☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?

ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8799
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 4, 2015 1:53 pm

· #272389
ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
לאמיר איבערטייטשן די ערשטע ברכה אין ברהמ"ז אין אידיש:

געלויבט ביסטו השי"ת וכו',
וואס שפייזט די גאנצע וועלט מיט זיין גוטסקייט, מיט חן און חסד און רחמים.
ער גיבט ברויט פאר אלע באשעפענישן, ווייל אויף אייביג איז זיין גענאדע.
און מיט זיין גרויסע גוטסקייט האט אונז קיינמאל גארנישט געפעלט און וועט נישט פעלן לעולם ועד, צוליב זיין גרויסן נאמען
ווייל ער איז דער באשעפער וואס שפייזט און איז מפרנס יעדן, און טוט גוטס פאר יעדן,
און גרייט אן שפייז פאר אלע ברואים וואס ער האט באשאפן,
ווי דער פסוק זאגט, דו עפנסט דיין האנט און טוסט זעטיגן פאר יעדע לעבעדיגע (באשעפעניש) צופרידשטעלנד לויטן געברויך.
געבענטשט ביסטו ה', וואס שפייזט אלעמען.


ווען איך לייען זיך אן וויפיל קינדער שטארבן אויס טעגליך אין אינדיע אדער אין ארימע אפריקאנע לענדער, אדער ווי אונזערע זיידעס אין לאגער זענען ארומגעגאנגען וואנזיניג נאך א שטיקל עסן און טויזענטער זענען נעבעך אויסגעגאנגען בחרפת רעב, ווי קינדערלעך זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער און דארשט ביים חורבן ביהמ"ק ווי עוללים שאלו ללחם, און וויפיל חיות בהמות עופות וואנדערן צו טרעפן אביסל וואסער און וויפיל פון זיי שטארבן אויס אויפן וועג פאר דארשט, וואונדערט מיר פשט אין די ברכה וואס מיר זאגן כסדר, בשם ומלכות.

איז דא איינער פון די מפרשים וואס שמועסט אויס דעם ענין?
 

הוגה » מאנטאג מאי 4, 2015 1:56 pm

· #272393
איך האב געהאט די זעלבע קשיא שוין פאר א שטיק צייט. לאמיר האפן אז איינער וועט האבן א גוטע ענטפער.

(אגב, פארוואס איז דער אשכול נישט אין תורה ומחשבה?)

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 4, 2015 2:04 pm

· #272396
גערעכט. אריבערגעפירט.

שמערל » מאנטאג מאי 4, 2015 2:08 pm

· #272398
אוי וויי א נייער כופר אין טאון...

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 4, 2015 2:21 pm

· #272400
איך פרעג נאר... איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין.

diff » מאנטאג מאי 4, 2015 2:30 pm

· #272403
זעט אויס אז מבגנב'ט זיי

שמערל » מאנטאג מאי 4, 2015 2:57 pm

· #272415
לאמיר פראבירן צו ענטפערן ערנסט.
דיין עצם שאלה בכלליות, נישט אויף די לשון הברכה נאר פארוואס טאקע איז אזוי, איז סך הכל נאך א פארם פון די אור אלטע אומפארענטפערטע פראגע פון צדיק ורע לו.
מיליאנען אומשולדיגע מענטשן, מענער פרויען און קינדער, סאפערן יעדן טאג, פון אלע מיני נאטירליכע דיזעסטערס ווי הונגער, דיזיסעס ווי מאלאריע און איבאלע, נאטירליכע קאטסאסטראפעס ווי ערדציטענישן, און קיין צופרישטעלנדע תירוץ ווייסן מיר נישט.
נאכמער לדעת הסייענטיסטן, זענען שוין אויף דעם עולם געווען מיליאנען צו ביליאנען מינים באשעפענישן וואס אלע פון זיי זענען אויסגעמעקט געווארן דורך נאטירליכע קאטסאסטראפעס און שרעקליכע עינויים.
די ביסל הנאות וואס זענען דא אויף דער וועלט זענען ניטאמאל קיין טיפה מן הים קעגן די רשעות, צער, און עינויים וואס זענען דא אויף דער וועלט.
פארוואס האט א כל יכול, א מקור הטוב געברויכט באשאפן א וועלט מיט אזויפיל רע, קענען מיר נישט וויסן.

אבער אויף דיין ספעציפישע שאלה אויפן לשון הברכה, הוא נותן לחם לכל בשר, (פארוואס פרעגסטו נישט אויפן פסוק נער הייתי גם זקנתי ולא ראיתי צדיק נעזב וזרעו מבקש לחם, ועוד) האב איך גראדע יא א שטיקל תירוץ.
כ'האב לעצטנס געזען א אינטרעסאנטע זאך, אז רוב הונגער קריזיסן וואס מענטשן מאכן מיט, זענען נישט ווייל עס איז נישטא גענוג עסן. נאר ווייל צוליב א מענטשליכע סיבה ווערן די עסן נישט גוט צושפרייט, צו די רייכע כאפן צופיל בעת די ארימע בלייבן מיט גארנישט, צו א טיראן ווי למשל היטלער לאזט ספעציעל נישט צו גענוג עסן פאר איין ראסע, צו מלחמות אדער אנדערע פאליטישע פראבלעמען, הכלל דעם אייבערשטען קען מען שוין אויף דעם נישט בלעמען, ער האט יעדן אינזין געהאט מיט גענוג עסן, מיר בעלי בחירה האבן עס נאר פארדרייט.

כוכב » מאנטאג מאי 4, 2015 3:03 pm

· #272416
מ'מאכט אויך די ברכה פון מחי' המתים...
דאס אמאל זיכער אז די וועלט ריקט זיך צו א זאטער און פולער וועלט, די אמאליגע פריצים וואלטן זיך נאר געקענט חלומ'ען פון אזא סעודהלע ווי מיין מיטאג פון גארמעי גלאט און ניטאמאל קאסט עס א פיאסטער. די רעגירונג באצאלט עס. ברבורים ושליו ודגים וואלגערן זיך אין די גאסן.
וואלטן אונזערע זיידעס ארויסגעקראכן פון קבר און געזען אונזער הרחבה וואלטן זיי געמיינט אז עס משיח'ס צייטן ווען גלוסקאות יפות געפינט זיך בהישג יד (קרעדיט: לעיקוואד זי''ע).
ובכן, קען זיין, אז די ברכה איז על שם העתיד, נאך אביסל קאנצענטראציע צו די דריטע וועלט לענדער, און ארעמקייט איז א פארגאנגענהייט.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 4, 2015 3:41 pm

· #272425
שמערל, מיין שאלה איז טאקע נישט געווען געווידמעט אויפן עצם ענין פארוואס עס איז אזוי. די קשיא איז טאקע גאר אלט, און מיר וועלן עס לאזן אין א זייט.
מיין שאלה באציהט זיך דא בעיקר אויף א ברכה וואס לדעתי מאכט עס נישט קיין סענס, די פירוש המלות קווועטשט מיר יעדן מאל באזונדער מער ווי די אנגעגעסענע בויך.

איך האב שוין כמ"פ געהערט אזעלכע סארט תשובות ווי וואס דו שטעלסט פאר, אז אלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו שמיקשו, ולדבריך אז ער האט באשאפן גענוג עסן נאר די מענטשן זענען חזירים און די רייכע פרעסן אויף וויפיל זיי דארפן און דאס איבריגע גיסט מען אויס אין ים, מיליאנען טאנען פון זרעי"ם (ווייץ און אנדערע תבואה) איז מען מוציא לבטלה, ממילא לא על ה' תלונתינו אלא על החזירים, דאס שטימט מיר נישט, נאך אלעם איז השי"ת באלעבוס אויף דער וועלט, ער מענעדזשד די וועלט, פארוואס לאזט ער צו אזא הפקירות, פארוואס האט ער לכתחילה באשאפן א בחירה פאר אזא זאך אז איין מענטש זאל זיין ביכולת אויסצוהונגערן א צווייטן, דאס איז שווער צו פארדייען. אבער נניח אז דאס איז יא אמת, ווי קענען מיר גיין דאנקען השי"ת אויף אזא פאלשע זאך, און זיין א מתכבד בקלון חבירו, בשעת איך עס ברבורים ושליו פון גארמעי גלאט גייט דער אומשולדיג קינד פון אינדיע אויס פון הונגער, און דאס איז מעשים בכל יום כידוע. אנשטאט מיר זאלן מיצר זיין בצרתם, און בעטן ביים באשעפער און ביי די רעגירונג און ביי די עסקנים צו טון עפעס פאר די אומשולדיגע נפשות, זיין א שדכן צווישן די איבריגע עסן וואס מיר לייגן אין מיסט און די הונגעריגע קינדער (וואס עס זענען אייגענטליך שוין פאראן מערערע ארגאניזאציעס דערפאר ואכ"מ), אנשטאט דעם גייען מיר דאנקען און לויבן דעם באשעפער (בשם ומלכות) פאר זאכן וואס דער מציאות איז פארקערט.

chusid » מאנטאג מאי 4, 2015 4:22 pm

· #272436
מיר פלעגט זיך ווינדערן ענליך נאר נישט אויפן לשון הברכה נאר אויף די כוונות עפ"י הגאון ר' אביגדור מילער. ער איז מסביר למשל: קוק אהן א עפל ווי פערפעקט דער אייבערשטער האט עס באשאפן....די שאלעכץ כדאי עס זאל נישט שמוציג ווערן ..די שפיץ אז עס זאל שיין הענגן...וכו וכו'... הייסט גאט האט געמאכט דא א קאנוויניענט וועלט?! ס'זעט דיר אויס אזוי?! איך בין מוותר אויפן שיינעם קאליר און מאך אנדערע זאכן גוט....מענטשן האבן אים געהאלטן פאר א טיפע מענטש דעריבער פלעג איך מיך מיטשענען צו פארשטיין עמקות דבריו אבער קיינמאל זוכה געווען.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 4, 2015 5:21 pm

· #272459
חסיד, איך האב אויך א דיקער בוך מיט שאלות אויף ר' אביגדור (איך פלעג אסאך ליינען זיינע ספרים), ועוד חזון.

גאלד » מאנטאג מאי 4, 2015 5:55 pm

· #272471
דער דריטער טאג האט דער אייבישטער באשאפאן די געוויקסן,
כ'שטיי אלס און וואונדער זיך וואס פונקטליך איז געווען זיין חשבון ית"ש פון די אלע פירות וירקות,
ער האט געהאט אזא גראסערי ליסט וואס די סיוויליזאציע ברויך אלס צו איבערלעבן,
עפל, באר, טרויבן, מעלאנע, אראנדשן, טשערי, סטראבערי, מייער, פאטעטא, וכו וכו וכו,
און יעדע סארט פרוכט האט ער געמאכט א קאליר, א טעיסט און א דיזיין,
למשל די מייער, אזא שיינער אראנדש, לענגלעכיג, און זיסלעך אבער נישט צו זיס, נאר 2 טעבל-ספונס צוקער,
פאטעטא, מיס ווי די גלות, ברוין, און נאך ווינציגער צוקעק, אסאך סטארטש,
סוף טאג האט ער געזאגט, פאר איך פארגעס לאמיך אויך מאכן די קאלאראבי,
ליכטיג גרין, זיס, מיט אזעלכע האר אינוויינעג, עפעס נאך?

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 4, 2015 5:58 pm

· #272473
טענדזשערינס

גאלד » מאנטאג מאי 4, 2015 6:02 pm

· #272475
אהא, יא טענדזשערינס! גערעכט
לאמיר זעהן די אנסטראקשנס,
די קאליר אביסל מער שטערקער אראנדש, מער זויערער, קלענער, און דינערע שולעכטס,
געגאנגען, יהי טענדשערין! ויהי טענדשערין!

chusid » מאנטאג מאי 4, 2015 6:48 pm

· #272504
שמעקעדיג
חסיד, איך האב אויך א דיקער בוך מיט שאלות אויף ר' אביגדור (איך פלעג אסאך ליינען זיינע ספרים), ועוד חזון.

נישט קשיות, ס'איז פוינט מעיקרא ליתא

נולד מאוחר » מאנטאג מאי 4, 2015 6:56 pm

· #272511
Re: ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
שמעקדיג דעם אייבישטער איז שווער צי פארשטיין, דיך איז גרינגער. אין דיין קליינע וועלטעל וואס און וויפיל טוסטו צי מאכן אנדרע מענשטןס, בעלי חייםס, לעבען גרינגער?
איך זאג נישט בוסט מחיוב האסט דיך קייממאל נישט ערקלערט אלץ אן אבסלוט טוב ומיטב. אבער דאך אז סקרענק דיר אזוי, בין איך זוכער אז דו טוסט עפעס דערוועגן

יאיר » מאנטאג מאי 4, 2015 9:13 pm

· #272541
שמעקעדיג

ווען איך לייען זיך אן וויפיל קינדער שטארבן אויס טעגליך אין אינדיע אדער אין ארימע אפריקאנע לענדער, אדער ווי אונזערע זיידעס אין לאגער זענען ארומגעגאנגען וואנזיניג נאך א שטיקל עסן און טויזענטער זענען נעבעך אויסגעגאנגען בחרפת רעב, ווי קינדערלעך זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער און דארשט ביים חורבן ביהמ"ק ווי עוללים שאלו ללחם, און וויפיל חיות בהמות עופות וואנדערן צו טרעפן אביסל וואסער און וויפיל פון זיי שטארבן אויס אויפן וועג פאר דארשט, וואונדערט מיר פשט אין די ברכה וואס מיר זאגן כסדר, בשם ומלכות.

 

דאס איז אלץ וואס וואונדערט דיר?

יאיר » מאנטאג מאי 4, 2015 9:18 pm

· #272543
שמערל

כ'האב לעצטנס געזען א אינטרעסאנטע זאך, אז רוב הונגער קריזיסן וואס מענטשן מאכן מיט, זענען נישט ווייל עס איז נישטא גענוג עסן. נאר ווייל צוליב א מענטשליכע סיבה ווערן די עסן נישט גוט צושפרייט, צו די רייכע כאפן צופיל בעת די ארימע בלייבן מיט גארנישט, צו א טיראן ווי למשל היטלער לאזט ספעציעל נישט צו גענוג עסן פאר איין ראסע, צו מלחמות אדער אנדערע פאליטישע פראבלעמען, הכלל דעם אייבערשטען קען מען שוין אויף דעם נישט בלעמען, ער האט יעדן אינזין געהאט מיט גענוג עסן, מיר בעלי בחירה האבן עס נאר פארדרייט.

געבן עסן פאר סטאלין מיינט נישט אינזין האבן יעדן מיט גענוג עסן.
בכלל, איז קלאר אז עס איז נישטא גענוג עסן פאר אלע בעלי חיים. די איינציגע וועג ווי אזוי חיות קענען איבערלעבן איז דורך לעבן אויפ'ן חשבון פון אנדערע בעלי חיים. פארשטייט זיך אז נאכ'ן זיך אנעסן א סעודה מיט בשר בקר מאכט מען ערליך א ברכה הוא נותן לחם לכל בשר. מ'וואלט געדארפט זאגן פארקערט, נותן בשר לכל לחם.

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 4, 2015 9:21 pm

· #272544
דאס איז אויך די מענטשהייטס שולד אז חיות שפייזן זיך אויף בהמות, כמיין אז ס'נישט אזוי געווען אינם באשעפערס בלופרינט

הוגה » מאנטאג מאי 4, 2015 9:35 pm

· #272547
יאיר
בכלל, איז קלאר אז עס איז נישטא גענוג עסן פאר אלע בעלי חיים. די איינציגע וועג ווי אזוי חיות קענען איבערלעבן איז דורך לעבן אויפ'ן חשבון פון אנדערע בעלי חיים. פארשטייט זיך אז נאכ'ן זיך אנעסן א סעודה מיט בשר בקר מאכט מען ערליך א ברכה הוא נותן לחם לכל בשר. מ'וואלט געדארפט זאגן פארקערט, נותן בשר לכל לחם.


@יאיר, כבר צווח ע"ז הרבי ר' אייזיקל זינגער ז"ל מקירות לבבו בספרן של משוגעים:


"In my room I read the papers and turned, as always, to the obituary page with the photographs of men and women who only yesterday had lived, struggled, hoped. "How indifferent was the God who created all this. And there is no remedy." I was aware that at the very moment I browsed through the papers, thousands of people languished in hospitals and prisons. In slaughterhouses the heads of the animals were being cut off, carcasses skinned, bellies ripped open. In the name of science countless innocent creatures were being subjected to cruel experiments, infected with harsh diseases.

Without undressing I threw myself on my unmade bed. How much longer, God, will you look on this inferno of yours and keep silent? What need have you of this ocean of blood and flesh, whose stench spreads across your universe? Or is the universe no more than heaps of Dung? Are trillions and quadrillions of creatures tortured on other planets as well? Have you created this boundless slaughterhouse merely to show us your power and your wisdom? Are we commanded to love you with our hearts, our souls, for this?"



.

שמערל » מאנטאג מאי 4, 2015 9:36 pm

· #272548
Re: ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
כ'האב געשריבן רוב הונגער פון "מענטשן".
דאס איז קלאר אז די אידישע גלויבינג איז אז בהמות זענען לכתחילה באשאפן געווארן כדי מענטשן זאלן האבן וואס צו עסן, איז שוין נישט אזוי ווייט צו זאגן אז די גאנצע סייקל אף לייף איז נאר פארן מענטש, שטימט נאך אלס נותן לחם לכל בשר. איי מען עסט זיי אליין אויף? דאס איז לצורך האדם.

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 4, 2015 9:37 pm

· #272549
אקעי כ'מיין ס'קען צוריקגיין צו העמק דבר....

הוגה » מאנטאג מאי 4, 2015 9:45 pm

· #272551
שמערל
כ'האב געשריבן רוב הונגער פון "מענטשן".
דאס איז קלאר אז די אידישע גלויבינג איז אז בהמות זענען לכתחילה באשאפן געווארן כדי מענטשן זאלן האבן וואס צו עסן, איז שוין נישט אזוי ווייט צו זאגן אז די גאנצע סייקל אף לייף איז נאר פארן מענטש, שטימט נאך אלס נותן לחם לכל בשר. איי מען עסט זיי אליין אויף? דאס איז לצורך האדם.


נו, אויף דעם פרעגט יאיר, פונקט ווי דו פארשטייסט אז די בהמות זענען נישט נכלל אין "כל בשר" נאר אדרבא זיי זענען דא לשמש אותנו. אזוי אויך קענסטו זאגן אז די אפריקאנער וואס שטארבן פאר הינגער זענען אויך נישט נכלל אין "כל בשר", ווייל אין יהדות ווייסט מען אז א איד און א גוי זענען אויף אנדערע לעוועלס.


.

שמערל » מאנטאג מאי 4, 2015 9:47 pm

· #272552
Re: ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
פארוואס זאל איך אזוי וועלן זאגן, איך האב דאך א בעסערע תירוץ?

הוגה » מאנטאג מאי 4, 2015 9:50 pm

· #272553
שמערל
פארוואס זאל איך אזוי וועלן זאגן, איך האב דאך א בעסערע תירוץ?


ווייל געווענטליך גייט מען מיט די תירוץ וואס פארענטפערט מער קשיות, ווי איידער האבן מערערע תירוצים. ועוד, שמעקעדיג האט דאך געפרעגט אויף דיין תירוץ.

שמערל » מאנטאג מאי 4, 2015 9:56 pm

· #272556
Re: ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
זיין קשיא איז ווייטער א ריפראדאקציע פון די גרויסע מיליאן דאללאר קשיא, פארוואס לאזט גאט צו שלעכטס אויף דער וועלט, אבער אויף דעם לשון הברכה האלט איך איז מיין תירוץ א גוטע.

בכלל איך האב נישט געזאגט אז לכל בשר איז נישט כולל בהמות, אין תהילים אין ברכי נפשי שטייט קלאר אויסגערעכנט אז גאט שפייזט די בהמות און חיות.
יאיר'ס קשיא פארוואס זענען די בהמות דיזיינט געווארן מיטן תכלית צו ווערן אויפגעגעסן דורך א צווייטן, האב איך פראבירט צו פארענטפערן מיטן אלטמאדישן סייקל אף לייף תירוץ.

דעת תורה » מאנטאג מאי 4, 2015 10:11 pm

· #272566
Re: ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
די קשיא איז דאך שווער אויך אויפן פסוק פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון. די וועלט ענטפערט אויף דעם אז וועגן דעם שטייט תיכף נאכדעם צדיק ה' בכל דרכיו, אפילו מען פארשטייט עס נישט.

אבער די תירוץ איז אז דער פסוק און דאס בענטשן רעדט זיך באופן כללי, עס איז אלעס א שבח פארן אויבערשטן, נישט קיין הבטחה מצידו. און דער סדר איז אז ווען מען לויבט איינעם אויס מאכט מען נישט זיכער אריין צו ווארפן אז די שבח איז נאר 99.99 פראצענט אקוראט, און אז ערגעץ וואו אין אפריקע זענען פארהאן קינדער וואס הונגערן ל"ע, און אין מדבר איז דא עפעס א ענדעינזשערד ספיסיס וואס ברויך דרינגענד הילף. מען מאכט א עקסטערע יום תפילה פאר דעם, אבער אין א שבח קומט עס נישט אריין.

(בפרט ווען דו רעדסט פון חורבן ביהמ"ק איז דאך דאס א פארט פון די תוכחה, קענסט פרובירן צו פארשטיין / פרעגן אויף די תוכחה, אבער דאס איז ענדערש א קלארע דיבור פון באשעפער אז אזוי 'גייט' זיין, ווי די שבח פון פותח את ידך און דאס בענטשן).

בקיצור, פוינט איז אז 99.99 פון די בריאה האבן זיך זייער עסן, און זינט דער באשעפער איז דער מענעזשער פון די בריאה, דער מחיה את כולם איז זייער פאסיג אים צו לויבן אויף דעם סיסטעם וואס איז דא. שלימות וועט זיין ווען משיח וועט קומען.

(מיר באדערט עפעס אנדערש, וויאזוי האט משה רבינו מתקן געווען דעם נוסח און צוגעלייגט כאמור פותח את ידך וואס דוד המלך האט ערשט געזאגט הונדערטער יאר שפעטער?).

דעת תורה » מאנטאג מאי 4, 2015 10:15 pm

· #272567
Re: ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
chusid
מיר פלעגט זיך ווינדערן ענליך נאר נישט אויפן לשון הברכה נאר אויף די כוונות עפ"י הגאון ר' אביגדור מילער. ער איז מסביר למשל: קוק אהן א עפל ווי פערפעקט דער אייבערשטער האט עס באשאפן....די שאלעכץ כדאי עס זאל נישט שמוציג ווערן ..די שפיץ אז עס זאל שיין הענגן...וכו וכו'... הייסט גאט האט געמאכט דא א קאנוויניענט וועלט?! ס'זעט דיר אויס אזוי?! איך בין מוותר אויפן שיינעם קאליר און מאך אנדערע זאכן גוט....מענטשן האבן אים געהאלטן פאר א טיפע מענטש דעריבער פלעג איך מיך מיטשענען צו פארשטיין עמקות דבריו אבער קיינמאל זוכה געווען.

דאס איז נישט זיינע רעיונות, עכ"פ די מקור הדברים איז פון חובת הלבבות. און יא, ווי שלעכט די וועלט איז יעצט, וואלט זי געקענט זיין טויזנט מאל ערגער מכל הבחינות, נאר אין בעל הנס מכיר בניסו, מען נעמט אלעס פאר גרענטעד און וואס מען האט נישט על ה' יזעף לבו.

ברסלבער » מאנטאג מאי 4, 2015 10:41 pm

· #272570
שמעקעדיג
וויפיל קינדער שטארבן אויס טעגליך אין אינדיע אדער אין ארימע אפריקאנע לענדער, אדער ווי אונזערע זיידעס אין לאגער זענען ארומגעגאנגען וואנזיניג נאך א שטיקל עסן און טויזענטער זענען נעבעך אויסגעגאנגען בחרפת רעב, ווי קינדערלעך זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער און דארשט ביים חורבן ביהמ"ק ווי עוללים שאלו ללחם, און וויפיל חיות בהמות עופות וואנדערן צו טרעפן אביסל וואסער און וויפיל פון זיי שטארבן אויס אויפן וועג פאר דארשט

נאכן ליינען די שורות, האב איך זיך געטראפן דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב ב"ה א דאך איבערן קאפ, די ווייב און קינדער זענען ב"ה געזונט, צו עסן איז דא בשפע. איך האב שיעור נישט געוואלט מאכן א ברכה בשם ומלכות צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די פילע חסדים וואס ער טוט מיט מיר. איך וועל זיך אבער מוזן איינהאלטן און ווארטן ביז די נעקסטע מאל איך וועל בענטשן ברכת המזון.

מאטי » מאנטאג מאי 4, 2015 11:02 pm

· #272576
די ריכטיגע סיבה פארוואס מ'זאגט די ברכה איז ווייל ס'שטייט אזוי אין סידור וכבר האיר החכם יאיר שליט"א דאס גייט אריין אין דעם מוח קעמערל וואס רופט זיך "רעליגיעזע פיילס."

chusid » מאנטאג מאי 4, 2015 11:28 pm

· #272582
רופא "כל " בשר ומפליא וכו'.... אידן שטארבן דאך פון קרענק טעגליך??

יאיר » מאנטאג מאי 4, 2015 11:53 pm

· #272590
כ'מיין אז אסאך ברכות זענען געמאכט צו זאגן מיט א לשון בתמיה.
שעשה לי כל צרכי?
הגומל חסדים טובים לעמו ישראל?
נותן התורה?
שלא עשני גוי?

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 5, 2015 12:00 am

· #272593
בדרך אפשר, וועגן דעם בענטשט מען נאר אויב מ'האט געגעסן א שיעור כדי חיות. איינער וואס האט ווייניגער ווי א שיעור בענטשט נישט, ווייל ס'איז נישט שייך ביי עם וואס שטייט אין די ברכה.

יאיר » דינסטאג מאי 5, 2015 12:01 am

· #272594
פון רבי חיים בריסקער זאגט מען נאך אז די אלע בשרים וואס באקומען נישט קיין לחם זיינען קיין בשר ניט, ווייל אן לחם קען מען דאך ניט לעבען.

יאיר » דינסטאג מאי 5, 2015 12:05 am

· #272595
דעת תורה
די קשיא איז דאך שווער אויך אויפן פסוק פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון. די וועלט ענטפערט אויף דעם אז וועגן דעם שטייט תיכף נאכדעם צדיק ה' בכל דרכיו, אפילו מען פארשטייט עס נישט.

אבער די תירוץ איז אז דער פסוק און דאס בענטשן רעדט זיך באופן כללי, עס איז אלעס א שבח פארן אויבערשטן, נישט קיין הבטחה מצידו. און דער סדר איז אז ווען מען לויבט איינעם אויס מאכט מען נישט זיכער אריין צו ווארפן אז די שבח איז נאר 99.99 פראצענט אקוראט, און אז ערגעץ וואו אין אפריקע זענען פארהאן קינדער וואס הונגערן ל"ע, און אין מדבר איז דא עפעס א ענדעינזשערד ספיסיס וואס ברויך דרינגענד הילף. מען מאכט א עקסטערע יום תפילה פאר דעם, אבער אין א שבח קומט עס נישט אריין.

זאגסט א פיינע נקודה, אבער די ציפערן דארף מען אביסל אויסבעסערן.
<a class="postlink" href="http://www.wfp.org/hunger/stats">http://www.wfp.org/hunger/stats</a>
זאת ועוד, דאס איז נאר היינטיגע צייטן ווען מיר זענען מאדערניזירט. אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז קינדער שטארבן פאר הונגער אין די מערב וועלט.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 3:57 pm

· #272714
יאיר
שמעקעדיג

ווען איך לייען זיך אן וויפיל קינדער שטארבן אויס טעגליך אין אינדיע אדער אין ארימע אפריקאנע לענדער, אדער ווי אונזערע זיידעס אין לאגער זענען ארומגעגאנגען וואנזיניג נאך א שטיקל עסן און טויזענטער זענען נעבעך אויסגעגאנגען בחרפת רעב, ווי קינדערלעך זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער און דארשט ביים חורבן ביהמ"ק ווי עוללים שאלו ללחם, און וויפיל חיות בהמות עופות וואנדערן צו טרעפן אביסל וואסער און וויפיל פון זיי שטארבן אויס אויפן וועג פאר דארשט, וואונדערט מיר פשט אין די ברכה וואס מיר זאגן כסדר, בשם ומלכות.

דאס איז אלץ וואס וואונדערט דיר?


כ'פארשטיי נישט דיין שאלה.

דעת תורה
אבער די תירוץ איז אז דער פסוק און דאס בענטשן רעדט זיך באופן כללי, עס איז אלעס א שבח פארן אויבערשטן, נישט קיין הבטחה מצידו. און דער סדר איז אז ווען מען לויבט איינעם אויס מאכט מען נישט זיכער אריין צו ווארפן אז די שבח איז נאר 99.99 פראצענט אקוראט, און אז ערגעץ וואו אין אפריקע זענען פארהאן קינדער וואס הונגערן ל"ע, און אין מדבר איז דא עפעס א ענדעינזשערד ספיסיס וואס ברויך דרינגענד הילף. מען מאכט א עקסטערע יום תפילה פאר דעם, אבער אין א שבח קומט עס נישט אריין.

(בפרט ווען דו רעדסט פון חורבן ביהמ"ק איז דאך דאס א פארט פון די תוכחה, קענסט פרובירן צו פארשטיין / פרעגן אויף די תוכחה, אבער דאס איז ענדערש א קלארע דיבור פון באשעפער אז אזוי 'גייט' זיין, ווי די שבח פון פותח את ידך און דאס בענטשן)


ווען איך וואלט געגעבן א פריוואטן שבח פארן באשעפער אז איך פערזענליך האב אפגעגעסן און בין זאט געווארן, פארשטיי איך אז "עס קומט נישט אריין" צו קאמפלעינען, אבער אז דו שטעלסט מיר פאר א נוסח צו לויבן דעם באשעפער אז ער שטעלט צו עסן פאר די גאנצע וועלט, דאן איז הקושיא במקומה עומדת. (בכלל איז אינטרעסאנט אז די מ"ע דאורייתא איז נישט צו דאנקען אויפן עסן, נאר "וברכת את ה' אלקיך על הארץ הטובה אשר נתן לך"..)

וועגן דעם חורבן ביהמ"ק פארענטפערסטו ריכטיג.

דעת תורה
(מיר באדערט עפעס אנדערש, וויאזוי האט משה רבינו מתקן געווען דעם נוסח און צוגעלייגט כאמור פותח את ידך וואס דוד המלך האט ערשט געזאגט הונדערטער יאר שפעטער?).

עס איז טאקע פאראן נוסחאות וועלכע נעמען ארויס דעם חלק פון די ערשטע ברכה (אין אסאך סידורים איז עס איינגערינגלט), טאקע מחמת די סיבה.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 5, 2015 4:07 pm

· #272715
יאיר
כ'מיין אז אסאך ברכות זענען געמאכט צו זאגן מיט א לשון בתמיה.
שעשה לי כל צרכי?
הגומל חסדים טובים לעמו ישראל?
נותן התורה?
שלא עשני גוי?

יאיר: און וואס איז די אפירמאציע...?...!

געוואלדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 4:27 pm

· #272725
דעת תורה


(מיר באדערט עפעס אנדערש, וויאזוי האט משה רבינו מתקן געווען דעם נוסח און צוגעלייגט כאמור פותח את ידך וואס דוד המלך האט ערשט געזאגט הונדערטער יאר שפעטער?).


משה רבינו האט מתקן געווען מען זאל מאכן ברכת הזן, נישט די פונקטליכע נוסח הברכה, אזוי ווי אברהם אבינו האט מתקן געווען תפילת שחרית, אבער די נוסח התפילה קומט פון אנשי כנסת הגדולה, אזוי איז מיט נוסח פון בענטשן.

הוגה » דינסטאג מאי 5, 2015 4:44 pm

· #272730
מען קען פארענטפערן דער קשיא ע"פ חסידות אזויווי די מעשה מיט די מאור עינים. (דאכציך איך האב עס שוין איינמאל געשריבן דא אין ק"ש.) א איד האט זיך אמאל באקלאגט פאר די מאור עינים אז ער מוטשעט זיך מיט קשיות אויף אמונה. ער פילט זיך ווי א שטיק גארנישט. א איד וואס זאל האבן ספיקות אין אמונה? ווי איז דערהערט געווארן אזא זאך? האט די מאור עינים אים געזאגט אז אני מאמין איז געדרוקט געווארן אין די סידורים ווייל עס איז א תפלה. מען בעט די אייבישטער אז מען זאל זוכה זיין צו אמונה שהוא יחיד ואין יחידות כמוהו, אז זאת התורה נתונה למשה רבינו, מען בעט די אייבישטער אז מען זאל קענען גלייבן אז כל דברי נביאים אמת, ביאת המשיח וכו'. נו, אויב איז דאס געווען ביי די הייליגע מאור עינים, אנן מה נענה אבתריה?

די זעלבע איז דא מיט די ברכות. מען בעט די אייבישטער שעשה לי כל צרכי. מען בעט הגומל חסדים טובים און מען בעט אז הוא נותן לחם לכל בשר וכו'.


.

קול דודי » דינסטאג מאי 5, 2015 5:30 pm

· #272737
הוגה
האט די מאור עינים אים געזאגט אז אני מאמין איז געדרוקט געווארן אין די סידורים ווייל עס איז א תפלה. מען בעט די אייבישטער אז מען זאל זוכה זיין צו אמונה שהוא יחיד ואין יחידות כמוהו, אז זאת התורה נתונה למשה רבינו, מען בעט די אייבישטער אז מען זאל קענען גלייבן אז כל דברי נביאים אמת, ביאת המשיח וכו'. נו, אויב איז דאס געווען ביי די הייליגע מאור עינים, אנן מה נענה אבתריה?

די זעלבע איז דא מיט די ברכות. מען בעט די אייבישטער שעשה לי כל צרכי. מען בעט הגומל חסדים טובים און מען בעט אז הוא נותן לחם לכל בשר וכו'.
.

אה, ס'איז מיר פארענטפערט געווארן א שווערע קשיא. מ'זאגט יום כיפור כל מיני "על חטא שחטאתי", בשעת וואס באמת האט מען ווייט נישט געטון די אלע זאכן?
נאר וואס דען, ס'מיז זיין א תפילה. מען בעט, הוי ווען איך זאל נאר זוכה זיין צו די אלע זאכן וואלט איך דאך געהאט כל טיב וטוב...

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 5:46 pm

· #272742
אם ללצים הוא יליץ...............

נאטירליך » דינסטאג מאי 5, 2015 9:46 pm

· #272791
ברכה לבטלה???
די תכלית פון ברכות איז צו זעהן און ווערן איבערגענומען פון די גרויסקייט פון די בריאה צוצוקומען צו א טיפערע איינערקענונג אין דעם מי שאמר והיה העולם, נישט צו לעבן אויבערפלעליך נאר מיט א טיפערע ריעליטי. And it defenetly serves the purpose
אויף וואס דו פרעגסט עיין בטעמא דקרא מהגר"ח קנייבסקי על פסוק פותח את ידיך

געוואלדיג » דינסטאג מאי 5, 2015 11:03 pm

· #272824
אז דו ווייסט יא א ענטפער שרייב עס אראפ לתועלת הרבים.

נאטירליך » דינסטאג מאי 5, 2015 11:12 pm

· #272829
טעמא דקרא <a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=49911&st=&pgnum=303">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=303</a>

הקטן » זונטאג מאי 10, 2015 9:23 pm

· #273889
דאס איז מער דרש.
איך מיין די פשט איז מיר אנערקענען אז אלס וואס מיר האבן אדער סיי ווער, ס'האט נאר וואס, קימט נאר פין אייבירשטן.
אלעס אלעס קימט פין ידך המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה
זיכער איז דא וועם די אייבירשטער וויל נישט געבען פאר סיי וועלעכע סיבה.

הקטן » דינסטאג מאי 12, 2015 9:51 am

· #274352
chusid
מיר פלעגט זיך ווינדערן ענליך נאר נישט אויפן לשון הברכה נאר אויף די כוונות עפ"י הגאון ר' אביגדור מילער. ער איז מסביר למשל: קוק אהן א עפל ווי פערפעקט דער אייבערשטער האט עס באשאפן....די שאלעכץ כדאי עס זאל נישט שמוציג ווערן ..די שפיץ אז עס זאל שיין הענגן...וכו וכו'... הייסט גאט האט געמאכט דא א קאנוויניענט וועלט?! ס'זעט דיר אויס אזוי?! איך בין מוותר אויפן שיינעם קאליר און מאך אנדערע זאכן גוט....מענטשן האבן אים געהאלטן פאר א טיפע מענטש דעריבער פלעג איך מיך מיטשענען צו פארשטיין עמקות דבריו אבער קיינמאל זוכה געווען.

@chusid איך זעה אז דו ווילסט פארשטיין וועל איך פראבירן דיר מסביר זיין
ר' אביגדור פאנגט אן מיט די הנחה אז דאס גרעסטער זאך וואס א מענטש קען דערגרייכן, און דער גרעסטער תענוג און טובה פאר די מענטש איז, קרבת ה'.

מטבע הדברים ווען א מענטש זעט א מעסטער-פיס ער זעט אז ס'דא א בורא און וואו ווינדערליך זיינע מעשים זענען געט דאס דו מעגליכקייט פאר דער מענטש וואס וויל, זיך צובאהעפטן און ווערן בטול צים גרויסען באשאפער.

קימט ר' אביגדור און זאגט די אייבישטער האט געקענט מאכן א מער פשוטער וועלט אבער האט דאס אזוי געמאכט אז ווען מיר זאלן זיך מתבונן זיין אין דער וועלט זאלן מיר קענען כאפן התפעלות.
שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה!

ווען דו באטראכסט א עפל ווי פערפעקט דער אייבערשטער האט עס באשאפן....די שאלעכץ כדאי עס זאל נישט שמוציג ווערן ..די שפיץ אז עס זאל שיין הענגן...וכו וכו'... קענסטו זען אז דאס איז געמאכט געווארן דארך א גרויסע דיזיינער מיט א פינקטליכע חשבון - דאס מיינט נישט אז דו פארשטייסט אלס וואס ער האט געמאכט און פארוואס אזוי און נישט אנדערש

דו רגע וואס דער מענטש דערהערט ריכטוג גדלות הבורא קען ער אויך זיך ברענגן צו שפלות עצמו און הערט אויף צו שפילן גאט און אנטיילן וואו זאל זיין זעט און וואו הינגער וואס איז גיט און וואס נישט. ווען ער ווייסט אז אינטער אלעם איז דא א גרויסע בורא פרעגט ער נישט מער פארוואס די ספיידער עסט אויף די באדער-פליי און נישט פארקערט
ווען דער מענטש דערהערט אז ער איז א קליין באשעפעניש וואס זיין שכל איז זייער באגרענצט פאלן די סארט שאלות אוועק און מאכן בכלל מער נישט קיין סענס.
דו זיידע אברהם איז נישט געווארן קיין קלענערע מאמין נאכן הפיכת סדום ווייל ער האט געכפאט די נקידה אז יש מנהיג לבירה - און דאס איז נישט ער.

אן ע סייד נאט
איך האב געזען א בילד וואס פעקאסע האט געמאלן און איך בין ארויס פין התפעלות, גראדע האב איך טענות אויף דו קאלירן וואס ער האט געניצט

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 12, 2015 11:37 am

· #274383
געוויס נאך הפיכת סדום איז אברהם נישט געווארן קיין קלענערע מאמין, ער האט דאך געהאט א דירעקטע דיאלאג מיטן באשעפער און זיך אויסגע'טענה'ט מיט אים, און השי"ת האט אים אלעס שיין מסביר געווען,
דאס איז נישט קיין ראי' פאר אונז פשוט'ע מענטשעלעך, וואו איז ר' אביגדור מסביר צו זיין די ערדציטערנישט אין נעפאל? די צונאמי אין אינדאנעזיע? פארוואס זאל איך פאלן פאר די עפעלע שאלעכץ ווען מאסן מענטשן שטארבן ברוטאל אוועק?
עס קוקט אויס ווי ער וויל פאוקעסן נאר אויף די פאר שיינע חלקים פון דער וועלט. עס גייט נישט אזוי, מיר דארפן דעם גאנצן בילד...

עניוועי, דאס איז נאר א זייטיגע אוטבארסט, כ'מיין נישט גארנישט, מיר האבן נישט קיין קשיות אויפן בוכ"ע, עס איז פשוט אפצוענטפערן דעם געדאנק פונעם עפל... אבער מיר רעדן דא איבער ברכת המזון.

הקטן » דינסטאג מאי 12, 2015 4:50 pm

· #274494
שמעקעדיג
געוויס נאך הפיכת סדום איז אברהם נישט געווארן קיין קלענערע מאמין, ער האט דאך געהאט א דירעקטע דיאלאג מיטן באשעפער און זיך אויסגע'טענה'ט מיט אים, און השי"ת האט אים אלעס שיין מסביר געווען

און אז זיי זענען רשעים דארף מען איבערדרייען?

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 12, 2015 5:51 pm

· #274522
נאר וואס דען? וואס וואלסטו געטון ווען דו נעמסט קעהר פון אזא רשעות'דיגע שטאט?..
ביי יעדע זאך וואס עס פאסירט, אויב איז מען מסביר די ריעזאנ'ס ביהיינד איט, איז גרינגער צו זעהן דעם טובה דערין.
אבער אויב זעהט מען אומשולדיגע מענטשן נכלל יונקי שדים שלא חטאו באקומען קלעפ, ליידן יסורים און קנעכטשאפט און שטארבן פון הונגער וכו' ואין פותר אותם, קענסטו נישט אויפווייזן מיט א עפל שאלאכץ אז אלעס איז גוט...

הקטן » דינסטאג מאי 12, 2015 6:52 pm

· #274548
שמעקעדיג
נאר וואס דען? וואס וואלסטו געטון ווען דו נעמסט קעהר פון אזא רשעות'דיגע שטאט?..

מריה דאברהם, וואס טוט זיך אבער מיט די אלע יונקי שדים שלא חטאו אין סדום??

שמעקעדיג
קענסטו נישט אויפווייזן מיט א עפל שאלאכץ אז אלעס איז גוט...

דאס האב איך פראבירט מסביר צו זיין.
די עפל שאלאכץ איז נישט דא כדי אויפווייזן זאלסט קימען צי א מסקנה אז דו וועלט איז יא אדער נישט גוט, און איך פארשטיי דאס.
די עפל שאלאכץ איז דא דו זאלסט קענען זעהן, אויב די ווילסט זעהן, גדלות הבורא - און קימען צו די מסקנה אז איך פארשטיי נישט

קימען צו די מסקנה דאס איז די גרעסטע טובה פארן מענטש.
בלאט: 1 2