☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8859

אשכול אן א טיטל #8859

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8859
בלאט: 1 2

I'm back » זונטאג מאי 17, 2015 11:35 am

· #275830
איש את רעהו
ווער רעדט דא פון דערלייגן א פיאסטער??
עס גייט קיין איינער נישט דערלייגן געלט ווען אלע בנינים בלייבן באזעצט מיט אידישע איינוואוינער


נו, אפשר וועט א פולסא דנורא העלפן?

איש את רעהו » זונטאג מאי 17, 2015 11:36 am

· #275831
אהא

שמעון וואלף » זונטאג מאי 17, 2015 2:12 pm

· #275893
נישט ריכטיג. מ'קען בויען נאך טויזענטער דירות, ווי מנחם גרשון און אברהם בער האבן ארויסגעברענגט ביי זייערע דרשות. און אפילו אויב נישט איז עס א גרויסע שאדן פאר די וואס האבן שוין דא דירות אז דורך אריינברענגן מער גוים אין די אידישע געגענט וועלן די אידן איווענטשיולי מוזן אוועקמופן.

גאנצל » זונטאג מאי 17, 2015 2:21 pm

· #275898
וועגן פראבלעים נומער 2 קען מען גארנישט טון ווייל די מארקעט אין ברוקלין ווערט נאר טייערער

וואס מ'קען יא טון פאר יונגעלייט וואס דארפן זיך אנהייבן סעטלען מיט זייער לעבן איז אז די עסקנים זאלן זיך אריין לייגן צוריק צו באקומען די פראזשעקטס און בעטן ביי די גאווערמענט פאר נאך אזעלכע פראזשעקטס

אדער זאל יעדע רבי זיך אויפהייבן פון בענקל און אפקויפן א ריזיגע באדן און בויען 100ער דירות נאר פאר רענט און פאר ביליג און קיינער זאל דא מאכן געלט און די געלט וואס קומט אריין זאל גיין פאר נאך אזעלכע פראזשעקטס

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 4:12 pm

· #276850
I doubt it.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 19, 2015 4:31 pm

· #276862
דאס האט א כולל אינגערמאן לכאורה צאמגעשטעלט. ווער עס פארשטייט די דינאמיקס פון עשירים מיט רבנים, קהילות מיט מוסדות, פארשטייט אז דא וועט גארנישט ווערן.

I'm back » דינסטאג מאי 19, 2015 4:32 pm

· #276863
HotCoffee
I doubt it.

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 5:10 pm

· #276904
[ציטאט אראפגענומען]

בעסער געזאגט: עפעס איז געווען...

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 19, 2015 5:15 pm

· #276911
פעטיציע שמעטיציע. אויב וויל מען עפעס דורכפירן ביי די ראשי קהילה, איז די איינציגסטער וועג אויב מ'וועט פארלאנגן געהעריגע וואלן. זאלן די ראשי קהילה דארפן געפעלן פאר'ן ציבור, דעמאלטס קען א פעטיציע עפעס אויפטון.

כעת זענען די ראשי קהילה גארנישט שילדיג פאר קיינעם חוץ פאר די אדמו"ר און אנדערע שישקעס.

גאנצל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:56 pm

· #277682
wow עזריאל איז זייער ביזי די וואך קודם די שחיטה יעצט מיט דעם

Milk shake » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:53 pm

· #277700
פארוואס טיפשות? וואסי שלעכט צו באגריסן די וואס נעמען די גאטס און קוראזש און געבן פאר אידן דירות וואס זיי קענען געבן פאר נישט אידן און מאכן פיל מער?

שאולדיספריםפאקער » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:02 pm

· #277701
די גאנצע עדווערטייזמענט שרייט איין זאך: יצחק ראזענבערג די ביסט נישט פון אונזער גרופע...

וואס די נערישע חברה פארשטייען נישט איז אז יצחק ראזענבערג האט קיינמאל נישט געפלאנט  צו זיין אין זייער גרופע ער איז שוין איינמאל דארט געווען אין ער ווייסט אז די גאנצע זאך איז איין שטיק בלאף...

די עד דארף מכלומרשט שרייען וואס פאר א גרויסע צדיקים זיי זענען אז זיי געבן דירות פאר אידן יצחק ראזענבערג ווייסט אז די באנדע זענען א גאנצע חברה היפעקריטס...
נישט אז ער איז א גרעסערע צדיק פון זיי.
יעדער איז דא פאר איין צוועק, איינער קיקט אויף געלט און דער צווייטער אויף כבוד..

חוץ רבי פישל דייטש( וואס דרך אגב איז א בושה עם צו לייגן אויפן זעלבע ליסטע) ברענגען זיי נישט פאר אידן קיין דירות ווי מען קען וואוינען ווי א איד, זיי ברענגען די גויאישע מארקעט פרייז פאר אידן וואס דאס וועט זיי נישט לאזן לעבן נישט קיין אידיש און נישט קיין גויאיש  לעבן...

א אינגערמאן קען נישט אן טאר נישט  באצאלן 3000+ רענט אדער א מיליאן + צו קויפן.
דער סוף איז אז מען איז נישט קיין איד און נישט קיין גוי.

און וויפיל פון די וואס זענען אויף די ליסטע האבן יעצט היינט צוטאג אסאך מער ווי פיפיציג דירות אין וויליאמסבורג וואס איז פארענטעט פאר גוים??

א באנדע בלאפערס כבוד זיכערס וואס שטעכן  מיט גרויסע מעסערס אין די ריקן פון זייער אייגענע ברידער און קומען צו לויפן מיט קליינע נאסע שמאטעס  צו ווישן די בליט..

געקויפט א פראדזשעקט אין וויליאמסבורג פאר 70 מיליאן דאלער מכלומרשט צו ראטעווען אידישקייט ווען מען קען פאר דעם געלט בויען א גאנצע שטאט מיט טויזענט דירות פאר ביליג רענט.

די וואס גייען באצאלן דארט עטליכע טויזענט דאללער א חודש מארגידזש אדער רענט וועלן אויפגעראכטן ווערן דערפון אדער פארקערט?

לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:09 pm

· #277704
וואס טוט דער ר' פישל דייטש ער פארדינגט פאר ביליג? קיינמאל גיהערט פון אים
ספריםפאקער אז די גיבסט שוין א איד א קאמפלימענט שרייב וואס ער טוט איך בין זייער נייגעריג

Kool man » דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:22 pm

· #277710
ספרים פאקער, ביטע זיי מער מסביר, ווער האט געקויפט פאר 70 מיליאן א פראזשעקט צ ו מאכען פאר יודען?

טוב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:16 pm

· #277722
למעשה תכלית ווי גייט מען בויען? מיין מחותן זיכט מיט ליכט א דירה פאר מיין זין, קען מען ערגעץ אפפלייען?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:22 pm

· #277726
ס'איז דא גענוג און נאך שטעט אין אמעריקא ווי מ'קען קויפען א הויז מיט א לאט פאר $200,000. פאר זיבעציג מיליון קען מען קויפען 350 אזעלכע, פארקויפען פאר $300,000 און יענער וועט אריינלייגען נאך $100,000 און אזוי האט ער א שיינער פלאץ צו וואוינען.

טוב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:15 pm

· #277775
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז דא גענוג און נאך שטעט אין אמעריקא ווי מ'קען קויפען א הויז מיט א לאט פאר $200,000. פאר זיבעציג מיליון קען מען קויפען 350 אזעלכע, פארקויפען פאר $300,000 און יענער וועט אריינלייגען נאך $100,000 און אזוי האט ער א שיינער פלאץ צו וואוינען.

אבער וואס טוט מען מיט מוסדות?

הבא ללמד » דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:24 pm

· #277782
טוב
אבער וואס טוט מען מיט מוסדות?

מען פארקויפט איין בנין אין ווילי און מען קען מיט דיעם קויפן 5 בניינים און דרויסען

טוב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:27 pm

· #277805
הבא ללמד
טוב
אבער וואס טוט מען מיט מוסדות?

מען פארקויפט איין בנין אין ווילי און מען קען מיט דיעם קויפן 5 בניינים און דרויסען

ווער? מדארף דאך עסקנים!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:48 pm

· #277830
ווער האט דיר איינגערעדט אז מ'דארף עסקנים צו מאכען מוסדות? ט'טויגען זיי אזויפיל צו חינוך אז אן זיי איז נישט מעגליך?
איינוואוינער אין א שטאט וואס דארפען א מוסד זאלען עפענען א מוסד פאר זייער קינדער.

טוב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:16 pm

· #277839
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער האט דיר איינגערעדט אז מ'דארף עסקנים צו מאכען מוסדות? ט'טויגען זיי אזויפיל צו חינוך אז אן זיי איז נישט מעגליך?
איינוואוינער אין א שטאט וואס דארפען א מוסד זאלען עפענען א מוסד פאר זייער קינדער.

למעשה ווער האט אויפגעשטעלט מוסדות ביז היינט? ווער קען פינאנצירן מוסדות? אויב נישט עסקנים און קהילות...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:18 pm

· #277841
גלייב ווייטער.
ס'איז דא אין עפעס א ספר א משל וועגען א פייערצינדער און א פייערלעשער. אפשר קען א סאטמארער ערקלערען.

petergrifin » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:33 pm

· #277843
דער סאטמער רבי זצ"ל דער באבאווער רב זצ"ל מיט אנדערע גדולים האבן אליינס געשוויצט דערפאר מיט עטליכע חסידים און זיי האבן זיך נישט געריפען עסקנים און אויך נישט געלאזט אלעס פאר עסקנים נאר האבן אליינס געארבייט דערפאר. סתם שיק עסקנים, רעד צי עסקנים, מען קען נישט בויען אן עסקנים וויזט ווי טיף אין ט... אונז זענען.

HotCoffee » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:49 pm

· #277889
געטראפן און חיים שאולזאן'ס וועבזייט:

רבותי;
סאיז א טעות די גאנצע זאך!
די גאנצע אויפרעגעריי און הארץ עסעניש - די גאנצע מכלומר׳שטן סקאנדאל איז א פלעינער מיסטעיק.
ניין, מיר האבן נישט קיין דירה קרייסיס,
מיר האבן נישט קיין רענט קרייסיס און אויכנישט קיין ארטיסטן אדער חב״דסקער קרייסיס....
נאר וואס יא?
אבל יש כאן ״רבנים קרייסיס״.
א שמוציגן אנגעזייעטן ׳סירפלאס׳ (שפע) פון צודרייטע רעבישע קיען מיט שיעפע טאשן - אנ׳ע דזשאבס - שיכור פון ליידיגיין און קראנק פון אזויפיל שנארן.
ווער ברויך זיי?
ווער האט זיי געפרעגט אפילו פאר א מיינונג?
ווייסן זיי דען נישט אליין אז זיי זענען די וואס פארמערן מחלוקת און פארטרייבן פרנסות?!
ווייסן זיי דען נישט אליין אז זיי זענען די וואס פארמערן מסירות און פארטרייבן די גאולה?!
יא יא, אן אנשיקעניש פון פינף שטאקיגע געביידעס - דריי טענאנטס מיט די צוויי איבריגע פאר זיי, אלע האבן זיי פראנט פארטשעס העכער מיין קאפ אז ווען איך וואק דורך אין די ווינטער - ווארפן די אומבאלומפערטע זרע לבטלה׳ניקעס שניי באליס אויף מיין היט!!!!!
און די פאני פארט דערפון איז אז ״איך האב דאך באצאהלט פאר דעם הויז״!!!!
אדני קודש, תרומת המשכן... וכדו׳.
א מין חוצפה; די טייערסטע חתונות, באקוועמסטע קארס, שענסטע הייזער, רייכסטע וועש..
און וואס - מיין אינטערנעט איז די פראבלעם?!
זיצט זיך אזוי באקוועם ביי שלש סעודות אויף זיין ברוינעם לעדערנעם שטיעל - וואס אגב - האב איך אויך באצאהלט דערפאר - און זינגט און פארפירט וועגן לוקסוס????? זאג נאר די - ווער האט דיר געבויעט דיין הויז? הא?
(איך וואלט געהאט חשק אז די אלע רבי׳לעך זאלן פרעגן זייערע געטרייע נדבנים צו זיי וואלטן ווען זיך געקענט ערלויבן די אלע נדבות ווען זיי האבן ווען נישט קיין אינטערנעט.....)
שבת הגדול פארפירט מען וועגן תאוות אכילה און עסן כשר לפסח נאשעריי... - זאג נאר - ווער גיט די הכשר אויף די אלע דרעק???
נאכדעם זאמלן זיי אונז איין ווי שעפעלעך אין גרויסע זאלן און אין סטאדיומס - און ווייזן אויף אונז זייערע פעטע אויסגעפאשעטע פינגער אז מיר זענען שולדיג אויף אלע פראבלעמען???
נאר וואס דען?
מיר דארפן זיך צאמנעמען, אלע בעלהבתי׳שע אידן אויף א רינדעכיגן אויבן׳אן און די רבי׳לעך אינדערמיט, און שרייען אויף די רבנים!!! געניג איז געניג!!!
אונז ווייסן אויך פארוואס משיח קומט נישט; וועגן ענקערע מעשים.
ווילט עטס געלט - גיי ארבעט!
ווילסט כבוד און דרך ארץ - פיר דיך אויף ווי סדארף צו זיין!!
ווילסט אונז זאלן קומען און פאלגן די דין תורה? - הערטס אויף צו גיין אין קאורט!!
עטס מעגטס יא?!
ווילט איר אונז זאלן האבן שלום מיט אונזער עלטערן און משפחה? - ווייזט אונז א סעמפל!!
מיר ווילן און וועלן האלטן די תורה גענוי אזוי שטרענג ווי אייך!!
אבער ווייזט אונז דעם דרך הישר אן׳ע נגיעות און היפאקריטעיט.

א דאנק

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 22, 2015 8:06 am

· #277943
ווען מ'געוואוינט זיך צו צו א געוויסע מצב, מיינט מען אז נאר אזוי קען עס זיין. דער ישועה אינ'ם לאגער איז געווען אז דער דייטש זאל געבען נאך א האלבע שטיקעל ברויט, טראכטען וועגען א ישועה שלמה איז נישט מעגליך. אזוי אויך מיינען מיר אז מ'דארף וואוינען אין וומסב"ג (ב.פ, מאנסי, לעיקוואוד ועוד) ווייל דארט זענען דא עסקנים וואס מאכען מוסדות פאר אונזער קינדער.

דערווייל, ווי אויבען געשמועסט, מוסדות ווערען לויט'ן נויט. ווען מענטשען דארפען עס האבען, איז עס גאנץ נישט לייכט אבער דורכפירבאר, מ'טרעפט ביי זיך כוחות וואס מ'ווייסט נישט מ'האט און ס'ווערט געבויט. ס'איז דא גענוג יונגעלייט צו ווערען מלמדים, מ'קען זיך אנפרעגען עצות ביי מענטשען וואס האבען שוין געטוהן אין דעם, ס'איז נישט אינדערויסען פון דער מציאות.

אבער נאך מער ווי דעם. דער גאנצע נויט פאר מוסדות איז א מאדערנע ערשיינונג. פארצייטנ'ס האט מען פארשטאנען אז מ'דינגט א פריוואטע מלמד, און דער וואס האט געהאט געלט אדער מסירות נפש פאר חינוך האט צוגעצאלט פאר א קלענערע כתה פון זעקס אדער זיבען תלמידים. דער גאנצע מציאות אז יעדע מוז זיין אין א קלאס ווייל אן דעם קען מען נישט לעבען אינ'ם געזעלשאפט איז א חלק פון די פראפאגאנדע וואס פארטייפיהרער'ס האבען אונז דערשטיקט דערמיט כדי אנצוהאלטען זייער מאכט.

אוודאי איז דאס אסאך טייערע, אבער קוק אריין אין דער חילוק פונ'ם לעבען אין א גרויסע שטאט ווי א קליינער שטאט. וויפיל געלד שווענדסטו יעדער ערב שבת אויף געבעקס וואס גייט אין מיסט? וויפיל קויפסט צוקערלעך מיט טשאקאלאדע'ס פון די אלע געשעפטען אין יעדער ווינקעל וואס איז אדער נישט געזונט אדער גייט עס אין מיסט אריין? וויפיל קאסט דיר די אלע טעי"ק או"ט וואס מ'קויפט 'ווייל ס'איז דארט און איך בין הונגעריג' וואס אין א קליין שטאט קענסטו שפארען? וויפיל דאפרסטו באצאלען אויף באקליידונג פאר דיר דיין ב"ב און קינדער ווייל אזוי פאדערט דער מאדע און מיין משפחה מעג נישט זיין 'יאנטשי' וואס טוישט זיך יעדער פאר מאנאטען? אין א קליין שטאט האלטען די אלע זאכען צוריק מיט יארען. ס'איז נישט כדאי צו אינוועסטירען אין א קליינע ציבור.

מאך דער חשבון און ס'וועט בלייבען גענוג געלד צו געבען אויפ'ן חינוך פון אונזער קינדער, גענוג אויף צו בויען בתי מדרשים ישיבות און כוללים כדי מ'זאל לעבען אן ערליכע אידישע לעבען. מ'וועט זיך אויסטרעפען אז די 'ווענט' אויף וואס מ'האט זיך אנגעליינט האבען גאר זיך אנגעליינט אויף אונז.

signout » פרייטאג מאי 22, 2015 2:14 pm

· #278009
[ציטאט אראפגענומען]

אברהם בער (דאמסי) שרייט אויף יצחק ראזענבערג וועגן זיין לאט אויבן אין אלט וומ''ס (סערטיפיידט) אין יצחק ראזענבערג דארף צירוקשרייען פאר אברהם בער וועגן זיינע דירות אין ניי וומ''ס (מורטל), ווי יצחק ראזענבערג גייט בויען נאר אידישע דירות(ראוז קעסיל שטחים)

Kool man » דינסטאג מאי 26, 2015 5:03 pm

· #278262
Kool man
ספרים פאקער, ביטע זיי מער מסביר, ווער האט געקויפט פאר 70 מיליאן א פראזשעקט צו מאכען פאר יודען?

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 11:41 pm

· #278365
www.crainsnewyork.com/article/20150526/REAL_ESTATE/150529914/one-of-the-last-great-residential-development-sites-on-the

A large waterfront development site in Williamsburg is finally being readied for sale, several sources say, and could fetch more than $250 million.

The site, at 484 Kent Ave., is one of the last remaining parcels that can accommodate high-rise residential towers on Williamsburg's coveted waterfront. A commercial building, partially occupied by a lumber store, is currently located at the site but can be razed by a new owner to make way for 500,000 square feet of residential space.

Among the possible buyers vying for the property is a partnership between the prolific residential development firm HFZ Capital Group and Michael Fascitelli, the former chief executive of the huge real estate investment firm Vornado.

The property at 484 Kent Ave. is owned by brothers Abraham and Isack Rosenberg, who won a zoning change from commercial to residential in 2011, allowing for almost 800 units of housing in at least three waterfront towers in a project they called Rose Plaza on the River. The brothers won the support of local Councilman Stephen Levin at the time by agreeing to set aside 30% of the units as affordable housing.

ל.רוזן » מיטוואך מאי 27, 2015 8:48 am

· #278422
יואל אשר לאבען אין מאמעט באשרייבט די אסיפה

📎 uploadfromtaptalk1432730746110.png
בלאט: 1 2