אדמו''ר מקלויזענבורג: פייערלעשער'ס זענען ווי נאציס?
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6269
אדמו''ר מקלויזענבורג: פייערלעשער'ס זענען ווי נאציס?
סיז דא א קליפ וואס דרייט זיך ארים פון קלויזענבערע רבי שליט״א ווי ער שרייט ווערטער וואס פאסט נישט אפי״ פאר שומרים מעמבערס..
סע קען זיין אז ער איז גערעכט. מע קען נישט וויסן די גאנצע מעשה וואס סיז דארט געווען.
אויף די קליפ זעהט מען אז בחורים זינגען און שטיפען זיך ארים פייער לעשער און סע טוהט זיך קולות און יענער מיינט אז זעכער איז די רבי א רואיגע מענטש און וועט זיך אנעמען פאר איהם און ער זיכט די רבי.
די רבי קומט ארויס און שרייט אז אויך ביי נאצי דייטשלאנד האט מען זיך אזוי געפיהרט.
קען זיין ער מיינט צו זאגען אז די בחורים פיהרען זיך אויף ווי נאצי איגענטליכע?..
ס' ליגט אין זיינע ווערטער עפעס טיפער פון וואס ער האט געמיינט: אויב אידן האבן זיך אזוי אויפגפירט אין יענע צייטן איז נישט קיין וואנדער...
בושנו מכל עם. נישט וועגן די רשעות, נאר וועגן די טיפשות.
די חורבן פון די אינטערנעט און יו טוב וכת דליה האט איין מעלה אז עס ברענגט ארויס אלע סאין עכט, אין לייוו
אמאל האט מען געקענט פארקויפען אויף א בשר ודם אז ער איז גאר א מלאך, היינט מיט איין בילד אדער מיט א קליינע קליפ אין א ריכטיגע ארגינעלע מינוט זעט מען פינקלעך ווער דער בשר ודם איז
איך האף נאר אז די אמאליגע רביס זענען נישט געווען אזוי קריאוז
א הערצליכן דאנק פארן פיטערן שמריהו ראזענבערג. אוי לאזניים שכל שומעות.
די ערשטע זאך דארף מען געוואר ווערן וועלכע סטעישאן און ווער די ריספאנדער'ס זענען מדארף שיקן א סטעיטמענט אז אין לנו חלק ונחלה בטפשות הזה.
אפטעמיסטא הערצליכן דאנק פארן פיטערן שמריהו ראזענבערג. אוי לאזניים שכל שומעות.
שמריהו איז דיין פארבלעם?
מיין פראבלעם זענען די חסידים וואס האלטן נישט פאר דעם רעבין פארוואס ער האט דאס געזאגט
און מיין פראבלעם איז מיט די חסידים וואס שלאגען א שטאטישע עמערזשענסי איינגעשטעלטער
יא יא דאס האט אינז געברענגט די נאציס! אטע דאס! די טיפשות אז מען מיינט אז מען איז אזוי פארזיכערט ווייל מען האט "עסקנים" און מאכערס תרתי משמע
אזוי האט אויסגעזען בימי ערב השואה, אידען האבען געמיינט אז אונגארען איז זייערס פולין איז זייערס בערלין איז זייערס, זיי האבען געהאט גיטע קאנעקשאנס אלל אווער, אריינגעדרייט אין די העכסטע פענסטערס נאר מעגליך, אפילו פארליאמענט מיטגלידער, און דאס האט אלעס געהאלפען א הויקע ווען דער גוי האט זיך אויפגעוועקט
אט די רעביס אט די חסידים זענען געווען שילדיג אין די פילע רציחות און איך האף אז זיי גייען נישט זיין שילדיג איין טאג נאכאמאל חס ושלום
קיק ווי אזוי די שומרים חיות פירען זיך אויף, קיק וויפיל חילול ה מיר זענען גורם
מען דארף וויסען אז ביהעווען איז לאו דוקא וועגען חילול ה' מנהגים, נאר וועגען אינזער סעפטי!
מיר בויען זיך די תליה און די גאז קאמערען מיט די אלע חסידים שוטים און מיט זייערע באקישע רעביס
מיינט נישט אז אין פולין האבען מיר געהאט ווייניגער כח ווי דא אין בארא פארק אדער אין ווילי
מיינט נישט אז דער דייטש איז נישט געווען א פרימיטיווע גוי, ער איז געווען זייער מאדערען און "אויפגעקלערט" און אפשר נאך די מערסטע צוויליזירט ווי אלע אנדערע גויים ארים די וועלט און פארט האבען זיי דאס געטין
מיינט נישט א די גויים דהאי קענען עס נישט טין איין טאג!
ציט נאר נישט איבער די שטריקעל ווי אינזערע זיידעס האבען געצויגען אין דיישטלאנד פולין אונגארען!
ווי אזוי האט קלויזענבורג'ער רבי זצוק''ל געזאגט, אינדערהיים האב איך געהאט סיגוט'ער קעפ, היינט האב איך נייטרע ט...
מיין טאטע זז''ג וואלט מיר געפרעגט, און דאס איז נאכן זאגען די יהי רצון כשם שבערתי?...
מ'דארף פארשטיין אז קלויזענבורג איז זייער אנגעווייטאגט אויף פייערלעשער און עס ברענגט זיי זכרונות פון די צייטן ווען די סאטמורים פלעגן שיקן פייערלעשער וועכענטליך צום שיעור פון קלויזענבורגער רב ז"ל
טיטאניק: איך גיי מיר אנטון מיין גארטל (נאכ'ן גיין אין מיקוועה, שטייצעך.) און מאכן א שהחיינו מיט גרויס כונה. צום ערשטן מאל זייט אינז קענמיר זיך גיי איך קריגן אויף דיר. (בבחינת מחלוקת הלל ושמאי.) . דער קלויזנבורגער רבי שליט"א איז א איד א צדיק. און דאס וואס ער האט געזאגט א סטעיטמענט וואס איז לכאורה נישט געווען אין פלאץ איז ווייל ער איז געווארן איבערגענומען צו זעענדיג א סצענע ווי גויים קריגן זיך מיט אידן. ער איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו זיין טאטע האט געלעבט דעם חורבן יהדות אייראפע, הנקרא האלאקאוסט, נישט א יעדן טאג נאר א יעדע מינוט. איך ווייס נישט וויאזוי די גאנצע סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן. איך בין נישט דארט געווען. אבער איך בין זיכער אז ווען די פייערלעשערס וואלטן צו געגאנגען מיט א ביסל סענסיטיוויטעט און שכל וואלט זיך די מחלוקה נישט צופלאקערט. ס'פעלט נישט קיין אנטיסעמיטן און סתם וויכטיג מאכערס אין פייער דיפארטמענט... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😢 😞 😮
בערעל,
האסט בסך הכל אראפגעריקט דעם רעבין, פין א רשע צו א תם.
Is he for real?
עס האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דעיס איז נישט א ווידיא פון 20-30 יאר צוריק, נאר גאר פון טו טאסענד און פארטין.
דעיס איז נישט נארמאל, אונז זעמיר אין גלות, אזויווי טיטאניק האט זייער גוט ארויסגעברענגט.
ווייסט איינער מער דיטעילס וואס דארט איז פארגעקומען?
berlbalagulehטיטאניק: איך גיי מיר אנטון מיין גארטל (נאכ'ן גיין אין מיקוועה, שטייצעך.) און מאכן א שהחיינו מיט גרויס כונה. צום ערשטן מאל זייט אינז קענמיר זיך גיי איך קריגן אויף דיר. (בבחינת מחלוקת הלל ושמאי.) . דער קלויזנבורגער רבי שליט"א איז א איד א צדיק. און דאס וואס ער האט געזאגט א סטעיטמענט וואס איז לכאורה נישט געווען אין פלאץ איז ווייל ער איז געווארן איבערגענומען צו זעענדיג א סצענע ווי גויים קריגן זיך מיט אידן. ער איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו זיין טאטע האט געלעבט דעם חורבן יהדות אייראפע, הנקרא האלאקאוסט, נישט א יעדן טאג נאר א יעדע מינוט. איך ווייס נישט וויאזוי די גאנצע סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן. איך בין נישט דארט געווען. אבער איך בין זיכער אז ווען די פייערלעשערס וואלטן צו געגאנגען מיט א ביסל סענסיטיוויטעט און שכל וואלט זיך די מחלוקה נישט צופלאקערט. ס'פעלט נישט קיין אנטיסעמיטן און סתם וויכטיג מאכערס אין פייער דיפארטמענט... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😢 😞 😮
ווי אייביג אן זאגסטי דברים של טעם
איך האלט עס אז עפעס איז פארדעם פארגעקימען אז ציליב דעם האט דער פייערלעשער געכאפט א סטירת לחי מצלצלת
אבער עם כל זה מעג מען ניצען אביסקעלע שכל און א רבי פון א מכובדיגער קהילה דארף זיך היטען אביסעלע זיין כבוד עצמי וקהילתו,
ווי האט יענער געזאגט,
"נישט קיין חילוק פארוואס די האסט איינגעמאכט אין הויזען ברבים, גייט מיר נישט אן קיין תירוץ, ווייל איינגעמאכטץ בלייבט שטינקען אפילו מיט א גיטע תירוץ" (קערדיט: טיטאניק)
outspokenווי אזוי האט קלויזענבורג'ער רב זצוק''ל געזאגט, אינדערהיים האב איך געהאט סיגוט'ער קעפ, היינט האב איך נייטרע ט...
שוין דא אן אשכול פון מימרות פונעם קלויזנבורגער רב ז"ל. ואם כן אין לדבר סוף.
צייט צו נעמען שריט פאר די קליפ באקומט פליגלען און שפרייט זיך אויס און ברענגט א פרישע פלייץ פון [בארעכטיגטע] שנאה, אפשר זאל מען זאמלען 30=40 טויזענט חתימות פון בארא פארקע איינוואוינער וואס זאלן פארדאמען דעם (...) , און אפשר זאל יעדער צולייגן א דאלער און איבערגעבן אלס מתנה צו דעם געטרייען און העעראישע מאן וואס וואלט אריינגעטאנצען אין פייער צו ראטעווען די מענטשן.
ווען וועלט וואלט וועין געוועין וועלט, וואלטן ארויס געקימען אנדערע רביים, און פארדאמט די מימרא, ביז ווילאנג ער וועט מיזן ציריק ציען, מען וואלט געלייגט דריק, אבער ליידער היינט וועט איר זעין אז קיינער וועט זיך נישט אנריפן, עס וועט ווערן שטיל, יעדער רבילע וועט ווייטער נאר זיין פארנימען פארוואס הא לחמא עניא שטייט און אראמיש, און די זעלבע צייט ווען די קאמענט'ס אויף די יוטוב קליפ ווערן געפערליך אנטיסעמיטיש, ואין פיצע פיי
הרב איש, אפשר טוסטו א טובה מאך אזא פעטישען שטעל דא א לינק , לאז ק״ש נאכאמאל מאכען א קידוש השם
(איך וויל זיין די 1טע צו סיינען)
Sibling Rivalry
Sibling Rivalry , the critics here are surely sakmer or maybe bobov. By them cowardly sending lipa frd to do the dirty work or shouting nee shmas is considered clever.
איך ווייס נישט וויאזוי מען מאכט דאס אדרבא ווער עס קען זאל זיך אנרופן
איינער קען ביטע ברענגען מער דיטעילס וואס איז געווען וואס האט געברענגט צו דעם געשלעג?
GeorgeIs he for real?
עס האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דעיס איז נישט א ווידיא פון 20-30 יאר צוריק, נאר גאר פון טו טאסענד און פארטין.
דעיס איז נישט נארמאל, אונז זעמיר אין גלות, אזויווי טיטאניק האט זייער גוט ארויסגעברענגט.
ווייסט איינער מער דיטעילס וואס דארט איז פארגעקומען?
פאר 20-30 יאהר צוריק זענען מיר נאכנישט געווען אין גלות?
יא, אבער פון נאכן קריג ביז ארום 20-30 יאר צוריק איז דאס שרייען נאצי אויף יעדן צווייטן נארישן אינצידענט געווען מער אנגענומען.
נישט ווייל עס איז גערעכט געווען, באט רוב ציבור איז געווען קריגס געליטענע, איז מען זייער שנעל אויפגעשטורעמט געווארן.
אומגלויבליך ווי היסטאריע חזרט זיך איבער:
בערלין 1939: ערב פסח אין די הויפט גאס אין די אידישע קווארטאל איז אפגעשפארט אין פון אלע זייטן גייט ארויף וואלקענעס פון רויך, טויזנעטער אידן שלעפן זיך מיט זעקלעך אריינציווארפן אין איינע פון די צענדליגע פייערס וואס זענען דעזיגנירט געווארן דורך די ווערמאכט, וואס מיט זייער רשעות האבן זיי באגרעניצט די שריפות צו בלויז איינס אויף יעדע פיר גאסן, אין די שפעטע שעות ווען די פייערס האבן זיך שוין געדארפט פארלעשן לויט די רשעות'דיגע פארשריפטן האט זיך פלוצלינג באוויזן א גרופע פון צורידערטע חסידישע בחורים וואס האבן זיך ארויסגעלאזט מיט טענץ אויף די גאסן און פארוואקירט די ווערמאכט, ווען איינע פון זיי האט פרובירט צו אנהייבן א דיאלאג מיט איינע פון די בחורים איז ארויסגעשפרינגען א העעראישע בחור און דערלאנגט פאר דעם אפיציר א פאטש אין פנים למען ישמעו ויראו, און דאן האט זיך באוויזן די רבי און געגעבן גערעכט פאר דעם בחור, און די כבוד פון כלל ישראל איז נתרומם געווארן ברוך ה', מען האט געוויזן אז מען שרעקט זיך נישט פאר די רשעים און מען לאכט פון זייערע פארשריפטן, כן יאבדו כל אויביך ה'.
רבותי בנפשינו הדבר! ווער טראגט זיך אן צו מאכן דעם פעטישען ווי מען זאל איבערבעטן דעם פיירלעשער? עס איז א חוב קדוש צו ווייזן אז מער זענען נישט אזא צושרויפטע געמיינדע!
עס איז וויכטיגער ווי די פעטישען וועגן מציצה און וועגן שטארק, עס קען זיין א פראגע פון פיקוח נפש, פארוואס זאל א פייערלעשער זיך איינשטעלן דאס לעבן פאר אונז נאכ'ן זעהן אזא מיאוסע קליפ?
ווער מאכט א פעטישען?
קען איינער וואס וואוינט אין ב.פ. אריינגיין צו דעם קלוזנבארגער רבי און בעטן אז ער זאל ברבים מפייס זיין און זיך אנשטולדיגן זיך פאר די פייער דיפארטמענט.
נאך בעססער - ער זאל שרייבן א בריוו פון אפאלאדזשי צו די נ.י. פייער דיפ. און צו דעם גשלאגנעם פייער-לעשער.
א נארמאלע פיוס וועט נישט העלפן און וועט נישט האבן קיין אפקלאנג, דא פארלאנגט זיך א פרעצעדענטלאזע רעאקציע פונעם ציבור, א פארדאמונג און גלייכצייטונג א מתנה צו ווייזן אז מיר זענען נארמאלע מענטשן און מיר שעצן די העעראישע מענטשן וואס שטעלן זיך איין זייער לעבן פאר אונז, איך האב אויפגעברענגט א געדאנק פון א פעציטיע ווי יעדער זאל אויך געבן א דאלער, און סזאל זיך אנזאמלען א שיינע סכום אלס מתנה פאר דעם אומשולדיגן קרבן.
מצטרף
$10
היצט באקומען אין וואטסעפפ: כ'האב געפלאנט צו גיין חאלעמויד צום האלאקאוסט מוזעאם, אבער אנשטאט בין איך געגאנגען אין פייער דיפארטמענט צו זען לייוו נאציס.
ערנסט גערעדט, ווייסט איינער וויאזוי מען שטעלט צוזאם א אנליין פעטיציע? און ווי קען מען דערגיין די אידנטיטעט פון דעם פייערלעשער?
<a class="postlink" href="http://www.change.org/petition">http://www.change.org/petition</a>
ישר כח אצינד ווער האט א גוטע ענגליש? איך נישט
10 דאלער +
כיהודה ועוד לדברי אנאנים, קען זיין אז דו מאכסט מער דעמעדשז מיט דאס ארויפשטעלן אנליין.
דאס בעסטע זאך איז חתימות + א פאר דוללער, מיט א שיינע בריוו פרעזנטירט צו די פ.ד.
דאס בעסטע וואלט גווען אויב איינער קען אינפלוענסן דעם רבי אדער די ראשי קהילה פון קלאזנבערג.
איש עבריאומגלויבליך ווי היסטאריע חזרט זיך איבער:
בערלין 1939: ערב פסח אין די הויפט גאס אין די אידישע קווארטאל איז אפגעשפארט אין פון אלע זייטן גייט ארויף וואלקענעס פון רויך, טויזנעטער אידן שלעפן זיך מיט זעקלעך אריינציווארפן אין איינע פון די צענדליגע פייערס וואס זענען דעזיגנירט געווארן דורך די ווערמאכט, וואס מיט זייער רשעות האבן זיי באגרעניצט די שריפות צו בלויז איינס אויף יעדע פיר גאסן, אין די שפעטע שעות ווען די פייערס האבן זיך שוין געדארפט פארלעשן לויט די רשעות'דיגע פארשריפטן האט זיך פלוצלינג באוויזן א גרופע פון צורידערטע חסידישע בחורים וואס האבן זיך ארויסגעלאזט מיט טענץ אויף די גאסן און פארוואקירט די ווערמאכט, ווען איינע פון זיי האט פרובירט צו אנהייבן א דיאלאג מיט איינע פון די בחורים איז ארויסגעשפרינגען א העעראישע בחור און דערלאנגט פאר דעם אפיציר א פאטש אין פנים למען ישמעו ויראו, און דאן האט זיך באוויזן די רבי און געגעבן גערעכט פאר דעם בחור, און די כבוד פון כלל ישראל איז נתרומם געווארן ברוך ה', מען האט געוויזן אז מען שרעקט זיך נישט פאר די רשעים און מען לאכט פון זייערע פארשריפטן, כן יאבדו כל אויביך ה'.
איש עברי: ייש"כ פאר אראפלייגן אזא הערליכע פאנטאזיע/נאוועללע, וועלכע אינוואלווד אידן, להבדיל נאציס, וועהרמאכט, ערב פסח, שריפת חמץ און א צעווילדעוועטן רעבין מיט חסיד'ישע בחורים. נאר היסטאריש (אפשר היסטעריש) איז עס נישט אויסגעהאלטן. ווייל ערב פסח פון יאר 1939 האט מען אין די פייערן וועלכע האבן געברענט אין בערלין ליידער נישט געברענט קיין חמץ, נאר די אידן אליין. ס'איז שוין געווען נאך "קריסטאללנאכט" און די מערסטע אידן זענען שוין געווען אין קאנצענטראציע לאגערן אדער אין בית החיים. אלנפאלס. די מעשה איז זייער א שיינע און ס'רייצט אן די פאנטאזיע. איך האלט אז דו זאלסט עס פארקויפן פאר'ן איד אדער בלאט. זיי וועלן עס שוין באשרייבן אין פארזעצונגען. ווען מ'קען נאך אריינמישן ערגעץ די ציונים אויך, וואלט עס געווען גאר געלונגען... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😮
[ציטאט אראפגענומען]
אין אז עס איז נישט אין די נייעס ??
די האסט דען איין הוה אמינא אז דער פייערלעשער איז נישט אויפגעברויזט ?
ער פון זיין זייט איז געווען דאס איידעלסטע וואס איז נאר שייך, אנשטאט צו ריפן די פאליס אז איינער האט אים געשלאגן אין מאכט א גאנצע סקאנדאל מיט אן ארעסט, איז ער צוגעגאנגען איידעלערהייט צו די ראביי אין וואלט זיך באגעניגט אז די ביג ראביי נעמט זיך אן פאר אים, אין וואס האט ער באקומען פאר דעם ???
נישט קיין שום ספק אז וויפיל ער האט פיינט געהאט אידן פאר דעם איז זיין שנאה צו אידן בכלל אין היימישע אידן בפרט געשטיגן פי כמה, אין ווען ער איז אהיימגעגאנגען האט ער פארציילט די סטארי פאר זיינע פרענדס אין פעמילי וואס פאר א סארט מענטשן די האסידיק קאמיוניטי איז....
אנטשולדיגט מיר אלע, איך מיין אז אלע האבן דא געטרינקען די ארבע כוסות פון גאר א הויכן אלקאהאל, און טייל האבן נאך אנגעהויבן ערב פסח. בארואיגט אייך אביסל, מען פירט נאך נישט אידן אין די קאנצענטראציע לאגערן. בארואיגט אייך.
איך וויל אייך פארציילן א קליינע מעשה'לע, א אמת'ע מעשה וואס האט פאסירט מיט ווייניגער ווי א וואך צוריק:
איך קום אן צו די ארבעט מיט מיין קאר, אריינפארנדיג צו די בילדינג ווי איך ארבעט, פאר איך אריין אין א ברייטע דרווייוועי, גענוג ברייט פאר דריי קארס און פון דארט קום איך אן צום פארקינג לאט. אזוי ווי איך וויל אריינפארן, זעה איך איינער פון מיינע באקאנטע ארויסקומען פון דעם דרייוועי, און איך האב געדארפט רעדן צו אים. איז אנשטאט אריינפארן די רעכטע זייט (ווי מען טוט געווענליך, אז די אריינקומענדע קארס גייען די רעכטע זייט) בין איך געפארן צו די לינקע זייט ווייל איך האב עפעס געדארפט רעדן צו דעם מענטש וועלכער איז יעצט ארויסגעקומען פון דארט.
אין די פאר מינוט וואס איך בין דארט געשטאנען זענען עטליכע קארס געפארן אריין און ארויס, און די וואס זענען געפארן אויף ארויס זענען געפארן ארום מיר, עס איז געווען דארט גענווווג פלאץ. נאך אפאר מינוט קומט אן א גוי'טע צו פארן מיט איר קאר, זי פארט ארויס פון דעם פארקינג לאט, אבער אנשטאט פארן ארום מיר, פארט זי צו ביז מיין קאר און הייבט אן צו פייפן. זי האט געהאט מער ווי גענוג פלאץ, אבער זי איז דאך גערעכט, זי דארף ארויס פארן פון די זייט און זי וועט זיך נישט רירן פון אירע רעכטן. שטייט זי און זי פייפט אזוי, און ווען איך האב געענדיגט רעדן מיט דעם מענטש האב איך געוואלט פארן ווייטער, אבער זי איז געווען אזוי נאנט צו מיר אז איך האב נישט געקענט פארן.
האב איך אויסגעלאשן דעם מאטאר און געלאזט דארט דעם קאר. פופצן מינוט שפעטער האט זי שיינערהייט גערוקט איר קאר פון דארט, און איך בין צוריק געקומען און געגאנגען פארקן מיין קאר. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב בכלל געהאט סיי וועלכן אויסטויש מיט די דאזיגע גויטע, וועלכע ווייסט אז איך ארבעט דארט, אבער מיר ארבעטן אין אנדערע דעפארטמענטס. די גויטע האט אבער מחליט געווען אז "איך האב איר געבלאקט" און נישט סתם, נאר איך האב עס געטוהן ווייל איך בין א איד און איך האב פיינט גוים. זי האט מיך שוין געזעהן ביי די ארבעט עטליכע מאל זייט דעמאלס און יעדעס מאל שרייט זי מיר נאך אז איך האב איר געבלאקט ווייל איך בין א איד און איך האב איר פיינט, און אז אזוי זענען אלע אידן.
איך גלייב אז טייל פון אירע מיטארבעטערס גלייבן איר אז איך האב איר געבלאקט און זיי גלייבן אפילו די סיבה. מיינט דאס שוין אז עס איז אזוי געווען? מיינט דאס שוין אז אלע גוים גייען שוין פירן אלע אידן אין די גאז קאמערן?
איך האב געזעהן דעם ווידיאו, איך זעה נישט ווי דער בחור שלאגט דעם (איידעלן!!!) פייערלעשער, איך זעה נישט ווי דער פייערלעשער רעדט צום רבי'ן מיט גרויס דרך ארץ, איך זעה נישט די גאנצע וויי געשריי. לדעתי האט דער רבי אפגעטוהן זיך מער ווי סיי וועמען. ער האט זיך אויפגעפירט ווי א פופצן יעריגער בחור'ל, גארנישט מער. אזא הנהגה פאסט אינגאנצן נישט פאר א מענטש אין דעם בענקל פון קלויזענבורגער רבי, אבער פון דעם עס צו מאכן פאר אזא הימלשרייענדע עוולה איז נאך א שטיקל וועג. איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען, איך ווייס נישט וואס דער פייערלישער האט געטון פאר דעם, איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען.
מעגליך גאר אז דער פייערמען איז גארנישט אזוי אויפגעברויזט ווי איר זענט. איך זאג נישט אז דער קלויזענבורגער האט עס געדארפט טוהן אדער אז עס איז געווען נארמאל, אויסדרוקליך נישט. אבער פליז, בארואיגט אייך, מען מאכט א פעטישן, געלט, מתנות, איידעלער גוי, בנפשינו הדבר, חוב קדוש, פיקוח נפש, די רביס מיט זייערע חסידים זענען שולדיג אין דעם האלאקאסט... פליז...
עס קוקט דא אויס ווי יעדער טרייט איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט עקסטרעמע סטעיטמענטס און לאזונגען.
Sign the Petition
Hello there,
I just signed the petition "The Insulted Firefighter: Forgive the community" and wanted to see if you could help by adding your name.
Our goal is to reach 100 signatures and we need more support. You can read more and sign the petition here:
<a class="postlink" href="http://www.change.org/en-GB/petitions/the-insulted-firefighter-forgive-the-community?recruiter=90084171&utm_source=share_petition&utm_medium=email&utm_campaign=share_email_mobile">http://www.change.org/en-GB/petitions/t ... ail_mobile</a>
Thanks!
Klal
הדד בן בדדאנטשולדיגט מיר אלע, איך מיין אז אלע האבן דא געטרינקען די ארבע כוסות פון גאר א הויכן אלקאהאל, און טייל האבן נאך אנגעהויבן ערב פסח. בארואיגט אייך אביסל, מען פירט נאך נישט אידן אין די קאנצענטראציע לאגערן. בארואיגט אייך.

יעצט אז די מאכסט קלאר אז מען פירט אונז נאך נישט אין די קאנצענטראציע לאגערן שלעפט זיך ארויס פון כלל ישראל א בארואיגונגס זיפץ אין מען אטעמט אפ...
איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין די מעשה מיט די דרייוועי ווער סיז גערעכט, אבער דאס איז קלאר אז ווי לאנג אונז זעמיר אין גלות האט אונז די אייבישטער געלייגט אינטער די גוים אין אונז מעגן זיך נישט קריגן מיט זיי אין אונז מעגן מוותר זיין אפילו ווען זיי זענען גערעכט.
אין ווען מען צינדט אן דעם עשיו שונא ליעקב אויף א העכערע דעגרי (אפילו די ביזט גערעכט!) גייען אידן ליידן פון דעם, סקען זיין אז נישט די נאר א צווייטער אבער איינער גייט ליידן פון דעם, די ביזט יעצט שטערקער פון איר זי קען דיר גארנישט טון נאר שימפפען אבער ווען זי וועט האבן א מעגליכקייט עפעס צו טון וועט זי עס טון.
אונז וואוינען אין א געגענט פיל מיט אנ״ש זעיט/פיעלט מען עס נישט אזוי אבער פרעג דיך נאך ביי אונזערע ברודער אין יוראפ וועסטו הערן אז דארט, ווייל זיי וואוינען צווישן די גוים פארשטייען זיי עס אסאך מער.
איך האב אויך נישט געזען אויף די ווידאו ווי דער בחור שלאגט, אבער זיי זאגן אז אזוי איז געווען אין אויף דעם גייט די גאנצע שמועס, אויב ווילסטו קומען זאגן אז די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן דאן איז עטוואס אנדערש....
טאקע וועגן דעם, ווייל מיר זענען אין גלות צווישען גוים וואס האבן אונז פיינט, נניח אז ס'איז אזוי, דארפען מיר זיך אויפפירען %200 נארמאל און מענטשליך. נעכטען ביים פארן חול המועד האלטן בין איך געשטאנען על המשמר און מחנך געווען די קינדער וויאזוי נישט אריינצוהאקן אין מענטשען, און כ'האב יא באצאלט באן-איינטריט פאר יעדען קינד כהלכה, און כאטש וואס אנדערע קינדער, אידן און אלגעמיינע, האבן געגעסן אינעם געשעפט/מעיוזעם, האבן מיינע קינדער נאר געגעסן ביים ווינקל וואס ס'איז געאייניגט דערפאר, וכדומה.
אויב וויל מען זיך אויפפירען וויאזוי מ'וויל, איז דא איין עצה, היה יהודי בביתך ואמריקאני בצאתך.
כלפי בדד בן בדד הדברים אמורים.
בנוגע דעם קלויזענבורגער, אילו וואלט ער עפעס געטוהן צו ווייזען חרטה ומחילה, דיינו, אבער וויבאלד - לויט ווי איך הער - איז ער עומד במרדו, דארפען מיר זעהן צו מגנה זיין זיין אקט, און ווייזען פאר די פעלקער אז רבי'ס רעפרעזנטירן נישט דעם עולם.
לאליפאפHello there,
I just signed the petition "The Insulted Firefighter: Forgive the community" and wanted to see if you could help by adding your name.
Our goal is to reach 100 signatures and we need more support. You can read more and sign the petition here:
<a class="postlink" href="http://www.change.org/en-GB/petitions/the-insulted-firefighter-forgive-the-community?recruiter=90084171&utm_source=share_petition&utm_medium=email&utm_campaign=share_email_mobile">http://www.change.org/en-GB/petitions/t ... ail_mobile</a>
Thanks!
Klal
יישר כח.
הערה נחוצה - ביטע נעמט ארויס פון דעם פעטישן די אלע זאכן וועלכע מאכן מער שאדן ווי אויפטוה. למשל, פארוואס ציטירן די טיפשות'דיגע ווערטער פון דעם גרענד ראביי? פארוואס אינדעטיפייען דעם רבי (מענטשן גייען דאס דערנאך אויפקוקן אויף יו-טוב)? פארוואס ארויסברענגן אז דער ווידעא איז גגאנגין "וויירל", דאס אליינס מאכט מער פובליסיטי (כנ"ל. ועוד עס איז משמע אז דאס איז די סיבה פארוואס מיר זענן מפייס ווייל עס איז גגאנגין "וויירל")
אויך דאס אז עס קומט פון ענגלאנד קען מאכן אן איינדרוק כאילו דאהי אינטערסירט עס קיינעם.
ער איז נאך נישט פערטיג, ס'גייט אסאך טיפער
<a class="postlink" href="http://vocaroo.com/i/s1Iy2A1xxxud">http://vocaroo.com/i/s1Iy2A1xxxud</a>
נישט ער דארף א דאקטער
זיינע חסידים דארפען, אז זיי לויפען עם נאך נאך קענען זיין ניצען א גיטער דאקטער
Delted
שמעו נא רבותי דיינים מומחים. (אזוי מיינט עטץ.) איך וויל דא מוסר מודעה זיין אז איך בין נישט קיין קלויזנבורגער חסיד. און נאך צוואנציג אנדערע זאכן און חסידות'ן וואס איך בין נישט. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אבער איך וויל דא זאגן אז איך פארשטיי זייער שטארק דעם קלויזנבורג'ער רבי'ן. אזוי ווי מיר האבן שוין געשמועסט פריער איז ער אויפגעוואקסן אין א שטוב ביי א טאטן וואס האט אדורך געמאכט דעם האלאקאוסט און ער האט געלעבט מיט דעים א יעדע מינוט פון טאג. ממילא שפירט ער זיך אינגאנצן שאקירט ווען א גוי האט א סכסוך מיט א איד. ס'איז אביסל אזוי ווי "פי.טי.עס.". פאוסט טראומאטיק סטרעסס סינדראם. פון וועלכן א סאך וויעטנאם און איראק מלחמה וועטעראנען ליידן. אמאל האט מען זיך אויסגעלאכט פון דעים און געזאגט אז ס'איז בלויז איינרעדענישן. אבער היינט טוט די אמעריקאנער ארמיי אנערקענען אז דאס איז א מחלה און זיי פרובירן דאס צו היילן. נאכמער. ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א גוי האטציך אדורכגעשמועסט מיט זיינע חברים און זיך געזארגט אז ער האט אפשר באליידיגט א איד. אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל איז אייביג געווען און ס'וועט אייביג זיין. יא. אינז דארפן מאכן א חשבון הנפש און זעהן זיך אויפצופיהרן מענטשליך. אבער מיר דארפן זיך נישט איבערנעמען פון א מינדערוויכטיגן אינצידענט וועלכער האט זיך ווארשיינליך אנגעהויבן ווען דער שטאט-אנגעשטעלטער האט גערעדט מיט גרויסקייט און געהאנדלט מיט אומסענסיטיוויטעט, אין בעסטן פאל. אינז דארפן אויך געדענקען וואס שלמה המלך האט געזאגט אין קוהלת. "דברי חכמים בנחת נשמעים". ווען דער פייערלעשער וואלט צו געגאנגען צו די בחורים און גערעדט מיט רעספעקט בין איך זיכער אז דער גאנצער אינצידענט וואלט געקענט פארמיטון ווערן.
א ראי' צו מיינע ווערטער איז די תגובה (און די מעשה) פון הדד בן בדד... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😮
outspokenער איז נאך נישט פערטיג, ס'גייט אסאך טיפער
<a class="postlink" href="http://vocaroo.com/i/s1Iy2A1xxxud">http://vocaroo.com/i/s1Iy2A1xxxud</a>
האלאו, ביזט מכשיל מענטשען מיט זאגן מאוסע ווערטער!
פון אן עקשן ביז א נאצי איז דא א גאר לאנגער מהלך..
אז זיי ווילן דווקא אויסלעשען די פייער, קען ער מאכן א קליין פייערעל אויף זיין פארטש און פארברענען די 10 ברעקלעך.
דו ווילסט אז אזא גרויסע רבי זאל פארברענען זיין חמץ ווען קיינער זעט נישט? לכאורה האט ער נישט געוואלט מקפח זיין די פרנסה פאר די בילדער מאגאזינען, אזוי אין לעבן גייט עם יענעמ'ס פרנסה!