דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #8869
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8869
בלאט: 1 2
א הערליכע שטיקעל ארט!
די קאווער געפעלט מיר גראדע, עס איז זייער יוניק, ארטיסטיש און אטענטיש.
מוטי אילאוויטש איז זייער א באליבטער און באמת טאלאנטפולער זינגער גראמער קאמפאוזער 😢 און ככל הנראה מענטש. ער פארמאגט א בריליאנט וואוס, מיט גראמען צום פוינט מיט טיפע אבער פארט פארשטענדליכע גראמען. השוה לכל נפש.
ווער גייט מאכן די מוזיק? נפתלי משה איז זייער יוניק און רייך מיט אלערליי נייע סאונדס אן צופארקריכן פונעם טעם הניגון.
אבער וואס זאל איך טון, איך בין נאך פון די וואס דארפן נאך די אלטע ארעינדזערס ובמיוחד מונה.

איך בין געווען ביי א חתונה ווי מאטי האט געגראמט, ער קוקט אויס ווי זייער א ערנסטער, קוים געמאכט ווערטלעך, אבער געגראמט עפעס איינס אין די וועלט
מאטיס עיקר מעלה איז אז ער ווייסט וואס דער עולם גלייכט און ער שטעלט צו וואס דער עולם זיכט
די קאסטע האט א גוטע נאמען מחשבות די קאליר מיט די גרעפיקס ברענגט צירוק אלטע מחשבות פון די 90ער יארן
moshav zekeinimדי קאווער געפעלט מיר גראדע, עס איז זייער יוניק, ארטיסטיש און אטענטיש.
מוטי אילאוויטש איז זייער א באליבטער און באמת טאלאנטפולער זינגער גראמער קאמפאוזער 😢 און ככל הנראה מענטש. ער פארמאגט א בריליאנט וואוס, מיט גראמען צום פוינט מיט טיפע אבער פארט פארשטענדליכע גראמען. השוה לכל נפש.
ווער גייט מאכן די מוזיק? נפתלי משה איז זייער יוניק און רייך מיט אלערליי נייע סאונדס אן צופארקריכן פונעם טעם הניגון.
אבער וואס זאל איך טון, איך בין נאך פון די וואס דארפן נאך די אלטע ארעינדזערס ובמיוחד מונה.
agree only mona
וואס איז נייעס מיט דעם סידי, ווען קומט עס ארויס? קען איינער איבערגעבן א ריוויו איבערן טעיפ?
אוי מאטי מאטי! איך הער דיינע ניגונים און איך גיי אויס! איך גיי פשוט אויס פון מתיקות! כ'האב נישט וואו אויסצוגעבן מיינע געפילן נאר דא. כ'האף דו לייענסט מיינע שורות. די ווערטער, דער קול, די מתיקות און אהבה, אה! גיי ווייטער מחיל אל חיל!
פונעם פריוויו האט מיר די מערסטע געכאפט דעם גראמען ניגון, ספעציעל די מוזיק.
עס איז קונסט מיט טעם וואס איך האב ליב.
עס איז קונסט מיט טעם וואס איך האב ליב.
איך האב געקויפט די סידי אויף פרי ארדער, היינט איז עס געווארן עוועילעבל.
איי מאסט סעי, איך בין צינימען אויף שטיקער, ער מאכט מיך שטאלץ צי הערן ווארעמע חסידישע נגונים.
איי מאסט סעי, איך בין צינימען אויף שטיקער, ער מאכט מיך שטאלץ צי הערן ווארעמע חסידישע נגונים.
אוואדי שוין דא און ב״ה עס איז מער ווי ערווארטעט!!! הערליך שיין יעדע ניגון... הגם אז עס איז דא היפש תנועות אדער גאר יכול ליהות ניגונים וואס זענען געגאנבעט, אבער דאך מיז איך זאגן אז עס איז ממש הערליך
יא עס איז גיט!
Sent from my iPhone using Tapatalk
יא עס איז גיט!
Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בעט פון דיר, היט אויף מיינע אויגן" [emoji445] [emoji444] [emoji443] [emoji98] [emoji97] [emoji98] [emoji98] [emoji25]
איך גיי אויס! איך ווערט צעלאזט פון מתיקות!
איך גיי אויס! איך ווערט צעלאזט פון מתיקות!
.
אויב שוין איז דוד ושלמה אסאך שענער איך זעה גארנישט ניי אין די סידי
דזשאסט שיין באטעמט אינטרעסאנט געשמאק און זינגבאר און מיט תוכן איז גענוג צו מאכן א סידי פאר א היט, עס דארף נישט זיין קיין הערנער, עס דארף נישט האבן עפעס אומגעווענליך.
א הערליך שיינע טעיפ! ברענגט ארויס שטארק טיפע געדאנקן.
די גראמען זענען אביסל קאמפליצירט, נישט אזוי פשוט און גראד ווי מיכאל'ס טעיפס, עספעשילי די צווייטע ניגון. אויך וואלט ער געדארפט ארויסברענגן די נמשל ביי דע ניגון
די גראמען זענען אביסל קאמפליצירט, נישט אזוי פשוט און גראד ווי מיכאל'ס טעיפס, עספעשילי די צווייטע ניגון. אויך וואלט ער געדארפט ארויסברענגן די נמשל ביי דע ניגון
א שיינע אלבום, זייער הארציג. ער האט אבער אפאר שוואכע ניגונים (נישט גראמען) וואס זעהן אויס צו זיין נאר א זעלכע פיל-אין׳ס.
דער ניגון קדשינו געפעלט מיר, עס איז אןויף דער פארצייטישער סטייל פון פראגע און ענטפער, ער האט עס געגעבן א פאעטישער צירה מיטן עפענען די סטעיטמענטס מיט א פראגע בעפאר. א שטייגער ווי האדרת והאמונה צו וועמען און צו וועמען, אדער יבא אדיר במהרה- ווער ווער וועט דאס זיין. פארשטייט זיך אז אזא ניגון האט שטארקע פאטענשענל צו ראקן ביי א היימישע חתונה.
מוזיק היפש שוואך.
אבער דאכט זיך אז דאס האט מאטי געוואלט, מען זאל לייגן געוויכט אויף זיין גראמען. און דאס איז טאקע שיין!
אבער דאכט זיך אז דאס האט מאטי געוואלט, מען זאל לייגן געוויכט אויף זיין גראמען. און דאס איז טאקע שיין!
מען מוז נישט זיין א זינגער צו ארויסגעבן א שיינע CD
וואס עפעס האט מאטי אפגעמאכט ארויסצוגעבן א CD אפילו ער איז נישט קיין זינגער און עס איז נאך געלונגען צו די זאך!!אלא מאי א שיינע ניגון האט גארנישט איינגעלייגט מיט א שיינע זינגער נעם למשל רעכניטץ א היט פון א cd אפי׳ ער איז בס״ה א ביזנעסמאן און פון די אנדערע זייט.........איז טאקע א פיינע זינגער אבער זיין cd איז צוברעכן (פערצופאל זינגט מאטי ״הערליך״ אבער דאך איז ער נישט קיין זינגער...)
וואס איז אין דיין לעקסיקאן "א זינגער"?
און ווער איז דער ..... וואס איז יא א זינגער נאר קען נישט מאכן קיין סידיס? עס איז לכאורא נישט לשון הרע, נאר א מיינונג אויף א פראדוקט.
און ווער איז דער ..... וואס איז יא א זינגער נאר קען נישט מאכן קיין סידיס? עס איז לכאורא נישט לשון הרע, נאר א מיינונג אויף א פראדוקט.
טוה מיר א טובה קיינער גייט אפילו בטעות נישט נעמען מרדכי דוד עסטרייכער פאר א חתונה ניטאמאל פאר א שבע ברכות אפי׳ ער גארגלט זיך ווען ער איז מספיד די עלטער זיידעס--בנוגע...עס איז דא זייער אסאך למשל כלל פון שימי ענגל איז דא שיינע ניגונים אבער גרויליג געזונגען די זעלבע מיט א קומזיץ מיט ממזרים -נאר דער אייבישטער קען העלפן פון יואלי פאלקאוויטש אא"וו--איך האב געמיינט ארויסצוברענגען די איידיע אז אפילו סתם א מענטש אויב ספאלט איהם ביי א גוטע ניגון קען עס זיין צום דבר!!
דער ניגון לא איש דברים אנוכי איז א מוירדיגע חיזוק ניגון.
די ניגון פון די בלינדע מאמע איז אזוי גוט דאס הארץ קען צוגיין.
ער ברענגט אזוי גוט ארויס די פילינגס פון ביידע אז עס קען נישט זיין בעסער, די קינד פון איר זייט און די מאמע פון איר זייט, קיינער איז נישט אומגערעכט אבער אזויפיל צער פון ביידע זייטן.
איך מיין ער האט דאס גענומען פון דעם אשכול "צו האסטו ליעב דיין טאטע?"

אויף קול מבשר זאגט ער אז ער האט אליין געמאכט די מעשה פון די בלינדע מעשה
נישט ממש אליין געמאכט נאר ער האט געלייענט די מעשה ארגינעל מיט א מאן און ווייב און ער האט עס געטוישט צו א מאמע און טאכטער ווייל ער פילט אז ס'איז מער הארציג און סאיז ממילא נאר א משל.
סלינקינישט ממש אליין געמאכט נאר ער האט געלייענט די מעשה ארגינעל מיט א מאן און ווייב און ער האט עס געטוישט צו א מאמע און טאכטער ווייל ער פילט אז ס'איז מער הארציג און סאיז ממילא נאר א משל.
ער זאגט אויפן סידי אדער אויפן סידי צעטל אז ס'איז נאר א משל?
אויף קול מבשר אינטערוויא 1225
מיר האט זייער שטארק געכאפט די בכל צער וצער ניגון
ל.רוזןאויף קול מבשר זאגט ער אז ער האט אליין געמאכט די מעשה פון די בלינדע מעשה
https://vimeo.com/129621914
אינאערסאנט אויף דעי ווידיא שטייט true story, נאר מיט א יונגעל נישט א מיידעל, קען זיין אז ער האט געטוישט דעי פרט
דאס קינדס אויפפירונג איז ווייט נישט ווי א רוב קינדער וואלטן זוך אויפגעפירט. כמיין אז מקען נישט טרענספלענטן אן אויג.
די מעשה גלייבט זיך שווער אז סאיז אמת
איך האב נאכנישט גיהערט די סידי אבער די מעשה מיט די בלינדע מאמע וואס מען רעדט דא מיינט מען דער מעשה?
היט אפ מיינע..
היט אפ מיינע..
דערווייל איז נאכנישט דא אזא מציאות ווי אן אויג טרענספלענט, און עס זעט נישט אויס אז עס וועט זיין אזא זאך אזוי שנעל.
דער ניגון איז אבער נאך אלץ זייער הארציג אראפגעלייגט, און די אנדערע ניגונים אויפ'ן סידי זענען אויך זייער שיין.
דער ניגון איז אבער נאך אלץ זייער הארציג אראפגעלייגט, און די אנדערע ניגונים אויפ'ן סידי זענען אויך זייער שיין.
די פרייליכסטע און לעבעדיקסטע ניגון אויף די סי די איז די טאן פון וואס טוסטו אויב היינט איז דיין לעצטע טאג, ס'איז אזא ראק ניגון, וואס וועט לכאורה ווערען אויפגעכאפט אלץ הורא ניגון ביי חתונות.
גארנישט מיט מאטי, אבער די מעשה פון די מאמע מיטן אויג האב איך שוין אזויפיל מאל געזעהן און געלייענט, בין איך דער איינציגסטער צו באמערקן אז דער משל פון נמשל איז כרחוק מזרח ממערב? אבי געשאסן א משל.
אפשר א נייע אשכול פאר דעם.
אפשר א נייע אשכול פאר דעם.
הערליכע סידי, הערליכע ניגונים, הערליכע גראמען, קריעטיוועטי אויפן העכסטן סטאנדארט, די אידישע מוזיק מארקעט האט מיט וואס צו שטאלצירן, גענימען אסאך גוטע נקודות און חיזוק צו הנאה האבן פונעם נאטור.
מאטי ביזט איינס אין די וועלט, איך האף מען צייגט דיר אהן דא דעם אשכול!
מאטי ביזט איינס אין די וועלט, איך האף מען צייגט דיר אהן דא דעם אשכול!
גאר א הערליכער סידי מאטי האסט אונז נישט אנטוישט דאס איז געוועהן די סידי פארוואס עס האט זיך געלוינט צו ווארטן
יעדע ניגון באזונדער איז הערליך און ארטיסטיש
מיינע וועיוואריטס זענען
לא איש
חתם סופר ניגון
גראמען
איך בין מיט דיר
יעדע ניגון באזונדער איז הערליך און ארטיסטיש
מיינע וועיוואריטס זענען
לא איש
חתם סופר ניגון
גראמען
איך בין מיט דיר
איך זיץ דא אין קאר מיט מיין פיהר יעריג אינגל אין ער הערט נישט אויף צו פרעגן קשיות.
פארוואס איז יצחק צוגעבינדן?
פארוואס איז די טויט מעסער אויפן האלז?
היינט איז די לעצטע טאג?
פארוואס וויינט ער?
פארוואס וויינט זי?
און אזוי ווייטער.
וואס דארף איך איהם צו ענטפערן?
פארוואס איז יצחק צוגעבינדן?
פארוואס איז די טויט מעסער אויפן האלז?
היינט איז די לעצטע טאג?
פארוואס וויינט ער?
פארוואס וויינט זי?
און אזוי ווייטער.
וואס דארף איך איהם צו ענטפערן?
זאג איהם אז די גאנצע סידי איז א משל.. אויף די גלות..
וועגן דעם וויינט מען
וועגן דעם וויינט מען
I'm not a big music expert, but I loved the CD. I disagree with those that say he should’ve given a nimshel for the song with the eyes. There are many points you can take out from this song so why should he point you in one direction? Let everyone go in his/ her direction. Whatever touches their heart.
איך מיין די סיבה איז אז די נמשל איז אביסעל צו שטרענג - מוסר'דיג, און ער פילט זיך נישט קאמפטערבעל צו זאגן שטרענגע מוסר פאר דעם עולם,
דער ניגון,אויב היינט איז דיין לעצטע טאג, האט מיר געברענגט טרערן
דער ניגון,אויב היינט איז דיין לעצטע טאג, האט מיר געברענגט טרערן
וכדומה..איך מיין די סיבה איז אז די נמשל איז אביסעל צו שטרענג - מוסר'דיג, און ער פילט זיך נישט קאמפטערבעל צו זאגן שטרענגע מוסר פאר דעם עולם,
דער ניגון,אויב היינט איז דיין לעצטע טאג, האט מיר געברענגט טרערן
I thought the music was too jazzy and the words too humorous for such a serious subject.
וכדומה..
דער ניגון,אויב היינט איז דיין לעצטע טאג, האט מיר געברענגט טרערן
גייט אריין צו די קינדער און קישט זייער שטערן, געדענק אז טאטי האט דיך ליב!
איך ברעך שוין פון די טיעם אז סדא אסאך קשיות און אונז מענשטעלעך קענען נישט אלעס פארשטיין. יעדע צווייטע אידשע סידי האט די געדאנק גייעדיג ציריק ביז יונתן שווארץ. כמיין אז ער וועט ליינען קאוע שטיבעל וועט ער אנהיובן פארשטיין.
די ניגון מיט די אויגן כאף איך נישט וואס איז די מאמע'ס הארציגע געבעט צים קונד, אז ער זאל היטן אויף אירע אויגן. מיינט זו ברחניות, בגשמיות ?
די ניגון מיט די אויגן כאף איך נישט וואס איז די מאמע'ס הארציגע געבעט צים קונד, אז ער זאל היטן אויף אירע אויגן. מיינט זו ברחניות, בגשמיות ?
נולד מאוחראיך ברעך שוין פון די טיעם אז סדא אסאך קשיות און אונז מענשטעלעך קענען נישט אלעס פארשטיין. יעדע צווייטע אידשע סידי האט די געדאנק גייעדיג ציריק ביז יונתן שווארץ.
די ניגון מיט די אויגן כאף איך נישט וואס איז די מאמע'ס הארציגע געבעט צים קונד, אז ער זאל היטן אויף אירע אויגן. מיינט זו ברחניות, בגשמיות ?
וועגען דעם ענדיגט ער די ניגון מיט אזא שארט סטאפ ווייל ער אליין האט אויך נישט געוויסט וואס ער וויל אויסער מיך מאכן וויינען,
נולד מאוחרכמיין אז ער וועט ליינען קאוע שטיבעל וועט ער אנהיובן פארשטיין.
ווי למשל וואס וועט ער פארשטיין?
דאס האב איך געשריבן פאר נפתלי משה שניצלער:
א וואונדערליכע סי.די. (הגם געוויסע ניגונים זענען ארעם געשריבן און וואלטן געקענט נוצן א פראפעסיאנאלער רעדאגירער צו פארמיידן ער זאל נישט איבערנוצן דעם זעלבן אויסדרוק צוויי מאל וכדו', אויך די שורה "דער חתם סופר צעשמייכלט זיך אבער ער ברעכט אויס אין א געוויין" גריזשעט אין די נערוון).
דער בדחן ניגון און דער הר המורי' ניגון זענען די שענסטע געשריבן, ווידעראום דער חתם סופר און די בלינדע מאמע זענען שוואך (ביי די בלינדע מאמע, הגם ער האט שיינע אויסדרוקן ווי: "היט אויף דיין מאמעס אויגן", וכו', איז אבער דער נאראטיוו כידבר איש אל רעהו, און ער נוצט נישט קיין ליטערארישע שפראך. ווען א מענטש רעדט צו זיין חבר זאגט ער "איך בין אליין" און אויף א ניגון דארף עס גיין "איינזאם אליין" וכו'. מ'קען נישט נוצן פשוטע סלענג שפראך. מאטי איז א בדחן, א זינגער און א קאמפאזאטירער, אבער נישט קיין שרייבער, און ווען איינער וואלט איבערגעקוקט זיין סקריפט וואלט עס געווען א דבר השלם).
וואס רעד איך דא צאם...
הכלל, די מוזיק איז הערליך, און איך האב עס דייקא ליב אזוי, קלאסיש און נישט איבערגעפילט, און אויב איך געדענק גוט איז די ערשטע נשמה פלאם אויך געווען בלויז בעיס מוזיק, גיטאר דראמס און פיאנא, און נישט קיין סך מער און ס'איז פון די שענסטע קאסעטן פון יאר הונדערט.
אלנפאלס, די איידיע פון קראוד-פאנדינג איז געוואלדיג, ווייל איך וויל אלעמאל באצאלן נאר ס'קומט פשוט נישט אויס. אויב דו קענסט מיר אריינשיקן דעם ביכל פאר מיין פופצן טאלערדיגע נדבה וועל איך דאנקבאר זיין. אויב האסטו ארויסגעגעבן ישראל אדלער'ס סידי מאך אויך קראוד פאנדינג ווייל איך וויל באצאלן. ליידער באקומט מען היינט אלעס אומזיסט, אפילו מ'וויל נישט, ס'קומט אן פון זיך אליין.
החותם,
מאטי'ס פען
איך האב הנאה געהאט פון דעם רעיון אין לא איש דברים אנכי, קדשנו איז א געלונגענער ניגון און הר המוריה איז הארצפול, דאס רעשט איז נישט לטעמי אבער גאנץ שיין פאר אן ערשטן אלבוים.
דער קומענדיגער אלבוים (מחשבות זרות) וועט האפענטליך זיין מער אויסגעפוצט.
דער קומענדיגער אלבוים (מחשבות זרות) וועט האפענטליך זיין מער אויסגעפוצט.
בלאט: 1 2