר זאגן אויף זיי, אז די שטיבל וואלט געהאט אן אנדער פנים אן זיי.
כ'האב נאר געוואלט מוסף נופח זיין צו דעם "היכן יכנס כל הפישתן (מלשון א ton פיש)" אז מיר האבן TONS תגובות פון פיש =עלע

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:05 pm

· #195697
איך באמערק יעצט וואס באריסטא אדער אן אנדערע אחראי האט מיך בא'טיטול'ט...

אונטער מיין אוואטאר, דארט ווי עס שטייט געווענדלעך "ידיד השטיבל", שטייט שוין היינט א טיטול. א פאסטן. א כמו-לעדדערהעד.

#שיין

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:39 pm

· #195704
היינט פאר מיין בין חמץ למצה'דיגע לאנטש, וועל איך האבן א קאווע מיט הערינג, צו פייערען די פרייליכע געשעהניש פון פישעל'ס הכתרה.

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:24 pm

· #195716
דער ניק @נעגאשיעיטאר האט מיך אריינגעשיקט א לאגא צו נוצען. ער שרייבט אז דער לאגא איז געמאכט געווארן ביי א פריערדיגע פראוו צו מאכן א אויסגאבע, דורך א אומאקטיווע ניק, און ער האט עס איבערגעארבעט בתשואות חן לכבוד מיינע בלעטער. איך בין מסופק אויב עס רעפלעקטירט ריכטיג די אינהאלט פון די בלעטער ממילא איז מעגליך אז איך וועל עס נישט נוצן.

יישר כח נעגאשיעיטאר ושכרך הרבה מאוד, אבער למען האמת איך האב עס נישט ליב. וואס האלט דער עולם?
📎 NamePlate.jpg

מאטי » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:28 pm

· #195719
איך האלט אז "אל תסתכל בקנקן אלא מה שיש בו" אבער שוין ....

גנדי » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:40 pm

· #195722
קודם כל א ריזן יישר כח פארן עורך.

איך אליין פרינט געווענליך ארויס לענגערע ארטיקלן לכבוד שבת און איך בין מזכה אויך אנדערע דערמיט.

די מאכסט אן הערליכן ארבעט און די מאכסט אסאך גרינגער פאר מיר.


אויך א ריזן דאנק פארן מאכן די קינדער אפטיילונג, איך זוך שוין לאנג צו געבן פאר מיינע קינדער אביסעל דברי חכמה צו ליינען (חוץ די תורות, סיפורי צדיקים און מפרשים וואס זיי באקומען אין חדר, און חוץ די ACTION / DRAMA מעשיות פון שפאקטיוו / שטערן)

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:18 pm

· #195733
א גרויסע יישר כח פאר א געוויסע ניק (אולי רוצה בעילום שמו?) וואס האט ארלעדיגט Adobe InDesign ME. עס פארט געשמירט ב"ה.

גנדי » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:22 pm

· #195734
פישל'ע העררינג
א גרויסע יישר כח פאר א געוויסע ניק (אולי רוצה בעילום שמו?) וואס האט ארלעדיגט Adobe InDesign ME. עס פארט געשמירט ב"ה.


קען איך עס אויך באקומען?

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:27 pm

· #195735
גנדי
פישל'ע העררינג
א גרויסע יישר כח פאר א געוויסע ניק (אולי רוצה בעילום שמו?) וואס האט ארלעדיגט Adobe InDesign ME. עס פארט געשמירט ב"ה.


קען איך עס אויך באקומען?

האט איינער געזאגט אז עס איז בחינם?... 😉 אבער איך וועל איהם פרעגן.

אריק » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:29 pm

· #195757
ווען גייט עס זיין צו באקומען?

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:34 pm

· #195758
אריק
ווען גייט עס זיין צו באקומען?

צו בדיקת חמץ אי"ה. 😮

גנדי » פרייטאג אפריל 11, 2014 1:23 pm

· #195897
ווען וועלן מיר עס קענען ארויספרינטען?

איך וועל דארפן זאגן ערב פסח פאר מיין ווייב - "איך מוז גיין אימערדזשענסי אין ארבעט, ווייל... די דיין האט נעכטען געזאגט אז פרינטיג TONER איז חמץ גמור איך מוז עס אויסנוצען אדער פארברענען פאר פסח..."

גדעון » פרייטאג אפריל 11, 2014 3:11 pm

· #195903
אויב איך מעג,

די אויסגאבע זאלל ענדערש האבן ווייניגער בלעטער און זאל נאר האבן ממש עידית שבעידית

אויפן פורים אויסגאבע האב איך אויפגעגעבן נאכן זעהן אז סהאט 232 בלעטער

איך גיי נישט פרינטען 232 בלעטער צו ליינען שבת און יום טוב

גנדי » פרייטאג אפריל 11, 2014 4:39 pm

· #195908
סזאל האבן כאטשיג אזויפיל ארטיקלען וויפיל פיש מען עסט יום טוב.

די פיש איז אויך נישט עידית שבעידית...

מ גפני » זונטאג אפריל 13, 2014 5:44 pm

· #196050
@פישל'ע העררינג וואס איז די ETA?

גנדי » זונטאג אפריל 13, 2014 5:55 pm

· #196052
איך בין גרייט צו בודק חמץ זיין מבעוד יום. אויב איך באקום די בלעטער לכבוד דעם פריער...

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 13, 2014 7:38 pm

· #196061
היות איך שטעל עס אויס לשם ולתפארת אין אינדיזיין, וואס איך לערן מיך אויף קאווע בלעטער'ס בארד, דויערט עס לענגער.

עס איז א פולקאמע הגדה של פסח! מיט הערליכע מאמרים, מלאים זיו ומפיקים נגה וואס אונזערע טייערע חברים דא האבן געשריבן. 64 לאנגע שיינע ערענסטע און באלערנדע מאמרים. עידית שבעידית.

דער וואס קען מארגן אדער שפעטער היינט נאכט אריינסיינען, לא יאוכזב.

צו דעם וועט צוקומען דער העכסט אינטרעסאנטע "ספר האישים" פון מאראנצןזאפט.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 13, 2014 8:53 pm

· #196070
סגייט האבן פרישע סחורה אויך?

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 13, 2014 10:10 pm

· #196078
יא! אסאך פרישע סחורה. אנאנים האט געשריבן א עקסקלוסיוו, וכן עוד כמה.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 13, 2014 10:32 pm

· #196083
אקעי כהאב געקענסעלט מיין אמאזאן order

BAL TSHIVA » מאנטאג אפריל 14, 2014 1:08 am

· #196126
Waiting

לית דין בר נש » מאנטאג אפריל 14, 2014 1:17 am

· #196131
שוין גיענדיגט בודק חמץ זיין!!!

פישלע העררינג » מאנטאג אפריל 14, 2014 1:39 am

· #196133
פראבלעמען
טייערע חברים,

אינדיזיין מאכט צרות. אדער מאך איך איהם צרות. איינער פון די צוויי.

ווען איך פרינט צו פי די עף טוישט עס מיך ארום די פאנטס ווי אויף צו להכעיס. עס מאכט טייל קעפלעך אומלעזבער. אפילו טייל ארטיק'לען קען מען נישט לייענען.

איך לייג דא ביי א סעמפל פון די ערשטע 30 בלעטער, צו ווייזן וואספארא צרה צרורה דא טוהט זיך אפ.

#פראסטרעיטעד

#ערבפסח

<a class="postlink" href="https://dl.dropboxusercontent.com/u/13002565/%D7%A7%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%20%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%98%D7%A2%D7%A8%20PREVIEW.pdf">https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... REVIEW.pdf</a>

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 14, 2014 1:49 am

· #196135
אויב דו מאכסט די pdf דורך די פרינט אפשען, קוק אויב מיט די save as אפשען ארבייט עס יא.

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 14, 2014 2:02 am

· #196136
@געפילטע פיש קאוד וואן.
ווער האט זיין פעידזשער?

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 14, 2014 8:38 am

· #196138
פישעלע, דאס געשעהט אמאל, צוליב וואס די פאנט איז נישט אריגענעל, נאר גע'גנבט.
Just טויש עס צו אן אנדערען פאנט.

פליקער » מאנטאג אפריל 14, 2014 10:34 am

· #196149
אוי איז דעיס שיין, מיר קענען קוים ווארטן, וואס קענען מיר בייהילפיג זיין, אפשר קען איך צילייגן א פלייצע,

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 14, 2014 11:25 am

· #196152
כהאב מורא איינער פון די חבריא האט פארגעסען בודק חמץ זיין.
סיריעסלי איים געטינג נערוועס

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 14, 2014 12:13 pm

· #196156
קאווע טרינקער
פישעלע, דאס געשעהט אמאל, צוליב וואס די פאנט איז נישט אריגענעל, נאר גע'גנבט.
Just טויש עס צו אן אנדערען פאנט.


אדער דאנלאועד די פאנד "פאלדער" און מאך זעכער דו זעהסט עס אין Word.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 14, 2014 12:23 pm

· #196160
גראדע וואלט איך מציע געווען א Paypal account פאר פישעלע אז ווער ס'וויל קען תורם זיין צו דעקן זיינע הוצאות. ער האט געקויפט א לעפטאפ פאר אונז, און לייגט אריין אן א שיעור צייט און כח. איך וועלט גערן געגעבן.

מ גפני » מאנטאג אפריל 14, 2014 2:47 pm

· #196175
קומט ארויס חוה"מ?

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 14, 2014 2:48 pm

· #196176
א גוט מועד! (קרעדיט: שלמה שמש)

ביבער » מאנטאג אפריל 14, 2014 3:20 pm

· #196187
איך האף אויפן בעסטן בקרוב ובנקל, אבער אויב חס ושלום די קאווע בלעטער וועלן נישט אנקומען פאר יום טוב זאל מען כאטש האבן די עקסלוסיוו ארטיקלעך וואס איז נאכנישטא אויפ פארום, בבקשה!

כוכב » מאנטאג אפריל 14, 2014 5:19 pm

· #196202
חישב לעשות את המצוה ונאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה.
בשם כל הקהל הקודש דרוקן מיר אויס אונזער ישר כוח פאר פישלע פאר'ן אוועקגעבן אזויפיל שווערע ערב פסח שעות אונז צו מהנה זיין. הכל בידי שמים און סאיז נישט געווען באשערט סזאל נאך זיין אויף די ערשטע טעג כבין זיכער סוועט אבער אלעמען פארשאפן א פרייליכן מועד.
פישלע מיר זענען גרעיטפול פאר דיין עפפארט און מיר זענען זיך משתתף אין דיין עגמת נפש אז נאך די גרויסע יגיעה איז עס נישט צושטאנד געקומען לידי מעשה.
א לעכטיגן שמחת יו'ט.

גנדי » מאנטאג אפריל 14, 2014 5:31 pm

· #196203
Moral of the story.

תפסת מרובה לא תפסת.

א יישר כח פאר די כוחות וואס די האסט אריינגעלייגט.

The effort is what counts.

כוכב » מאנטאג אפריל 14, 2014 5:37 pm

· #196205
מאראל אוו דע סטארי. מטראסקעט נישט ארויף אזא אומרעאליסטישע לאסט פון ארבעט אויף איין חבר, פישלע האט בטוב לבו גענומען אויף זיך אן עבודה וואס פאדערט א גאנצע סטעףף.
נעקסט טיים וועלן אלע ענטוזיאסטישע ערווארטער פאר קאווע בלעטער צולייגן א פלייצע בגראפיקס ובדעזיין ובליקוט'. און ווער סקען גארנישט וועט ארויסנעמען זיין בעיבי צו בעיביסיטן אדער גיין ברענגען לאנטש.
נישט זיצן און ווארטן צו סערווירט ווערן אויף א גאלדענעם טאץ און נאך צו לייגן א מאראל צו די סטארי.

דריידל » מאנטאג אפריל 14, 2014 5:44 pm

· #196206
נא, עמיר זיך מחזק זיין מיט אפאר דפים אין מס' פסחים און א שטיקל בני יששכר אנשטאט די בלעטער. איך פראביר נאך צו ארלעדיגן ביי זיין יונגעל אז ער זאל נישט צוריק געבן די אפיקומן ביז ער זאגט צו אז די בלעטער וועלן זיין אוועילעבעל פאר די צווייטע טעג.
דער עיקר איז אז דער עולם, ובפרט פישעלע וואס גיט אוועק אזויפיל טייערע צייט אונז מהנה צי זיין, זאל האבן א שמחת יו"ט.

הויזן טראגער » דאנערשטאג אפריל 17, 2014 9:51 pm

· #196316
דריידל
נא, עמיר זיך מחזק זיין מיט אפאר דפים אין מס' פסחים און א שטיקל בני יששכר אנשטאט די בלעטער. איך פראביר נאך צו ארלעדיגן ביי זיין יונגעל אז ער זאל נישט צוריק געבן די אפיקומן ביז ער זאגט צו אז די בלעטער וועלן זיין אוועילעבעל פאר די צווייטע טעג.
דער עיקר איז אז דער עולם, ובפרט פישעלע וואס גיט אוועק אזויפיל טייערע צייט אונז מהנה צי זיין, זאל האבן א שמחת יו"ט.

פישל׳ע האט אוודאי געהאט גאר א פרייליכער יום טוב, וואס איך בין נאך יא נייגעריג צו וויסן איז צו איין בלאט אין פסחים האט דיר געגעבן גענוג חיזוק אדער האסטו געמוזט אדורך לערנען מערערע בלעטער ביז די ביזט גיווארן מחוזק 😂 ??

משולם שטיינפעלד » פרייטאג אפריל 18, 2014 7:41 am

· #196333
פישל'ע העררינג
טייערע חברים,

אינדיזיין מאכט צרות. אדער מאך איך איהם צרות. איינער פון די צוויי.

ווען איך פרינט צו פי די עף טוישט עס מיך ארום די פאנטס ווי אויף צו להכעיס. עס מאכט טייל קעפלעך אומלעזבער. אפילו טייל ארטיק'לען קען מען נישט לייענען.

איך לייג דא ביי א סעמפל פון די ערשטע 30 בלעטער, צו ווייזן וואספארא צרה צרורה דא טוהט זיך אפ.

#פראסטרעיטעד

#ערבפסח

<a class="postlink" href="https://dl.dropboxusercontent.com/u/13002565/%D7%A7%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%20%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%98%D7%A2%D7%A8%20PREVIEW.pdf">https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... REVIEW.pdf</a>

דאונלאוד א פידיעף פרינטער למשל cutepdf און פרינט עס דורך דעם, עס גייט ווערן א פידיעף מיט די פולסטע קלארקייט אן קיין שום פראבלעמען

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 18, 2014 9:18 am

· #196338
וכך אני נוהג. די פראבלעמען האבן נישט מורא פון קיוט פי די עף. עס טוהט נאר אויף אזויפיהל אז דער פייל ווערט כאטש געפראסעססט.

אגב, דער מארעל אוו דע סטארי איז "סטיק טו וואט יו נאוי". עס דויערט לאנג פשוט ווייל איך לערן מיך שטאטלעך א נייע פראגראם, ולא נסיתי בכל אלה. איך האב שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אויף די פסח אויסגאבע פאר פורים! איך האב אדורכגעקוקט יעדע סינגעל בינגעל אין גאנץ קאווע שטיבל

משולם שטיינפעלד » פרייטאג אפריל 18, 2014 9:24 am

· #196339
פאנטס קומען נישט גוט אויס מיט קיוט פידיעף אדער האסט אנדערע פראבלעמען?

פליקער » פרייטאג אפריל 18, 2014 9:28 am

· #196340
פישל, דעיס איז קלאר נישט די מארעל, סטיק טו וואט יא קנאוי, איז א מהלך פון אקצעפטירן א דורך פאל, די ביזט זיכער נישט דורך געפאלן, די גמרא לערנט אינז, אין אדם עומד על דבר אלא אם כן נכשל בו, ווען וואלסט דו זיך אויסגעלערנט אינדיזיין, מיר האבן טאקע נישט געהאט דיין הגדה, אבער עס איז אלע מאל דא נאך א יאר, עס וועט זיכער זיין אינטערעסאנט דאן אויך, עס איז גארנישט געשעין, די קים איבער דעים פראבלעים אן קיין פרעשור, נישט חלילה גיב אויף, דאנט סטיק טו וואט יו נא, מיטשע זיך ביז די קריכסט ארויס, זיך, נישטער, פרעיג אויף אלע בלאגס, שטעל זיך נישט פאר גארנישט, אייוועלט קען זיין זייער בייהילפיג, לאז נישט נאך ביז די מאכסט פארשריט, אוי וועסטו גיט שפירן נאכדעים ווען די וועסט געוואויער ווערן ווי אזוי מען פאריכט דיין באג.

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 18, 2014 9:31 am

· #196341
פישל'ע העררינג

איך האב שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אויף די פסח אויסגאבע פאר פורים! איך האב אדורכגעקוקט יעדע סינגעל בינגעל אין גאנץ קאווע שטיבל


Wow
עס לאזט זיך נישט גלייבן די כוחות ער לייגט אריין להוציא דבר נאה ומתוקן.
זאלסט אבער וויסן סאיז נישט לריק, דער עולם קוקט ארויס דערויף בכליון עיניים, די ערשטע זאך וואס איך טו אינדערפרי און די לעצטע פאר'ן גיין שלאפן איז א קוק אין שטיבל אויב קאווע בלעטער איז שוין ערשינען.
מצידינו זאל עס ארויסקומען אויף ל'ג בעומר, טעיק יור טיים, און ווען אימער סוועט זיין גרייט וועלן מיר אייך שטארק מכיר טובה זיין דערויף.

לית דין בר נש » פרייטאג אפריל 18, 2014 10:30 am

· #196342
הנני מצרף לכל הנ"ל
בלאט: 1 2