אשכול אן א טיטל #8869
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8869
די אויגן ניגון איז גאר א אינטערסאנטער ניגון , ווייל יעדער איינער קען זיך ארויסנעמען זיין אייגענע נמשל ווארום ער זאגט דאך נישט קיין נמשל.
היינט זאגט מען איינער זיין ווערסיע, אז יו קאלד נעווער נוי... די טאכטער האט א גאנטצע צייט געמיינט איין זאך און דערווייל איז עס גאר א צווייטע זאך .
איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די עולם האט זיך גענומען די אויגן ניגון פאר א דיסקאשען יא משל נישט נמשל יא אמת נישט אמת די מעשה איז מיט א מאן יונגל מאמע..... עס איז א ניגון געמאכט אז עס זאל אנפילן די אויר מיט מוזיק אין פערטיג
ממש לעצטנס זיך איינגעהאנדלט דעם סי.די. און עס שוין איבערגעהערט מערערע מאל. איך ווער משוגע פאר דעם אלבום. הערליכע קאמפאזיציעס, שיינע גראמען, און - כתר שם טוב עולה על גביהן - די הארציגע שטימע פון מאטי! איך ווער נישט מיד עס צו איבערהערן!
איך קען נישט מער ווי אגריען צו די צוויי קוואוט'ס הנ"ל:
בעל מדותהערליכע סידי, הערליכע ניגונים, הערליכע גראמען, קריעטיוועטי אויפן העכסטן סטאנדארט, די אידישע מוזיק מארקעט האט מיט וואס צו שטאלצירן, גענימען אסאך גוטע נקודות און חיזוק צו הנאה האבן פונעם נאטור.
מאטי ביזט איינס אין די וועלט!
שאולדיספריםפאקערגאר א הערליכער סידי, מאטי האסט אונז נישט אנטוישט, דאס איז געוועהן די סידי פארוואס עס האט זיך געלוינט צו ווארטן, יעדע ניגון באזונדער איז הערליך און ארטיסטיש
איך ווער משוגא פאר די בית המקדש ניגון א הערליכער פיעס אף ארט!
למעשה פרעגט ער א גיטע קשיא, איך בין געווען זעכער ער וועט ענטפערן עפעס א תירוץ און דערווייל ענדיגט ער די ניגון מיט די קשיא
ווי קען מען עס דאונלאדען? שטייצעך נישט בחינם.
Mostly music?
יעצט געקויפט, הערליך שיין. אידישע איידעלע טאלאנטפולע מוזיק איז לעבעדיג און שטויסט!
ווען מען קויפט עס אויף עמעזאן באקומעט מען אויך דעם בוכל?
(אין געשעפט האב איך געצאלט פונקט דאפעלט..)
איך זעה ס'איז מיטגעקומען 3 pdf'ס אין די source file, איך קען עס אבער נישט עפענען.
גראמעכעלע, כ'האב געהט די זעלבע פראגע. למעשה פון עמעזאן אליינס האב איך נישט געקענט, נאר פון זייער דעסקטאפ עפפ האב איך עס געסעיוויט צו WMP און דארט געעפענט די source file און פון דארט קען מען עס אריבערפירן צו יעדע דעווייס. איך ווייס ס'איז א קרומע וועג, ס'דארף לכאורה זיין מער פשוט.
כנוץ עס נישט אבער פאר מאביל דיווייס זעה דא http://www.amazon.com/gp/help/customer/ ... =201379890
מאטי זינגט צוויי פון זיינע קאמפאזיציעס ביי א חופה
https://www.youtube.com/watch?v=lJ0A6b7hy48
האט איינער אפשר זיין נאמבער?
7187812685
אין מיין קאנטאקט, איך נעם נישט קיין אחריות,
מאטי האלט שוין אינמיטן רעקארדען די ניגונים פאר מחשבות 2
📎 DdLnjz4XkAA8dXQ.jpg
אינטערסאנטע נאמען פאר א סידי אין אינטערסאנטע קאווער.
געהערט אז ס'וועט שוין זיין אין די געשעפטן פאר שבועות.
Pre order
https://www.nigunmusic.com/5778.html?code=b3d830
https://vocaroo.com/i/s0L6CM5BMfFS
די סידי איז שוין דא צו באקימען אין אלע געשעפטן
שטארק הנאה געהאט פון די ניגון בערל
שיינע ריוויא אין מאמענט
📎 IMG_20180524_182858_853.jpg
דער בערל ניגון איז ציקער
די בעסטע זאך וואס איך האב ליב פון די בערל ניגון איז ווי ער פירט דיך אגאנתע ניגון אן קענען איינפאךן ווי אהין ער צילט און צום סוף געבט ער א זאג 'מיין זוהן הייסט חיים איך הייס בערל' און בום די ניגון איז געענדיגט! ער לאזט דיך מיט די צינג אינדרויסן!
@MottyIlowitz
מי כעמך ישראל.
עס ווארעמט דאס הארץ, זעענדיג אזויפיל, וואס האבן באקומען דעם אלבום דורך סאציאלע מידיא גרופעס וכד', בעטן פאר א וועג וויאזוי צו באצאלן די שאדן.
ישר כח
מוזיק ווידיאו אויף די שטארק אויפגעכאפטע ניגון בערל, קומט בקרוב.
📎 IMG_20180717_210745_689.jpg
רבי ר' מיילעך פארציילט די מעשה בשינוי קצת, מיט א טאכטער, און דער וואס באמערקט פרעגט אים ווי אזוי זיין טאכטער קען האבן א אינגעל נאמען.
בן ישימוזיק ווידיאו אויף די שטארק אויפגעכאפטע ניגון בערל, קומט בקרוב.
📎 IMG_20180719_195347_624.jpg 📎 IMG_20180719_195401_904.jpg
איינער האט אמאל געוויסט אז מאטי איז א לייסענדס פסיכטאר
עס קען זיין אז דאס העלפט איים שטארק פאר זיינע נגונים
איינער האט אמאל געוויסט אז מאטי איז א לייסענדס פסיכטאר
עס קען זיין אז דאס העלפט איים שטארק פאר זיינע נגונים
כמעט אומעגליך. שטומט אפילו נישט מיט די יארן וואס עס נעמט צו זיך לערנען. (מן הסתם ווייסט איר נישט די נפק"מ צווישן א פסיכיאטאר און א טערעפיסט). לכל היותר איז ער א סאושעל ווארקער אדער א נידריג-ראניג טערעפיסט.