☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווען דער 'נאצי' איז דא 'דיר' צו באשיצן

ווען דער 'נאצי' איז דא 'דיר' צו באשיצן

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8819

נח בער » דאנערשטאג מאי 7, 2015 1:42 pm

· #273222
ווען דער 'נאצי' איז דא 'דיר' צו באשיצן
א מעלדונג וואס כ'האב געלייענט ערגעץ:

דריי ביינאכט האט די משטרה געוואלט אפשפארן די מערה. מען האט אפגעשטעלט די מוזיק, און אויסגעריפען אז מען טאנצט נישט ווייטער, ביז זיי גייען ארויס פון ציון, מען האט זיי ארויס געטראקסט און געשריגן נאצי...

ע"כ

די ערד העכער די קברים פון די אידן וואס זענען גע'הרג'עט געווארן ביי הרב וואזנער'ס לוי' איז נאך פריש, און דא שטייען מענטשן און שרייען נאצי אויף פאליציי וואס זענען בסך הכל דא צו באשיצן ענקערע לעבנס.

כלל ישראל איז נמאס און פארעקלט פון די גרויליגע מענטאליטי. דאס ווארט "נאצי" האלטן מיר פאר מענטשן וואס האבן גע'הרג'עט מיליאנען אידן, נישט פאר פאליציי וואס געבן טראפיק טיקעטס און אוודאי נישט פאר פאליציי וואס זענען דא צו באשיצן לעבנס פון מענטשן.

ס'קלינגען נאך אין די אויערן די ווילדע באשולדיגונגען וואס מען האט געווארפן נאך די לוי' פון הרב וואזנער: רבי חיים איז שולדיג ווייל ער האט נישט געהעריג מספיד געווען דעם טאטן, אברומעלע וואזנער איז שולדיג ווייל ער האט נישט גערופן די פאליציי, די פאליציי איז שולדיג ווייל זיי האבן נישט צוגעשטעלט קיין שוץ, די חברה קדישא איז שולדיג ווייל זיי האבן נישט געפאלגט די הוראות פון הרב וואזנער, און נאך און נאך.

דאס אז מענטשן זענען אלע קאלעקטיוולי שולדיג פאר זייער מענטאליטי פון איגנארירן זיכערהייטס רעגולאציעס און נישט פאלגן אויטאריטעט. דאס פאלט זיי נישט איין.

דארט אין ארץ ישראל איז נישטא קיין שום מוראה של מלכות און ליידער קאסט עס לעבנס.

ווען א בילדינג אינספעקטאר זאגט דיר אז דיין הויז איז נישט זיכער און ס'קען גע'הרג'עט ווערן מענטשן, אויב בויסטו נישט נאך א טיר אדער גרעסערע פענסטער וכו' וכו' איז ער נישט נאצי; ווען א פאליציאנט וויל פארשליסן א הויז אדער א בילדינג אדער א מערה ווייל ס'איז שוין דא מער מענטשן ווי די געביידע קען האלטן, איז ער זיכער נישט קיין נאצי!

I'm back » דאנערשטאג מאי 7, 2015 2:03 pm

· #273230
ס'איז דא א רעבע וואס לעבט שוין נישט, און ער האט דאס איינגעגראבן ביים היימישע ציבור.
יעדער וואס ווערט גע'הארגעט אדער פארוואונדעט צוליב דעם, איז עס אויף זיין אחריות.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 7, 2015 3:09 pm

· #273252
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8428">viewtopic.php?f=10&t=8428</a><!-- l -->

פלעין יודיש » מאנטאג מאי 11, 2015 8:11 am

· #273971

מרדכי » מאנטאג מאי 11, 2015 9:54 am

· #273983
Re: ווען דער 'נאצי' איז דא 'דיר' צו באשיצן
גוט געזאגט!
אבער די משטרה איז זיך אויך ווערט זייער געלט. וואס דארפן זיי זיך רייצן. ל"ג בעומר נאכמיטאג האבן זיי אפאר מאל אריינגעשיקט פרויען משטרה צווישן די געשטיפטע עולם ממש נעבן די מערה ווי מ'טאנצט. אוודאי איז געגאנגן קולות

HotCoffee » מאנטאג מאי 11, 2015 10:06 am

· #273989
Re: ווען דער 'נאצי' איז דא 'דיר' צו באשיצן
איך האב גהערט אז ס'איז געווען א געז leak, דערפאר האט מען (לכה"פ פרובירט) ארויס געשיקט מענטשן פון די מערה.

פלעין יודיש » מאנטאג מאי 11, 2015 4:55 pm

· #274107
נישט געווען קיין שום געז ליעק,
זיי האבן געוואלט זען ווי שנעל זיי קענען זיך א עצה געבן אין קעיס פון א עמערדזשענסי, האט מען געטראפן א פאסיגע צייט ל"ג בעומר באנאכט פאר א פאולס אלארעם

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 11, 2015 5:52 pm

· #274120
Re: ווען דער 'נאצי' איז דא 'דיר' צו באשיצן
טאקע א באנדע נאצי'ס. פארוואס דארפען זיי וויסען? ס'איז ביי זיי א ספאר''ט?
#sarcasm

נאטירליך » מאנטאג מאי 11, 2015 7:25 pm

· #274147
I'm back
ס'איז דא א רעבע וואס לעבט שוין נישט, און ער האט דאס איינגעגראבן ביים היימישע ציבור.
יעדער וואס ווערט גע'הארגעט אדער פארוואונדעט צוליב דעם, איז עס אויף זיין אחריות.

מי הוא זה?