מיין ציל מיט דעם אשכול איז צו פאפולער מאכן די ענין פון מפרסם זיין שווערע דערדריקענדע איבערלעבענעשן מכל המינים, אפילו עס איז שווער צו שרייבן. כדי דאס זאל ברענגען ווייטערדיגע תוצאות.
עס זעט מיר נישט אויס אז דאס האט שוין פאסירט. נישט אין קאווע שטיבל און נישט אין אנדערע פארום'ס און מאגיזינען.
די בעסטע וועג עס צו מאכן פאפולער איז ווען דו וועסט זיך ארויסשטעלן אלס א מוסטער און אנהויבן דערציילן וואס דרוקט דיר אויפ'ן הארץ.
אפשר זאל מען עפענען א פאבליק ניק וואס יעדער קען ניצן ספעיצעל פאר די אשכול, איך זאג ענק די מינוט עס וועט זיין א עילום שמו וועט זיך גיסן אן אויפהער
אגוטן פריינט. די הנהלה ארבעט אויף אן אנאנימע אפציע, מיר האפן אז עס וועט זיך אויסארבעטן בקרוב.
אסף המזכיראגוטן פריינט. די הנהלה ארבעט אויף אן אנאנימע אפציע, מיר האפן אז עס וועט זיך אויסארבעטן בקרוב.
דאס איז א געוואלדיגער מוסר השכל. איך האב נישט גע'חלומ'ט אז פון אזא סארט אשכול וועט ארויסקומען אזא פאזיטיווע זאך.
אל תהי בז לכל אדם
א דאנק א שיין
אבער האנעסיטלי ארבעט'ס ענק נישט איבער עס גייט נישט צופיל אויסמאכן די עולם גייט סתם האקן אין די וועלט אריין
און ווי
@שמעקעדיג האט שוין געשריבן ווען איינער האט א פראבלעים עפענט ער א אשכול און ער שרייבט עס אראפ. מען קען נישט עפענען א אשכול שרייב דיינע פראבלעימען וואס די האסט געהאט.
און @אנאנים די זעהסט טאקע אלע די אידן'ס דאגות האבן זיי געשריבן ווי עס באלאנגט
און אויב ארבעט מען שוין יא זאל עס זיין פאר אנאנים פאר
דאמנשה לוסטיג איך האב פראבירט שרייבן פאזעטיוו אסאך מאל, און 'קיינמאל' נשט באקומען א לייק דערפאר.
מנשה'לע איך בין מוחה, ווען דו שרייבסט פאזעטיוו לייק איך דיר דוק ותשכח
דאגה בלב איש
תוספת לרשימה של ר׳ עזריאל ולהאשמות של ר׳ מנשה:מיר און נאך אפאר חשובע ניקס באדערט פארוואס מלייגט ארויף דא לא די בילדער פון ווייבער נאר אויך פון אויסגעלאסענע ווייבער אזוי וואו סדא אין די מוזיק פארום .
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר קען מען מאכן אז נאר אויף געוויסע אשכולות וועט דאס ארבעטען
נאטירליך[ציטאט אראפגענומען]
אפשר קען מען מאכן אז נאר אויף געוויסע אשכולות וועט דאס ארבעטען
אשכולות מיוחד צו שרייבן פערזענליכע זאכן אזוי ווי דאגה בלב. און דארט זאל די צענזור זיין זייער שטרענג, און נאר צו לאזן ערנסטע געשרייבעכטץ. כדי צו האלטן די ניווא םון א אשכול וואס איז מיוחד פאר פערזענליכע נושאים וואו דער ערנסקייט דארף זיין פיל א העכערע סטאנדארט. איבערהויפט אז אנאנים נעמט אמאל אןועק די אחריות פונעם שרייבער זיך צו האלן אויף א געוויסע סטאנדארט.
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז טאקע א גוטע עצה אויף צו פראטעקטן פון אומגעווינטשענע פירקלערייען. אבער לתועלת אונזער ציל פון דאגה בלב פארוואס זאל נישט זיין א געלעגנהייט פאר יעדן צו קענען ארויסגעבן זיין וויי געשריי בכל הענינים מעמקי דליבי, ווען מקען פשוט מאכן א פארום מיט פשוט א שטרענגערע צענזור?!
קען דער יעניגער ביטע אויפהערן מיט זיין לעיקוואד פעטיש?
צו די וואס טענה'ן אז ווער ס'האט צו שרייבן א איבערלעבענישט אדער ווייטוגן עפנט א אשכול. קודם כל עס איז פשוט נישט אמת. רוב האבן נישט די כוחות זיך צאמצונעמען אין שרייבן, ספעציעל טיפע און אומגעווענדליכע ווייטוגן, וואס דאס דארף א שטארקער אינקורידזשמענט אז מזאל עס שרייבן ווייל דער וואונד איז צו שטארק אדער אומאויסדרוק באר.
און בנוגע די טענה אז נאר ריסנט פראבלעמען שרייבן מענטשן. נו, על זה אנו דנין, איך וויל דאך אינקורידזשן אז מען זאל יא שרייבן אלטע ווייטוגן.
און דאס וואס איר זאגט אז מוועט עס נישט שרייבן דא אין דעם אשכול.
איז אזוי, קען זיין אז נישט און קען זיין אז יא, סאופאר שרייבט מען סייווי נישט אויף די לעוול וואס איך ציל, אבער ליסן פרענדס, מיין ציל איז נישט דוקא אז עס זאל דא געשריבן ווערן אין דעם אשכול, איך ציל בעיקר אז עס זאל ווערן פאפולער אזא קאלום און אזא געדאנק ווי מענשטן געבן ארויס זייערע באגראבענע צרות מכל המינים שהתועלת בזה מן המותר לציין להמבינים. זאל עס זיין א פארום מיוחד פארדעם ואדרבא.
ר' איד זייט מוחל און אפשר הערסטו אויף צו קעקעצן און דרייען די ביצים?! האסט שוין אנגעפירקלט דריי בלעטער און קיינער האט נישט די מינדענסטע אהנונג וואס דו ווילסט פון אונזער לעבן האבען.
Re: דאגה בלב איש
אנאנים, איך האב א בלעכענע מאגען געווענדליך, אבער דאס..... וואו! נאר דאס קען איך זאגען
איך אויךר' איד זייט מוחל און אפשר הערסטו אויף צו קעקעצן און דרייען די ביצים?! האסט שוין אנגעפירקלט דריי בלעטער און קיינער האט נישט די מינדענסטע אהנונג וואס דו ווילסט פון אונזער לעבן האבען.
וואספארא מין שפראך!!!
איך מיין אז עס איז יא קלאר וואס איך וויל. קיינער האט נאר פשוט נישט וואס צו דערציילן אדער די מוט צו דערציילן, אז דער קאלום זאל ווערן א פאקט. און דאס וויל איך שטיפן אז סזאל יא געשען.
הע, ווילסט שטופן? עס איז זייער שווער צו לייגן דרוק אז "יענער" זאל שרייבן. אז איינער וויל שרייבן קען ער זעלבסט רואיג שרייבן וואס ער וויל במקום שלבו חפץ. אבער פארלאנגען און פרעשורן א צווייטן דאס ארבעט זיך נישט אויס (@כוכב איז אן אויסנאם...)
אלזא איך שלאג פאר אז זאלסט אויפהערן בעטן. אדער שרייב אליין, אדער וועט קומען די ריכטיגע מינוט וואס א צווייטער וועט באשרייבן זיין איבערלעבעניש.
אזויווי קיינער האלט נישט ביי גארנישט וועל איך אנהייבען:
איך בין א קרבן פון מאלעסעטעישען, פשוט און גראד. איך בין א קרבן ווען דאס האט פאסירט, איך בין א קרבן ווען מיינע עלטערען און געשוויסטער האבען עס אוועקגעמאכט, און איך בין א קרבן עד עצם היום הזה.
אויסער מיין חשוב'ע רביצין תליט"א ווייסט קיינער פון דעם צו זאגען און איך וויל עס מיטטיילען מיט די חברי השטיבעל, כדי מסביר צו זיין אויף'ן שפיץ גאפעל וויאזוי דאס פאסירט, וואס די געפילען זענען און וויאזוי איר זאלט אייער אייגענע קינדער היטען פון דארפען דורכמאכען שבעה מדורי גיהנום, און ערגערס.
היות די טעמע איז א טריגע"ר פונקט פאר אסאך מענטשען וועל איך עס נישט מיטטיילען נאר בהסכמת כל החברים און א ווארענונג אז וועם עס שטערט זאל דאס נישט ליינען.
מען דארף נישט גיין ביז מאחורי, עס זענען דא גענוג דיסקוסיעס אין דער נושא אויך מלפני.
דא האט איר איינער מחברי השטיבל
טיילט מיט זיין געשיכטע. עס זענען דא נאך כהנה.
הוגהמען דארף נישט גיין ביז מאחורי, עס זענען דא גענוג דיסקוסיעס אין דער נושא אויך מלפני.
דא האט איר איינער מחברי השטיבל
טיילט מיט זיין געשיכטע. עס זענען דא נאך כהנה.
האט איינער געשריבען מיין מעשה?
דאס איז ווארט ביי ווארט וואס איך ואלט געשריבען. א פלא.
איך וויל מאכן א מצב אז כדי עס זאל ווערן א גאלעריע - א מקום מיוחד, פאר איבערלעבענישן, וואס זאל ציען צו שרייבן אפילו פאר אזעליכע וואס זענען געווענליך נישט באקוועם זיך צו עפענען בכתב און וואלטן סתם אזוי נישט געעפנט א אשכול דערפאר.
און א דאנק אייך מנחם אבראמאוויטש פאר'ן זיין דער ערשטער צו געבן א לעגעטימער און למעשה'דיגער סטאטוס םארן ציל פונעם אשכול וואס איז לדעתי שטארק נחוץ.
איך וואלט אייך מציע געווען צו עפענען א נייעם אשכול מיט א טייטל וואס איר קלויבט אויס מיטן צונאמען דאגה בלב (למשל: דאגה בלב - מיין מאלעסטעישן מעשה). און איך האף נאכצופאלגן אייער סיפור און פראבירן עס צו האלטן אויף א ערנסטער ניווא. און האפנטליך וועלן די גבאים מיט די צייט עפענען א נייער פארום מיוחד פערזענליכע איבערלעבענישן.
בבקשה נאר איין זאך. דערציילט נאר א אמת'דיגע מעשה, איך פארלאז מיך אויף אייך.
נ.ב. טאמער איז אייך שווער אראפצולייגן אייערע פערזענליכע שטורנמישע געפילן און איבערלעבונג (אמאל אייגענע איבערלעבענישן איז שווער אראפ צו לייגן אפילו מ'איז א שרייבער), דאן קענט איר מיר שיקן אייער איבערלעבעניש אין אישי אין נאוט פארעם (נאטיץ פארמאט) און איך וועל פראבירן כפי יכלתי דאס אביסל אויסצושטעלן.
חזקו ואמצו. באט טעיק יאור טיים ענד וויטאוט קאמיטמענטס
איך בענק זיך נאך די אלטע מושב נאכן זוכן זיינע ערשטע תגובות אין קש אזא ריינקייט אזא זיסקייט
מושב דערצייל אונז דיין ווייטאג, דאס קענען מיר אלע פארשטיין, מיר אלע האבן הערצער.
דיינע שיטות קענען מיר נישט פארשטיין ווייל אונז זעמער נישט אין דיין מצב, וואס האט געפארעמט דיין טראכטן גאנג